די צייטונג - די אידישע צייט

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

די צייטונג – א פראגמאטישן

תגובהדורך Monticello » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 10:31 pm

צום וויפילטן מאל שטעלט זיך די וואך ארויס אז "די צייטונג", מיט אירע פרישע "קאמפיוטער" ארטיקל איבער "מייקראסאפט עקסעל", איז פון א רעלאטיווע ווערטפולען קאליבער.

איך זאג "רעלאטיוו" ווייל איך ערווארט נישט קיין נ.י. טיימס שטופע, נאר איך טו איר צושטעלען צו אירע צוויי קאמפעטיטערס אין די אידישע מארקעט, וועלכע פאר די פארגאנגענע 8 יאר זענען פארכאפט אין א געיעג צום אפגערונד. אינדערצייט וואס זיי שלאגן זיך ארום ווער ס'איז דער "עכטע" קנאי וועמענס קלאען זענען ברייטער פונאדערגעשייד, אינדערצייט וואס איינער פרובירט דעם צווייטן איבערצושרייען מיט פריש באשאפענע סענזאציענאלע פאנאטיזים, אינדערצייט וואס זיי האבן זיך ביידע איינגעפירט אזא "זעלבסט צענזור" ווי מ'האלט זיך צוריק פון איינפירן עפעס פריש און פראגרעסיוו אויס מורא אז דער צווייטער וועט אים באשולדיגן אין חלילה "משנה זיין", אינדערצייט וואס די צוויי צייטונגן גייען צוריק צו די מיטל-אלטער, אין גענוי דער זעלבער צייט מארשירט זיך "די צייטונג" באשיידן פאראויס.

לעט'ס פעיס איט, קאמפיוטערס איז אן אינטעגראלע חלק פון געזעלשאפט היינט, און די עצם עקזיסטענץ פון אינטערנעט פילטערס און די רבנים'ס פארלאנג זיי צו נוצן איז א באווייז אז מיר אנערקענען אז קאמפיוטערס דארף מען קאנטראלירן אבער מ'קען עס נישט עלעמענירן אדער אפי' איגנארירן.

ממילא, גייענדיג מיט די אנגעגעבענע שיטה אז אידישע ליטוראטור איז נאר בארעכטיגט פאר פובלישינג ווען עס טוט מונע זיין אידן פון ליינען "אנדערשוואו", איז דען נישט שכל'דיג אז א אידישע צייטונג זאל באהאנדלן קאמפויטער טעמעס מיט עכ"פ די זעלבע פראמינענץ ווי זיי "צונעמען" וואס פרעזידענט בוש וועט זאגן ווען עריק שאוועז, כ'מיין הוגו שאוועז, וועט קיצלן אכמאדיניזשאד פארן ציען די וויידעל פון פידל קאסטרא און וויאזוי שפעקעלאנטן אויף וואל-סטריט וועלן רעאגירן צו די "ריקאל" וואס מ'וועט פארופן אויף די כינעזע אלימפיקס?
לעצט פאראכטן דורך Monticello אום מיטוואך אוגוסט 22, 2007 11:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 11:01 pm

אלץ שטענדיגער ליינער פון די "אנדערע" צוויי צייטונגען בין איך גאר שטארק מודה אז די א.ג. "פרעסע" איז ארויס פון יעדע פראפארץ פון ליצנות מאכן אויפן העכסטן פארנעם פון זייערע ליינער. און איבערהויפט ווען עס קומט צו קנאות און כבוד שמים (וואס בשיטה בין איך מער ווייניגער מיט זיי). איך שפיר צומאל ווי די אלט-אויסגעדראשענע און גרויליגע טאקטיקן -וו.צ.ב.ש. די "גרויסע עולם ערווארטעט" טאקטיק (ההי ההי....)- מאכן מיך אויסערגעווענליך ברעכן און איבלען. נאר פארוואס קויף איך עס? - דאס זאלן זיך די פסיכילאגן קימערן. און איך מיין אז די צייטונגען ווייסן פונעם סוד וויאזוי צו מצליח זיין מיר משכנע זיין עס צו קויפן יעדע דאנערשטאג צופרי, ווייל איך ווייס עס נישט אינגאנצן.

פונדעסטוועגן ווערן די צייטונג, און דער אלגעמיינער זשורנאל (לעצטנס) גאר שטארק ארויפגעקוקט דורך מיר, כאטש די צייטונג האב איך שוין נישט געקויפט שוין א שטאק מיט יארן.

האמת, יעצט קלער איך. דער צייטשריפט כאפט מיר אויך לעצטנס צוליב זייערע קאנטרעווערסיאלע עדיטאריעלס וכדומה. ער שרעקט זיך נישט ארויסצוגיין קעגן "יענעם" (קעגן מיר זאל ער זיך נישט וואגן!). איז אלזא מיר פארענטפערט פארוואס די אנדערע צייטונגען קויף איך אויך. זעט אויס "די צייטונג" האט נישט אזאלכע ברייטע פלייצעס. בכל אופן איז ער ביי מיר זייער ארויפגעקוקט.

לעניננו, מאנטיסעלאו, וואס בדיוק איז דער ארטיקל די וואך אין די צייטונג?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 11:14 pm

איך האב זיך באצויגן צום עצם געדאנק פון לויפן (אנגעהויבן די וואך) אן ארטיקעל מיט טיפס פאר "עקסעל" באנוצער. אנדערע וואלטן זיך געפארכט אז דער צד שכנגד וועט אים אטאקירן פארן "אויפקלערן" די תשב"ר מיט קאמפיוטער ח"ו וואס כידוע האט אויף דעם דער חת"ס זיך אוויסגעדריקט.... (יו געט די הענג אוו איט?).

נאכמער קאראזשפול, און אייניג פראגמאטיש, איז די באשלוס פונעם ארטיקל שרייבער, אנגעבליך א קאמפויטער פראגרעמער, צו ערלויבן די ליינער צו סובסקרייבן צו אן "אימעיל ליסטע", צו וועם ער וועט רעגעלמעסיג ארויסשיקן עקסעל פארמולאס. ווי ווייט איך ווייס, איז דאס פרעצעדענטלאז.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 11:36 pm

איך ווייס נישט וואס דיין ציהל איז דא מאנטיסעלא, זיי נישט בייז אבער סוקסעס אין צייטונגן זעט מען נישט "נאר" אין וויפיל זיי פארקויפען זיך. די צייטונג איז גראדע זייער פיין אבער ווי מען זאגט אין אידיש ער שטינקט נישט און שמעקט נישט, ער פארקויפט זיך די ווייניגסטע פון זיינע קאמפעטישן, נו אז ער האט א ארטיקעל איבער עקסעל? הכלל איז ער שוין אויף די ריכטיגע שינעס? די אנדערע צייטונגען האבען געוויס אויך אינטערסאנטע ארטיקלען וואס די צייטונג שרייבט נישט דערפון.
די אנדערע קריגען זיך ארויף און אראפ אבער זיי שטעלען צו שטאף פאר זייערע קונדען און דאס וואס זיי ווילן, אדוועטייזער און לייענער, זיי האבען פון ביידע אסאך מער ווי די צייטונג

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 12:02 am

מאנטיסעלאו;

כאשט איך בין נישט קיין שטענדיגער ליינער פון 'די צייטונג', און אין אמת'ן נישט עכט פון קיין איין צייטונג, וואלט איך ווען געוואלט מיט דיר מודה זיין, פשוט וויל איך עגרי מיט דיינע פונקטן בנוגע די אנדערע צייטונגען וועלכע מאכן צונאר זייערע ליינער און ווייזן דאס פרעך ארויס פאר יעדן וואס וויל עס אנערקענען.

אבער בנוגע דיין עצם פונקט, מוזטו פארשטיין אז עס איז א שטיקל חילוק פון 'די צייטונג' און די אנדערע קאמפעטיטארס אירע, און איך דארף זיך ניטאמאל אנשטרענגען ארויסצוברענגען פארוואס, ווייל דו אליין האסט עס אזוי קלאר ארויסגעברענגט. די אנדערע צייטונגען זענען אונטער די פארגרעסערונגס גלאז פון זייער צד שכנגד, וועלכע טרעפן אין זיי פעלערן אפילו ווען עס איז נישט פארהאנען, כ"ש ווען עס איז יא דא א חשש פעלער. טא קענסטו מיר נישט קומען און ארויסהויבן 'די צייטונג' אז זי שרעקט זיך נישט, אודאי שרעקט זי זיך נישט, זי האט דאך נישט פון וועם, קיינער איז נישט דא איר צו אטאקירן. איז עס א גוטער ארטיקל? קען זיין. איז עס וויכטיגער טאפיק? קלאר אז יא. אבער איז עס א געוואגטער שריט? נישט מורא'דיג.

אבער דאס וואס 'נאטרליך' האט ארויסגעברענגט איז אן אמת'ער פונקט. עס קוקט אז די אנדערע צייטונגען ווייסן וואס זייערע קונדן ווילן 'בעיקר' זען, אדער ווייסן זיי אז די קונדן וועלן קויפן אפילו ווען זיי זעען גארנישט, אבער דאס איז זיכער אז זיי ווייסן אז זיי פארקויפן זיך און זיי האבן אדווערטייזער. 'די צייטונג' אן די אדער הענד טוט עפעס ראנג, עס מוז אזוי זיין, ווייל דער מציאות איז אז אין א מארקעט ווי די אנדערע קאמפעטיטערס שטעלן גארנישט צו, איז ער -אלס אלטערנאטיוו- נאך אלץ נישט סוקסעספול, און דאס זאגט אסאך.

קען זיין אז ער איז צו אלטמאדיש, קען זיין אז ער איז צו טרוקן, איך ווייס נישט פונקטליך וואס אבער עפעס פעלט אים, ער האט נישט דאס 'חן', א זאך וואס דער היבש נייער 'צייטשריפט' האט יא.

און דער אמת איז, אז מיט דעם אלעם ווייס איך נישט צו די 'צייטשריפט' וועט יא עווענטועל זיין סוקסעספול, קען זיין אז חסיד'ישע אידן זענען פשוט נישט ווערד קיין גוטן שטיקל זשורנאליזם, קען זיין אז זיי ווייסן נישט וויאזוי עס אפצושאצן. און אויב דאס איז די קעיס, דאן איז דאס דער לימוד זכות אויף 'די צייטונג'.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 9:23 am

מאנטיסעלאו, ברוך שובך!
שוין א לאנגע צייט נישט געזען. עס איז אונז א פרייד מיט צולעבן לעבן לייוו אייער צוריק-קער, און מיר האפן אז איר וועט שוין פון היינט און ווייטער פארבלייבן מיט אונז. און ווייסט איר פארוואס מיר פרייען זיך אזוי מיט אייער צוריק-קער? פשוט, ווייל אזעלכע פערזענדליכקייטן ווי איר זענט טוען אויפהייבן דער גייסט אין אונזער קרעמעל! מיר לעכצען צו האבן צווישן אונז אזעלכע פערזענדליכקייטן ווי "מאנטיסעלאו". אייערע ארטיקלען און באשרייבונגען זענען פון די סארטן נאך וועלכע מיר לעכצן און קוקן ארויס. און א דאנק אייך פארן דאס צושטעלן.

וואס שייך צו אייער עצם נושא, וועל איך אייך דערציילן א סיפור וואס דרייט זיך ארום מפה לאוזן:
א איד האט אמאל, מיט יארן צוריק, פארגעהאלטן דעם לעגענדארן סאטמארער ראש הקהל און שעף-רעדאקטער פון דער אומאפהענגיקער אידישער וואכן שופר פון דאס אלוועלטליכער יהדות הסאטמאריס, מר. סענדער דויטש ע"ה. ר' סענדער - האט דער איד געפרעגט - איר זענט דאך א קלוגער איד, אן אויסגעצייכנטער שריפטשטעלער, טא ווי קומט דאס צו אייך אז איר ריקט ארויס אזוי א טריקענער צייטונג וואך איין וואך אויס? עס פאסט נישט פאר אייך ר' סענדער!

האט אים ר' סענעדער געענטפערט אין איין ווארט: "פאר בהמות גיט מען צו עסן שטרוי..." ודפח"ח.

שוין אלעס פארענטפערט. נישט אזוי?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 11:38 am

צו אלע מיינע פארגייער, עגרי איך נאר מיט די לעצטע זאץ וואס זארעכ האט ערווענט: פאר בהמות גיט מען עסן שטרוי....

דאס הייסט, מענטשן האבן נישט קיין צוויי צענט שכל (סארי איך זאג עס דא, אבער יעדער זאל קלאר זאגן הויך: מיך מיינט מען נישט) מענטשן זענען צוגעבינדן צו א פארטיי אדער א חסידות, זאל זיך עיב פרידמאן זיך צושטעלן צו איינע פון די, וואלט ער נישט געהאט - אין מיינע אויגן - קיין קאמפעטישן.

אין פאליטיק איז ער - קיינער מוז נישט עגריען מיט איהם - א געוואלדיגער אנאליזער. נייעס, האט ער זייער אינטערסאנטע נייעס'לעך וואס זענען ווייט פון קינדיש, וואס זיינע קאמפעטירערס זענען לאודעד דערמיט. ועל כולם איז ער א פעסטער רעדאקטער, ער פארשטייט וואויל צו א נארמאל שטיקל, וואס נארמאלע מענטשן גלייכן צו ליינען, נישט אויפגעבלאזן מיט קיין קידוש לבנה אותיות, און אויך נישט מיט קיין שרייענדע קעפלעך, אויך קיין שופרות הערט מען נישט דארט. און אפילו די שווארץ/ווייסע בילדער, דאס אלעס האלט דעם מענטש - לייענער - רואיג און געלאסן.

אלזא, איז עקסטער וויכטיג אויסצולויבן זיין ארטיקל איבער מייקראסאפט עקסעל, וואס צייגט ווידער אז ער איז מער אינטערסירט אז זיינע לייענער זאלן האבן אקטועלע טעמעס צו לייענען, און נישט אז כק אדמור פון האוליבלוד איז געפלויגן קיין האנעלולו מיט גרויס פרייד און אנזעץ....

בנוגע וואס מאנטיסעלאו האט געוואלט איז שוין אנאדער מאנסע, ער זאגט אז עיב איז געגאנען מיט א טריט ווייטער, ס'הייסט??? ער באשרייבט עמטליך א טעמע וואס האט דוקא נאר צו טוהן מיט'ן ענין פון קאמפיוטערס, - וואס לדאבונינו איז עס ארגער ווי איסור יחוד, ווער עס קען מיר דאס מסביר זיין על פי תורה, תע"ב - וואס צייגט אז ער רעכנט זיך מיטן פאקטאר אז קאמפיוטערס איז אריין אין אונזער טאג-טעגליכע לעבן, און מ'דארף צושטעלן פאר אינגעלייטלעך וואס לייענען זיין צייטונג א וועג זיי זאלן זיך קענען לערנען א פאך אנע זיך דארפן לאזן קאסטן שווערע געלטער.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 11:38 am

ווי קום איך דא אריין בין הני אריות, אבער מיין מיינונג מעג איך פארט ארויסברענגען,

איך קען נישט מער איגריען ווי מיט יענטאאאש, איך זעה נאכנישט איין אז "די צייטונג" איז אויפן וועג ארויף, אפילו נאכן עפענען די 'עקסעל קאלום', און ווייטער די אנדערע צייטונגען שטעלן צו פאר די מענשטן וואס זיי ווילן,

וואס יא, קוראדזש איז עס יא, אין די היינטיגע מוחאות וועלט האלט איך, אז אויפן קימענדיגען שבת וועלן נאך זיין די פאולס באהאנגען מיט איסורים און חורמות איבער דעם וואס א געוויסער צייטונג האט אנגעהויבן געבן קאמפיוטער לעקציעס, און נאך מוסף געווען חטא על פשע און ארויפגעלייגט א אימעיל אדרעעס וואס מענשטן וועלן כסדר באקימען אימעיל'ס, און ווי באוויסט איז שוין דאס גע'אסר'ט געווארן דורך אלע רבנים, דיינים און מוצים וכדו',

בקיצור, ס'איז א הייקעלע שריט אין די היינטיגע צייטן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 3:23 pm

מאנטיסעלא טייערער וכל שאר הנאספים,

דאס אז 'די צייטונג' איז אייגנארטיג איז דאך כו"ע מודה, הן מיט זיין אויסשטעל, גראפיקס כמות פון בלעטער און ועל כולם זיין תוכן, דער אמת איז אזוי ווי טייל מגיבים האבן שוין ארויסגעברענגט אז ראיתי בני עליה והמה מועטים, סיי שרייבערס און אפי' לייענערס איז שווער צו טרעפן פונעם העכערן קאליבער אין די ציפערן וואס די שוואכערע עלעמענט רעפערעזענטירט.

פערזענליך, בין איך א שטענדיגער ממאשקע-למאשקע "די צייטונג" לייענער און איך באלעק מיך די צינג פון איר תוכן, אין די ציייט וואס די אנדערע צייטונגען, בלעטער איך איינמאל דורך זיך ווידעראמאל צו פראווען אז ס'איז פוסט און וויסט (בדרך כלל).

בנוגע ברענגען ארטיקלען וואס זענען שייך פאר די קאמפיוטער באנוצער ספעשילי די חלק המעשה פונעם קאמפיוטער ווי עקסעל ודעימי', איך האלט נישט אז ווען די אנדערע צייטונגען זאלן האבן א געלעגנהייט (לייען, האלטן ביים באצאלן) צו פרעזענטירען אזא ארטיקל, אז זיי וואלטן זיך אפגעהאלטן. יו מייט דיסעגרי באט דעטס מיי טינקינג.

און צום לעצט משום אחרון אחרון חביב, מאנטיסעלא מיין פריינט, פארוואס הערן/לייענען מיר נישט פון דיר מער אפט, אראפצושרייבן דיינע געדאנקען מיט אזא קלארקייט איז א זעלטנהייט ביין אונז אין דערפל, ווי ניד מאר האלט-אן סטעי וויט אס.


----------
קרעטשמיש ווי סטענד!

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 3:58 pm

רבותי, מיינע טייערע מיטגלידער, קאלעגעס און פריינט,

איך וועל אויף מיר ברענגן א שטראם מיט זידל רייד, פארדאמונג און מעגליך אויך אונטערשעצונג, אבער מיין מיינונג וועל איך דאך נישט באהאלטן פון אייך, מיינע ליבע. איך פערזענליך נוץ א קאמפיוטער, און איך בין דערצו צוגעבינדען מיט הארץ און גארטל. ווער נאך ווי אייך ווייסן וויפיל שטונדען איך זיץ קעגנאיבער דעם עקראן, ווי די מערהייט פון אלע דארפסלייט דפה. מיט דעם אלעם, שפיר איך נישט אז א צייטונג וועלכע גייט אריין אין די הענט פון קינד און קייט, יונג און אלט, דארף ווידמען א באזונדערע אפהאנדלונג איבער א זאך וועלכע ווערט פארשריגן. איך ווייס נישט וויפיל עס גייט אייך בחייכון, אבער איך צווייפל שטארק איבער די אידישקייט פון די קומענדיגע דור, ווען אינטערנעט וועט זיך געפונען ביי יעדעם אין בוזעם. יא, די בעקיטשעס וועלן מעגליך ווייטער אנגעטון ווערן, אבער אירע טרעגער וועלן זיין שמוציג און פארדארבן דאט קאם.

צו זאגן אז דער קאלום איז נישט וויכטיג, איז זייער נישט ריכטיג, אבער דאס צו אריינשטעלן אין א פאפולערע צייטונג איז ווידער א פראגע. איך זאג נישט אז דאס איז פארבאטן, אבער ראטזאם איז דאס זיכער נישט. די יונגע לייענער פארשטייען זייער ווייניג צו פונאדערטיילן, און שטעלן דעם דיפערענץ און דער שטריך וואס טוט אפטיילן דאס פארבאטענע פון דאס געברויכטע. איך האלט נישט אז די אנדערע צוויי צייטונגען טוען טרייבן שפאס פון זייערע לייענער דערמיט וואס זיי באהאנדלען נישט אט די טעמעס, וויבאלד ווי געזאגט, איז דאס א צייטונג פאר אלע, אריינרעכנדיג קליינע יונגע נשמות שדעתם קלות עד למאוד, ובא לציון גואל.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 4:02 pm

קרעזי שפתיים ישק..

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 9:45 pm

ווי שרייבט קרעמער?

איך מיין דער נושא באלאנגט נישט אין קרעטשמע, פעריאד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 12:37 pm

קרעזי האט געשריבן: די יונגע לייענער פארשטייען זייער ווייניג צו פונאדערטיילן, און שטעלן דעם דיפערענץ און דער שטריך וואס טוט אפטיילן דאס פארבאטענע פון דאס געברויכטע.


און וויאזוי פארענפערסטו דאס עצם דרוקן א צייטונג? וועלכע קינד קלערט מתוך ספק אז מ'האט עס אפגעשריבן מיט די הענט??? און זינט ווען האט א קאמפיוטער אינטערנעט אויב מ'איז דאס נישט מחבר???


קרעזי האט געשריבן:איך האלט נישט אז די אנדערע צוויי צייטונגען טוען טרייבן שפאס פון זייערע לייענער דערמיט וואס זיי באהאנדלען נישט אט די טעמעס, וויבאלד ווי געזאגט, איז דאס א צייטונג פאר אלע, אריינרעכנדיג קליינע יונגע נשמות שדעתם קלות עד למאוד, ובא לציון גואל.


וויאויבנדערמאנט די אנדערע צייטונגען האבן גאר אנאנדער ציהל: פאר אייזלען געבט מען שטרוי... און ממילא זענען זיי נישט פאראינטערסירט צוצושטעלן עני רייכע נארמאלע באזעסענע ארטיקל פאר זייערע לייענער...

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג אוגוסט 26, 2007 2:40 pm

איך וועל אויך אפגעבן מיינע פאר ווערטער

ערשטענס עגרי איך הונדערט פראצענט מיט די אלע וואס שעצן 'די צייטונג' איבער די אנדערע (אגב האב איך הנאה אז דער טאג בוך פון א מחנך איז צוריק אין שוואונג, העמיר זעהן פאר ווילאנג), כשאני לעצמי אפילו אויב איך האב אין שטוב איינע פון 'די אנדערע' (בעיקר פאר די ווייבער שוהל) וועל איך 'ליינען' די צייטונג, איך זאג נישט איך וועל צומאל כאפן אמאל א בליק אינעם אנדערען אויך, אבער נאר יוצא צו זיין אפשר זעהן די בילדער אדער אויב איך זוך עפעס א טעמע וואס איך ווייס אז דארט שטייט עס, אבער 'ליינען' א צייטונג (פארשטייט זיך ביי הכנות) וועל איך נאר 'די צייטונג', איי האט דאך נאטורליך און אנדערע גע'טענה'ט אז די אנדערע פארמאגן מער קאסטומערס איז תירוץ זייער פשוט ווי שוין אויבנדערמאנט אז צווישן היימישן עולם וואס ליינען אידישע צייטונגען באשטייט דער חלק הארי פון אזעלכע וואס דארפן נאר שטרוי אדער נשים וטף, וואס פאר זיי קומט אראפצולייגן די נייעס אויף זייער סטיל בערך ווי דער העדקאנסלער אין לאנטש רום, און 'אלבערט' מיט זיין סטעף שרייבן א 'נייעס באריכט' פאר באזעסענע, אקטועל און אינטערעסאנט (איך מיין נישט קיינעם פערזענליך צו דעגראדירן נאר עס איז א מהות פון מענטשן וואס מען האט מער ליעב, און עס זענען דא אסאך מער וואס האבן מער ליעב דעם לאנטש רום סטיל, און ווייניגער דעם העכערן סטיל). דאס איז אינעם כלליות.

ווייטער וועגן די באשרייבונג איבער עקסעל, איז אביסל שווער צו זאגן קלאר, ווייל עס איז דא צדדים לכאן ולכאן, פון איין זייט קען מען פארשטיין פארוואס מען זאל דאס נישט באשרייבן אויב עס איז מצוי בידי קינד און קייט, פון די אנדערע זייט איז דאך דאס א נוצליכע און אקטועלע זאך וואס קען זיין לטובת אסאך היימישע אידן וואס זאלן דאס באקומען בדרך היתר אויף מאמע לשון, און דא ביינונז אליין האט יענטאאש זיך נאכגעפרעגט און געבעטן הילף איבער עקסעל, ווי אויך וואס איז דאס אנדערש פון דעם וואס יו.דזשעי.או. שטעלט צו קאמפיוטער קורסען פארן היימישען ציבור (מיט גוי'אישע טיטשערס), צו ווייל ער געט זיין קורס פאר א דאללער פינף און צוואנציג און נישט פער שעה איז דאס שוין געפערליך? ממילא לדעתי קען מען נישט שטארק (אדער בכלל נישט) אראפרייסן דעם קורס געבער, און ווען איך געזעהן דעם ארטקיל איז מער עס טאקע געפאלן (איך האב נישט אדורך געליינט ווייל איך בין נישט יעצט אין דעם ענין אבער דער רעיון איז מיר געפאלן), איין זאך וואס קען זיין אז עס איז יא א שטיקל פראבלעם לויט ווי איינער האט פריער געשריבן אז גיט דארט א אפציע זיך איינצושרייבן אין א אימעיל ליסט צו באקומען אפדעיטס, דאס איז שוין יא פראבלעם ווייל דאס קען ברענגען חשק פאר אזעלכע וואס האבן נישט קיין אימעיל זיי זאלן וועלן אנקומען צום וועלט געוועבאכץ וואס דארט דארף מען שוין גרויס שמירה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 9:57 pm

מאנטיסעלאו, איך פאנג אן טראכטן אז דו ביסט דער הערשקאוויטש פון די צייטונג וואס האט געוואלט שרייבן וועגן עקסעל, ביסט אהערגעקומען טעסטן די וואסערן און היות די ריספאנס איז נישט געווען אזוי פאזיטיוו האסטו אויפגעגעבן.

רבותי די קרעטשמע איז היינט א רעאליטעט מיט וואס גרויסע צייטונגען רעכענען זיך שוין, אויב אונז געפעלט עפעס נישט איז נישט, עקסעל אין די צייטונג איז א פארגאנגענהייט.

ווער ביסטו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 2:28 am

תגובהדורך ווער ביסטו » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 10:16 am

"די צייטונג" האט פיל מעלות קעגן זיינע קאנקורענטן. זיין שוואכערער קליענטעל איז מעגליך א צייכן אויף זיין אינטעלעקטואלער שטארקייט, אונזער ציבור איז ווייט נישט אין די ריכטיגע שיך צו ווערן געמאסטן אלס 'מבינים' אויף קוואליטעט - אז איר גלייבט מיר נישט באטראכט די לעצטע שיך סטיל. כאטש איך וואלט נישט גערעכנט זשורנאליסטישער אויפריכטיגקייט צווישן זיינע שטארקייטן.

ער האט אבער איין גרויסע חסרון וואס איז מכריע את כולם; זיין בלינדער ליבעראליזם, און בעיקר זיין אומווילן עס צו אנערקענען. פאריגע וואך האט ער מיר ווידער ארויסגענומען פון די 'דישעס' ביים צום-וויפילטן-מאל ארויסברענגען אז ער איז אן אומפארטייאישער פארברענטער לאיאלער ליבעראלער דעמאקראט... זיין פיטערן דעם 'אומוויסענדן' ליינער מיט זיינע ליבעראלע אנשויאונגען ברענגט טייל מאל צום ברעכן.

און ניין, איך בין נישט פון די יונגעלייטלעך וועלכע פארשטייען א רעטעך און זענען 'קאנזערוועריווס' ווייל ראש לימבא אדער או'ריילי האבן אזוי געהייסן. איך האלט מיך דירעקט פאר א פראגרעסיווער דעמאקראט, אדער סאציאלער רעפובליקאנער, אדער וויאזוי איר ווילט דאס רופן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 12:12 pm

איך גלייך זייער וויאזוי די האסט ארויסגעברענגט דעם ענין, און ס'יז אן אמת אויך, זאג נאר, ווער ביסטו ?..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 12:29 pm

ווער_ביסטו, זייער גוט געזאגט.

דרך אגב, אזוי ווי 'צייטליך' טוט אנדייטן, דיין ניק מוז ווערן באגלייט מיט נאטן. ווער ביסטו קען באדייטן מי שמך לאיש, ווער מיינסטו דו ביסט. אדער קען זיין מער איידל, זאג נאר ווער ביסטו? וועמען'ס ביסטו? אה... דעם אלטן הערשקאוויטש'ס אן אייניקל? פששששש, יעצט זעה איך טאקע, די זעלביגע נאז לעכער, גענוי, אקוראט, אויסגעשפיגן!

ווער ביסטו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 2:28 am

תגובהדורך ווער ביסטו » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 6:22 pm

געשפיגן? נישט מיין זיידע.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2007 9:09 pm

ווער ביסטו, דו האסט א פיינער פוינט. אבער נעם אין באטראכט איין זאך, ווער זענען די גרינטליכע לייענער פון צייטונגען? מערסטענס פרויען, און אינגעלייטלעך, בחורים אדער היבש עלטערע און אזוינע וואס האבען אסאך פרייע צייט. זיי לייענען דורך די צייטונגען פון די זמני ראש חודש בענטשען ביז די השבת אבידה אויף א סוועטער פאר צוויי יאר צוריק ביי גאלדשטיין'ס חתונה.
די איבעריגע, בלעטערען זיי דורך, קוקען ווי דער רבי שליט"א האט געגעסען קיגעל יענע וואך און ווער עס האט א שידוך געטון, העכסטענ'ס קוקט מען נאך ווי דער שכן מאכט שבת שבע ברכות.
אלזא, וועלכער ביזנעסמאן האלטסטו וועט זיך נעמען די מיה און לייענען אן ארטיקעל איבער עקסעל? וויפיל לייענער גייען ערנסט נעמען אן ארטיקעל אין דורכדעם זיך אויסלערנען עקסעל? די פראצענטען זענען נידעריג, און שאנסעס פאר א סוקסעספולע לייען גרופע איז נידעריג.

יעצט בנוגע זיין ליבערלקייט, זיין גאנצע נויגיקייט צו ליבערליזעם, זעהט זיך בעיקר אן אין די ארטיקלען וואס ער ברענגט כסדר (ביי וואס זיי זאגען) און ביי זיין אייגען נייעס אנאליז קאלום, אלע איבעריגע נייעס איז ער היבש אקוראט, ער איז זייער גרונטליך אין די נוא יארקע נייעס ווייל ער איז שטארק פארקאכט מיט די לאקאלע פאלעטישענס, און די אלע דא זענען דעמאקראטיש געשטימט. איך זעה נישט ער זאל פיטערען בלינדערהייט. וואס יא, ער כאפט זיך אן אויף א אישו וואס שמעקט אים, און פראפעגאנדעט גאנץ פיין. מערסטענס איז עס דעמאקראטידש געשטומט. קען זיין איך איך בין נישט גערעכט, איך ליין אים זייער נישט אפט. דעמאלס טעיתי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 6:20 pm

איך ווייס נישט אויב עס איז אינטערסאנט פאר יעדן איינעם אבער פאר מיר וואס איך לעב אין עקסעל האב זייער הנאה אפילו רוב זאכען איז ביי מיר נישט קיין נייעס האב איך מיך אויסגעלערנט א זאך וואס איך האב נישט געוויסט , עקסעל איז זייער א רייכע פראגרעם איך האב א חבר וואס מאכט פראגרעמעם אויף עקסעל אין ער זאג מיר אז ער ווערט אויך געוואר נייע זאכן יעדע פאר חדשים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 8:39 pm

ער איז קלאר "יא" איינזייטיג און א "בלינדער" ליבעראלער. קוק וויאזוי ער ענפערט די בריוו שרייבער וואס וואגן זיך צו פרעגן קשיות.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 9:02 pm

אקעי מאשקע, איך לייען אים נישט אפט צו מחולק זיין מיט דיר. אלענספאלס, דער צייטונג איז אויף א גאנץ שיינער ניווא, מיין פריוואטע מיינונג איז אז ער האט נישט קיין ענטוזיאזעם. זיינע ליינער יאגען זיך נישט אים צו קויפען יעדען מיטוואך. אנדערש ווי די אנדערע צייטונגען וואס זייערע לייענער ווארטען שוין אפ דעם טראק וואס דעליווערט דעם צייטונג, א בליק צו כאפען אין דעם "סקיציע" פונעם ביהמ"ד הגדול וואס וועט יא אדער נישט געבויעט ווערען. פארשטייסט וואס איך מיין, איא?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2007 9:19 pm

זיכער אזוי. וואס דער צייטונג שרייבט קען מען דאך ליינען זונטאג אויך. הצייטונג לא יצטנן. משא"כ די אנדערע צוויי מוז מען דאך שוין דורכשמועסן פרייטאג אין דע מקוה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פריעדזשער

תגובהדורך שקר_הדייעט » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2007 1:49 am

די וואך שטייט שוין ווייטער אין צייטונג וועגן עקסעל

איך האב עס אביסל געליינט, איך האלט ס'איז נאריש צו שרייבן אין צייטונג אן ארטיקל דערוועגן.

ווער עס האט נישט קיין קאמפיוטער, אדער אפילו ווער יא אבער ער נוצט נישט עקסעל, ליינט דעם ארטיקל ווי איך רזיא-ל המלאך

ווער עס נוצט יא עקסעל, האט נישט געווארט ביז ווייסעך ווער וועט זיך מרחם זיין און אים איבערזעצן אין צייטונג א בוך פון ענגליש אויף אידיש

(ליינט דעם ארטיקל וועט איר זען אז ס'איז פשוט איבערגעזעצט פון די פילע טעקסט ביכער וואס איז דא אויף עקסעל, פונקט ווי אויף יעדע פראגראם)


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט