בס"ד
ווער איז דאס האט געשריבן:[image][image][/image][/image]
read the 2nd link
עולם גולם קען מען איינרעדן אזעלכע שטותים, פשוט ווייל מ'האט אפאר לאטיינישע ווערטער צוזאמען מיט א שטודיע צוזאמען מיט די ווארט מיזעלס.
די דאזיגע שטודיע איז נאך איינס, פון הונדערטער און אפשר טויזנטער, פראבעס צו נוצן גיפטיגע "וויירוס" צעלן זיך אריינצוברעכן אין די שעדליכע אנקאלאדזשי צעלן און דארט אריינלייגן א סם צו פארניכטן די שעדליכע צעלן.
מען האט שוין פרובירט אזויפיל ערליי וויירוסן, דורך די טעכניק וואס הייסט "אימיונאו-ווייראו-טעראפי."
למשל, דא, סטאומעטייטיס וויירוס. אסאך שטודיע שוין געווען מיט סימפלעקס הערפיס וויירוס, און נאך אסאך, עס איז א גרויסע פעלד פון שטודיעס, ווייל די מעדיצינישע וועלט גייט זייער שטארק פאר'ן באגריף אז א פאוערפול וויירוס קען זייער שנעל אריינקומען גאנץ טיף אין מעליגנענט צעלן און, באוואפנט מיט אזא אדער אזא וואפן, דארט מאכן א חורבן. אבער מען האט נאך נישט געפינען די ריכטיגע קאמבינאציע פון וויירוס קאנאן, און פראטעין פולווער, וואס זאל טאן די דזשאב אויף א גרויסע פארנעם צו ווערן פראטאקאל.
Immunovirotherapy with vesicular stomatitis virus and PD-L1 blockade enhances therapeutic outcome in murine acute myeloid leukemia
Weiwei Shen, Mrinal M. Patnaik, Autumn Ruiz, Stephen J. Russell and Kah-Whye Peng
Blood 2016 127:1449-1458; doi:
https://doi.org/10.1182/blood-2015-06-652503יעצט צוריק צו די שטודיע פון "ווער איז דאס," איז עס א פרישע פראבע צו נוצן די מעכטיגע כלי פון מיזעלס וויירוס, און עס באוואפענען מיט עיטש-פיילארי, און אזוי צוזאמען אטאקירן די שעדליכע צעלן.
אין זיין ארגינעלע לינק שטייט נישט די חלק פון עיטש פיילארי, אבער יגעת ומצאת... די זעלבע שטודיע מיט מער פרטים און מער גראדע שפראך
http://grantome.com/grant/NIH/P50-CA116201-13-8259Breast cancer is the most common malignancy and the second leading cause of female cancer mortality in the US. Despite the availability of endocrine therapy, chemotherapeutics, and biologic agents, metastatic breast cancer remains incurable. Oncolytic virotherapy lacks cross resistance with conventional systemic interventions for breast cancer, and accumulating preclinical and clinical evidence suggests that viral cell death induced antitumor immunity may contribute to the therapeutic effects of these viral vectors.
אידיש: וואקסנדע קלינישע איבערווייזן זאגן אן אז די מהלך פון אנטי-מעליגנענט אטאקעס קענען צוהעלפן צו די פאזיטיווע אפעקטן פון די וויירעל-וויירוס כלים.
ווייטער...
מען האט געפינען איינצלנע מענטשן וואס זייער בלוט מעליגנענסיס זענען געווארן אביסל צוריק געצויגן נאך מיזעלס אינפעקציעס. וואס איז דאס? מ'קען דאך נישט יעדן געבן מיזעלס, האט מען גענומען ספעציעלע לעב-באארבייטע מיזעלס "וואקסין" צעלן צו באהאנדלען די מעליגנענסיס. מען האט געזעהן אז די וואקסין-וויירוס צעלן קענען העלפן פארגיפטן די מעליגנענט צעלן. איז מען געגאנגען צום נעקסטן הויפט ציל, צוזאמגעשטעלט די לאנג-יאריגע באגריף פון א וויירוס כלי, און אין דעם אינווייניג האט מען אריין געשטעלט א געוויסע שטארקע פראטעין פון די עיטש פיילארי באקטעריע, און דעמאלט האט די קאמבינאציע אנגעהויבן צו ארבייטן וכו' וכו' וכו'.
די שטודיע האט זיך אנגעהויבן נאך זומער, און דארף דויערן בערך א יאר, באזירט, אין איין שורה, אויף א לעב-באארבייטע מיזעלס וויירוס צעל וואס מ'נוצט אין "וואקסינען" (צו אויפבויען די אימיוניטי קעגן די ריכטיגע וויירוס), צוזאמען מיט לעב-בעארבייטע פראטעין צעלן פון עיטש פיילארי באקטעריע, אז די כלי זאל קענען אריינקומען אין די מעליגנענט צעלן און דארט זאל די פראטעין טון דעם ריכטיגן דזשאב.
וועט דאס ארבייטן? ימים ידברו. אויב יא, זעט מען די כוח פון איין צעל אינעם מיזעלס וואקסין, צוזאמען מיט עיטש פיילארי. אויב נישט, גייט מען ווייטער צו אנדערע וויירוסן וכו' וכו'.