ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

אחראי: יאנאש

אוועטאר
פיק אפ טראק טאמבלסאס
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 3:27 pm

ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק אפ טראק טאמבלסאס »

אין וויליאמסבורג גייט היינט פארקומען א אנטי-וואקסין פארזאמלונג, ווען נאך וואס די גרופע האט נישט באוויזן צו צוזאמשלעפן קיין צוויי מנינים ביי ענליכע מעמדים אין לעיקוואיוד און אין בארא פארק, האבן זיי מחליט געווען אין וויליאמסבורג צו באהאלטן זייערע מאטיוון און נישט ארויסשרייבן וואס דער פארזאמלונג וועט זיין, און אויך איז דער מעמד אנדערש ווי זייערע מעמדים אין לעיקוואיוד און אין בארא פארק אז ראביי יעקב קאהאן (דער היימישער אקטיוויסט ר' יענקעלע כהן פון מאנסי) וועט נישט אויפטרעטן - עכ"פ עס שטייט נישט אויף די צעטלעך.

ביי מעמד וועט יא אויפטרעטן א היימישע BLM פירער וועלכע ווערט באצייכנט מיטן שיין קליגעדיגן נאמען "פאפולער אמעריקען אקטעוויסט" ווען ער איז פאפולער צווישן די BLM באוועגונג וואס איז ווי באקאנט אפיציעל אקעגן נעמען דער וואקסין, און אין דער צייט וואס אין די היימישע געגענטער ווי בארא פארק און וויליאמסבורג זענען ב"ה 70 פראצענט עלטער (60+) וואקסינירט, זענען אדי ציפערן אין די געדעכט שווארצע געגענטער אינטער 60 פראצענט צוליב די שטארקע קאמף וואס די BLM באוועגונג פירט אקעגן די וואקסין, און ווי עס שיינט זענען די בני חם מער קליג ווי דער היימישער ציבור, און די ציפערן ביי זיי זענען נידריגער ווי ביי אונז.

צוריק צום קעפל, דער אנטי-וואקסין באוועגונג הייבטא שוין לאנג ברעמען, אין דער ציט וואס דער קאמפיין פאר דער וואקסין ווערט אפיציעל געשטיפט ביי די רעגירונג וועלכע שטעלט צו פאונדיג דערפאר איז אבער אין די היימישע געגענטער נישט דא האלב אזא קאמפיין "פאר" די וואקסין, ווי עס איז דא אקעגן די וואקסין. די אנטי-באוועגונג דינגט ארויס טייערע זאלן, גיגאנטישע סקרינס, פאוסטערס וואס קאסטן שווערע טויזענטער ווערן געהאנגען אין אלע גאסן, אין אנדערע ווערטער באדייט דאס אז דער אנטי-באוועגונג אינוועסטירט שווערע צענדליגער טויזענטער אין די היימישע קאמיונעטי, און אנדערע ווערטער איינער האט דא א אינטערעסע, און גאר א שטערקערע אינטערעסע ווי דער גאווערמענט האט אונז צו וואקסינירן.

איך לאז אפן דער דעבאטע ווער עס שטייט אינטער דעם, אבער ווען מען זעט אז מען ברענגט אראפ דער ראדיקאלער BLM אקטיוויסט צו רעדן אין וויליאמסבורג, לאזט זיך גלייבן אז די זעלבע וועלכע האבן דורכגעפירט ענליכע אנטי-וואקסין איווענטס אין די שווארצע געגענטער, און דאס זעלבע וואס האבן אויסגעהאלטן די BLM ראיאטן קומען יעצט קיין וויליאמבסורג. איך זאג נישט קיין זיכערע זאך, נאר א שפעקולאציע, אבער עס האט מער באווייזן און מער ראיות ווי יעדע איינציגסטע אנטי-וואקסין ארגומענט...

אויב דער טעאריע איז ריכטיג וואלט דער קעפל פון דער מעמד געזאלט זיין "בלעק לייווס מעטער קומט קיין וויליאמסבורג".

- אויב די מנהלים פארשטייען אז עס באלאנגט אין אקטולע ביטע אריבערפירן.
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

גם אני בחלומי האב שוין די שאלה פאר א שטיק צייט, ולא עוד מיין קושיא איז פיל שטערקער, וואספארא אינטערעסע זאל עמיצער האבן אז 'יענער' זאל נישט נעמען די וואקסין עד כדי כך עס זאל אים לוינען צו צאלן געלט דערפאר?

ווער איז דער אקטיוויסט פון וועם איר רעדט? האט איר עפעס מער פרטים איבער אים?
יענע װעלט
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:02 pm

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענע װעלט »

ירקרקות האט געשריבן:גם אני בחלומי האב שוין די שאלה פאר א שטיק צייט, ולא עוד מיין קושיא איז פיל שטערקער, וואספארא אינטערעסע זאל עמיצער האבן אז 'יענער' זאל נישט נעמען די וואקסין עד כדי כך עס זאל אים לוינען צו צאלן געלט דערפאר?

די אנטי וועקס קאמפיין איז נישט געצילט אז יחידים זאלן נישט נעמען די וואקסין סאיז א טיפערע קאמפיין קעגן די סיסטעם.
נאך איינער

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

סאיז נישט קיין סוד אז די היימישע העלטה פוד אינדוסטריע שטיצט שטארק מיט גרויסע געלטער די אנטי וואקסינען באוועגונג,

די קאמפיין איז נישט אזוי ווייט וואקסינען ווי אלגעמיין פאר נאטירלעכע היילונג מיטלען, ביי וואקסינען איז עס די גרינגסטע וועג אריינצוברענגען ביין היימישן עולם די מיסטראסט צי די מעדיצינישע וועלט,
לעצט פארראכטן דורך נאך איינער אום זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:24 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

דאס איז די מעמד אין כתר צבי?
אני הוא הנער, נער המדבר
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

נאך איינער האט געשריבן:סאיז נישט קיין סוד אז די היימישע העלטה פוד אינדוסטריע שטיצט שטארק מיט גרויסע געלטער די אנטי וואקסינען באוועגונג, איבערהויפט די וויטאמינען פירמע מ. ה.

ווארום? איך זע נישט וואס זיי זאלן בענעפיטירן.
מען זאל קויפן מער זינק ווען מען באקומט קאוויד? קוקט אויס ווי א קאנספיראציע.
נאך איינער

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

ירקרקות האט געשריבן:

גיי ארויף אויף זייערע האטליינס וועסטי הערן ווי אלעס דרייט זיך ארים וויטאמינען אין נאטורלעכע היילונג מיטלען,
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

תגובה דורך מסתמא »

אקוראט דאס געוואלט שרייבן

ער קען זיצן אויף סעקשאן 8 און עסן פוד סטעמפס אבער פאר סאפלעמענטן און די אלע בעלאוניס העט ער האבן געלט

אגב, כהאב פונקט נאכגעקוקט בנוגעה גאודזשי בערריס (די פארגייער פון אנטי וואקסין, א שידוך צווישן מאלטי לעוול מארקעטינג און העלט פוד אנטי סיסטעם גלויבונגען)
די גאודזשי בערריס וואקסן אין נעפאל אין די הימעלייען בערג, עסנדיג דאס האט מען געזאלט לעבן אויף אייביג..
למעשה זעה איך אז די לייף עקספעקטענסי דארטן אין נעפאל איז ערגעץ ארום 65 יאר.. עניוועי
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)

מסתמא האט געשריבן:

נו, איז דאך שוין נפל פיתא בבירא, די עף די עי איז דאך נישט מאסגעבנד ווייל זיי זענען אונטערגעקויפט דורך ביג פארמא, איז אויב אנטי וואקסין איז אונטערגעקויפט פון ביג ווייטא מה הועילו חכמים בתקנתם?

בניהו האט געשריבן:דאס איז די מעמד אין כתר צבי?

יא

ביי מיזעלס האבן זיי אויך פראקלאמירט א וואקסינען אינפארמאציע אווענט, ווען דער ציל איז געווען אנטי וואקסינען,

די אלע וואס שרייען אז וואקסינען איז א גאלד ביזנעס אען וועגן דעם שטיפט עס די גאווערמענט, וועלען מיזען מודה זיין אז אין די היימישע גאס אז זיכער דא עפעס א גרויסע געלט קוואל וואס שטיפט דעי מאוומענט,
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

ירקרקות האט געשריבן:גם אני בחלומי האב שוין די שאלה פאר א שטיק צייט, ולא עוד מיין קושיא איז פיל שטערקער, וואספארא אינטערעסע זאל עמיצער האבן אז 'יענער' זאל נישט נעמען די וואקסין עד כדי כך עס זאל אים לוינען צו צאלן געלט דערפאר?

זיי ווילען זיך נישט טרעפען איין טאג וואווינענדיג ארום גענומען מיט עליגעיטערס
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נאך איינער האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:סאיז נישט קיין סוד אז די היימישע העלטה פוד אינדוסטריע שטיצט שטארק מיט גרויסע געלטער די אנטי וואקסינען באוועגונג, איבערהויפט די וויטאמינען פירמע מ. ה.

ווארום? איך זע נישט וואס זיי זאלן בענעפיטירן.
מען זאל קויפן מער זינק ווען מען באקומט קאוויד? קוקט אויס ווי א קאנספיראציע.

גיי ארויף אויף זייערע האטליינס וועסטי הערן ווי אלעס דרייט זיך ארים וויטאמינען אין נאטורלעכע היילונג מיטלען,

אויב דאס איז דיין הוכחה, זאלסט זאפארט פארמעקן דיין תגובה. וואספארא חוצפה איז דאס ארויפצושמירן א בלבול אויף היימישע אידן צוליב א אייגענע קאלקולאציע? די אנטי זענען פרא נאטורליכע הייל-מיטלען, אריינגערעכנט וויטעמינען, וועגן דעם מוז זיין אז די קאמפעניס שטייען אונטער דעם?? האסט נישט מורה פון הוצאת שם רע??
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ירקרקות האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:סאיז נישט קיין סוד אז די היימישע העלטה פוד אינדוסטריע שטיצט שטארק מיט גרויסע געלטער די אנטי וואקסינען באוועגונג, איבערהויפט די וויטאמינען פירמע מ. ה.

אקוראט דאס געוואלט שרייבן

ער קען זיצן אויף סעקשאן 8 און עסן פוד סטעמפס אבער פאר סאפלעמענטן און די אלע בעלאוניס העט ער האבן געלט

אגב, כהאב פונקט נאכגעקוקט בנוגעה גאודזשי בערריס (די פארגייער פון אנטי וואקסין, א שידוך צווישן מאלטי לעוול מארקעטינג און העלט פוד אנטי סיסטעם גלויבונגען)
די גאודזשי בערריס וואקסן אין נעפאל אין די הימעלייען בערג, עסנדיג דאס האט מען געזאלט לעבן אויף אייביג..
למעשה זעה איך אז די לייף עקספעקטענסי דארטן אין נעפאל איז ערגעץ ארום 65 יאר.. עניוועי

נו, איז דאך שוין נפל פיתא בבירא, די עף די עי איז דאך נישט מאסגעבנד ווייל זיי זענען אונטערגעקויפט דורך ביג פארמא, איז אויב אנטי וואקסין איז אונטערגעקויפט פון ביג ווייטא מה הועילו חכמים בתקנתם?

יא יא, איז מיך שוין בעסער די סיסטעם און בעצם נעם איך טאקע אלעס מיט א לעפעלע זאלץ

אבער די סיסטעם פארסאמט נישט די מענטשהייט, נארמאלערהייט גערעדט
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17492
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

קלוגער האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:גם אני בחלומי האב שוין די שאלה פאר א שטיק צייט, ולא עוד מיין קושיא איז פיל שטערקער, וואספארא אינטערעסע זאל עמיצער האבן אז 'יענער' זאל נישט נעמען די וואקסין עד כדי כך עס זאל אים לוינען צו צאלן געלט דערפאר?

זיי ווילען זיך נישט טרעפען איין טאג וואווינענדיג ארום גענומען מיט עליגעיטערס

:lol: :mrgreen: :lol: :mrgreen:
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

איך שרייב נאר וואס איך טראכט נישט איך בארעכטיג קיין איין זייט, אבער אפשר איז פשוט די אינטערעסע נישט אז יענער זאל נישט נעמען נאר אז ער זאל קענען בייקומען די פארלאנגען אז מען מוז עס נעמען?
דאס וואס מען שרייבט אז עס איז בכלל נישט דא קיין קאמפיין אזוי שטארק איבער יא נעמען ווייס איך נישט פונקטליך וואס איר רעדט, ווייל די רעגירונג פארלאנגט דאך פון א יעדע ביזנעס וואס האט מער ווי 100 איינגעשטעלטע אז מען מוז דאס פארלאנגען און"יא" אפילו אונזערע היימישע ביזנעסער האבן שוין אסאך אנגעהויבן פארלאנגען פון די ארבייטער, צווייטענס פון אלע אפיציעלע ארבייטער אין סקולס אדער חדרים וואס ארבעטן אונטער טשיילד קעיר אדער ספעשל עד פארלאנגט מען שויןאז מען מוז זיך וואקסינירן, צו קענען ארויספליען איז שוין כמעט אינגאנצן אז מען מוז האבן, איז וואס מיינט דאס אז מען פירט נישט קיין קאמפיין עס איז שוין כמעט נישט דא קיין צוויי ברירות, רוב מענטשן וואס האבן זיך וואקסינירט ביז יעצט איז דאס אדער צוליב די פחד און שרעק וואס די מידיע האט געמאכט אויב מען וואקסינירט זיך נישט ואס קען ח"ו פאסירן, אדער ווייל דער מענטש האט געטראכט באלד וועל איך ממילא מוזן פריער אדער שפעטער איז אויב אזוי לאז מיך יעצט נעמען און לאז מיר דערווייל קענען פליען אויב איך וויל וכדו',
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

מיר מאטערט אויך שוין די פראגע א שטיק צייט, ביותר ווען די זעלבע אנטי-וועקס זענען אויך אנטי קאמאן סענס כידוע, עכ"פ א חלק פון זיי, ברענגט עס מער אויף די פראגע צו איז דאס נישט א טיפערע קאמפיין
נאך איינער

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

סאיז קלאר אז דעי מאוומענט איז נישט נאר אז איך זאל נישט מיזען נעמען קיין וואקסינען, נאר ענדערש איבערצייגן די גאנצע וועלט אז מזאל נישט נעמען, אין פארדעם שפענט מען טויזענטר פאר מארקעטינג, אין מדארף זיין נאיוו צי גלויבן אז עמיצער טיט דאס אן א חשבון צוריק צי פארדינען אויפן אינוועסטמענט,

ווען דער מלחמה ביי מיזעלס וואלט געווען נאר זיך צי פראטעקטן וואלטן מען לוכארה קיינמאל נישט אראפגענומען די רעלידשעס עקזעמפשן,
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4313
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

נאך איינער האט געשריבן:סאיז נישט קיין סוד אז די היימישע העלטה פוד אינדוסטריע שטיצט שטארק מיט גרויסע געלטער די אנטי וואקסינען באוועגונג.

די קאמפיין איז נישט אזוי ווייט וואקסינען ווי אלגעמיין פאר נאטירלעכע היילונג מיטלען, ביי וואקסינען איז עס די גרינגסטע וועג אריינצוברענגען ביין היימישן עולם די מיסטראסט צי די מעדיצינישע וועלט,

אוממענטשליך צו באשמיצן א היימישע קאמפאני אן קיין ערנסטע באווייזן, נישט אז מיט באווייזן איז יא ריכטיג.

אחוץ אויב ביזטו דא מיט א דירעקטע ציהל צו אפשפארן דעם אשכול
לעצט פארראכטן דורך בלייב געזונט אום זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
איינזייטיג
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 12:25 am

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינזייטיג »

בניהו האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:סאיז נישט קיין סוד אז די היימישע העלטה פוד אינדוסטריע שטיצט שטארק מיט גרויסע געלטער די אנטי וואקסינען באוועגונג, איבערהויפט די וויטאמינען פירמע מ. ה.

ווארום? איך זע נישט וואס זיי זאלן בענעפיטירן.
מען זאל קויפן מער זינק ווען מען באקומט קאוויד? קוקט אויס ווי א קאנספיראציע.

גיי ארויף אויף זייערע האטליינס וועסטי הערן ווי אלעס דרייט זיך ארים וויטאמינען אין נאטורלעכע היילונג מיטלען,

אויב דאס איז דיין הוכחה, זאלסט זאפארט פארמעקן דיין תגובה. וואספארא חוצפה איז דאס ארויפצושמירן א בלבול אויף היימישע אידן צוליב א אייגענע קאלקולאציע? די אנטי זענען פרא נאטורליכע הייל-מיטלען, אריינגערעכנט וויטעמינען, וועגן דעם מוז זיין אז די קאמפעניס שטייען אונטער דעם?? האסט נישט מורה פון הוצאת שם רע??

די ווייסט נישט? יעדער ווייסט, ס'איז א פאקט, פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווי לאנג ס'איז פרא וואקסין פרעגט מען נישט פון ווי מען ווייסט
אלץ איד בין איך איינזייטיגע
יענע װעלט
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:02 pm

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענע װעלט »

נאך איינער האט געשריבן:סאיז נישט קיין סוד אז די היימישע העלטה פוד אינדוסטריע שטיצט שטארק מיט גרויסע געלטער די אנטי וואקסינען באוועגונג, איבערהויפט די וויטאמינען פירמע מ. ה.

די קאמפיין איז נישט אזוי ווייט וואקסינען ווי אלגעמיין פאר נאטירלעכע היילונג מיטלען, ביי וואקסינען איז עס די גרינגסטע וועג אריינצוברענגען ביין היימישן עולם די מיסטראסט צי די מעדיצינישע וועלט,

סקען זיין אז סדא אסאך אינטרעסע אין דעם אבער ראביי ...'ס ציל איז נאר קעגן סיסטעם, קוק ווי ביי יעדע אויפטריט קעגן חינוך קומט אריין שפיטעלר און וואקסינס ווען סהאט קיין שייכות.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4313
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

צד תמות האט געשריבן:מיר מאטערט אויך שוין די פראגע א שטיק צייט, ביותר ווען די זעלבע אנטי-וועקס זענען אויך אנטי קאמאן סענס כידוע, עכ"פ א חלק פון זיי, ברענגט עס מער אויף די פראגע צו איז דאס נישט א טיפערע קאמפיין

אייגנטלעך די שטארקע אנטי קאמאן סענס מאוומענט האט זיך אנגעהויבן אלץ א תוצאה פון די מיזעלס , פאר ווער עס קען די היסטאריע
שוין לאמיר נישט צוגעבן צו די סגירת האשכול...
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

צד תמות האט געשריבן:מיר מאטערט אויך שוין די פראגע א שטיק צייט, ביותר ווען די זעלבע אנטי-וועקס זענען אויך אנטי קאמאן סענס כידוע, עכ"פ א חלק פון זיי, ברענגט עס מער אויף די פראגע צו איז דאס נישט א טיפערע קאמפיין

עס איז נאר אנטי סיסטעם.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17492
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

בלייב געזונט האט געשריבן:אחוץ אויב ביזטו דא מיט א דירעקטע ציהל צו אפשפארן דעם אשכול

העומד לשרוף איז דאך כשרוף דמי
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
פיק אפ טראק טאמבלסאס
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 3:27 pm

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק אפ טראק טאמבלסאס »

דער ציל פונעם אשכול איז שוין אייגנטליך ערייכט געווארן ווען עס האט איבער 600 וויוס דא אויף אייוועלט און דער ערשטע תגובה מיט עטליכע זאפטיגע תגובות צירקלירן שוין אויף א רייע סאציאלע מידיע גרופעס צווישן היימישן ציבור...
יענע װעלט
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:02 pm

Re: ווער האלט אויס די אנטי-וואקסין באוועגונג אין די היימישע גאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענע װעלט »

יענע װעלט האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:סאיז נישט קיין סוד אז די היימישע העלטה פוד אינדוסטריע שטיצט שטארק מיט גרויסע געלטער די אנטי וואקסינען באוועגונג, איבערהויפט די וויטאמינען פירמע מ. ה.

די קאמפיין איז נישט אזוי ווייט וואקסינען ווי אלגעמיין פאר נאטירלעכע היילונג מיטלען, ביי וואקסינען איז עס די גרינגסטע וועג אריינצוברענגען ביין היימישן עולם די מיסטראסט צי די מעדיצינישע וועלט,

סקען זיין אז סדא אסאך אינטרעסע אין דעם אבער ראביי ...'ס ציל איז נאר קעגן סיסטעם, קוק ווי ביי יעדע אויפטריט קעגן חינוך קומט אריין שפיטעלר און וואקסינס ווען סהאט קיין שייכות.

די אייציגסע וועג ווי ער קען ערלדיגן אז פרויען זאלן מסכים זיין צו שיקן די אין מוסדות על .... אז נאר מיט וואקסינס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”