צייטשריפט: עקסקלוסיוו מיט ר' מרדכי יצחק סאמעט אין טורמע!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

צייטשריפט: עקסקלוסיוו מיט ר' מרדכי יצחק סאמעט אין טורמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

לכבוד דעם יום טוב פסח, האט צייטשריפט אפגעהאלטן א אינטערוויו מיט ר' מרדכי יצחק סאמעט וועלכע זיצט שוין 9 יאר אין טורמע.
אטעטשמענטס
2010323_31614727_jpg.jpg
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

ערגער ווי טויט שטראף? פארוואס האט מען איבערגעדרייט ביי גראסמאן?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

שרעקליך! ממש נישט צום דערקענען, אזוי אויסגעדארט געווארן?
ווער עס געדענקט אים ער איז געווען היבש ברייטליך מיט א שמייכל אויפן פנים

ה' ירחם עליו ועל כל אסורי אחב"י
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך האלט אז עס פאסט נישט פאר א היימישע אויסגאבע צו שרייבן אזוינע יאוש'דיגע ווערטער אויפ'ן דעקל!!!!!!!!!
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

אויפריכטיג האט געשריבן:איך האלט אז עס פאסט נישט פאר א היימישע אויסגאבע צו שרייבן אזוינע יאוש'דיגע ווערטער אויפ'ן דעקל!!!!!!!!!


צו ס'פאסט יא צו ס'פאסט נישט איז דאס דער ביטערער מציאות, א איד זיצט שוין 9 יאר אין תפיסה, ער האט שוין פארפאסט 5 חתונות פון קינדער, האט איר זיך אמאל אפגעשטעלט טראכטן וואס עס שפירט א טאטע ווען ער לייגט זיך אריין אין זיין הארטן תפיסה געלעגער ביינאכט, און ער ווייסט אז אפאר מייל ארויפצור גייט זיין קינד אינטער די חופה...

ווען ס'וועט קומען איינער וואס האט שוין געשפירט דעם טעם פון טויט, און האט שוין געשפירט וואס עס הייסט אז קינדער וואקסן אויף, האבן בר מצוה, חתונה, מאכן שמחות, און אלעס אן דעם ראש המשפחה, אויב איינער וואס האט שוין געשפירט ביידע וועט עס אפווענדן וועט עס אפשר זיין א פירכה...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

סאיז שוידערליך, כ'גיי אויס פאר רחמנות פאר אים :-(
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

און דעם טויט שפירט מען איינמאל, דער איד שפירט דעם טויט שוין ניין יאר אין א ציה...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

כ'זאג נישט אז עס איז נישט אמת, איך האלט נאר אז מען טאר נישט ארויסשטעלען אין די עפענטליכקייט אזא סטעיטמענט. וואס זאלן מענטשן קלערן דערנאך אויף דעם מאמר חז"ל אפילו חרב חדה מונחת על צוארו של אדם אל יתיאש עצמו מן הרחמים.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

איך פארשטיי אינגאנצן נישט די פראגע, ווער רעדט דא פון זיך מייאש זיין?
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

גראדער האט געשריבן:ווען ס'וועט קומען איינער וואס האט שוין געשפירט דעם טעם פון טויט, און האט שוין געשפירט וואס עס הייסט אז קינדער וואקסן אויף, האבן בר מצוה, חתונה, מאכן שמחות, און אלעס אן דעם ראש המשפחה, אויב איינער וואס האט שוין געשפירט ביידע וועט עס אפווענדן וועט עס אפשר זיין א פירכה...


כווייס נישט ווער ס'האט שוין געשפירט ביידע, אבער די וואס האבן שוין געשפירט דעם טויט זאגן אז זיי האבן זיך למעשה יא באטייליגט ביי די שמחות פון זייערע קינדער פון יענע וועלט...
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר_הדייעט »

דער געוועזענער גאווערנאר קאומא האט אמאל פארטיידיגט זיין שטארקע קעגנערשאפט צו טויט שטראף, אז רוב לעבנסלענגליכע ארעסטאנטן ווינטשן זיך מען זאל זיי ענערש הרג'נען ווי איידער צו בלייבן זיצן אין טורמע אויף אייביג. מזה ראי', האט קאומא געזאגט, אז לעבנסלענגליכע טורמע איז א שטערקערע שטראף ווי טויט שטראף.

מסתמא איז דאס גילטיג אויך לגבי אן אכט און צוואנציג יעריגע טורמע אורטייל.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

געווענטליך ווען מען פאראורטיילט איינעם צו לעבנסלענגליך אין תפיסה מיינט עס 25 יאר.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

באמערקט אויפ'ן קאווער אז עס איז דא גענזן-פיס אויף די ווערטער "ערגער ווי טויט-שטראף". דאס איז ווייל דער אויסדרוק איז א ציטאט פון ר' מרדכי יצחק סאמעט אליין, ווי געברענגט אינעווייניג אינעם ארטיקל.
סאו עס איז נישט אז איינער זאגט דאס אויף אים, נאר ער אליין פילט אזוי אז זיצן אזויפיל יאר איז ערגער פון טויט שטראף. און ער האט קלאר די רעכט צו שפירן אזוי.‬
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

למעשה וואס קען מען טוהן אים ארויסציזען לחירות?
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

פאטאקי08 האט געשריבן:למעשה וואס קען מען טוהן אים ארויסציזען לחירות?

נישט שרייבן ביכער אז דער סיסטעם איז אנטיסעמיטיש געשטימט.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

מאנאגרעמס האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:למעשה וואס קען מען טוהן אים ארויסציזען לחירות?

נישט שרייבן ביכער אז דער סיסטעם איז אנטיסעמיטיש געשטימט.


איך האף אז דו מיינסט נישט ערנסט וואס דו האסט דא געשריבן!

ווי קען מען פארשטיין יענעמס געפילן אין אזא מצב וואס מ'זעהט ממש נישט קיין וועג ארויס מאפילה לאורה?!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

אויף סאמעט אליינס האב איך ח"ו נישט קיין טענות. קיינער קען אים נישט פארשטיין.
אבער אויף די אלע אויסגאבעס וואס האלטן אין איין שרייבן וואספארא אנטיסעמיטישע רעגירונג מיר האבן האב איך יא טענות.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

אויפריכטיג האט געשריבן:איך האלט אז עס פאסט נישט פאר א היימישע אויסגאבע צו שרייבן אזוינע יאוש'דיגע ווערטער אויפ'ן דעקל!!!!!!!!!


איך האב עס נעכטן דורכגעליינט, עס האט מיר זייער באנומען די קאשמארן וואס ער גייט דורך.

נאכ'ן ליינען זעט אויס, אז ער אליין האט פארלאנגט דעם ארטיקל, און דער סטעיטמענט פון ערגער ווי טויט שטראף, איז לכאורה געווען זיין פארלאנג אז מען זאל דאס שרייבן גרויס. עס קוקט אויס ווי זיין ציל איז אז כלל ישראל זאל איינלייגן וועלטן אים צו באפרייען, און טון כאטשיג וואס מען האט געטון ביי גראסמאן (ד"ה שיקן אונטערשריפטן און פעטיציעס אד"ג), און ער איז גרייט געווען אפילו מען פאקט אים ארויס אינדרויסן מיט זיינע בילדער, אויב דאס וועט ברנגן די ריכטיגע אויפמערזאמקייט ביים ציבור.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איז דאס אן אמת'ע בילד, איז מען ערלויבט צו כאפן בילדער אין תפיסה פון ארעסטאנטן?
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

זייער שיין פון צייטשריפט, אז זיי האבן זיך איצט פריש דערוועקט, זיי האבן געשפירט דעם חוב, צו ר' מרדכי יצחק'ן בפרט איצט נאך וואס [א חלק] כלל ישראל האבן אונטערגענומען די העפטיגע הצלה אקציע צו ראטעווען גראסמאן..איז נישט מער ווי גערעכט, זיך אויף אים אויך צו דערבארעמען.

און יא! מען ברויך שיקן פעטיציעס-צו בעטן-גענאדע, רחמנות, ער איז א מענטש פון אונז, און מיר האבן א רעכט זיך אויף אים צו קימערן.

אפילו א אפיניאן, איבער די אומיושרדיגע שטראף, און אומ'שכל'דיגע אמעריקאנער ווייט-קאלער קריים סיסטעם, מעג מען אויך האבן, און אפילו ארויסברענגן, דורך א בריוו. אבער-שרייען, מאכן געוואלדעס, באצייכענען אלס אנטיסעמיטיש, און זיך באנוצן מיט ראסיסטישע טענערייען, וכולי, דאס איז דאך פשוט וואנזיניג, און טיפשות..

אבער ועל כולם טוען די פעולות אויף, און אפעלירן צום ארעסטאנט אליין, עס ווייזט ברודערשאפט, און אינטערעסע, מיר זענען מיט אים, אפילו די רעגירונג האט אים אזוי מיאוס פאר'משפט, אונזער מחשבה איז מיט אים, מיר קוקן זיך אום אויף א איד וואס שמאכט, אין טורמע. די הויפענעס חיזוק, אז איינער אינדרויסן ווארט אויף מיר, איינער קעירט, עס טוט איינעם באנג, איינער קלערט פון מיר, איז דאך ממש מחי' נפשות, עס איז ממש א קוואל פון האפענונג, און א ים פון גליק....ער איז נישט פארלאזט, ער זיצט יעדן טאג אין טורמע, מיר טראכטן אלס פון אים...

אלס א זייטיגער אנעקדאט-שמועסנדיג אזוי נעכטן, אין שול, מיט איינער וואס האט אזוי דערציילט פאר מעריב, וועגן די ארטיקל אין צייטשריפט, וכולי, בלא בלא בלא..רופט ער זיך צו מיר אן, גלויב מיר היינט האב איך געדאווענט אנדערש, כאב געשפירט פרייהייט, כאב געקענט טרעפן מענטשן, רעדן צו וועם אימער, און גיין און שטיין, ווי און ווען כאב געוואלט...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נו געגאנגען.

לאמיר פריש אויפפרישען דעם סייט 'rescue samet' (עפעס אזוי) און אנהויבן מאכן א מהפכה ביי די הויכע פענצטער.
מוז מען דען שטארבן - אווי גראסמאן - כדי צו מאכן אן איבערקערעניש??

נו, ר' לוי יצחק בן שרה סאשא איז דא צו הילף!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען »

מיללער האט געשריבן:איז דאס אן אמת'ע בילד, איז מען ערלויבט צו כאפן בילדער אין תפיסה פון ארעסטאנטן?

מען איז נישט ערלויבט אריינצוברענגען סיי ואס דארט סאו א קעמרע איז בל דכר שמי נאר עס איז דא א ספציעלע ארעסטאנט וואס באקומט די דזשאב וואס איז ממונה צו כאפן פיקטשערס , יעדע שטיק צייט באקומט עס א צווייטער.. אין ווי פארשטייט זיך רייסן זיך אלע ארום דערויף ווייל די גאנצע וויזיטינג צייט וואס עס איז דא קען ער זיצן אין די וויזיטינג צימער אנדערש וואס סתם אזוי דארף מען זיין אינעוויניג אין מען קען ארויסקומען נאר טאמער מען האט א באזוכער.
דער ארעסטאנט קען קויפן מיט זיין געלט פריפעיד וויפל פיקטשערס ער וויל, אין ער קען עס נוצן ביי זיינע וויזיטס
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic

כזע אז אין אלע פארום'ס האט מען געעפנט אן אשכול דערויף....


די קאווער בילד איז נישט עכט, דאס קען יעדער וואס פארשטייט אביסל צו גראפיק גלייך באמערקן, דער בילד פון וואו זיין צורה איז גענומען ליגט אינסייד אין צייטשריפט, אויפן בילד שטייט ער מיט זיינע קאזינס
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

ידען האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איז דאס אן אמת'ע בילד, איז מען ערלויבט צו כאפן בילדער אין תפיסה פון ארעסטאנטן?

מען איז נישט ערלויבט אריינצוברענגען סיי ואס דארט סאו א קעמרע איז בל דכר שמי נאר עס איז דא א ספציעלע ארעסטאנט וואס באקומט די דזשאב וואס איז ממונה צו כאפן פיקטשערס , יעדע שטיק צייט באקומט עס א צווייטער.. אין ווי פארשטייט זיך רייסן זיך אלע ארום דערויף ווייל די גאנצע וויזיטינג צייט וואס עס איז דא קען ער זיצן אין די וויזיטינג צימער אנדערש וואס סתם אזוי דארף מען זיין אינעוויניג אין מען קען ארויסקומען נאר טאמער מען האט א באזוכער.
דער ארעסטאנט קען קויפן מיט זיין געלט פריפעיד וויפל פיקטשערס ער וויל, אין ער קען עס נוצן ביי זיינע וויזיטס

לכאורה איז דאס אלעס געזאגט געווארן נאר אין דעם קעמפ תפיסה, איא?
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

נאופס! אין אלע תפיסות.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”