וואקסינען דעבאטע

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך האמת עד לעצמו » זונטאג יולי 19, 2020 4:03 pm

(דרך אגב עס זענען דא צווי DATASETS פון די CDC הנוגע לענינינו, די ערשטע איז https://gis.cdc.gov/grasp/fluview/mortality.html, מען דארף אנשטעלן אויבן רעכטס אז מען וויל זעהן פון אונטער אכצן יאר, און נאכדעם קען מען דרוקן DOWNLOAD צו באקומען רעזולטאטן, וואס איינע פון די תוצאות איז TOTAL DEATHS, פון די דעטע איז געמאכט געווארן Figure 14 אינעם ארטיקל, די צווייטע DATASET איז פון וואס די רעדסט, וואס פון דעם קומט Figure 15 וואס דאס איז א נייע פון יעצט לכבוד קאראנא דערפאר הייבט זיך עס פון אנהייב פעברוארי, וואס דארט ווערט צוטיילט די טויט פעלער לויט די עידזשעס, אונטער 1, 1-4, 4-15, 15-24, אא"וו, ביידע זענען טאקע געווארן געאפדעטעט)

אוועטאר
בבקשה
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג יולי 20, 2020 10:46 am

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:@בבקשה

דו זאגסט אז:

1- ס'איז שווער צו טרעפן סטאדיס

2- פיל מאל נוצט מען אלומינום

דער פראבלעם איז אז דו ביסט לכאורה נישט גערעכט, ווייל:

[אויף נומער 1-]די cdc זאגט קלאר אז עס זענען דא הונדערטער אדער טויזענטער סטאדיס וואס זענען פלאסיבא קאנטראלד. קען נישט זיין אז ס'איז שווער צו טרעפן. מ'דארף נאר אהערברענגען די בקיאים.

[אויף נומער 2-] דארף מען קודם ברענגען א סטאדי וועגן אלומינום אליין-

און בעיקר, אז פון דיינע ווערטער זעט אויס אז עס זענען טאקע נישט פאראן קיין סאך סעילין פלאסיבא[אויף וואקסינען רעקאמענדעד דאהי פאר קינדער], דאס קען נישט זיין.
דערפאר האט מיין שאלה זיך באצויגן צו דעם שמועס וואס זיי האבן גערעדט פון סעילין פלאסיבא.


נאכאמאל: איך בין נישט מסופק אז עס איז לייכט צו טרעפן, עס זענען פאראן 'בערג' פון אזעלכע סטאדיס. מ'דארף נאר ברענגען איינעם וואס ווייסט.

וואו זענען די ידענים?


ס׳איז דא צענליגע טויזענטער סטאדיס געמאכט אויף וואקסינען, ס׳איז דא סעלין, ס׳איז דא פון אנדערע וואקסינען און ס׳איז דא אלומונים, לגבי אלומינם, איז אויך דא צענדליגע טויזענטער סטודיס, ס׳איז שווער דורכצוגיין די סטאדיס קוקן וואס מען האט גענוצט, בעיקר ווייל רוב סטאדיס קען מען נאר זעהן א קיצור, און די פולע סטאדי קאסט געלט. סה״כ וואס איך שרייב איז, אז די טענה ׳מען האט נישט גענוצט סעלין׳ איז נישט קיין ריכטיגע טענה.

נאך א סיבה פארוואס ס׳איז שווער צו טרעפען סעלין סטאדיס, איז ווייל געווענליך, אן אפדעיט צו א וואקסין (למשל DTaP נאך DTP), וועט מען ניצען די אלטע וואקסין, קעגן די נייע, צו זעהן וועלעכער האט ווייניגער סייד עפעקטס, און וועלעכער ארבייט בעסער, די ארגינעלע וואקסינען זענען שוין דא צענדליגער יארן, מילא איז שווער צו טרעפען די אריגנעלע סעלין סטאדיס. לדוגמא, פאליא וואקסין איז אפראוועד געווארען דורך דר. יונה סאלק אין 1955, גיי יעצט טרעף די סטאדי וואס מען האט געמאכט אין 1955, שונה הדבר יעצט מיט די קאראנא ווירוס וואקסינען, וואס כמעט אלע סטאדיס זענען יא סעלין סטאדיס, חוץ פון איינס.

לגבי אלומינים, איז אינטרעסאנט, פארוואס פארלאנגסטו נישט קיין סטאדיס אויף סעלין? ווער זאגט דיר אז סעלין איז יא געזונט? ספיעציעל פאר מענטשען מיט הויעכע בלוט דרוק? אבער צו ענטפערען דיין קשיא, https://www.atsdr.cdc.gov/toxprofiles/tp22.pdfֿ איז א סך הכל פון אלעס וואס מען ווייסט איבער אלומנים.

אוועטאר
בבקשה
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג יולי 20, 2020 11:39 am

האמת עד לעצמו האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:נאך א זאך, ס׳איז דא א זאך וואס הייסט ניצן אן אקטיוו פלעסיבאו, דהיינו אז מען נוצט א פלעסיבאו וואס איז נישט סעלין, ס׳איז די פארשידענע סיבות פארוואס מען טוהט דאס אבער דאס ווערט געטוהן אויך ביי אנדערע מעדיצינען, ווי למשל הארץ מעדיציען, נייע סארט קענסער טריעטמענטס (וואס מען טעסט קעגן קימאו), און פון דער סארט איז דא א געוואלד פון סטאדיס פאר וואקסינען.

איי וועסטו מיר פרעגן, וואס א מין נארישקייט איז דאס? די סיבה איז, אז מען מאכט פלוס, מען ווייסט וואס דער סייד עפעקטס פון די אלטע זענען געוועהן, און מען לייגט צו (אדער אויב ס׳איז ווייניגער נעמט מען אוועק) די חילוק פון די אלטע ביז די נייע.


אנדעקט אמעריקא, ע"ז גופא אנו דנים, מען קען נאר נוצן אן אקטיוו קאנטראל אויב די קאנטראל איז דורך א ריכטיגע פלאסיבא קאנטראל סטאדי ווי די FDA זאגט דא פעידזש 56, אבער ביי וואקסינען איז די פאקט נישט אזוי ווי אויפגעוויזן דא (אלעס מיט מראה מקומות, זעה פעידזש 14 א שיינע טשארט)


דער טשארט בין איך דורכגעגאנגען א ביסל, פאנגט זיך נישט אן, אין לאזט זיך נישט אויס, למשל Fluzone טענה׳ט ער אז ס׳איז באשעטיגעט געווארען אן קיין פלאסיבאוס, וואס איז זיין ״ראי׳״? די פעקעידזש אינסערט. אויף די פעקידזש אינסערט שטייט יא דערמאנט פליסאבאו סטאדיס, נאר עס ווערט דערמאנט ביי די עפיקסי סטאדיס, נישט די סעיפטי סטאדיס, אבער יעדער עפעקסי סטאדי איז אויך א סעפטי סטאדי, עס שטייט נאר נישט די רעזולטאטען פון דעם סעפטי סטאדי. גראדע איז די פליסובאו געווען אלומנים.

און דאס אלעס איז באמת זאמד אין דער אויגען, ווייל אלע סטאדיס וואס ווערען דערמאנט אין דער אינסערט זענען פון נאך 2000, אבער די וואקסין איז אפפראוועד געווארען אין 1980. וואס מוז מען זאגן? אז נישט אלע סטאדיס וואס מען האט געמאכט שטייען אין די אינסערט. אם כן, ווי אזוי ווייסט ער אז מען האט נישט געמאכט קיין סעלין סטאדי? די תירוץ איז ער ווייסט נישט, ער שיסט סתם זאמד אין דער אויגען.

אוועטאר
בבקשה
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג יולי 20, 2020 11:57 am

אין אן אנדערע אשכול האט איינער געזאגט אז אנטי-וואקסין קומט פון טראכטען משא״כ די פרא-וואקסין גייען פשוט לויט די סיסטעם אן טראכטען. איך זאג אז ס׳איז נישט אמת, אויך אנטי-וואקסין קומט פון נישט געהעריג טראכטען. איינער האט ארויסגעלייגט אן ארטיקל איבער קראונאו וויירוס און וואקסינען, למעשה מיט אביסל טראכטן זעט מען אז עס איז גארנישט מיט נישט, אבער דאס וועט נישט צוריקהאלטען אלע אנטי וואקסין פון שרייען קאראנאוויירוס סידס וואקסין.

און דאס קומט ווייל מען גלייבט אלע סארטן בלינדערהייט.

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג יולי 20, 2020 2:53 pm

ס׳איז דא צענליגע טויזענטער סטאדיס געמאכט אויף וואקסינען, ס׳איז דא סעלין,

סה״כ וואס איך שרייב איז, אז די טענה ׳מען האט נישט גענוצט סעלין׳ איז נישט קיין ריכטיגע טענה.

נאך א סיבה פארוואס ס׳איז שווער צו טרעפען סעלין סטאדיס, איז ווייל געווענליך, אן אפדעיט צו א וואקסין (למשל DTaP נאך DTP), וועט מען ניצען די אלטע וואקסין, קעגן די נייע, צו זעהן וועלעכער האט ווייניגער סייד עפעקטס, און וועלעכער ארבייט בעסער, די ארגינעלע וואקסינען זענען שוין דא צענדליגער יארן, מילא איז שווער צו טרעפען די אריגנעלע סעלין סטאדיס. לדוגמא, פאליא וואקסין איז אפראוועד געווארען דורך דר. יונה סאלק אין 1955, גיי יעצט טרעף די סטאדי וואס מען האט געמאכט אין 1955, שונה הדבר יעצט מיט די קאראנא ווירוס וואקסינען, וואס כמעט אלע סטאדיס זענען יא סעלין סטאדיס, חוץ פון איינס.

[/quote]

איך בעט סך הכל 1 סעילין שטודיע אויף א וואקסין וואס איז רעקאמענדעד פאר קינדער אין די u.s.

עס וועט מיר מאכן פיל גרינגער זיך צו טענה'ן אויב וועל איך האבן1 לינק, ווי איידער זאלסט האלטן אין איין חזר'ן הסברים פארוואס ס'איז שווער צו טרעפן,

אויב דו ביסט נישט אזוי באקאנט וויאזוי צו זוכן, ביטע לאז א צווייטן וואס ווייסט יא.

בנוגע אלטע סטודיס, קען מען נישט פארלאנגען אז מענטשן זאלן גלייבן אז ס'איז געווען סעילין שטודיעס, מ'דארף [און מ'קען] ברענגען ראיות,
אן ראיות, איז שווער זיך צו טענה'ן מיט זיי[און זיי וועלן נאך זיין גערעכט אויך...].



ב.ד.וו.
ביטע ברענג א לינק צו א סעילין קאראנע שטודיע [עס איז מיר אויך וויכטיג אין מיין טענה'ריי] יישר כח למפרע
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך האמת עד לעצמו » מאנטאג יולי 20, 2020 3:16 pm

מחשב האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:נאכן זיך קריגן הין און צוריק צו עס זענען פארהאן פלאסיבא קאנטראלד סטודיס, האט איינער געברענגט א גאנצע ליסטע דערפון

אבער דא האט ער צוגעצייכנט אז מ'רעדט נישט דארט פון קייןן וואקסינען וועלכע זענען אויף די סקעדזועל צו געבן פאר קינדער,

ביטע זאלן די פארטיידיגער פון די רעגירונג פארשריפטן ברענגען דא פלאסיבא קאנטראלד סטודיס אויף וואקסינען וועלכע זענען אויפן סקעדזועל פאר קינדער

יישר כח למפרע


[עס איז וויכטיג ווי פריער - ווייל איך בין אינמיטן זיך טענה'ן מיט איינעם, און ס'האט זיך אפגעשטעלט ביי דעם]



טוט זיך א סאמאטוכע איבער סידס און מיין שאלה ווערט איגנארירט

קען איינער ביטע ענטפערן?


סאיז אביסל שווער אויפצוזוכן סטאדיס, אסאך סטאדיס קאסטן געלט צו קוקן, אבער דא איז דא איין סטאדי איבער MMR ביי צווילינג אין פינלאנד.


היות די סטאדי קאסט געלט קען איך נישט זאגן מיט א ברירות, אבער די אידן וואס האבן געזעהן די סטאדי טענה'ן אז עס שטייט נישט אז עס איז געווען אן אינערט (inert) פלאסיבא קאנטראל, עס איז זייער מעגליך אז זיי האבן גענוצט אן אנדערע וואקסין אדער א געמיש פון די אינגדידיענטס פון די וואקסין חוץ פון די וויירוס אליין, און עס איז זייער מוכח צוליב וואס די ראטע פון סייד עפעקטס ביי די פלאסיבא איז גאר א הויכע פראצענט, סאך מער ווי עס איז געווענליך דא צווישן מענטשן

ניין. ס'איז געווען א סעלין פלאסיבאו. טאקע נישט אויבנאויף, אבער ווען מ'קוקט אריין טיפער דערין איז עס אזוי. קענסט עס זעהן מבואר דא.


פשוט נישט ריכטיג, עס שטייט דארט קלאר פארקערט

What was the placebo in the Finland twin trial? “The injections consisted of 0.5 ml of vaccine 2-5 or placebo (the same product including neomycin and
phenol-red indicator but without the viral antigens) and were administered subcutaneously by the nurse to the left deltoid or gluteal region.”

דאס איז סעילין? [ההמשך נמחק, נא ליזהר בכבוד החברים, ובאם לאו, אל תשאלו למה אין המנהלים מתטפלין באשכול הזה]

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך האמת עד לעצמו » מאנטאג יולי 20, 2020 3:24 pm

בבקשה האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:@בבקשה

דו זאגסט אז:

1- ס'איז שווער צו טרעפן סטאדיס

2- פיל מאל נוצט מען אלומינום

דער פראבלעם איז אז דו ביסט לכאורה נישט גערעכט, ווייל:

[אויף נומער 1-]די cdc זאגט קלאר אז עס זענען דא הונדערטער אדער טויזענטער סטאדיס וואס זענען פלאסיבא קאנטראלד. קען נישט זיין אז ס'איז שווער צו טרעפן. מ'דארף נאר אהערברענגען די בקיאים.

[אויף נומער 2-] דארף מען קודם ברענגען א סטאדי וועגן אלומינום אליין-

און בעיקר, אז פון דיינע ווערטער זעט אויס אז עס זענען טאקע נישט פאראן קיין סאך סעילין פלאסיבא[אויף וואקסינען רעקאמענדעד דאהי פאר קינדער], דאס קען נישט זיין.
דערפאר האט מיין שאלה זיך באצויגן צו דעם שמועס וואס זיי האבן גערעדט פון סעילין פלאסיבא.


נאכאמאל: איך בין נישט מסופק אז עס איז לייכט צו טרעפן, עס זענען פאראן 'בערג' פון אזעלכע סטאדיס. מ'דארף נאר ברענגען איינעם וואס ווייסט.

וואו זענען די ידענים?


ס׳איז דא צענליגע טויזענטער סטאדיס געמאכט אויף וואקסינען, ס׳איז דא סעלין, ס׳איז דא פון אנדערע וואקסינען און ס׳איז דא אלומונים, לגבי אלומינם, איז אויך דא צענדליגע טויזענטער סטודיס, ס׳איז שווער דורכצוגיין די סטאדיס קוקן וואס מען האט גענוצט, בעיקר ווייל רוב סטאדיס קען מען נאר זעהן א קיצור, און די פולע סטאדי קאסט געלט. סה״כ וואס איך שרייב איז, אז די טענה ׳מען האט נישט גענוצט סעלין׳ איז נישט קיין ריכטיגע טענה.

נאך א סיבה פארוואס ס׳איז שווער צו טרעפען סעלין סטאדיס, איז ווייל געווענליך, אן אפדעיט צו א וואקסין (למשל DTaP נאך DTP), וועט מען ניצען די אלטע וואקסין, קעגן די נייע, צו זעהן וועלעכער האט ווייניגער סייד עפעקטס, און וועלעכער ארבייט בעסער, די ארגינעלע וואקסינען זענען שוין דא צענדליגער יארן, מילא איז שווער צו טרעפען די אריגנעלע סעלין סטאדיס. לדוגמא, פאליא וואקסין איז אפראוועד געווארען דורך דר. יונה סאלק אין 1955, גיי יעצט טרעף די סטאדי וואס מען האט געמאכט אין 1955, שונה הדבר יעצט מיט די קאראנא ווירוס וואקסינען, וואס כמעט אלע סטאדיס זענען יא סעלין סטאדיס, חוץ פון איינס.

לגבי אלומינים, איז אינטרעסאנט, פארוואס פארלאנגסטו נישט קיין סטאדיס אויף סעלין? ווער זאגט דיר אז סעלין איז יא געזונט? ספיעציעל פאר מענטשען מיט הויעכע בלוט דרוק? אבער צו ענטפערען דיין קשיא, https://www.atsdr.cdc.gov/toxprofiles/tp22.pdfֿ איז א סך הכל פון אלעס וואס מען ווייסט איבער אלומנים.


דעמאלטס ברענג אהער איין סעילין סטאדי אויף איינע פון אונזערע וואקסינען (אחוץ HPV)

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך האמת עד לעצמו » מאנטאג יולי 20, 2020 4:48 pm

בבקשה האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:נאך א זאך, ס׳איז דא א זאך וואס הייסט ניצן אן אקטיוו פלעסיבאו, דהיינו אז מען נוצט א פלעסיבאו וואס איז נישט סעלין, ס׳איז די פארשידענע סיבות פארוואס מען טוהט דאס אבער דאס ווערט געטוהן אויך ביי אנדערע מעדיצינען, ווי למשל הארץ מעדיציען, נייע סארט קענסער טריעטמענטס (וואס מען טעסט קעגן קימאו), און פון דער סארט איז דא א געוואלד פון סטאדיס פאר וואקסינען.

איי וועסטו מיר פרעגן, וואס א מין נארישקייט איז דאס? די סיבה איז, אז מען מאכט פלוס, מען ווייסט וואס דער סייד עפעקטס פון די אלטע זענען געוועהן, און מען לייגט צו (אדער אויב ס׳איז ווייניגער נעמט מען אוועק) די חילוק פון די אלטע ביז די נייע.


אנדעקט אמעריקא, ע"ז גופא אנו דנים, מען קען נאר נוצן אן אקטיוו קאנטראל אויב די קאנטראל איז דורך א ריכטיגע פלאסיבא קאנטראל סטאדי ווי די FDA זאגט דא פעידזש 56, אבער ביי וואקסינען איז די פאקט נישט אזוי ווי אויפגעוויזן דא (אלעס מיט מראה מקומות, זעה פעידזש 14 א שיינע טשארט)


דער טשארט בין איך דורכגעגאנגען א ביסל, פאנגט זיך נישט אן, אין לאזט זיך נישט אויס, למשל Fluzone טענה׳ט ער אז ס׳איז באשעטיגעט געווארען אן קיין פלאסיבאוס, וואס איז זיין ״ראי׳״? די פעקעידזש אינסערט. אויף די פעקידזש אינסערט שטייט יא דערמאנט פליסאבאו סטאדיס, נאר עס ווערט דערמאנט ביי די עפיקסי סטאדיס, נישט די סעיפטי סטאדיס, אבער יעדער עפעקסי סטאדי איז אויך א סעפטי סטאדי, עס שטייט נאר נישט די רעזולטאטען פון דעם סעפטי סטאדי. גראדע איז די פליסובאו געווען אלומנים.

און דאס אלעס איז באמת זאמד אין דער אויגען, ווייל אלע סטאדיס וואס ווערען דערמאנט אין דער אינסערט זענען פון נאך 2000, אבער די וואקסין איז אפפראוועד געווארען אין 1980. וואס מוז מען זאגן? אז נישט אלע סטאדיס וואס מען האט געמאכט שטייען אין די אינסערט. אם כן, ווי אזוי ווייסט ער אז מען האט נישט געמאכט קיין סעלין סטאדי? די תירוץ איז ער ווייסט נישט, ער שיסט סתם זאמד אין דער אויגען.


איך הער, דו טענה'סט "יעדער עפעקסי סטאדי איז אויך א סעפטי סטאדי" אבער די געזעץ (זעה סעקשאן (A)(ii)(7)(c) ) פארלאנגט אז די סעיפטי סטאדיס אויף וואס די פראדוקט ווערט אפראווד דארפן שטיין אויפן אינסערט אין סעקשאן 6, (כאטש מען האט שוין געזעהן ביי די MMR אז עס איז בכלל נישט געשטאנען די סטאדיס און די אינסערט, איז די סיבה דערפון קלאר געווארן נאכן באקומען די סטאדיס דורך א FOIA REQUEST, וואס די פראצענט געשעדיגטע איז געווען גאר הויעך ואכמ"ל אבער עכ"פ דאס איז די געזעץ) איז אויב זיי האבן גענוצט די עפעקעסי סטאדי אויך פאר א סעיפטי סטאדי ווי זענען די רעזולטאטן?
הלזאת יקרא "פאנגט זיך נישט אן, אין לאזט זיך נישט אויס"?

און לגבי דיין צווייטע טענה, ראשית כל אויב רעדסט פון געווענליכע Fluzone זעה איך נישט ווי דו זעהסט ווען די סטאדיס זענען געמאכט געווארן, און אויב רעדסטו פון Fluzone Quadrivalent דאס איז הערשט געווארן אפראווד אין 2013, והשנית, ווי שוין געשריבן אויבן פארלאנגט די געזעץ צו שרייבן אלע סעיפטי סטאדיס אויף וואס די פראדוקט ווערט אפראווד, והשלישית, די פירסט אויס אז אויב אזוי ווער זאגט אז מען האט נישט געמאכט קיין סעלין סטאדי? ווער זאגט אז יא? ווי איז עס? עס איז נישט בנמצא אינערגעץ, פון ווי ווייסטו אז מען האט יא געמאכט פלאסיבא סטאדיס? ווילאנג איך ווייס נישט פון פלאסיבא סטאדיס ווייס איך נישט אז עס איז סעיף

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך האמת עד לעצמו » דינסטאג יולי 21, 2020 2:31 pm

בבקשה האט געשריבן:דער טשארט בין איך דורכגעגאנגען א ביסל, פאנגט זיך נישט אן, אין לאזט זיך נישט אויס, למשל Fluzone טענה׳ט ער אז ס׳איז באשעטיגעט געווארען אן קיין פלאסיבאוס, וואס איז זיין ״ראי׳״? די פעקעידזש אינסערט. אויף די פעקידזש אינסערט שטייט יא דערמאנט פליסאבאו סטאדיס, נאר עס ווערט דערמאנט ביי די עפיקסי סטאדיס, נישט די סעיפטי סטאדיס, אבער יעדער עפעקסי סטאדי איז אויך א סעפטי סטאדי, עס שטייט נאר נישט די רעזולטאטען פון דעם סעפטי סטאדי. גראדע איז די פליסובאו געווען אלומנים.


(די עיקר פון דיין תגובה האב איך שוין גענטפערט יעצט באצי איך מיר צו די ווערטער אין באלד)
פערצופאל כאפ איך נישט וועלכע פלאסיבא די רעדסט, אויב רעדסטו פון Fluzone, דארט האבן די סעיפטי סטאדיס (סעקשאן 6) בכלל נישט קיין פלאסיבא, און די עפעקעסי סטאדיס (סעקשאן 14) האבן אדער סעילין פלאסיבא (14.1 און 14.2) אדער האט עס בכלל נישט קיין פלאסיבא (14.3 14.4 און 14.5), און אויב רעדסטו פון Fluzone Quadrivalent, די סעיפטי סטאדיס דארט האבן אלע גענוצט אן אנדערע וואקסין אלס א פלאסיבא, און די עפעקעסי סטאדיס זענען ווייטער אדער סעילין אדער אן אנדערע וואקסין, ממילא ווייס איך נישט פון וואס די רעדסט

און יעצט לעיקר הנידון לגבי אלומינום שרייבסטו אזוי

בבקשה האט געשריבן:לגבי אלומינים, איז אינטרעסאנט, פארוואס פארלאנגסטו נישט קיין סטאדיס אויף סעלין? ווער זאגט דיר אז סעלין איז יא געזונט? ספיעציעל פאר מענטשען מיט הויעכע בלוט דרוק? אבער צו ענטפערען דיין קשיא, https://www.atsdr.cdc.gov/toxprofiles/tp22.pdfֿ איז א סך הכל פון אלעס וואס מען ווייסט איבער אלומנים.


זייער א שיינע טענה, עס וואלט געווען שיין אריינצוקוקען אין דעם, אבער צו פארגלייכן סעלין צו אלומינום איז נאריש, קוק וואס די FDA פארלאנגט פאר פראדוקטן וואס האט אלומינום, און אפילו פון וואס די צייכענסט צו זעהט מען אויך אז אלומינום איז ווייט נישט אזא אומשולדיג קינד, און אויך איז אלומינום ארומגענומען מיט קאנטרעווערסיעס אז עס זאל גורם זיין אויטא אימיון דיזיזעס, אלצהיימערס, אויטיזם, ועוד, ווילסטו דאס פארגלייכן צו סעילען?

אוועטאר
בבקשה
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג יולי 21, 2020 5:59 pm

האמת עד לעצמו האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:@בבקשה

דו זאגסט אז:

1- ס'איז שווער צו טרעפן סטאדיס

2- פיל מאל נוצט מען אלומינום

דער פראבלעם איז אז דו ביסט לכאורה נישט גערעכט, ווייל:

[אויף נומער 1-]די cdc זאגט קלאר אז עס זענען דא הונדערטער אדער טויזענטער סטאדיס וואס זענען פלאסיבא קאנטראלד. קען נישט זיין אז ס'איז שווער צו טרעפן. מ'דארף נאר אהערברענגען די בקיאים.

[אויף נומער 2-] דארף מען קודם ברענגען א סטאדי וועגן אלומינום אליין-

און בעיקר, אז פון דיינע ווערטער זעט אויס אז עס זענען טאקע נישט פאראן קיין סאך סעילין פלאסיבא[אויף וואקסינען רעקאמענדעד דאהי פאר קינדער], דאס קען נישט זיין.
דערפאר האט מיין שאלה זיך באצויגן צו דעם שמועס וואס זיי האבן גערעדט פון סעילין פלאסיבא.


נאכאמאל: איך בין נישט מסופק אז עס איז לייכט צו טרעפן, עס זענען פאראן 'בערג' פון אזעלכע סטאדיס. מ'דארף נאר ברענגען איינעם וואס ווייסט.

וואו זענען די ידענים?


ס׳איז דא צענליגע טויזענטער סטאדיס געמאכט אויף וואקסינען, ס׳איז דא סעלין, ס׳איז דא פון אנדערע וואקסינען און ס׳איז דא אלומונים, לגבי אלומינם, איז אויך דא צענדליגע טויזענטער סטודיס, ס׳איז שווער דורכצוגיין די סטאדיס קוקן וואס מען האט גענוצט, בעיקר ווייל רוב סטאדיס קען מען נאר זעהן א קיצור, און די פולע סטאדי קאסט געלט. סה״כ וואס איך שרייב איז, אז די טענה ׳מען האט נישט גענוצט סעלין׳ איז נישט קיין ריכטיגע טענה.

נאך א סיבה פארוואס ס׳איז שווער צו טרעפען סעלין סטאדיס, איז ווייל געווענליך, אן אפדעיט צו א וואקסין (למשל DTaP נאך DTP), וועט מען ניצען די אלטע וואקסין, קעגן די נייע, צו זעהן וועלעכער האט ווייניגער סייד עפעקטס, און וועלעכער ארבייט בעסער, די ארגינעלע וואקסינען זענען שוין דא צענדליגער יארן, מילא איז שווער צו טרעפען די אריגנעלע סעלין סטאדיס. לדוגמא, פאליא וואקסין איז אפראוועד געווארען דורך דר. יונה סאלק אין 1955, גיי יעצט טרעף די סטאדי וואס מען האט געמאכט אין 1955, שונה הדבר יעצט מיט די קאראנא ווירוס וואקסינען, וואס כמעט אלע סטאדיס זענען יא סעלין סטאדיס, חוץ פון איינס.

לגבי אלומינים, איז אינטרעסאנט, פארוואס פארלאנגסטו נישט קיין סטאדיס אויף סעלין? ווער זאגט דיר אז סעלין איז יא געזונט? ספיעציעל פאר מענטשען מיט הויעכע בלוט דרוק? אבער צו ענטפערען דיין קשיא, https://www.atsdr.cdc.gov/toxprofiles/tp22.pdfֿ איז א סך הכל פון אלעס וואס מען ווייסט איבער אלומנים.


דעמאלטס ברענג אהער איין סעילין סטאדי אויף איינע פון אונזערע וואקסינען (אחוץ HPV)


נאדיר, מענידזשייטיס וואקסין
https://clinicaltrials.gov/ct2/show/res ... w=2&rank=3

ס'איז דא הונדרעטער וואס שטייט אויף זיי פלאסיבאו, אבער דער שטייט קלאר ארויס סעלין.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג יולי 23, 2020 3:06 pm

האמת עד לעצמו האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:

טוט זיך א סאמאטוכע איבער סידס און מיין שאלה ווערט איגנארירט

קען איינער ביטע ענטפערן?


סאיז אביסל שווער אויפצוזוכן סטאדיס, אסאך סטאדיס קאסטן געלט צו קוקן, אבער דא איז דא איין סטאדי איבער MMR ביי צווילינג אין פינלאנד.


היות די סטאדי קאסט געלט קען איך נישט זאגן מיט א ברירות, אבער די אידן וואס האבן געזעהן די סטאדי טענה'ן אז עס שטייט נישט אז עס איז געווען אן אינערט (inert) פלאסיבא קאנטראל, עס איז זייער מעגליך אז זיי האבן גענוצט אן אנדערע וואקסין אדער א געמיש פון די אינגדידיענטס פון די וואקסין חוץ פון די וויירוס אליין, און עס איז זייער מוכח צוליב וואס די ראטע פון סייד עפעקטס ביי די פלאסיבא איז גאר א הויכע פראצענט, סאך מער ווי עס איז געווענליך דא צווישן מענטשן

ניין. ס'איז געווען א סעלין פלאסיבאו. טאקע נישט אויבנאויף, אבער ווען מ'קוקט אריין טיפער דערין איז עס אזוי. קענסט עס זעהן מבואר דא.


פשוט נישט ריכטיג, עס שטייט דארט קלאר פארקערט

What was the placebo in the Finland twin trial? “The injections consisted of 0.5 ml of vaccine 2-5 or placebo (the same product including neomycin and
phenol-red indicator but without the viral antigens) and were administered subcutaneously by the nurse to the left deltoid or gluteal region.”

דאס איז סעילין? [ההמשך נמחק, נא ליזהר בכבוד החברים, ובאם לאו, אל תשאלו למה אין המנהלים מתטפלין באשכול הזה]

האסט ווייזט אויס פארזעהן צו ענדיגן ליינען דעם לינק.
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך האמת עד לעצמו » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 4:16 pm

בבקשה האט געשריבן: נאדיר, מענידזשייטיס וואקסין
https://clinicaltrials.gov/ct2/show/res ... w=2&rank=3

ס'איז דא הונדרעטער וואס שטייט אויף זיי פלאסיבאו, אבער דער שטייט קלאר ארויס סעלין.


די סטאדי האט טאקע גענוצט א סעילין פלאסיבא אבער איז כמעט גארנישט ווערט פאר עטליכע סיבות

1) עס איז א קליינע סטאדי נישט מער ווי 450 מענטשן (געדענקסט אפשר אז דאס איז איינע פון די טענות אויף די סטאדיס וואס ווייזן אז וואקסינירטע קינדער האבן מער כראנישע פראבלעמען ווי אומוואקסינירטע?)

2) די סטאדי איז זייער קורץ צו קענען אפשאצן סעיפטי, נישט מער ווי 29 טעג, און באמת איז דאס נישט קיין טענה אויף זיי, ווייל באמת איז דאס אן עפעקעסי סטאדי, ווי די קענסט זעהן אין Outcome Measures אז דאס איז געווען די ציל פון די סטאדי וואס דאס ברענגט אונז צו טענה נומער דריי

3) נוצן אן עפעקעסי סטאדי פאר א סעיפטי סטאדי איז א שטיקל ריעותא

4) און אפילו מיר זאלן שוין זאגן אז די סטאדי איז ווערט, איז נאך אלץ גילטיג די טענה אז "וואקסינען ווערן נישט עפראווד דורך פלאסיבא קאנטראולד סטאדיס" ווייל די סטאדי איז געמאכט געווארן צווישן January 12, 2011 און October 16, 2012 שוין נאכן אפראוון די וואקסין אין 2010, און צוליב דעם שטייט עס נישט אויף די אינסערט, וואס דאס מיינט אז די FDA האט עס נישט פארלאנגט כדי צו אפראוון די וואקסין, און אפילו די קאמפאני האט מרצונם הטוב געמאכט אזא סטאדי זאגט דאס גארנישט באופן כללי

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך האמת עד לעצמו » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 7:15 pm

מחשב האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
סאיז אביסל שווער אויפצוזוכן סטאדיס, אסאך סטאדיס קאסטן געלט צו קוקן, אבער דא איז דא איין סטאדי איבער MMR ביי צווילינג אין פינלאנד.


היות די סטאדי קאסט געלט קען איך נישט זאגן מיט א ברירות, אבער די אידן וואס האבן געזעהן די סטאדי טענה'ן אז עס שטייט נישט אז עס איז געווען אן אינערט (inert) פלאסיבא קאנטראל, עס איז זייער מעגליך אז זיי האבן גענוצט אן אנדערע וואקסין אדער א געמיש פון די אינגדידיענטס פון די וואקסין חוץ פון די וויירוס אליין, און עס איז זייער מוכח צוליב וואס די ראטע פון סייד עפעקטס ביי די פלאסיבא איז גאר א הויכע פראצענט, סאך מער ווי עס איז געווענליך דא צווישן מענטשן

ניין. ס'איז געווען א סעלין פלאסיבאו. טאקע נישט אויבנאויף, אבער ווען מ'קוקט אריין טיפער דערין איז עס אזוי. קענסט עס זעהן מבואר דא.


פשוט נישט ריכטיג, עס שטייט דארט קלאר פארקערט

What was the placebo in the Finland twin trial? “The injections consisted of 0.5 ml of vaccine 2-5 or placebo (the same product including neomycin and
phenol-red indicator but without the viral antigens) and were administered subcutaneously by the nurse to the left deltoid or gluteal region.”

דאס איז סעילין?

האסט ווייזט אויס פארזעהן צו ענדיגן ליינען דעם לינק.

ווייטער זענען זיי ממשיך צו רעדן פון אן אנדערע סטאדי, נאר כדרכם רעדן זיי אומקלאר אז עס זאל זיך דאכטן אז זיי זאגן עפעס, די סטאדי אויף די צווילינגען פון וואס מיר רעדן איז "נישט" געווען קיין סעילין פלאסיבא!!

למען הקלארקייט לאמיר צונעמען די גאנצע וואס זיי זאגן דארט, זיי רעדן דארט פון דריי סטאדיס

1) די סטאדי פון די צווילינג וואס מיר האבן גערעדט ביז יעצט, Frequency of true adverse reactions to measles-mumps-rubella vaccine. A double-blind placebo-controlled trial in twins וואס דאס האבן מיר יעצט געשמועסט אז עס איז נישט געווען א סעילין פלאסיבא, ווי וועקסאפידיע איז מעתיק “The injections consisted of 0.5 ml of vaccine 2-5 or placebo (the same product including neomycin and phenol-red indicator but without the viral antigens) and were administered subcutaneously by the nurse to the left deltoid or gluteal region.”

2) א סטאדי מיטן קעפל Clinical and serologic evaluation of measles, mumps, and rubella (HPV-77:DE-5 and RA 27/3) virus vaccines, singly and in combination וואס וועקסאפידיע איז מעתיק “The four other vaccines were commercial products of Merck Sharp & Dohme. The placebo consisted of vaccine diluent.” און זיי טענה'ן אז דאס מיינט א סעילין פלאסיבא, וואס איז בכלל נישט ריכטיג ווייל אפילו MMR האט נישט אלומינום און מערקורי האט דאס נאך גענוג אנדערע באשטאנדטיילן אז דאס זאל נישט זיין קיין סעילין פלאסיבא, דוק בהוואקסין אינסערט ותשכח
חוץ מזה זעהט אויס פון די עבסטרעקט אז ביידע גרופעס האבן באקומען וואקסינס די שאלה איז נאר וויפיל, און די וואס האבן נישט באקומען אנדערע וואקסינס האבן צו דעם באקומען די פלאסיבא, וואס אויב אזוי איז דאס גארנישט ווערט, אבער אזוי ווי איך קען נישט זעהן די גאנצע סטאדי קען איך נישט זאגן קלאר

3) די דריטע סטאדי איז מיטן קעפל Simultaneous administration of measles-mumps-rubella vaccine with booster doses of diphtheria-tetanus-pertussis and poliovirus vaccines די סטאדי קוקט טאקע אויס צו האבן גענוצט א סעילין פלאסיבא אבער די סטאדי האט געארבעט ווי פאלגענד: ביידע גרופעס האבן באקומען אן MMR גלייך אנהויב די חילוק צווישן זיי איז נאר געווען ווען זיי האבן באקומען די DTP און די פאליא, איין גרופע גלייך און די אנדערע גרופע צוויי חדשים שפעטער, און די וואס האבן באקומען צווי חדשים שפעטער האבן לכתחילה באקומען די פלאסיבא, און די וואס האבן לכתחילה באקומען די וואקסין האבן נאך צוויי חדשים באקומען די פלאסיבא, וואס אזא סטאדי איז "גארנישט" ווערט כמובן

אויב דאס איז די גאנצע וואס וועקסאפידיע קען צושטעלן, זעה איך שוין ווי מ'האלט אויף די וועלט

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך מצפים לישועה » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 9:15 am

א שאלה צו פראו וועקערס
אייער עיקר און שטערקסטע טענה איז אלעמאל אז סקען נישט זיין אז אלע רעגירונגען און רוב דאקטוירים און אלע מעדיקל דזשורנעלס און די וועלט געזונט ארגאניסציע וכו' וכו' זענען אלע אינטערגעקויפט פון די פרארמאסיוטיקל קאמפאניס.

דאס איז גאר גאר א שטאקע טענה, און די איינציגסטע נארמאלע טענה וואס איר האט, אבער יעצט נאך די גאנצע האנדלונג פון די רעגירונגען מיט די שפעטעילער מיט די קאראנע, און בעיקר מיט די קלורוקווין, איז דען נישט קלאר ווי די טאג אז ווי אומגלויבליך סהערט זיך אבער פאקט איז פאקט און אייער גאנצע גרויסע יסוד פון דעם גרויסן בנין איז פלוצלינג צוזאם גיפאלן מיט גאר א שטארקע טראסק פאר דער וואס ווייסט אביסל די פרטים און זיכט א משהו דעם אמת?

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך תוספות » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 11:49 am

עס דערקוטשעט מיר שוין א לענגערע צייט, וואס איך וואלט געוואלט וויסן א תירוץ אויף א שאלה פון אסאך מענטשן. א שטיק צייט צוריק האב איך עס געפרעגט פון א חשוב'ן איד דא אינעם וועלטל בתורת שאלת אישי, אבער איך האב ליידער קיין תירוץ נישט דערהאלטן דערווייל. לכן שטעל איך עס דא ארויס בשער בת רבים, און ווער עס וועט מיר ענטפערן דערויף וועל איך אים דאנקבאר זיין.

פאלגענד איז די שאלה אזוי ווי איך האב עס געפרעגט:

בעזהשי"ת
שלום וברכה וכט"ס אל מעלת כבודו שליט"א

אחר דרישת שלומתכם הטוב באהבה רבה.

איך האב א אינטערעסאנטע שאלה צו פרעגן. ווי איך זע, מאכט איר אסאך מאל אוועק די שטודיעס וועלכע זענען אנטי וואקסין גענויגט, און איר ברענגט אויף טענות מיט חסרונות פון די שטודיעס אז זיי זענען נישט אזעלכע שטארקע שטודיעס וכדומה.

איז איך וויל נישט אריינגיין יעצט מיט וויכוחים איבער די עצם שטודיעס צו זיי זענען יא גוט אדער נישט. מיין שאלה איז אבער פון א צווייטע קוק ווינקל. די פאקט איז, אז א יעדע שטודיע וואס קומט ארויס וועלכער באטראכט וואקסינירטע אנטקעגן אומוואקסינירטע, האט שטענדיג רעזולטאטן אז די אומוואקסינירטע זענען בכלליות געזונטער. וועסט נישט טרעפן קיין איין אאינציגע שטודיע וואס באטראכט וועקסד ווס. אנוועקסד וואס זאל צייגן א כלליות'דיגע געזונטערע תוצאה ביי די וואקסינירטע. איז וויפיל דו זאלסט וועלן זאגן אז די סטאדי'ס וואס ווייזן אויף פראבלעמען זענען נישט אזוי קראנט, איז אבער למעשה נישטא אויפן צד שכנגד קיין איין סטאדי זיי אפצופרעגן.

אשר על כן. וואלט איך געזאגט, אז כאטש למיחש מיהא בעי, אז אויב האסטו שטודיעס וואס זאגן אז ס'קען זיין פראבלעמען פון וואקסינינירן, איז ווארט כאטש ביז עס איז דא שטודיעס אז עס ברענגט נישט קיין פראבלעמען. אםילו לאמיר זאגן אז די שטודיעס זאלן נישט זיין אזעלכע שטאקרע שטודיעס, איז עס אבער כאטש גענוג ארויפצוברענגען חששות. וואלט איר נישט אנגעקוקט די שאלה צו וואקסינען ברענגען פראבלעמען כאטש בגדר דבר המוטל בספק?

אויב נישט, דאן פארוואס טאקע? פון וואו זענט איר זיכער אז נישט?

בכבוד רב.
כעתירת ידידכם הנאמן המצפה לתשובה מאהבה.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

KMW
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך KMW » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:15 pm

נאך צענדליגע יארן זיך בעטן בײ די CDC צו מאכן א געהעריגע סטאדי צװישן װאקסינירטע קינדער און נישט װאקסינירטע קינדער צו אײנמאל פאר אלעמאל זעהן די חילוק (װיבאלד די שטאטישע װאקסין פארלאנגונגען לעצטע 30 יאר איז געגאנגען פון 8 צו 50 !!), און אין פאקט האט די CDC אלײנס געזאגט אז דאס איז די ריכטיגע װעג צו טוהן װי מען זעהט דא:
vs.JPG
vs.JPG (71.99 KiB) געזעהן 912 מאל

https://www.cdc.gov/vaccinesafety/pdf/W ... ty_WEB.pdf

אױך די באקאנטע the Institute of Medicine האט עס געשריבן אין יאר 2013 װי מען זעהט דא: https://www.nap.edu/read/13563/chapter/2#14

און נאך א לאנגע פארצױגענע געריכטליכע פארלאנג אינטער FOIA צו באקומען די סטאדי, האט די מודה געװען אז זײ האבן אזא פשוטע סטאדי קײנמאל נישט געמאכט!
https://www.icandecide.org/wp-content/u ... cords1.pdf

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

BREAKING: די CDC איז מודה אז זיי האבן קיינמאל נישט געמאכט א סטאדי וואס פארגלייכט וואקסינירטע צו אומוואקסינירטע

תגובהדורך האמת עד לעצמו » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:57 pm

די ICAN ארגעניזאציע אנגעפירט דורך דעל ביגטרי האט אריינגעגעבן א FOIA פארלאנג June 26, 2020 צו די CDC זיי זאלן ארויסגעבן אלע סטאדיס וואס זיי האבן וואס פארגלייכט די געזונט צושטאנד פון קינדער וואס זענען וואקסינירט אנטקעגן קינדער וואס זענען גענצליך אומוואקסינירט, נאך טענות ומענות אהין און צוריק האט די CDC געשריבן August 3, 2020 די פאלגענדע:
A search of our records failed to reveal any documents pertaining to your request. The CDC has not conducted a study of health outcomes in vaccinated vs unvaccinated populations.
2020_08_03-20-02002-Final-Response-No-Records.jpg
2020_08_03-20-02002-Final-Response-No-Records.jpg (324.68 KiB) געזעהן 917 מאל

2020_08_03-20-02002-Final-Response-No-Records1.pdf
די CDC RESPONSE
(121.36 KiB) דאונלאודעד 8 מאל
LEGAL UPDATE_ Informed Consent Action Network1.pdf
די באריכט פון די ICAN ארגענעזאציע איבער די FOIA Request
(154.8 KiB) דאונלאודעד 10 מאל

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

BREAKING #2: די NIH קען נישט טרעפן קיין סטאדיס וואס באשטעטיגן די סעיפטי פון אלומינום וואס ווערט injected

תגובהדורך האמת עד לעצמו » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 1:16 pm

די ICAN ארגענאזאציע האט אריינגעגעבן א FOIA פארלאנג פון די NIH צו באקומען אלע סטאדיס וואס פארזיכערן אז אינדזשעקטן אלומינום (ווי למשל דורך וואקסינען) איז סעיף, די אנטווארט דערפון איז ווי פאלגענד:
The NIH Office of Intramural Research (OIR), National Institute of Allergies and Infectious Diseases (NIAID), the Eunice Kennedy Shriver National Institute of Child Health and Human Development (N1CPID) searched their files and no records responsive to your request were located.
20190719-HHS-Final-Response-IR0084-Appeal-1.jpg
20190719-HHS-Final-Response-IR0084-Appeal-1.jpg (345.08 KiB) געזעהן 873 מאל

20190719-HHS-Final-Response-IR0084-Appeal.pdf
די NIH response
(113.39 KiB) דאונלאודעד 13 מאל

LEGAL UPDATE_ Informed Consent Action Network2.pdf
א באריכט פון די ICAN ארגענאזאציע איבער די FOIA request
(143.25 KiB) דאונלאודעד 12 מאל

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוגוסט 16, 2020 8:19 pm

תוספות האט געשריבן:עס דערקוטשעט מיר שוין א לענגערע צייט, וואס איך וואלט געוואלט וויסן א תירוץ אויף א שאלה פון אסאך מענטשן. א שטיק צייט צוריק האב איך עס געפרעגט פון א חשוב'ן איד דא אינעם וועלטל בתורת שאלת אישי, אבער איך האב ליידער קיין תירוץ נישט דערהאלטן דערווייל. לכן שטעל איך עס דא ארויס בשער בת רבים, און ווער עס וועט מיר ענטפערן דערויף וועל איך אים דאנקבאר זיין.

פאלגענד איז די שאלה אזוי ווי איך האב עס געפרעגט:

בעזהשי"ת
שלום וברכה וכט"ס אל מעלת כבודו שליט"א

אחר דרישת שלומתכם הטוב באהבה רבה.

איך האב א אינטערעסאנטע שאלה צו פרעגן. ווי איך זע, מאכט איר אסאך מאל אוועק די שטודיעס וועלכע זענען אנטי וואקסין גענויגט, און איר ברענגט אויף טענות מיט חסרונות פון די שטודיעס אז זיי זענען נישט אזעלכע שטארקע שטודיעס וכדומה.

איז איך וויל נישט אריינגיין יעצט מיט וויכוחים איבער די עצם שטודיעס צו זיי זענען יא גוט אדער נישט. מיין שאלה איז אבער פון א צווייטע קוק ווינקל. די פאקט איז, אז א יעדע שטודיע וואס קומט ארויס וועלכער באטראכט וואקסינירטע אנטקעגן אומוואקסינירטע, האט שטענדיג רעזולטאטן אז די אומוואקסינירטע זענען בכלליות געזונטער. וועסט נישט טרעפן קיין איין אאינציגע שטודיע וואס באטראכט וועקסד ווס. אנוועקסד וואס זאל צייגן א כלליות'דיגע געזונטערע תוצאה ביי די וואקסינירטע. איז וויפיל דו זאלסט וועלן זאגן אז די סטאדי'ס וואס ווייזן אויף פראבלעמען זענען נישט אזוי קראנט, איז אבער למעשה נישטא אויפן צד שכנגד קיין איין סטאדי זיי אפצופרעגן.

אשר על כן. וואלט איך געזאגט, אז כאטש למיחש מיהא בעי, אז אויב האסטו שטודיעס וואס זאגן אז ס'קען זיין פראבלעמען פון וואקסינינירן, איז ווארט כאטש ביז עס איז דא שטודיעס אז עס ברענגט נישט קיין פראבלעמען. אםילו לאמיר זאגן אז די שטודיעס זאלן נישט זיין אזעלכע שטאקרע שטודיעס, איז עס אבער כאטש גענוג ארויפצוברענגען חששות. וואלט איר נישט אנגעקוקט די שאלה צו וואקסינען ברענגען פראבלעמען כאטש בגדר דבר המוטל בספק?

אויב נישט, דאן פארוואס טאקע? פון וואו זענט איר זיכער אז נישט?

בכבוד רב.
כעתירת ידידכם הנאמן המצפה לתשובה מאהבה.

קענסט אהערברענגען א צוויי-דריי פון די 'יעדע שטודיע' וואס פארגלייכט וואקסינירטע צו אומוואקסינירטע?

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

די NIH מאדערנא וואקסין וועט נישט האבן קיין לאנג טערם סעיפטי סטאדי!

תגובהדורך האמת עד לעצמו » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 4:55 pm

די PHASE 3 סטאדי אויף די מאדערנא וואקסין, איז די עיקר סטאדי וואס דארף פארזיכערן אז די וואקסין איז סעיף, די סטאדי נעמט אריין 30,000 באטייליגטע, וואס האלב גייען באקומען די וואקסין און האלב א סעילין פלאסיבא, און די סטאדי גייט אנגיין פאר צוויי יאר, נו וואס איז שלעכט?
ווי עס שטעלט זיך אבער ארויס גייט די סטאדי נישט מאניטארן סעיפטי פאר א לאנגע צייט, לאמיר גרונטליך אפליינען וואס זיי שרייבן:
primary outcome measures.png
primary outcome measures.png (25.08 KiB) געזעהן 588 מאל

בקיצור אין אידיש:
1) עפעקעסי - צו זעהן וויפיל פון ביידע גרופעס האבן באקומען קאוויד, דאס גייט מען נאכקוקען פון נאכן צווייטן דאזע פון די וואקסין, פאר א משך פון צוויי יאר
2) מענטשן מיט Adverse Events וואס ווילן זיך ארויסציען פונעם סטאדי, דאס גייט מען נאכקוקן פאר צוויי יאר
3) מענטשן מיט אויסגעפרעגטע (דאס מיינט וואס די פארשער פון די סטאדי האבן זיי אויס געפרעגט) Adverse Reactions, דאס גייט מען נאכקוקען 7 טעג נאך די ערשטע און צווייטע דאזע
4) מענטשן מיט אומאויסגעפרעגטע Adverse Events פאר ביז 57 טעג פון די ערשטע דאזע (28 טעג נאך די צווייטע)

קומט אויס אז א מענטש וואס גייט קראנק ווערן מער ווי 28 טעג נאך די צווייטע דאזע, גייט ער נישט ווערן פארצייכנט, נאר אויב ער וויל זיך ארויסציען פונעם סטאדי, וואס דאס זעהט אויס ווי א טריק וואס די קאמפאני נוצט דאס נישט צו דארפן באריכטן, (ווייל עס איז נישט מסתבר אז א מענטש זאל זיך ארויסציען פונעם סטאדי נאכן באקומען ביידע דאזעס, אויב עפעס וועט מען אינעם סטאדי מער נאכקוקן זיינע סימפטאמען און עס באהאנדלען).

צוליב דעם שווינדל, האט די ICAN ארגאנאזאציע געפיילט א לעגאלע פעטיציע צו די FDA ווי באריכטעט אינעם צוגעלייגטען PDF, אויך איז דארט דא די לינק צו די פעטיציע.
LEGAL UPDATE_ Informed Consent Action Network.pdf
(194.79 KiB) דאונלאודעד 18 מאל

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 6:34 pm

רבותי, הערט שוין אלע אויף מיט טענות ומענות אהער און אהין. די קלארא פאקטן האבן שוין באשטעטיגט אז וואקסינס איז שעדליך. דעל ביגטרי האט שוין קלאהר אויפגעוויזן אז די MMR Vaccine ברענגט אוטיזם. וואקסינס האט נישט קיין שום בענעפיטס, א חוץ פאר די big pharma אינדאסטרי וואס מאכט ביליאנען (מיט א ב'), איעדעס יאהר אויף די אומשילדיגע קינדער. למשל: פאליע איז שוין פון זיך אליינס אוועקגעגאנגען, בעיקר ווייל מען האט אהנגעהויבען צו נוצען flush-able toilets און מען האט געהאט clean tap water. פונקט דאן, ווען עס איז שוין כמעט נישט גוועהן פאליע, איז ארויסגעקומען די וואקסין. נאך א משל: די פלו שאט... די גאנצע פלו איז א בלויזע פארקילעכטס the common cold, און עס ארבייט נאר אויף א חלק פלו סטרעינס. אבי מען צווינגט מיליאנען אלטע מענטשען עס צו נעמען. אלעס פאר ביזנעס און קאראפעשן פון די סי די סי. איינער וואס לייגט זיך אביסל אריין אין די נושא, וועט געוואר ווערען א shocking פאקט! מען קען ראטעווען רוב מחלות נאטורליך! דורך אויפבועין די immune system מיט קנאבעל וכדומה. פאר שוואכעט מענטשען, דארף מען טאקע טייערע ווייטאמינען וואס איז מער Potent און concentrated. אבער נאך אלטץ ביליגער פון די אלע דראגס, און עס האט נישט קיין שום סייד עפעקטס! מען האט שוין דאס אלעס אויפגעוויזן טויזענטער מאהל. ממילא בעט איך אלע אינגעלייטליך וואס האבן פשוט אן agenda (אפשר האבן זיין מעדיקעל סענטערס???), הערט אויף פארדרייען א קאפ מיט לופט. די פאקטן רעדן פאר זיך אליינס. און ווער עס וויל דער אמת, דער וועט עס טרעפן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

די פייזער וואקסין וועט נישט נאכקוקן אלע לאנג טערם סייד עפעקטס!

תגובהדורך האמת עד לעצמו » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:12 am

נאכן אויסשמועסן אז אויף די מאדערנא וואקסין גייט מען נישט נאך קוקן לאנג טערם סייד עפעקטס, לאמיר באטראכטן די פייזער וואקסין אפשר מאכן זיי יא א גוטע ארבעט?
זיי שרייבן אז זיי גייען מאניטארן פיר קאטעגאריעס פון סייד עפעקטס:

1) local reactions (נומבערס 1, 11, און 15), דאס גייט ווערן געמאניטארט פאר 7 טעג נאך די ערשטע און צווייטע דאזע
2) systemic events (נומבערס 2, 12, און 16), דאס גייט אויך ווערן געמאניטארט פאר 7 טעג נאך די ערשטע און צווייטע דאזע
3) adverse events (נומבערס 3, 13, און 17), דאס גייט ווערן געמאניטארט ביז א חודש נאך די צווייטע דאזע
4) serious adverse events (נומבערס 4, 14, און 18), דאס גייט ווערן געמאניטארט ביז 6 חדשים נאך די צווייטע דאזע

קומט אויס, אפילו מען זאל זאגן אז 6 חדשים איז גענוג צו מאניטארן סעיפטי, וועלן זיי אבער נאר מאניטארן serious adverse events, לויט די גיידליינס פון די FDA (אויף פעידזש 6) קומט אויס אז אסאך לעבנסלענגליכע מחלות ווערן נישט פאררעכנט אלס serious (ווי למשל alopecia, autoimmune disease, lupus erythematosus, vasculitis, Bell’s Palsy, hypotonia, migraine, myelitis, neuropathy, seizures, mental disorders, rhinitis, and vertigo, וואס גרייכט נישט די קאטעגאריע פון serious).

און חוץ פון דעם היות די סטאדי גייט נאכקוקן עפעקעסי פאר צוויי יאר, פארוואס זאל מען נישט נאכקוקן סעיפטי אויך פאר אזא צייט (מען דארף נעמען און חשבון אז איינמאל די וואקסין ווערט אפראווד איז די טענה אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א פלאסיבא סטאדי ווייל די האלב וואס באקומען נישט די וואקסין זענען אויסגעשטעלט צו א מחלה וואס עס איז שוין דא דערפאר א וואקסין)

אויף דעם ארויף, האט אויך די ICAN ארגאנאזאציע געפיילט א לעגאלע פעטיציע צו די FDA ווי באריכטעט אינעם צוגעלייגטען PDF, אויך איז דארט דא די לינק צו די פעטיציע.
EMERGENCY PETITION.pdf
(166.74 KiB) דאונלאודעד 8 מאל

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

די אקספארד וואקסין האט נישט קיין סעילין פלאסיבא!

תגובהדורך האמת עד לעצמו » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:25 am

און יעצט צום דריטן וואקסין, פון אקספארד יוניווערסיטי דורך די קאמפאני AstraZeneca, די עיקר פראבלעם מיט די סטאדי איז אז עס גייט נישט האבן קיין סעילין פלאסיבא נאר עס גייט נוצן א מענינדזשייטעס וואקסין פאר א פלאסיבא, און אויך האבן זיי די זעלבע פראבלעם ווי פייזער אז זיי גייען מאניטארן adverse events פאר איין חודש און serious adverse events פאר 6 חדשים. און פארשטייטס זיך אז אויף דעם האט אויך די ICAN ארגאנאזאציע געפיילט א לעגאלע פעטיציע צו די FDA ווי באריכטעט אינעם צוגעלייגטען PDF, אויך איז דארט דא די לינק צו די פעטיציע.
Oxford Vaccine.pdf
(208.09 KiB) דאונלאודעד 7 מאל

האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך האמת עד לעצמו » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:27 am

איך בין דא סאולא? ווי זענען אלע דעבאטירער?

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך תוספות » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 10:56 am

Think and Thank האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:עס דערקוטשעט מיר שוין א לענגערע צייט, וואס איך וואלט געוואלט וויסן א תירוץ אויף א שאלה פון אסאך מענטשן. א שטיק צייט צוריק האב איך עס געפרעגט פון א חשוב'ן איד דא אינעם וועלטל בתורת שאלת אישי, אבער איך האב ליידער קיין תירוץ נישט דערהאלטן דערווייל. לכן שטעל איך עס דא ארויס בשער בת רבים, און ווער עס וועט מיר ענטפערן דערויף וועל איך אים דאנקבאר זיין.

פאלגענד איז די שאלה אזוי ווי איך האב עס געפרעגט:

בעזהשי"ת
שלום וברכה וכט"ס אל מעלת כבודו שליט"א

אחר דרישת שלומתכם הטוב באהבה רבה.

איך האב א אינטערעסאנטע שאלה צו פרעגן. ווי איך זע, מאכט איר אסאך מאל אוועק די שטודיעס וועלכע זענען אנטי וואקסין גענויגט, און איר ברענגט אויף טענות מיט חסרונות פון די שטודיעס אז זיי זענען נישט אזעלכע שטארקע שטודיעס וכדומה.

איז איך וויל נישט אריינגיין יעצט מיט וויכוחים איבער די עצם שטודיעס צו זיי זענען יא גוט אדער נישט. מיין שאלה איז אבער פון א צווייטע קוק ווינקל. די פאקט איז, אז א יעדע שטודיע וואס קומט ארויס וועלכער באטראכט וואקסינירטע אנטקעגן אומוואקסינירטע, האט שטענדיג רעזולטאטן אז די אומוואקסינירטע זענען בכלליות געזונטער. וועסט נישט טרעפן קיין איין אאינציגע שטודיע וואס באטראכט וועקסד ווס. אנוועקסד וואס זאל צייגן א כלליות'דיגע געזונטערע תוצאה ביי די וואקסינירטע. איז וויפיל דו זאלסט וועלן זאגן אז די סטאדי'ס וואס ווייזן אויף פראבלעמען זענען נישט אזוי קראנט, איז אבער למעשה נישטא אויפן צד שכנגד קיין איין סטאדי זיי אפצופרעגן.

אשר על כן. וואלט איך געזאגט, אז כאטש למיחש מיהא בעי, אז אויב האסטו שטודיעס וואס זאגן אז ס'קען זיין פראבלעמען פון וואקסינינירן, איז ווארט כאטש ביז עס איז דא שטודיעס אז עס ברענגט נישט קיין פראבלעמען. אםילו לאמיר זאגן אז די שטודיעס זאלן נישט זיין אזעלכע שטאקרע שטודיעס, איז עס אבער כאטש גענוג ארויפצוברענגען חששות. וואלט איר נישט אנגעקוקט די שאלה צו וואקסינען ברענגען פראבלעמען כאטש בגדר דבר המוטל בספק?

אויב נישט, דאן פארוואס טאקע? פון וואו זענט איר זיכער אז נישט?

בכבוד רב.
כעתירת ידידכם הנאמן המצפה לתשובה מאהבה.

קענסט אהערברענגען א צוויי-דריי פון די 'יעדע שטודיע' וואס פארגלייכט וואקסינירטע צו אומוואקסינירטע?

https://www.researchgate.net/publicatio ... S_children

https://journals.sagepub.com/doi/full/1 ... 2120925344
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט