ר' פנחס גלויבער אנאליזן אויף קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 8:11 pm

פנחס איז אייזען!!!
איך גלייך די מערסטע זיינע שמיסען פון סייענס אין היסטאריע.
צעקה בקול דממה דקה

 פיש כאפער
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

תגובהדורך  פיש כאפער » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:14 pm

אמאל איז געווען א שמועס איבער א אקציע וואס מדנ''י האט דורךגעפירט אויף א טעראריסט ''סאלימאן''
ער האט געארבעט צו אנטוויקלען נוקלארע וואפן,
וועלעכע נומער איז עס?

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:38 pm

מיינסט דאס ?
חול המועד סוכות ע"ט

אטעם-פארכאפנדע געשיכטע ווי מדינת ישראל האט עלימינירט סיריע נוקלעארע געפאר:חול המועד סוכות
http://www.yiddish24.com/share/Y2F0ZWdv ... lEPTE3NDA=

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:11 pm

ואו, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז על באגדאדי איז אמאל שוין געווען ארעסטירט.

אזוי ווי אלעמאל, גאר באלענרד, פול מיט פאקטן. נישט די 'הייפ' וואס די נייעס איז ביזי מיט.

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:16 am

היימישער הייקער האט געשריבן:ואו, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז על באגדאדי איז אמאל שוין געווען ארעסטירט.

אזוי ווי אלעמאל, גאר באלענרד, פול מיט פאקטן. נישט די 'הייפ' וואס די נייעס איז ביזי מיט.

1,000 פראצענט, זייער unnique.
גראדע דעי חלק איז געווען ברייט-באריכטעט, ווייל די DNA סעמפל צו וואס מ'האט פארגליכן צו באשטעטיגן אז ס'איז דער צורר ימ"ש, האבן זיי געהאט פון יענע ארעסט.

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 4:04 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:אז דו ברענגסט שוין ארויף.

עס איז קאמיש ביז גאר, אז וועגן אלע כוחות הטומאה און שווארץ יאר איז ער אזוי שיין מאריך און צולייגט עס אויף פיצלעך, און ווען ס'קומט צו דערמאנען חב"ד אדער די כותל און אלץ וואס טוט זיך אפ דארט, פונקט דארט ווערט ער אזוי קאלט, און פארט גלייך ווייטער.

ולא תהא כהנת כפונדקית.


לע"ד איז דאס נאך גוטע דוגמא ווי ער שטייט אוועק פון יעדע קאנטרעווערסיע
משא"כ עבודה זרה וואס איז ב"ה מער נישט קיין נסיון עס איז בסך הכל אינטערעסטאנט צו מסביר זיין וויאזוי אין די היינטיגע וועלט זענען נאך פארהאן די מאדנע ברואים וואס לעבן זיך א לעבן וואס פירט צו א נערוון צוזאמענברוך

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 4:08 pm

blue moon האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:אז דו ברענגסט שוין ארויף.

עס איז קאמיש ביז גאר, אז וועגן אלע כוחות הטומאה און שווארץ יאר איז ער אזוי שיין מאריך און צולייגט עס אויף פיצלעך, און ווען ס'קומט צו דערמאנען חב"ד אדער די כותל און אלץ וואס טוט זיך אפ דארט, פונקט דארט ווערט ער אזוי קאלט, און פארט גלייך ווייטער.

ולא תהא כהנת כפונדקית.


איך האב נישט געהערט ווי ער רעדט פון כותל. אבער די חב"ד חלק ווי אַ געלע טעקסי האט אים פלוצים גענומען פונעם פ.ד.ר. פאר אומזיסט, און געטראגען אום געבעטען, פונקט קיין 770 הערט זיך עפעס זייער קאָמיש. און איז ווארשיינליך ליגענט ווי די עבודה זרה.
איך בין נישט חושד לאקס און אוודאי נישט גלויבער מיטן פאבריצירען די נאנ-סענס, עס איז לכואורה איינער פון די פאבלישערס, אין מיטן פון די פאָד טשעין וואס האט אן אגענדע גרויס צו מאכן 770 האט מחליט געוועהן אז אזא קאלירפולע גשיכטע מיז זיין קאנעקטעד מיט 770.


דו דארפסט פארשטיין דער יוד האט קיינמאל נישט חתונה געהאט
ביי אים גילט נישט די אלע כללים צו וואס אונז זענען געוואוינט אפילו ערליכערהייט במילה אז מרעדט פון עפעס וואס אונז פארשטייען סייווי נישט איז וואס שייך צו פרעגן קשיות?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מוצ"ש פאברואר 15, 2020 11:52 pm

גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם אנאליז איבער דעם אמעריקאנער רעגירונג סיסטעם,
יעצם לכ' די פרשה פון ואתה תחזה..

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

Re: ר' פנחס גלויבער אנאליזן אויף קול מבשר

תגובהדורך פעלעד » דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:31 pm

האט איינער א בילד פון רבי פנחס?
וואלט געוואלט אמאל זען דעם צורה פון דעם פה מפיק מרגליות...

אוועטאר
ניין און יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ר' פנחס גלויבער אנאליזן אויף קול מבשר

תגובהדורך ניין און יא » דינסטאג יוני 02, 2020 3:31 pm

פעלעד האט געשריבן:האט איינער א בילד פון רבי פנחס?
וואלט געוואלט אמאל זען דעם צורה פון דעם פה מפיק מרגליות...

גא"מ
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: ר' פנחס גלויבער אנאליזן אויף קול מבשר

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג יוני 02, 2020 4:01 pm

.
צוגעלייגטע
10.png
10.png (232.91 KiB) געזעהן 579 מאל

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ר' פנחס גלויבער אנאליזן אויף קול מבשר

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג יוני 30, 2020 10:13 am

די שמוס איבער מאכט איז עפעס אנבעליוועבל.
פילאזאפיע, אינפארמאציע, פרעספעקטיוו, און אומדירעקטע עצות..

די באגריף אז פאליטיק/פילאזאפיע פארגליווערט מאכט און אויב נישט איז עס ענדלאז.
די קאנצעפט פון בתר עניא אזיל עניותא..
און די קאנצעפט אז אויב גיבט מען אויף אביסל וועט דאס ברענגען מער און מער, (ני פתחו לי פתח כחודו של מחט.. דער אויבערשטער וויל דו זאלסט אים נאר "אביסל" ממליך זיין און די איבעריגע וועט ער דיר שוין העלפן..)
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

נתן בן ופסי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

Re:

תגובהדורך נתן בן ופסי » פרייטאג יולי 03, 2020 2:26 am

פעלעד האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:איך האב באמערקט אז באופן כללי האט ר' פנחס צוויי סארטן אנאליזן, איינס איז איבער סייענס און די אנדערע איז איבער היסטאריע. מסתמא איז דא וואס האלטן אז די סייענס איז פונקט אזוי אינטערסאנט ווי די היסטאריע, אבער אסאך מאל קריכט עס מיר אביסל אויף די נערוון ווען די עיקר שמועס איז אריינצוגיין צו א "מאס" איז עקיג צו רינדכיג און נאך אזעלכע סארט סייענס נושאים, ווען ער וואלט מיך געפרעגט וואלט איך געזאגט ער זאל פאקאוסן אויף היסטאריע. וואס האלט דער עולם דא?

צו די עצם שמועסן פון ר' פנחס, איז ער א הפלא'דיגע רעדנער, ער איז די שטערן פון די קול מבשר רעדנער'ס, אראפלייגנדיג זאכן אזוי קלאר און הערליך מיט א לשון לימודים, מיט זיין געשמאקע רואיגקייט, עס איז זיך ממש צו באלעקן די פינגער'ס און מען קויפט זיך איין מורא'דיגע ידיעות און קלארקייט אין היסטאריע.

כה לחי!

;l;p-
טאקע ביי רוב סייענס שמיעסן לייג איך אראפ די פאון נאך דריי מינוט, סאיז מיט צי גרויסע אריכות, משא"כ היסטאריע שמיעסן זענען ממש להפליא, איך ווארט מיט אן אפגעשטעלטע אטעם אויף די צווייטע און דריטע חלקים.


להנאתי האב איך ''מער'' ליב די סייענס שמעוסן מאכט גוטע משלים לשבר את האוזן

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: Re:

תגובהדורך j718 » פרייטאג יולי 03, 2020 3:31 am

נתן בן ופסי האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:איך האב באמערקט אז באופן כללי האט ר' פנחס צוויי סארטן אנאליזן, איינס איז איבער סייענס און די אנדערע איז איבער היסטאריע. מסתמא איז דא וואס האלטן אז די סייענס איז פונקט אזוי אינטערסאנט ווי די היסטאריע, אבער אסאך מאל קריכט עס מיר אביסל אויף די נערוון ווען די עיקר שמועס איז אריינצוגיין צו א "מאס" איז עקיג צו רינדכיג און נאך אזעלכע סארט סייענס נושאים, ווען ער וואלט מיך געפרעגט וואלט איך געזאגט ער זאל פאקאוסן אויף היסטאריע. וואס האלט דער עולם דא?

צו די עצם שמועסן פון ר' פנחס, איז ער א הפלא'דיגע רעדנער, ער איז די שטערן פון די קול מבשר רעדנער'ס, אראפלייגנדיג זאכן אזוי קלאר און הערליך מיט א לשון לימודים, מיט זיין געשמאקע רואיגקייט, עס איז זיך ממש צו באלעקן די פינגער'ס און מען קויפט זיך איין מורא'דיגע ידיעות און קלארקייט אין היסטאריע.

כה לחי!

;l;p-
טאקע ביי רוב סייענס שמיעסן לייג איך אראפ די פאון נאך דריי מינוט, סאיז מיט צי גרויסע אריכות, משא"כ היסטאריע שמיעסן זענען ממש להפליא, איך ווארט מיט אן אפגעשטעלטע אטעם אויף די צווייטע און דריטע חלקים.


להנאתי האב איך ''מער'' ליב די סייענס שמעוסן מאכט גוטע משלים לשבר את האוזן

ביי רוב היסטאריע שמיעסן לייג איך אראפ די פאון נאך דריי מינוט, משא"כ סייענס שמיעסן זענען ממש להפליא, איך ווארט מיט אן אפגעשטעלטע אטעם אויף די צווייטע און דריטע חלקים.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

Re: ר' פנחס גלויבער אנאליזן אויף קול מבשר

תגובהדורך פעלעד » פרייטאג יולי 03, 2020 5:02 am

כשם שפרצופיהן... כך דעותיהן...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: mmgluck און 4 געסט