די צייטונג - די אידישע צייט

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2007 1:46 pm

עס איז אבער א גוטע ענין צי שרייבען, אין ביי די וועי זייער אסאך מענטשן ליינען עס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

די צייטונג - די אידישע צייט

תגובהדורך געלעגער » זונטאג ינואר 23, 2011 1:10 am

איך ווייס נישט צו דאס פארדינט זיך א באזונדערע אשכול. אבער איך האב נישט געטראפן ווי עס אריין צולייגן לייג איך עס דא, אז די מנהלים ווילן קענען זיי עס רוקן.
קלאנגן פארן ארום אז די לאנגיעריע צייטונג וואס איז באקאנט פאר יעדן מיטן נאמען "די צייטונג" וואס איז ביז יעצט געווען אינטער די פירערשאפט פון הרה"ח אלבערט פריעדמאן ני"ו האט זיך לעצטענס פארקויפט פאר ?? אויף די פרייז פון א האלבע מיליאן דאללער, האט שוין איינער עפעס געהערט דערפון?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 23, 2011 7:30 am

פערצופאל האב איך נעכטן אויפגעמישט אזא צייטונג צו בלעטל זעקס, און געזען צוויי אזעלכע עמ-הארצ'ישע גרייזן אז עס איז גאר מעגליך אמת דיין שמועה...

אינעם זעלבן נייעס שרייבט יענער "ליבערמאן איז ??? יאר אלט". דאן אינעם אנדערן פאראגראף רעדט ער פון סענאטארשע "העי מעילי" האטשיסאן אנשטאט "קעי בעילי"...

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג ינואר 23, 2011 7:35 am

שוין עטליכע יאר וואס איך ווייס אז ס'שטייט צום פארקויפן, ממילא איז זייער מעגליך אז דיין שמועה איז ריכטיג.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17681
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג ינואר 23, 2011 7:39 am

כבוד רב שמח, איצט זאגסטו?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4946
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג ינואר 23, 2011 9:41 am

איך האף אז עס גייט פארבלייבן מיטן זעלבן קוואליטעט

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » זונטאג ינואר 23, 2011 10:46 am

דאס מיינט אז אלבערטס זאפטיגע אנאליזן איז א פארגאנגענהייט??? אוי וויי מי יתן לנו תמורתו...
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

חאצקעל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 19, 2011 3:13 pm

תגובהדורך חאצקעל » זונטאג ינואר 23, 2011 11:32 am

איך גלייב אז אלבערט וועט קיינמאל אויפגעבן זיין ליבלינג דזשורנאליזם, מן הסתם פארקויפט ער בלויז דאס בעלות און ער וועט פארבלייבן אן ארבייטער.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג ינואר 23, 2011 11:37 am

אלבערט וועט שרייבן ווי לאנג גאט וועט אים געבן כוח.

אויב וועט זיך די צייטונג רוקן צו שטארק צו רעכטס וועט ער מיר זיכער פארלירן, און מסתם נאך אנדערע וואס זענען פארמיאוסט אין די נארישע רעכטע העצערייען...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג ינואר 23, 2011 11:40 am

לויט מיין אינפארמאציע וועלן די פרישע בעלי בתים זיין הנגיד ר' אליש ענגלענדער פון לאנדאן און הנגיד ר' מנחם גרשון לעבאוויטש פון וויליאמסבורג און ר' חנא פריעדמאן אלץ רעדאקטער.

מעגליך אז אלבערט וועט ווייטער שרייבן (אויב האבן זיי שכל) אבער בעל הבית און רעדאקטער וועט ער שוין נישט זיין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » זונטאג ינואר 23, 2011 11:56 am

הוי וועלן מיר זיך בענקן מיט נאסטאלגיע צו ר׳ אברהם׳ס צייטן.

שוין, וועלן מיר דאס מוזן אננעמען וויאזוי ס׳איז.
ווי זאגט די וועלט: צייטן - טוען זיך בייטן...
שכל קומט מיט די יארן...

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » זונטאג ינואר 23, 2011 12:01 pm

בס"ד,

די צייטונג איז שוין געווען פאר סעיל א שיינע פאר יאר, פון ערשטהאנטיגע אינפארמאציע.

לאמיר האפן צום בוכ"ע אז די פרישע אייגענטומער וועלן אנהאלטן די ביז היינטיגע קוואליטעט און עס נאך מער פארבעסערן און פארשענערן, אזוי ווייט אז דער עולם וועט שוין וויסן וואס צו פארלאנגען פון אלע אנדערע אויסגאבעס.

וועגן הרב אלחנן פריעדמאן שליט"א, האב איך פונקט פאריגע וואך געקלערט אז עפענט זיך אמאל א נייע נארמאלע באזעסענע צייטונג וואלט ער טאקע געווען דער בעסטער רעדאקטאר וואס איז שייך. ער איז דער שרייבער און פארשער פון די בארימטע ארטיקלען "אידישקייט אין אמעריקע בימים ההם," אין די צייטונג.

חאצקעל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 19, 2011 3:13 pm

תגובהדורך חאצקעל » זונטאג ינואר 23, 2011 12:09 pm

קען איינער קאנפירמען צי די מעשה איז אמת?

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » זונטאג ינואר 23, 2011 12:25 pm

חאצקעל האט געשריבן:קען איינער קאנפירמען צי די מעשה איז אמת?

ניין. די מעשה איז נישט אמת.

חאצקעל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 19, 2011 3:13 pm

תגובהדורך חאצקעל » זונטאג ינואר 23, 2011 12:29 pm

לא מיניה ולא מקצתיה; אדער עפעס ליגט יא דערינען?

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » זונטאג ינואר 23, 2011 12:51 pm

יעצט געהערט פון איינעם זייער קראנט אז עפעס אמת ליגט דערין!
בלייבט נאר איבער צו ווארטען און זעהן.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » זונטאג ינואר 23, 2011 12:53 pm

איז דאס א בעילאוט? אז מען דארף א עושר פון לאנדאן און פון וומסב"ג זאלן עס אויסלייזען. אדער גאר א גוטע אינוועסטמענט? וואס איך גלייב אין די אינטערנעט וועלט קומט נישט צו צופיל קונים.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » זונטאג ינואר 23, 2011 1:24 pm

חאצקעל האט געשריבן:לא מיניה ולא מקצתיה; אדער עפעס ליגט יא דערינען?

אויף דערווייל האט אזא מקח נאך נישט פאסירט.

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » זונטאג ינואר 23, 2011 1:52 pm

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,

די צייטונג איז שוין געווען פאר סעיל א שיינע פאר יאר, פון ערשטהאנטיגע אינפארמאציע.

וועגן הרב אלחנן פריעדמאן שליט"א, האב איך פונקט פאריגע וואך געקלערט אז עפענט זיך אמאל א נייע נארמאלע באזעסענע צייטונג וואלט ער טאקע געווען דער בעסטער רעדאקטאר וואס איז שייך. ער איז דער שרייבער און פארשער פון די בארימטע ארטיקלען "אידישקייט אין אמעריקע בימים ההם," אין די צייטונג.


כ'האב אמאל געהערט ווי איינער פרעגט ר' אברהם צו די צייטונג איז צום פארקויפן?
האט ער געענטפערט ווי א חכם כדרכו, "יא, יעדען מיטוואך אויפ'ן ניוס סטענד!"

אויף דעם 2טן פוינט אייערן איבער הרב אלחנן פריעדמאן, כ'קען אים נישט פערזענליך, זיינע ארטיקלען געפעלן מיר זייער
אבער דער דזשאב פון א גוטען רעדאקטאר לדעתי איז לאו דווקא א גוטער שרייבער, ענדערש א טיפן פארשטאנד און שכל הישר און בעיקר פולע ערנסקייט און ערליכקייט ווען עס קומט צו באטראכטן וויאזוי צו באריכטן א געשעעניש איבער א יחיד אדער רבים.
גוטע שרייבער און ידענים קען מען זיך איינהאנדלען פאר נישט אזא טייערן פרייז. אבער זיך צו האלטן מיט זיי, מיטארבייטן, און ארויסברענגען דאס בעסטע פון זיי דערויף דארף מען א גוטן רעדאקטאר.

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » זונטאג ינואר 23, 2011 1:59 pm

פריילאך האט געשריבן:איז דאס א בעילאוט? אז מען דארף א עושר פון לאנדאן און פון וומסב"ג זאלן עס אויסלייזען. אדער גאר א גוטע אינוועסטמענט? וואס איך גלייב אין די אינטערנעט וועלט קומט נישט צו צופיל קונים.


לפי ידיעתי איז נאך ב"ה דא טויזענטער, יא, אפשר אפילו צענדליגער טויזנטער (ווען מ'רעכנט די גאנצע משפחה) אידן וועלכע באקומען זייער גאנצע נייעס נאר פון די אידישע צייטונגען, און הערן און זעען נישט עפעס אנדערש, דעריבער איז דא גאנץ א פיינע מארקעט דערויף, ווייל די אידן קויפען אויך איין פריזשידערס און ראפלעך און גייען אין האטעלן וכדומה און דער תכלית וואס יעדע קאמפאני זוכט איז אנצוקומען צו יעדן איינעם.

דאכצעך אז טאקע אין די צייטונג איז לעצטנס געווען באריכטעט, אז גרויסע פירמעס אינוועסטירן אין עטנישע צייטונגען, וויייל די מארקעט בליהט,
ווייל עס ציהלט צו א קרייז, ווידער די גרויסע נייעס אגענטורן רעדט דאך צום גאנצן פאלק.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג ינואר 23, 2011 2:00 pm

ר' אלחנן איז דייקא א קלוגער און באזעסענער מענשט און גאר גוט אלץ א רעדאקטער.

קארל איז גערעכט אז די מקח איז נאכנישט צושטאנד געקומען. דאס מיינט אבער נישט אז די מעשה איז נישט אמת. דער דיעל האלט אינדערמיט און קען זיך ווי אייביג אויסלאזן מיט גארנישט. (לויט מיין אינפא)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4946
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג ינואר 23, 2011 3:21 pm

אזוי צו אזוי מעג ער אפדעיטן אביסל די גראפיקס דארט

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג ינואר 23, 2011 3:26 pm

צים פינטעל האט געשריבן:אזוי צו אזוי מעג ער אפדעיטן אביסל די גראפיקס דארט

נייין!!!!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 23, 2011 3:28 pm

באזעסענער האט געשריבן:לפי ידיעתי איז נאך ב"ה דא טויזענטער, יא, אפשר אפילו צענדליגער טויזנטער (ווען מ'רעכנט די גאנצע משפחה) אידן וועלכע באקומען זייער גאנצע נייעס נאר פון די אידישע צייטונגען, און הערן און זעען נישט עפעס אנדערש, דעריבער איז דא גאנץ א פיינע מארקעט דערויף, ווייל די אידן קויפען אויך איין פריזשידערס און ראפלעך און גייען אין האטעלן וכדומה און דער תכלית וואס יעדע קאמפאני זוכט איז אנצוקומען צו יעדן איינעם.

זעהן - אפשר, הערן - זינט קול מבשר קענסטו נידערן דעם ציפער פון "טויזנטער"

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג ינואר 23, 2011 3:50 pm

גרויזאמער האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:אזוי צו אזוי מעג ער אפדעיטן אביסל די גראפיקס דארט

נייין!!!!


מסכים


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט