וואקסינען דעבאטע

אחראי: יאנאש

שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעבאשנוט »

פארוואס קען מען נישט אגריען אז קינדער וואס זענען נישט אמיוניזידט באלאנגן נישט אין סקול בשעת א אינטערגאנג? פארוואס איז דאס אזוי שווער צו דערהערן? ווילסט נישט גיבן קיין שאטס, געזינטערהייט, טו מיט דיינע וויאזוי דו פארשטייסט, אבער פארוואס פארשטייסטו נישט אז בשעת א אינטערגאנג דארף מען אבאכט גיבן? וואס קערט מען איבער די שטאט?
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

שמו האט געשריבן:פאר די אלע וואס טענה'ען אז איך האב נאכנישט געענטפערט
א. יעצט פאר פסח איז אנגעצויגענע טעג (ב"ה) נאך פסח בל"נ בעז"ה, וועלן מיר ענטפערן פאר ווער ס'וויל בס"ד
ב. מער ווייניגער איז שוין אלעס במילא געענפטערט געווארן אין דעם "אלעס ארום וואקסינ'ס" אשכול.

לגבי די ראבא-קאל'ס, פארשטיי איך טאקע נישט, און ס'האט ב"ה נישט מיט מיר,
אבער אסיפות, איז א ריכטיגע זאך, ווען מ'לאזט נישט ארויס רעדן אונזער זייט

לגבי רבנים, חלילה מיר רעדן נישט אויף רבנים, אבער מיר האבן רבנים אויף אונזער זייט אויך, דעריבער איז לעכעריג צו שרייען אז מ'גייט קעגן רבנים, און לגבי דעם 'רעלידזשע"ס עקזעמשע"ן, מעג מען ניצן, און מיר ניצן דאס, ע"פ הוראת רבנים חשובים, וואס האבן אונז גע'עצה'ט אזוי.

לגבי די לעדי'ס וואס האבן גערעדט פאר די מידיע, איז טאקע א נער'ישקייט, אבער האט אויך ב"ה נישט מיט מיר, און נישט מיט די וואס האבן אנגעפירט דעם קאנפרענץ איבער די סכנה פון געבן שאט'ס.

ועוד חזון למועד פאר אלע אנדערע זאכן בעז"ה.

וועלכע רבנים?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל וואס האט גחתמעט אויפן צעטיל?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

שמו האט געשריבן:ווען מ'לאזט נישט ארויס רעדן אונזער זייט

ווער לאט נישט ארויס רעדן וועם
ס'איז דא א האט ליין ס'געווען א קאנפרענס קאל ס'איז דא אסיפה'ס
מען קאלל'ט ארום מען לייגט פאשקווילן און די טוילעט און בהמ'ד מען שיקט אהיים צעטלעך און פון די גראסערי
איך מיין אז יעדע צייטונג האט געהאט אריין געלייגט די עד פון די בילד מיט די גאן

יעצט אויב די איד לייגט אריין א עד קעגן די אנטי קאלט מען ארום באשייגצן אויב א רב/רבי האט נישט אויס געהערט ענקער זייט קאלט מען ארום באשייגצן

איך האלט און איין ליינען דא אז מען לאזט ענק נישט
דערווייל האב איך נישט געזען קיין איין זאך וואס מען לאט ענק נישט
ענק שרייען נאך מען דערשטיקט עס ווייטער איך זעה נישט
איך זעה נאר אז יעדער וואס איז פרא און שיקט ארויס א צעטעל כאפט ער אזאנס און אזעלעכס פון ענק
איז דאס איז נאך ליגענט פון ענקער זייט

איז ביטע סטאפ מיט די ליגענטס
ס'איז א פרייע וועלט יעדער קען רעדן און מען קען קיינעם דערשטיקן
מען קען אהיים שיקן פון חדר (אויב דאס הייסט מען לאט נישט רעדן זענט עטץ א גרויסע רחמנות)

איז זייט געזונט און שטארק און האמער א כשר'ע פסח
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

איינס האט געשריבן:רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל וואס האט גחתמעט אויפן צעטיל?

די פרעגסט אדער די זאגסט
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

קענדי'ס האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:ווען מ'לאזט נישט ארויס רעדן אונזער זייט

ווער לאט נישט ארויס רעדן וועם
ס'איז דא א האט ליין ס'געווען א קאנפרענס קאל ס'איז דא אסיפה'ס
מען קאלל'ט ארום מען לייגט פאשקווילן און די טוילעט און בהמ'ד מען שיקט אהיים צעטלעך און פון די גראסערי
איך מיין אז יעדע צייטונג האט געהאט אריין געלייגט די עד פון די בילד מיט די גאן
איז זייט געזונט און שטארק און האמער א כשר'ע פסח

אוי זאגט איר גוט..
אפילו 'קול מבשר' וואס האלט זיך געווענטליך נוטראל.. האט שטארק געמאלדן די קאנפרעץ...
אלזו וואס איז די געשריי קאזאק הנגזל...
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

שמו האט געשריבן:פאר די אלע וואס טענה'ען אז איך האב נאכנישט געענטפערט
א. יעצט פאר פסח איז אנגעצויגענע טעג (ב"ה) נאך פסח בל"נ בעז"ה, וועלן מיר ענטפערן פאר ווער ס'וויל בס"ד
ב. מער ווייניגער איז שוין אלעס במילא געענפטערט געווארן אין דעם "אלעס ארום וואקסינ'ס" אשכול.

לגבי די ראבא-קאל'ס, פארשטיי איך טאקע נישט, און ס'האט ב"ה נישט מיט מיר,
אבער אסיפות, איז א ריכטיגע זאך, ווען מ'לאזט נישט ארויס רעדן אונזער זייט

לגבי רבנים, חלילה מיר רעדן נישט אויף רבנים, אבער מיר האבן רבנים אויף אונזער זייט אויך, דעריבער איז לעכעריג צו שרייען אז מ'גייט קעגן רבנים, און לגבי דעם 'רעלידזשע"ס עקזעמשע"ן, מעג מען ניצן, און מיר ניצן דאס, ע"פ הוראת רבנים חשובים, וואס האבן אונז גע'עצה'ט אזוי.

לגבי די לעדי'ס וואס האבן גערעדט פאר די מידיע, איז טאקע א נער'ישקייט, אבער האט אויך ב"ה נישט מיט מיר, און נישט מיט די וואס האבן אנגעפירט דעם קאנפרענץ איבער די סכנה פון געבן שאט'ס.

ועוד חזון למועד פאר אלע אנדערע זאכן בעז"ה.

א׳ וועלכע רבנים האבן גע׳עצה׳ט צו ניצן רעליזשעס עקזעמפשנס?
והשנית עטליכע וואכן צוריק האסטו מיר נאך אלץ נישט געענטפערט פארוואס פאפא מאנסי האבן איבער דרייסיג עלטערן נישט אריינגעגעבן זייערע רעלידזשעס עקזעמפשנס נאר סתם זיך נישט צוטון געמאכט און אנגעמאכט א גאר גרויסער שאדן
והשלישית ווי אין ש׳׳ע שטייט אז מען טאר זיך נישט וואקסינירן (יעצט נוץ די פורים תורה וואס מען האט גענוצט אין קאורט)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Borough Park האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל וואס האט גחתמעט אויפן צעטיל?

די פרעגסט אדער די זאגסט

איך זאג
ר' מנחם מאיר האט געחתמט מזאל געבן
אבער פון די אנטיס הערט מעון אז ער זאגט מזאל נישט געבן
אוןדערפאר האב איך געלייגט די?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

farshlufen האט געשריבן:
יונה ישראל האט געשריבן:אלומינעם

א קעמיקל וואס איז געמאכט פון עלומינעם, אין פארשידענע וואקסינען, אבער בכלל נישט אין די MMR מיזעלס וואקסין.
יונה ישראל האט געשריבן:מוירקערי

בלויז טרעיסעס און דאס אויך בלויז אין איינצעלנע, וכנ"ל בכלל נישט אין די MMR מיזעלס וואקסין.

מקור:
1
2

די MMR האט בכלל נישט קיין adjuvants, וואס אויב אזוי איז דער פראבלעם מיט דעם? איך פרעג די ליינער וואס גיבן נישט קיין וואקסינען און MMR אויך נישט, און די וואס זענען בשיטה דערקעגן.

איך פארשטיי אז אפשר וועט רעב מייזעלס אויסקלארן די נושא און אויפקלערן דעם עולם בעסער אבער ס'איז מער אינטערעסאנט צו הערן וואס די פשוטי עם זאגן, ווייל אויב איז די סיבה נישט צו געבן די MMR וועגן אלומינום און דאס איז קלאר נישט ריכטיג דארף מען דאך איבערקלערן אויב ס'איז דא עפעס אמת אין די שיטה... און אויב ביסטו נישט קלאר אין די נושא דאן פארוואס ביסטו דערקעגן?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אז די וועסט צוריק קיקען אין די אלטע וואקסין אשכול וועסטו זעהן אז איך בין געווען פון די פייטערס קעגן די אנטי-וועקסערס, איך האב געפראווט זייערע טשארטס זענען בלאף וכו' viewtopic.php?p=1776149#p1776149, אלץ א מענטש וואס האט ליב נאכציגיין זאכן, האב איך געזעהן אז די זאכן וואס די אנטי וועקסערס שרייבן זענען פארדרייטע פאקטן וכו', און איך האב געקאלט דערויף דא אויף אייוועלט, באט ווי מער היציג די דיבאטע זעה איך אז די פרא-וואקסינען זענען אויך פיל מיט בלאף און שקר, איך ווער מער און מער סקעפטיש מיט וואקסינען, דערווייל גיי איך עס ווייטער געבן, אפגערעדט די וואקסינען וואס זענען קעגן די שעדליכע מחלות, נאר אפילו אזעלכע וואס זענען נאר יסורים איז דא א מקום צו פארמיידן יסורים במקום שאפשר, באט איך בין נישט רואיג דערמיט, און איך קען פארשטיין פארוואס מענטשן ווילן דאס נישט געבן.

ווען מען זאל פשוט מסביר זיין די וויכטיגקייט פון נעמען MMR, די פאקט אז מיזעלס איז שעדליך פאר מענטשן אין געוויסע אומשטענדן, איז מחייב אז מען מוז עפעס טוהן דערוועגן איז איין זאך, באט ווען מען הייבט אן ברענגע אז 110,000 מענטשען שטארבן יערליך, ווען מען רעדט פון 3טע וועלט לענדער, אדער ווען מען זעהט אז די CDC אליינס שרייבט אז כמעט יעדער העכער 62 יאר אלט האט געהאט מיזעלס מאמפס און רובעלא, יא אלע דריי, און קיינער געדענק נישט די הינדערטער לוי'ס טעגליך, מיט די טויזענטער אינוואלידן, און ניין נישט יעדע צווייטע 60 יעריגע איד איז טויב שטום און בלינד ל"ע, גיי אין בית המדרש וועסט אליינס זעהן, סא ברענגט עס א שטארקע תמיה וואס ליגט אינטער די בלאף און די מיס-אינפארמאציע, געווענליך ווען מען מוז צוקימען צו שקרים אדער האלבע אמת ליגט עפעס א הינט באגראבן דארט, ובפרט די טעראר וואס די העלט דיפארטמענט לייגט איז ממש ארויס פון יעדן פראפארץ, בעיני ראיתי ווי מען האט אהיים געשיקט קינדער וואס האבן נישט MMR, איך ווייס פון נאך וואס מען לאזט זיי נישט גיין אין חדר, עכ"פ די סאטמאר מוסדות האבן עס גענימען זייער ערנסט, אן אז מיין קינד וואס איז יא וואקסינירט קען נישט גיין אין חדר ווייל די העלט דיפארטמענט וויל טעראריזירן די מוסדות (וואס שטעלן זיך צו שענער ווי זיי דארפן) איז זייער פארדעכטיגט, ובפרט אז די וואקסינירטע קענען דאך סייווי נישט קעטשן מיזעלס, און די אומוואקסינירטע ווילן דאך קעטשן, סא וואס איז די פאניק.

נאך א נקודה, שטעל זיך פאר אז די פליגער וואס האט יעצט געקראכט, און מען זאל אינוועסטיגעיטען אז געוויסע מענטשען זענען נישט געווען אנגעטוהן סיט-בעלטס, יעדער וואלט גלייך פארשטאנען עפעס מאכט נישט קיין סענס, ווען פליגערס טראסקענען פון הימעל זיכט מען נישט דעם וואס האט נישט קיין סיטבעלטס, לענינינו, איך אליינס אן מאכן קיין ריסערטש ווייס איך יעצט תוך כדי דיבור פון 8 מענטשען וואס האבן געהאט מיזעלס אפילו זיי זענען 'יא' געווען וואקסינירט, און דאס איז א ריזיקע מספר לענ"ד, און מען הערט נישט קיין אינוועסטיגעישאן אויף דעם, וואס גייט דא פאר, פארוואס איז די וואקסין נישט עפעקטיוו, מען איז פארנימען זיכן דעם וואס האט נישט געגעבן די וואקסין, באט פאר א גיט יאר ווי קענסטו אים מחייב זיין צו געבן וואקסין אויב עס איז נישט עפעקטיוו? עפעס מאכט נישט קיין סענס! גיי פראק אויס די וואקסין קאמפעני, און ווען די האסט אן עפעקטיוו פראדוקט קום צוריק און פארלאנג אז מען זאל דאס געבן.

אנדערע טענה'ן אז גאר אסאך אנטיס קימען פון דעם וואס די גאווערמענט מאכט געבן וואקסינען פאר מחלות וואס זענען נישט טויטליך און נישט קריפלענדיג, די ליסטע פון וואקסינען ווערן גרעסער און גרעסער, אונז אלע האב מיר געהאט טשיקן פאקס, און קיינער איז נישט געשטארבן, עס קען שטיין אויף וויקיפידיע וויפיל טויטפעלער זיי ווילן, איך און דו און יעדער איינער וואס האט געהאט טשיקען פאקס ווייסט אז דאס איז א לעכעריגע דשאוק, סא ביז יעצט פלעג איך אלץ פרעגן מיין דאקטאר צו וואס פעלט אויס וועריסעלא וואקסין, איך האב געהאט טישקען פאקס עס האט מיר גארנישט פאסירט, און יעצט זעה איך אז מיזעלס איז באמת נישט ערגער פון טשיקען פאקס, נאר פשוט מען האט ערפונדען דעם וואקסין אביסל פריער... דער געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט און בארימטע מוח דאקטאר בען קארסאן האט געזאגט ביי די פרעזידענטליכע דיבאטע די פאלגענדע::
"Vaccines are very important, certain ones — the ones that would prevent death or crippling," he said. "There are others, a multitude of vaccines that don't fit in that category, and there should be some discretion in those cases."

איך האב געזעהן נעכטן אין די נייעס אז אין טעקסאס סטעיט סענאט ווערט פארגעשלאגן א בילל, נישט אן אנטי-וואקסין ביל, נאר א וואקסין סעיפטי ביל, דהיינו אז מען זאל נישט געבן קיין וואקסין פאר עס גייט דורך געהעריגע סעיפטי פארזיכערונגען, די זעלבע פארזיכערונגען ווי די אלע מעדעצינען גייען דורך, און אויך האב איך געזעהן א שיינע קלארע ארטיקל אויף דעם ענין, וואס איז מסביר זייער נייטראל די אויפטוה פון דעם ביל, און ליינענדיג דאס האט מיר געגעבן א געזינטע ציפ אז ערשטענס עס איז נישט אזוי גלאטיג, די וואקסינען זענען זייער נישט קאנטראלירט, צווייטענס יא מען קען טוהן מער פאר די סעיפטי פון וואקסינען, סא אנשטאט פייטן די אנטיס ווי משוגעים, זאלן מען יא אדרעסירן די נושא, יא מאכן סעיפטי געזעצן און סטאדיס, און אויב וועט די ביל דארכגיין אין טעקסאס וועלן מן הסתם אסאך סטעיטס נאכפאלגן מיט די זעלבע געזעץ, און די וואקסין קאמפעניס וועלן מוזן פארבעסערן די וואקסינען, וועט דאך זיין גיט, און פארדעם קומט קרעדיט פאר די אנטיס.
https://blog.tenthamendmentcenter.com/2 ... narrative/

נאך אפאר אינטעסאנטע נייעסליך וואס ווערן דערשטיקט איבער די נושא פון וואקסינען אבער איך האב נישט יעצט קיין צייט צו צינעמען אלע פון זיי, אבער דא איז דא פיל תוכן, און עס איז פון פראמינענטע מענטשן, נישט דעל ביגטרי.

יונייטעד סטעיטס סענאט
https://www.politico.com/story/2019/03/ ... es-1240542

אריזאנע
https://www.politico.com/story/2019/03/ ... es-1240542

מיזורי
http://www.emissourian.com/local_news/c ... 7930e.html

און אחרית דבר, די אנטי וואקס מאוומענט האט זיך נישט אנגעהויבן אין מאנסי, מיליאנען מענטשן אין אמעריקע זענען אנטי וואקסין, די מער איך ליין דערוועגן זעה איך מער און מער שטעט און געגנטער ווי עס זענען דא פיל אנטי וואקסין מענטשן, און מען קען נישט יעדען אפשטיפן מיט קש ותבן, און עס איז העכסט צייט די גאווערמענט זאל אויסדרייען דאס דאשיק און אנהייבן צייגן אז עס גייט זיי אן די זיכערקייט פון וואקסינען, און נישט נאר די זיכערקייט פון די אומרעגולירטע וואקסין אינדוסטרי, מענטשן זאלן האבן טראסט אין די וואקסינען, נישט צווינגען מענטשן, נאר זיי מאכן קאמפארטעבל מיט די וואקסין.

(און א ווארט צי די שוטה וואס האט א מנהג צו קוואוטען מיינע תגובות און אריינשרייבן נארישע זאלציגע שטותים, פליז קריך אפ פון מיר, איך שרייב עס דא נאך פאר די קוואוטסט עס)
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

אויב זענען די אנטי אזוי שטארק איבערצייגט פארוואס האבן זיי מורא צו גיין אין קאר''ט און באווייזן פאר'ן ריכטער אז ס'איז א סכנה און דעריבער קען מען זיי נישט צוינגען צו נעמן די וואקסי''ן
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

טוט זיך...? האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אין רוסלאנד האט מען געצווינגען צו טוען עפעס פאר די אינטערעסט פון די גאווערמענט (וואס איז דעס איז אקעגן דעמאקראטיע) דא וויל מען צווינגען עפעס וואס איז פאר די אינטערעסט פון די פיפעל, און דאס איז זייער פליכט

אן אריינגיין און ויכוחים, דאס ווערט אנגערופען און מאמע לשון סתם געהאקט און טשייניק, פינטל

ביטע טוט אייער ריסורטש פארן שיסן נאן-סענס

There we go "פינטעל", איך מעג מיך קריגן מיט אייך איר? מאכן ריסוירטש, "רוסלאנד האט מען געצווינגען צו טוען זאכן פארן אינטערעסע פונ'ם געווארמענט" דאס דארף איך אפילו נישט פארענטפערן, "דא וויל מען צווינגען עפעס וואס איז פאר די אינטערעסט פון די פיפעל" יא ווייס איך נישט וואו איר וואוינט אבער אין NYC ווילן רוב רובו מענטשן אז זייערע קינדער זאלן נישט כאפן מיזעלס און אז זיי זאלן נאר קומען אין בארירונג מיט וואקסינירטע מענטשן, "און דאס איז זייער פליכט" אין אונזער קאנסטיטוציע שטייט "for the people" זייער פליכט איז צו פראטעקטען אונזערע איטערעסן, וואו איז די טשייניק

די אלע מענטשן זענען וואקסינירט סא וואס איז זייער דאגה?

פיצלעך קינדער קען מען נישט וואקסינירן. אזוי אויך מענטשן מיט געזונטהייט אישוס צב"ש הארץ פראבלעמען ל"ע.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:די דאקטאר האט מיר געזאגט צוויי טאג צוריק אז לדעתו איז דא פיל קינדער אין וויליאמסבורג וואס האבן יעצט \ אדער געהאט מיזעלס און די העלט דיפארטמענט ווייסט ניטאמאל דערפון

דאקטאר סטעטפעלד האט מיר געזאגט די זעלבע. זיין הסבר איז אז די אלע צדיקים וואס טראגן די קינדער צו די געזונטע מיזעלס פארטיס גייען נישט צום דאקטאר נאר ווארטן אויס די פאר וואכן עס זאל אריבערגיין, און דערנאך טראגט מען צום דאקטאר זאל אונטערזוכן די סטערוידס און זעהן אז ער האט די אנטיבאדיס. דעריבער ווייסט נישט די העלט דעפארטמענט איבער אסאך קעיסעס.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

פעפערקארן האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
קאווליר האט געשריבן:מיין בליק אן דורך טוהן די נושא איז. אז מיזעלס איז נישט "אזוי שרעקעדיג" וואקסין איז נישט "אזוי שעדליך"
ובזה אצא ואומר שלום

קיינער זאגט נישט אז מיזעלס איז שעדליך פאר א געזינטע מענטש

די פראבלעם מיט מיזעלס איז דריי פאכיג
1) אז עס איז שרעקליך קאנטעדזשעס, עס כאפט זיך גאר גרינג אריבער פון איינעם צום צוויטען
און ווי אויך לעבט עס און די ליפט פאר אפאר שעה נאכען ארויסקומען פונעם אנגעשטעקטן מענטש

2) די מענטש וויסט נישט ביז בערך 4 טעג אז מען איז אנגעשטעגט דערמיט

3) אז פאר א מענטש מיט א שוואכע אימיון סיסטעם, ווי עלטערע מענטשן אדער גאר אינגע קינדער איז עס יא גאר טויטלעך!!

איז נעם צוזאמען די אלע פאקטארן וועסטו פארשטיין אז עס איז ניסים אז עס איז נאך נישט געווען קיין פיטאליטעטן ה"י און די היי יעריגע אויסבראך

אזוי זאגט ווער?
למעשה האבן שוין אלע עדזשעס געהאט מיזעלס און קיינער איז נאכנישט געשטארבען.

אין א"י זענען שוין צוויי מענטשן געשטארבן ה"י פון די מיזעלס אויסברוך.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

חסידישער קאך האט געשריבן:
Tahares hakodesh האט געשריבן:די דיבּאטע אויף וויפל איך פארשטיי בּיז אהער איז אויבּ וואקסין מאכט בּעסער אדער ערגער די בּריאה בּכלליות. אויף וויפיל אונז זעה מיר איז לכאורה נישׁט געווען עכטע פאטאליטעטן אויף קיין איין צד. עס וואלט ווען נישׁט שׁייך געווען א דעבּאטע אויף דברים ידועים.

די משפחות פון די שאדט'ס לאדן'דע האבן נאכווייען א גאנץ לעבן משא"כ מיזעלס איז נישטא קיינער וואס ליידט פון מיזעלס מער ווי 2 וואכן

ריכטיג. די איבער הונדערט טויזנט מענטשן וואס שטארבן יערליך פון מיזעלס ליידן שוין נישט נאכ'ן שטארבן.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:עם חכם ונבון קען מען זאגן מיט א קוועסטדן מארק!

שיקן א קינד מיט מיזעלס ארויס פון שטוב איז לכו"ע א חוצפה און אכזריות, איך גלייב אז קיינער קריגט נישט מיט דעם.
די שאלה איז נאר צו א יחיד מעג האבן די רעכט פאר זוך פריוואט נישט צו געבן קיין שאטס און האלטן זיינע קינדער אינדערהיים כ"ז ס'דא א חשש א די קינד איז קאנטעידזשעס...

כו"ע מודי אז מיזעלס האט שוין געברענגט פאטילטעטן, די שאלה איז נאר צו מ'דארף געבן די שאט עס צו פראווענטן, בו בזמן וואס ער פילט אז די וואקסין האט אויך א אנדערע זייט מטבע.

דאנערשטאג פ' אחרי א', י"ג ניסן תשע"ט ארום זעבענע אוונט איז א חסיד'יש ווייבל פון די שטארקע אנטיס געגאנגען מיט די קינדער איינקויפן שיך אין א קינדער שיך געשעפט אין וויליאמסבורג (וועלכע איז, שטייצעך, געווען פול מיט קינדער אריינגערעכנט פיצלעך). צווישן די קינדער איז געווען איינס אויף וועמען מען האט געזען די צייכענעס פון מיזלס.
א גרוידער וויליער דאקטאר האט מיר באשטעטיגט אז ער הערט פון פאציענטן וועמענ'ס פיצלעך זענען געווארן אנגעשטעקט אז די מיזעלס-פארטי-באגליקטע גייען טאקע נישט אין חדר, אבער זיי דרייען זיך געהעריג אין די האלוועיס צוזאמען מיט אלע קינדער.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

yield האט געשריבן:איך האב א טעאריע אז א חלק ניכר פון קינדער וואס מען פירט אריין אין שפיטאל איז פשוט ווייל זיי האבן באקומען די וואקסין און זיי האבן א רעאקציע

די טעאריע איז באזירט אויף א סרך מציאות, אדער סיז א האפענונג?

yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

Think and Thank האט געשריבן:

אויף א מציאות
yield the right of way
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

Think and Thank האט געשריבן:
yield האט געשריבן:איך האב א טעאריע אז א חלק ניכר פון קינדער וואס מען פירט אריין אין שפיטאל איז פשוט ווייל זיי האבן באקומען די וואקסין און זיי האבן א רעאקציע

די טעאריע איז באזירט אויף א סרך מציאות, אדער סיז א האפענונג?

ער כאפט זיך אן אין זיין לעצטע שטרוי אפשר דאך.....
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

10-Year-Old Boy Suffers Permanent Brain Damage After Getting Measles
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

@דממה דקה, שטארקע רייד צום ענין. איך האלט שוין פון לאנג אז ביידע זייטן גייען נישט מיטן פולן אמת.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

ניכרים דברי אמת @דממה דקה
yield the right of way
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעבאשנוט »

Has anyone see the PIE magazine

Beautiful job!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

א מכה? ניין א רפואה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משך דעם פסח איז מיר נתחדש געווארן א מורא׳דיגע חידוש, וויל איך דאס מיטטיילן מיטן עולם.

דערציילנדיג די הגדה פאר מיינע קינדער האב איך אויסגעשמועסט ביי די מכות וואס איז געעוען די כבידת לב פון פרעה ביי יעדע מכה, און וואס אט ער זיך געענטפערט ביי יעדע מכה פארוואס זאל ער נישט שיקן די אידן, ווי דער רמב״ן שרייבט ביי קריעת ים סוף [און דערמאנט דאס ביי מכת ארבה] אז ״היה הרצון לפניו יתברך לבקע הים ברוח קדים מיבשת שיראה כאלו הרוח היא המחרבת ים כי בעבור זה חשבו אולי הרוח שם הים לחרבה ולא יד ה' עשתה זאת בעבור ישראל אע"פ שאין הרוח בוקעת הים לגזרים לא שמו לבם גם לזאת ובאו אחריהם מרוב תאותם להרע להם״ פרעה האט זיך אנגעכאפט אין דעם רוח קדים.
און אזוי ביי יעדע מכה טרעפן מיר א תלויה וואס פרעה האט זיך אנגעכאפט אין דעם צו מסביר זיין אז לא יד ה' עשתה זאת בעבור ישראל, אדער אז ער האט טאקע זיך געבראכן און געוואלט ארויס שיקן (נאר שפעטער ווען די מכה איז אוועק האט ער צוריק געצויגן).

איז אזוי:
דם - וַיַּעֲשׂוּ כֵן חַרְטֻמֵּי מִצְרַיִם בְּלָטֵיהֶם וַיֶּחֱזַק לֵב פַּרְעֹה
צפרדע - וַיַּעֲשׂוּ כֵן הַחֲרְטֻמִּים בְּלָטֵיהֶם + אבער דא האט ער אויך זיך דערשראקן און יא געזאגט הַעְתִּירוּ אֶל ה׳ וְיָסֵר הַצְפַרְדְּעִים מִמֶּנִּי וּמֵעַמִּי וַאֲשַׁלְּחָה אֶת הָעָם, און נאר שפעטער וַיַּרְא פַּרְעֹה כִּי הָיְתָה הָרְוָחָה וְהַכְבֵּד אֶת לִבּוֹ
כנים - האבן זיי טאקע מודה געווען אז אֶצְבַּע א׳ הִוא
ערוב - וַיֹּאמֶר פַּרְעֹה אָנֹכִי אֲשַׁלַּח אֶתְכֶם וּזְבַחְתֶּם לה׳
דבר - וַיִּשְׁלַח פַּרְעֹה וְהִנֵּה לֹא מֵת מִמִּקְנֵה יִשְׂרָאֵל עַד אֶחָד וַיִּכְבַּד לֵב פַּרְעֹה וְלֹא שִׁלַּח אֶת הָעָם, און ווי סאיז מבואר אין די מפרשים אז איינס איז נישט געשטארבן און דאס האט איהם געשטארקט
ברד - וַיִּשְׁלַח פַּרְעֹה וַיִּקְרָא לְמֹשֶׁה וּלְאַהֲרֹן וַיֹּאמֶר אֲלֵהֶם חָטָאתִי הַפָּעַם ה׳ הַצַּדִּיק וַאֲנִי וְעַמִּי הָרְשָׁעִים. הַעְתִּירוּ אֶל ה׳ וְרַב מִהְיֹת קֹלֹת א׳ וּבָרָד וַאֲשַׁלְּחָה אֶתְכֶם וְלֹא תֹסִפוּן לַעֲמֹד
ארבה - וַיְמַהֵר פַּרְעֹה לִקְרֹא לְמֹשֶׁה וּלְאַהֲרֹן וַיֹּאמֶר חָטָאתִי לה׳ אֱ-לֹהֵיכֶם וְלָכֶם. וְעַתָּה שָׂא נָא חַטָּאתִי אַךְ הַפַּעַם וְהַעְתִּירוּ לה׳ אֱ-לֹהֵיכֶם וְיָסֵר מֵעָלַי רַק אֶת הַמָּוֶת הַזֶּה
חשך - וַיִּקְרָא פַרְעֹה אֶל מֹשֶׁה וַיֹּאמֶר לְכוּ עִבְדוּ אֶת ה׳
בכורות - האט ער דאך שוין געלאפן מיט זיינע פידזשאמעס.

בלייבט נאר איבער מכת שחין
וַיִּקְחוּ אֶת פִּיחַ הַכִּבְשָׁן וַיַּעַמְדוּ לִפְנֵי פַרְעֹה וַיִּזְרֹק אֹתוֹ מֹשֶׁה הַשָּׁמָיְמָה וַיְהִי שְׁחִין אֲבַעְבֻּעֹת פֹּרֵחַ בָּאָדָם וּבַבְּהֵמָה וְלֹא יָכְלוּ הַחַרְטֻמִּים לַעֲמֹד לִפְנֵי מֹשֶׁה מִפְּנֵי הַשְּׁחִין כִּי הָיָה הַשְּׁחִין בַּחֲרְטֻמִּם וּבְכָל מִצְרָיִם. וַיְחַזֵּק ה׳ אֶת לֵב פַּרְעֹה וְלֹא שָׁמַע אֲלֵהֶם כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר ה׳ אֶל מֹשֶׁה.
נישט א קיין הסבר פארוואס האט זיך פרעה געהאלטן, וואס איז געווען זיין תלויה, אדער לאידך גיסא האט ער געדארפט רופן משה און אהרן און זאגן אז ער גייט שוין זיין וואויל.

זענען מיר געזעצן ביים סדר און פראבירט טרעפן א סיבה. איינער האט געזאגט ווייל סאיז נישט געווען קיין התראה, אבער לכאורה איז דאס נישט גענוג ווייל אנדערש ווי ביי כנים און חשך וואס סשטייט נישט אז סאיז געעוען לפני פרעה האט דאך ביי שחין פרעה געזעהן ווי משה ווארפט דעם אבק, ווי סשטייט וַיַּעַמְדוּ לִפְנֵי פַרְעֹה וַיִּזְרֹק אֹתוֹ מֹשֶׁה הַשָּׁמָיְמָה.
א צווייטער האט געטענהט אז סליגט אין די ווערטער פון ולא יכלו החרטומים, דערנאך האט מען פראבירט א אנדער תירוץ, אבער מיר האבן זיך נישט געקענט ארויסזעהן מיט א קלארן הסבר.

ס׳ווערט אבער שפעט מדארף כאפן חצות, האט מען געענדיגט דעם סדר אן קיין תירוץ.

נאכן דאווענען יום טוב צופרי באמערק אין אז מיין שכן איז נישט געעוען היינט, פרעג איך זיין ברודער וואס גייט פאר מיט שלמה? זאגט ער מיר אז ער ליגט און בעט. ביקור חולים איז דאך א מצה אויך ווען מען מישט זיך נישט, בין איך אריבער נאכן דאווענען איהם מבקר חולה זיין. אריינקומענדיג אין זיין צימער זעה איך אז ויהי השחין אבעבועות בעור בשרו, ער האט מיזעלס.. אופס! דא האט מיר אויפגעבליצט:
שחין איז דאך נישט קיין מכה, שחין איז א געזונטע זאך ס׳עמינוט די סיסטעם, מדארף דאס האבן פארן לעבן.
נאו וואנדער פרעה האט נישט פארקישט די אידן פון מצרים ווען זיי האבן איהם געברענגט אזא גוטע מתנה!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

yield האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
yield האט געשריבן:איך האב א טעאריע אז א חלק ניכר פון קינדער וואס מען פירט אריין אין שפיטאל איז פשוט ווייל זיי האבן באקומען די וואקסין און זיי האבן א רעאקציע

די טעאריע איז באזירט אויף א סרך מציאות, אדער סיז א האפענונג?

אויף א מציאות

סאו דו האסט גערעדט מיט עלטערן און/אדער הצלה מיטגלידער וואס האבן דיר געזאגט אז א חלק ניכר (אדער אפי' שאינו ניכר) פון די קינדער וואס מען םירט אריין אין שפיטאל איז עס צוליב רעאקציעס צו די וואקסין?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”