- IMG_20210219_094210_722.jpg (134.36 KiB) געזעהן 573 מאל
הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ
אשרי עין ראתה את אלה !!
נישטא קיין ווערטער אויפן נעכטיגן מעמד שמחת השבע ברכות ווי עס האט זיך שוין אפיציעל אנגעהויבן די גרויסע מעמד הכנסת ספר תורה מיטן אנהויבן אריינשרייבן די לעצט פארבליבענע אויתיות אינעם הייליגן ספר !!!
די רבי איז געווען זייער זייער מרוגש
אט דא האט איר א קליינעם חלק ווי די רבי בעט זיך אויס ביים גרויסן באשעפער בדמעות שליש והאר עינינו בתורתיך !!
https://drive.google.com/file/d/1Vmmyz4 ... p=drivesdk

- פרינדזשעס..
- שר חמש מאות
- תגובות: 531
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
- לאקאציע: מונקאטש
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
עס קומט אריין באריכטן אז הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער וועט אי"ה גראמען מוצש"ק ביי די כתיבת אותיות.
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
והיו לכבוד ולתפארת! הערליכער כתר תורה און מענטעלע פונעם רבינס ספר תורה.
- maybeeynot
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3931
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
איינער מיט א באריכט פון די נעכטיגע מעמד סיום כתיבת ס"ת ?
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 25709
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
געוועזן לעילא לעילא, געענדיגט פאר צווייע.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 423
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
דער בדחן האט געשריבן:איז דער ספר תורה געשריבען רמ"ה עמודים אדער רמ"ח?
רמ"ה
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
שוין געווען די הכנסת ס״ת אדער נאר די סיום כתיבת?
- ענדע צדיק!
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6186
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
מצליח האט געשריבן:והיו לכבוד ולתפארת! הערליכער כתר תורה און מענטעלע פונעם רבינס ספר תורה.
איך גלייך נישט די דעזיין דערפון. פון ביידע
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- ריעל עסטעיט
- שר מאה
- תגובות: 247
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 8:23 am
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
פוילער האט געשריבן:שוין געווען די הכנסת ס״ת אדער נאר די סיום כתיבת?
נאר די סיום כתיבות די הכנסת ספר תורה וועט אי"ה פארקומען קומענדיגע שושן פורים המשולש
גלייכסט מיר נישט ס'גארנישט נישט יעדער האט א גוטע טעיסט
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
maybeeynot האט געשריבן:איינער מיט א באריכט פון די נעכטיגע מעמד סיום כתיבת ס"ת ?
געווען א געוואלדיגע התעוררות, און א ריזן עולם העכער אלע ערווארטונגען
פאר אלע אייערע פּאומס - אידיש און לשון קודש - פארבינדט אייך אין אישי.
אדער אויף: ahpointe@gmail.com
צופרידענהייט גאראנטירט! בעז"ה.
אדער אויף: ahpointe@gmail.com
צופרידענהייט גאראנטירט! בעז"ה.
- טשאלענט
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3795
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
maybeeynot האט געשריבן:איינער מיט א באריכט פון די נעכטיגע מעמד סיום כתיבת ס"ת ?
נישט שייך קיין באריכט!
די מעמד איז באמת אומבאשרייבליך געווען, די דברות קודש פון רבינו שליט"א, די בכיות, די ווארימע ניגונים, די התרגשות ביים סיום, און די ריקודי קודש!!!!!
אשרי עין ראתה!!!
ס'באמת נישט דא קיין ווערטער...
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
ענדע צדיק! האט געשריבן:מצליח האט געשריבן:והיו לכבוד ולתפארת! הערליכער כתר תורה און מענטעלע פונעם רבינס ספר תורה.
איך גלייך נישט די דעזיין דערפון. פון ביידע
צו מאדערן פאר א רביש'ע.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
פריילאך האט געשריבן:ענדע צדיק! האט געשריבן:מצליח האט געשריבן:והיו לכבוד ולתפארת! הערליכער כתר תורה און מענטעלע פונעם רבינס ספר תורה.
איך גלייך נישט די דעזיין דערפון. פון ביידע
צו מאדערן פאר א רביש'ע.
וואלט ענדערש געפאסט א האריג'ס אדער כאטש טייטלביימער
- ריעל עסטעיט
- שר מאה
- תגובות: 247
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 8:23 am
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
ס'זיכער דא מער ווי איינס ס'זיכער דא עקסטער פאר ימים טובים און עקסטער פאר שמחת תורה
גלייכסט מיר נישט ס'גארנישט נישט יעדער האט א גוטע טעיסט
- פופציגער
- שר האלף
- תגובות: 1404
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
הערליך הערליך הערליך געווען!!
איז אזוי. איך גלייך נישט ארויפצוקומען מיט שטורעמישע געפילן נאך א מעמד ווייל אין אזא צייט איז דאס א פארמעסט צווישן אלע שרייבערס ווער עס קען בעסער שטויסן געפילן. אבער אזויפיל יא. דער נעכטיגער מעמד איז געווען סאמטינג אוט אף דיס ווארלד.
רבינו שליט"א געווען אין העכערע ספערן און געשוועבט אין התרגשות. די בכיות אינמיטן די תורה איז געווען עפעס ספעציעל, און די ריקודין מיט די ספר תורה בשעת הגבה ווען טרערן גיסן זיך באשיינפערליך פון די אויגן האט אריינגעשלעפט דעם עולם אין א הויכער עלעקטיריזינדער אטמאספעהר.
די ריקודין מיט די ספר תורה ווען רבינו שליט"א האט ארומגענומען דעם ספר מיט די גאנצע כח און געטאנצן אן אויפהער פאר א לענגערע וויילע, האט אינסטינקטיוו אויפגעהויבן דעם עולם עטליכע טפחים העכער פון דער ערד.
אין קורצן, געווען א מעמד וואס חסידי סאטמאר געדענקען נישט א ענליכס. (אייגנטליך, די חסידי סאטמאר וועלכע זענען נישט געווען שבת פקודי אין מירון...)

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל
- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -
זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!
- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -
זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
עס איז מיר א חידוש אז עס איז נישט קיין קליינע ספר תורה
- עסקן נמרץ
- שר מאה
- תגובות: 141
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 2:33 pm
- לאקאציע: אין די צייטונגען, ביי שכח'ס וואס מ'גיט פאר אלע עסקנים וואס האבן געהאלפן...
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
יעצטיגער פלאן זאכן קענען זיך נאך טוישן,
שושן פורים 2:00 וועט זיין א לחיים אין די נארוואס גענדיגטער נייע זאל אין אוהעל נאר געליידנטע געסט,
די רבי וועט ארויסקומען אויבן אויפן פארטש מיטן ספר,
עס וועט נישט זיין קיין מוזיק טראק, עס וועט זיין אויסגעלייגט ספיקערס ביזן ביהמ"ד מוועט אלעס קענען מיטהאלטן אריינגערעכנט די לחיים,
די חופה וועט זיין אויפגעשטעלט אויף א פלעט טראק ווי ממש די מינימום וועט ווערן ארויפגעלאזט, די גבאי הבהמ"ד וועלן מכבד זיין צו האלטן,
פרויען וועלן זיין די זייט פון דורן און גארפילד אויף די זייט פון קאמיוטער לאט, די וועג וועט נעמען א גוטע שעה, וועט זיין צוגעגרייט מזונות און טרינקן לג בעומר סטייל,
פארן ביהמ"ד וועט זיין ברענטשעס פאר די קינדער אפציווארטן, די רבי ועעט זיך אפשטעלן רעדן צו די קינדער, זינגען,
די סטעפס וועט נאר זיין פאר עלטערע אידן מיט ס"ת אין די האנט, סוועט זיין א 15 מינוט אפשטעל אריינצוגיין, נאר פון די זייטיגע טירן,
אינוויניג וועט זיין אויסגעשטעלט אזוי ווי ש"ת, די רבי וועט אריינלייגן די ספר אין א קליינע ארון קודש אויף א סטעידש,
מנחה מיטן רבי'ן אין ביהמ"ד,
נאך מנחה וועט יעדער ארויסגיין מוועט אריינברענגן די בענק אין ציגרייטן צום טיש,
אין די צייט וועט מען זיך קענען וואשן צו א פולע סעודה, אהבת קדומים אין פאליש, אינגעלייט אין ביידע שטאקן פון כולל, בחורים אונטן איו האלוועי,
מברובירט נאך אויסצוארבעטן אז אין די שעה זאל זיין א געלעגענהייט פארן צוביר צו אריבערגיין דעם רבין זאגן מזל טוב,
בערך 7:00 וועט די רבי אריינקומען פירן שושן פירום טיש,
טרעפיק אין הארץ פון שטאט וועט ווערן אפגעשטעלט, וועט זיין אפען נאר פאר באסעס, מוועט פארקן ביי פ&ר, מוסדות, און ביהח"ם,
פון אלע עקן שטאט און פון די פארקינג לאטס וועט זיין באסעס,

טראכט נישט פארן דריקן די "שיק עס" קנעפל, גיב עס א דרוק!!
- טשאלענט
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3795
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
דריידל האט געשריבן:פריילאך האט געשריבן:ענדע צדיק! האט געשריבן:מצליח האט געשריבן:והיו לכבוד ולתפארת! הערליכער כתר תורה און מענטעלע פונעם רבינס ספר תורה.
איך גלייך נישט די דעזיין דערפון. פון ביידע
צו מאדערן פאר א רביש'ע.
וואלט ענדערש געפאסט א האריג'ס אדער כאטש טייטלביימער
ס'קוקט אויס זייער פראקטיש צו טאנצן הקפות דערמיט
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
ווער האט געמאכט די מענטעלע?
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
די דברות קודש!
די שפיץ פונעם מעמד. די הרגשים און די הכנה וואס רבינו שליט"א האט אריינגעגאסן און אונז! אוי האט זיך געוויינט היינט ביי אהבה רבה.
די אלע חיזוק אין לימוד התורה און אין קביעות עיתים לתורה וואס די רבי רעדט כסדר, קומט יעצט ארויף אויפן געדאנק פי כמה ווען מ'זעהט די ערנסטקייט מיט וואס רבינו שליט"א גייט צו - און גרייט אונז צו - צו אזא מעמד.
ס'האט זיך געשפירט ווי תיקון ליל שבועות ווען רבינו האט זיך צווויינט אויפן קול אינמיטן די דרשה, אנא השם הושיעה נא! אנא השם הצליחה נא! מ'דארף בעטן פאר זיך און פאר די קינדער לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך!
ס'האט זיך געשפירט ווי שמחת תורה ווען רבינו שליט"א האט ארום גענומען די ספר תורה און מיט אזא חביבות געטאנצן פאר לאנגע מינוטן, אוי ווי שטארק ווילן מיר אפהיטן אלעס וואס שטייט אין די תורה!

אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.
- - -
Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

- תגובות: 182
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
עסקן נמרץ האט געשריבן:יעצטיגער פלאן זאכן קענען זיך נאך טוישן,
שושן פורים 2:00 וועט זיין א לחיים אין די נארוואס גענדיגטער נייע זאל אין אוהעל נאר געליידנטע געסט,
די רבי וועט ארויסקומען אויבן אויפן פארטש מיטן ספר,
עס וועט נישט זיין קיין מוזיק טראק, עס וועט זיין אויסגעלייגט ספיקערס ביזן ביהמ"ד מוועט אלעס קענען מיטהאלטן אריינגערעכנט די לחיים,
די חופה וועט זיין אויפגעשטעלט אויף א פלעט טראק ווי ממש די מינימום וועט ווערן ארויפגעלאזט, די גבאי הבהמ"ד וועלן מכבד זיין צו האלטן,
פרויען וועלן זיין די זייט פון דורן און גארפילד אויף די זייט פון קאמיוטער לאט, די וועג וועט נעמען א גוטע שעה, וועט זיין צוגעגרייט מזונות און טרינקן לג בעומר סטייל,
פארן ביהמ"ד וועט זיין ברענטשעס פאר די קינדער אפציווארטן, די רבי ועעט זיך אפשטעלן רעדן צו די קינדער, זינגען,
די סטעפס וועט נאר זיין פאר עלטערע אידן מיט ס"ת אין די האנט, סוועט זיין א 15 מינוט אפשטעל אריינצוגיין, נאר פון די זייטיגע טירן,
אינוויניג וועט זיין אויסגעשטעלט אזוי ווי ש"ת, די רבי וועט אריינלייגן די ספר אין א קליינע ארון קודש אויף א סטעידש,
מנחה מיטן רבי'ן אין ביהמ"ד,
נאך מנחה וועט יעדער ארויסגיין מוועט אריינברענגן די בענק אין ציגרייטן צום טיש,
אין די צייט וועט מען זיך קענען וואשן צו א פולע סעודה, אהבת קדומים אין פאליש, אינגעלייט אין ביידע שטאקן פון כולל, בחורים אונטן איו האלוועי,
מברובירט נאך אויסצוארבעטן אז אין די שעה זאל זיין א געלעגענהייט פארן צוביר צו אריבערגיין דעם רבין זאגן מזל טוב,
בערך 7:00 וועט די רבי אריינקומען פירן שושן פירום טיש,
טרעפיק אין הארץ פון שטאט וועט ווערן אפגעשטעלט, וועט זיין אפען נאר פאר באסעס, מוועט פארקן ביי פ&ר, מוסדות, און ביהח"ם,
פון אלע עקן שטאט און פון די פארקינג לאטס וועט זיין באסעס,
די גאנצע וועג גייט נישט זיין?
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)
Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א
האלט מיר שוין 12 שעה נאך די הייליגע מעמד אבער די מיילער זענען נאך שטום ! שפארכלאז ! נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען די געפילן פון די שווערע טויזענטער אלפים ורבבות אידן ווי האבן זיך אריינגעשטופט און ביהמ"ד הגדול נעכטן נאכט !! מיטגעהאלטן די הייליגקייט דערהויבענקייט פון אנשי שלומינו וואס האבן דאס מיטגעהאלטן !!
קדוש קדוש יאמרו לו !
אשרי עין ראתה את אלה !
וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען צו זעהן די ליבשאפט פונעם רבן של ישראל כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א צו די הייליגע תורה !!
וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען צו זעהן ווי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס זיצט און הארעוועט שוין זיבעציג יאר מיט די תורה. זיצט און איז עוסק בתורה יומם ולילה. זיצט און איז זיך מיגע און תורה. לעבט מיט די תורה. מקושר צו די תורה. ווי אזא איד בעט זיך מיט בכיות כבן המתחטא אצל אביו, אז די אויבערשטער זאל אים געבן מתיקות התורה. ללמוד וללמד !!
א אימה ופחד האט אנגעכאפט די שווערע טויזענטער חסידי סאטמאר וואס זענען געשטאנען צונויפגעפרעסט ווי סארדינס ווען די רבי האט אויסגעבראכן און א געוויין הייליגע באשעפער אנא ה' הושיעה נא, אנא ה' הצליחה נא !!!!!! והאר עינינו בתורתך ודבק לבינו במצותיך!!! הייליגע באשעפער געב מיר תורה תורה תורה!!!!
געב מיר מתיקות התורה !!! געב מיר ידיעות התורה !!! געב מיר אהבת התורה !!! געב מיר יגיעות התורה !!! געב מיר התמדת התורה !!! געב מיר תורה תורה תורה און נאר תורה !!!! די ביהמ"ד האט געציטערט ווען מען האט געהערט די רבי וויינט ער זאל זוכה זיין צו יראה את ה' הנכבד והנורא !!!! זוכה זיין צו מקיים זיין מצוות ה' בשמחה ובאהבה !!!
וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען צו מיטהאלטן די בכיות נוראות ביי והאר עינינו !! לולי תורתך שעשועי !! והערב !! ווי די רבי בעט זיך אויף תורה תורה תורה !!!!
וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען צו שפירן די התעוררות און ביהמ"ד ווי נעילה יום כיפור ביינאכט !!
וואויל זענען די אויגן וואס האבן געזען די עבודת הקודש פון בזאת יבוא אהרן אל הקודש ווען רבינו שליט"א טרעט צו מיט א ציטער צו ענדיגן דעם הייליגן ספר תורה !!!
וואויל זענען די אויגן וואס האבן מיטגעהאלטן ווי דער רבי שליט"א איז מגבה די ספר תורה מיט א פייערליכקייט איז ער מרקד שישו ושמחו בשמחת התורה כי הוא לנו עוז ואורה !!! די פייער וואס האט אנגעכאפט יענע מינוטן רבבות אלפי אנשי שלומינו איז נישט צום באשרייבן !!!
וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען צו מיטהאלטן די שמחה פון הקפות שמחת תורה, ביים מעמד סיום כתיבת אותיות !!
וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען צו זעהן ווי רבינו שליט"א נעמט ארום דעם ספר תורה מיט אזא חביבות !!! די ליבשאפט צו די תורה !!! די אהבת התורה האט זיך ארויסגעגאסן !!!
ווי די רבי כאפט אן די הייליגע תורה ווי ער האלדזט א קינד !!!
וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען צו זעהן די הייליגע ריקודי קודש פונעם רבי'ן שליט"א די התלהבות דקדושה וואס האט זיך געשפירט ווי שמחת תורה צופרי ביי די זעקסטע/זיבעטע הקפה
אשרי לנו וואס אונזערע אויגן האבן זוכה געווען דאס מיטצוהאלטן !! די הייליגקייט !! די דערהויבענקייט !! די התרוממת !! די התעוררות !! די התלהבות דקדושה !!
אשרי עין ראתה את כל אלה !!!!
אשרי לנו !! וואויל איז אונז !!
די התרגשות איז אין לשער.
ממש אין מילים

ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלוט בלבול און 8 געסט