סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

אחראי: יאנאש

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

צווישן אונז חאסידיקע אידן איז דא אבאנטש מאסן און קאלירן, ארבעס און בונדלעך אויסגעמישט משזר בערבוביא, און לא ראי זה כראי זה.

איינע פון די מערסט באשיינפירליכע אינטערסאנטע ספעקטאקלן מיט געזוכטער, זענען די וואנעבי אויפגעקלערטע סטייל, די האַלאָ באפערס וועלכע ווייסן אז ביידען מיט מקעין ארבייטן האנט ביי האנט צו אונטערברענגן די קאבאל, און אז עפשטיין (פון מאנראו? ) האצעך נישט אליינס געהארגעט, קילערי איז א מערדער, און יוגאו שאוועז איז א דיקטאטור און ער האט געפעלטשט די דאמיניען קאצקע ציקער (גיי פארצייל זיי אז זיין טויט-שיין איז שוין לאנג געהל...) בקיצור ער איז א מבין אויף די סטאקס ער ווייסט אז דאודזש קוין איז א הייפערסאניק מיסל פון כינע וואס איז ביי מארס און אילאן מיט א מאסק לכבוד דע ראונע איז געפארן מיט עס.

לעצטענס אבער זענען צו די הערנער צוגעקומען וואנצעס, שאפנדיג גאר א קאמישער צוזאמשטעל.

ביז נישט לאנג צוריק זענען די אידן וועלכע האבן געליארמעט קעגן די קאמען קאר וואס מען לייגט אריין אין די וואקסינס וואס מאכט עפעס א גויאישע רעיס גערופן קאנטעקט (וואס גראדע קאנטעקטס איז געבלאקט ביי זיי אויפן טעלעפאן, נאר די קאלקיולעיטער איז אפן צו קענען רעכענען די סעקשן אכט מיט די אנעמפלוימענט וויפיל עס באטרעפט) אבער בקיצור, עפעס אויטיזים וויל מען אריינלייגן אין די קינדער דורך קודש קוריקולים מיט טמנ'ע טשיקנס פון אינדיע, בקיצור איר כאפט וואס איך מיין.

דאס זענען אייביג געווען די שבח סטייל אידן וואס נישט האבנדיג וואס צו טון האבן זיי געמאכט גאנצעטע באלאגאנס און בראטלעך פון אפוויש פאפיר.

לעצטענס אבער, זענען די אלע וואנעביס, וואס ווייסן קלאר אז טראמפ איז דער מציל המושיע פון פיטער סטראקעס, און די גאנצע ראשען קאלאטשן איז נאר געווען פון די טיפע שטאטן (ערגעץ לעבן מיסיסיפי, כווייס נישט, כקעניש אזוי גוט די מאפע) און וועגן אים האט מיסטער ראקעט מאן באקומען א בענדעידזש אויפן גענאק, און ער איז פיינע נייעס ווייל ער זאגט יעדן אריין און האט נישט מורא צו ווייזן פאר די וועלט אז אמעריקע איז ערשט אין בית המשוגעים, בקיצור יו נעים איט, איך בין פויל.

זיי וואס ווייסן קליפ און קלאר פון אלדאס בייזן טעאריקער אויף פנים-בוך און ראמבל (די גוטע קעיק-קוקי?) אז עכט האט כינע אריינגעשווערצט דורך א בעט נאך ביליאן וואוטס, און ביל געיטס האט עס דורכגעלאזט פון זיין ווינדאוס, און נאר די העראאישע סידני פאועל מיט רודי זשוליאני ווייסן עס, און יעדער איז אויף פעיראל ביי סאראס (א קאזין מיט סורייסעס פון וואס מ'דארף טאקע שוין לאנג פטור ווערן, מיין קוזין האט עס און ער זאגט אז ס'קראצט ביז מ'גייט הויליענען ביים ים המלח) בקיצור כ'פאר ארום, כ'וויל אבער צוקומען צום פוינט.

די אלע פאני באשעפענישן זענען לעצטענס געווארן געפערליכע אנטי וועקסערס, זיי ווייסן אז די טעלעפאן טורעמס טרענזמיטן צום וואקסין טויטליכע באצילן וואס דו ווייסט נישט ווייל דו האסט נישט געמאכט דיין ריסערטש, ער שיקט דיר אין נאו טיים אריין א קליפ אויף אובער פון אן אויגן דאקטער און ארטש טעראפיסט וואס ווייסט אז מ'קען נישט האבן קיין קינדער און אויב יא געבוירט מען עליגעיטערס און טשערעפאכעס.

אויך ווייסן זיי קלאר אז עדעמס האט אפגעקויפט אלע זוי גערופענע עסקנים, עכט איז ער א וויסטער אנטיסעמיט, און נאר סליווע גייט אונז ראטעווען טאקע פון וואקסינען, און ער ווייסט אפילו אז ער האט זיך כמעט אנטשולדיגט אויף זיין מיאוסע אויסברוך קעגן חרדים, און ווייל דו ווייסט נישט אלעס, און האלטסט נישט מיט, גלייבסטו נעבעך די עסקנים וואס שארן ביליאנען אויף יעדע וואוט וואס זיי שטעלן צו פאר עדעמס, און זיי גייען ווייזן פאר די עסטאבלישמענט אז עוד ישראל רד עם טראמפ, און ס'איז קלאר ווי דער טאג אז בעצם קען סליווע שטארק געווינען ווייל אין בארא פארק האט געהאנגען טראמפ סיינס, נאר די עסקנים לאזן נישט.

און יעדער וואס וויל זיין רעלעוואנט טאנצט ארויף אויפן וואגן און פאוסט סטעטוס פאר סליווע און קעגן די וואקסינס, יעדער וואס האט מער פון 11 מעמבערס אויף זיין טעלעגראם גרופ ווייסט אז פייזער דינגט אפ גאנץ אמעריקע און זיי זענען דא צו אויס הרג'נען וועם קלינטאן האט איבערגעלאזט, וועגן ביל געיטס וויל קענען גיין אין א ביסקיסע ווי סדא קלענערע ליינס ער זאל נישט דארפן ווארטן אזוי לאנג, בקיצור.

וואס ווינדערט מיר איז, וויאזוי די אלע וואס זענען אמאל געווען אזוי אויפגעקלערט, זענען געווארן אזאכע פיצי מצומצמים, און גלייבן יעדע שיקער און שיכור, און מיינען אז זיי זענען די קלוגסטע פונעם יאר טויזענט און א דירעקטע גלגול פון רבי מיכאל בער זי"ע.

נאכדעם האביך אפגעמאכט די באקאנטע ווארט, פרוביר נישט צו פארשטיין די טיפשים ווייל זיי פארשטייען עס אויך נישט, סאו הגם כ'האב געפלאנט צו מאכן א גורל אויף א לאלי פאפ פאר ווער ס'גייט מיר אנטשיידן די מיסטעריע, איז די גורל דערווייל אפגערופן, אנטיל פורדער נאטיס.
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

וואס איז זיכער איז זיכער... דו האסט גאר א פיינעם פעדער!!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:צווישן אונז חאסידיקע אידן איז דא אבאנטש מאסן און קאלירן, ארבעס און בונדלעך אויסגעמישט משזר בערבוביא, און לא ראי זה כראי זה.



:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אזוי צו דער'הרג'ענען מ'ברויך לאזן מנוחה צווישן איין שורה אינעם צווייטען
חינוך האט געזיגט!
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

הערליך!!! קום אריין אפטער פליז
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:

|{}+ |{}+ |{}+
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

נישטא קיין ווערטער…

מ׳ברויך איבערליינען אפאר מאל צו כאפן די חידושים אין יעדן ווארט!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

אזא טיפע טשאלנט צו מישן... :lol:
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

אין מילים!!! א גאר גוטע פעדער מיט די געשמאקסטע לשונות און א קלארע פוינט!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואט עי שפראך!!! :lol: :lol: :lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

איך דארף מיר אראפ זעצן מיין קאפ דרייט זיך
א פיינעם שפראך האסטע
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גראדע האב איך שוין לאנג די קשיא. פארוואס זענען דא אזאנע וואס אויף איין זייט טראסטן זיי נישט קיינעם, אבער אויף דער אנדערער זייט טראסטן זיי יעדן האלבן מענטש וואס זאגט אז 'זאכן זענען געפערליך'. זענען זיי סקעפטיקע אדער גלויביגע?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

א הערצליכן דאנק פאר אלע קאמפלימענטירער! טענק יו גייס!
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

פארפאלן, גוט איז גוט!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

:lol: :lol: :lol:
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

Who knows האט געשריבן:פארפאלן, גוט איז גוט!
געשריבן דורך: נעכטן
אווער נייט קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אווער נייט קוגעל »

laughing-smiley-emoji.gif
laughing-smiley-emoji.gif (97.98 KiB) געזען 4540 מאל
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:גראדע קאנטעקטס איז געבלאקט ביי זיי אויפן טעלעפאן, נאר די קאלקיולעיטער איז אפן צו קענען רעכענען די סעקשן אכט מיט די אנעמפלוימענט וויפיל עס באטרעפט

:lol: :lol: :lol:
זייער א פיינער געשריבאכטס!!! ארומגענומען די נושא מיט א שטארקייט!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
proudyid
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2014 12:16 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך proudyid »

;l;p-
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

פעיק ניוז האט געשריבן:גראדע האב איך שוין לאנג די קשיא. פארוואס זענען דא אזאנע וואס אויף איין זייט טראסטן זיי נישט קיינעם, אבער אויף דער אנדערער זייט טראסטן זיי יעדן האלבן מענטש וואס זאגט אז 'זאכן זענען געפערליך'. זענען זיי סקעפטיקע אדער גלויביגע?

;l;p- ;l;p- :wink: :wink: :wink:
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
ברוך פייבול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 11:56 am

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פייבול »

גאר גוט!! זיך צו באלעקן מיט יעדע ווארט.....!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

;l;p- ;l;p-
דו ביסט צוקער זיס!!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלדאוונע! גיי אן!

כ'האב פונקט נעכטן געקוקט א קליפ וואס איינער האט ארויפגעשטעלט ביי די אינטערעסאנטע קליפס אשכול מיט א האלב יאר צוריק בערך. א פאליציאנט שטעלט אפ א מיטליעריגער ווייסער גוי, און בעט זיך ביי יענעם במשך צען גאנצע מינוט אז ער זאל אים צייגן זיין לייסענס און אינשורענס. דער יעניגער איז אבער קלוגער, ער לאזט זיך נישט פון די באנדיטן וואס ווילן איבערנעמען די וועלט... ער גוגעלט אויפ'ן קלוגן טעלעפאן בשעת מעשה וואס פונקטליך ער דארף יעצט פרעגן און ענטפערן, און בשעת מיט איין האנט סקראולט ער אינעם טונקעלן טייל פונעם געוועב און זאגט איבער האלבע לאזונגען וואס גיסן זיך איבער מיט חכמה און פיקחות, האלט ער מיט די אנדערע האנט אן אנדערע טעלעפאן מיט א קאמערע צו אויפכאפן דעם גאנצן אינצידענט - א זאך וואס וועט אים מאכן א העלד אין די אויגן פון זיין קאמיוניטי.

דער אפיציר - צו זיין קרעדיט - פארלירט זיך נישט, שרייט נישט, שעלט נישט, נאר זאגט אים איבער איינמאל און נאכאמאל אז ער האט אים געזעצליך אפגעשטעלט, נאכדעם וואס יענער האט נישט גענוצט די זיץ-גארטלעך אפילו שוין נאכדעם וואס דער אפיציר האט אים אפגעשטעלט, און אז דאס געזעץ פארלאנגט אז ער זאל אים פראדוצירן די לייסענס און אינשורענס, און אנדערש קען ער גיין יושב'ן פאר'ן שטערן א פאליציאנטן פון אויספירן זיינע פליכטן.

עקשן בלייבט אבער עקשן (און מיט יענע חברה קענסטו גיין קלאפן בארן, ער לעבט אין אן אייגענע יוניווערס) און ער בלייבט זיצן אין קאר שפילנדיג אויפ'ן טעלעפאן, בשעת ער ריקט צוריק ארויף דעם גאנצן פענסטער און לאזט דעם פאליציאנט רעדן צו די לופט. דער פאליציאנט האט אריינגערופן הילף, און שפעטער זענען אנגעקומען עטליכע פייערלייט וואס האבן מיט א האמערל אויפגעבראכן די פענסטער - נאכ'ן אים ווארענען קלאר און דייטליך אז דאס גייט פאסירן אויב ער שטעלט זיך נישט צו - און מען כאפט יענעמ'ס האנט אריין אין קייטלעך, און ער ווערט אוועקגעפירט אין תפיסה.

הדא הוא דכתיב: זיי קלוג, זיי נישט גערעכט

מיט בלויז אפאר סעקונדעס פון אויספאלגן באפעלן, וואלט ער זיך געשפארט א זיצעניש אין תפיסה, א געריכטליכע אנקלאגע, א צעבראכענע שויב, וכו' וכו'.

וואו קומט עס דא אריין? ווייל איך בין זיכער אז יענער איז אויך אן אנטי וועקסער...
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

ווי אזוי ביסטו זיכער?
The Divided States Of America
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געדענקסט די ווארט וואס מ'פלעגט נוצן ביי די טעגלאשער פאליטיק?

... איז א מענטאליטעט מער ווי א פארטיי
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פעיק ניוז האט געשריבן:גראדע האב איך שוין לאנג די קשיא. פארוואס זענען דא אזאנע וואס אויף איין זייט טראסטן זיי נישט קיינעם, אבער אויף דער אנדערער זייט טראסטן זיי יעדן האלבן מענטש וואס זאגט אז 'זאכן זענען געפערליך'. זענען זיי סקעפטיקע אדער גלויביגע?

איך מיין אוודאי נישט צו זאגן, אז ווער עס איז אן אנטי וועקסער איז אזא איינער. זיין אן אנטי וואקסין, קען מען אויך אויף געהעריגע באזיסן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”