בעזהשי"ת.
(די פאלגענדיגע תגובה איז לכתחילה געשריבן געווארן מיט פונקטלעכע מראי מקומות מיט אסאך לינקס. ווער ס'וויל האבן די אלע מראי מקומות, קען מיר שיקן אין אישי.)
וואקסינען ברענגען נישט קיין אויטיזם, איז דאס אמת?!...!אויטיזם קען קומען פון אסאך סיבות. אין פאקט, ווערט אויטיזם ניטאמאל דיאגנאזירט דורך א בלוט טעסט, נאר דורכן באטראכטן אלע אויפפירונגען פונעם קינד. און אויב עס קומט זיך צוזאם א צאל מאדנע אויפפירונגען, ווערט דאס קינד דיאגנאזירט אלץ אויטיסטיק.
נאכמער, צוויי אויטיסטיק קינדער מוזן בכלל נישט האבן די זעלבע אויפפירונגען, נאר עס איז דא א ליסטע פון אלע אויפפירונגען וואס שטעלן אוועק די קריטעריע פאר אויטיזם, און אויב זעט מען אין א קינד עטליכע דערפון, ווערט דאס קינד דיאגנאזירט אלץ אויטיסטיק. במילא איז מסתבר, און אזוי איז אויך אנגענומען ביי סייענטיסטן, אז עס איז דא לכאורה סאך מער ווי איין פאקטאר וואס קען ביישטייערן צוצוברענגען צו אויטיזם. און עס קען זיין אנדערע סיבות ביי אנדערע קינדער וויאזוי זיי זענען געווארן אויטיסטיק.
צו מסביר זיין אין קורצן, אויטיזם איז א כלליות'דיגע ספעקטרום פון אסאך מחלות, וואס יעדע מחלה פאר זיך האט לכאורה א אנדערע גורם. און ביז דערווייל ווייסט נאכנישט די רעגירונג די פונקטליכע גורם פאר יעדע מחלה עקסטער.
פארשטייט זיך אבער, אז וויבאלד אלעס ווערט אנגערופן אויטיזם, מאכט דאס זייער שווער צו דערגיין די פונקטליכע סיבה דערצו. ווייל למשל אויב זאל מען ווען טרעפן אז צען פראצענט פון אויטיסטיק קינדער האבן עפעס א דזשענעטיק חילוק אין זייער מח, וועט מען נאכאלץ נישט אננעמען אז דאס איז די שורש פון אויטיזם וויבאלד רוב אויטיסטיק קינדער האבן דאס נישט.
די צווייטע פראבלעם וואס דא איז פארהאן איז. אז ביי אסאך אויטיסטיק קינדער איז זיכער געווען א צוזאמענשטעל פון עטליכע גורמים וואס האט צוגעברענגט זייער אויטיזם. למשל, אויב זעט מען אז ביי קינדער וועלכע זענען מער אויסגעשטעלט צו פאלאשען (שעדליכע לופט פון געז וכדומה) מאכט זיך מער אויטיזם, איז דאס נאכנישט קיין ראיה אז פאלאשען מאכט אויטיזם. וויבאלד רוב קינדער וועלכע זענען אויסגעשטעלט צו פאלאשען ווערן דאך נישט אויטיסטיק דורכדעם. במילא מוז זיין אז נאך א צווייטע גורם האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די פאלאשען צוצוברענגען דאס קינד צו אויטיזם.
און אפילו מען זאל ווען נישט זען אז עס מאכט זיך מער אויטיזם ביי א געוויסע מציאות וואס דאס איז אפשר א גורם. קען אבער נאכאלץ זיין אז דאס איז א קא-פאקטאר, דהיינו א חלק פונעם גורם אבער נישט דער איינציגסטער גורם.
גאר אסאך שטודיעס האבן געוויזן, אז ווען מען האט אויסגעפרעגט עלטערן פון אויטיסטיק קינדער וואס זיי האלטן אז דאס האט צוגעברענגט אז זייערע קינדער זאלן ווערן אויטיסטיק. האבן גאר א גרויסער פראצענט עלטערן גע'טענה'ט, אז עס איז זיי ברור אז די וואקסינען האבן עס גורם געווען.
דער זארג אז וואקסינען זענען די וועלכע קענען ברענגען אויטיזם - ובפרט דער די פי טי וואקסין, וועלכער איז היינט דער דיטעפ וואקסין - איז שוין בעצם גאר א אלטער. נאך פאר דריי און דרייסיג יאר צוריק, בעת ווען קאנגרעס האט דורכגעפירט דעם באקאנטן 1986 געזעץ, אין וועלכן זיי האבן אוועקגענומען די אחריות פון די וואקסין קאמפאניס צו דעזיינען סעיף וואקסינען, האט קאנגרעס פארארדענט פארן סעקרעטאַר פון די געזונטהייט מיניסטעריום אין די פעדעראלע רעגירונג, אז ער זאל נאכפארשן אויב דער די פי טי אדער דער דיטעפ וואקסין, קען ברענגען אויטיזם.
דאס מיינט צו זאגן, אז עס איז שוין דעמאלטס געווען א גאר באקאנטע זארג, אז עס איז מעגליך אז דער ספעציפישער וואקסין קען ברענגען אויטיזם. וויבאלד גאר אסאך עלטערן פון אויטיסטיק קינדער האבן מיט זייערע אייגענע אויגן געזען, ווי תיכף נאכן באקומען דעם וואקסין, איז זייער קינד נשתנה געווארן לגריעותא, און געווארן ערגער און ערגער, ביז צום אריינפאלן אינעם אויטיזם ספעקטרום קיין שום איד נישט געדאכט.
און אין דריי יאר שפעטער, 89' למס', האט טאקע די HHS (די געזונטהייט מיניסטעריום אפטיילונג פון די פעדעראלע אמעריקאנער רעגירונג) פארארדענט די IOM (דאס איז די אינסטיטוט אוו מעדיצין - א זעלבסשטענדיגע ארגענעזאציע פון די גרעסטע סייענטיסן און פארשער אין אמעריקע), אז זיי זאלן איבערקוקן די סייענטיפישע שטודיעס איבער דעם דיטעפ אדער די פי טי וואקסין, צו זען אויב דאס קען ברענגען אויטיזם אדער נישט. און צוויי יאר דערויף אין 91' למס' האט די IOM למעשה ארויסגעגעבן זײער רעפארט, אין וועלכן זיי האבן געשריבן, אז עס איז נאך נישט פארהאן קיין שום סייענטיפישע ליטעראטור דורך וועלכן זיי זאלן קענען צוקומען צו עפעס א איבערווייז אדער א קלארקייט אויב דער דיטעפ אדער דער די פי טי וואקסין ברענגט אויטיזם. און אין זייער אויספיר אין יענעם רעפארט בעטן זיי, מען זאל זיך תיכף נעמען דורכפירן שטודיעס און נאכקוקן די פונקטליכע נאכפאלגן פון וואקסינען, ווייל אויב נישט, וועט מען קיינמאל קיינמאל נישט געוואר ווערן מער איבער די אמת'ע פאקטן איבער די וואקסינען, וכלשונם:
If research capacity and accomplishment in this field are not improved, future reviews of vaccine safety will be similarly handicapped
פארשטייט דאך יעדער בר דעת לכאורה, אז די רעגירונג האט זיך גענומען דורכפירן מעכטיגע שטודיעס אויסצוגעפינען אויב דער דיטעפ אדער דער די פי טי וואקסין קען ברענגען אויטיזם צו נישט. עס מוז דאך אזוי זיין, ווייל ווען נישט, וויאזוי דערקלערט די CDC (א רעגירונג ארגענעזאציע וואס איז אונטער די HHS) אז וואקסינען ברענגען זיכער נישט קיין אויטיזם, בו בזמן וואס די IOM ווייסט נאך נישט?.
לאמיר זען צו די רעגירונג האט זיך טאקע אריינגעלייגט דערין צו נישט.
צוואנציג יאר שפעטער, האט די HHS געגעבן פאר די IOM א ליסטע פון מחלות וואס זענען מעגליך א תוצאה פון וואקסינען, וואס די ליסטע האבן זיי ארויסגענומען פון א דעיטע בעיס פון מחלות, וואס די מחלות זענען געווארן רעפארטעד אלץ א סייד עפעקט פון וואקסינען - דורך די באפעלקערונג אדער דורך דאקטוירים - צו א רעפארט סיסטעם וואס די רעגירונג האט אויפגעשטעלט מיטן נאמען VAERS - ר"ת פון Vaccine Adverse Event Report System. וואס דארט קען מען רעפארטן אלע שלעכטע סייד עפעקטס וואס מען האט געליטן דורך וואקסינען. דער VAERS רעפארט סיסטעם איז א פרייוויליגער, דאס מיינט אז ווער עס האט געהאט א שלעכטע רעאקציע צו א וואקסין, מעג דארט אריינגעבן א אנקלאגע, אבער מען אינפארסירט דאס נישט. ווי אויך איז נישט זיכער אז יעדע רעפארט איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, וועגן דעם וויל נישט די רעגירונג זיך פארלאזן אויף דעם אליין, צו זאגן אז די מחלות זענען זיכער געקומען פון די וואקסינען.
א שטודיע האט געוויזן, אז ווינציגער פון איין פראצענט פון וויפיל שאדנס עס געשען באמת פון וואקסינען, ווערן למעשה רעפארטעד צו VAERS.
הכלל, די רעגירונג האט צוזאמגענומען די מערסטע רעפארטעד מחלות וועלכע זענען געווארן רעפארטעד צו VAERS, און עס איבערגעגעבן פאר די IOM, אז זיי זאלן געוואר ווערן צו די מחלות קומען באמת פון וואקסינען אדער נישט. צווישן די אלע מחלות איז אויך געווען אונזער שאלה אויב אויטיזם קען קומען פונעם דיטעפ וואקסין.
איר זענט א וודאי זיכער אז די IOM האט געענטפערט אז עס איז זיכער נישט פארבינדן.. אבער עס איז נישט ממש אזוי, לאמיר אייך זאגן וואס זיי האבן יא געשריבן.
זיי האבן געטראפן איין סטאדי וואס האט געוויזן אז דער דיטעפ וואקסין קען ברענגען אויטיזם, אבער וויבאלד דער סטאדי איז געווען געבויט אויף דעיטע פון די VAERS סיסטעם, האבן זיי זיך נישט געוואלט פארלאזן דערויף. און זיי האבן אויסגעפירט אז זיי האבן נישט קיין שום באווייזן נישט אז יא און נישט אז ניין, בקיצור מען ווייסט נאכנישט.
דאס וואס זיי האבן געווארענט מיט צוואנציג יאר פריער אז אויב מען וועט נישט בעסער נאכקוקן וועט מען נישט גארנישט קלוגער ווערן, איז למעשה מקוים געווארן.
אין 14' למס', האט די HHS אליינס ארויסגעגעבן א איבערזיכט איבער די סעיפטי פון וואקסינען, און עודך, זיי האבן נאך אלץ נישט קיין אנונג אויב דער דיטעפ וואקסין קען ברענגען אויטיזם אדער נישט..
אבער הער א מעשה, אויף דעם העפיטייס בי וואקסין, האבן זיי יא געטראפן א סטאדי, וואס האט געוויזן אז קינדער וואס באקומען א העפיטייס בי וואקסין אינעם ערשטן חודש פון לעבן, האבן א שאנס פון דריי הונדערט פראצענט מער פון אנדערע קינדער, צו אנטוויקלען אויטיזם אין די שפעטערע יארן.
לאמיר אריינגיין אביסל טיפער אין די נושא פון שטודיעס. עס איז פארהאן צוויי סארטן שטודיעס, די ערשטע איז עפידימיאלידזשי שטודיעס, און די צווייטע איז מעקעניסטיק אדער ביאלאגישע שטודיעס.
אין קורצן מסביר צו זיין איז אזוי. עפידימיאלידזשי שטודיעס קוקן נאך א צאל מענטשן צו זען וואס עס פאסירט למעשה מיט זיי, למשל, ווען מען קוקט נאך א גרויסע באפעלקערונג צו זען אויב עסן אייער ברענגט קאלעסטראל, הייסט דאס אן עפידימיאלידזשי שטודיע.
אבער ביי די מעקעניסטיק אדער ביאלאגישע שטודיעס, הייבט מען אן צו באטראכטן די נושא מיט א טיפערן בליק. דהיינו מען קוקט אויב עס איז בכלל דא א מעכאניזם וויאזוי די זאך זאל זיין פארבינדן. אדער אויב אין די ביאלאגישע חלקים זעט מען אז די זאך זאל זיין פארבינדן.
למשל ביי רייכערן. שטעלט מען די שאלה, איז דא א מעכאניזם וויאזוי רייכערן זאל ברענגען יענע מחלה? קען רויך אדער די קעמיקאלן וועלכע ליגן אין ציגארעטן טוישן די צעלן פון א לונג? אדער אויב מען וויל קוקן אויף ביאלאגישע טערמינען, נעמט מען צעלן פון א לונג, און מען שטעלט עס אויס צו ציגארעטן רויך, און מען זעט צו עס טוישט די אויסשטעל פונעם צעל צו א קענסער צעל. פארשטייט זיך אז דאס קען מען נישט טון מיט מענטשן, טוט מען דאס אדער מיט בעלי חיים אדער מיט ארויסגענומענע חלקים פון מענטשן וכדו'.
יעצט לאמיר זען, מיר זענען שוין צוגעקומען אז די רעגירונג ווייסט נאכנישט צו דער דיטעפ וואקסין קען ברענגען אויטיזם צו נישט. אבער ביז דערווייל רעדט מען נאר פון עפידימיאלידזשי איבערווייז, וואס טוט זיך מיט מעקעניסטיק אדער ביאלאגישע איבערווייזן? דאס האלט די רעגירונג אויך אז עס איז נישט דא? לאמיר זען.
די CDC האט ארויסגעגעבן א דאקומענט, וואס אויף די ליסטע פון שרייבער'ס פיגורירט דער ערשטער דר' סטענלי פלאטקין
(שר"י), דער זעלבער וואס האט גע'טענה'ט אין קאורט אז ער האלט אז עס נישטא קיין שום פארבינדונג צווישן וואקסינען און אויטיזם, פונקט ווי לעפרעסי.. שרייבן זיי קלאר ארויס דארטן (אויף פעידזש 28) אז עס איז יא פארשטענדליך ביאלאגיש וויאזוי וואקסינען קענען ברענגען אויטיזם....!!
אקעי, לאמיר דעמאלטס אביסעלע אריינקריכן אינעם ביאלאגישן הסבר וויאזוי וואקסינען קענען ברענגען אויטיזם פאר א מענטש. איך וועל נישט אריינגיין צו טיף אין דעם חלק, ווער עס וויל עס טיפער פארשטיין קען נאכקוקן אלע מקורות וואס איך צייכן דא צו אין דעם פאראגראף. איך וועל רעדן נאר פון איין אינגרידיענט אין וואקסינען - אלומינום, וויבאלד אויף דעם איז ארויסגעקומען אין די לעצטע עטליכע יאר גאר אסאך שטארקע און קראנטע שטודיעס, ארויסגעגעבן דורך באזונדערע זעלבסטשטענדיגע אויספארשער פון ארום די גאנצע וועלט, וואס אלע האבן זיי געוויזן די זעלבע מסקנות. און באטראכנדיג צוזאמען אלע שטודיעס, שטעלט זיך ארויס א קלארע שוידערליכע בילד, וויאזוי אלומינום אין די וואקסינען האט א גראדע מהלך וויאזוי עס קען גורם זיין אויטיזם.
אבער קודם א שטיקל הסבר וואס אלומינום זוכט בכלל אין וואקסינען.
רוב וואקסינען וועלכע מען געט היינט צוטאגס פאר קינדער אין אמעריקע האבן נישט אין זיך קיין לעבעדיגע וויירוסעס. למשל אינעם פאליא וואקסין (IPV) איז דער פאליא וויירוס שוין טויט. אדער אינעם העפיטייס בי וואקסין, איז דער וויירוס שוין אויך טויט, און דערצו ליגט אינעם וואקסין נאר א חלק פונעם העפיטייס בי וויירוס. אינעם דיפעטעריע וואקסין למשל, ליגט בכלל נישט דער דיפעטעריע באקטעריע, נאר א מאדיפיצירטער טאקסין וואס ווערט ארויסגעלאזט דורך די דיפעטעריע באקטעריע.
די שטיקלעך פון די געשטארבענע באקטעריע אדער וויירוסעס אדער מאדיפיצירטע טאקסינ'ס ווערן געווענליך אנגערופן "אנטידזשענס" (antigens).
די פראבלעם ווערט אבער, אז ווען מען שטעכט אריין פשוט א אנטידזשען אינעם מענטשליכן קערפער, ווערט נישט דער אימיון סיסטעם אזוי איבערראשט דערפון. און עס פראדוצירט נישט קיין שטארקע אנטיבאדיס עס צו פייטן, און במילא איז דאס גארנישט ווערט לגבי דעם וואס מיר ווילן דא פונעם וואקסין, ווייל עס מאכט נישט אז די קערפער זאל אנטוויקלען א שטארקע אימיוניטי, און זיכער נישט גענוג שטארק עס זאל קענען לענגער אנהאלטן א אימיוניטי צו דעם אנטידזשען.
וועגן דעם, איז די CDC מסביר, דארף מען אריינלייגן אינעם וואקסין א "עדזשעווענט" (adjuvant), דהיינו א זאך וואס זאל סטימולירן און אונטערצינדן דעם אימיון סיסטעם ער זאל שפירן ווי עס איז דא אריינגעקומען אינעם קערפער עפעס א שרעקליכער שונא, אזוי ער זאל זיך נעמען שיסן מיט אנטי באדיס צו פייטן דעם וואקסין. און אזוי וועט אנטוויקלט ווערן שטארקע אנטיבאדיס צו דעם אנטידזשען אינעם וואקסין, און די אויסגעבעטענע אימיוניטי צו דעם וויירוס וועט געשאפן ווערן אינעם קערפער, און עס וועט אנהאלטן ביז עס וועט אויסוועפן.
יעצט, אז מיר פארשטייען שוין די ראלע פון אלומינום אין וואקסינען. קענען מיר שוין צוקומען מסביר צו זיין מיטן אויבערשטנ'ס הילף די פשוטע מעכאניזם וויאזוי אלומינום קען מאכן א מענטש אויטיסטיק ח"ו.
דער הייליגער באשעפער האט באשאפן דעם מענטש מיט א געוואלדיגע חכמה, און אויסגערעכנט אלעס אינעם מענטשליכן קערפער ביז יעדעס פיצקעלע ריר. ווען א פרעמדע באציל וואס איז שעדליך פאר א מענטש דרינגט אריין אינעם קערפער, כאפט עס די אימיון סיסטעם תיכף אריין אין אזעלכע ספעציעלע צעלן וועלכע ווערן אנגערופן "מייקראפעדזשעס" (macrophages). דער מייקראפעדזש כאפט אריין דעם פרעמדן באציל אין זיך אריין און האלט עס ביי זיך, דערנאך שיסט דער אימיון סיסטעם ארויס ווי למשל קוילן וועלכע זאלן קענען הרג'ענען דעם שונא, וואס דער שונא איז למשל דער פרעמדער באציל וואס דער מייקראפעדזש האלט ביי זיך. יעצט, די קוילן וועלכע זענען געמאכט צו הרג'ענען די שונאים פונעם אימיון סיסטעם ווערן אנגערופן "סייטאקיינ'ס" (cytokines). פאר יעדע מין באציל אדער שונא איז דא אנדערע סארטן סייטאקיינ'ס וואס דער אימיון סיסטעם שיסט ארויס, און די סייטאקיינ'ס דארפן קעיר נעמען פונעם שונא און מאכן א א סוף מיט אים.
פארשטייט זיך, אז סייטאקיינ'ס וויבאלד זיי קענען הרג'ענען באצילן, איז נישט גוט פארן קערפער צו האבן אסאך דערפון, וויבאלד דאס קען חס ושלום חרוב מאכן סיי וואס עס שטייט זיי אין וועג. אין א פאל וואס עס איז דא גאר אסאך דערפון, ווערט דער גאנצער קערפער גאר שטארק אינפלעימט, און דאס ברענגט צו אינפלעמעטארי (inflammatory), וואס עס איז באקאנט אז דאס קען זיין גאר שעדליך.
יעצט לאמיר גיין ווייטער. א מייקראפעדזש פונעם אימיון סיסטעם פונעם מח ווערט אנגערופן "מייקראגליע" (microglia), ווען דער מייקראגליע כאפט אריין אין זיך א פרעמדע שונא, שיקט ער אויך ארויס סייטאקיינ'ס צו באקעמפפן דעם שונא.
שטודיעס האבן איבערגעצייגט, אז ווען דער מייקראגליע שיקט ארויס א געוויסע סייטאקיין מיטן נאמען "אינטערלאקין זעקס" (Interleukin 6) אדער ווי עס ווערט אנגערופן אין קורצן אייל- זעקס (IL-6), קען דער ספעציפישער סייטאקיין צוברענגען צו אויטיזם ה"י. דאס האט מען געזען דורכדעם וואס מען האט אריינגעגעבן אייל-זעקס אין בעלי חיים, און מען האט געזען אז זיי זענען געווארן אויטיסטיק. (פארשטייט זיך אז דאס קוקט מען נאך לויט זייער לעבנ'ס שטייגער..)
פון דא און ווייטער איז שוין זייער פשוט צו פארשטיין. שטודיעס האבן געוויזן, אז ווען עס קומט אן אלומינום אינעם מח, נעמט זיך די מייקראגליע ארויסצושיקן גאר אסאך אייל-זעקס סייטאקיינ'ס, במילא איז זייער פארשטענדליך וויאזוי אלומינום קען ברענגען אויטיזם.
די שאלה איז נאר, וויאזוי קומט דער אלומינום אן אין מח אריין.
דער ענטפער אויףַ דעם איז אזוי. דער אימיון סיסטעם כאפט אריין די אלומינום וואס דער קערפער באקומט פון די וואקסינען אריין אין א מייקראפעדזש. יעצט געשעט אזוי, אויב איז דאס זייער א גרויסע דאזע פון אלומינום וואס די אימיון סיסטעם זעט גראד אז ער קען עס נישט באהאנדלען, מאכט דעמאלטס דער קערפער אזויווי אזא הארטע באלי (Granulomas) ארום און ארום די אלומינום, עס זאל דארט בלייבן לעולם ועד און קיינמאל נישט קענען שעדיגן דעם מענטש.
אויב אבער די דאזע איז גענוג קליין אז דער אימיון סיסטעם טראכט (בטעות) אז ער קען יא קעיר נעמען דערפון, דעמאלטס כאפט ער אריין די אלומינום אינעם מייקראפעדזש און ער פרובירט עס צו פייטן. אבער וויבאלד דער קערפער האט נישט די יכולת צו הרג'ענען די אלומינום בלייבט עס ליגן אין די מייקראפעדזש אזויווי עס איז, און די מייקראפעדזש פארט ארום אין די בלוט א גאנצן צייט.
יעצט איז אזוי, דער מייקראפעדזש איז דאך א מענטשליכע צעל, וואס פונקט ווי אלע מענטשליכע צעלן האלטן אין איין שטארבן און עס ווערט געבוירן פרישע, די זעלביגע געשעט אויך מיט א מייקראפעדזש. יעצט וואס געשעט אויב דער מייקראפעדזש מיט די אלומינום שטארבט, די אלומינום ווערט פארכאפט דורך א פרישע מייקראפעדזש, והכל על מקומו יבוא בשלום. וואס געשעט אבער ח"ו אויב שטארבט ער פונקט אינעם מח פונעם מענטש? דעמאלטס כאפט עס די מייקראגליע און הייבט אן צו שיסן מיט אייל-זעקס, און נעקסט קומט אויטיזם חס ושלום.
שוין, דאס איז בקיצור נמרץ אויפן פשוט'סטן אופן מסביר געווען די סייענס ארום די נושא.
פארשטייט זיך אז מען קען דא אריינגיין טיפער און טיפער אין די נושא, אבער דער שפיץ וואס איך האב דא געוואלט צוקומען מיט מיין תגובה איז, אז אויב קומט אייך עמיצער זאגן אז עס איז אוממעגליך אז וואקסינען זאלן ברענגען אויטיזם. דאן זאלט איר אים מודיע זיין אז ער לעבט אין א גרויסן טעות. און אפילו די רעגירונג - אין בעסטן פאל - ווייסט פשוט נאכנישט אז וואקסינען קענען ברענגען אויטיזם. און קיין הוכחה האבן זיי זיכער נישט אויף זייער זייט.
ווער עס וויל דורכטון די נושא פון אויטיזם און וואקסינען אויף גאר א גרינטליכן אופן, וואלט איך אים געראטן דורכצוליינען דעם בוך how to end the autism epidemic וואס J.B. Handley האט ארויסגעגעבן, וואס ער צונעמט מורא'דיג שטארק און קלאר די גאנצע נושא.
ווער עס וויל, קען דאנלאודן די PDF פונעם ביכל דא פאר אומזיסט.
https://drive.google.com/file/d/0B8o4tH ... p=drivesdk