'דער בליץ' - חודש'ליכע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

'דער בליץ' - חודש'ליכע מאגאזין

תגובהדורך מוטשע נישט » מאנטאג מאי 17, 2010 1:52 pm

געהערט האב איך אז א נייע מאגאזין 'דער בליץ' איז געזעהן געווארן אויסגעלייגט אויפן גראסערי שעלף. וואס איז דאס? ווער איז דאס? אפשר א קאמפאטישן צום שטערן?

bobke
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » מאנטאג מאי 17, 2010 2:59 pm


פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מאנטאג מאי 17, 2010 10:33 pm

לאמיר אנהייבן פון אנהייב,.....ווער געט נישט ארויס דער בליץ?
אגב וויאזוי ספעלט זיך נוי יארק

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג מאי 17, 2010 10:36 pm

אפשר איז מיר איינער מסביר וואס דא גייט פאר? איך האב קוים באמערקט דעם אנדערן אשכול פון די נייע אויסגאבע "דער בליץ" איך שארף זיך די ציין עס צו לייענען מיט דורשט, און פאר וואס ווען וואו, איז ער מיר פארשוואונדען פון אונטער די האנט? וואס האט פאסירט??????

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 17, 2010 10:37 pm

פאסירט האט אז אידן האבן זיך צופירט די הענט און פארגעסן אז אויף איי-וועלט/קרעטשמע שרייבט מען נישט אזוי היציג און בייסיג.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג מאי 17, 2010 10:39 pm

יו א שאד איך בין נישט דא געווען פריער!!!!!!!!!
אפשר די גוטע חלק קען מען נאך ערגעץ אפיר קראצן?

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » מאנטאג מאי 17, 2010 10:44 pm

"דער בליץ" ווערט ארויסגעגעבן דורך ר' י. י. גרינפעלד, און ווערט געשריבן און אויסגעשטעלט דורך א בארא-פארקער יונגערמאן וועלכער פלעגט ביז היינט שרייבן פאר פארשידענע אידישע אויסגאבעס, ווי "דער בליק" און "צייטשריפט".
לעצט פאראכטן דורך קארל אום מאנטאג מאי 17, 2010 10:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג מאי 17, 2010 10:51 pm

דר. קרעמער:

דער אנדערער אשכול האט אויסגעהאכט די נשמה אויפ'ן אפעראציע טיש, אדער מ'ברענגט אים באלד אפיר א פאראכטענער?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 17, 2010 10:53 pm

שטארק זיך: מיר זענען מיט אייך!

אריין אין "ענין פון מחיקה אשכול"
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג מאי 17, 2010 10:58 pm

דער נושא איז געווארן אויסגעשמועסט פון "אלע" צדדים, איך האב נאכגעזוכט אין דיקשאנערי די אפטייטש פון היציג און בייסיג, קוקט אויס אז איינער האט עפעס געמעקט דארט... ווייל ס'קלעבט נישט מיט וואס דארט איז פארגעקומען...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג מאי 17, 2010 11:00 pm

באלד פירט מען אריין אויך דעם אשכול פאר א טריפל בייפעס...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג מאי 17, 2010 11:01 pm

לאמיר מאכן א מנין תהילים אינדרויסן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » מאנטאג מאי 17, 2010 11:02 pm

גראדער האט געשריבן:דער נושא איז געווארן אויסגעשמועסט פון "אלע" צדדים, איך האב נאכגעזוכט אין דיקשאנערי די אפטייטש פון היציג און בייסיג, קוקט אויס אז איינער האט עפעס געמעקט דארט... ווייל ס'קלעבט נישט מיט וואס דארט איז פארגעקומען...

כפארשטיי אויך נישט וואס פונקטליך איז געווען שלעכט דארט. שוין וואס פארשטייען מיר.

אפשר וועט ער אפיר קומען א צענזורירטער. לאמיר האפן. כאטשיג דאס
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 17, 2010 11:10 pm

סנישט געוועהן אזוי שלעכט, ווי בייסיג, און זייער הייסע לאווע האט געשפריצט אין ריכטונג פון קאלעגע שרייבער, און מאנכע האבן גערופן הילף פון דאפעלטע ניקס, ווי ארעסטאנט האט ערווענט, בקיצור די זאך איז ארויסגעפארן פון די גלייזעלעך שינעס.

אבער אז מען פארמעקט פיר בלעטער, קען דאך אויסקוקן ווי אלע אלע זענען געוועהן במעל, און אז מען טאר נישט פרידליך אויסשמועסן א נייע אויסגאבע, און הערות והארות דערויף, אלזא איז צו ערווארטן אז עס וועט באלד צוריקקומען.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג מאי 17, 2010 11:12 pm

פרייליכערהייט האט געשריבן: אלזא איז צו ערווארטן אז עס וועט באלד צוריקקומען.


העטער גומל בענטשן נאך די אפעראציע?...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג מאי 17, 2010 11:28 pm

עבעך מוזן איינהאלטן מיינע תגובות ביז ער וועט, אדער צוריק אפיר קומען א פאראכטענער, אדער עמער איינזען אז ס'קומט שוין נישט צוריק און ממוז שרייבן דא
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מאי 18, 2010 5:13 am

מעגליך אז יענער אשכול וועט צוריקקומען, אבער איר וועט אים נישט דערקענען. אויך דארף מען גרויס רחמי שמים אז א מנהל זאל טרעפן צייט אין דעם היינטיגן ערב יום טוב טאג דאס צו פארריכטן און צוריקברענגן.

דער כלל איז: א שרייבער וואס שרייבט בלויז אונטער א פסעוודאנים, האט לכאורה א סיבה צו זיין פארהוילנקייט, אלזא איז קיין יושר אים צו באשרייבן ברבים מיטן פולן נאמען פון זיין טאטע און שווער וכו' וכו'.

דער זעלבער כלל האט נעכטן צוגעברענגט א מחיקה בענין ר' "שלום עזרי". לערנט אייך אויס אז "נישט יעדן וועם איר קענט מפה לאוזן, דארפט איר דא אויסטוהן די הויזן".

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג מאי 18, 2010 7:27 am

שענער גראם, קרעמער;
אפשר מאכט איר דאס אייער חתימה...

עניוועי, ס'מוז נישט צוריק קומען פאר יו"ט, אבער ביטע נאכדעם יא.

אדאנק קרעמער פאר די איבערגעגעבענע ארבעט.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דינסטאג מאי 18, 2010 7:35 am

אדאנק קרעמער פארן זיך רעכענען מיט די געפילן פון די באטראפענע.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » דינסטאג מאי 18, 2010 7:47 am

עס זעהט אויס צו זיין זייער אינטערסאנט
צוגעלייגטע
Der_Blitz.jpg
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דינסטאג מאי 18, 2010 9:56 am

וואס גייט דא פאר. נעבן מיין הויז איזעס נישט דא צו קריגן. איז עס שוין טאקע אויסגעגאנגען??????
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דינסטאג מאי 18, 2010 10:13 am

ארעסטאנט האט געשריבן:אדאנק קרעמער פארן זיך רעכענען מיט די געפילן פון די באטראפענע.

איידער מען האט פארשפארט יענעם אשכול האב איך געשריבן א תגובה, און איך בין נישט זיכער צי דו האסט עס געזען.
כ'האב געשריבן אז אנשטאט וועבן קאנספיראציעס קעגן די וואס שרייבן פשוט'ע, טריקענע, אמת'ע אינפארמאציע (אגב, איך פערזענליך האב בלויז געשריבן יענעמ'ס שרייבערישן פסעוודאנים), און פרובירן צו פארדרייען די פאקטן, וואלטסטו גלייך געדארפט בעטן שיינערהייט, "ידידי היקר, ביטע נישט שרייבן איבער דעם ענין. עס איז נישט לרצון פון דעם מדובר." איך גלייב אז יעדער וואלט דאס פארשטאנען און רעספעקטירט.
אנשטאט, האסטו זיך ארויסגעלאזט אויף א ווילדן קאראהאד אנצוקלעבן מיסטעריע-אנווארפנדע "וד"ל'ס" אויף ווער עס האט זיך נישט געוואלט לאזן פארדרייען.
נעקסט טיים געדענק דעם כלל: דברי חכמים בנחת נשמעים.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג מאי 18, 2010 10:21 am

דער עלום איז אין די פעדערן היינט...

קרעמער, ביטע פיר נישט אריין דעם אשכול איידער דו ברענגסט צוריק דעם אלטן.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג מאי 18, 2010 10:40 am

איך האב שוין כמה פעמים דערמאנט אז די מנהלים זענען וואלאנטירען, אויב איינער האט טענות קען ער זיך אנטראגן צו זיין א מנהל און מען וועט זען זיינע קוואליפיקאציעס.

איך גלייב שווער אז איינע פון די מנהלים - חוץ ארעסטאנט - וועט האבן געהעריג היינט צייט צו מאכן סדר מיטן אלטן אשכול.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דינסטאג מאי 18, 2010 10:41 am

ענדליך ערהאלטן די "דער בליץ"

כ'מוז זאגן אז יא סאיז א בליץ!!!!!

בפרט פאר אן ערשטע אויסגאבע איז א היט!!

גאר אינהאלטסרייכע ארטיקלען. ממש אוימגלויבליך פארן ערשטע אויסגאבע. מזעהט אז סליגט דא עקספריענס און חכמה צוזאמען.

כוועל אי"ה צירוקומען נאך יו"ט מיט מער. אויב קיינער וועט מיך נישט אויסכאפן....
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט