Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג דצמבר 22, 2009 1:08 pm

;l;p-

Advertisement

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 10:28 am

אויב רעדט מען שוין יא פון אפדעיטען די הויפט בלאט,
אפשר וואלט געוועהן א גלייכע זאך אז מ'זאל ארויפלייגן טעגליך די וועטער פונעם טאג, אדער פון די נעקסטע פאר טעג,
און אז איך האלט שוין די מייק,
אפשר א אלטענעט סייד פארקינג אפדעיט?
א אשכול וואלט זיכער נישט געשאדט.

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 10:33 am

שכח עסעפעס און אלע אנדערע וואס שטעלן זיך צו צו שרייבן די נייעסער

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 10:36 am

געלעגער האט געשריבן:אויב רעדט מען שוין יא פון אפדעיטען די הויפט בלאט,
אפשר וואלט געוועהן א גלייכע זאך אז מ'זאל ארויפלייגן טעגליך די וועטער פונעם טאג, אדער פון די נעקסטע פאר טעג,
און אז איך האלט שוין די מייק,
אפשר א אלטענעט סייד פארקינג אפדעיט?
א אשכול וואלט זיכער נישט געשאדט.

עס איז דא אזא אשכול אין קאר פארום.

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 10:49 am

ווען די נייע פראגראם וועט זיין פארטיג, וועט אי"ה קענען האבן פארשידענע אפציעס.

איידיעס וואס דער עולם שרייבט דא, וועט אי"ה גענומען ווערן אין באטראכט.

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 11:07 am

קען מיך אפשר איינער פון די אינסטאנצן קאנטעקטן אין אישי??

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 3:40 pm

צייטליך! יו אר דע מען!!!

איך ווייס אז עס קומט זיך א שכוח פאר ארענדער , קרעמער, וכילע, שרייבער און מגיהים, עס איז דא א באקס און די זייט, נעמא עטץ אלע!

אבער וויזוי האט ער געזאגט? יבוא בעל הכרם.... כ'מיין למעשה האטער עס גענומען און די פוס אריין, און געגעבן א שטופ פאראויס.

חזק ואמץ!!!!

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 8:40 pm

איך טראכט אפשר וואלט געווען א איידיע דא צי מאכן
א פלאץ צי שפילן געימס, געעעעימס?,,,,,,,,

א ערוואקסנע געים קען צי געבן אסאך ליפט פאר איינער
וואס וויל זיך אויס ליפטרין,

א גוטע געים קען טוישן די מאט פין א מענטש,(נישט אזוי? אפשר נישט ביי יעדן)
אין קען אוועק נעמען די טראכטן, למשל ווען איינער האט געהאט א שווערן טאג
אדער איז אינטער פרעשאר,

גיי שפיל א געים מיט די קאמפיטער
ס'איז אסאך אנטערעסאנטער צי שפילן לייוו מיט א מענטש

ווען ביסט אמאל אין די מאט פין א קוויטלעך, (פויקער בל') [קען זיין גיט פאר חנוכה]
א שאך וואלט נישט שלעכט געווען

ס'איז נישט מיין איידיע יעצט אויפגעטרכט
איך האב ס'געזען אויף עטליכער פלעצער
אויכט אויף פעסבאק (ווי ס'איז ליידער דא
דארט אסאך היימישע קינדער)

אזוי איך מיין

וואס זאגן די מנהלים?

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 9:14 pm

פיינע נייעס, אויך זיך געוואונדערט ווי די צוויי שווארצע שטייען דארט און צופראסקענען זיך נישט , ביידע געלעמט,
זאכן רירן זיך אין די גוטע דירעקציע,

מנהלים , נעמטס איין די אידישע וועלט, ציהטס אהער די בעסטע און שענסטע וואס מיר היימישע אידעלעך פארמאגן, ולא תהי' כהנת כפונדקית, ווי מען גייט ווי מען שטייט, יידישיסטן, איזרעאיילים, חבדיסטן, לשוןהאריסטן, און סתם שקאצעריסטן, שרייבן און ליינען, דיכטן, און לעזן, און מיר היימישע אידישע זאלן אזאנס נישט פארמאגן ? אמער ?

סוכ"ס דרייט מען זיך דאך דא אויף די פארצווייגטע צווייגערישע נעץ, איז דאס א העכסט פריידיגע בשורה, יישר כחכם וחילכם.....

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 9:38 pm

איך האב גראדע פארצושלאגן א נאך מער ראדיקאלע איידיע... (אז יעדער זינגט זינג איך מיט...)

כהיום צאהל איך $4.00 וועכענטליך ד.מ. $16.00 חודש'ליך פאר די צוויי היימישע צייטונגען (וועלכע צוויי איר ווילט) וועלכע איך קריג איינס מיטוואך נאכט און איינס דאנערשטאג, און ס'רוב אינהאלט קריכט מיר פין די נחירין, נייעס וואס איך האב שוין פארגעסן אז כ'האב געלייענט פאריגע וואך פרייטאג...

אויב, און כ'זאג אויב. אויב זאל זיך אייוועלט אונטערנעמען א געהעריגע זשורנאליסטישע פאראנטווארטליכקייט, מיט געהעריג באצאלטע טאלאנטפולע שרייבער (ס'מוז נישט זיין טאפ דאלער סעלערי, נאך אלעם רעדט מען נישט דא פון קיין פול טיים דזשאב) וואלט איך געווען מער ווי פרייליך (מא"ר דע"ן העפ"י) צו געבן 10 צו 12 אדער אפשר אפילו 13.5 א חודש דורך א קרעדיט קארטל א.ד.ג. און ס'רוב פון די אפטיילונגען וועלן זיין פאר "פעיד מעמבערס אנלי" מיט מומחים אין אלע פעלדער, און אז איך ווייס אז כ'ברויך נישט גיין קויפן נעכטיגע ברויט און - בעזהשי"ת מיט די צייט - אויך נישט פאשען אין פרעמדע פעלדער איז עס מיר באמת ווערט.

איך גלויב אז צווישן די "צענדליגע טויזנטער" לייענער און באזוכער פון די אידישע וועלט וואלטן זיך אסאך צוגעכאפט דערצו און לפענ"ד מיין איך אז פינאנציעל קען זיך עס זעהר שיין אויסארבעטן, לכה"פ אויף פראבע אנצוהייבן...

וואס זאגט איר דערצו? א זיסער חלום, הא?

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 9:50 pm

די אינטערנעט איז א פרייע וועלט ווי דו קענסט האבן וואס דו ווילסט נאר האבן פונעם הייליגסטן ביזן ערגסטן אלעס אן צאלן א גרייצער, די גרייצער מאכט פון אנדערע וועגן ווי אדווערטייזמענטס, פארמאכן און בעטן געלט וועט בלויז שיקן דעם עולם ליינען נייעס ווי עס קאסט נישט קיין געלט, וואס אסאך טוען שוין יעצט סייווי, גלייב איך שווער אז אזא זאך זאל קענען גיין.

אפשר בין איך נישט גערעכט, אפשר איז יא דא אסאך אנדערע דא וואס זענען גרייט צו צאלן עס צו האבן אויפן אידישן שפראך.

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 10:03 pm

די איינציגסטע וועג צו מאכן געלט איז דורך אדוועטייזערס...

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 10:32 pm

אמת אז די איינציגסטע וועג צו "מאכן" געלט איז אדווערטייזמענטס.

פארט אבער איז דא אביסל אנדערש, מיר זענען נישט אין גי גויאישע וועלט וואס דו האסט הונדערט טויזענט נייעס זייטלעך און דו קענסט קוקן איבעראל, ס'איז קאמפעטישאן וכו' וכו'.

דא רעדט מען פון היימישע יונגעלייט, וואס טייל ליינען נישט פליסיג ענגליש, און אפילו די וואס יא איז דא אסאך וואס גלייכן זיך נישט צו דרייען אין די אלע מבואות המטונפות וואס איז פול מיט בילדער וכו' וכו'. ווידער א גרויס טייל האבן דשעי נעט און קומען נישט אן צו די אלע פלעצער. א שטיקל ברירה האט מען צו גיין צו CO.IL.... אבער ס'איז א נערווירנדע סייט (עכ"פ פאר מיר.... על טעם וריח...) און ס'איז פול מיט שטותים און זייטיגע פאליטיקס.

סאב טאטעל - היימישע נייעס, אויסגעהאלטן, רייך באשריבן, איז נישטא! חוץ "אידישע וועלט", אבער אין די פארום'סאיז נישט "אזוי אינטערעסאנט" ווי עס וואלט געווען אין א צייטונג, ווען יעדע שטיקל נייעס איז אויסגעארבעט און שיין באשריבן דורך פראפעסיאנאלע שרייבערס. און ס'איז נישט דא קיין "תגובות" (כ'רעד נישט פון "קאמענטש" וואס יעדער נייעס זייטל האט). און אז ס'איז שיין און גוט באשריבן באופן נייעס באריככט פארוואס זאל איך צאלן פאר די צייטונג/דער איד/דער בלאט וכו' וכו', ווען איך באקום דא אלעס אויף א גאלדענעם טאץ.

מיין פוינט אין קורצן איז: ס'איז נישט דא א ברייטע אויסוואל אויף דעם אופן. אין די גויאישע וועלט טאקע יא, אבער "איך" וויל מיך נישט דרייען דארט און אנזען בכל המינים. איך וויל מיר דרייען אין א איידעלע אויסגעהאלטענע פלאץ.


קצרתי מחוסר פנאי, נישט מגי' געווען, כ'ברויך גיין שלאפן איצטער. א גוטע נאכט.

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 10:36 pm

שמערעלע בערעלע,.......

איך שטום מיט מיט אייער גאנצע עסיי, אפילו מיט די לעצטע שורה אז "איך דארף גיין שלאפן" אבער ניטל איז דאך דאך עפעס א ענין צו שטופן...... בינעך נאך דא אצינדער,

איך בין מיט דיר, און די מאכסט מיין פוינט,

פרייטאג דצמבר 25, 2009 6:46 am

שמערי בערי האט געשריבן:און אז ס'איז שיין און גוט באשריבן באופן נייעס באריככט פארוואס זאל איך צאלן פאר די צייטונג/דער איד/דער בלאט וכו' וכו', ווען איך באקום דא אלעס אויף א גאלדענעם טאץ


טא האלטסטו אז בעטן געלט דערפאר איז אינטערסאנט צוליב וואס דו קריגסט דא אלס אויף א גילדענעם טאץ און ס'א שאד עס צו צאלן פאר פאפירענע נייעס (וואס מאכט שווארץ די הענט און אלסדינג וואס מ'רירט נאר צו דערנאך...), אדער ניין ווייל געלט ברויך מען מאכן נאר פון עדס און די נייעס ברויך בלייבן פריי?

פרייטאג דצמבר 25, 2009 7:01 am

משה קארנפעלד האט געשריבן:די אינטערנעט איז א פרייע וועלט ווי דו קענסט האבן וואס דו ווילסט נאר האבן פונעם הייליגסטן ביזן ערגסטן אלעס אן צאלן א גרייצער, די גרייצער מאכט פון אנדערע וועגן ווי אדווערטייזמענטס, פארמאכן און בעטן געלט וועט בלויז שיקן דעם עולם ליינען נייעס ווי עס קאסט נישט קיין געלט, וואס אסאך טוען שוין יעצט סייווי


הוא מותיב והוא מפרק...

קודם ברענגסטו ארויס דעם צוקונפטיגן חורבן דערפון אז עס וועט כלומר'שט שיקן דעם עולם ערגץ אנדערש, וואס דערפון קען מען ווען לערנען פשט אז לעת עתה ווען זיי האבן אייוועלט טרעטן זיי נישט ארויס פון דא חלילה, און נאכער פירסטו אליינס אויס "וואס אסאך טוען שוין סיי ווי יעצט"... נאר וואס? שוין נארכן דורכלערנען דאס גאנצע גוי'ש זעקל קומט מען אהער איבערקוקן צו מ'האט נישט פארפאסט עפעס, איז עס דאן לכאורה נישט אזא חורבן...

כ'גלויב שווער אז אפילו 2% פון די וועלכע זענען דא זייענדיג מקפיד זיך צו דרייען נאר צווישן אידן און גייען קיינמאל ערגעץ אנדערש (וואס כ'בין זיכער אז ס'איז פארהאן אזוינע) וועלן חלילה אוועקפאלן צוליב דעם...

פאר $8.25 א חודש (ווינציגער ווי א שאכטל ציגארעטלעך מיין איך, כ'רייכער נישט) ווועלכע איז $99.00 א יאר מיין איך קען זיך 99% ציבור ערלויבן.

און פארשטייט זיך מיט די צייט בעזהשי"ת וועט זיין א פרינט ווערסיע פאר די וואס האבן ב"ה בכלל נישט קיין אינטערנעט צוטריט.

כ'האב נאך א גאנצע הויפן איידיעס אין אלע הינזיכטן... ווער ס'וויל הערן קען מיך קאנטאקטן לאנטש טיים...

פרייטאג דצמבר 25, 2009 8:10 am

כ'האב נאך נישט אפגעליינט אלע תגובות און איך ווארף שוין אריין מיינע צוויי צענט
קודם כל שכויעך שכויעך, ס'פלעגט מיר קריכן פון די נערוון אזש ס'איז שיעור נישט געקומען צו א אויפברויז צו זען די מאדנע קעפלעך אויפן הויפט בלאט.
איך האף אז דער הויפט נייעס באריכטער זאל זיין אן עקסטרעם ליבעראלער צב"ש סעספעס אזוי אז מיר זאלן חלילה נישט זיין צוריק געבליבן פון די אלגעמיינע מעינסטרים מידיא.
ואידך פירושא הוא באלד וועל איך אי"ה מוסיף זיין

פרייטאג דצמבר 25, 2009 8:23 am

ווי גייט די 'איי וועלט' שפריך ווארט: "איר שרייבט, מיר באריכטן"

פשט איז אזוי. נישטא קיין הויפט נייעס באריכטער. נישטא קיין איינגעשטעלטע און ספעציעל געשטעלטע שרייבער. יעדער איז דער שרייבער און נייעס באריכטער. ווען איר שרייבט דא א נייעס ווערט עס פון דא גענומען און ארויפגעלייגט דארט. צומאל אביסל איבערגעארבייט אויך.

ס'איז דא געוויסע וואס שיקן מיר פריוואט נייעס ארויפצולייגן, איר לעבעדיגער בערל קענט דאס אויך טוען, און יעדער אזוי. אלזא, ווענדט זיך עס אין ווער ס'שרייבט.

פרייטאג דצמבר 25, 2009 8:31 am

יעך בין דאך א ירא שמים, און ס'איז מלאכתו נעשה ע"י אחרים,
עה, ס'איז נאר א ווערטל כ'וועל בל"נ פרובירן פון צייט צו צייט עפעס אריין צוווארפן
צייטי קיפ אפ דע גוד ווארק, ווי אפרישיעיטיט גרעיטלי טענק יו עגעין

פרייטאג דצמבר 25, 2009 9:04 am

קאמענטאטאר האט געשריבן:
משה קארנפעלד האט געשריבן:די אינטערנעט איז א פרייע וועלט ווי דו קענסט האבן וואס דו ווילסט נאר האבן פונעם הייליגסטן ביזן ערגסטן אלעס אן צאלן א גרייצער, די גרייצער מאכט פון אנדערע וועגן ווי אדווערטייזמענטס, פארמאכן און בעטן געלט וועט בלויז שיקן דעם עולם ליינען נייעס ווי עס קאסט נישט קיין געלט, וואס אסאך טוען שוין יעצט סייווי


הוא מותיב והוא מפרק...

קודם ברענגסטו ארויס דעם צוקונפטיגן חורבן דערפון אז עס וועט כלומר'שט שיקן דעם עולם ערגץ אנדערש, וואס דערפון קען מען ווען לערנען פשט אז לעת עתה ווען זיי האבן אייוועלט טרעטן זיי נישט ארויס פון דא חלילה, און נאכער פירסטו אליינס אויס "וואס אסאך טוען שוין סיי ווי יעצט"... נאר וואס? שוין נארכן דורכלערנען דאס גאנצע גוי'ש זעקל קומט מען אהער איבערקוקן צו מ'האט נישט פארפאסט עפעס, איז עס דאן לכאורה נישט אזא חורבן...

כ'גלויב שווער אז אפילו 2% פון די וועלכע זענען דא זייענדיג מקפיד זיך צו דרייען נאר צווישן אידן און גייען קיינמאל ערגעץ אנדערש (וואס כ'בין זיכער אז ס'איז פארהאן אזוינע) וועלן חלילה אוועקפאלן צוליב דעם...

פאר $8.25 א חודש (ווינציגער ווי א שאכטל ציגארעטלעך מיין איך, כ'רייכער נישט) ווועלכע איז $99.00 א יאר מיין איך קען זיך 99% ציבור ערלויבן.

און פארשטייט זיך מיט די צייט בעזהשי"ת וועט זיין א פרינט ווערסיע פאר די וואס האבן ב"ה בכלל נישט קיין אינטערנעט צוטריט.

כ'האב נאך א גאנצע הויפן איידיעס אין אלע הינזיכטן... ווער ס'וויל הערן קען מיך קאנטאקטן לאנטש טיים...


קאמענטאטער איר האט מיר שלעכט פארשטאנען, איך רעד בכלל נישט פון חורבן אין אידישקייט, איך רעד בלויז פון מציאות אויב אזא זאך קען זיך אויסארבייטן.

נעמענדיג אין באטראכט אז מען קען אלעס האבן אָן די פאר גראשן, און אז אסאך ווי איך און אנדערע ליינען נייעס סייווי ערגעץ אנדערש(און אויך דא), וואס וועט דאס טון? עס וועט בלויז אוועק נעמען טראפיק פון דעם אייוועלט זייטל און פארמינערן די ווערד פון די אדווערטייזמענטס, אטא דאס מיין איך אז עס וועט אוועק שיקן מענטשען, און טאקע די מענטשען וואס ליינען סיי דא און סיי אין אנדערע פלעצער.

פרייטאג דצמבר 25, 2009 9:06 am

איי געט יור פוינט, סאררי.

פרייטאג דצמבר 25, 2009 9:44 am

שמערי בערי האט געשריבן:אמת אז די איינציגסטע וועג צו "מאכן" געלט איז אדווערטייזמענטס.

סארי, אין די געיעג האב איך נישט אויסגעפירט מיין פוינט. איך רעד נישט דא פון "מאכן געלט" און פארדינען דערפון. נאר צו צאלן די קאסטן פון שרייבער וכדו', "מאכן געלט" קען מען פון אדווערטייזמענטס. "זיך אויסצאלן" קען מעגליך זיין אזא איידיע.

פרייטאג דצמבר 25, 2009 10:24 am

איך מוז דא ארויסברענגען א עקסטערען יישר כח פאר אונזער באקאנטער ניק "עס עפעס" וואס זינט מיר האבן אנגעפאנגען צו אפדעיטן די נייעס "שטאפט" ער מיר מיט נייעס יעדן טאג.

א דאנק אום קען מען דארט זיין אפדעיטעט יעדן טאג מיט די נייעס די לעצטע וואך.

אין נאמען פון אלע ליינער. א גרויסן יישר כח!

פרייטאג דצמבר 25, 2009 10:39 am

עס עפעס, טענקס סאו מאטש!

ביידעוועי אויב איינער ווייסט פון איינער וואס וויל עדוויטייזן, קען מען זיך ווענדן צו מיר אין אישית.

שבת דצמבר 26, 2009 11:32 pm

איך פרעזענדליך האלט אויך אז עדוויטייזן קען אריין ברענגען געלט
אין אויך מאכט עס א פראפעטשנעל לאק ביים אריין קימען צים הויבט בלאט
אא"ז ברענקט עס ליינער און עדווערטייזערס

און א גריסע שכוח פאר אלע וואס העלפן ארויס
שרייב א תגובה

Advertisement