וואקסינען דעבאטע

די אחראים: נאך עפעס, חיים נחום

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג יולי 07, 2019 11:57 am

אפשר ווייסט איינער [אפשר אברהם דוד] מיר צו ענטפערן. מען הערט זייער אסאך אז די רעגירונג מאכט זיכער אויף אן אגרעסיוון פארנעם אז קיין שום נעגעטיווע אינפא. אויף וואקסינען זאל נישט ארויסרינען צו דער גאס, און מען קען נישט סוען די קאמפעניס וכו' וכו'... איז די ערשטע שאלה: צו איז דאס אמת?!... אדער דאס איז נאך איין פון די צענדליגע שטותים וואס מען רעדט צוזאם איבער דעם נושא. שאלה נומער 2, פון די אנדערע זייט זאגן זיי אז צענדליגע מיליאנען ווערן פארטיילט יערליך פון ספעציעלע פאנדן וועלכע זענען געגרינדעט געווארן צו פארגיטיגן די געשעדיגטע פון וואקסינען... איז דאס אמת?!... און אויב יא וויאזוי שטימט דאס מיט די פריעדיגע טענה?!
אויב איינער קען ביטע אויסקלארן דעם נושא.. שכח.
ווייל ער איז א דרשו איד!

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » זונטאג יולי 07, 2019 12:44 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער [אפשר אברהם דוד] מיר צו ענטפערן. מען הערט זייער אסאך אז די רעגירונג מאכט זיכער אויף אן אגרעסיוון פארנעם אז קיין שום נעגעטיווע אינפא. אויף וואקסינען זאל נישט ארויסרינען צו דער גאס, און מען קען נישט סוען די קאמפעניס וכו' וכו'... איז די ערשטע שאלה: צו איז דאס אמת?!... אדער דאס איז נאך איין פון די צענדליגע שטותים וואס מען רעדט צוזאם איבער דעם נושא. שאלה נומער 2, פון די אנדערע זייט זאגן זיי אז צענדליגע מיליאנען ווערן פארטיילט יערליך פון ספעציעלע פאנדן וועלכע זענען געגרינדעט געווארן צו פארגיטיגן די געשעדיגטע פון וואקסינען... איז דאס אמת?!... און אויב יא וויאזוי שטימט דאס מיט די פריעדיגע טענה?!
אויב איינער קען ביטע אויסקלארן דעם נושא.. שכח.

איך האב נישט ליב זיך איבערצוחזר'ן אלזא

מיין תגובה בנוגע סוען א וואקסין קאמפאני
מיין תגובה בנוגע דאס וואס די שטאט באצאלעט פאר וואקסין געשעדיג'טע

הגם אין מיין תגובה בנוגע באצאלען פאר וואקסין גשעדיגט'ע רעד איך נאר פון פלו, קען מען קוקען די נומערן פון די לינק וואס איך האב דארט געלייגט און זען אז די פלו האט מען באצאלעט די מערסט'ע

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג יולי 07, 2019 1:18 pm

בס"ד
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער [אפשר אברהם דוד] מיר צו ענטפערן. מען הערט זייער אסאך אז די רעגירונג מאכט זיכער אויף אן אגרעסיוון פארנעם אז קיין שום נעגעטיווע אינפא. אויף וואקסינען זאל נישט ארויסרינען צו דער גאס, און מען קען נישט סוען די קאמפעניס וכו' וכו'... איז די ערשטע שאלה: צו איז דאס אמת?!... אדער דאס איז נאך איין פון די צענדליגע שטותים וואס מען רעדט צוזאם איבער דעם נושא. שאלה נומער 2, פון די אנדערע זייט זאגן זיי אז צענדליגע מיליאנען ווערן פארטיילט יערליך פון ספעציעלע פאנדן וועלכע זענען געגרינדעט געווארן צו פארגיטיגן די געשעדיגטע פון וואקסינען... איז דאס אמת?!... און אויב יא וויאזוי שטימט דאס מיט די פריעדיגע טענה?!
אויב איינער קען ביטע אויסקלארן דעם נושא.. שכח.

וויאזוי האט נאר געהייסן די שטאט וואו מען האט געכאפט סאדאם כוסעין אין בונקער, טיקריט? שטימט. און גארבאטשאוו מיט יעלטצין האבן זיך פארטראגן גאנץ כמעשה ווילאנג פוטין האט זיך באפעסטיגט די ציין אין פעטערבורג, הא?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג יולי 07, 2019 2:54 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער [אפשר אברהם דוד] מיר צו ענטפערן. מען הערט זייער אסאך אז די רעגירונג מאכט זיכער אויף אן אגרעסיוון פארנעם אז קיין שום נעגעטיווע אינפא. אויף וואקסינען זאל נישט ארויסרינען צו דער גאס, און מען קען נישט סוען די קאמפעניס וכו' וכו'... איז די ערשטע שאלה: צו איז דאס אמת?!... אדער דאס איז נאך איין פון די צענדליגע שטותים וואס מען רעדט צוזאם איבער דעם נושא. שאלה נומער 2, פון די אנדערע זייט זאגן זיי אז צענדליגע מיליאנען ווערן פארטיילט יערליך פון ספעציעלע פאנדן וועלכע זענען געגרינדעט געווארן צו פארגיטיגן די געשעדיגטע פון וואקסינען... איז דאס אמת?!... און אויב יא וויאזוי שטימט דאס מיט די פריעדיגע טענה?!
אויב איינער קען ביטע אויסקלארן דעם נושא.. שכח.

לאמיר דיר זאגן וואס איך האב מיר געלערנט פו מורינו ר' אברהם דוד :
נעם סיי וועלכע שטיקל אינפארמאציע וואס די אנטי זאגן אז דאס איז נעגאטיוו און באהאלטן געווארן, און קוק דאס אליין נאך!
קוק אויב
1. דאס איז טאקע אמת
2. עס איז טאקע נעגאטיוו
3. פון ווי ווייסן עס די אנטי?
4. ווער און ווען האט עס באהאלטן...

איך האב אזוי געטון אויף צענדליגע שטיקלעך אינפארמאציע (וואס די אנטי האבן געשריגן אז עס איז "נתגלה געווארן" עפעס טיעפע שוידערליכע אינפורמציה וואס מען האט פארדעקט), און עס איז יעדע מאל בלי שום יוצא מן הכלל זיך אויסגעשטעלט אז עס איז פשוט שקרים. וואס הייסט שקרים? אדער איז די גאנצע אינפורמציה נישט אמת (דהיינו עס איז נישט ווי די אנטי לייגן עס אראפ), אדער איז די זאך אמת אבער עס איז נישט נעגאטיוו (נאר די אנטי טייטשן עס אויס נעגאטיוו), אדער איז עס אלעמאל געווען ידוע (אפטמאל שרייבן די אנטי "נתגלה געווארן " 4 מאל אויף די זעלבע שטיקל אינפורמציה).

פראביר נאר. לייג ארויס דא ברבים אזא שטיקל אינפורמציה , און לאמיר עס דורכפירן די זוכעניש, דא ברבים!
(בתנאי אחד, אז מען קען נישט אינמיטן די זוכעניש טוישן וואס מען זוכט :roll: )
mi a nagy ügy

מחשב
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג יולי 07, 2019 6:38 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער [אפשר אברהם דוד] מיר צו ענטפערן. מען הערט זייער אסאך אז די רעגירונג מאכט זיכער אויף אן אגרעסיוון פארנעם אז קיין שום נעגעטיווע אינפא. אויף וואקסינען זאל נישט ארויסרינען צו דער גאס, און מען קען נישט סוען די קאמפעניס וכו' וכו'... איז די ערשטע שאלה: צו איז דאס אמת?!... אדער דאס איז נאך איין פון די צענדליגע שטותים וואס מען רעדט צוזאם איבער דעם נושא.

די NCVIA געזעץ - דער געזעץ וואס באשטימט דער NVICP די National Vaccine Injury Compensation Program, האט צווישן אנדערע אויך אוועקגעשטעלט א געזעץ אז סאיז א פליכט אויף יעדע העלט קעיר פראוויידער צו באריכטן יעדע אדווערס איווענט פון א וואקסין, און האט צוליב דעם געגרינדעט די VEARS ספעציעל צו נאכזוכן און זאמלען אלע באריכטעטע "מעגליך" פארבינדעטע סייד עפעקטס.

די National Vaccine Injury Compensation Program ווערט אויך באצאלט דורך די קאמפאניעס. דורך א 75 צענטיגע שטייער אויף יעדע וואקסין. (די MMR וועט האבן דריי מאל 75 צוליב די דריי וואקסינען וואס זענען דא דערין). די חילוק פון פארן NCVIA געזעץ ביז דער יעצטיגער מצב, איז בלויז אז עס האט מער קלארער באשטימט די גיידליינס פון קלעימען די קאמפאני, ווי צום ביישפיל, וועלכע סייד עפעקטס קען זיכער נישט קומען פון א וואקסין, און וולכע קען מעגליך יא. עס האט פארגרינגערט די געריכטליכע אויסגאבן וואס פלעגט זיך קענען ציען אן קיין שום סיסטעם.

עס האט אויך צווישן אנדערע גרינגער געמאכט פארן קלעימער דורכן צושטעלן אומזיסטע לויער'ס פאר די קלעימער. ווי אויך אוועקגעשטעלט גאנץ לייכטע טערמינען פון איבערווייז פארן קלעימער אז ער זאל זיין בארעכטיגט צו באקומען קאמפענסאציע.

פאר 1986 ווען די געזעץ איז געווארן, זענען געווארן געקלעימט אויך סייד עפעקטס וואס איז געווען שטודירט אלס "קיין פארבינדונג מיט וואקסין", ווי אויך זענען די געריכטליכע פראצעדורן געווען זייער פארצויגן, וואס דאס האט ממש אוממעגליך געמאכט פאר קאמפאניעס צו פראדעצירן 1 געוויסע וואקסין, און דערפאר האט מען געמאכט די געזעץ, וואס די אלטע חובות האט די גאווערמענט באצאלט, און פון דאן און ווייטער די קאמפאני מיט די 75 צענטיגע שטייער ווי אויבן דערמאנט.

אינטערסאנט צו באמערקן, אז אויב איינער איז נאכן דורכגיין די ספעציעלע קארט פאר וואקסין שעדיגונג נישט צופרידן מיט די פסק, קען ער נאך אלס גיין אין געהעריגע קאורט קלאגן דירעקט די קאמפאני, נאר דאן זענען די רעגולאציעס שטייפער, און שווערער צו געווינען.

שאלה נומער 2, פון די אנדערע זייט זאגן זיי אז צענדליגע מיליאנען ווערן פארטיילט יערליך פון ספעציעלע פאנדן וועלכע זענען געגרינדעט געווארן צו פארגיטיגן די געשעדיגטע פון וואקסינען... איז דאס אמת?!... און אויב יא וויאזוי שטימט דאס מיט די פריעדיגע טענה?!
אויב איינער קען ביטע אויסקלארן דעם נושא.. שכח.

עס זענען למעשה פארהאן פארשידענע גאר זעלטענע סייד עפעקטס. צומאל איז דא א געוויסע פעלערהאפטיגע שיפמענט. צומאל איז עס וועגן זייטיגע זאכן פון די נידעל וכדו', וואס האט נישט מיט די וואקסין זעלבסט. און ווי אויבן דערמאנט איז די טערמינען פון איבערווייז לייכט ביי די NVICP, מ'דארף נישט איבערווייזן אז עס האט טאקע א שייכות, עס איז גענוג אנצווייזן אז ס'האט פאסירט אין א קורצע צייט אפשניט וכו'.
הוי מחשב...

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג יולי 08, 2019 10:40 am

:i"
דער עולם קומט דא אריין צו קלאר, באלד וועט שוין נישט זיין מער וואס צו זיך טענה'נען, אייוועלט האלט ביים אינטערברעכן

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » מאנטאג יולי 08, 2019 1:12 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:

Waukesha האט געשריבן:

גרויסע-גדולה האט געשריבן:

מחשב האט געשריבן:

א ריזן דאנק פארן לעגאו פאר די קלארע און זאכליכע פראגע, איך האב געפלאנט מער נישט צו שרייבן דא אבער איך שפיר אלס חוב אויסצודרוקן דאנקבארקייט אז ענדליך, און אפשר צום ערשטן מאל, קען מען אנצייגן "קוק וויאזוי מען דארף פרעגן!"

הרב גרויסע גדולה האט אזוי שיין און זיס אוועקגענומען די 'שוידער' פון די 'אויפדעקונג' אז די רעגירונג באהאלט.
הרב מחשב האט אזוי קורץ, שארף, און קלאר געענטפערט.
און איך ראט יעדן צו ליינען Waukesha'ס דעטאלירטע און זאכליכע תגובה אין די נושא.

איך וואלט נאר געוואלט צולייגן א נומבער אז מען זאל קענען זעהן פון וואס מען רעדט.
די סך הכל נומבער פון וויפיל מענטשן האבן באקומען קאמפענסאציע פון די וואקסין געריכט אין די צען יאר פון 2006 ביז 2016. וואס אגב, האט א מענטש א 42% שאנס צו סוקסעס אין די וואקסין געריכט, אין קעגנזאץ צו פעלער אדער אומשטענדן ווי מען קען יא גיין אין א ציווילע געריכט, וואס האבן בלויז א 23% שאנס צו סוקסעס.
פון 3,454,305,014 וואקסינאציעס(אויב איינער האט שוועריקייטן מיט נומערן - דריי ביליאן פיר הונדערט פיר און פופציג מיליאן דריי הונדערט פינעף טויזענט און פערצן) וואס זענען געגעבן געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן, האבן 4,153 מענטשן באקומען קאמפענסאציעס. וואס דאס קומט אויס 1.2 (איין און א פינעפטל) מענטש פון א מיליאן!
די נומבערס רעכנען אריין אלע מענטשן וואס האבן באקומען געלט פון די וואקסין געריכט אויך אויב עס איז בלויז געווען פאר לעגאלע און אנדערע קאסטן, קאמפענסאציעס פאר די וואקסין אליינס האבן בלויז 3,032 פון זיי באקומען.

(די נומבער וואס Waukesha ברענגט פון פלו שאט זעהט אויס אביסל ארויס פון פראפארציע און איז די גרעסטע נומבער פאר א איינצעלנע סארט וואקסין (2,833) אבער פון די פלו שאט איז געגעבן געווארן איבער איין אהאלב ביליאן שאטס, דאס איז בערך פופצן מאל די עוורעדזש צאל וואס איז געגעבן געווארן פון אנדערע וואקסינען, און די נומבער פער מיליאן איז טאקע אין די עוורעדזש פון די אנדערע וואקסינען)

___ ___ ___ ___
איינער האט מיר געפרעגט וועגן קארטיזאן אויב איך האב געמיינט צו זאגן אז עס איז נישט דא קיין פראבלעם דערמיט,
איך האב דאס בלויז גענוצט אלס משל וואס איך האב גענומען פון א אמת'ע מעשה. נאך וואס א חבר מיינער האט מיר פארציילט אז ער נעמט טאבלעטן וואס ער האט באקומען פון א כינעזער גוי אן קיין לייסענס פאר באהאנדלונג אויף א געוויסע פראבלעם, און אויף מיין שאלה פארוואס ער נוצט נישט די נארמאלע אנגענומענע מעדעצין האט ער מיר געענטפערט אז ער האט געהערט אז עס האט אין זיך קארטיזאן...
איר הערט א דרגא אין צודרייט? ער נעמט טאבלעטן פון א כינעזער גוי וואס ער האט נישט קיין אהנונג וואס עס ליגט דערין אבער ער וויל נישט נעמען א FDA באשטעטיגטע מעדעצין ווייל ער האט געהערט אז עס האט קארטיזאן...
יעדנספאל, קארטיזאן קען זיין שעדליך און עס איז נישט כדאי צו נוצן אין די וועלט אריין. (א אפיציעלע צייטונג וואלט פארענדיגט אז) מען זאל עס נאר נוצן מיט די אנווייזונג פון א דאקטער.
This post is rated MA and is intended for mature audiences.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 09, 2019 3:58 pm

קיקענדיג היינט אויף די סאליווען קאונטי וועבסייט וועגן מיזעלס האב איך דארט געטראפן א אידישע אויסגאבע צו אפווארפן די טענות קעגן וואקסינען, גראדע גאנץ א שיינע ארבעט, עס הייסט A Slice of PIE, אויף זייט 12 גייען זיי איבער די טיימליין פון וועיקפילד'ס דעקלעראציע ביזן היינטיגן טאג, זיי ווייזן אויף אז די העכערונג אין אוטיזם האט נישט קיין שייכות צום MMR וואקסין.

מיר האט אבער געכאפט די אויג איין זאך, זיי ברענגען אז אין יאר 05' האט יאפאן אויפגעהערט געבן MMR ווייל עס איז (געווען?) קאנטעמינעיטעד, סא מיין שאלה איז, וואס איז פשט אז נאר יאפאן האט אראפגענומען די MMR, איז עס נישט די זעלבע קאמפעני MERCK וואס מאכט עס פאר יעדעם?

לינק אראפגענומען
צוגעלייגטע
Slice of PIE_Final_Page_12.jpg
Slice of PIE_Final_Page_12.jpg (310.6 KiB) געזעהן 2429 מאל

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג יולי 09, 2019 4:18 pm

אברהם דוד האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:

Waukesha האט געשריבן:

גרויסע-גדולה האט געשריבן:

מחשב האט געשריבן:

א ריזן דאנק פארן לעגאו פאר די קלארע און זאכליכע פראגע, איך האב געפלאנט מער נישט צו שרייבן דא אבער איך שפיר אלס חוב אויסצודרוקן דאנקבארקייט אז ענדליך, און אפשר צום ערשטן מאל, קען מען אנצייגן "קוק וויאזוי מען דארף פרעגן!"

הרב גרויסע גדולה האט אזוי שיין און זיס אוועקגענומען די 'שוידער' פון די 'אויפדעקונג' אז די רעגירונג באהאלט.
הרב מחשב האט אזוי קורץ, שארף, און קלאר געענטפערט.
און איך ראט יעדן צו ליינען Waukesha'ס דעטאלירטע און זאכליכע תגובה אין די נושא.

איך וואלט נאר געוואלט צולייגן א נומבער אז מען זאל קענען זעהן פון וואס מען רעדט.
די סך הכל נומבער פון וויפיל מענטשן האבן באקומען קאמפענסאציע פון די וואקסין געריכט אין די צען יאר פון 2006 ביז 2016. וואס אגב, האט א מענטש א 42% שאנס צו סוקסעס אין די וואקסין געריכט, אין קעגנזאץ צו פעלער אדער אומשטענדן ווי מען קען יא גיין אין א ציווילע געריכט, וואס האבן בלויז א 23% שאנס צו סוקסעס.
פון 3,454,305,014 וואקסינאציעס(אויב איינער האט שוועריקייטן מיט נומערן - דריי ביליאן פיר הונדערט פיר און פופציג מיליאן דריי הונדערט פינעף טויזענט און פערצן) וואס זענען געגעבן געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן, האבן 4,153 מענטשן באקומען קאמפענסאציעס. וואס דאס קומט אויס 1.2 (איין און א פינעפטל) מענטש פון א מיליאן!
די נומבערס רעכנען אריין אלע מענטשן וואס האבן באקומען געלט פון די וואקסין געריכט אויך אויב עס איז בלויז געווען פאר לעגאלע און אנדערע קאסטן, קאמפענסאציעס פאר די וואקסין אליינס האבן בלויז 3,032 פון זיי באקומען.

(די נומבער וואס Waukesha ברענגט פון פלו שאט זעהט אויס אביסל ארויס פון פראפארציע און איז די גרעסטע נומבער פאר א איינצעלנע סארט וואקסין (2,833) אבער פון די פלו שאט איז געגעבן געווארן איבער איין אהאלב ביליאן שאטס, דאס איז בערך פופצן מאל די עוורעדזש צאל וואס איז געגעבן געווארן פון אנדערע וואקסינען, און די נומבער פער מיליאן איז טאקע אין די עוורעדזש פון די אנדערע וואקסינען)

___ ___ ___ ___
איינער האט מיר געפרעגט וועגן קארטיזאן אויב איך האב געמיינט צו זאגן אז עס איז נישט דא קיין פראבלעם דערמיט,
איך האב דאס בלויז גענוצט אלס משל וואס איך האב גענומען פון א אמת'ע מעשה. נאך וואס א חבר מיינער האט מיר פארציילט אז ער נעמט טאבלעטן וואס ער האט באקומען פון א כינעזער גוי אן קיין לייסענס פאר באהאנדלונג אויף א געוויסע פראבלעם, און אויף מיין שאלה פארוואס ער נוצט נישט די נארמאלע אנגענומענע מעדעצין האט ער מיר געענטפערט אז ער האט געהערט אז עס האט אין זיך קארטיזאן...
איר הערט א דרגא אין צודרייט? ער נעמט טאבלעטן פון א כינעזער גוי וואס ער האט נישט קיין אהנונג וואס עס ליגט דערין אבער ער וויל נישט נעמען א FDA באשטעטיגטע מעדעצין ווייל ער האט געהערט אז עס האט קארטיזאן...
יעדנספאל, קארטיזאן קען זיין שעדליך און עס איז נישט כדאי צו נוצן אין די וועלט אריין. (א אפיציעלע צייטונג וואלט פארענדיגט אז) מען זאל עס נאר נוצן מיט די אנווייזונג פון א דאקטער.

איינס פון מיליאן מענטשן, אדער איינס פון מיליאן שאטס? ויפעל פראצענט פון געשעדיגטע קומען אן אין קארט? און אויב סאיז נאר איינס פון מיליאן איז פארוואס האט מען געפטערט די וועקסין קאמפעניס פון אחריות?

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג יולי 09, 2019 4:34 pm

דממה דקה האט געשריבן:קיקענדיג היינט אויף די סאליווען קאונטי וועבסייט וועגן מיזעלס האב איך דארט געטראפן א אידישע אויסגאבע צו אפווארפן די טענות קעגן וואקסינען, גראדע גאנץ א שיינע ארבעט, עס הייסט A Slice of PIE, אויף זייט 12 גייען זיי איבער די טיימליין פון וועיקפילד'ס דעקלעראציע ביזן היינטיגן טאג, זיי ווייזן אויף אז די העכערונג אין אוטיזם האט נישט קיין שייכות צום MMR וואקסין.

מיר האט אבער געכאפט די אויג איין זאך, זיי ברענגען אז אין יאר 05' האט יאפאן אויפגעהערט געבן MMR ווייל עס איז (געווען?) קאנטעמינעיטעד, סא מיין שאלה איז, וואס איז פשט אז נאר יאפאן האט אראפגענומען די MMR, איז עס נישט די זעלבע קאמפעני MERCK וואס מאכט עס פאר יעדעם?

לינק אראפגענומען

סאיז געמאכט געווארן דורך Biken
לעצט פאראכטן דורך מים חיים אום דינסטאג יולי 09, 2019 5:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג יולי 09, 2019 5:01 pm

דממה דקה האט געשריבן:קיקענדיג היינט אויף די סאליווען קאונטי וועבסייט וועגן מיזעלס האב איך דארט געטראפן א אידישע אויסגאבע צו אפווארפן די טענות קעגן וואקסינען, גראדע גאנץ א שיינע ארבעט, עס הייסט A Slice of PIE, אויף זייט 12 גייען זיי איבער די טיימליין פון וועיקפילד'ס דעקלעראציע ביזן היינטיגן טאג, זיי ווייזן אויף אז די העכערונג אין אוטיזם האט נישט קיין שייכות צום MMR וואקסין.

מיר האט אבער געכאפט די אויג איין זאך, זיי ברענגען אז אין יאר 05' האט יאפאן אויפגעהערט געבן MMR ווייל עס איז (געווען?) קאנטעמינעיטעד, סא מיין שאלה איז, וואס איז פשט אז נאר יאפאן האט אראפגענומען די MMR, איז עס נישט די זעלבע קאמפעני MERCK וואס מאכט עס פאר יעדעם?

דא זעה איך אז יאפאן האט געהאט באזונדערע סטרעינס פאר די Mumps און Rubella.

דא איז א ארטיקל איבער די געפינסן אז די דארטיגע MMR האט געברענגט מענינדזשייטעס.
הוי מחשב...

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג יולי 09, 2019 5:08 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:איינס פון מיליאן מענטשן, אדער איינס פון מיליאן שאטס?

איינס פון מיליאן שאטס. איז דען דא 1.5 ביליאן מענטשען אין אמעריקא?

מצפים לישועה האט געשריבן: און אויב סאיז נאר איינס פון מיליאן איז פארוואס האט מען געפטערט די וועקסין קאמפעניס פון אחריות?

ווידער ליינסטו נישט קיין גאנצע תגובות. איך האב עס דאך אדרעסירט אין מיין תגובה וואס איך האב געלייגט א לינק אויבען (ווייניגער פון צען תגובות צוריק) ווייל איך האב מיך נישט געוואלט איבערחזר'ן.

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג יולי 09, 2019 6:16 pm

Waukesha האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:איינס פון מיליאן מענטשן, אדער איינס פון מיליאן שאטס?

איינס פון מיליאן שאטס. איז דען דא 1.5 ביליאן מענטשען אין אמעריקא?

מצפים לישועה האט געשריבן: און אויב סאיז נאר איינס פון מיליאן איז פארוואס האט מען געפטערט די וועקסין קאמפעניס פון אחריות?

ווידער ליינסטו נישט קיין גאנצע תגובות. איך האב עס דאך אדרעסירט אין מיין תגובה וואס איך האב געלייגט א לינק אויבען (ווייניגער פון צען תגובות צוריק) ווייל איך האב מיך נישט געוואלט איבערחזר'ן.

נו יעדע מענטש נעמט דאך צענדליגער שאטס איז דאך עס איינס פון צענדליגער טןיזענטר, לייג צו אז פאר יעדער וואס קלאגט איז דא מען וואס קלאגן נישט, און לייג צו די לאנג טערם סייד עפעקטס וואס איז נישט אבוויעס.

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » דינסטאג יולי 09, 2019 6:23 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:איינס פון מיליאן מענטשן, אדער איינס פון מיליאן שאטס?

איינס פון מיליאן שאטס.
דאס איז וואס איך האב קלאר געשריבן, מיין גערעכטיגקייט ווערט "נישט" איבערגעוויזן דורך איבערטרייבן פאקטן אזוי ווי ביי געוויסע אנדערע דא.

מצפים לישועה האט געשריבן:אויב סאיז נאר איינס פון מיליאן איז פארוואס האט מען געפטערט די וועקסין קאמפעניס פון אחריות?

אזוי ווי Waukusha האט ערקלערט באריכות איז קלאגן אין געריכט נאר די קלענערע טייל וואס האלט א פירמע פאראנטווארטליך, אבער בעפאר דעם און אסאך שטערקער ווי דעם איז פארהאן די געווענליכע 'קאנקורענץ פארמעסט' און 'גוטע נאמען שטרעבונג' וואס מאכט א פירמע זיין פאראנטווארטליך און אין דראנג צו די בעסטע מעגליכע פראדוקציע.
און אויב עס איז אייך דוקא וויכטיג אז די פראדוקט וואס איר באקומט זאל זיין געדעקט אויך צוליב פחד פון קלאגעס איז גוט אייך צו דערמאנען אז די פירמעס פארקויפן זייערע וואקסינען אין אלע לענדער איבער די וועלט וואס אין רוב פון די לענדער קען מען זיי געהעריג קלאגן אין געריכט, דאס מאכט זיי גענוג פאראנטווארטליך אז זיי זאלן נישט וועלן באהאלטענערהייט אריינלייגן סם אין די וואקסינען.

די סיבה פארוואס מען האט דאס געטאן, אין פאל איר האט נישט פארשטאנען מחשב'ס ערקלערונג.
עס איז דא צוויי צענדליגע אינדוסטריעס וואס זענען באשיצט דורך פעדעראלע געזעצן פון ציווילע קלאגעס אין געריכט, די פאראייניגונג צווישן זיי איז נישט די מאכט פון די אינדוסטריע נאר ענדערש די וויכטיגקייט דערפון.
און אלע גרויסע פירמעס (חוץ איינס וואס האבן געסטראשעט נאכצוטאן) האבן דעמאלס אויפגעהערט צו פראדוצירן פערטוסיס וואקסין, וואס איז געווען די דעמאלסדיגע מאונסטער פון וואקסינען, די פראבלעם איז געווען ענליך צו וואס עס וואלט געקענט נאכאמאל פאסירן היינט צוטאגס, אז ציווילע דזשורי מיטגלידער האבן פארטיילט ריזיגע סכומים צו אסאך אנקלעגער אין קעגנזאץ צו די אנגענומענע מיינונג פון 99.99999% געזונט פראפעסיאנאלען אז די קלאגעס זענען געווען אומבאזירט.
בלויז די פחד פון א ווידער-אויפשטייג פון פארשידענע וואקסין פארמיידליכע דיזיעז'ס האט געטריבן קאנגרעס צו נעמען שריט, קאנגרעס האט געהאלטן אז געזונט עקספערטן זענען די איינציגסטע וואס זאלן אריינרעדן אין געזונט פראגן... (איינער קען פארשטיין פארוואס?..)

צוגעלייגטע ווערטער נאכן פאררעכטן: פון דא און ווייטער האב איך טיילווייז צוריקגעצויגן אין א שפעטערע תגובה, ביטע ליינען יענע תגובה בעפאר מען ליינט ווייטער. א דאנק.

מצפים לישועה האט געשריבן:ויפעל פראצענט פון געשעדיגטע קומען אן אין קארט?

אויף דעם קען איך זיך נישט באציען ווייל די פיצקעלע שאנס וואס איינער האט צו טוישן א צווייטן'ס מיינונג פאלט אוועק ביים פראבירן צו טוישן יענעם'ס רצון.. אבער פאר די וואס פארשטייען נישט וואס ער מיינט. (אפשר מיינט ער דאס.. אויב נישט נעווער מיינד..)

לויט 'גאווערמענט' אפשאצונגען ווערט באריכטעט בלויז איין פראצענט סייד אפעקטס.

מצפים טייערער, מאכט אייך נישט ווי איר ווייסט נישט אז זיי רעדן פון פיבער אדער ווייטאג ביי די פלאץ פון די נידעל.. אפילו אויב דעל ביגטרי האט א חשבון אז לפי דעם איז געווען מער טויטע פון וואקסין ווי וויפיל מענטשן האבן בכלל באקומען שאטס..
מען דארף זיין גאר א גרויסע אידיאט צו מיינען אז א מענטש וואס האט געליטן סיי וועלכע 'ערענסטערע' אפעקט פון שאט'ס האט באשלאסן "ווייסטו וואס? לאמיר עס האלטן פאר א סוד און נישט באריכטן און נישט פארציילן פאר קיינעם..."
לויט די זעלבע געזעץ מיט וואס איר זענט אזוי פרייליך איז אזוי גרינג צו קלאגן און געוואונען אין די וואקסין געריכט אז דער איינציגסטער וואס קלאגט נישט איז דער וואס זיין קינד איז אראפגעפאלן און זיך צובראכן די ביין פונקט א טאג נאך וואס ער האט באקומען וואקסין.. (אפשר האט עס טאקע מיט וואקסין..? ווער ווייסט..?)
אפשר איז יא דא איינצעלנע וואס קלאגן נישט? איך ווייס נישט און אלעס איז מעגליך, אבער נישט דאס איז פון וואס זיי רעדן. פינטל. (און איך מיין אז איך קען בעטן בשם דעם גאנצן עולם דא אז איר זאלט נישט אריינגיין יעצט אין די פרטית'דיגע און זייטיגע טענה'ריי איבער פארוואס אלעס קען זיך מאכן, און אויך נישט ברענגן אייערע הונדערטער מענטשן וואס איר ווייסט קלאר אז זיי האבן נישט באריכטעט אדער געקלאגט אויף די טויט פון זייער קינד).

אין יעדן פאל, הרב מצפים, לאמיר אייך אויסזאגן א סוד, איך גרייט זיך אוועקצופארן אויף א צוויי וואכעדיגע וואקאציע און איך וועל בכלל נישט האבן קיין צוטריט צו אייוועלט אין דעם צייט אפשניט, איר קענט נעמען די גאנצע צוויי וואכן און אנגרייטן זעק און זעק מיט לאקשן אויף מיינע ווערטער, אבער איין קליינע זאך נאר, ווי עס זעהט אויס קויפט דער עולם נישט קיין לאקשן דא, עס וואלט כדאי געווען אז איר זאלט אריינמישן אביסל צוויבל וכדו' אז עס זאל אויסזעהן געשמאקער און אפשר אפילו האבן א בעסערן טעם.
לעצט פאראכטן דורך אברהם דוד אום מיטוואך יולי 10, 2019 12:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
This post is rated MA and is intended for mature audiences.

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג יולי 09, 2019 6:40 pm

Waukesha האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:איינס פון מיליאן מענטשן, אדער איינס פון מיליאן שאטס?

איינס פון מיליאן שאטס. איז דען דא 1.5 ביליאן מענטשען אין אמעריקא?

מצפים לישועה האט געשריבן: און אויב סאיז נאר איינס פון מיליאן איז פארוואס האט מען געפטערט די וועקסין קאמפעניס פון אחריות?

ווידער ליינסטו נישט קיין גאנצע תגובות. איך האב עס דאך אדרעסירט אין מיין תגובה וואס איך האב געלייגט א לינק אויבען (ווייניגער פון צען תגובות צוריק) ווייל איך האב מיך נישט געוואלט איבערחזר'ן.

נאך דיין גאנצע הסבר איז נאך אלץ שווער פארוואס אויף אלע מעדעצינען איז נישט דא קיין צענטל סיוטס וואס איז דא אויף וועקסינס, די זעלבע חברה וואס זענען קעגן וועקסינס זענען בדרך כלל קעגן קאנוועטשענעל מעדסין, אלא מאי ווייל ביי אנדערע מעדעצינען שרייבט מען קלאר ארויס די סייעדעפעקטס ממילא קען מען נישט קלאגן, משא"כ ביי וועקסינס באהאלט מען פילע סיידעפעקטס.

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דינסטאג יולי 09, 2019 7:19 pm

אברהם דוד האט געשריבן: האט ער מיר געענטפערט אז ער האט געהערט אז עס האט אין זיך קארטיזאן...
איר הערט א דרגא אין צודרייט? ער נעמט טאבלעטן פון א כינעזער גוי וואס ער האט נישט קיין אהנונג וואס עס ליגט דערין אבער ער וויל נישט נעמען א FDA באשטעטיגטע מעדעצין ווייל ער האט געהערט אז עס האט קארטיזאן...
יעדנספאל, קארטיזאן קען זיין שעדליך און עס איז נישט כדאי צו נוצן אין די וועלט אריין. (א אפיציעלע צייטונג וואלט פארענדיגט אז) מען זאל עס נאר נוצן מיט די אנווייזונג פון א דאקטער.[/size]

מאכט נישט אזוי שטארק אוועק קארטיזאן פראבלעמען.

קארטיזאן איז זיכער שלעכט (עכ"פ פאר די וואס איך קען, וואס דער דאקטאר לאזט "זיי" נישט נעמען קיין קארטיזאן) דער כינעזער רפואה איז נאר ספק, ואין ודאי מוציא מדאי ספק.

נישט אלעמאל, אבער צומאל, ווען דער דאקטאר לאזט נישט זוכט מען עפעס אנדערש, מחוסר ברירה.

אנטשולדיגט פאר פארקריכן, און א ישר כוח פאר דיינע איידעלע קלאר געשריבענער ווערטער.
Xxxxxxxx, ביטע פוץ ארויס פון דעם אשכול.
קרעדיט: מ'מעג שרייבן לשון הרע?

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג יולי 09, 2019 7:57 pm

מומחים פון די פרא וועקסינס, אפשר קענסט איר מיר ערקלערן, ביי די פראגעס וואס מען פרעגט ד"ר פלאטקין איז דא צוויי שטארקע טענות בנוגע דעם גארדיסיל וועקסינס וואס לכאורה ענטפערט ד"ר פלאטקין אינגאנצן נישט צו דער זאך, אפשר איז דא דא איינער וואס קען יא ענטפערן צו דער זאך.

די ערשטע קשיא איז ווי קען זיין אז די צוויי פראצענט פון די מיידלעך וואס האבן בקומען אטאאימיאנדיסיס נאך די גארדיסיל שאט איז געווען במקרה, לויט דעם קומט אויס אז אלע פרייען וואלטן געדארפט נאך פינף און צוואנציג יאר האבן אטאאימיאנדיסיס.

די צווייטע קשיא איז ווי קען זיין אז אין די גרופע פון 596 מיידלעך וואס האבן באקומען סיילין איז געווען 0 פעלער פון אטאאימיאנדיסיס?

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » דינסטאג יולי 09, 2019 8:23 pm

אברהם דוד האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:ויפעל פראצענט פון געשעדיגטע קומען אן אין קארט?

אויף דעם קען איך זיך נישט באציען ווייל די פיצקעלע שאנס וואס איינער האט צו טוישן א צווייטן'ס מיינונג פאלט אוועק ביים פראבירן צו טוישן יענעם'ס רצון.. אבער פאר די וואס פארשטייען נישט וואס ער מיינט. (אפשר מיינט ער דאס.. אויב נישט נעווער מיינד..)

לויט 'גאווערמענט' אפשאצונגען ווערט באריכטעט בלויז איין פראצענט סייד אפעקטס.

מצפים טייערער, מאכט אייך נישט ווי איר ווייסט נישט אז זיי רעדן פון פיבער אדער ווייטאג ביי די פלאץ פון די נידעל.. אפילו אויב דעל ביגטרי האט א חשבון אז לפי דעם איז געווען מער טויטע פון וואקסין ווי וויפיל מענטשן האבן בכלל באקומען שאטס..
מען דארף זיין גאר א גרויסע אידיאט צו מיינען אז א מענטש וואס האט געליטן סיי וועלכע 'ערענסטערע' אפעקט פון שאט'ס האט באשלאסן "ווייסטו וואס? לאמיר עס האלטן פאר א סוד און נישט באריכטן און נישט פארציילן פאר קיינעם..."
לויט די זעלבע געזעץ מיט וואס איר זענט אזוי פרייליך איז אזוי גרינג צו קלאגן און געוואונען אין די וואקסין געריכט אז דער איינציגסטער וואס קלאגט נישט איז דער וואס זיין קינד איז אראפגעפאלן און זיך צובראכן די ביין פונקט א טאג נאך וואס ער האט באקומען וואקסין.. (אפשר האט עס טאקע מיט וואקסין..? ווער ווייסט..?)
אפשר איז יא דא איינצעלנע וואס קלאגן נישט? איך ווייס נישט און אלעס איז מעגליך, אבער נישט דאס איז פון וואס זיי רעדן. פינטל. (און איך מיין אז איך קען בעטן בשם דעם גאנצן עולם דא אז איר זאלט נישט אריינגיין יעצט אין די פרטית'דיגע און זייטיגע טענה'ריי איבער פארוואס אלעס קען זיך מאכן, און אויך נישט ברענגן אייערע הונדערטער מענטשן וואס איר ווייסט קלאר אז זיי האבן נישט באריכטעט אדער געקלאגט אויף די טויט פון זייער קינד).

אין יעדן פאל, הרב מצפים, לאמיר אייך אויסזאגן א סוד, איך גרייט זיך אוועקצופארן אויף א צוויי וואכעדיגע וואקאציע און איך וועל בכלל נישט האבן קיין צוטריט צו אייוועלט אין דעם צייט אפשניט, איר קענט נעמען די גאנצע צוויי וואכן און אנגרייטן זעק און זעק מיט לאקשן אויף מיינע ווערטער, אבער איין קליינע זאך נאר, ווי עס זעהט אויס קויפט דער עולם נישט קיין לאקשן דא, עס וואלט כדאי געווען אז איר זאלט אריינמישן אביסל צוויבל וכדו' אז עס זאל אויסזעהן געשמאקער און אפשר אפילו האבן א בעסערן טעם.

איך זעה יעצט אז ער האט נישט דאס געמיינט צו זאגן, איך בעט אנטשולדיגונג.

דאס איז א אפשאצונג וואס איך האב געהערט אין א רעדע פון דעל ביגטרי וואס הרב מצפים האט מיר געשיקט אין אישי, דעריבער האב איך געמיינט אז ער וויל דאס זאגן.
ביטע אננעמען מיינע ווערטער אלס ענטפער בלויז צו דעל ביגטרי, א דאנק.

אויף די איבעריגע פון די תגובה וועט ער מוזן אויסווארטן די צוויי וואכן אויב קיינער וועט מיר נישט אויסכאפן.
This post is rated MA and is intended for mature audiences.

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג יולי 09, 2019 9:05 pm

דא שרייבן זיי עפעס וועגן א פובליקאציע וואס יונה ראפאפארט האט ארויסגעגעבן וועגן ווערסיעס, ווי קען מען עס באקומען?

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג יולי 09, 2019 11:45 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:איינס פון מיליאן מענטשן, אדער איינס פון מיליאן שאטס?

איינס פון מיליאן שאטס. איז דען דא 1.5 ביליאן מענטשען אין אמעריקא?

מצפים לישועה האט געשריבן: און אויב סאיז נאר איינס פון מיליאן איז פארוואס האט מען געפטערט די וועקסין קאמפעניס פון אחריות?

ווידער ליינסטו נישט קיין גאנצע תגובות. איך האב עס דאך אדרעסירט אין מיין תגובה וואס איך האב געלייגט א לינק אויבען (ווייניגער פון צען תגובות צוריק) ווייל איך האב מיך נישט געוואלט איבערחזר'ן.

נאך דיין גאנצע הסבר איז נאך אלץ שווער פארוואס אויף אלע מעדעצינען איז נישט דא קיין צענטל סיוטס וואס איז דא אויף וועקסינס, די זעלבע חברה וואס זענען קעגן וועקסינס זענען בדרך כלל קעגן קאנוועטשענעל מעדסין, אלא מאי ווייל ביי אנדערע מעדעצינען שרייבט מען קלאר ארויס די סייעדעפעקטס ממילא קען מען נישט קלאגן, משא"כ ביי וועקסינס באהאלט מען פילע סיידעפעקטס.

איך ווייס נישט טאמער די רעדסט פון אלגמיין סוען, צו די רעדסט דורך די NVICP. אויב די רעדסט פון אלגעמיין סוען, מוזט דו מיר ברענגען א מקור אז מען סועט וואקסין מער פון אנדערע מעדיציען

אויב רעדסט דו פון NVICP, האב איך עס יא פארענטערט אין מיין תגובה. אדער האסט דו נישט געליינעט אדער האסט דו נישט פארשטאנען. בנוסף צו די תירוץ וואס איך האב געשריבן אין מיין פריערדיג'ע תגובות, איז דא נאך אפאר סיבות פארוואס וואקסין סועט מען מער אונטער די NVICP.

א. די שטאט באצאלט די לויער קאסטן אפילו מען פארלירט די קעיס כל זמן וואס ס'איז נישט קיין שוואילטאג לאוסיוט (צוליב דעם האט BRUESEWITZ פון די באקאנטע ספורים קארט קעיס Bruesewitz vs Wyeth באקומען $126,000 פאר לויער קאסטן כאטש וואס ער האט פארלויערן זיין קעיס)

ב. ביי די NVICP איז גענוג אויפצווייזען אז די סימפטים שטימט מיט די Vaccine Injury Table און עס פעלט נישט אויס אויף צו ווייזען אז עס קומט פון די וואקסין (צוליב דעם האט Hannah Poling געקענט באקומען געלט פון די NVICP כאטש וואס עס כמעט ווי זיכער אז איהר קינד'ס סימפטימ'ס זענען געקומען פון אוטיזם (וואס האט נישט מיט די שאט געהאט צו טוהן כי הוא זה) און נישט פון די וואקסין)

ג. איינער וואס איז געוועהן קראנק מיט למשל יענע מעשה (אויף אלע גוים געזאגט) אין באקומט קימא, און דערנאך דרייעט זיך אויס און סועט די דראג קאמפיני פאר דעם וואס זיין האר איז ארויסגעפאלען וועט די גאס אנקוקען ווי א רשע מרושע און כפוי טובה עד למאד, משא"כ ביי וואקסינען וואס זענען בלויז פרעווענטיוו.

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » מיטוואך יולי 10, 2019 12:04 am

מצפים לישועה האט געשריבן:נאך דיין גאנצע הסבר איז נאך אלץ שווער פארוואס אויף אלע מעדעצינען איז נישט דא קיין צענטל סיוטס וואס איז דא אויף וועקסינס, די זעלבע חברה וואס זענען קעגן וועקסינס זענען בדרך כלל קעגן קאנוועטשענעל מעדסין, אלא מאי ווייל ביי אנדערע מעדעצינען שרייבט מען קלאר ארויס די סייעדעפעקטס ממילא קען מען נישט קלאגן, משא"כ ביי וועקסינס באהאלט מען פילע סיידעפעקטס.

Just as a side note אויב איינער וויל וויסן:

איך האב דאס שוין געשריבן א צייט צוריק און יעצט בלויז ארויסגעזוכט פון מיינע ארכיוון, עס איז מיר געווען אינטערעסאנט די אזוי קלארע ווערטער אז מען ''קען נישט קלאגן'' האב איך באשלאסן עס ארויפצולייגן, עס איז נישט ממש מן הענין.
(באזירט און ארויסגענומען פון די רעגירונג וועבזייטל)

אלע דראגס גייען אדורך ערענסטע טעסטס בעפאר די FDA טוט עס באשטעטיגן, דראג פראדוצירער געבן אויס אין אלגעמיין אזוי סאך ווי איין ביליאן דאלער און עס קען נעמען אזוי לאנג ווי צוועלף יאר צו באקומען די באשטעטיגונג צו מעגן פארקויפן א נייע דראג פראדוקט. און אפילו נאך זיי באקומען די רשות, נעמט די באשטעטיגונג אריין פילע באגרעניצונגען, אריינגערעכנט צוימונגען אין אדווערטייזמענט מאטריאל, און פאדערונגען פאר ספעציפישע ווארענונגען וואס מוזן ערשיינען אויף די פראדוקט לעיבלונג.

די שאלה איז ווי פאלגענד, נאכן אויספאלגן די רעגירונג רעגולאציעס קענען פירמעס זיין פארזיכערט אז זיי זענען נאכגעקומען אלע לעגאלע סטאנדארטן פארן פארקויפן זייער פראדוקט? אין אנדערע ווערטער, ווען א דראג פירמע איז געווארן באשטעטיגט און טוט אויספאלגן די FDA רעגולאציעס אין מארקעטינג און אין לעיבלונג, קען א פאציענט נאכאלס קלאגן די פירמע פארן נישט פאבריצירן די פראדוקט גענוג פארזיכערט?

עס איז באשלאסן געווארן אין די קעיס פון 'ווייעט ווערסעס לעוויין', ווען דייענע לעוויין, א פרוי פון ווערמאנט, האט פארלוירן איר רעכטע האנט פון א אינפעקציע וואס זי האט געכאפט נאכן באקומען א מעדיקעשאן, דער דאקטער האט איר עס געגעבן נישט אויף די געווענליכע וועג, נאר אין א וועג וואס לייגט אריין די מעדיקעשאן שנעלער אבער ברענגט מיט א העכערע ריזיקע אז עס זאל פאסירן דאס וואס האט טאקע פאסירט, אז די איינשפריץ איז בטעות אריינגעגעבן געווארן אין איינע פון די מעין אדערן (Artery) אנשטאט אין א געהעריגע אדער (Vein).

די פרוי האט געקלאגט אין געריכט און געקומען צו א סעטלמענט מיט די קליניק וואס האט איר באהאנדעלט, אבער זי האט אויך געקלאגט ווייעט - די דראג פירמע וואס האט פראדוצירט די מעדיקעשאן, מיט די טענה אז די פירמע'ס לעיבל וואלט געברויכט ארויסשרייבן קלארער וויאזוי מען דארף געבן די מעדיקעשאן. די לעיבל וואס איז געווען באשטעטיגט דורך די FDA האט געווארנט איבער די ריזיקע פון געבן די מעדיקעשאן אויף די וועג וואס לעוויין האט דאס באקומען, אבער עס האט נישט קלאר אויסגעשלאסן אזא סארט אופן. די קלאגע איז געווען אז א פירמע האט די פליכט ארויסצושרייבן א שטארקע ווארענונג איבער אומריכטיג זיך באגיין מיט א מעדעצין.

זי האט געווינען די קעיס אין א ווערמאנט סטעיט געריכט, און דער ריכטער האט באפוילן פאר ווייעט צו באצאלן 6.7 מיליאן דאלער אין פארגיטיגונג. אבער די פירמע האט אפעלירט דעם פסק און די קעיס איז אנגעקומען ביז צו די סופרים קאורט.

די דראג פירמע האט גע'טענה'ט אז די FDA'ס באשטעטיגונג אויף די לעיבלונג פון מעדעצין טוט באשיצן די פירמע פון שפעטערדיגע קלאגעס איבער נישט באגנוגענדע קלארקייט אין די לעיבלונג, וויבאלד די FDA איז א ערפארענע אגענטור וואס פארמאגט די בעסטע מעגליכקייטן אפצושאצן די ריזיקעס און בענפיטן פון א דראג, און זיי זענען די וואס קענען מאכן די בעסטע באשלוס איבער וועלכע ווארענונגען, אנווייזונגען, און מארקעטינג באגרעניצונגען עס פעלן זיך אויס. "זייער אפשאצונג טוט אפשפיגלען די בעסטע אפשאצונג אין די אנגעלעגנהייט און א דזשורי טאר נישט ערלויבט ווערן עס צו שטעלן אין פראגע".

די פרוי'ס אדוואקאטן האבן אבער גע'טענה'ט אז די FDA באשטעטיגונג טוט פארטרעטן בלויז די מינימאלע פאדערונג און נישט א אנטשלאסענע סטאנדארט, און בלויז די פירמע איז אין די בעסטע פאזיציע צו באשלוסן איבער די שטארקייט פון די זיכערהייט באווארענונגען וואס דארפן גענומען ווערן. און בעיקר וויבאלד די FDA פארמאגט נישט גענוג קוועלער צו קענען האלטן די בעסטע איבערזיכט אויף די איבער עלף טויזענט דראגס וואס געפונען זיך אויף די מארקעט.

די פראגע האט אויך אריינגענומען די ספק איבער די קאנגרעסיאנאלע געזעץ וואס פאדערט דראג באשטעטיגונג פון די FDA, אויב די באדייט דערפון איז אז די FDA'ס באשטעטיגונג טוט איבערשטייגן די סטעיט'ס רעכט צו פארלאנגען אייגענע סטאנדארטן, אדער עס באדייט בלויז אז די FDA מוז פארלאנגען א מינימאלע סטאנדארט און יעדע סטעיט האט די רעכט צו צולייגן אייגענע סטאנדארטן. די פירמע האט גע'טענה'ט אז די געזעץ צייגט אן אויף א מאקסימום סטאנדארט וואס מעג פארלאנגט ווערן, צוליב די אוממעגליכקייט פון נאכקומען פופציג סארטן רעגולאציעס, אין צייט וואס די קלעגערין'ס אדוואקאטן האבן גע'טענה'ט אז די געזעץ פארלאנגט א לכל הפחות'דיגע סטאנדארט און יעדע סטעיט פארמאגט די רעכט צו מוסיף זיין אייגענע פארלאנגען לויט ווי זי האלט איז נויטיג פאר די באשיצונג פון אירע איינוואוינער.

לעוויין'ס פאזיציע איז געווען געשטיצט דורך עטליכע מעדעצינישע גרופעס אריינגערעכנט די ניו ענגלאנד דזשורנאל אוו מעדעצין. און די פירמעס פאזיציע האט פארשטענדליך געהאט די שטיצע פון די פארמעסוטיקעל אינדוסטריע אבער אויך פון די בוש אדמיניסטראציע.

די סופרים קאורט האט אנגענומען לעוויין'ס טענה אלס ריכטיג, און ריכטער סטיווענס האט געשריבן אין די 'אפיניאן אוו די קאורט' אז די געזעץ פון קאנגרעס באדייט אז די FDA מוז פארלאנגען א מינימום סטאנדארט, אבער איז נישט קיין באגרעניצונג אויף אינדיווידואלע שטאטן ארויפצולייגן פארמערטע רעגולאציעס לויט וויאזוי זיי האלטן פאר וויכטיג, און וויבאלד די סטעיט געריכט האט אנגענומען אז די פירמע וואלט געדארפט שרייבן מער ווי די FDA האט פארלאנגט מוזן זיי באצאלן די פארגיטיגונג, כאטש וואס די סטעיט וואלט געקענט באשלוסן אנדערש, וואס דעמאלס וואלטן זיי אלס פעדעראלע געריכט נישט געקענט אננעמען אז די פירמע וואלט געברויכט גיין מער ווי די FDA פארלאנג.

דער פסק האט געעפענט די טיר פאר ענליכע קלאגעס ווי געשעדיגטע פאציענטן האבן די מעגליכקייט צו קלאגן אין א סטעיט געריכט אז די פירמע איז נישט געגאנגען מער ווי די FDA'ס פאדערונגען.
This post is rated MA and is intended for mature audiences.

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » מיטוואך יולי 10, 2019 12:13 am

Btw, אין די וואקסין געריכט קען מען קלאגן אויף ארויסגעשריבענע סייד עפעקטס
This post is rated MA and is intended for mature audiences.

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך יולי 10, 2019 7:38 am

מצפים לישועה האט געשריבן:מומחים פון די פרא וועקסינס, אפשר קענסט איר מיר ערקלערן, ביי די פראגעס וואס מען פרעגט ד"ר פלאטקין איז דא צוויי שטארקע טענות בנוגע דעם גארדיסיל וועקסינס וואס לכאורה ענטפערט ד"ר פלאטקין אינגאנצן נישט צו דער זאך, אפשר איז דא דא איינער וואס קען יא ענטפערן צו דער זאך.

די ערשטע קשיא איז ווי קען זיין אז די צוויי פראצענט פון די מיידלעך וואס האבן בקומען אטאאימיאנדיסיס נאך די גארדיסיל שאט איז געווען במקרה, לויט דעם קומט אויס אז אלע פרייען וואלטן געדארפט נאך פינף און צוואנציג יאר האבן אטאאימיאנדיסיס.

די צווייטע קשיא איז ווי קען זיין אז אין די גרופע פון 596 מיידלעך וואס האבן באקומען סיילין איז געווען 0 פעלער פון אטאאימיאנדיסיס?

קודם כל די פאקטן עס זענען געוועהן 3 גרופעס. סעלין: 0% AID (אטא אומיון דיזעז) אלומנים: 2.3% AID, גארדיסיל: 2.3% AID, די סעלין גרופ האט געהאט 596 מענטשען, די אנדערע צוויי האבן געהאט בערך צען טויזענט מענטשען יעדער איינער. פארוואס איז די סעלין גרופ געוועהן אזוי פיל קלענער פון די אנדערע צוויי? פעלט אויס אביסל היסטאריע צו געבן אויף דעם. ווי אברהם דוד האט געשריבן ווען מען מאכט קליניקעל טרייעלס מאכט מען אסאך סארט קליניקעל טרייעלס יעדער מיט זיינע מעלות און חסרונות. ביי די גארדיסיל טרייעלס זענען כמעט אלע (חוץ איינס) סטודיס געוועהן מיט אלומנים. די נומערן פון די דריי גרופעס זענען פון אפאר סטודיס צוזאמען געלייגט, און ווי באלד בלויז איין סטאדי איז מיט אלומנים איז דא אסאך ווייניגער סעלין פון די אנדערע צוויי.

כדי צו פארענטפערן קשיא 1 מוז מען קודם וויסן וואס מיינט אן אטא אומיון דיזעז? עס הערט זיך זייער שרעקליך. אבער וואס מיינט עס עכט? לאמיר כאפן א בליק אויף די אינסערט זייט 8. קודם די קעפל
Table 9: Summary of Girls and Women 9 Through 26 Years of Age Who Reported an Incident Condition Potentially Indicative of a Systemic Autoimmune Disorder After Enrollment in Clinical Trials of GARDASIL Regardless of Causality

זעט איינער עפעס אינטרעסאנט? לאמיר קלארער ארויסשרייבען potentially Indicative of ... הייסט אז מען רעדט נישט פון מענטשען וואס האבן באקומען אן אטא אומיון דיזעז, נאר מען רעדט פון מענטשען וואס האבן באקומען עפעס וואס קען מעגליך אנווייזען אז מען האט באקומען אן אטא אומיון דיזעז. לאמיר כאפן א בליק זעט מען אז בערך האלב קעיסיס זענען אין די ערשטע שורה Arthralgia/Arthritis/Arthropathy וואס מיינען די זאכן? Joint Pain און Joint Inflammation. ס'איז מעגליך אז די זאכן ווייזען אן א אטא אומיון דיזעז אבער עס מוז נישט זיין אז מען האט טאקע אן אטא אומיון דיזעז. איך מיין אז מיט דעם איז גוט פארענטפערט קשיא 1. יא אין 25 יאר מיין איך אז כמעט יעדער האט Joint pain אדער Joint Inflammation אדער (די צווייטע גרעסטע זאך איז -hypo און hyper- thyrodism וואס קומט אויך פון אנדערע זאכן חוץ AID) טוישען אין די Thyroid.

לגבי די צווייטע קשיא ווי פריער דערמאנט זענען די ציפערן פון אסאך סטודיס צוזאמען געלייגעט, דא קען מען זען די סעלין סטאדי אז מען קוקט אויף די Adverse Reactions און מען לייגט עס צו צו די ליסטע פון טעיבל 9 אויף די אינסערט, זעט מען אז ס'איז בכלל נישט דא קיין איינער פון די זאכן פון טעיבל 9 אין דעם סטאדי אונטער די Serious Adverse Reactions, נישט ביי די וואקסין, און נישט ביי די סעלין. וואס גייט דא פאר? ווי ס'קוקט אויס האט מען בכלל נישט גענוצט דעם ספעציפשען סטאדי צו קוקן אויף אטא אימיון דיזעז, אדער בעסער געזאגט פעטענציעלע אטא אומיון דיזעז, איז בקיצור די צווייטע קשיא גוט פארענטפערט, נישט ס'איז נישט געוועהן, מען האט אין די סטאדי וואס האט גענוצט סעלין נישט געקוקט אויף פעטענציעלע אטא אומיון דיזעז.

יעצט @מצפים לישועה האב איך פאר דיר א קשיא, פארוואס דערמאנסט דו בכלל נישט די אלומנים גרופ? עס קוקט אויס זייער פארפירריש ווען די שרייבסט וואקסין 2.3% און סעלין 0% און די דערמאנסט נישט אז אלומנים איז אויך 2.3%. איך וועל דיר דן זיין לכף זכות אז דו האסט סתם נאכגעברענגט איינעם און האסט נישט געוויסט פון די אלומנים גרופ, אבער דעמעלסט וויל איך פארשטיין ווי דו קענסט זאגן אז די האסט די זאך "אליין דורכגעטוהן" און ביזט געקומען צו א "החלטה" אנדערש פון רוב דאקטורים.

נ. ב. באמת האב איך נישט געזאלט שרייבן די תגובה בכלל, עס איז א מורא'דיג'ע פרטיות'דיג'ע תגובה און געט נישט צו צו די כלליות'דיג'ע שמועס בנוגע וואקסינען (וואס ווי אברהם דוד האט געשריבן אז מען דארף זיך פארלאזען אויף די FDA) נאר איך האב געוואלט מאכן א דוגמא און ווייזען ווי אזוי מען קען אזוי גרינג שרייבן עפעס מורא'דיג שרעקליך אויס זעהנ'דיג (Gardisal איז גורם אטא אומיון דיזעז און פליסובא נישט) אבער באמת איז עס גארנישט מיט נישט.

דרך אגב דא קען מען ליינען די גאנצע עדות'שאפט פון דר. פלאטקין

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מיטוואך יולי 10, 2019 11:20 am

איך וועל פרובירן מברר זיין צו דו זאגסט ריכטיגע פאקטן, ווייל סאיז מאדנע אז דר פלאטקין האט נישט געענטפערט די שיינע תירוצים וואס דו זאגסט, חוץ דעם שטייט יא א ליסט פון אוטאאימיאן דיסיס פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט אז סאיז נאר געווען פאטענשל אימיאן דיסיס, און רוב יונג מענטשן האבן נישט קיין דזשוינט פעין.

בנוגע פארוואס איך בין קעגן וועקסינס האב איך שוין מסביר געווען באריכות און די אשכול אלעס וועגן וועקסינס קחנו משם

און וואס דו פרעגסט פארוואס איך דערמאן נישט די אלומיניום גרופע פארשטיי איך נישט פארוואס איך דארף דאס דערמאנען, סך העל האב איך געהאט צוויי שאלות וועגן די אנדערע צוויי גרופעס און איך בין נישט געקומען דערציילן דא די גאנצע געשיכטע .

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מיטוואך יולי 10, 2019 1:17 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:
איך וועל פרובירן מברר זיין צו דו זאגסט ריכטיגע פאקטן, ווייל סאיז מאדנע אז דר פלאטקין האט נישט געענטפערט די שיינע תירוצים וואס דו זאגסט

נישט אזוי מאדנע, מען האט איהם באווערפען מיט סטודיס איינס נאכן צווייטען, ער האט נישט געהעריג זיך מעיין געווען אויפ'ן פלאץ וואס עס שטייט אין די סטודיס
[
quote="מצפים לישועה"]

חוץ דעם שטייט יא א ליסט פון אוטאאימיאן דיסיס פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט אז סאיז נאר געווען פאטענשל אימיאן דיסיס
[/quote]

איך ווייס נישט וואס די ווילסט די טיטל פון די ליסט איז Incident Condition Potentially Indicative of a Systemic Autoimmune Disorder דאס שטייט אין דעם אינסערט און די אינסערט איז וואס מען רעדט פון ביי די עדות'שאפט (Exhibit 15) אז די רעדסט פון עפעס אנדערש שרייב א לינק אדער א מ"מ

מצפים לישועה האט געשריבן:און רוב יונג מענטשן האבן נישט קיין דזשוינט פעין.

שקר, יונגע מענשטען קענען יא ליידען פון joint pain קוק דא די ערשטע פאראגראף בכלל רעדט מען נישט דא נאר פון chronic joint pain נאר אפילו פון איין מאליגע joint pain וואס קען זיך מאכן פון אן אינפעקציע אדער אנדערע זאכן.

מצפים לישועה האט געשריבן:בנוגע פארוואס איך בין קעגן וועקסינס האב איך שוין מסביר געווען באריכות און די אשכול אלעס וועגן וועקסינס קחנו משם.

איך גיי נישט דורכליינען 164 בלעטער אויסצוגעפינען פארוואס דו ביסט קעגן וואקסינען לייג א לינק צו די תגובה אדער עכ"פ שרייב וועלעכע בלאט די תגובה איז אויף

נאך איין זאך פארוואס טאקע האסט דו נישט געברענגט די אלומנים גרופע?

צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט