וואקסינען דעבאטע

אחראי: יאנאש

טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

חינוך הטהור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

אגב, כהאב יעצט גערעדט מיט איינער פון די גרויסע עסקנים וואס זענען בעובי הקורה, און האט זיך אפגערעדט טיבער די געפערליכע הזיקות וואס די אנטי-וואקסין טוען אפ פארן הצלת חינוך הטהור, ווי זיי פארן אריין אינעם נערעטיוו אז אונז זענען מיר אזוי נישט עדיוקעטעט און שעדיגן אונזער אייגענע קינדער דערפאר..... קוק נאר קוק, סאיז דא צענדליגע דעזיז וואס האט געשעדיגט קינדער און עלטערע אין די פארגאנגענהייט און די חברה וויבאלד זיי זענען נישט געלערנט ברענגען זיי עס בידים אויפן קינדער ר"ל...... ווי ווילסטו אז די דזשאדזש/פאלאטישאן וואס ליינט די נ"י טיימס - און זעהט ווי די חכמים זענען מסביר לייו - לעיני כל העמים די טפשות און אומ-געלערנטע נארישע סטעיטמענט בנוגע פשוטע און טרוקענע פאקטן ווי מקען טוען הצלת נפשות גרינדערהייט, און בלויז ווייל עס פעלט זיי KNOWLEDGE טוען זיי דאס... עפ"ל

עס טוט וויי!!! רבותי עד מתי יהיה זה לנו למוקש! ווי לאנג נאך וועט מען לאזן די יחידים פארשווארצן אונזערע פנימער בחוצות וברחובות!!!!
אוי ר"ל וואס מיין קאמפף האט פרובירט אראפצומאלן אז אידן זענען שמוציג ח"ו ר"ל.... דאס טוען זיי בידים, 2 פון מיינע חבירים פארציילן בדידי הוה עובדא ער איז געווען אין שפיטאל און די גוים דארט האבן אים געזעהן, האבן זיי באדעקט זייער פנים, און געויזן אז זיי ווילן נישט אריינאטעמען פון די לופט.. פונעם ש.... דזשיד...
א 2טער האט געוואלט רייכן די הענט מיט א ביזנעס דיעל... און דער זאגט ער וויל נישט אנרירען ווייל אידן האבן דעזיס... אוי עס פלאקערט און ברענט!! ווי קען מען זיין מאבד עצמו. שלא מדעת!!
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שטארק זיך האט געשריבן:עם חכם ונבון קען מען זאגן מיט א קוועסטדן מארק!

פונקט די וואך געקריגען פון איינעם:

מיר אידן זענען אייביג געווען די אויסדערוועלטע, די קלוגע, די געלונגענסטע, די עם הספר. די מערסטע נאבעל פרייזן ליגן ביי אונז אידן.
וואס איז געשען מיט אונזער פאלק? וואו האבן מיר זיך אזוי דערקייקעלט? וויאזוי זענען מיר אנגעקומען צו א שטאפל פון טראסקענען צו אן אראגאנטע און אומגעזעצליכע פאלק?

יעדער זעהט וואס עס גייט פאר אין די גוי׳אישע פרעסע די לעצטע פאר וואכן, מיט וואספארא האס און שנאה זיי באשרייבן אונז. פארוואס? פארוואס אין די וועלט? פארוואס זאל כלל ישראל זיך לאזן באגיסן וועגן אפאר יחידים?
איך גיי נישט אריין צו וואקסינען זענען שעדליך צו נישט ווייל דאס איז אן ענדלאזע שמועס וואס גייט זיך נישט ענדיגן (מיר קומען שוין פון דארט) אבער איז דא איינער אין די וועלט וואס לייקענט אז מיזעלס קען שאטן פאר קליינע קינדער אדער פרויען אין אומשטענדן?? איז דא איינער וואס לייקענט אז מיזעלס איז נישט קאנטעידזשעס? איז דא איינער וואס קען לייקענען די פאקטן? פון וואו נעמט א מענטש די אחריות ארויסצושיקן א קינד וואס האט מיזעלס אין פאבליק? ווילסט נישט וואקסענירן? טו נישט! ווילסט קראנק מאכן דיין קינד ווייל עפעס א איד אויפן האטליין מעיד געווען אז עס איז גאר בענעפיטלעך פיין! גיי דערמיט! אבער גאט-אין-הימל פארוואס שיקסטו אים ארויס אין פאבליק צו קענען אנשטעקן אנדערע? ווער גיט דיך די רעכט מיך קראנק צו מאכן ווייל דו ביסט פאר גלייבט אין א האטליין? פון וואו נעמסטו די אחריות אז אויב האט דיין קינד מיזעלס און ער האט אנגעשטעקט א צווייטן און יענער א דריטן ביז עס איז אנגעקומען צו איינעם וואס ליידט יעצט דערפון, איז דען א ספק אז דו גייסט כאפן געבראטענע אויף יענע וועלט פארן זיין די גורם?
די צער פון די משפחות וואס זייערע טאטעס זיצן נעבעך אין תפיסה און זיי קענען נישט גיין וויזיטן ווייל איינער האט גורם געווען א מיזעלס קעיס איז דאס נישט דיין אחריות? דו מאמע גייסט זיצן ביים סדר און הערן דיינע קינדער פרעגן מיט א זיסקייט די פיר קשיות דו ווייסט אז דו האסט גורם געווען אז אנדערע ראשי המשפחה זאלן נישט הערן די קשיות ווייל ״דו גלייבסט אין א האטליין״ אנדערע משפחות זיצן אין שפיטאל און גייען נישט קענען זיצן ביים סדר ווייל ״דו גלייבסט אין א האטליין״ מענטשען וואז האבן ארויסגעקוקט אויף א שמחה און עס איז געווארן צושטערט, זייער יום טוב איז צושטערט אלעס ווייל ״דו סעלפיש מאמע גלייבט אין א האטליין״
נאכאמאל, ווילסט נישט געבן קיין שאטס? גיב נישט! אבער מאך מיך נישט קראנק!!

און נאך ערגער איז, דאס ניצן ״רילידזשעס עקזעמפט״ אלס אן אויסרייד. וואס איז די חוצפה פון נעמען די רעליגיע וואס געהערט פאר גאנץ כלל ישראל און עס ארויסדרייען צו איין קליינע הייפעלע גרופע ״וואס גלייבט אין האטליינס??״ ווער האט געגעבן די רעכט פאר די גרופע צו פארשעמען מיין רעליגיע פאר זייער פאנאטישקייט? ביי די מציצה בפה מערכה האבן מיר גענוצט רעליגיע. גייט דאס אריין אין די זעלבע קאטעגאריע? ווילן מיר אז די שטאט זאל עס אנקוקן די זעלבע? דאס איז אן עוון פלילה!
דאס הייסט אזוי, די מאמע הערט א האטליין וואס די שיטה איז געבויעט אויף א דאקטער ״וואס האט פארלוירן זיין לייסענס פארן פאטשקענען מיט באווייזן״ אבער זי קלויבט נאך אלס צו גלייבן דעם ״הרב״ איבער יעדעם אנדערש. זי מאכט אפ אז ביי אונז אינדערהיים וואקסענירט מען נישט! נו גוט,
אבער האלטן אינדערהיים די קינדער? נע! עס איז דאך פאר פסח, אזוי אנגעשטרענגט, נאופ! זאלן זיי זיך גיין שפילן מיט די שכנים און גיין אין שול. איי דו קענסט דאך חלילה אנשטעקען אנדערע? א כפרה! אבי מיין קינד וועט זיין פיין (און כלשונו נאך געזונטער) איי די שטאט פארלאנגט? איך גיי מיך שלאגן מיט זיי! איך גיי זאגן אז מיין רעליגיע לאזט נישט! איי ס׳איז שקר? א כפרה! זאל גאנץ כלל ישראל ליגן אונטערן באס! מיין קינד גייט קיין שטעך נישט קריגען.
וואו האבן מיר זיך דערקייקעלט אזש מיר זענען שוין אנגעקומען צו אט די מצב? וויאזוי קענען אפאר יחידים אזוי אראפשלעפן דעם ציבור און מיר שווייגן?
אויב איז אמאל געווען א צייט פאר א קול קורא איז עס נישט יעצט? זאלן אלע מוסדות׳ער מיט רבנים ארויסקומען פאראייניגט און זאגן ״אכט און ניינציג פארצענט פון אונזער קהלה פאלגט וואס מען הייסט! מיר זענען וואוילע בירגער און זוכן נישט צי זיין קלוגער! מיר פארקויפן זיך נישט פאר האטליין שטודיעס! די אנדערע קומץ קטן רעדט נישט אין די נאמען פון מיין רעליגיע!״ זאלן די גוים איינזען אז מיר האבן נאכנישט פארלוירן אונזער טיטל. מיר זענען נישט די פאלק וואס האטליין רעדנערס פארעמען אונזער רעליגיע!

און צו די צוויי פארצענט וואס גלייבן יא. בלייבט איבער צו זאגן איין ווארט: נעבעך! א רחמנות אויף אייך אז מ׳קען אזוי שפילן מיט אייערע מוחות, א רחמנות אויף אייערע קינדער פארן ווערן אויפגעצויגן אין אזא שטוב. א רחמנות אויף כלל ישראל אז מיר דארפן דאס מיטמאכן.
חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער קאך »

מיכל הירש האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:
Tahares hakodesh האט געשריבן:די דיבּאטע אויף וויפל איך פארשטיי בּיז אהער איז אויבּ וואקסין מאכט בּעסער אדער ערגער די בּריאה בּכלליות. אויף וויפיל אונז זעה מיר איז לכאורה נישׁט געווען עכטע פאטאליטעטן אויף קיין איין צד. עס וואלט ווען נישׁט שׁייך געווען א דעבּאטע אויף דברים ידועים.

די משפחות פון די שאדט'ס לאדן'דע האבן נאכווייען א גאנץ לעבן משא"כ מיזעלס איז נישטא קיינער וואס ליידט פון מיזעלס מער ווי 2 וואכן

עס איז כמעט נישטא קיין משפחה פון וואקסין געליטענע. ווייל פאקטיש איז נישט אויפגעוויזן געווארן אז וואקסינען קענען שאטן. אויסער אין גאר אויסנאם פאלן פון איינס אין מיליאן אדער ווייניגער, קען עפעס שעדליך פאסירן פון וואקסינען (אויך נישט קלאר באשטעטיגט).

עס איז שטארק נישט מסתבר אז מיר זאלן קענען עטליכע אזעלכע איינס אין א מיליאן משפחות.

הר"ר מיכל טייערע ביי אונז אין די משפחה האבן מיר מיטגעהאלטן דאס פאלגענד
1 א קינד האט אנגעהויבן האבן אטעמען פראבלעמען נאכן נעמען וואקסין
2 א קינד'ס פיס איז געשוואלן געווארן עטליכע מינוט נאכן וואקסינען אז די דאקטער אליין האט געזאגט מזאל מער נישט נעמען
3 א קינד וואס האט קיינמאל נישט געדארפט גיין צום דאקטער האט גענומען וואקסין ביי ד2 אהאלב יאר פון דעמאלטס האט ער אויער אינפעקשאן אין מהאלט און איין גיין צום דאקטער
נאך אזאנע מעשיות און נאך. אפילו סוואלט נישט געווען קיין פראוו אז וואקסין איז שעדליך הערט מען אויף צו געבן שאדט'ס

די זעלבע קינד? אדער דריי אנדערע קינדער?

3 אנדערע
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

טוב ליהודים האט געשריבן:אגב, כהאב יעצט גערעדט מיט איינער פון די גרויסע עסקנים וואס זענען בעובי הקורה, און האט זיך אפגערעדט טיבער די געפערליכע הזיקות וואס די אנטי-וואקסין טוען אפ פארן הצלת חינוך הטהור, ווי זיי פארן אריין אינעם נערעטיוו אז אונז זענען מיר אזוי נישט עדיוקעטעט און שעדיגן אונזער אייגענע קינדער דערפאר..... קוק נאר קוק, סאיז דא צענדליגע דעזיז וואס האט געשעדיגט קינדער און עלטערע אין די פארגאנגענהייט און די חברה וויבאלד זיי זענען נישט געלערנט ברענגען זיי עס בידים אויפן קינדער ר"ל...... ווי ווילסטו אז די דזשאדזש/פאלאטישאן וואס ליינט די נ"י טיימס - און זעהט ווי די חכמים זענען מסביר לייו - לעיני כל העמים די טפשות און אומ-געלערנטע נארישע סטעיטמענט בנוגע פשוטע און טרוקענע פאקטן ווי מקען טוען הצלת נפשות גרינדערהייט, און בלויז ווייל עס פעלט זיי KNOWLEDGE טוען זיי דאס... עפ"ל

עס טוט וויי!!! רבותי עד מתי יהיה זה לנו למוקש! ווי לאנג נאך וועט מען לאזן די יחידים פארשווארצן אונזערע פנימער בחוצות וברחובות!!!!
אוי ר"ל וואס מיין קאמפף האט פרובירט אראפצומאלן אז אידן זענען שמוציג ח"ו ר"ל.... דאס טוען זיי בידים, 2 פון מיינע חבירים פארציילן בדידי הוה עובדא ער איז געווען אין שפיטאל און די גוים דארט האבן אים געזעהן, האבן זיי באדעקט זייער פנים, און געויזן אז זיי ווילן נישט אריינאטעמען פון די לופט.. פונעם ש.... דזשיד...
א 2טער האט געוואלט רייכן די הענט מיט א ביזנעס דיעל... און דער זאגט ער וויל נישט אנרירען ווייל אידן האבן דעזיס... אוי עס פלאקערט און ברענט!! ווי קען מען זיין מאבד עצמו. שלא מדעת!!

אוי ווי גוט (ביטער) די זאגסט!
אני הקטן די וואך אויפן סאבוועי. א שגץ האט מיר באמערקט, ער האט זיך אויפגעהויבן און אריבער צו די אנדערע עק פונעם וואגאן!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

מונאוויטש האט געשריבן:

מיר האבן היינט געשריבן אזא ענדליכע מעשה אין אן אנדערע אשכול
ווי א שיקסע אז צוגעקומען ווייזן אויפן באן פאר צוויי אידן א צייטונג ווי מ'רעדט פון די מיזעלס אויברוך אין זי זאגט זיי, עטס זעטס דאס איז ענק אידן!!!

די חילול השם איז אומשאצבאר
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

דער חילול השם האט גורם געוועהן דער א"ג היימישע עסקנים וואס האט זיי, דער מידיע ובלאזיע וכת דיליה, וואס האט זיי אהער געלאדענט און אהער געברענגט.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

געלעגער האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:עם חכם ונבון קען מען זאגן מיט א קוועסטדן מארק!

שיקן א קינד מיט מיזעלס ארויס פון שטוב איז לכו"ע א חוצפה און אכזריות, איך גלייב אז קיינער קריגט נישט מיט דעם.
די שאלה איז נאר צו א יחיד מעג האבן די רעכט פאר זוך פריוואט נישט צו געבן קיין שאטס און האלטן זיינע קינדער אינדערהיים כ"ז ס'דא א חשש א די קינד איז קאנטעידזשעס...

כו"ע מודי אז מיזעלס האט שוין געברענגט פאטילטעטן, די שאלה איז נאר צו מ'דארף געבן די שאט עס צו פראווענטן, בו בזמן וואס ער פילט אז די וואקסין האט אויך א אנדערע זייט מטבע.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

א. די אנטי וואקסינ'ס זענען נישט אפאר יחידים (ווי די עסקנים ווילן אראפ מאלן) נאר טויזנטער יחידים
ב. די אנטי וואקסינ'ס זענען (רובם) מענטשן וואס האבן "אליינ'ס" דורך געטון די נושא, אנדערש ווי די וואס געבן שאט'ס וואס רובם, פאלגן בלינדערהייט דעם דאקטאר.
ג. מ'ניצט דעם "מיזל'"ס כדי צו צווינגען נעמען שאט'ס אין אלגעמיין, אבער באמת איז די רעדע איין זאך, פארוואס לאזן נישט די דאקטורים רעדן קעגן שאט'ס? פארוואס יעדער דאקטאר וואס דערוואגט זיך צו רעדן אז שאט'ס איז שעדליך, ווערט אפגעזאגט, און שפעטער קען מען זאגן, וואס פון אים ברענגסטו א ראיה? ער האט דאך פארלוירן זיין לייסענ'ס, און עולם גולם (וואס דארף זיין עם חכם ונבון) גלייבט ווי קעלבן, אז דער איז טאקע נישט גערעכט.

זאל מען לאזן געהעריג רעדן קעגן שאט'ס, און אנשטאט פארשטילן, זאל מען "ענטפערן", און ווילאנג ס'נישטא קיין קלארע ענטפער'ס, זאל מען נישט פארפירן קעגן די וואס ווילן נישט געבן שאט'ס.

ועוד, מ'מאלט אראפ די וואס געבן נישט קיין שאט'ס, ווי סעלפיש מענטשן, און אומ'אחריות'דיגע מענטשן, אבער ההיפך הוא הנכון, רובם וואס געבן נישט קיין שאט'ס איז ווייל זיי האבן מורא פארן וואוילזיין פון זייערע קינדער, און ווילן נישט אריין לייגן אלע שעדליכע זאכן אינעם קערפער, רובם האבן "אליינ'ס" מיטגעהאלטן מעשיות, וואס קינדער אדער עלטערע, זענען געשעדיגט געווארן פון די שאט'ס, אנגעהויבן פון קלייניקייטן, און געהענדיגט מיט פאלעטעיטען, אסאך מאל טוט דער דאקטאר מודה זיין נאר זאגט אז ער האט מורא דאס צו פארשרייבן אויף די רעקורד'ס (און יעצט בעהט א נאמען), וואס דאס איז גורם, אז ער מיט זיין גאנצע משפחה, פארלירן טראסט אין די דאקטורים, און אין די גאנצע העל"ט סיסטעם, מיט רעכט.

דאס זאגן אז איינ'ס פון טויזנט שטארבן פון מיזעלס, איז א פרעכע ליגנט, סיי דא אין אמעריקא, און סיי אין ארץ ישראל, איך זיך נאך די טויטע פון מיזעל'ס. (נישט דאס קראנקע קינד פון חיי אדם אין ירושלים, און נישט דאס אומ'געזונטער פון אשדוד, ברענגט עפעס בעסער'ס).

נ.ב. די אלע מאמרים וועגן מיזעל'ס, קודם איז דא פארקערטע מיימרות אויך, אבער כידוע ליודעים, דאס מיזעל'ס פון וואס יענע ספרים רעדן (ר' נתן והאחרים), איז פון א אנדער מיזעל'ס בכלל, כידוע ליודעים, ולא אאריך בזה (ווער ס'וויל באמת וויסן, קען גיין געוואר ווערן).

אגב, איך אין מיין יוגנט, און דאס יאר אלע מיינע קינדער, האבן ב"ה געהאט מיזעל'ס, און ס'האט נאר אויפגעטון, א קינד מיינער וואס האט געהאט א רעש, איז די רעש אוועק מיט די מיזעל'ס אינאיינעם, און א קינד וואס פלעגט נאס מאכן ביינאכט, האט אויסגעטון דעם פעמפער נאכן האבן מיזעל'ס, יא זיין סיסטעם האט זיך נאר געשטארקט נאכן האבן די מיזעלס.

איך פלאן נישט יעצט אין די פארנומענע ערב פסח, צו שרייבן דא צופיל, אבער שלא יאמרו מדשתקי שמע מינה דניחי' ליה, דעריבער האב איך געשריבן, והשאר אך למחסור, ווער ס'וויל וויסן דעם אמת, שטייט שוין געונג אין די אנדערע אשכולות איבער דעם.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

ראש הקהל האט געשריבן:דער חילול השם האט גורם געוועהן דער א"ג היימישע עסקנים וואס האט זיי, דער מידיע ובלאזיע וכת דיליה, וואס האט זיי אהער געלאדענט און אהער געברענגט.

קיינער האט זיי נישט אהער געברענגט חוץ די רעפארט'ס פון די דאקטוירים אין די געגענט וועלעכע האבן געצייגט דעם טראגישן מצב רח"ל
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

חושב מחשבות... האט געשריבן:שיקן א קינד מיט מיזעלס ארויס פון שטוב איז לכו"ע א חוצפה און אכזריות

װער שיקט ארויס א קינד מיט Measels פון די הויז???
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

עס איז דא א איד אין קרית יואל וואס האט פארלוירן א קינד ביי 1 יאר אלט
די קינד האט געדארפט נעמען שאטס א טאג נאכדעם
דערציילט מיר די איד אז זיין ווייב האט געליינט א בוך און ביים ענדיגן שטייט דארט אז עס איז נתנדב ל''נ א קינד וואס איז אוועק א טאג נאך שאטס
האט זי געטראכט וואס וואלט געווען ווען איר קינד גייט אוועק א טאג שפעטער...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

און מיין קליינע קאפ פארשטייט נישט ווי אזוי א רעכט דענקנדער מענטש קען טראכטן און פרעדיגן אויף א קינד איז געבוירן מיט אן אבנארמיליטי אין די דזשיענס ווי כאילו די וואקסינען האבן אים געשאדט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
Gevald Geshrigen האט געשריבן:מזל
וואס איז דער צוגלייך צו טיילענאל ואספרין טו בעגין וויט ? זייט ווען טרינקט מען א וועקסינעשן אז מען זאל מאכן א ״ויכוח״ פון קאנסאמפשן ?

איך האב מיך באצויגן צו נאר איין פרט און גארנישט מער - די [------ ----- --- --------- --- - - ------] טענה אז וואקסינען האבן (אדער יא אדער נישט, נישט קיין חילוק, אפילו יא) אין זיך פארשידענע צעלן פון פארשידענע חיות און בהמות וכו'. די וואס פראפאגאנדירן דאס ווייסן זייער גוט אז קיין שום מעדיצין איז נישט געמאכט פון קאטאן קענדי, און גאר רוב מעדיצינען האבן אינגרידיענטס וואס זענען [------ פון ---------- ----- ----], וואס צענדליגער מיליאנען מענטשן, צווישן זיי אלופי אלפי ישראל פון שענסטן און בעסטן, נעמען ערליך יעדן טאג.

היעלה על הדעת אז פרעסקריבשאן דראגס האבן א כשרות פראבלעם ווייל אין לעב האט מען גענומען אפאר צעלן פון, עהעם?

נאר וואס דען, זיי ווילן קיצלען די געפילן פון מענטשן, ספעציעל די עזרת נשים, פשוט אויפבויען נאטורליכע געפילן קעגן דעם. די רשעות פון דעם אליינס איז אין לשער, און עס זאגט גענוג און נאך די מהלך, אגענדע, וכו' וכו'.

אמת אבער דאס דרייט א קאשע ווייל עס איז ניטאמאל דומה צו קיין שום דראג אויסער אויב מען טרינקט וואקסינען.
דערווייל שטעכט מען נאר די וואקסינען אבער מען טרינקט עס נאכנישט
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

yoel2124441100 האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:שיקן א קינד מיט מיזעלס ארויס פון שטוב איז לכו"ע א חוצפה און אכזריות

װער שיקט ארויס א קינד מיט Measels פון די הויז???

און וואס טוהט זיך פון די פארטי ביז די מיזעלס קומט ארויס? האלט מען זיי אינדערהיים די פיר טעג אויך?
זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

אפענע בריוו צו די "אנטי וועקסערס" בתוכינו

מיין טייערע ברידער און שוועסטער.

איך בין זייער שטארק פרא-וואקסין, אבער איך וויל אייך געבן אן אויפריכטיגע עצה טובה פאר אייער טובה און פאר די טובה פון גאנץ כלל ישראל.

די ספאט-לייטס זענען אויסגעדרייט צו אונז, ריפארטערס לויפן אונז נאך אין די גאסן, יעצט איז אייער געלעגנהייט ארויסצוגעבן אייער מעסעדזש פאר די וועלט קלאר און אמת'דיג.

ווען איך רעדט פערזענליך מיט אנטיסטן הערט מען אן אמת'ע זארג און פחד, פון עלטערן וועלכע ווילן דאס בעסטע פאר זייערע קינדער, און ע"פ רוב קומט עס נישט פון איגנאראנץ און אויבער חכם'שאפט.

דעריבער פארפאסט נישט די געלעגנהייט! ווען א רעפארטער קומט אראפ קיין וויליאמסבורג, האקט נישט אין קאפ מיט קיין סטאדיס און שפילט נישט דאקטאר, וואס מאכט אייך (און ליידער אונז אלע) אויסקוקן ווי מטורפים און נארישע מענטשן.

אז א מאמע וואלט זיך אוועקגעשטעלט וויינען "איך האב געגעבן פאר מיין קינד די MMR שאט און א וואך נאכדעם איז געשען דאס און דאס. מיין שוועסטער האט געגעבן און עס איז געשען יענץ. איך האב מורא. איך ווייס נישט וואס צו טון" – אפילו מען וואלט נישט מסכים געווען צו אייך, וואלט די גאס אפשר געקענט האבן סימפאטיע צו אייך און פארשטאנען אז איר האט אן אמת'ע, אויפריכטיגע פחד.

איר דארפט זאגן "איך בין נישט קיין דאקטאר. איך פארשטיי נישט צו קיין סטאדיס, אבער איך האב געזען אז עס האט געשאדט אזוי און אזוי פאר מיין קינד. איך האב מורא צו געבן."

והשנית, לאזט אפ רעליגיע! דאס איז א חורבן עולם! עס האט גארנישט מיט רעליגיע צו טון. (פארקערט, עס איז נישט דא "אפילו איין פסק" אז מען טאר נישט געבן די וואקסינס, און אז מען איז מחיוב איז דא אסאך.) רעדט צום פונקט. וואס עס באדערט אייך באמת, און האפנטליך וועט די חרון אף נישט זיין אזוי שטארק.

דער אויבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער מכל נגע ומחלה, ומכל צרה וצוקה, שומר פתאים השם, ויהי רצון שילמדו תועים בינה.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ב"ה

איך וויל נישט אריינגיין אין די עצם וויכוח אויב וואקסינען איז יא שעדליך אדער נישט, און אויב מיזעלס איז יא א סכנה אדער נישט. (אגב, איך געב וואקסינען פאר מיינע קינדער, נאר איך פראביר עס צו געבן ווי מער צושפרייט). איך וויל אבער דא איבערגעבן וואס איך האב געהערט פון א חשוב'ער עסקן, און איך מיין אז עס איז חומר למחשבה וואס מען דארף אין דעם אריינטראכטן.

דער עסקן טענה'ט אזוי:
מען דארף נעמען אין באטראכט אז די העלטה דיפארטמענט איז ממש ווילד איבער די נושא פון וואקסינען, זיי באקומען שווערע געלטער פון די וואקסינען פירמעס, און זיי זענען נישט גרייט מוותר צו זיין דערויף. זיי נוצן דערצו אלע מיטלן סיי מיט גוטן און סיי מיט בייזן, דהיינו אז וועלכע דאקטארס אפיס האט א פאציענט וואס איז אפדעיטעד מיט די וואקסינען גיבן זיי פאר דעם אפיס אפאר הונדערט דאלער, און אויב די אפיס האט זיבעציג פראצענט פון זייערע פאציענטן וואקסינירט, באקומט מען א באזונדערע שיינע נתינה. ווייטער אויב א דאקטער דערוואגט זיך צו רעדן א ווארט קעגן וואקסינען, פארלירט ער גלייך זיין לייסענס און זיין פאזיציע.

צו עס איז יא גערעכט אדער נישט גערעכט, און איר קענט עס אנרופן קארופציע אדער דיעפ סטעיט, איז דאס אבער די מציאות. ליידער זענען אונז אין גלות טאקע אין די גאלדענע מדינה פון די "דעמאקראטישע" אמעריקא, און אונז קענען זיך נישט איינרייסן מיט די רעגירונג בפרט אויף אזא זאך וואס זיי זענען אזוי דערפאר. זיי גייען נישט דערלייגן די ביליאנען דאלארן וואס זיי באקומען פון די וואקסינען פירמעס צוליב אפאר אידעלעך וואס וועלן מאכן נויז, און ליידער קענען זיי זייער גוט אונז שטיל מאכן...

זיי קענען דאס טון צום ביישפיל מיט א גזירה פון מציצה בפה, צו מיט אנדערע זאכן וואס אונז דארפן אנקומען צו די העלטה דעפארטמענט, זיי קענען רואיג פארמאכן אלע היימישע העלטה סענטערס, און אפילו די היימישע קעמפס. און זיי זענען זייער עלול זיך נוקם זיין אין אונז מיט פארשידענע אנדערע שטאטישע ענינים, וואס מען זאל בעסער נישט וויסן וואס אונזערע "צדיקים ישרים" קענען באווייזן, און וועלכע חוקי סדום זיי קענען אלץ אפירזוכן פון די אמעריקאנער געזעץ ביכער...

לויט ווי דער עסקן זאגט, ווינקען די שטאטישע איסטאנצן מיט גאנץ אפענע רמזים, אז אויב וויל מען באקומען סיי וועלכע גרענט, אדער אויב וויל מען נישט אויסשטיין קיין צרות, דארף מען זיכער מאכן אז מען רודערט נישט קעגן וואקסינען...

נ.ב. איך האב נישט קיין אנונג אויב עס איז טאקע ריכטיג די פאקטן וואס דער עסקן טענה'ט, איך גיב איבער וואס ער זאגט.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך האב דאס שוין איינמאל געפרעגט, אפשר יעצט וועט יענער עסקן וויסן... די העלט דעפארטמענט איז נישט אן איינצעלנע מענטש, עס איז אן אפיס פון גאווערמענט ארבעטער'ס, די זעלבע ווי די טרעפסט אין יעדע גאווערמענט אפיס, זיי מאכן זייער וועיטש אויפן שעה/וואך/חודש, זיי מאכן נישט קיין איין דאלער מער אדער ווייניגער אויב די וואקסין פירמע גייט נישט צאלן. וויל איך פארשטיין, וועם גייט דארט אן צו זיי פארלירן די געלט? ער קען געבן א נאמען פון א מענטש אין די העלט דעפארטמענט?

צוויי, אויב ער קען ביטע אנגעבן א נאמען פון א דאקטער וואס האט פארלוירן זיין לייסענס ווען זיין איינציגע חטא איז געווען רעדן קעגן וואקסין [נישט אז ער האט געהאט אנדערע פראבלעמען וואס צוליב דעם האט מען עס צוגענומען].

די שאלה האב איך שוין געפרעגט זייער לאנג צוריק און קיינמאל קיין תשובה נישט באקומען.
Flash light
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Flash light »

למעלה משבעים האט געשריבן:איך האב דאס שוין איינמאל געפרעגט, אפשר יעצט וועט יענער עסקן וויסן... די העלט דעפארטמענט איז נישט אן איינצעלנע מענטש, עס איז אן אפיס פון גאווערמענט ארבעטער'ס, די זעלבע ווי די טרעפסט אין יעדע גאווערמענט אפיס, זיי מאכן זייער וועיטש אויפן שעה/וואך/חודש, זיי מאכן נישט קיין איין דאלער מער אדער ווייניגער אויב די וואקסין פירמע גייט נישט צאלן. וויל איך פארשטיין, וועם גייט דארט אן צו זיי פארלירן די געלט? ער קען געבן א נאמען פון א מענטש אין די העלט דעפארטמענט?

צוויי, אויב ער קען ביטע אנגעבן א נאמען פון א דאקטער וואס האט פארלוירן זיין לייסענס ווען זיין איינציגע חטא איז געווען רעדן קעגן וואקסין [נישט אז ער האט געהאט אנדערע פראבלעמען וואס צוליב דעם האט מען עס צוגענומען].

די שאלה האב איך שוין געפרעגט זייער לאנג צוריק און קיינמאל קיין תשובה נישט באקומען.

do u belive in traffic ticket quates ?
do u need proof ?
its its the middle of the a bright sunny day

or do u really believe they care about your saftey

dont see here any valid points or agruments

trying to ignore what was 30 years ago before the shot was out
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

Waukesha האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:שיקן א קינד מיט מיזעלס ארויס פון שטוב איז לכו"ע א חוצפה און אכזריות

װער שיקט ארויס א קינד מיט Measels פון די הויז???

און וואס טוהט זיך פון די פארטי ביז די מיזעלס קומט ארויס? האלט מען זיי אינדערהיים די פיר טעג אויך?

איז טאקע א עוולה צו לאזן די קינד זיך דרייען פראנק און פריי,
אבער טאמער א מענטש גייט צו מיט שכל און געבט אבאכט נישט אנצושטעקן אנדערע און פארשפרייטן ברבים, דאן האט ער א רעכט נישט געבן די שאטס

די שטאטישע טאטעס האבן רעכט צו פארלאנגן אז דו זאלסט זיך נישט דרייען ברבים, אבער זיי האבן נישט קיין רעכט צו מחייב זיין מוזן געבן שאטס, כ"ז איך וואטש נישט צו טשעפענען אנדערע, אבער טאמער זענען געווען נישט-קלוגע וואס האבן נישט געוואטשט קענען זיי נישט האבן קיין טענות אויף די העלט דיפארטמענט.

הגם איך וויל נישט געבן קיין שאטס, [און מיין קינד האט געהאט מיזעלס לכבוד דעם, און איך האב איהם געהאטן כלוא בבית ווילאנג די דאקטער האט פארלאנגט] אבער מסכן זיין אנדערע האט נישט קיין זינען.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

געווען יעצט אין וומ"ס כמעט א גאנצע בנין! וואס איז אנגעשטעקט געווארן וועגן איין אומפאראנטווארטליכע מותר
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איך ווייס פון איינעם וואס האט גענומן וואקסינען, אויפן וןעג ארויס פון דאקטאר, נישט א וואך שפעטער, איז ער געטראפן געווארן פון א קאר עקסידענט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

ווי איז א קול קורא??
פארוואס האט מען בכלל עס געלאזט צוקימען צו אזא מצב??
האט מען דאס דען נישט געקענט פאראויזעהן??

עס איז א סכנהתדיגע חילול השם!!!
צעקה בקול דממה דקה
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

למעלה משבעים האט געשריבן:איך האב דאס שוין איינמאל געפרעגט, אפשר יעצט וועט יענער עסקן וויסן... די העלט דעפארטמענט איז נישט אן איינצעלנע מענטש, עס איז אן אפיס פון גאווערמענט ארבעטער'ס, די זעלבע ווי די טרעפסט אין יעדע גאווערמענט אפיס, זיי מאכן זייער וועיטש אויפן שעה/וואך/חודש, זיי מאכן נישט קיין איין דאלער מער אדער ווייניגער אויב די וואקסין פירמע גייט נישט צאלן. וויל איך פארשטיין, וועם גייט דארט אן צו זיי פארלירן די געלט? ער קען געבן א נאמען פון א מענטש אין די העלט דעפארטמענט?

צוויי, אויב ער קען ביטע אנגעבן א נאמען פון א דאקטער וואס האט פארלוירן זיין לייסענס ווען זיין איינציגע חטא איז געווען רעדן קעגן וואקסין [נישט אז ער האט געהאט אנדערע פראבלעמען וואס צוליב דעם האט מען עס צוגענומען].

די שאלה האב איך שוין געפרעגט זייער לאנג צוריק און קיינמאל קיין תשובה נישט באקומען.

איך גיי נישט צוריקגיין צו יענעם עסקן, ווייל איך בין נישט אינטרעסירט צו ווערן אריינגעשלעפט אין די וואקסינען וויכוח.
איך האב פונקט גערעדט מיט אים וועגן אן אנדערע ענין, האט ער מיר בתוך הדברים דאס געזאגט, האב איך געפילט וויכטיג עס צו מפרסם זיין בין כותלי עולמינו.
אוועטאר
האש שלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:15 pm
לאקאציע: אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האש שלי »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:שיקן א קינד מיט מיזעלס ארויס פון שטוב איז לכו"ע א חוצפה און אכזריות

װער שיקט ארויס א קינד מיט Measels פון די הויז???

און וואס טוהט זיך פון די פארטי ביז די מיזעלס קומט ארויס? האלט מען זיי אינדערהיים די פיר טעג אויך?

איז טאקע א עוולה צו לאזן די קינד זיך דרייען פראנק און פריי,
אבער טאמער א מענטש גייט צו מיט שכל און געבט אבאכט נישט אנצושטעקן אנדערע און פארשפרייטן ברבים, דאן האט ער א רעכט נישט געבן די שאטס

די שטאטישע טאטעס האבן רעכט צו פארלאנגן אז דו זאלסט זיך נישט דרייען ברבים, אבער זיי האבן נישט קיין רעכט צו מחייב זיין מוזן געבן שאטס, כ"ז איך וואטש נישט צו טשעפענען אנדערע, אבער טאמער זענען געווען נישט-קלוגע וואס האבן נישט געוואטשט קענען זיי נישט האבן קיין טענות אויף די העלט דיפארטמענט.

הגם איך וויל נישט געבן קיין שאטס, [און מיין קינד האט געהאט מיזעלס לכבוד דעם, און איך האב איהם געהאטן כלוא בבית ווילאנג די דאקטער האט פארלאנגט] אבער מסכן זיין אנדערע האט נישט קיין זינען.

היות עס איז דא אסאך וואס געבן נישט אבאכט, זאגט די העלט דיפארטמענט יעדער מוז געבן.
קומט אויס דאס וואס מצווינגט יעצט צי געבן זענען די אנטי'ס שולדיג.
בא לחזק ונמצא חוזק
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

כל הכבוד - דער איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

דער איד איז ארויס מיט אן גאסט עדיטאריעל אין ענגליש
Der-Yid-696x446.jpg
Der-Yid-696x446.jpg (75.56 KiB) געזען 2585 מאל

SENSELESS! HEARTHLESS! TORAH-LESS AND RECKLESS

אין אידיש: די אנטי-וואקסין זענען
1) בלי שכל
2) אן אן הארץ
3) עובר אויפן תורה
4) אומ-אחריותדיג

כה לחי! אביסל אראפצונעמן די חרון אף פון די מחללי שם שמים
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”