וואקסינען דעבאטע

האמת עד לעצמו
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך האמת עד לעצמו » דינסטאג אפריל 28, 2020 3:03 pm

Waukesha האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:איך וויל פלעגן אלע פרא-וועקסערס זענט עטס גרייט אנטייל צו נעמען אין די סעיפטי סטאדיס אויף די קאראנא וויירוס וואקסין (וואס איז נאך נישט געפרופט צו זיין סעיף)? איך שטעל מיך פאר אז רוב וועלן ענטפערן ניין. איז ממילא זאג איך - אלס אזוי גערופענע אנטי-וועקסער - אז אויב גייט די וואקסין דורך גיין לאנג טערם רענדאמייזד דאבל בליינד פלאסיבא קאנטרואלד סטאדיס צו פארזיכערן סעיפטי אזוי ווי אלע מעדעצינען גייען דורך, וועל איך ערנסט נעמען אין באטראכט עס צו נעמען, אבער דערווייל האט די רעגירונג נישט אין פלאן צו פארלאנגען אזעלכע סטאדיס, דערפאר האב איך נישט אין פלאן צו נעמען די וואקסין.


פארוואס מיינסטו מען ווארט יעצט א יאר צייט? עס איז דא וואקסינען עד בלי די פאר קאוויד (העכער 20 קאמפיניס האבן וואקסינען אין טעסטינג), די אייציגסטע סיבה פארוואס מען ווארט יעצט איז פאר די סעפטי סטאדיס. און דוקא די לאנג טערם וואס נעמט א יאר.

האסט מיר געענטפערט אויף איין תנאי אז עס איז יא דא, איז קודם לאמיר זעהן די מקור הדברים דא איז די סטאדי אויף די וואקסין פון מאדערנע וואס ווערט געספאנסערט דורך די NIH וואס עס שטייט טאקע אז מען גייט נאכקוקן אביסל מער ווי א יאר (וואס מען קען זיך דינגען אויב איין יאר איז גענוג אבער נישט דאס איז יעצט מיין נקודה) אבער עס האט נישט קיין איינע פון די אנדערע תנאים 1)רענדאמייזד, 2) פלאסיבא קאנטרואלד, 3) דאבל בליינד, און אויך 4) עס איז נישט מער פון 45 געזונטע מענטשן וואס דאס וואלט נישט געווען גענוג פאר א מעדעצין.
איך שטעל מיך פאר אז די ענטפער אויף דעם גייט זיין אז דאס איז נאר PHASE 1, וואס דאס איז נישט ריכטיג ווייל אפילו די שפעטערע פאזעס קומען נישט נאך די פארלאנגטע תנאים, אבער אויף דעם וועלן מיר דארפן ווארטן ביז די PHASE 2 שטודיעס וועלן זיך אנהייבן, און איך זאג יעצט קלאר אז אויב די PHASE 2 טרייעלס גייען נאכקומען אלע אויבנדערמאנטע תנאים האב איך נישט קיין התנגדות צו די וואקסין אז דאס איז א גוטע אפציע פאר מענטשן וואס האבן א ריזיקע פון די וויירוס עס צו נעמען, אבער עס דארף נאך אלץ זיין א פערזענליכע אויסוואל, און נישט געצווינגענערהייט (מיט א סעיף וואקסין פארוואס זאל מען דארפן צווינגען?)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אפריל 28, 2020 6:39 pm

מקבל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
מקבל האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
קודם כל, איך האף אז קיינער מיינט נישט אז מיין תגובה איז געווען סאקארסטיש, איך וויל באמת פארשטיין וואס איז זייער שיטה. והשנית בנוגע יענע תגובה וואס די ברענגסט, פארשטיי איך נישט וואס ער וויל, איך טאר נישט זאגן אז מען דארף געבן וואקסינען ווייל עס איז דא מענטשען וואס עס גייט זיי וויי טון? מילא אז מען טאר נישט ארונטעררייסן רופן נעמען וכדומה בין איך מסכים (איך פרוביר מיט מיינע תגובות נאר רעדען פאקטן און נישט ארונטעררייסען), אבער ס׳איז משמע פון זיין תגובה אז אפילו בלויז זאגן אז מען דארף נעמען, דאס אליינס איז א פראבלעם. (אויב פארשטיי איך נישט זיין משמעות ריכטיג, צו איך צוריק פון דעם נקודה), און אויב איז דאס וואר, טאר מען נישט זאגן אז מען זאל נישט נעמען קיין וואקסין, ווייל איך ווייס פון א פאל, פון א מענטש וואס זיינע עלטערען האבן נישט געגעבן קיין וואקסינען, און ער דארף נעבעך זיין אין א wheelchair זיין גאנץ לעבן צוליב polio, טראכט אריין וויאזוי דער מענטש שפירט ווען ער הערט מענטשען זאגן אז מען דארף נישט נעמען קיין וואקסינען?

והשלישית בנוגע יענע תגובה, וויל איך עם פרעגן, ווען נישט פאר יענע פאלשע סטאדי, וואס זאגט אז MMR וואקסין האט שייכות מיט אוטיזם, וואלט עם אמאל בייגעפאלן אז די אוטיזם האט עפעס מיט די וואקסינען? אויב נישט, איז עס נישט די וועקסערס וואס טוען עם וויי, עס איז וועיקפיעלד מיט זיין פאלשע סטאדי וואס טוהט עם וויי.

מיין עקספיריענס איז אז מען לאזט נישט אריבער ווען איך שרייב דא אנטי אינפארמאציע, ממילא וועל איך נישט ענטפערן דא פארוואס יא אדער פארוואס נישט.


דאן קום אין אישי

חחחח, גיב מיר א ביפ ווען ער קומט אין אישי מיט א נארמאלע ענטפער....

געפעלט מיר ווי דער חזר'ט איבער דעם שקר נאכאמאל, יא ריכטיג, א תגובה וואס מען האט געלייגט לינק'ס צו אנדערע סייט'ס האט מען טאקע נישט אפראווד נאך וואס געוויסע האבן אומ'אחריות'דיג געלינקט צו שמוץ, אבער חוץ דעם האט מען אפראווד אלע זייטן די זעלבע [די זעלבע מיינט אז ווען דער אחראי'ס געדולט איז אויסגעלאפן פון אפראוון נאכאנאנד די זעלבע שמועסן ווידער און ווידער אן זען חידושים איז ביידע זייטן געבליבן הענגן...].

יישר כח פארן זאגן פארוואס מען האט נישט אפראווד א חלק פון מיינע תגובות (ווייל אין אישי האט איר מיר נישט געענטפערט), איז דראפבאקס אויך אינקלודעט אין דעים?

יא, אבער אויב ס'איז א קליינע פייל/ווידיאו וואס נעמט נישט לאנג איבערצובליקן, קען זיך מאכן אז אן אחראי זאל האבן געדולט עס דורכצוקוקן און אפראוון.

ווי צב"ש די פריערדיגע תגובה זע איך איז א גאווערמענט סייט האב איך עס אפראווד.

[בנוגע אישי, אויב ווייס איך אז ס'קען פירן צו א לענגערע שמועס און איך האב נישט קיין צייט קען איך עס לאזן ליגן אומגעליינט, איך קען אבער יא דאונלאודן די אישי כדי עס צו האבן אויב די שיקער פלאנט עס צו פארמעקן, נאכן ליגן א שטיק צייט איז עס בבחינת משה זיך מיר, אויפן מינוט האב איך 56 אומגעליינטע אישי'ס און נישט פון זעלבן בלאט, יעצט גיי זיך עס...]

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג אפריל 28, 2020 7:25 pm

האמת עד לעצמו האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:איך וויל פלעגן אלע פרא-וועקסערס זענט עטס גרייט אנטייל צו נעמען אין די סעיפטי סטאדיס אויף די קאראנא וויירוס וואקסין (וואס איז נאך נישט געפרופט צו זיין סעיף)? איך שטעל מיך פאר אז רוב וועלן ענטפערן ניין. איז ממילא זאג איך - אלס אזוי גערופענע אנטי-וועקסער - אז אויב גייט די וואקסין דורך גיין לאנג טערם רענדאמייזד דאבל בליינד פלאסיבא קאנטרואלד סטאדיס צו פארזיכערן סעיפטי אזוי ווי אלע מעדעצינען גייען דורך, וועל איך ערנסט נעמען אין באטראכט עס צו נעמען, אבער דערווייל האט די רעגירונג נישט אין פלאן צו פארלאנגען אזעלכע סטאדיס, דערפאר האב איך נישט אין פלאן צו נעמען די וואקסין.


פארוואס מיינסטו מען ווארט יעצט א יאר צייט? עס איז דא וואקסינען עד בלי די פאר קאוויד (העכער 20 קאמפיניס האבן וואקסינען אין טעסטינג), די אייציגסטע סיבה פארוואס מען ווארט יעצט איז פאר די סעפטי סטאדיס. און דוקא די לאנג טערם וואס נעמט א יאר.

האסט מיר געענטפערט אויף איין תנאי אז עס איז יא דא, איז קודם לאמיר זעהן די מקור הדברים דא איז די סטאדי אויף די וואקסין פון מאדערנע וואס ווערט געספאנסערט דורך די NIH וואס עס שטייט טאקע אז מען גייט נאכקוקן אביסל מער ווי א יאר (וואס מען קען זיך דינגען אויב איין יאר איז גענוג אבער נישט דאס איז יעצט מיין נקודה) אבער עס האט נישט קיין איינע פון די אנדערע תנאים 1)רענדאמייזד, 2) פלאסיבא קאנטרואלד, 3) דאבל בליינד, און אויך 4) עס איז נישט מער פון 45 געזונטע מענטשן וואס דאס וואלט נישט געווען גענוג פאר א מעדעצין.
איך שטעל מיך פאר אז די ענטפער אויף דעם גייט זיין אז דאס איז נאר PHASE 1, וואס דאס איז נישט ריכטיג ווייל אפילו די שפעטערע פאזעס קומען נישט נאך די פארלאנגטע תנאים, אבער אויף דעם וועלן מיר דארפן ווארטן ביז די PHASE 2 שטודיעס וועלן זיך אנהייבן, און איך זאג יעצט קלאר אז אויב די PHASE 2 טרייעלס גייען נאכקומען אלע אויבנדערמאנטע תנאים האב איך נישט קיין התנגדות צו די וואקסין אז דאס איז א גוטע אפציע פאר מענטשן וואס האבן א ריזיקע פון די וויירוס עס צו נעמען, אבער עס דארף נאך אלץ זיין א פערזענליכע אויסוואל, און נישט געצווינגענערהייט (מיט א סעיף וואקסין פארוואס זאל מען דארפן צווינגען?)


די מיינסט אודאי צו זאגן Phase 3 וואס דאס זענען די עיקר טרייעלס. Phase 1 טרייעלס זענען סה״כ דא זיכער צו מאכן אז די דראג/וואקסין איז נישט קיין סם. פעיז 1 טרייעלס האבן זעלטן מער פון 100 מענטשען, פעיז 2 איז צו זען עפעקטיווניס און צו טרעפען די ריכטיגע דאזע, און האט זעלטן מער פון אפאר הונדרעט מענטשען, די עיקר טרייעלס זענען די פעיז 3 טרייעלס, ווי דאן דארף מען האבן טאקע די 5 תנאים. די אלע זאכן זענען וואר סיי ביי דראגס און סיי ביי וואקסינען

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:28 am

מגדים האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
מגדים האט געשריבן:
Flash light האט געשריבן:אינטעסאנן צו זען ווי מענטשן האבן נאך אזא אמונה אין דאקטארים נאכן ציזען וואס עס גייט
דא פאר

א שאד צו ענטפערן אבער דיין תגובה שפיגעלט אפ די מיינונג אס אלעס איז אדער שווארץ אדער ווייס און מען מאכט איין גרויסע קוגל

איך האב פארשטאנען אז ער מיינט ארויסצוברענגען אז ביי די וואקסינאציע נושא זאגן רוב מענטשן "איך האב נישט דורך געטאן דעם נושא, אבער איך פארלאז מיך אויף א דאָקטער" זיי ווייסן "אלעס" זיי זיכן נאר אז מענטשן זאלן זיין געזונט און שטארק... יעצט אבער נאך די קאראנע זעט מען אז די דאקטוירים זענען בכלל נישט אזוי אז מענטשן זאלן בלייבן לעבן...

איך האב פארשטאנען וואס ער האט געמיינט און אויף דעם האב איך ג'ענטפערט... און ניין איך האב נישט פארלוירן טראסט און מיין לאקאלע דאקטער.
די וואקסינען ווערט נישט געפירט אויסדרוקליך דורך די מיינאנעדיס דאקטוירים אדער אנדערע געוויסע מאנהעטן שפיטעלער. און טאקע דאס האב איך געמיינט אז נישט ווייל עס איז דא פראבלעמען און א ספעציפישע פלאטץ מיינט עס אז עס איז א באווייז אויף א נושא וואס איז נוגע די גאנצע וועלט

אדער שווארץ אדער ווייס....

אז מען רעדט פון שווארץ אדער ווייס...
גראדע כמעט נישט דא קיין נושא אויף וואס אלע דאקטורים אין די גאנצע וועלט זענען אזוי אויף איין מייינונג ווי וואקסינס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

KMW
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך KMW » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:37 am

Waukesha האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:איך וויל פלעגן אלע פרא-וועקסערס זענט עטס גרייט אנטייל צו נעמען אין די סעיפטי סטאדיס אויף די קאראנא וויירוס וואקסין (וואס איז נאך נישט געפרופט צו זיין סעיף)? איך שטעל מיך פאר אז רוב וועלן ענטפערן ניין. איז ממילא זאג איך - אלס אזוי גערופענע אנטי-וועקסער - אז אויב גייט די וואקסין דורך גיין לאנג טערם רענדאמייזד דאבל בליינד פלאסיבא קאנטרואלד סטאדיס צו פארזיכערן סעיפטי אזוי ווי אלע מעדעצינען גייען דורך, וועל איך ערנסט נעמען אין באטראכט עס צו נעמען, אבער דערווייל האט די רעגירונג נישט אין פלאן צו פארלאנגען אזעלכע סטאדיס, דערפאר האב איך נישט אין פלאן צו נעמען די וואקסין.


פארוואס מיינסטו מען ווארט יעצט א יאר צייט? עס איז דא וואקסינען עד בלי די פאר קאוויד (העכער 20 קאמפיניס האבן וואקסינען אין טעסטינג), די אייציגסטע סיבה פארוואס מען ווארט יעצט איז פאר די סעפטי סטאדיס. און דוקא די לאנג טערם וואס נעמט א יאר.


Pfizer coronavirus vaccine could be ready for emergency use by this fall

https://nypost.com/2020/04/29/pfizer-co ... this-fall/

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך אפריל 29, 2020 3:51 pm

למעשה ווי לאנג וועט נעמען צו מאכן א וואקסין פאר קאוויד 19?
כאניש פאר ראש הקהל! - כפר"ה קאמפיין

פאר דו טוסט עפעס, גיב א קלער,
וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען די זעהסט דיין זון דאס טון

לכאורה האט געשריבן:
#דיפאנד די הנהלה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 29, 2020 3:58 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:למעשה ווי לאנג וועט נעמען צו מאכן א וואקסין פאר קאוויד 19?

ערשט וועט מען עס מוזן לאזן דעבאטירן דאהי צווישן אונזערע סייענטיסטן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך אפריל 29, 2020 5:17 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:למעשה ווי לאנג וועט נעמען צו מאכן א וואקסין פאר קאוויד 19?

צווישן א יאהר (אדער א משהו שנעלער) און דריי יאהר.

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך שרייב » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 2:24 pm

די שנעלסטע וואקסין האט גענומען 4 יאר
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

האמת עד לעצמו
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך האמת עד לעצמו » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 2:43 pm

Waukesha האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
האמת עד לעצמו האט געשריבן:איך וויל פלעגן אלע פרא-וועקסערס זענט עטס גרייט אנטייל צו נעמען אין די סעיפטי סטאדיס אויף די קאראנא וויירוס וואקסין (וואס איז נאך נישט געפרופט צו זיין סעיף)? איך שטעל מיך פאר אז רוב וועלן ענטפערן ניין. איז ממילא זאג איך - אלס אזוי גערופענע אנטי-וועקסער - אז אויב גייט די וואקסין דורך גיין לאנג טערם רענדאמייזד דאבל בליינד פלאסיבא קאנטרואלד סטאדיס צו פארזיכערן סעיפטי אזוי ווי אלע מעדעצינען גייען דורך, וועל איך ערנסט נעמען אין באטראכט עס צו נעמען, אבער דערווייל האט די רעגירונג נישט אין פלאן צו פארלאנגען אזעלכע סטאדיס, דערפאר האב איך נישט אין פלאן צו נעמען די וואקסין.


פארוואס מיינסטו מען ווארט יעצט א יאר צייט? עס איז דא וואקסינען עד בלי די פאר קאוויד (העכער 20 קאמפיניס האבן וואקסינען אין טעסטינג), די אייציגסטע סיבה פארוואס מען ווארט יעצט איז פאר די סעפטי סטאדיס. און דוקא די לאנג טערם וואס נעמט א יאר.

האסט מיר געענטפערט אויף איין תנאי אז עס איז יא דא, איז קודם לאמיר זעהן די מקור הדברים דא איז די סטאדי אויף די וואקסין פון מאדערנע וואס ווערט געספאנסערט דורך די NIH וואס עס שטייט טאקע אז מען גייט נאכקוקן אביסל מער ווי א יאר (וואס מען קען זיך דינגען אויב איין יאר איז גענוג אבער נישט דאס איז יעצט מיין נקודה) אבער עס האט נישט קיין איינע פון די אנדערע תנאים 1)רענדאמייזד, 2) פלאסיבא קאנטרואלד, 3) דאבל בליינד, און אויך 4) עס איז נישט מער פון 45 געזונטע מענטשן וואס דאס וואלט נישט געווען גענוג פאר א מעדעצין.
איך שטעל מיך פאר אז די ענטפער אויף דעם גייט זיין אז דאס איז נאר PHASE 1, וואס דאס איז נישט ריכטיג ווייל אפילו די שפעטערע פאזעס קומען נישט נאך די פארלאנגטע תנאים, אבער אויף דעם וועלן מיר דארפן ווארטן ביז די PHASE 2 שטודיעס וועלן זיך אנהייבן, און איך זאג יעצט קלאר אז אויב די PHASE 2 טרייעלס גייען נאכקומען אלע אויבנדערמאנטע תנאים האב איך נישט קיין התנגדות צו די וואקסין אז דאס איז א גוטע אפציע פאר מענטשן וואס האבן א ריזיקע פון די וויירוס עס צו נעמען, אבער עס דארף נאך אלץ זיין א פערזענליכע אויסוואל, און נישט געצווינגענערהייט (מיט א סעיף וואקסין פארוואס זאל מען דארפן צווינגען?)


די מיינסט אודאי צו זאגן Phase 3 וואס דאס זענען די עיקר טרייעלס. Phase 1 טרייעלס זענען סה״כ דא זיכער צו מאכן אז די דראג/וואקסין איז נישט קיין סם. פעיז 1 טרייעלס האבן זעלטן מער פון 100 מענטשען, פעיז 2 איז צו זען עפעקטיווניס און צו טרעפען די ריכטיגע דאזע, און האט זעלטן מער פון אפאר הונדרעט מענטשען, די עיקר טרייעלס זענען די פעיז 3 טרייעלס, ווי דאן דארף מען האבן טאקע די 5 תנאים. די אלע זאכן זענען וואר סיי ביי דראגס און סיי ביי וואקסינען

גערעכט, געמיינט צו זאגן די שפעטערע פאזעס, איז אונטערשטע שורה, אויב גייט די וואקסין אין פעיז 3 האבן א געהעריגע פלאסיבא סטאדי אן קיין דריידלעך (נישט קיין אנדערע וואקסין אדער אלומינום וכדו') מיט אלע געווענליכע תנאים וואס פארלאנגט זיך פאר א מעדעצין איז דאס איז א גוטע אפציע פאר מענטשן וואס האבן א ריזיקע פון די וויירוס, און כדי דאס צואוויסן וועט מען מוזן ווארטען ביז דאס ווערט געמאכט, איך בין נישט בשיטה קעגן וואקסינען בכלל, נאר פון די וואקסינען דערווייל איז נאך קיין איינס נישט דורך אזא פראצעדור.

מקבל
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מיטוואך יוני 03, 2020 10:50 am

You know Ian Haydon from many appearances on CNN and other networks celebrating his heroic act of volunteering to test Moderna’s experimental COVID vaccine. The sun has now set on Haydon’s television career. He is no longer useful to the Pharmedia narratives that all vaccines are always safe for all people, that Moderna’s business partners, Tony Fauci and Bill Gates, were justified in skipping animal studies and that Moderna’s vaccine will soon rescue us from the Pandemic. Ian Haydon is now an embarrassment to Fauci, Gates, and their CNN cheerleaders. He will therefore vanish into the censorship twilight.

Moderna chose Haydon for the study because of his robust good health. He was among the 15 volunteers in the high dose group. Within 45 days, three of these—a shocking 20%—experienced “serious” adverse events according to Moderna’s press release meaning they required hospitalization or medical intervention. Less than 12 hours after vaccination, Hayden suffered muscle aches, vomiting, spiked a 103.2 degree fever and lost consciousness. His girlfriend caught him as he fell. His Moderna trial supervisor instructed Haydon to call 911 and described him as being the “sickest in his life”. Moderna let Haydon believe the illness was just a sad coincidence unrelated to the jab. Moderna never told Haydon he was suffering an Adverse Event.

“Moderna’s press release was the first I learned of the 3 AEs in the high dose group.” Haydon confessed last week on Twitter. “Later a study doc confirmed that what happened to me was an AE.” While hiding this truth, Moderna encouraged Haydon to appear on TV to deceive the public and its shareholders by declaring Moderna’s COVID vaccine trials a smashing success. On May 7, Haydon told Sanjay Gupta about his reactions in a pre-interview. The two men agreed to keep this bad news secret when he went on air. This corrupt deal bespeaks the pathetic state of journalism at CNN.

Fauci and Gates are proceeding with their plan to funnel half a billion taxpayer dollars into their reckless vanity project to create 30 million doses by November and two billion within a year (personal interview, Moderna insider) manufactured in the US and Switzerland.
ווי לאנג עס וועט זיין וואקסין אינדזשעריס, וועט זיין אנטי וואקסינער.
ווי לאנג וואקסין אינדזשעריס וועט ווערן דענייד ביי די עסטעבלישמענט, וועט זיין אנטי עסטעבלישמענט.

תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך תוספות » מיטוואך יוני 03, 2020 11:16 pm

בעזהשי"ת.
(די פאלגענדיגע תגובה איז לכתחילה געשריבן געווארן מיט פונקטלעכע מראי מקומות מיט אסאך לינקס. ווער ס'וויל האבן די אלע מראי מקומות, קען מיר שיקן אין אישי.)
וואקסינען ברענגען נישט קיין אויטיזם, איז דאס אמת?!...!

אויטיזם קען קומען פון אסאך סיבות. אין פאקט, ווערט אויטיזם ניטאמאל דיאגנאזירט דורך א בלוט טעסט, נאר דורכן באטראכטן אלע אויפפירונגען פונעם קינד. און אויב עס קומט זיך צוזאם א צאל מאדנע אויפפירונגען, ווערט דאס קינד דיאגנאזירט אלץ אויטיסטיק.

נאכמער, צוויי אויטיסטיק קינדער מוזן בכלל נישט האבן די זעלבע אויפפירונגען, נאר עס איז דא א ליסטע פון אלע אויפפירונגען וואס שטעלן אוועק די קריטעריע פאר אויטיזם, און אויב זעט מען אין א קינד עטליכע דערפון, ווערט דאס קינד דיאגנאזירט אלץ אויטיסטיק. במילא איז מסתבר, און אזוי איז אויך אנגענומען ביי סייענטיסטן, אז עס איז דא לכאורה סאך מער ווי איין פאקטאר וואס קען ביישטייערן צוצוברענגען צו אויטיזם. און עס קען זיין אנדערע סיבות ביי אנדערע קינדער וויאזוי זיי זענען געווארן אויטיסטיק.

צו מסביר זיין אין קורצן, אויטיזם איז א כלליות'דיגע ספעקטרום פון אסאך מחלות, וואס יעדע מחלה פאר זיך האט לכאורה א אנדערע גורם. און ביז דערווייל ווייסט נאכנישט די רעגירונג די פונקטליכע גורם פאר יעדע מחלה עקסטער.

פארשטייט זיך אבער, אז וויבאלד אלעס ווערט אנגערופן אויטיזם, מאכט דאס זייער שווער צו דערגיין די פונקטליכע סיבה דערצו. ווייל למשל אויב זאל מען ווען טרעפן אז צען פראצענט פון אויטיסטיק קינדער האבן עפעס א דזשענעטיק חילוק אין זייער מח, וועט מען נאכאלץ נישט אננעמען אז דאס איז די שורש פון אויטיזם וויבאלד רוב אויטיסטיק קינדער האבן דאס נישט.

די צווייטע פראבלעם וואס דא איז פארהאן איז. אז ביי אסאך אויטיסטיק קינדער איז זיכער געווען א צוזאמענשטעל פון עטליכע גורמים וואס האט צוגעברענגט זייער אויטיזם. למשל, אויב זעט מען אז ביי קינדער וועלכע זענען מער אויסגעשטעלט צו פאלאשען (שעדליכע לופט פון געז וכדומה) מאכט זיך מער אויטיזם, איז דאס נאכנישט קיין ראיה אז פאלאשען מאכט אויטיזם. וויבאלד רוב קינדער וועלכע זענען אויסגעשטעלט צו פאלאשען ווערן דאך נישט אויטיסטיק דורכדעם. במילא מוז זיין אז נאך א צווייטע גורם האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די פאלאשען צוצוברענגען דאס קינד צו אויטיזם.

און אפילו מען זאל ווען נישט זען אז עס מאכט זיך מער אויטיזם ביי א געוויסע מציאות וואס דאס איז אפשר א גורם. קען אבער נאכאלץ זיין אז דאס איז א קא-פאקטאר, דהיינו א חלק פונעם גורם אבער נישט דער איינציגסטער גורם.

גאר אסאך שטודיעס האבן געוויזן, אז ווען מען האט אויסגעפרעגט עלטערן פון אויטיסטיק קינדער וואס זיי האלטן אז דאס האט צוגעברענגט אז זייערע קינדער זאלן ווערן אויטיסטיק. האבן גאר א גרויסער פראצענט עלטערן גע'טענה'ט, אז עס איז זיי ברור אז די וואקסינען האבן עס גורם געווען.

דער זארג אז וואקסינען זענען די וועלכע קענען ברענגען אויטיזם - ובפרט דער די פי טי וואקסין, וועלכער איז היינט דער דיטעפ וואקסין - איז שוין בעצם גאר א אלטער. נאך פאר דריי און דרייסיג יאר צוריק, בעת ווען קאנגרעס האט דורכגעפירט דעם באקאנטן 1986 געזעץ, אין וועלכן זיי האבן אוועקגענומען די אחריות פון די וואקסין קאמפאניס צו דעזיינען סעיף וואקסינען, האט קאנגרעס פארארדענט פארן סעקרעטאַר פון די געזונטהייט מיניסטעריום אין די פעדעראלע רעגירונג, אז ער זאל נאכפארשן אויב דער די פי טי אדער דער דיטעפ וואקסין, קען ברענגען אויטיזם.

דאס מיינט צו זאגן, אז עס איז שוין דעמאלטס געווען א גאר באקאנטע זארג, אז עס איז מעגליך אז דער ספעציפישער וואקסין קען ברענגען אויטיזם. וויבאלד גאר אסאך עלטערן פון אויטיסטיק קינדער האבן מיט זייערע אייגענע אויגן געזען, ווי תיכף נאכן באקומען דעם וואקסין, איז זייער קינד נשתנה געווארן לגריעותא, און געווארן ערגער און ערגער, ביז צום אריינפאלן אינעם אויטיזם ספעקטרום קיין שום איד נישט געדאכט.

און אין דריי יאר שפעטער, 89' למס', האט טאקע די HHS (די געזונטהייט מיניסטעריום אפטיילונג פון די פעדעראלע אמעריקאנער רעגירונג) פארארדענט די IOM (דאס איז די אינסטיטוט אוו מעדיצין - א זעלבסשטענדיגע ארגענעזאציע פון די גרעסטע סייענטיסן און פארשער אין אמעריקע), אז זיי זאלן איבערקוקן די סייענטיפישע שטודיעס איבער דעם דיטעפ אדער די פי טי וואקסין, צו זען אויב דאס קען ברענגען אויטיזם אדער נישט. און צוויי יאר דערויף אין 91' למס' האט די IOM למעשה ארויסגעגעבן זײער רעפארט, אין וועלכן זיי האבן געשריבן, אז עס איז נאך נישט פארהאן קיין שום סייענטיפישע ליטעראטור דורך וועלכן זיי זאלן קענען צוקומען צו עפעס א איבערווייז אדער א קלארקייט אויב דער דיטעפ אדער דער די פי טי וואקסין ברענגט אויטיזם. און אין זייער אויספיר אין יענעם רעפארט בעטן זיי, מען זאל זיך תיכף נעמען דורכפירן שטודיעס און נאכקוקן די פונקטליכע נאכפאלגן פון וואקסינען, ווייל אויב נישט, וועט מען קיינמאל קיינמאל נישט געוואר ווערן מער איבער די אמת'ע פאקטן איבער די וואקסינען, וכלשונם:
If research capacity and accomplishment in this field are not improved, future reviews of vaccine safety will be similarly handicapped

פארשטייט דאך יעדער בר דעת לכאורה, אז די רעגירונג האט זיך גענומען דורכפירן מעכטיגע שטודיעס אויסצוגעפינען אויב דער דיטעפ אדער דער די פי טי וואקסין קען ברענגען אויטיזם צו נישט. עס מוז דאך אזוי זיין, ווייל ווען נישט, וויאזוי דערקלערט די CDC (א רעגירונג ארגענעזאציע וואס איז אונטער די HHS) אז וואקסינען ברענגען זיכער נישט קיין אויטיזם, בו בזמן וואס די IOM ווייסט נאך נישט?.

לאמיר זען צו די רעגירונג האט זיך טאקע אריינגעלייגט דערין צו נישט.

צוואנציג יאר שפעטער, האט די HHS געגעבן פאר די IOM א ליסטע פון מחלות וואס זענען מעגליך א תוצאה פון וואקסינען, וואס די ליסטע האבן זיי ארויסגענומען פון א דעיטע בעיס פון מחלות, וואס די מחלות זענען געווארן רעפארטעד אלץ א סייד עפעקט פון וואקסינען - דורך די באפעלקערונג אדער דורך דאקטוירים - צו א רעפארט סיסטעם וואס די רעגירונג האט אויפגעשטעלט מיטן נאמען VAERS - ר"ת פון Vaccine Adverse Event Report System. וואס דארט קען מען רעפארטן אלע שלעכטע סייד עפעקטס וואס מען האט געליטן דורך וואקסינען. דער VAERS רעפארט סיסטעם איז א פרייוויליגער, דאס מיינט אז ווער עס האט געהאט א שלעכטע רעאקציע צו א וואקסין, מעג דארט אריינגעבן א אנקלאגע, אבער מען אינפארסירט דאס נישט. ווי אויך איז נישט זיכער אז יעדע רעפארט איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, וועגן דעם וויל נישט די רעגירונג זיך פארלאזן אויף דעם אליין, צו זאגן אז די מחלות זענען זיכער געקומען פון די וואקסינען.

א שטודיע האט געוויזן, אז ווינציגער פון איין פראצענט פון וויפיל שאדנס עס געשען באמת פון וואקסינען, ווערן למעשה רעפארטעד צו VAERS.

הכלל, די רעגירונג האט צוזאמגענומען די מערסטע רעפארטעד מחלות וועלכע זענען געווארן רעפארטעד צו VAERS, און עס איבערגעגעבן פאר די IOM, אז זיי זאלן געוואר ווערן צו די מחלות קומען באמת פון וואקסינען אדער נישט. צווישן די אלע מחלות איז אויך געווען אונזער שאלה אויב אויטיזם קען קומען פונעם דיטעפ וואקסין.

איר זענט א וודאי זיכער אז די IOM האט געענטפערט אז עס איז זיכער נישט פארבינדן.. אבער עס איז נישט ממש אזוי, לאמיר אייך זאגן וואס זיי האבן יא געשריבן.

זיי האבן געטראפן איין סטאדי וואס האט געוויזן אז דער דיטעפ וואקסין קען ברענגען אויטיזם, אבער וויבאלד דער סטאדי איז געווען געבויט אויף דעיטע פון די VAERS סיסטעם, האבן זיי זיך נישט געוואלט פארלאזן דערויף. און זיי האבן אויסגעפירט אז זיי האבן נישט קיין שום באווייזן נישט אז יא און נישט אז ניין, בקיצור מען ווייסט נאכנישט.

דאס וואס זיי האבן געווארענט מיט צוואנציג יאר פריער אז אויב מען וועט נישט בעסער נאכקוקן וועט מען נישט גארנישט קלוגער ווערן, איז למעשה מקוים געווארן.

אין 14' למס', האט די HHS אליינס ארויסגעגעבן א איבערזיכט איבער די סעיפטי פון וואקסינען, און עודך, זיי האבן נאך אלץ נישט קיין אנונג אויב דער דיטעפ וואקסין קען ברענגען אויטיזם אדער נישט..

אבער הער א מעשה, אויף דעם העפיטייס בי וואקסין, האבן זיי יא געטראפן א סטאדי, וואס האט געוויזן אז קינדער וואס באקומען א העפיטייס בי וואקסין אינעם ערשטן חודש פון לעבן, האבן א שאנס פון דריי הונדערט פראצענט מער פון אנדערע קינדער, צו אנטוויקלען אויטיזם אין די שפעטערע יארן.

לאמיר אריינגיין אביסל טיפער אין די נושא פון שטודיעס. עס איז פארהאן צוויי סארטן שטודיעס, די ערשטע איז עפידימיאלידזשי שטודיעס, און די צווייטע איז מעקעניסטיק אדער ביאלאגישע שטודיעס.

אין קורצן מסביר צו זיין איז אזוי. עפידימיאלידזשי שטודיעס קוקן נאך א צאל מענטשן צו זען וואס עס פאסירט למעשה מיט זיי, למשל, ווען מען קוקט נאך א גרויסע באפעלקערונג צו זען אויב עסן אייער ברענגט קאלעסטראל, הייסט דאס אן עפידימיאלידזשי שטודיע.

אבער ביי די מעקעניסטיק אדער ביאלאגישע שטודיעס, הייבט מען אן צו באטראכטן די נושא מיט א טיפערן בליק. דהיינו מען קוקט אויב עס איז בכלל דא א מעכאניזם וויאזוי די זאך זאל זיין פארבינדן. אדער אויב אין די ביאלאגישע חלקים זעט מען אז די זאך זאל זיין פארבינדן.

למשל ביי רייכערן. שטעלט מען די שאלה, איז דא א מעכאניזם וויאזוי רייכערן זאל ברענגען יענע מחלה? קען רויך אדער די קעמיקאלן וועלכע ליגן אין ציגארעטן טוישן די צעלן פון א לונג? אדער אויב מען וויל קוקן אויף ביאלאגישע טערמינען, נעמט מען צעלן פון א לונג, און מען שטעלט עס אויס צו ציגארעטן רויך, און מען זעט צו עס טוישט די אויסשטעל פונעם צעל צו א קענסער צעל. פארשטייט זיך אז דאס קען מען נישט טון מיט מענטשן, טוט מען דאס אדער מיט בעלי חיים אדער מיט ארויסגענומענע חלקים פון מענטשן וכדו'.

יעצט לאמיר זען, מיר זענען שוין צוגעקומען אז די רעגירונג ווייסט נאכנישט צו דער דיטעפ וואקסין קען ברענגען אויטיזם צו נישט. אבער ביז דערווייל רעדט מען נאר פון עפידימיאלידזשי איבערווייז, וואס טוט זיך מיט מעקעניסטיק אדער ביאלאגישע איבערווייזן? דאס האלט די רעגירונג אויך אז עס איז נישט דא? לאמיר זען.

די CDC האט ארויסגעגעבן א דאקומענט, וואס אויף די ליסטע פון שרייבער'ס פיגורירט דער ערשטער דר' סטענלי פלאטקין (שר"י), דער זעלבער וואס האט גע'טענה'ט אין קאורט אז ער האלט אז עס נישטא קיין שום פארבינדונג צווישן וואקסינען און אויטיזם, פונקט ווי לעפרעסי.. שרייבן זיי קלאר ארויס דארטן (אויף פעידזש 28) אז עס איז יא פארשטענדליך ביאלאגיש וויאזוי וואקסינען קענען ברענגען אויטיזם....!!

אקעי, לאמיר דעמאלטס אביסעלע אריינקריכן אינעם ביאלאגישן הסבר וויאזוי וואקסינען קענען ברענגען אויטיזם פאר א מענטש. איך וועל נישט אריינגיין צו טיף אין דעם חלק, ווער עס וויל עס טיפער פארשטיין קען נאכקוקן אלע מקורות וואס איך צייכן דא צו אין דעם פאראגראף. איך וועל רעדן נאר פון איין אינגרידיענט אין וואקסינען - אלומינום, וויבאלד אויף דעם איז ארויסגעקומען אין די לעצטע עטליכע יאר גאר אסאך שטארקע און קראנטע שטודיעס, ארויסגעגעבן דורך באזונדערע זעלבסטשטענדיגע אויספארשער פון ארום די גאנצע וועלט, וואס אלע האבן זיי געוויזן די זעלבע מסקנות. און באטראכנדיג צוזאמען אלע שטודיעס, שטעלט זיך ארויס א קלארע שוידערליכע בילד, וויאזוי אלומינום אין די וואקסינען האט א גראדע מהלך וויאזוי עס קען גורם זיין אויטיזם.

אבער קודם א שטיקל הסבר וואס אלומינום זוכט בכלל אין וואקסינען.

רוב וואקסינען וועלכע מען געט היינט צוטאגס פאר קינדער אין אמעריקע האבן נישט אין זיך קיין לעבעדיגע וויירוסעס. למשל אינעם פאליא וואקסין (IPV) איז דער פאליא וויירוס שוין טויט. אדער אינעם העפיטייס בי וואקסין, איז דער וויירוס שוין אויך טויט, און דערצו ליגט אינעם וואקסין נאר א חלק פונעם העפיטייס בי וויירוס. אינעם דיפעטעריע וואקסין למשל, ליגט בכלל נישט דער דיפעטעריע באקטעריע, נאר א מאדיפיצירטער טאקסין וואס ווערט ארויסגעלאזט דורך די דיפעטעריע באקטעריע.

די שטיקלעך פון די געשטארבענע באקטעריע אדער וויירוסעס אדער מאדיפיצירטע טאקסינ'ס ווערן געווענליך אנגערופן "אנטידזשענס" (antigens).

די פראבלעם ווערט אבער, אז ווען מען שטעכט אריין פשוט א אנטידזשען אינעם מענטשליכן קערפער, ווערט נישט דער אימיון סיסטעם אזוי איבערראשט דערפון. און עס פראדוצירט נישט קיין שטארקע אנטיבאדיס עס צו פייטן, און במילא איז דאס גארנישט ווערט לגבי דעם וואס מיר ווילן דא פונעם וואקסין, ווייל עס מאכט נישט אז די קערפער זאל אנטוויקלען א שטארקע אימיוניטי, און זיכער נישט גענוג שטארק עס זאל קענען לענגער אנהאלטן א אימיוניטי צו דעם אנטידזשען.

וועגן דעם, איז די CDC מסביר, דארף מען אריינלייגן אינעם וואקסין א "עדזשעווענט" (adjuvant), דהיינו א זאך וואס זאל סטימולירן און אונטערצינדן דעם אימיון סיסטעם ער זאל שפירן ווי עס איז דא אריינגעקומען אינעם קערפער עפעס א שרעקליכער שונא, אזוי ער זאל זיך נעמען שיסן מיט אנטי באדיס צו פייטן דעם וואקסין. און אזוי וועט אנטוויקלט ווערן שטארקע אנטיבאדיס צו דעם אנטידזשען אינעם וואקסין, און די אויסגעבעטענע אימיוניטי צו דעם וויירוס וועט געשאפן ווערן אינעם קערפער, און עס וועט אנהאלטן ביז עס וועט אויסוועפן.

יעצט, אז מיר פארשטייען שוין די ראלע פון אלומינום אין וואקסינען. קענען מיר שוין צוקומען מסביר צו זיין מיטן אויבערשטנ'ס הילף די פשוטע מעכאניזם וויאזוי אלומינום קען מאכן א מענטש אויטיסטיק ח"ו.

דער הייליגער באשעפער האט באשאפן דעם מענטש מיט א געוואלדיגע חכמה, און אויסגערעכנט אלעס אינעם מענטשליכן קערפער ביז יעדעס פיצקעלע ריר. ווען א פרעמדע באציל וואס איז שעדליך פאר א מענטש דרינגט אריין אינעם קערפער, כאפט עס די אימיון סיסטעם תיכף אריין אין אזעלכע ספעציעלע צעלן וועלכע ווערן אנגערופן "מייקראפעדזשעס" (macrophages). דער מייקראפעדזש כאפט אריין דעם פרעמדן באציל אין זיך אריין און האלט עס ביי זיך, דערנאך שיסט דער אימיון סיסטעם ארויס ווי למשל קוילן וועלכע זאלן קענען הרג'ענען דעם שונא, וואס דער שונא איז למשל דער פרעמדער באציל וואס דער מייקראפעדזש האלט ביי זיך. יעצט, די קוילן וועלכע זענען געמאכט צו הרג'ענען די שונאים פונעם אימיון סיסטעם ווערן אנגערופן "סייטאקיינ'ס" (cytokines). פאר יעדע מין באציל אדער שונא איז דא אנדערע סארטן סייטאקיינ'ס וואס דער אימיון סיסטעם שיסט ארויס, און די סייטאקיינ'ס דארפן קעיר נעמען פונעם שונא און מאכן א א סוף מיט אים.

פארשטייט זיך, אז סייטאקיינ'ס וויבאלד זיי קענען הרג'ענען באצילן, איז נישט גוט פארן קערפער צו האבן אסאך דערפון, וויבאלד דאס קען חס ושלום חרוב מאכן סיי וואס עס שטייט זיי אין וועג. אין א פאל וואס עס איז דא גאר אסאך דערפון, ווערט דער גאנצער קערפער גאר שטארק אינפלעימט, און דאס ברענגט צו אינפלעמעטארי (inflammatory), וואס עס איז באקאנט אז דאס קען זיין גאר שעדליך.

יעצט לאמיר גיין ווייטער. א מייקראפעדזש פונעם אימיון סיסטעם פונעם מח ווערט אנגערופן "מייקראגליע" (microglia), ווען דער מייקראגליע כאפט אריין אין זיך א פרעמדע שונא, שיקט ער אויך ארויס סייטאקיינ'ס צו באקעמפפן דעם שונא.

שטודיעס האבן איבערגעצייגט, אז ווען דער מייקראגליע שיקט ארויס א געוויסע סייטאקיין מיטן נאמען "אינטערלאקין זעקס" (Interleukin 6) אדער ווי עס ווערט אנגערופן אין קורצן אייל- זעקס (IL-6), קען דער ספעציפישער סייטאקיין צוברענגען צו אויטיזם ה"י. דאס האט מען געזען דורכדעם וואס מען האט אריינגעגעבן אייל-זעקס אין בעלי חיים, און מען האט געזען אז זיי זענען געווארן אויטיסטיק. (פארשטייט זיך אז דאס קוקט מען נאך לויט זייער לעבנ'ס שטייגער..)

פון דא און ווייטער איז שוין זייער פשוט צו פארשטיין. שטודיעס האבן געוויזן, אז ווען עס קומט אן אלומינום אינעם מח, נעמט זיך די מייקראגליע ארויסצושיקן גאר אסאך אייל-זעקס סייטאקיינ'ס, במילא איז זייער פארשטענדליך וויאזוי אלומינום קען ברענגען אויטיזם.

די שאלה איז נאר, וויאזוי קומט דער אלומינום אן אין מח אריין.

דער ענטפער אויףַ דעם איז אזוי. דער אימיון סיסטעם כאפט אריין די אלומינום וואס דער קערפער באקומט פון די וואקסינען אריין אין א מייקראפעדזש. יעצט געשעט אזוי, אויב איז דאס זייער א גרויסע דאזע פון אלומינום וואס די אימיון סיסטעם זעט גראד אז ער קען עס נישט באהאנדלען, מאכט דעמאלטס דער קערפער אזויווי אזא הארטע באלי (Granulomas) ארום און ארום די אלומינום, עס זאל דארט בלייבן לעולם ועד און קיינמאל נישט קענען שעדיגן דעם מענטש.

אויב אבער די דאזע איז גענוג קליין אז דער אימיון סיסטעם טראכט (בטעות) אז ער קען יא קעיר נעמען דערפון, דעמאלטס כאפט ער אריין די אלומינום אינעם מייקראפעדזש און ער פרובירט עס צו פייטן. אבער וויבאלד דער קערפער האט נישט די יכולת צו הרג'ענען די אלומינום בלייבט עס ליגן אין די מייקראפעדזש אזויווי עס איז, און די מייקראפעדזש פארט ארום אין די בלוט א גאנצן צייט.

יעצט איז אזוי, דער מייקראפעדזש איז דאך א מענטשליכע צעל, וואס פונקט ווי אלע מענטשליכע צעלן האלטן אין איין שטארבן און עס ווערט געבוירן פרישע, די זעלביגע געשעט אויך מיט א מייקראפעדזש. יעצט וואס געשעט אויב דער מייקראפעדזש מיט די אלומינום שטארבט, די אלומינום ווערט פארכאפט דורך א פרישע מייקראפעדזש, והכל על מקומו יבוא בשלום. וואס געשעט אבער ח"ו אויב שטארבט ער פונקט אינעם מח פונעם מענטש? דעמאלטס כאפט עס די מייקראגליע און הייבט אן צו שיסן מיט אייל-זעקס, און נעקסט קומט אויטיזם חס ושלום.

שוין, דאס איז בקיצור נמרץ אויפן פשוט'סטן אופן מסביר געווען די סייענס ארום די נושא.

פארשטייט זיך אז מען קען דא אריינגיין טיפער און טיפער אין די נושא, אבער דער שפיץ וואס איך האב דא געוואלט צוקומען מיט מיין תגובה איז, אז אויב קומט אייך עמיצער זאגן אז עס איז אוממעגליך אז וואקסינען זאלן ברענגען אויטיזם. דאן זאלט איר אים מודיע זיין אז ער לעבט אין א גרויסן טעות. און אפילו די רעגירונג - אין בעסטן פאל - ווייסט פשוט נאכנישט אז וואקסינען קענען ברענגען אויטיזם. און קיין הוכחה האבן זיי זיכער נישט אויף זייער זייט.

ווער עס וויל דורכטון די נושא פון אויטיזם און וואקסינען אויף גאר א גרינטליכן אופן, וואלט איך אים געראטן דורכצוליינען דעם בוך how to end the autism epidemic וואס J.B. Handley האט ארויסגעגעבן, וואס ער צונעמט מורא'דיג שטארק און קלאר די גאנצע נושא.

ווער עס וויל, קען דאנלאודן די PDF פונעם ביכל דא פאר אומזיסט. https://drive.google.com/file/d/0B8o4tH ... p=drivesdk
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג יוני 05, 2020 7:33 pm

תוספות האט געשריבן:די פאלגענדיגע תגובה איז לכתחילה געשריבן געווארן מיט פונקטלעכע מראי מקומות מיט אסאך לינקס. ווער ס'וויל האבן די אלע מראי מקומות, קען מיר שיקן אין אישי.

נו ווער לאזט נישט פאבליצירן מיט די לינקס?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך יש בו » דינסטאג יוני 16, 2020 12:46 pm

תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

דער הייליגער באשעפער האט באשאפן דעם מענטש מיט א געוואלדיגע חכמה, און אויסגערעכנט אלעס אינעם מענטשליכן קערפער ביז יעדעס פיצקעלע ריר. ווען א פרעמדע באציל וואס איז שעדליך פאר א מענטש דרינגט אריין אינעם קערפער, כאפט עס די אימיון סיסטעם תיכף אריין אין אזעלכע ספעציעלע צעלן וועלכע ווערן אנגערופן "מייקראפעדזשעס" (macrophages). דער מייקראפעדזש כאפט אריין דעם פרעמדן באציל אין זיך אריין און האלט עס ביי זיך, דערנאך שיסט דער אימיון סיסטעם ארויס ווי למשל קוילן וועלכע זאלן קענען הרג'ענען דעם שונא, וואס דער שונא איז למשל דער פרעמדער באציל וואס דער מייקראפעדזש האלט ביי זיך. יעצט, די קוילן וועלכע זענען געמאכט צו הרג'ענען די שונאים פונעם אימיון סיסטעם ווערן אנגערופן "סייטאקיינ'ס" (cytokines). פאר יעדע מין באציל אדער שונא איז דא אנדערע סארטן סייטאקיינ'ס וואס דער אימיון סיסטעם שיסט ארויס, און די סייטאקיינ'ס דארפן קעיר נעמען פונעם שונא און מאכן א א סוף מיט אים.

פארשטייט זיך, אז סייטאקיינ'ס וויבאלד זיי קענען הרג'ענען באצילן, איז נישט גוט פארן קערפער צו האבן אסאך דערפון, וויבאלד דאס קען חס ושלום חרוב מאכן סיי וואס עס שטייט זיי אין וועג. אין א פאל וואס עס איז דא גאר אסאך דערפון, ווערט דער גאנצער קערפער גאר שטארק אינפלעימט, און דאס ברענגט צו אינפלעמעטארי (inflammatory), וואס עס איז באקאנט אז דאס קען זיין גאר שעדליך.


לויט דעם קען איך ציען שטריכן צו מיין אלטע אטעאריע אז וואקסינען זענען א גורם פאר עקזימע,

ווער ס'האט נאר געטאטשט די נושא פון עקזימע ווייסט אז אונטער די חיצוניות'דיגע הויט פראבלעם, איז עכט די פראבלעם
צופיל אינפלאמעישן, וואס די אימיון סיסטעם שיסט ארויס אינפלאמעישן צו יעדע עכטע אדער דמיון קראץ, כאילו דאס וואלט געווען א סיריעס אינזשורי,
וואס דאס איז גורם צו שפירן א קראצעניש, וואס די קראצעניש טרייבט מער אינפלאמעישן, וואס די אינפלאמעישן איז גורם מער קראצעניש,
וחוזר חלילה,

לויט די אינפארמעישן אז ס'ווערט אריינגעלייגט אין די קערפער א באשטאנטייל וואס איז ספעציעל געמאכט צו טריגערן די אימיון סיסטעם צו פראדוסן אינפלאמעישן,
איז זייער פארשטענדליך,
די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2016 10:52 pm

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך חרש וחושב » מיטוואך יוני 17, 2020 9:20 pm

Vaccinated children are more likely to be diagnosed with developmental delays, asthma, and ear infections. A new peer-reviewed study by Hooker and Miller in the journal SAGE Open Medicine compares the health outcomes of vaccinated versus unvaccinated children from three large pediatric practices in the United States. The study concludes that unvaccinated children are healthier than their vaccinated peers. The researchers examined medical records for over 2000 children born between November 2005 and June 2015. The scientists followed the children continuously for a minimum of 3 years from birth. The research team determined each child’s vaccination status based on any vaccination received prior to one year of age. The unvaccinated group represented 30.9% of the total. Results show that vaccination before one year of age led to significantly increased odds of medical diagnoses for developmental delays, asthma and ear infections. Read the full press release with links to the study at ChildrensHealthDefense.org. I have now posted over 60 vaccinated/unvaccinated studies on this site. All of them show dramatically better health in unvaccinated children. We have found no studies that show superior health outcomes in vaccinated children.

(See full-sized Part 10 slides or see the complete Vaxxed-Unvaxxed presentation, Parts 1-10.

Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: וואקסינען דעבאטע

תגובהדורך Waukesha » פרייטאג יוני 19, 2020 12:23 pm

חרש וחושב האט געשריבן:Vaccinated children are more likely to be diagnosed with developmental delays, asthma, and ear infections. A new peer-reviewed study by Hooker and Miller in the journal SAGE Open Medicine compares the health outcomes of vaccinated versus unvaccinated children from three large pediatric practices in the United States. The study concludes that unvaccinated children are healthier than their vaccinated peers. The researchers examined medical records for over 2000 children born between November 2005 and June 2015. The scientists followed the children continuously for a minimum of 3 years from birth. The research team determined each child’s vaccination status based on any vaccination received prior to one year of age. The unvaccinated group represented 30.9% of the total. Results show that vaccination before one year of age led to significantly increased odds of medical diagnoses for developmental delays, asthma and ear infections. Read the full press release with links to the study at ChildrensHealthDefense.org. I have now posted over 60 vaccinated/unvaccinated studies on this site. All of them show dramatically better health in unvaccinated children. We have found no studies that show superior health outcomes in vaccinated children.

(See full-sized Part 10 slides or see the complete Vaxxed-Unvaxxed presentation, Parts 1-10.


א סטודיע געמאכט דורך ברייען הוקער, איך דארף גלייבען אז ער טוהט נישט די זעלבע זאך ווי וועיקפיעלד, בכלל א 2000 קעיס קאנטראל סטודיע איז זייער ווייניג, ספיציעל ווען די איינציגסט׳ע קאנטראל איז דזשענדער, כאטש אפילו ער האט גענומען אלע קעיסיס פון די זעלבע דריי דאקטורים, וואס דאס מאכט מער טשענסעס אז עס איז דא קאנפאודינג וועריבעלס.

איך בין נאך מסופק צו דאס איז ערגער פון די סטאדי וואס @תוספות האט געברענגט אז העפ בי מאכט אוטיזם, וואס דער סטאדי האט געהאט א p-וועליו פון 0.31.

מקבל
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מיטוואך יוני 24, 2020 5:12 pm

יש בו האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:בעזהשי"ת.

דער הייליגער באשעפער האט באשאפן דעם מענטש מיט א געוואלדיגע חכמה, און אויסגערעכנט אלעס אינעם מענטשליכן קערפער ביז יעדעס פיצקעלע ריר. ווען א פרעמדע באציל וואס איז שעדליך פאר א מענטש דרינגט אריין אינעם קערפער, כאפט עס די אימיון סיסטעם תיכף אריין אין אזעלכע ספעציעלע צעלן וועלכע ווערן אנגערופן "מייקראפעדזשעס" (macrophages). דער מייקראפעדזש כאפט אריין דעם פרעמדן באציל אין זיך אריין און האלט עס ביי זיך, דערנאך שיסט דער אימיון סיסטעם ארויס ווי למשל קוילן וועלכע זאלן קענען הרג'ענען דעם שונא, וואס דער שונא איז למשל דער פרעמדער באציל וואס דער מייקראפעדזש האלט ביי זיך. יעצט, די קוילן וועלכע זענען געמאכט צו הרג'ענען די שונאים פונעם אימיון סיסטעם ווערן אנגערופן "סייטאקיינ'ס" (cytokines). פאר יעדע מין באציל אדער שונא איז דא אנדערע סארטן סייטאקיינ'ס וואס דער אימיון סיסטעם שיסט ארויס, און די סייטאקיינ'ס דארפן קעיר נעמען פונעם שונא און מאכן א א סוף מיט אים.

פארשטייט זיך, אז סייטאקיינ'ס וויבאלד זיי קענען הרג'ענען באצילן, איז נישט גוט פארן קערפער צו האבן אסאך דערפון, וויבאלד דאס קען חס ושלום חרוב מאכן סיי וואס עס שטייט זיי אין וועג. אין א פאל וואס עס איז דא גאר אסאך דערפון, ווערט דער גאנצער קערפער גאר שטארק אינפלעימט, און דאס ברענגט צו אינפלעמעטארי (inflammatory), וואס עס איז באקאנט אז דאס קען זיין גאר שעדליך.


לויט דעם קען איך ציען שטריכן צו מיין אלטע אטעאריע אז וואקסינען זענען א גורם פאר עקזימע,

ווער ס'האט נאר געטאטשט די נושא פון עקזימע ווייסט אז אונטער די חיצוניות'דיגע הויט פראבלעם, איז עכט די פראבלעם
צופיל אינפלאמעישן, וואס די אימיון סיסטעם שיסט ארויס אינפלאמעישן צו יעדע עכטע אדער דמיון קראץ, כאילו דאס וואלט געווען א סיריעס אינזשורי,
וואס דאס איז גורם צו שפירן א קראצעניש, וואס די קראצעניש טרייבט מער אינפלאמעישן, וואס די אינפלאמעישן איז גורם מער קראצעניש,
וחוזר חלילה,

לויט די אינפארמעישן אז ס'ווערט אריינגעלייגט אין די קערפער א באשטאנטייל וואס איז ספעציעל געמאכט צו טריגערן די אימיון סיסטעם צו פראדוסן אינפלאמעישן,
איז זייער פארשטענדליך,

דאס האב איך געשריבען בערך צוויי אהאלב יאר צוריק:
מקבל האט געשריבן:. א 3 חדשים'דיג קינד האט באקומען א געפערליכע עקזימע, זיך געקראצט און געריסן ביז בלוט, מ'איז געלאפן צום דאקטאר, פרובירט אלע קריעמס, דייעטס וכו'
נאך אפאר חדשים איז מען אנגעקומען צו א קעניאלאדשיסט, זי האט תיכף געזאגט דאס קינד איז געבוירן אביסל פרי, די פענקריס איז נאכנישט געווען אינגאנצן דעוועלאופט, און ווען ער האט באקומען שאטס האט עס אויפגעשפילט זיין צוקער און גורם געווען די עקזעמא, נאך 2 סעשאנס איז די עקזעמא געווען אויסגעהיילט ב"ה, ס'איז אריבער אפאר חדשים, והנה די עקזעמא האט אויפגעשפליט, מ'האט אנגערופן די קעניאלאדשיסט, האט זי געזאגט, איינער פון די קינדער מיט וועם ער דרייט זיך האט יעצט באקומען שאטס, וכך הוה, די נעקסט דאר שכן האט געגעבן שאטס פאר א קינד א טאג בעפאר.
ווי לאנג עס וועט זיין וואקסין אינדזשעריס, וועט זיין אנטי וואקסינער.
ווי לאנג וואקסין אינדזשעריס וועט ווערן דענייד ביי די עסטעבלישמענט, וועט זיין אנטי עסטעבלישמענט.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט