בלאט 6 פון 32

כל הכבוד - דער איד

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 6:27 pm
דורך טוב ליהודים
דער איד איז ארויס מיט אן גאסט עדיטאריעל אין ענגליש
Der-Yid-696x446.jpg
Der-Yid-696x446.jpg (75.56 KiB) געזעהן 1749 מאל

SENSELESS! HEARTHLESS! TORAH-LESS AND RECKLESS

אין אידיש: די אנטי-וואקסין זענען
1) בלי שכל
2) אן אן הארץ
3) עובר אויפן תורה
4) אומ-אחריותדיג

כה לחי! אביסל אראפצונעמן די חרון אף פון די מחללי שם שמים

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 6:28 pm
דורך בבל
א mta באס דרייווער האט נישט ארויפגעלאזט א איד וועגן מיזעלס. דיבלאזיא האט עס פארדאמט

כל הכבוד - דער איד

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 6:32 pm
דורך טוב ליהודים
Editorial.pdf
(218.34 KiB) דאונלאודעד 143 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 6:50 pm
דורך וואס טוט זיך
שמו האט געשריבן:א. די אנטי וואקסינ'ס זענען נישט אפאר יחידים (ווי די עסקנים ווילן אראפ מאלן) נאר טויזנטער יחידים
ב. די אנטי וואקסינ'ס זענען (רובם) מענטשן וואס האבן "אליינ'ס" דורך געטון די נושא, אנדערש ווי די וואס געבן שאט'ס וואס רובם, פאלגן בלינדערהייט דעם דאקטאר.
ג. מ'ניצט דעם "מיזל'"ס כדי צו צווינגען נעמען שאט'ס אין אלגעמיין, אבער באמת איז די רעדע איין זאך, פארוואס לאזן נישט די דאקטורים רעדן קעגן שאט'ס? פארוואס יעדער דאקטאר וואס דערוואגט זיך צו רעדן אז שאט'ס איז שעדליך, ווערט אפגעזאגט, און שפעטער קען מען זאגן, וואס פון אים ברענגסטו א ראיה? ער האט דאך פארלוירן זיין לייסענ'ס, און עולם גולם (וואס דארף זיין עם חכם ונבון) גלייבט ווי קעלבן, אז דער איז טאקע נישט גערעכט.

זאל מען לאזן געהעריג רעדן קעגן שאט'ס, און אנשטאט פארשטילן, זאל מען "ענטפערן", און ווילאנג ס'נישטא קיין קלארע ענטפער'ס, זאל מען נישט פארפירן קעגן די וואס ווילן נישט געבן שאט'ס.

ועוד, מ'מאלט אראפ די וואס געבן נישט קיין שאט'ס, ווי סעלפיש מענטשן, און אומ'אחריות'דיגע מענטשן, אבער ההיפך הוא הנכון, רובם וואס געבן נישט קיין שאט'ס איז ווייל זיי האבן מורא פארן וואוילזיין פון זייערע קינדער, און ווילן נישט אריין לייגן אלע שעדליכע זאכן אינעם קערפער, רובם האבן "אליינ'ס" מיטגעהאלטן מעשיות, וואס קינדער אדער עלטערע, זענען געשעדיגט געווארן פון די שאט'ס, אנגעהויבן פון קלייניקייטן, און געהענדיגט מיט פאלעטעיטען, אסאך מאל טוט דער דאקטאר מודה זיין נאר זאגט אז ער האט מורא דאס צו פארשרייבן אויף די רעקורד'ס (און יעצט בעהט א נאמען), וואס דאס איז גורם, אז ער מיט זיין גאנצע משפחה, פארלירן טראסט אין די דאקטורים, און אין די גאנצע העל"ט סיסטעם, מיט רעכט.


דאס זאגן אז איינ'ס פון טויזנט שטארבן פון מיזעלס, איז א פרעכע ליגנט, סיי דא אין אמעריקא, און סיי אין ארץ ישראל, איך זיך נאך די טויטע פון מיזעל'ס. (נישט דאס קראנקע קינד פון חיי אדם אין ירושלים, און נישט דאס אומ'געזונטער פון אשדוד, ברענגט עפעס בעסער'ס).

נ.ב. די אלע מאמרים וועגן מיזעל'ס, קודם איז דא פארקערטע מיימרות אויך, אבער כידוע ליודעים, דאס מיזעל'ס פון וואס יענע ספרים רעדן (ר' נתן והאחרים), איז פון א אנדער מיזעל'ס בכלל, כידוע ליודעים, ולא אאריך בזה (ווער ס'וויל באמת וויסן, קען גיין געוואר ווערן).


אגב, איך אין מיין יוגנט, און דאס יאר אלע מיינע קינדער, האבן ב"ה געהאט מיזעל'ס, און ס'האט נאר אויפגעטון, א קינד מיינער וואס האט געהאט א רעש, איז די רעש אוועק מיט די מיזעל'ס אינאיינעם, און א קינד וואס פלעגט נאס מאכן ביינאכט, האט אויסגעטון דעם פעמפער נאכן האבן מיזעל'ס, יא זיין סיסטעם האט זיך נאר געשטארקט נאכן האבן די מיזעלס.


איך פלאן נישט יעצט אין די פארנומענע ערב פסח, צו שרייבן דא צופיל, אבער שלא יאמרו מדשתקי שמע מינה דניחי' ליה, דעריבער האב איך געשריבן, והשאר אך למחסור, ווער ס'וויל וויסן דעם אמת, שטייט שוין געונג אין די אנדערע אשכולות איבער דעם.

אראפ געלייגט א תגובה און שוין, יעצט אויך די מינוט גיי איך מיך נישט באציען צו די גאנצע תגובה קען זיין שפעטער אבער
רוב רובם אנטי האבן נישט דורך געטוען די נושא נאר ווערן אינפלוצנט פון .... עסקנים וואס דערשרעקן זיי

די פרא נוצן די קאמאן סענס

יא היבש לאנג צוריק איז געווען א נאציאנאלע מיזעלס קריזיס און עס איז געווען זייער אסאך פאליטעטן

איך זיך נאך די געשעדיגטע פון וואקסינען

אוואדי מאכט מיזעלס שטערקער די קערפער נאכן עס סערוויוען אבער מען דארף עס סערוויוען

איך שרייב נאכאמאל, דו וואלסט נישט געפארן קיין שפיטאל אין א קאר אז דו מוזזזט אריינפארן? קארן זענען סאאאך טויטליכער ווי וואקסינען (אויב ס'שעדיגט)!

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 7:03 pm
דורך כשרע טעלעפאן
איך גיי נישט אריין אין די עצם דעבאטע בכלל יא גערעכט נישט גערעכט, אבער דאס אז די גאווערמענט זיצט בתוכינו ממש, און ווי איינער האט זיך אויסגעדרוקט: ברוך שמסר עולמו לשומרים... זאג נאר טייערער, כיוון שניתן רשות למלאך המשחית להשחית אינו מבחין... וד"ל. דו זאגסט אויך אזוי ווען די עדיוקעישן דעפט מישט זיך העפטיג אריין אין אונזער חינוך??? ווען די גאווערמענט וויל פארבאטן מציצה בפה? ווי יא און ווי נישט? די גאווערמענט פרעגט פונקטליך ווי זיי מעגן אריינרעדן און ווי נישט? ממש אזא גרויסע שמחה זיך צו פרייען? דו האלטסט אז עס איז א געפערליכע זאך מיט די אנטיס אקעי, אבער וואס איז די יובל'ן פאר פרייד? אפשר קען מיר עס איינער מסביר זיין.

זינלאָז! האַרצלאָז! אומ'תורה'דיג און אומ'אחריות'דיג!

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 7:03 pm
דורך טוב ליהודים
די חרד'ישע אידענטום בכלל, און וויליאַמסבורג
בפרט, האָבן זיך געטראָפן די וואָך אין סּפאַט-
לייט פון די מידיאַ צוליב דעם מיזעלס אויסברוך
וואָס בוזשעוועט אַמשווערסטן צווישן ערליכע אידן.
ס'איז שוין וואָכן און חדשים וואָס די שטאָט,
דאָקטוירים, עסקנים און די מוסדות התורה, בעטן
זיך צו ענדיגן מיט די וואַנזיניגקייט וואָס האָט זיך
אַריינגעכאַּפט ביי אַ קליינעם טייל פון חרדי'שע
אידן נישט צו געבן די קינדער וואַקסינאַציעס וואָס
דאָס האָט געפירט צו די פאַרשּפרייטונג פונעם
מיזעלס אויסברוך. אונזער צייטונג האָט געווידמעט
אַסאַך זייטן במשך די לעצטערע חדשים, פאַר
רעּפאָרטאַזשן און אַנאָנסן איבער די שעדליכקייט
פון מיזעלס און די וויכטיגקייט זיך צו וואַקסינירן.
אָבער, ס'איז נאָך אַלץ דאָ אַ קליינע צאָל
פאַר'עקשנ'טע עלטערן וואָס פאַרשטייען בעסער
פון יעדן.
מיר זענען נישט קיין דאָקטוירים, מיר האָבן
נישט שטודירט מעדיצין און סטאַטיסטיקס אַזוי
ווי די אַלץ-ווייסערס וואָס וואָרענען אייך וועגן די
וואַקסינען. מיר ווייסן אָבער יאָ וועמען מ'געטרויעט
ווען חלילה ס'איז דאָ אַן ערנסטע געזונטהייט אישו.
ווען ס'איז דאָ אַן עמוירדזשענסי ח"ו, לויפט מען
רופן 'הצלה'.
ווען מ'האָט אַ שאלה צי מ'זאָל פאַסטן יום כיפור,
פרעגט מען אַ געהעריגן דאָקטאָר — נישט איינעם
וואָס קען אפשר ראָטן איבער דיעטעס.
ווען מ'דאַרף באַשליסן צו מאַכן אַן ערנסטע
אָּפעראַציע רופט מען נישט קיין האַטליינס, נאָר
מען גייט צו אַ געהעריגן דאָקטאָר.
ווען מ'דאַרף אַ רעפעראַל צו אַ גוטן דאָקטאָר
פאַר אַן ערנסטע געזונטהייט ּפראָבלעם שטעלט
מען זיך נישט אַראָּפ ביים באָס סטאַּפ זוכן אַ גוטן
אַדרעס, נאָר מ'רופט די געטרייע רבנים וועלכע
פאַרשטייען צו עניני רפואה אָדער די אַנערקענטע
מעדיקל רעפעראַל אָרגאַניזאַציעס.
די אַלע זאָגן קלאָר אַז מ'דאַרף זיך וואַקסינירן.
איז דען שייך צו צווייפלען וועמען מ'דאַרף
האָרכן?!
זינלאָז!
מיר זענען באַפוילן געוואָרן: ונשמרתם מאד
לנפשותיכם, און אויב די אַנערקענטע מומחים זאָגן
אונז אַז מ'דאַרף נעמען די וואַקסינען, איז מען
מחוייב עס צו טון.

די וואָך האָבן מיר געהערן געוויסע זאָגן אַז
זייער קינד האָט געהאַט 'מיזעלס', און ס'איז
וואונדערבאַר.
ס'איז נאַריש אפילו דאָס אָּפצוענטפערן. קיינער
לייקנט נישט אַז רוב מענטשן ערהוילן זיך דערפון,
אָבער ביי כמעט אַ צענטל דאַרף מען אָנקומען אין
שּפיטאָל, זייער אַסאַך באַקומען לונגען אַנטצידונגען,
ביים איצטיגן אויסברוך זענען פינף ּפאַציענטן
אין ניו יאָרק שוין אָנגעקומען אין אינטענסיוו
קעיר יוניט, און דער אייבערשטער זאָל העלפן
אַז זיי זאָלן אַלע אַרויסגעקומען געזונטערהייט.
די אינפעקציע קען זיך חלילה ענדיגן מיט דאָס
ערגסטע, אַ געשווילעכטס אין מח און נאָך גאָר
ערנסטע קאָמּפליקאַציעס. מעג אַ איד נעמען די
ריזיקע ווייל ס'איז געלונגען?!
אָבער פיל מער פון דעם איז דאָס וואָס עס
איז קלאָר אַז פאַר ּפאַציענטן וועלכע ליידן אויף
יענע מחלה און דאַרפן גיין אויף טריעטמענטס,
אָדער אַנדערע מענטשן וואָס מוטשען זיך מיט
געזונטהייט אישוס, איז דאָס ממש אַ סכנה.
מיר האָבן געהערט אַ טענה פון די גרוּפע אַז די
וואָס זענען אין סכנה זאָלן זיי זיך היטן. זאָלן די
אומגעזונטע קינדער נישט קומען אין חדר.
איז מעגליך אַז מ'הערט אַזאַ טענה פון אידן?!
דאָס איז אכזריות, האַרצלאָז!
זיי האַלטן אַז קינדער וואָס דאַרפן גיין אויף
טריעטמענטס ח"ו, אָדער דרייען זיך אין שּפיטעלער
צוליב אַנדערע געזונטהייט באַהאַנדלונגען, און זיי
לעכצן שוין צו טרעפן זייערע חברים/חבר'טעס,
און אויך צו זיין אין חדר, זאָלן זיי דאַרפן בלייבן
אינדערהיים ווייל אַנדערע האָבן עּפעס אַ ּפוסטע
איינרעדעניש קעגן וואַקסינירן.
וואו איז דאָס האַרץ זיך צו איזדיעקעווען אויף
חולי ישראל? וויאַזוי קען מען שטעלן אַנדערע אין
סכנה צוליב פאַנטאַזיעס?
אַז איר זענט פאַרגלויבט אין איינרעדענישן,
אַז איר ווילט צוריקגיין צו הונדערט יאָר צוריק
ווען מ'האָט נישט גענומען קיין וואַקסינען, האַלט
אויך אייערע קינדער אינדערהיים ווי הונדערט יאָר
צוריק, אָבער שטעלט נישט קיין אַנדערע אין קיין
סכנה, און פאַרשווערט נישט דאָס לעבן פאַר די
וואָס מוטשען זיך שוין גענוג.


צום לעצט, אויב איינער האָט נאָך אַ צווייפל
צי די אַנטי-וואַקסין באַוועגונג האָט עּפעס
מיט אידישקייט אָדער נאָרמאַלקייט, דאַרף מען
בלויז באַטראַכטן וויאַזוי די גרוּפע קעמפט פאַר
זייער צוועק.
ווען דער דעּפאַרטמענט אָוו העלט האָט באַפוילן
מ'זאָל נישט שיקן אומוואַקסינירטע קינדער אין די
מוסדות, האָבן זיי געקעמפט דערקעגן מיט ציין-און-
נעגל, ווי גלייך האַלטן אַ געזונט קינד אינדערהיים
ביז דער אונטערגאַנג ענדיגט זיך איז עק-וועלט.
זייער פאַרביסענער קאַמף, האָט געפירט אַז די
אינפעקציע זאָל זיך נאָכמער פאַרשּפרייטן, און די
סיטי זאָל אַראָּפקומען גאָר שטרענג, און איצט
מוטשען זיי זיך שוין מיט די אויסשליסונג פאַר
חדשים, אַנשטאַט וואָכן. אין אַנדערע געגנטן, איז
דער אונטערגאַנג שוין פאַריבער, אָבער נאָר צוליב
זייער פאַרביסנקייט ליידן זיי.
צוליב זייער עקשנות'דיגן קאַמף, האָט איצט
די סיטי אַרויסגעגעבן די פאַראָרדענונג אַז יעדער
איינער אין וויליאַמסבורג זאָל זיך וואַקסינירן.
צוליב דעם קאַמף, איז איצט דאָ אַ געזעץ-
פאָרשלאַג אין אָלבאַני גענצליך צו פאַרבאָטן דאָס
קענען נוצן רעליגיעזע סיבות אַלס אויסרייד זיך
נישט צו וואַקסינירן. אויב דאָס גייט דורך, וועלן די
עלטערן מער נישט האָבן קיין ברירה נאָר וועלן
מוזן געבן אַלע וואַקסינען — נישט נאָר איצט, נאָר
אייביג פון היינט-און-ווייטער.
צוליב דעם קאַמף, מוזן אפילו די וואָס האָבן
לעגיטימע געזונטהייט עקזעמּפשאָנס אויך האַלטן
די קינדער אינדערהיים.
די קליינע גרוּפע אַנטי-וועקסערס האָבן
זיך אויפגעשטעלט רעדן אין די ּפרעסע און
פאַרשוואַרצט דאָס פנים פון ערליכע אידן, ווי
גלייך מיר קענען נישט אָנפאַרטרויעט ווערן מיט
מאַכן די ריכטיגע באַשליסן פאַר אונזערע קינדער,
און ווי גלייך מיר פאַרשּפרייטן די אינפעקציע.
מ'האָט שוין געהערט פון פעלער אין געוויסע
ערטער וואָס מענטשן זאָגן אַז מ'זאָל זיך דערווייטערן
פון אידן, כדי נישט איבערצוכאַּפן אינפעקציעס.
דאָס דערמאַנט אין די מיטל-אַלטער בלבולים אַז
אידן זענען געווען שולדיג אין מגפות וואָס האָט
געפירט צו שרעקליכע אַנטיסעמיטיזם. דאָס קען
חלילה אָנצינדן אַ פייער פון שנאת ישראל.
זייער גאַנצער קאַמף איז געפירט געוואָרן אויף
אַן אומאויסגערעכנטן און נישט-אידישן וועג, וואָס
האָט בלויז געשעדיגט זייערע אינטערעסן און
געברענגט אַ שרעקליכן חילול השם, און שּפילט
אַריין אין די הענט פון די וואָס ווילן אונטערברענגען
די זעלבסט-שטענדיגקייט פון אונזערע ישיבות.
וואָס נאָך דאַרף ּפאַסירן חלילה אַז מ'זאָל איינזען
אַז לא זו הדרך?
* * *

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 7:35 pm
דורך Gevald Geshrigen
שמו האט געשריבן:א. די אנטי וואקסינ'ס זענען נישט אפאר יחידים (ווי די עסקנים ווילן אראפ מאלן) נאר טויזנטער יחידים
ב. די אנטי וואקסינ'ס זענען (רובם) מענטשן וואס האבן "אליינ'ס" דורך געטון די נושא, אנדערש ווי די וואס געבן שאט'ס וואס רובם, פאלגן בלינדערהייט דעם דאקטאר.
ג. מ'ניצט דעם "מיזל'"ס כדי צו צווינגען נעמען שאט'ס אין אלגעמיין, אבער באמת איז די רעדע איין זאך, פארוואס לאזן נישט די דאקטורים רעדן קעגן שאט'ס? פארוואס יעדער דאקטאר וואס דערוואגט זיך צו רעדן אז שאט'ס איז שעדליך, ווערט אפגעזאגט, און שפעטער קען מען זאגן, וואס פון אים ברענגסטו א ראיה? ער האט דאך פארלוירן זיין לייסענ'ס, און עולם גולם (וואס דארף זיין עם חכם ונבון) גלייבט ווי קעלבן, אז דער איז טאקע נישט גערעכט.

זאל מען לאזן געהעריג רעדן קעגן שאט'ס, און אנשטאט פארשטילן, זאל מען "ענטפערן", און ווילאנג ס'נישטא קיין קלארע ענטפער'ס, זאל מען נישט פארפירן קעגן די וואס ווילן נישט געבן שאט'ס.

ועוד, מ'מאלט אראפ די וואס געבן נישט קיין שאט'ס, ווי סעלפיש מענטשן, און אומ'אחריות'דיגע מענטשן, אבער ההיפך הוא הנכון, רובם וואס געבן נישט קיין שאט'ס איז ווייל זיי האבן מורא פארן וואוילזיין פון זייערע קינדער, און ווילן נישט אריין לייגן אלע שעדליכע זאכן אינעם קערפער, רובם האבן "אליינ'ס" מיטגעהאלטן מעשיות, וואס קינדער אדער עלטערע, זענען געשעדיגט געווארן פון די שאט'ס, אנגעהויבן פון קלייניקייטן, און געהענדיגט מיט פאלעטעיטען, אסאך מאל טוט דער דאקטאר מודה זיין נאר זאגט אז ער האט מורא דאס צו פארשרייבן אויף די רעקורד'ס (און יעצט בעהט א נאמען), וואס דאס איז גורם, אז ער מיט זיין גאנצע משפחה, פארלירן טראסט אין די דאקטורים, און אין די גאנצע העל"ט סיסטעם, מיט רעכט.


דאס זאגן אז איינ'ס פון טויזנט שטארבן פון מיזעלס, איז א פרעכע ליגנט, סיי דא אין אמעריקא, און סיי אין ארץ ישראל, איך זיך נאך די טויטע פון מיזעל'ס. (נישט דאס קראנקע קינד פון חיי אדם אין ירושלים, און נישט דאס אומ'געזונטער פון אשדוד, ברענגט עפעס בעסער'ס).

נ.ב. די אלע מאמרים וועגן מיזעל'ס, קודם איז דא פארקערטע מיימרות אויך, אבער כידוע ליודעים, דאס מיזעל'ס פון וואס יענע ספרים רעדן (ר' נתן והאחרים), איז פון א אנדער מיזעל'ס בכלל, כידוע ליודעים, ולא אאריך בזה (ווער ס'וויל באמת וויסן, קען גיין געוואר ווערן).


אגב, איך אין מיין יוגנט, און דאס יאר אלע מיינע קינדער, האבן ב"ה געהאט מיזעל'ס, און ס'האט נאר אויפגעטון, א קינד מיינער וואס האט געהאט א רעש, איז די רעש אוועק מיט די מיזעל'ס אינאיינעם, און א קינד וואס פלעגט נאס מאכן ביינאכט, האט אויסגעטון דעם פעמפער נאכן האבן מיזעל'ס, יא זיין סיסטעם האט זיך נאר געשטארקט נאכן האבן די מיזעלס.


איך פלאן נישט יעצט אין די פארנומענע ערב פסח, צו שרייבן דא צופיל, אבער שלא יאמרו מדשתקי שמע מינה דניחי' ליה, דעריבער האב איך געשריבן, והשאר אך למחסור, ווער ס'וויל וויסן דעם אמת, שטייט שוין געונג אין די אנדערע אשכולות איבער דעם.


די אלע זאכן געט ענק נאך אלץ נישט דעם היתר צו קראנק מאכן פרויען אין אומשטענדן.

די וואך שטייט אין מדרש אז רבי ינאי האט ארויסגעטריבן מצורעים פון שטאט ולא תזהמון את ברייתא

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 8:09 pm
דורך טויגליכער איד
yoel2124441100 האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:שיקן א קינד מיט מיזעלס ארויס פון שטוב איז לכו"ע א חוצפה און אכזריות


װער שיקט ארויס א קינד מיט Measels פון די הויז???


סלאזט זיך טאקע נישט גלייבן אבער שוין געהערט פון עטליכע פעלער ווי מאמעס האבן געשיקט קינדער מיט מיזעלס און סקול/חדר. (ס'איז דאך אזוי געזונט, א שאד נישט צו מזכה זיין נאך אפאר קינדערליך דערמיט...) נישט אומזיסט מוז מען זיך אומגיין אזוי שטרענג, אנדערש וועט די מגיפה נישט אזוי שנעל אונטערגיין.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 8:36 pm
דורך טויגליכער איד
שמו האט געשריבן: א קינד מיינער וואס האט געהאט א רעש, איז די רעש אוועק מיט די מיזעל'ס אינאיינעם, און א קינד וואס פלעגט נאס מאכן ביינאכט, האט אויסגעטון דעם פעמפער נאכן האבן מיזעל'ס, יא זיין סיסטעם האט זיך נאר געשטארקט נאכן האבן די מיזעלס.




מיין קינד האט געהאט א מילדע פארעם פון עקזעמא וואס איז נעלם געווארן נאכן באקומען די "וואקסין". יא זיין סיסטעם האט זיך געשטארקט נאכן באקומען די וואקסין.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 1:27 am
דורך שמו
איין זאך קען איך דיר זאגן הרב טוב ליהודים, דיין שנאה צו די 'אנטי וואקסינ'ס' איז שוידערליך, און דיין תגובה איז פיל מיט שטותים.
מ'פייט מיט ציין אין נעגל?, ס"ה בעהט מען, לאז אונז האלטן אונזערע רעכטן, נאכדעם וואס די אזויגערופענע עסקנים האבן אנגעדרייט א קאשע אויף אונז, מוזן מיר צוריק פייטן, אבער נישט קיין ציין, נישט קיין נעגל, מיר האבן דאך נישט דאס פאנדינג וואס די שטאט גוט פארן צד השני. (יעצט שריי אז ס'איז נישט אמת)


ובזה אסיים לע"ע, וכדלעיל, ווער ס'וויל וויסן דעם אמת, קען דאס אליינ'ס גיין געוואר ווערן.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 12:32 pm
דורך חמרא טבא
Williamsburg ladies lining up for vaccinations, Deblasio just offered 50 dollars per child and per shot, mothers want now tetanus, b12, WD40, insulin, as well,, I asked them y all of the sudden u all changed your minds? They answered
ווייל יעצט רעדט עהר אויף אידיש, פארשטייען אונז סאך בעסער

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:56 pm
דורך מיכל הירש
חמרא טבא האט געשריבן:Williamsburg ladies lining up for vaccinations, Deblasio just offered 50 dollars per child and per shot, mothers want now tetanus, b12, WD40, insulin, as well,, I asked them y all of the sudden u all changed your minds? They answered
ווייל יעצט רעדט עהר אויף אידיש, פארשטייען אונז סאך בעסער

קענסט אפשר אנצייכענען א מקור אז די סיטי צאלט פאר עלטערן זיי זאלן געבן וואקסינען פאר זייערע קינדער? עס איז שטארק נישט מסתבר.

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:06 pm
דורך מיכל הירש

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 4:41 pm
דורך וואס טוט זיך
שמו האט געשריבן:איין זאך קען איך דיר זאגן הרב טוב ליהודים, דיין שנאה צו די 'אנטי וואקסינ'ס' איז שוידערליך, און דיין תגובה איז פיל מיט שטותים.
מ'פייט מיט ציין אין נעגל?, ס"ה בעהט מען, לאז אונז האלטן אונזערע רעכטן, נאכדעם וואס די אזויגערופענע עסקנים האבן אנגעדרייט א קאשע אויף אונז, מוזן מיר צוריק פייטן, אבער נישט קיין ציין, נישט קיין נעגל, מיר האבן דאך נישט דאס פאנדינג וואס די שטאט גוט פארן צד השני. (יעצט שריי אז ס'איז נישט אמת)


ובזה אסיים לע"ע, וכדלעיל, ווער ס'וויל וויסן דעם אמת, קען דאס אליינ'ס גיין געוואר ווערן.

דער ווי גאו אגעין, יא איך וויל וויסן דעם אמת (און כ'מיין איך ווייס שוין) אבער פליז ווייז א ראיה אן ארטיקל ווייז עפעס אונז צו איבערצייגן נישט פלעין ''יעדער קען אליין געוואויר ווערן דעם אמת'' שמעקט אביסל פון נאנסענס!

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 5:54 pm
דורך נעכטן
Screenshot_20190412-151139.jpg
Screenshot_20190412-151139.jpg (409.53 KiB) געזעהן 1399 מאל

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 6:20 pm
דורך שרייזשע
באקימען איצט א פאון קאלל, פון די אנטיס, אראפצורייסען דער איד פאר די עדעטאריעל

כל הכבוד פאר די איד!
כה לחי!
לאמיר האפן עס וועט ברענגן די געווינטשענע רעזולטאטן

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 6:40 pm
דורך מיכל הירש
איינער זאגט אז הרה''ג ר' חיים יהושע האלבערשטאם, אבדק''ק סאטמאר מאנסי וועט ביי יאר נישט זאגן די שבת הגדול דרשה צוליב וואס ער האט באקומען די מיזעלס. איז דאס אמת?

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 6:42 pm
דורך וואס טוט זיך
שרייזשע האט געשריבן:באקימען איצט א פאון קאלל, פון די אנטיס, אראפצורייסען דער איד פאר די עדעטאריעל

כל הכבוד פאר די איד!
כה לחי!
לאמיר האפן עס וועט ברענגן די געווינטשענע רעזולטאטן
נישט נארמאל, זיי גייען האבן א חזקה ערב שבת, פארוואס טוט דאס נישט די פראס אראפ צו רייסן אנדערע? ווייל זיי ווייסן זיי זענען גערעכט און דארפן נישט איבערצייגן אנדערע ערב שבת!

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 7:00 pm
דורך הענדימען
שמו האט געשריבן:ס"ה בעהט מען, לאז אונז האלטן אונזערע רעכטן,

און מ'גייט ארום פארשפרייטן די נארישקייט

שמו האט געשריבן:מיר האבן דאך נישט דאס פאנדינג וואס די שטאט גוט פארן צד השני
יעצט קען איך נישט זאגן ס'נישט אמת ווייל האסט שוין געשריבן
שמו האט געשריבן:(יעצט שריי אז ס'איז נישט אמת)


שרייזשע האט געשריבן:באקימען איצט א פאון קאלל, פון די אנטיס, אראפצורייסען דער איד פאר די עדעטאריעל

כל הכבוד פאר די איד!
כה לחי!
לאמיר האפן עס וועט ברענגן די געווינטשענע רעזולטאטן

די ראבא קאלס הייסט נישט קעמפן?

שערי מדע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2019 9:37 pm
דורך יסוד ארי

געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2019 10:41 pm
דורך בינע'ך ביזי
מיכל הירש האט געשריבן:איינער זאגט אז הרה''ג ר' חיים יהושע האלבערשטאם, אבדק''ק סאטמאר מאנסי וועט ביי יאר נישט זאגן די שבת הגדול דרשה צוליב וואס ער האט באקומען די מיזעלס. איז דאס אמת?

יא ס'איז אמת! מ'האט אפגעשטיפט די דרשה אויף חול המועד. (הער איך אויך אז מ'האט געוואלט מאכן א עקסטערע מנין פאר אים אינדערהיים, און ער האט נישט מסכים געווען...) ער קומט נישט אין ביהמ"ד שוין אפאר טעג.

געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2019 11:01 pm
דורך שרייזשע
איך האף אז זי אומאחריותדיגע פארשוינען וועלן דאס ח"ו נישט פארשפרייטען חול המועד צו אנדערע געגנטער!
איך האב שטארק מורא אז מען קען ערווארטן א שיינע פאר אנטיסעמיטישע פאסירונגען די חול המועד אין די פארקס

די חילול השם דא איז איום ונורא

געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2019 11:07 pm
דורך סעמס

געשריבן: מוצ"ש אפריל 13, 2019 11:15 pm
דורך היימישער הייקער
איך מיין אז אויף אזוי פיל קען יעדער מודה זיין אז די אידישע רעליגיע פארבאט נישט קיין וואקסינס.

ווען מען ניצט די רעלידזשעס עקזעמפשען אומריכטיג וועט שאטן אויף ווען מען דארף עס יא ניצן ריכטיג.

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 12:04 am
דורך וואס טוט זיך
היימישער הייקער האט געשריבן:איך מיין אז אויף אזוי פיל קען יעדער מודה זיין אז די אידישע רעליגיע פארבאט נישט קיין וואקסינס.

ווען מען ניצט די רעלידזשעס עקזעמפשען אומריכטיג וועט שאטן אויף ווען מען דארף עס יא ניצן ריכטיג.

קליינע עקזעמפאל, מ'וויל נישט אויסטוען די הוט ביים קארט אלס "רעליזשעס פערפעסעס" העט דיך די ריכטער פרעגן, וועלכע רעליגיע, די וועלכע פארבאט אייך פון זיין סעיפ און אפגעהיטן אין געזונטהייט?