'דער בליץ' - חודש'ליכע מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ב"ה ס'הייבט זיך נאכאמאל אן.

עס האט נישט קיין שום זין זיך אפצושטעלן אויף א אויסגאבע וואס ווערט געפירט דורך היימישע אינגעלייט און זיי אויספראקן דא אין פובליק. ווילט איר רעדן פון די ארטיקלן אינווייניג און זייער חומר דאן זיין ממשיך. 'דעם' שמועס זאל מען ביטע נישט ממשיך זיין. איר ווייסט וואס עס קען פאסירן...

די טעמע איבער לייגן האקן-קרייצן און אידישע ליטעראטור קען ווערן אויסגעמועסט אין א באזונדערער אשכול. מוז נישט דייקא זיין אין דעם אשכול.
---

גולש. איך האב אפגעטיילט דיינע תגיבות און דערמיט געפענט א עקסטערן אשכול. אויפן קעפל האב איך ספעציעל געשריבן ווי פאלגענד: "דער בליץ: 150,000 אידישע סאלדאטן אין היטלער'ס ימ"ש ארמיי" וויבאלד איך האב געוואלט אז דער שמועס זאל זיך באגיין אויף איר אינהאלט און נישט אויף איר פארשטאנד. די האסט עס אראפגעשניטן און געמאכט פאר א בלויזער בליץ אשכול וואס די תוצאות שפעטיגן נישט צו קומען ב"ה. עס איז שוין דא אשכולות איבער 'דער בליץ' אויף אייוועלט. ס'פעלט נישט אויס נאך. מיר זענען גענוג פארשטענדליך אז מיר קענען באהאנדלן זאכן געהעריג רואיג און סאליד אן בלויזע אפענע קריטיק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

צייטליך האט געשריבן:עס איז שוין דא אשכולות איבער 'דער בליץ' אויף אייוועלט. ס'פעלט נישט אויס נאך. מיר זענען גענוג פארשטענדליך אז מיר קענען באהאנדלן זאכן געהעריג רואיג און סאליד אן בלויזע אפענע קריטיק.

יא, סאיז שוין דא א אשכול- אבער ס'איז פארשפארט, ליידער

אפשר מיינט ער שמעריס בליץ אשכול
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

"צייטליך" איז הונדערט פראצענט גערעכט, נאר כדי מען זאל מיר נישט באשולדיגן אין איינזייטיגקייט, מוז איך אויך פארדאמען דעם "זמן", וועמענ'ס לעצטע אויסגאבע איך האב נארוואס געזען, וואו עס ערשיינט א בילד אויפ'ן דעקל פון נעא-נאציס מיט קלארע האקנקרייצן אויף זייערע ארעמס. כאטש עס איז ווייט נישט אזוי שלעכט און ביליג ווי דעם דעקל פון דעם "בליץ", סיי צוליב דעם וואס עס איז מער נוגע לענין און סיי צוליב דעם וואס עס איז נישט אזוי פראמינענט, איז עס אויך אן עולה וואס דארף פארדאמט ווערן.
ובזה יצאתי ידי חובתי.
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

שוין א אלטע דיסקוסיע...
http://history1900s.about.com/b/2010/10 ... stikas.htm
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

גולש האט געשריבן:שוין א אלטע דיסקוסיע...
http://history1900s.about.com/b/2010/10 ... stikas.htm

אין דעם פאל פון דעם מוזעאום פארשטיי איך דעם מיינונג פון די וואס האלטן אז מען זאל לאזן די האקנקרייצן אין פובליק. אבער דאס אז אפילו אין א מוזעאום איז געווען אזא הוה אמינא, שטרייכט נאר אונטער מיין פריערדיגע נקודה.
פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלייוואד »

איך כאפ נישט פונקטליך וואס דא גייט פאר, יעדע צווייטע וואך איז געדרוקט בילדער אין די היימישע צייטונגען אז אין דעם בית החיים אדער אין יענע אידישע אינסטיטוציע איז געווען אנגעשמירט האקנקרייצן, ר' סענדר דייטש'נס בוך פון די צווייטע וועלט מלחמה איז פול מיט די בילדער,

עס שיינט אז דא האבן געוויסע מענטשן מיט פערזענליכע אינטערעסן אדאפטירט א נאצישן צוגאנג און פירן א "בליץ קריג"
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

נו, וואס וועט מען זאגן אצינד אז דער שטערן האט די חודש געלייגט האקנקרייצן אויפ'ן דעקל?.....
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

עס איז נישט די ערשטע מאל, עס איז שוין געווען איינמאל אויף די דעקל פון די שטערן, און איינמאל אויף די דעקל פון שפאקטיוו.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

דער זעלבער דעקל איז געווען אויך אויפן 'זמן' און קארל האט שוין דערויף מוחה געווען...

זמן שרייבט די זעלבע ארטיקלען ווי דער שטערן און דאס זעלבע פארקערט. איך האב שוין געפרעגט שמעון'ן אויב ס'טאקע דא אזא מאנגל אין גוטע סחורה איבער וואס צו שרייבן אז מ'זאל דארפן קאפירן פון איינעם צום צווייטן..'
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

אךשמח האט געשריבן:זמן שרייבט די זעלבע ארטיקלען ווי דער שטערן און דאס זעלבע פארקערט. איך האב שוין געפרעגט שמעון'ן אויב ס'טאקע דא אזא מאנגל אין גוטע סחורה איבער וואס צו שרייבן אז מ'זאל דארפן קאפירן פון איינעם צום צווייטן..'


קענסט דאך פרעגן אויף די רעגירונג פארוואס שרייבן זיי די זעלבע זאך אויף ענגליש און אויף ספאניש, האבן זיי נישט גענוג וואס צו שרייבן?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

שוטה האט געשריבן:
אךשמח האט געשריבן:זמן שרייבט די זעלבע ארטיקלען ווי דער שטערן און דאס זעלבע פארקערט. איך האב שוין געפרעגט שמעון'ן אויב ס'טאקע דא אזא מאנגל אין גוטע סחורה איבער וואס צו שרייבן אז מ'זאל דארפן קאפירן פון איינעם צום צווייטן..'


קענסט דאך פרעגן אויף די רעגירונג פארוואס שרייבן זיי די זעלבע זאך אויף ענגליש און אויף ספאניש, האבן זיי נישט גענוג וואס צו שרייבן?

;l;p-
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יעצט קום איך פון גראסערי. האב איך געכאפט א שטיקל בליק אויפן בליץ וואס זאל איך זאגן.. ער האט מיך געכאפט!

און איך זאג באמת ווען נישט דאס וואס איך בין צוגעבינדן צו די אנדערע אויסגאבע נישט וועלנדיג פארפאסן די פארזעצונג, וואלט איך לכאורה געקויפט דעם (פאר ביידע האב איך נישט קיין צייט)
דערווייל האב איך נאך גארנישט געקויפט ווייל איך בין נאך אנדיסיידעט.
איך זעה אז ער שרייבט אז ער האלט שוין אן א האלבע יאר צו גוטן. דאס איז גאנץ א שיינע נאמבער. מיר האט די עיקר געכאפט די תוכן. אסאך היסטארישע בילדער לכבוד כ"א כסליו און נאך גאר אינטערעסאנטע זאכן. איך האב נאר געבלעטערט שטייעדיגערהייט מיט א באטל מילך אין די האנט, אבער וואו ס'זעהט אויס וועל איך נאך צוריק גיין עס איבער קוקן און גאר מעגליך קויפן.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

"דער בליץ" - קאלירט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

די אויסגאבע פון חודש טבת פון "דער בליץ" איז נארוואס ערשינען אין די געשעפטן מיט אן איבערראשונג: די גאנצע אויסגאבע איז געווארן פול-קאלירט!
עס ווייזט זיך אויך אויס אז די שארפע קריטיק פון די פארגאנגענע חדשים איז דערהערט געווארן, און די ארטיקלען זענען דעם חודש דורכגעגאנגען א שטיקל הגה.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אבי מען רעדט שוין ווייטער פון דער בליץ....
ברענעריי
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 24, 2010 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברענעריי »

שלום עליכם קארל.
פון וועלכע קריטיק רעדט איר?
און נעמט דאס צו קענטעניס אז אויב רעכנט איר דאס טוישן קאלירט א באווייז אז מ'האט געהאט קריטיק דאן פארשטייט איר אז דאס גייט אויף ביידע זייטן פונעם מטבע.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

ברענעריי האט געשריבן:פון וועלכע קריטיק רעדט איר?
און נעמט דאס צו קענטעניס אז אויב רעכנט איר דאס טוישן קאלירט א באווייז אז מ'האט געהאט קריטיק דאן פארשטייט איר אז דאס גייט אויף ביידע זייטן פונעם מטבע.

לייען איבער וואס כ׳האב געשריבן און ס׳וועט דיר קלאר ווערן אז איך רעד פון קריטיק אויף דעם קוואליטעט פון די ארטיקלען.
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

ווען א גיטע זאך ווערט נאך בעסער...
די בליץ פון די חודש איז ממש א ברכה צי מאכן
לויפט אין קויפט(קרעדיט פינקי)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קאנפירמירט, עס איז גוט און ווערט נאר בעסער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

טעות
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שוין פארראכטן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אקעי חברה. ברענגטס ארויס די פאנטשינג בעגס. מ'גייט אריין אין גיער.

קארל דו ביזט א צדיק! מאך זיכער אז ווען אימער דו שרייבסט די ווארט 'בליץ' זאל עס שטיין נאנט צו די ווארט קריטיק וכו' דאס גיט עס די בעטסע טשאנס אז די זאך זאל אראפפארן אינעם תהום ווי די פארגאנגענהייט האט געוויזן.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

געלעגער האט געשריבן:אקעי חברה. ברענגטס ארויס די פאנטשינג בעגס. מ'גייט אריין אין גיער.

קארל דו ביזט א צדיק! מאך זיכער אז ווען אימער דו שרייבסט די ווארט 'בליץ' זאל עס שטיין נאנט צו די ווארט קריטיק וכו' דאס גיט עס די בעטסע טשאנס אז די זאך זאל אראפפארן אינעם תהום ווי די פארגאנגענהייט האט געוויזן.

עס קען כמעט נישט זיין קיין גרעסערער שבח פון דעם אז מ'דערהערט קריטיק. אז "דער בליץ" האט קענטיג אביסל אנגעפאנגען מגיה זיין די ארטיקלען איז דאס לויבנסווערד.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

דער בליץ האט מיר ארויס גענומען די גאנצע אפעטיט פון עס קויפן. אנשטאטץ צו לייגען אונטרעסאנטע פיקטשערס אויפן דעקל, לייגען זיי די סאטמערע רבי און גרויס, אויב זיי האבען שכל לייגען זיי אונטרעסאנטע בילדער אויפן דעקל ס'זאל ציען אנדערע קאסטאמערס א חוץ סאטמערע.

שוין די אייבערשטער זאל העלפן סזאל זיך האלטן אפען יארן לאנג...
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

טאקע צוליב דעם האב איך ליבערשט געקויפט די AMI מאגאזין וואס האט געלייגט אויפן דעקל א גרויסן בילד פונעם בעלז'ער רבי - א טאפיק וואס האט געצויגן אפילו מיינע חברים פון לעיקוואד.
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

איך רייס נישט אראפ קיינעם אבער סזענען נאך דא אזעלכע וואס לעבן מיט א האס צו אונזער הייליגען רבי'ן דעם בעל דברי יואל ויואל משה זי"ע און קענען נישט סובל זיין א הייליג בילד פון אים. סאטמאר האט אבער א גרויסער רוב אינעם היימישן ניו יארק וואס ליינט אידיש. דעריבער האלט איך אז זיי האבן יא גוט געטון און סהאט זיך זיי געלוינט צו באקומען א שטיקל ערנסטער פנים. כבין נאר נייגעריג צו וויסן אויב פינאנציעל האט זיך עס זיי אויך געלוינט דהיינו אויב זיי האבן צובאקומען קאסטומערס יענעם חודש. מיין געפיל זאגט מיר אז יא
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”