"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

שבתי בוים
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 10:13 am

ר' איטשע מאיר, ער איז א איד א תלמיד חכם אביסל דרך ארץ.

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8524
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 10:21 am

שבתי בוים האט געשריבן:ר' איטשע מאיר, ער איז א איד א תלמיד חכם אביסל דרך ארץ.

פאראכטן
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 11:13 am

זייער רייך און תוכנ'דיגע אויסגאבע, ביי די וואודבארי ווילאס ארטיקל האבן זיי בטעות פארפעלט צו שרייבן אויבן:

אדווערטאריעל

ל.רוזן
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 11:07 am

תגובהדורך ל.רוזן » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 3:12 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:זייער רייך און תוכנ'דיגע אויסגאבע, ביי די וואודבארי ווילאס ארטיקל האבן זיי בטעות פארפעלט צו שרייבן אויבן:

אדווערטאריעל



....they have to make money somewhere

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 3:38 pm

מאמענט האט דעליווערט איינס און א גיטס רייך און תוכנדיג. מען וועט קענען ליינען און ליינען און ליינען!

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 6:45 pm

איך ליין נישט איעדע וואך... אבער אויף יום טוב איז געקומען א דיקן זעקל! האב איך עס באהאלטן פאר די קינדער נעמען עס צו. ווען איך וועל ענדיגן קענען זיי!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אברהם פערלמאן
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 5:12 pm
לאקאציע: עלי דרך

תגובהדורך אברהם פערלמאן » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 10:09 pm

הצדיק האט געשריבן:
רופא נפשות האט געשריבן:יא, אקורשט מסיים געווען הרב פערלמאן׳ס ארטיקל איבער 311, איר קומט אריין שטארק, איך געדענק נאך דיין ארטיקל איבער טראמפ געווינס אין אידישע געגנטער, דיינע ארטיקלען זענען זייער אייגנארטיג, די ארטיקל האט מיר די מערסטע געצויגן צו לעזן, און איך בין נישט אנטוישט געווארן.



איז שייך אהער צו לייגן די ארטיקל איבער טראמפ ?

דעם ארטיקל קען איך נישט דא לייגן, אבער די דאטא קענסטו זען דא
http://Yiddishdata.shinyapps.io/elections2
אידישער שרייבער, מיינונגען אייגנס

הצדיק
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 10:31 pm

אברהם פערלמאן האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:
רופא נפשות האט געשריבן:יא, אקורשט מסיים געווען הרב פערלמאן׳ס ארטיקל איבער 311, איר קומט אריין שטארק, איך געדענק נאך דיין ארטיקל איבער טראמפ געווינס אין אידישע געגנטער, דיינע ארטיקלען זענען זייער אייגנארטיג, די ארטיקל האט מיר די מערסטע געצויגן צו לעזן, און איך בין נישט אנטוישט געווארן.



איז שייך אהער צו לייגן די ארטיקל איבער טראמפ ?

דעם ארטיקל קען איך נישט דא לייגן, אבער די דאטא קענסטו זען דא
http://Yiddishdata.shinyapps.io/elections2



שכח צדיק
קום אריין קלאר

ליבלעך
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 2:26 am

דורך געבליקט די מאמענט קוקט אויס ווי פיינע סחורה, איין זאך האב איך באמערקט אז זיי האבן געטון בעסער ווי די פאריגע יום טוב אויסגאבעס אז ביי די אחים לעטשעבסקי בילדער פלעגן זיי לייגן אזוי אז א בילד פלעגט זיך אריבער ציען פון איין זייט צום אנדערן (למשל פון זייט 96 צו 97) און ס'פלעגט נישט גוט אויסקומען ווייל ס'איז געווען א ליין אינדערמיט וואס האט איבערגעהאקט, יעצט אבער האבן זיי געלייגט די בילד אין די ברייט אזוי אז ס'האקט זיך נישט איבער און ס'איז זייער קלאר

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3364
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 11:29 am

געליינט די ארטיקל פון חנוך גרינבערגער איבער לעיקוואד..
ס'איז סאמטינג ספעשיל א שרייבער עפעס גאר אינטערסאנט.... אריין אין די ליסט פון מיין פעיווערד שרייבער'ס. כ'גלייך גאר שטארק זיין שניט.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פריילעך אידל
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג אוקטובער 08, 2017 12:18 pm

eller האט געשריבן:געליינט די ארטיקל פון חנוך גרינבערגער איבער לעיקוואד..
ס'איז סאמטינג ספעשיל א שרייבער עפעס גאר אינטערסאנט.... אריין אין די ליסט פון מיין פעיווערד שרייבער'ס. כ'גלייך גאר שטארק זיין שניט.

געוואלט זאגן די זעלבע.
בד"וו ער געט ארויס ציפיעל פון ווער ער איז, וואוינט אין ק"י (כינוס הרבבות נומער) גייט מיט א פלאכע ביבער היט, רייכערט, ארום 30 יאר אלט (צען יאר צוריק נאך געווען א בחור).. בקיצור איינער קען אים?... :grin:

שבתי בוים
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » זונטאג אוקטובער 08, 2017 1:54 pm

ס'קען דאך פונקט אזוי זיין ער שרייבט דאס אלץ צו צעמישן דעם שטן...

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3364
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 3:33 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:געליינט די ארטיקל פון חנוך גרינבערגער איבער לעיקוואד..
ס'איז סאמטינג ספעשיל א שרייבער עפעס גאר אינטערסאנט.... אריין אין די ליסט פון מיין פעיווערד שרייבער'ס. כ'גלייך גאר שטארק זיין שניט.

געוואלט זאגן די זעלבע.
בד"וו ער געט ארויס ציפיעל פון ווער ער איז, וואוינט אין ק"י (כינוס הרבבות נומער) גייט מיט א פלאכע ביבער היט, רייכערט, ארום 30 יאר אלט (צען יאר צוריק נאך געווען א בחור).. בקיצור איינער קען אים?... :grin:

ער שרייבט דארט אויך אז ער האט א שוואגער אין נעפיא דארט וואס דאס איז ביזדערווייל לפי דעתי נאר דא איין אזא משפחה...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 1:12 pm

האט איר זיך איינגעהאנדעלט דעם מאמענט אויף יום טוב, איידער איר לייענט אלע אומוויכטיגע ארטיקלען, לערנטס דורך בעיון דעם שמועס מיט ר' דוד לעווי איבער חינוך ילדותינו היינטיגע צייטן, גאר שטארק אויסגעברענגט און הערליך צולייגט, יישר כח מאמענט, אלט לא באתם אלע בשביל זה דיינו

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג אוקטובער 15, 2017 8:40 am

די גראבע דאבל מאמענט האט זיך אויסגעצאלט!
זייער א שיינע ארבייט, הנאה געהאט פון די 311 ארטיקל אין די אנדערע.
טעק איט איזי! שמועס אין האב הנאה!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4758
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אוקטובער 15, 2017 10:08 am

גם אני מצטרף, הנאה געהאט פונעם מאמענט. ציננער, לעווי ספעציעל (אנדערע אויך).
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
מפתח צו מיינע אשכולות

דניאל אויערבאך
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג אוקטובער 15, 2017 1:37 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:האט איר זיך איינגעהאנדעלט דעם מאמענט אויף יום טוב, איידער איר לייענט אלע אומוויכטיגע ארטיקלען, לערנטס דורך בעיון דעם שמועס מיט ר' דוד לעווי איבער חינוך ילדותינו היינטיגע צייטן, גאר שטארק אויסגעברענגט און הערליך צולייגט, יישר כח מאמענט, אילו לא באתם אלא בשביל זה דיינו

100 פערסענט !!!
איך האב די מערסטע הנאה געהאט פון דעם לעווי ארטיקעל, געדענק איך נישט ווען איך האב די לעצטע מאל געליינט אזא קלארע חינוך ארטיקעל מיט אזעלעכע שטארקע יסודות !!

אבער פארוואס רופסטע אן די אנדערע זאכען אומוויכטיג ???
איך האב הנאה געהאט אויך פין אנדערע ארטיקלען ווי מענדי הערשקאוויש, די טאג בוך פין א מלמד, הרב ג' צינער און הרב ש' ארוש זייער גוט, 311 איז געווען אינטעסאנט אבער נישט עפעס מוראדיג, און נאך אסאך גוטע זאכען........

מנכל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 30, 2017 2:17 pm

תגובהדורך מנכל » זונטאג אוקטובער 15, 2017 1:43 pm

WOW
אידישע ליטראטור איז חי וקים!!!
חזק ואצץ פאר די ארויסגעבער פון די מאמענט!
איך האב ווי יעדע יום טוב געקויפט אלע אויסגאבעס וואס איז נאר געווען אויפן פאליציע און פון די מאמענט האב איך מיר באלעקט די פינגער!!! איך האב עס דרוכגעליינט מדושקא לדושקא! רייכע סחורה און אלעס פיין געקאווערט! ממש געווען א עונג יום טוב! די ארטיקלעך זענען נישט געווען אויבערפלעכליך נאר עכט גרונטליך!
דער ארטיקל פון מענדי הערשקאוויטש איז געווען אויסנאם! די ארטיקל אויף הרב גבריאל צינער איז געווען מיט א תורהדיגע טעם זייער באלערנד!
דער ארטיקל אויף הרב ארוש זייער ציענד! האב דוד לעווי איז געווען זייער באלערנד און געשמאק! און אפיל די קלענער ארטילעך זענען אלץ געווען מוראדיג געשמאק!
כל הכבוד פאר דעי אלע שרייבערס און רעדאקטערס!

זעירא דמן חבריא
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

תגובהדורך זעירא דמן חבריא » זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:03 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:האט איר זיך איינגעהאנדעלט דעם מאמענט אויף יום טוב, איידער איר לייענט אלע אומוויכטיגע ארטיקלען, לערנטס דורך בעיון דעם שמועס מיט ר' דוד לעווי איבער חינוך ילדותינו היינטיגע צייטן, גאר שטארק אויסגעברענגט און הערליך צולייגט, יישר כח מאמענט, אילו לא באתם אלא בשביל זה דיינו

100 פערסענט !!!
איך האב די מערסטע הנאה געהאט פון דעם לעווי ארטיקעל, געדענק איך נישט ווען איך האב די לעצטע מאל געליינט אזא קלארע חינוך ארטיקעל מיט אזעלעכע שטארקע יסודות !!

אבער פארוואס רופסטע אן די אנדערע זאכען אומוויכטיג ???
איך האב הנאה געהאט אויך פין אנדערע ארטיקלען ווי מענדי הערשקאוויש, די טאג בוך פין א מלמד, הרב ג' צינער און הרב ש' ארוש זייער גוט, 311 איז געווען אינטעסאנט אבער נישט עפעס מוראדיג, און נאך אסאך גוטע זאכען........


לכאורה האט ער פשוט נישט גענוצט די ריכטיגע ווארט, אבער זיין מכוון איז דאס זעלבע וואס איך האב געטראכט, אז די אלע אנדערע ארטיקלען זענען טאקע "אינטערעסאנט און געשמאק" אבער נישט עפעס נוגע אויף למעשה, אבער הרב לעווי'ס ארטיקל איז נישט סתם נאך אן ארטיקל איבער חינוך וואס אלע אויסגאבעס ברענגן טאג איין טאג אויס, נאר דאס איז "וויכטיג" עס ענטהאלט א נייע פערספעקטיוו אויף די צוגאנג צו חינוך פון אונזערע הייליגע נשמה'לעך, נישט בלויז געדאנקען און עצות, נאר א קלארע בליק סיי איבער חינוך בכלליות, און ספעציעל אויף די פארנעפלטע נושא פון "דיסציפלין" וואס ווערט אפט אויסגעמישט מיט די טוירם "חינוך", און ער טיילט עס אפ מיט א געוואלדיגע בהירות.
דאס איז די איינציגסטע ארטיקל פון ביידע בענדער וואס איך האב אויסגעשניטן און אוועקגעלייגט צו חזר'ן מזמן לזמן!

אוועטאר
אלט מאנרא
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:31 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:גם אני מצטרף, הנאה געהאט פונעם מאמענט. ציננער, לעווי ספעציעל .


גא"מ, חוץ ואס ער שרייבט בשם ציננער אז כדי צי אויסוואקסן א גדול דארף מען שפילן באל,
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

זעירא דמן חבריא
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

תגובהדורך זעירא דמן חבריא » זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:37 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:גם אני מצטרף, הנאה געהאט פונעם מאמענט. ציננער, לעווי ספעציעל .


גא"מ, חוץ ואס ער שרייבט בשם ציננער אז כדי צי אויסוואקסן א גדול דארף מען שפילן באל,


פארשטייסט גאנץ גוט וואס ער מיינט צו זאגן...

שטייגען
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: וועירהאוז

תגובהדורך שטייגען » זונטאג אוקטובער 15, 2017 3:57 pm

זייער שטארק הנאה געהאט פון הטפסר יצחק מארקאוויטש ארטיקעל, ווען איך בין געווען א קינד האט זיין נאמען געראשט איבער גרעיטר ניו יארק, אין דא לאזט ער זיך אראפ צו א פלענע שרייבער חן דערציילט אינטערסאנטע מעשות, מוארדיג הנאה געהאט.
רבי איטשע מאיר׳ס ארטיקעל וואלט מען געקענט מאכן פאר א פלענע קרישקעלע,
וואדבארי ארטיקעל קוקט אויס ווי א עדווערטייזמענט מיט אבער רייכע לשונות פונעם טאלאנטפולע שרייבער ראזען.
הרב לעווי אין הרב ארוש אין הרב צימער ארטיקעלך בין איך נאך נישט אנגעקומען צו ליינען.

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3364
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג אוקטובער 15, 2017 6:15 pm

מנכל האט געשריבן:WOW
אידישע ליטראטור איז חי וקים!!!
חזק ואצץ פאר די ארויסגעבער פון די מאמענט!
איך האב ווי יעדע יום טוב געקויפט אלע אויסגאבעס וואס איז נאר געווען אויפן פאליציע און פון די מאמענט האב איך מיר באלעקט די פינגער!!! איך האב עס דרוכגעליינט מדושקא לדושקא! רייכע סחורה און אלעס פיין געקאווערט! ממש געווען א עונג יום טוב! די ארטיקלעך זענען נישט געווען אויבערפלעכליך נאר עכט גרונטליך!
דער ארטיקל פון מענדי הערשקאוויטש איז געווען אויסנאם! די ארטיקל אויף הרב גבריאל צינער איז געווען מיט א תורהדיגע טעם זייער באלערנד!
דער ארטיקל אויף הרב ארוש זייער ציענד! האב דוד לעווי איז געווען זייער באלערנד און געשמאק! און אפיל די קלענער ארטילעך זענען אלץ געווען מוראדיג געשמאק!
כל הכבוד פאר דעי אלע שרייבערס און רעדאקטערס!

RT
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

shalsheles
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 12:14 am

שטייגען האט געשריבן:רבי איטשע מאיר׳ס ארטיקעל וואלט מען געקענט מאכן פאר א פלענע קרישקעלע,

;l;p- און נאך צו גלייבן אז דער שרייבער האט ״געכאפט א דעלטא פליגער״ זיך אריינצוזעצן אפאר שעה אין זיין בית מדרש, און ניטאמאל אויסטוישן א ווארט מיט אים.....

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 2:40 am

shalsheles האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:רבי איטשע מאיר׳ס ארטיקעל וואלט מען געקענט מאכן פאר א פלענע קרישקעלע,

;l;p- און נאך צו גלייבן אז דער שרייבער האט ״געכאפט א דעלטא פליגער״ זיך אריינצוזעצן אפאר שעה אין זיין בית מדרש, און ניטאמאל אויסטוישן א ווארט מיט אים.....

פאר מיר איז דאס געווען מיין פעוואריט ארטיקל, קודאס בן מנחם.
עס טוישט זיך נישט אזוי א ווארט מיט ר' איטשע מאיר ער איז א מורם מעם.
נאר עס פעלט פון זיינע הנהגות ווי זינגען ביי שמונה עשרה... דוכט זיך ד' בבות ביי אבות. ועוד.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט