"די וואך" - וועכענטליכער בילדער אויסגאבע

די אחראים: אחראי, געלעגער

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 3:33 pm

נעוואדע, יעדע איינציגע וואך מיט א פרישקייט, דא איז פון די וואך
צוגעלייגטע
416077072.jpg

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 3:38 pm

דער גראפיסט ארבעט נאך דארט?
kraitchmah עט גימעיל

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2011 4:47 pm

דער דעקל איז מעשי ידו וואך איין וואך אויס, אין אגב איז דער גראפיסט א פאטאגראפירער אויך, די הויפט בילדאויפן דעקל, פון אומאן , איז זיין ארבעט

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13936
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג נובעמבער 15, 2013 11:08 am

וישלח תשע"ד

BZHjW0vCMAAihkJ.jpg

זארג נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג נובעמבער 15, 2013 11:33 am

שכח קאני
שוין געמיינט אז זייט דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 2:33 pm איז עס נאכנישט ארויסגעקומען

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג מארטש 09, 2014 7:10 pm

איינער האט די וואכעדיגע?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג מארטש 10, 2014 6:11 pm

מומחה עצום האט געשריבן:איינער האט די וואכעדיגע?


IMG-20140310-WA0022.jpg
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
א תמים
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2013 1:35 pm

פורים אויסגאבע

תגובהדורך א תמים » זונטאג מארטש 23, 2014 5:17 pm

האט איינער גיזעהן דעם בייגעלייגטן פורים אויסגאבע? ?אביסל קינדעריש אבער דאך cute

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

וועכנטליכע אויסגאבע "די וואך"

תגובהדורך שלום אויש » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 9:18 pm

און די היימישע געשעפטן ווערן וועכנטליך ציכאפט די מייסטער געלונגענע אויסגאבע "די וואך" וועלכע האט דעקונג פון אלעס איבערן וואך מיט קאלירפולע בילדער, אנגעהויבן ביי בילדער פון אונזערע רבנים און וועג ווייזער מיט אלע זייטיגע מאורעות אינערהאלב די קהלות און באזינדערע אפטיילונגען פון נייעס אלוועלטליך
א בילד....זיך שטעלן מסביר זיין וואס א בילד איז...א בילד איז א קאנצעפט פון א פאפיר וואסאיז עדות און פאראייביגט פאסירונגען , זי איז א פאפיר וואס אויב איז זי נישט דא פארלאנגט זיך טויזענטער ווערטער, האנט באוועגונגען, גוזמאות און הסברות און מען קען עס נאך אלס נישט ארויס האבן אזויוואו ווען מען זעהט איין איינצעלנעם בילד , זי איז א געמיש פון שרייעדיגע קאלירן וואס שטעלן אהער דעם...דעם בילד...
א בילד רעדט מער וואו טויזענט ווערטער קורסירט א שפריכווערטל וואס ערווענט איבער אונזער אויבנדערמאנטער ביישפיל
בילדער גייען צוריק פאר א לאנגע צייט, און געניטע מעהלער פלעגן שוין אפמאלן פענימער פון מענטשן מיט לאנגע דורות פריער וואס צוליב דעם איז אונז היינט געבליבן א שטיקל מזכרת נצחי פון הייליגע געשטאלטן שרפי מעלה אמאליגע ערליכע אידן און צדיקים,אנדערע האבן געהאט אנדערע כוונת, נישט לאזנדיג אפכאפן זייערע לעכטיגע צורות,
ביי טייל איז עס נישט געווען קיין פראבלעם וואו ביי ר' ישעיעלע מקערעסטיר וואס זיינע בילדער ווערן געניצט אפציהאלטן מייז וכדו (וואס גראדע האלטן זיינע אייניקלעך אז סאיז נישט אנגענימען אזוי)
ביי אידן בפרט וואס צוליב איהר צישפרייטונג און די גאנצע וועלט ווייסט מען נישט וואס עס שפיעלט זיך אפ און אנדערע שיינע וואוינערטער איז אזא געדאנק פון בילדער גאר א גוטע געדאנק, און בשנים קדמוניות ווען די פלאם פלעגט לויפן קונקורירנדיג מיטן דער בליק האט טאקע אזא אויסגאבע אנגעהויבן אנקימען וואס איז נאך אביסל געבליבן באקאנט צוליב איהר פאקט פון גרינדן און אוועקשטעלן דעם איידיע, נעמליך די כל העולם כולו
עס פלעגט אנקימען און עס פלעגט האבן אסאך פראבלעמען קודם די העברעיאישע שפראך וואס פארשטייט זיך מענטשן לייענען עס נישט גרינג און זיי פלעגן האבן זייער אסאך באורינג דעקונג פון יעדן נארישער הויף און פלעגן אנפולן די בלעטער מיט ציוניסטישע רב הראשיים און קאלטע עלעמענטן זיי שענקענדיג מויראדיגע טיטלען וואס האט פשוט נערווירט אסאך מענטשן,
די אידישע מידיא פעלד איז דאן געווען א באקסער פעלד און שלעכטע סארט פאפירן האבן זיך געעפנט און פארמאכט כסדר בשעת ווען די העברעיאישע פאפירן האבן געשפרודלט און צובאקומען קונקורענץ, עס האט זיך געעפנט העולם החרדי די זעלבע מין געדאנק פון בילדער אזויוואו די כה"כ,
די אידישע פעלד האט דאס נישט געהאט, ביז ווען פארן היימישן באקאנטן פאטאגרעפיסט פון ב"פ ר הערשל רובינשטיין איז איינגעפאלן די איידיע און אינוועסטירט דערין אינאיינעם מיט זיין זוהן יוסי , וועלכע פלעגט שוין האבן א גוטן שמעק און דעם פעלד מיטן ארויסגעבן צוויי מאל א יאר דעם דאן אויפגעכאפטן "די זוממער" אום סוף זוממער און "די ווינטער" אום וונטער ענדע ,
און אנהויב איז עס נאך געווען היבש בלאס און פעלערהאפטיג און ער האט באוויזן זיך שטארק צי בויען ציביסלעך, אוועקשטעלנדיג זיין אויסגאבע אויף א פונדאמענטאלע גאנג מיט רייכע פרינציפן ,און זיך שיין אויפגעבויעט זיין שופר ,
היינט קימט עס ארויס מיט א פראכט פון שיינע קאלומען וואס ווערן געשריבן דורך די וואך'ס מענדעלע שרייבער א גוטע שריפטשטעלער און גוטע געדאנקען , די אויפלאגע קימט באגלייט פון מאל צו מאל מיט שיינע מתנה' לעך וואו סידיס און נאך יעדע יום טוב האט זי א פארברייטערטע אויסגאבע מיט פילצאליגע ביילאגעס טיילמאל מיט היסטארישע ארבייט דערין וואו בילדער פון פארן מלחמה און נאך וואלט געווען א גיטע געדאנק ווען איינער ברענגט אהער א בילד פונעם דעקל יעדע וואך

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2694
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:38 pm

אין אן אנדערע אשכול האט ידידנו קנ"א געשטעלט פריער דעם דעקל. "70 יאר פון ממלכת בית פאפא"
דאס איז א ספעציעלע ביילאגע וואס קומט איצט פרשת עקב אינעם "די וואך" אין צוזאמענהאנג מיט די דרייסיגסטע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2694
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:46 pm

די עמטליכע דעקל די וואך
צוגעלייגטע
IMG-20140813-WA017.jpg
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:15 pm

א דאנק הלשון פארן עס ארויפברענגען ווער עס האט די מעגליכקייט זאל עס ברענגען וועכנטליך

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:57 pm

דאס איז דער בעלזער רב אויפ'ן דעקל?
אין טלזסטון גייט מען נישט א ספאדיק?
...כי אם ליראה וגו'

יוחנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 7:22 pm

תגובהדורך יוחנן » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:00 am

שלום אויש האט געשריבן:א דאנק הלשון פארן עס ארויפברענגען ווער עס האט די מעגליכקייט זאל עס ברענגען וועכנטליך

דריי_קאפ
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 10:10 am

תגובהדורך דריי_קאפ » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:05 am

חסידישער יוד האט געשריבן:דאס איז דער בעלזער רב אויפ'ן דעקל?
אין טלזסטון גייט מען נישט א ספאדיק?

איך מיין אז ביינאכט גייט מען מיטן ספאדיק און צופרי מיטן היט (אזוי איז געווען די יאר)

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:09 am

דריי_קאפ האט געשריבן:
חסידישער יוד האט געשריבן:דאס איז דער בעלזער רב אויפ'ן דעקל?
אין טלזסטון גייט מען נישט א ספאדיק?

איך מיין אז ביינאכט גייט מען מיטן ספאדיק און צופרי מיטן היט (אזוי איז געווען די יאר)

דו באשטעטיגסט אז די בילד איז פון בעלזער רב? אדער דו ביסט גאר געווען אין טלזסטון?
יעדעס יאר גייט מען א ספאדיק בייטאג אויך כמבואר בהבילדער. זעט אויס אין טלזסטון איז אנדערש.
...כי אם ליראה וגו'

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:18 am

חסידישער יוד האט געשריבן:
דריי_קאפ האט געשריבן:
חסידישער יוד האט געשריבן:דאס איז דער בעלזער רב אויפ'ן דעקל?
אין טלזסטון גייט מען נישט א ספאדיק?

איך מיין אז ביינאכט גייט מען מיטן ספאדיק און צופרי מיטן היט (אזוי איז געווען די יאר)

דו באשטעטיגסט אז די בילד איז פון בעלזער רב? אדער דו ביסט גאר געווען אין טלזסטון?
יעדעס יאר גייט מען א ספאדיק בייטאג אויך כמבואר בהבילדער. זעט אויס אין טלזסטון איז אנדערש.

דאס איז אין ירושלים דאכט זיך.
עניוועי, דער קאלפיק איז געמאכט פאר מאורעות, טישן, לחיים'ס, וכדו', נישט סתם אזוי.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:19 am

פארוואס צוויי אשכולות?

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:21 am

לוי יצחק האט געשריבן:
חסידישער יוד האט געשריבן:
דריי_קאפ האט געשריבן:
חסידישער יוד האט געשריבן:דאס איז דער בעלזער רב אויפ'ן דעקל?
אין טלזסטון גייט מען נישט א ספאדיק?

איך מיין אז ביינאכט גייט מען מיטן ספאדיק און צופרי מיטן היט (אזוי איז געווען די יאר)

דו באשטעטיגסט אז די בילד איז פון בעלזער רב? אדער דו ביסט גאר געווען אין טלזסטון?
יעדעס יאר גייט מען א ספאדיק בייטאג אויך כמבואר בהבילדער. זעט אויס אין טלזסטון איז אנדערש.

דאס איז אין ירושלים דאכט זיך.
עניוועי, דער קאלפיק איז געמאכט פאר מאורעות, טישן, לחיים'ס, וכדו', נישט סתם אזוי.

ספאדיק גייט מען ביים דאווענען. אויך ת"ב ביי קינות.
בעלזער רב איז ת"ב געוועזן אין טלזסטון.
ממילא אויב דיזע בילד איז פון דאס יאר פון בעלזער רב קומט אויס אז די מנהג אין טלזסטון איז אנדערש.
[וכפי ששמעתי שלע הרבה מנהגי בעלזא מוותרים בטלזסטון ומאמצים מנהגים "עממיים" כוויזניץ וכו' ואולי טעם אחר].
...כי אם ליראה וגו'

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4085
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:34 am

כ'וויל דיר נישט אוועקנעמען דעם זיסן קריטיק טעם פון מויל, אבער ביי די בילד שטייט חמשה עשר באב נישט תשעה באב, און זעט טאקע אויס צו זיין אין ביהמ"ד הגדול בירושלים.

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 12:37 am

derech eretz האט געשריבן:כ'וויל דיר נישט אוועקנעמען דעם זיסן קריטיק טעם פון מויל, אבער ביי די בילד שטייט חמשה עשר באב נישט תשעה באב, און זעט טאקע אויס צו זיין אין ביהמ"ד הגדול בירושלים.

נישט געוואוסט אז דער רב שליט"א איז ב"ה שוין צוריק אין ירושלים נאכ'ן ערהוילונג פון אפאראציע. טאקע פירט ער זיך צו קומען לערנען חמשה עשר באב אין היכל בית המדרש הגדול. יה"ר שיזכה לבריאות השלמה ואריכות ימים.
...כי אם ליראה וגו'

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2694
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 1:22 am

די בילד איז אין ירושלים תיכף נאכ'ן אהיים קומען פון טלזסטון - מ'האט געדאווענט מעריב, גענומען שלום, און זיך געזעצט לערנען ברבים לכבוד ט"ו באב.
אבער כמדומה איז עס נישט אין היכל ביהמ"ד הגדול נאר אין איינע פון די זייטיגע שטיבלעך אינעם בנין ביהמ"ד.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

גדול מרבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 30, 2013 7:05 am

תגובהדורך גדול מרבן » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 2:17 am

אין "מרכזי" שטיבל
איך בין דער קלוגסטער מענטשט, ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן

קוקט פאראויס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 06, 2014 4:12 am

תגובהדורך קוקט פאראויס » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 1:26 pm

איז נישט פארהאן נאך אויסגאבעס אויסער כל העולם כולו, עולם החרדי, און די וואך? דאכצעך מיר אז עס איז דא אויף אידיש "א בליק" וועלעכע איז אויך זייער אויפגעכאפט און האט זיך זייער גוט איינגעפעדעמט ביים אידיש ליינענדע ציבור, איך רעד שוין נישט פון די לעצטע האלבע יאר וואס זיי האבן אנגעהויבן עס צאמשטעלן מיט זייער נייע איינציגסטע אידיש ליינענדע מאגאזין "מאמענט" וועלעכע לויפט אויפן זעלבע שניט פון "משפחה" און "עמי",
אויך אין א"י איז פארהאן "הציבור החרדי" וועלעכע איז אן קיין ספיקות די שטערסקסטע בילדער אויסגאבע היינט צוטאג אין א"י,
אויך איז דא נאך א אויסגאבע אין א"י "בחצרות הקודש" וועלעכע האט זיך פאר נישט צו לאנג צוריק געעפענט (לאמיר האפן ער וועט אנהאלטן) וואס איז אויך שטערקער פון כל העולם כולו,
סאו רבי שלום פארוואס טוסטו אינגאנצן איגנארירן די אנדערע אזעלעכע בילדער אויסגאבעס?
שלום אויש האט געשריבן:און די היימישע געשעפטן ווערן וועכנטליך ציכאפט די מייסטער געלונגענע אויסגאבע "די וואך" וועלכע האט דעקונג פון אלעס איבערן וואך מיט קאלירפולע בילדער, אנגעהויבן ביי בילדער פון אונזערע רבנים און וועג ווייזער מיט אלע זייטיגע מאורעות אינערהאלב די קהלות און באזינדערע אפטיילונגען פון נייעס אלוועלטליך
א בילד....זיך שטעלן מסביר זיין וואס א בילד איז...א בילד איז א קאנצעפט פון א פאפיר וואסאיז עדות און פאראייביגט פאסירונגען , זי איז א פאפיר וואס אויב איז זי נישט דא פארלאנגט זיך טויזענטער ווערטער, האנט באוועגונגען, גוזמאות און הסברות און מען קען עס נאך אלס נישט ארויס האבן אזויוואו ווען מען זעהט איין איינצעלנעם בילד , זי איז א געמיש פון שרייעדיגע קאלירן וואס שטעלן אהער דעם...דעם בילד...
א בילד רעדט מער וואו טויזענט ווערטער קורסירט א שפריכווערטל וואס ערווענט איבער אונזער אויבנדערמאנטער ביישפיל
בילדער גייען צוריק פאר א לאנגע צייט, און געניטע מעהלער פלעגן שוין אפמאלן פענימער פון מענטשן מיט לאנגע דורות פריער וואס צוליב דעם איז אונז היינט געבליבן א שטיקל מזכרת נצחי פון הייליגע געשטאלטן שרפי מעלה אמאליגע ערליכע אידן און צדיקים,אנדערע האבן געהאט אנדערע כוונת, נישט לאזנדיג אפכאפן זייערע לעכטיגע צורות,
ביי טייל איז עס נישט געווען קיין פראבלעם וואו ביי ר' ישעיעלע מקערעסטיר וואס זיינע בילדער ווערן געניצט אפציהאלטן מייז וכדו (וואס גראדע האלטן זיינע אייניקלעך אז סאיז נישט אנגענימען אזוי)
ביי אידן בפרט וואס צוליב איהר צישפרייטונג און די גאנצע וועלט ווייסט מען נישט וואס עס שפיעלט זיך אפ און אנדערע שיינע וואוינערטער איז אזא געדאנק פון בילדער גאר א גוטע געדאנק, און בשנים קדמוניות ווען די פלאם פלעגט לויפן קונקורירנדיג מיטן דער בליק האט טאקע אזא אויסגאבע אנגעהויבן אנקימען וואס איז נאך אביסל געבליבן באקאנט צוליב איהר פאקט פון גרינדן און אוועקשטעלן דעם איידיע, נעמליך די כל העולם כולו
עס פלעגט אנקימען און עס פלעגט האבן אסאך פראבלעמען קודם די העברעיאישע שפראך וואס פארשטייט זיך מענטשן לייענען עס נישט גרינג און זיי פלעגן האבן זייער אסאך באורינג דעקונג פון יעדן נארישער הויף און פלעגן אנפולן די בלעטער מיט ציוניסטישע רב הראשיים און קאלטע עלעמענטן זיי שענקענדיג מויראדיגע טיטלען וואס האט פשוט נערווירט אסאך מענטשן,
די אידישע מידיא פעלד איז דאן געווען א באקסער פעלד און שלעכטע סארט פאפירן האבן זיך געעפנט און פארמאכט כסדר בשעת ווען די העברעיאישע פאפירן האבן געשפרודלט און צובאקומען קונקורענץ, עס האט זיך געעפנט העולם החרדי די זעלבע מין געדאנק פון בילדער אזויוואו די כה"כ,
די אידישע פעלד האט דאס נישט געהאט, ביז ווען פארן היימישן באקאנטן פאטאגרעפיסט פון ב"פ ר הערשל רובינשטיין איז איינגעפאלן די איידיע און אינוועסטירט דערין אינאיינעם מיט זיין זוהן יוסי , וועלכע פלעגט שוין האבן א גוטן שמעק און דעם פעלד מיטן ארויסגעבן צוויי מאל א יאר דעם דאן אויפגעכאפטן "די זוממער" אום סוף זוממער און "די ווינטער" אום וונטער ענדע ,
און אנהויב איז עס נאך געווען היבש בלאס און פעלערהאפטיג און ער האט באוויזן זיך שטארק צי בויען ציביסלעך, אוועקשטעלנדיג זיין אויסגאבע אויף א פונדאמענטאלע גאנג מיט רייכע פרינציפן ,און זיך שיין אויפגעבויעט זיין שופר ,
היינט קימט עס ארויס מיט א פראכט פון שיינע קאלומען וואס ווערן געשריבן דורך די וואך'ס מענדעלע שרייבער א גוטע שריפטשטעלער און גוטע געדאנקען , די אויפלאגע קימט באגלייט פון מאל צו מאל מיט שיינע מתנה' לעך וואו סידיס און נאך יעדע יום טוב האט זי א פארברייטערטע אויסגאבע מיט פילצאליגע ביילאגעס טיילמאל מיט היסטארישע ארבייט דערין וואו בילדער פון פארן מלחמה און נאך וואלט געווען א גיטע געדאנק ווען איינער ברענגט אהער א בילד פונעם דעקל יעדע וואך

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 1:31 pm

ר' שלום האט אן אגענדע. קוק זיינע אנדערע תגובות


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט