קול מבשר תשעה באב פראגראם

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג יולי 30, 2020 6:56 pm

Amazing האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:יעצט נאך א קאנטערווערשיל נושא פארוואס גדולים האבן נישט געלאסט פארן אויף אמעריקה זיך ארויסראטעווען, ער איז מאריך וועגען רוחניות עס איז כמעט נישט געבליבן דא און עס איז געווען א גרויסע אחריות געווען

ער רעדט צאם אזאלכע נארישקייטן אז סאיז א שרעק
ממש גארנישט געבליבן פון יודן וואס האבן געוואוינט דא פארן קריג? סיריעסלי?? ישיבת תורה ודעת זענען אלע געווארן גוים ?


ראשית כל - תשעה באב ניצט א רואיגע שפראך. בפרט אז איר הזענט נישט באהאווינט אין דער טעמע. ווי ס'שטעלט זיך פאהר אין די תגובה.

'מו"ר' הרב א.ז.י. האט זעהר ריכטיג ארויסגיברענגט אז פאר די מלחמה איז מען פארפאלין גיגאנגען אין אמעריקא. 'רובם' הייסט 'ככולם'.

די זאגסט אז ס'איז גיווען תורה ודעת. הוא הדבר - איין ישיבה פאר מיליאנען אידן!! די ווייסט די פראצענטין וואס זענען מ
געבליבן און וואס נישט?? ביטע מאכט ריסערטש.

איך רעד אזוי ווייל איך אליין שטאם פון צוויי זיידעס וואס האבן געוואוינט אין אמעריקא .
משפחת דערשאוויטץ און פלאר זענען געקימען סך פארן קריג די רעדע דא איז פינעוו יאר פארן קריג

וועלכע יאר זענען דיינע זיידעס ארויף געקומען?? און ווי אלט זענען זיי געווען, און ווען נישט די קריג וואס האט אהער געשלעפט גדולי עולם ווייסטו אויך נישט וואס עס וואלט געווארן מיט זיי


1) הרב אז"י פריעדמאן איז דער "יחיד" במינו אין די היסטאריע פון אידישקייט אין אמעריקא, ביטע פארן זאגן אז יענער רעדט שטותים טראכט א מינוט.

2) ער רעדט אויסדריקלעך פון 20 יאר פארן קריג און פריער, נישט 5 יאר פארן קריג - ווען דער צעלימער רב איז געקומען קיין אמעריקא.

3) וואס וואלט איר געזאגט ווען איינער שיקט א איד פון אמעריקא קיין פוילן שנת תש"א תש"ב?
וואס הייסט, רוב פוילישע אידן הרג'עט מען,
וואלט איר גענפערט, נישט אמת, ס'איז געבליבן 10 פראצענט...
הנמשל מובן

4) און יא קוק גוט וועסטו זעהן אז די משפחות וואס זענען געבליבן ערליך האבן עפעס א מעשה מיט א צדיק, ס'איז דא 100'טער מעשיות, לאו דוקא פון די באקאנטע גרויסע משפחות.
ודי בזה

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג יולי 30, 2020 7:16 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:ער רעדט צאם אזאלכע נארישקייטן אז סאיז א שרעק
ממש גארנישט געבליבן פון יודן וואס האבן געוואוינט דא פארן קריג? סיריעסלי?? ישיבת תורה ודעת זענען אלע געווארן גוים ?


ראשית כל - תשעה באב ניצט א רואיגע שפראך. בפרט אז איר הזענט נישט באהאווינט אין דער טעמע. ווי ס'שטעלט זיך פאהר אין די תגובה.

'מו"ר' הרב א.ז.י. האט זעהר ריכטיג ארויסגיברענגט אז פאר די מלחמה איז מען פארפאלין גיגאנגען אין אמעריקא. 'רובם' הייסט 'ככולם'.

די זאגסט אז ס'איז גיווען תורה ודעת. הוא הדבר - איין ישיבה פאר מיליאנען אידן!! די ווייסט די פראצענטין וואס זענען מ
געבליבן און וואס נישט?? ביטע מאכט ריסערטש.

איך רעד אזוי ווייל איך אליין שטאם פון צוויי זיידעס וואס האבן געוואוינט אין אמעריקא .
משפחת דערשאוויטץ און פלאר זענען געקימען סך פארן קריג די רעדע דא איז פינעוו יאר פארן קריג

וועלכע יאר זענען דיינע זיידעס ארויף געקומען?? און ווי אלט זענען זיי געווען, און ווען נישט די קריג וואס האט אהער געשלעפט גדולי עולם ווייסטו אויך נישט וואס עס וואלט געווארן מיט זיי


1) הרב אז"י פריעדמאן איז דער "יחיד" במינו אין די היסטאריע פון אידישקייט אין אמעריקא, ביטע פארן זאגן אז יענער רעדט שטותים טראכט א מינוט.

2) ער רעדט אויסדריקלעך פון 20 יאר פארן קריג און פריער, נישט 5 יאר פארן קריג - ווען דער צעלימער רב איז געקומען קיין אמעריקא.

3) וואס וואלט איר געזאגט ווען איינער שיקט א איד פון אמעריקא קיין פוילן שנת תש"א תש"ב?
וואס הייסט, רוב פוילישע אידן הרג'עט מען,
וואלט איר גענפערט, נישט אמת, ס'איז געבליבן 10 פראצענט...
הנמשל מובן

4) און יא קוק גוט וועסטו זעהן אז די משפחות וואס זענען געבליבן ערליך האבן עפעס א מעשה מיט א צדיק, ס'איז דא 100'טער מעשיות, לאו דוקא פון די באקאנטע גרויסע משפחות.
ודי בזה

עקטשעלי ער רעדט יא פון פינעוו יאר פארן קריג און אויף דעם האב איך מיר געדינגען

מיין זיידע ז"ל וואלט געכאפט א הארץ אטאקע ווען ער הערט ווען אזאלכע דיבורים...

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך א גוטן » פרייטאג יולי 31, 2020 2:38 am

איך פאר ארום אין די לעצטע 20 יאר לצורך פרנסה אלל אווער ניו יארק סיטי און חלקים פון לאנג איילאנד און איך וואלט געזאגט אז בערך 30% פון ווייסע גוים אין ניו יארק זענען ליידער יודישע אפשטאמיגע. נישט איינמאל האב איך שוין געכאפט א שמועס מיט די עלטערע חברה און זיי דערציילען פון ווען זיי האבן געלערנט ביי ראביי מענדעלאוויטש אדער ראביי היימאן און ווי די אפענע אמעריקא האט זיי ענדערש געצויגן און ווי זיי זענען למעשה אנגעקומען. איך וואלט געזאגט אז פאר קרוב צו 90% פון יודן וואס זענען אהער געקומען דא פאר 100 יאר צוריק האט זיך ליידער זייער ביטער געענדיגט.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אברהם אלבוים
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2018 10:45 am

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך אברהם אלבוים » מוצ"ש אוגוסט 01, 2020 6:58 pm

מארגן האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:ליל תשעה באב לייוו פראגראם,

אום 12:30 ביינאכט, וועט מען הערן א שמועס דורך די ידען הרב יחיאל גאלדהאבער שליט"א, איבער א שטיקל אומבאקאנטע היסטאריע פון מטבעות וואס זענען ערשינען אין די יארן בעפארן חורבן.


ווי איז די שמועס פון הרב גולדהאבער?
.

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך קארן » זונטאג אוגוסט 02, 2020 10:29 am

א גוטן האט געשריבן:איך פאר ארום אין די לעצטע 20 יאר לצורך פרנסה אלל אווער ניו יארק סיטי און חלקים פון לאנג איילאנד און איך וואלט געזאגט אז בערך 30% פון ווייסע גוים אין ניו יארק זענען ליידער יודישע אפשטאמיגע. נישט איינמאל האב איך שוין געכאפט א שמועס מיט די עלטערע חברה און זיי דערציילען פון ווען זיי האבן געלערנט ביי ראביי מענדעלאוויטש אדער ראביי היימאן און ווי די אפענע אמעריקא האט זיי ענדערש געצויגן און ווי זיי זענען למעשה אנגעקומען. איך וואלט געזאגט אז פאר קרוב צו 90% פון יודן וואס זענען אהער געקומען דא פאר 100 יאר צוריק האט זיך ליידער זייער ביטער געענדיגט.


האב איך אמאל געליינט ערגעץ איך געדענק נישט וואו, אז גאר א גרויסע חלק פון די איינוואוינער און די קעטסקילס, זענען מזרע ישראל.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג אוגוסט 02, 2020 11:22 am

בס"ד
מיליאנען אויף מיליאנען זענען נעבעך נעדר געווארן אין אמעריקאנער אסימילאציע. די גרעסטע אימיגראציע פאר'ן קריג איז געווען צווישן תר"מ און תר"פ, פילע מיליאנען. מ'קען זעהן אזויפיל נעמען אין פרענימארענטן (מעות קדימה) פון אמאליגע ספרים, און היינט זעהט מען נעבעך די נעמען אין אמעריקאנער "מעינסטרים"... אסאך זענען נאך פארמאלע "אידן" אבער אסאך דאס נעבעך אויך נישט... א. ז. י. ווייסט גוט וואס ער רעדט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:11 pm

קארן האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:איך פאר ארום אין די לעצטע 20 יאר לצורך פרנסה אלל אווער ניו יארק סיטי און חלקים פון לאנג איילאנד און איך וואלט געזאגט אז בערך 30% פון ווייסע גוים אין ניו יארק זענען ליידער יודישע אפשטאמיגע. נישט איינמאל האב איך שוין געכאפט א שמועס מיט די עלטערע חברה און זיי דערציילען פון ווען זיי האבן געלערנט ביי ראביי מענדעלאוויטש אדער ראביי היימאן און ווי די אפענע אמעריקא האט זיי ענדערש געצויגן און ווי זיי זענען למעשה אנגעקומען. איך וואלט געזאגט אז פאר קרוב צו 90% פון יודן וואס זענען אהער געקומען דא פאר 100 יאר צוריק האט זיך ליידער זייער ביטער געענדיגט.


האב איך אמאל געליינט ערגעץ איך געדענק נישט וואו, אז גאר א גרויסע חלק פון די איינוואוינער און די קעטסקילס, זענען מזרע ישראל.

די קעטססקילס איז עמטליך געווען א אידישע שטאט. מפלעגט עס רופן די "בארשט בעלט" על שם די מאכל בארשט וואס די אייראפעאישע אידן האבן געגעסן. ליידער איז פון זיי כמעט גארנישט געבליבן.

רוב פון זיי זענען אבער אוועק פון די קעטסקילס, די היינטיגע קעטסקיל איינוואוינער זענען עפ"י רוב נישט אידישע אפשטאמיגער.

פאר מער: https://en.m.wikipedia.org/wiki/Borscht_Belt
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:14 pm

ראש העיר האט געשריבן:אויב גייט מען צוריק גענוג לאנג וועט מען זיך אנשטויסן אין אידן וואס האבן געוואוינט א גאנץ יאר אין די בערג, אין די ת"ר יארן ווען ס'איז געווען גאר שווער אין די סיטי פאר א פרומער איד צו אנגיין צוליב די שמירת שבת נסיונות, האבן אסאך אידן געקליבן צו מופן אזוינע געגענטער ווי די קעטסקילס, אדער גאר אנדערע מרחקים ווי פאוקיפסי אדער אפילו ראטשעסטער און נאך ווייטער, טייל האבן זיך פארדינגען פאר "גוט באזיצער" צו אכטונג געבן אויף זייערע פעלדער, פארם'ס אדער בהמות און פאר דעם באקומען א כאטקע צום וואוינען און נאך אפאר צענט צו קענען קויפן זעמל מיט פוטער, און נאך קענען אוועקלייגן און אפשפארן אויף דער זייט, און מיט די צייט איינגעקויפט אן אייגענע פארם אדער פעלדער און וועלדער, שפעטער ווען די "גרינע" זענען אנגעקומען נאכ'ן קריג האבן פיל פון די "אפסטעיטער" זיך צוריק אריינגעצויגן אין שטאט ווי ס'האט זיך אהערגעשטעלט א שטארקער איבערפלאנץ פון אייראפעיאישער אידישקייט...

טייל זענען פארבליבן און געווארן שטארק מושפע פון די דעמאלסדיגע סביבה, וועלכע איז באשטאנען פון די "בארשט בעלט" וואקאציאנערן...

"בארשט בעלט"
די גאנצע גלילות פון די בערג איז געווארן באצייכנט אין די שפעטערע ת"ר יארן ביז אריין אין די תש"ל יארן אלס די "בארשט בעלט", על שם די טויזנטער אידן וועלכע פלעגן קומען דארט אויף אפרוה, בעיקר אין די זומער מאנאטן, אבער אויך אויף א קלענערן מאסשטאב דורך די יאר, און כנראה איז "בארשט" געווען א פאפולערע מאכל / משקה וועלכע פלעגט סערווירט ווערן אין די אידישע האטעלן און קווארטירן, אבער א גרויסער חלק פון די חברה זענען שוין געווען אמעריקאניזירט, און בשעת טייל זענען נאך געווען שומר שבת אדער גאר שומר תורה, זענען די מערהייט געווען פריי אינגאנצן, ווערן צולאזט אין די אמעריקאנער שמעלץ טאפ...

די היסטאריע ווייזט אז פרומע אידן זענען שוין געפארן אין קאנטרי, אדער האטעלן אזוי פרי ווי די שפעטע ת"ר יארן, אשטייגער ווי "צוקער'ס" האטעל אין ראק הילל, אדער האטעל "שלום" אין פערנדעיל, ווי פיל גדולי ישראל ווי אנדערע סתם עמך פלעגן גיין אויך עטליכע וואכן דאטשע, אין דער זעלבער צייט האט שוין געשפרודעלט מיט קאנטריס דורכאויס די מאונטעינס פון וואורטסבארא ביז ליווינגסטאן מענאר...

פון די ערשטע היימישע קעמפס איז באוואוסט "קעמפ בית יעקב" אין פערנדעיל, וועלכע איז נתייסד געווארן אין יאר תש"ד, קעמפ אגודה און קעמפ בנות איז געגרינדעט געווארן בערך שנת תש"א-תש"ה, צעהלימער קעמפ איז אויך געגרינדעט געווארן נישט לאנג דערנאך..
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג אוגוסט 02, 2020 9:47 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
מיליאנען אויף מיליאנען זענען נעבעך נעדר געווארן אין אמעריקאנער אסימילאציע. די גרעסטע אימיגראציע פאר'ן קריג איז געווען צווישן תר"מ און תר"פ, פילע מיליאנען. מ'קען זעהן אזויפיל נעמען אין פרענימארענטן (מעות קדימה) פון אמאליגע ספרים, און היינט זעהט מען נעבעך די נעמען אין אמעריקאנער "מעינסטרים"... אסאך זענען נאך פארמאלע "אידן" אבער אסאך דאס נעבעך אויך נישט... א. ז. י. ווייסט גוט וואס ער רעדט.

קיינער לייקענט נישט דאס אבער א.ז.י. האט גערעדט פארוואס די יודן זענען נישט אנטלאפן פארן קריג . זאגט ער אז סאיז גארנישט געבליבן פון די יודן פארן קריג דאס איז נישט אמת נאווימינסקע רבי באיאנע רבי מאדזיצע רבי ישיבת תורה ודעת ועוד ועוד ועוד
און איסט ניו יורק איז געווען א הערליכע גרויסע ישוב ועוד
לעצט פאראכטן דורך fiena nieas אום מאנטאג אוגוסט 03, 2020 5:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוגוסט 02, 2020 11:02 pm

fiena nieas האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
מיליאנען אויף מיליאנען זענען נעבעך נעדר געווארן אין אמעריקאנער אסימילאציע. די גרעסטע אימיגראציע פאר'ן קריג איז געווען צווישן תר"מ און תר"פ, פילע מיליאנען. מ'קען זעהן אזויפיל נעמען אין פרענימארענטן (מעות קדימה) פון אמאליגע ספרים, און היינט זעהט מען נעבעך די נעמען אין אמעריקאנער "מעינסטרים"... אסאך זענען נאך פארמאלע "אידן" אבער אסאך דאס נעבעך אויך נישט... א. ז. י. ווייסט גוט וואס ער רעדט.

קיינער לייקענט נישט דאס אבער א.ז.י. האט גערעדט פארוואס די יודן זענען נישט אנטלאפן פארן קריג . זאגט ער אז סאיז גארנישט געבליבן פון די יודן פארן קריג דאס איז נישט אמת נאווימינסקע רבי באיאנע רבי מאדזיצע רבי ישיבת תורה ודעת ועוד ועוד ועוד
און איסט ניו יורק איז געווען א הערליכע גרויסע יושב ועוד

דו ברענגסט א ראיה אויף וואס?

דאס איז געווען קעגן וויפיל פראצענט פון די וואס זענען אוועקגעפאלן? ווי שאץ מאץ זאגט, וויפיל אידן ס'זענען געבליבן לעבן אין פוילן ביים קריג, אזויפיל זענען געבליבן ערליך אין אמעריקע.
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 6:59 am

fiena nieas האט געשריבן:עקטשעלי ער רעדט יא פון פינעוו יאר פארן קריג און אויף דעם האב איך מיר געדינגען

מיין זיידע ז"ל וואלט געכאפט א הארץ אטאקע ווען ער הערט ווען אזאלכע דיבורים...


היינט צוטאגס ווייסטו אז פינף יאר פאר'ן קריג איז געווען פינף יאר פאר אן אויפבלי פון אידישקייט אין אמעריקע, דעמאלס צו שיקן קיין אמעריקע פינף יאר פאר'ן קריג איז געווען די זעלבע ווי שיקן הונדערט יאר פאר'ן קריג, עס איז געווען ווי זיך אריינלייגן אין לייבן גרוב.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 8:46 am

טראק דרייווער האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:עקטשעלי ער רעדט יא פון פינעוו יאר פארן קריג און אויף דעם האב איך מיר געדינגען

מיין זיידע ז"ל וואלט געכאפט א הארץ אטאקע ווען ער הערט ווען אזאלכע דיבורים...


היינט צוטאגס ווייסטו אז פינף יאר פאר'ן קריג איז געווען פינף יאר פאר אן אויפבלי פון אידישקייט אין אמעריקע, דעמאלס צו שיקן קיין אמעריקע פינף יאר פאר'ן קריג איז געווען די זעלבע ווי שיקן הונדערט יאר פאר'ן קריג, עס איז געווען ווי זיך אריינלייגן אין לייבן גרוב.

קען זיין . אבער די מציאות איז אז סאיז געבליבן אוודאי איז זייער טענה א גערעכטע אבער צו זאגן די מציאות איז אז ס'גארנישט געבליבן איז נישט אמת נעקסט

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2956
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:06 am

fiena nieas האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:עקטשעלי ער רעדט יא פון פינעוו יאר פארן קריג און אויף דעם האב איך מיר געדינגען

מיין זיידע ז"ל וואלט געכאפט א הארץ אטאקע ווען ער הערט ווען אזאלכע דיבורים...


היינט צוטאגס ווייסטו אז פינף יאר פאר'ן קריג איז געווען פינף יאר פאר אן אויפבלי פון אידישקייט אין אמעריקע, דעמאלס צו שיקן קיין אמעריקע פינף יאר פאר'ן קריג איז געווען די זעלבע ווי שיקן הונדערט יאר פאר'ן קריג, עס איז געווען ווי זיך אריינלייגן אין לייבן גרוב.

קען זיין . אבער די מציאות איז אז סאיז געבליבן אוודאי איז זייער טענה א גערעכטע אבער צו זאגן די מציאות איז אז ס'גארנישט געבליבן איז נישט אמת נעקסט

דו רעדסט פון די מלאכים, פאמיליעס פון אמתע מסירות נפש וואס האבן אנגעהויבן א קאמף פאר עקסטרעמע חינוך און אידישקייט אינגאנצן אליין? זיי זענען דאך געווען ממש געציילטע. איך מיין זיי וואלטן נישט געלייקענט אז צו בלייבן אן אמתער איד דאן איז געווען מסירות נפש ממש.

פון ר׳ זכרי דערשאוויץ וואס איז געקומען נאך אין די 1800 יארן איז טאקע ב״ה געבליבן זייער פיל ערליכע, אפילו נישט פון זיין זון יחזקאל וואס איז געווען פון די מלאכים. אבער איז געווען א שינאווער חסיד וואס האט ממש נישט נאכגעלאזט און דיינע קינדער זענען געווען פארמישט אין יעדע פרומע זאך. אבער ליידער עלען דערשאוויץ מיט נאך גענוג וואס האבן יא געלערנט אין תורה ודעת זענען אויך פון זיינע אייניקלעך. אבער על פי רוב טאקע האט ער זוכה געווען.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: קול מבשר תשעה באב פראגראם

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 6:21 pm

Goodmorning האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:עקטשעלי ער רעדט יא פון פינעוו יאר פארן קריג און אויף דעם האב איך מיר געדינגען

מיין זיידע ז"ל וואלט געכאפט א הארץ אטאקע ווען ער הערט ווען אזאלכע דיבורים...


היינט צוטאגס ווייסטו אז פינף יאר פאר'ן קריג איז געווען פינף יאר פאר אן אויפבלי פון אידישקייט אין אמעריקע, דעמאלס צו שיקן קיין אמעריקע פינף יאר פאר'ן קריג איז געווען די זעלבע ווי שיקן הונדערט יאר פאר'ן קריג, עס איז געווען ווי זיך אריינלייגן אין לייבן גרוב.

קען זיין . אבער די מציאות איז אז סאיז געבליבן אוודאי איז זייער טענה א גערעכטע אבער צו זאגן די מציאות איז אז ס'גארנישט געבליבן איז נישט אמת נעקסט

דו רעדסט פון די מלאכים, פאמיליעס פון אמתע מסירות נפש וואס האבן אנגעהויבן א קאמף פאר עקסטרעמע חינוך און אידישקייט אינגאנצן אליין? זיי זענען דאך געווען ממש געציילטע. איך מיין זיי וואלטן נישט געלייקענט אז צו בלייבן אן אמתער איד דאן איז געווען מסירות נפש ממש.

פון ר׳ זכרי דערשאוויץ וואס איז געקומען נאך אין די 1800 יארן איז טאקע ב״ה געבליבן זייער פיל ערליכע, אפילו נישט פון זיין זון יחזקאל וואס איז געווען פון די מלאכים. אבער איז געווען א שינאווער חסיד וואס האט ממש נישט נאכגעלאזט און דיינע קינדער זענען געווען פארמישט אין יעדע פרומע זאך. אבער ליידער עלען דערשאוויץ מיט נאך גענוג וואס האבן יא געלערנט אין תורה ודעת זענען אויך פון זיינע אייניקלעך. אבער על פי רוב טאקע האט ער זוכה געווען.

עגעין איך רעד נישט פון די 1800 יארן אין רעד פון 5 10 יאר פארן קריג


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט