וואקסינען דעבאטע

טוב ליהודים
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

אסיפת הרבנים - שמוע בין אחיכם..

תגובהדורך טוב ליהודים » דינסטאג מאי 07, 2019 11:33 pm

איצטע געווען אן אסיפה, דארט געווען סאטמאר רבי, הרב אלי בער וואכטפויגעל, אן דאקטאר פון.... אקלאהאמע... לאנגיעריגע דאקטאר ווערצבערגער, חברי הצלה, און עסקני רפואה, און פילע אנטי' וואקסין חברה.
די אקלאהאמע דאקטאר האט גענומען די ווארט און שטארק געזאגט אז די 'תורה' לאזט נישט וואקסינירען... אן ברענגן קיין שום מעדעצינישע פארשונגען... נאר בלויז תורה...
אויפדעם האט סאטמארער רבי אים איבערגעהאקט: אנטשולדיגט אייך האט מען גערופען ברענגן דא מעדעצינישע פאקטען.. תורה קען מיר בעסער פון אייך..
שפעטער האט זיך אויסגעשטעלט אז דער איז קיינמאל קיין דאקטאר נישט געווען.. נאך קיינמאל קיין פאציענט נישט געזעהן...
דא האט אים דר. ווערצבערגער אפגענטפערט; איך בין שוין דאקטאר איבער 30 יאר שוין געוועקסינירט איבער 10,000 קינדער...

איינער א אינגערמאן האט זיך אנגערופן אז ער האט געהערט אז א קינד איז אומגעקומען צוליב וואקסינען... האט זיך סאטמארער רבי אנגערופן;.. אזוי? איך קען אסאך מענטשן וואס זענען אומגעקומען אינמיטן א הארץ אפעראציע.. אפשר זאל מען אויפהערן מאכן אפעראציע.. עס איז דאך סכנת נפשות.. ונשמרתם מאוד לנפשותיכם..

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 08, 2019 8:06 am

בארבער האט געשריבן:דער רבי האט זיי געבעטן אז פאר די טובה פון די וואקסינירטע און נישט וואקסינירטע קינדער - זאלן זיי זיך עפענען אייגענע שולעס, אייגענע קעמפס, אייגענע שפיל פלעצער. מיר הייסן אייך נישט וואקסינירן. אבער ביטע שטעלט אונז נישט אין סכנה!

דאס איז אמת?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך מאי 08, 2019 8:22 am

ווער איז דער דאקטאר פון אקלאהאמא?

איך בין סתם נייגעריג צו וויסן ווער איז דער גרויסע מומחה אויף וועהם מען האט מקיים געוועהן דעהם ממרחק תביא לחמה, און הרוצה לשקר ירחיק ירחיק עדותו.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מאי 08, 2019 8:51 am

טוב ליהודים האט געשריבן:איינער א אינגערמאן האט זיך אנגערופן אז ער האט געהערט אז א קינד איז אומגעקומען צוליב וואקסינען... האט זיך סאטמארער רבי אנגערופן;.. אזוי? איך קען אסאך מענטשן וואס זענען אומגעקומען אינמיטן א הארץ אפעראציע.. אפשר זאל מען אויפהערן מאכן אפעראציע.. עס איז דאך סכנת נפשות.. ונשמרתם מאוד לנפשותיכם..

ווארשיינליך פעלט אביסל פון וואס די רבי האט געזאגט, אוודאי מאכט מען נישט קיין הארץ אפעראציע אן שוקל זיין די הפסד קעגן די שכר, די רבי צומאל הייסט אויך נישט מאכן אן אפעראציע.

מן הסתם האט מען דן געווען איבער די ריסק פון וואקסינען קעגן די ריסק פון מיזעלס און אזוי מכריע געווען.

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » מיטוואך מאי 08, 2019 10:30 am

איך שרייב נישט אין די נושא, איך גיי מיר נישט טענה'ן מיט מענטשן וואס האבן נישט קיין טענות, זיי באלאנגן סתם צו א קולט פון NATRUAL וכדו'

נאר נעכטן האט דממה געשריבן אז די דאקטורים געבן די שאט'ס אפילו די קינד פילט נישט גוט, און דאס האט דר. מייזלין (פון ווען ער האלט יא) נישט געטון, וויל איך זאגן פון מיין עקספיריענס איז דאס שקר, איך האב נעכטן געגעבן די צווייטע שאט פאר מיין מיידל, און מען האט זיכער געמאכט פאר דעם אז זי פילט זיך גוט, און נאר דערנאך געגעבן.

און אזוי אויך האט מיין קליינע יונגל נישט באקומען קיין שאט פאר WHOOPING COUGH ווייל ער האט נישט גוט געפילט, און טאקע האט ער יעצט די WHOOPING COUGH, אבער זיי האבן נישט געוואלט געבן די שאט אויב ער פילט נישט גוט.

און אז איך רעד שוין יא, וויל איך זאגן איין זאך נישט וועגען די וואקסינען, נאר וועגען די עצם מענטשן וואס גלייבן אין NATRUAL, כעת האב איך א נאנטע, וואס נעבאך זי מוטשעט זיך שוין צוויי יארן, אבער קיינמאל נישט געגאנגען געהעריג צו קיין דאקטאר, נאר צו די מענטשן וואס פארשטייען בעסער ווי דאקטורים, און נעבאך זי איז זייער נישט געזונט, יעצט ווען עס איז שוין זייער שווער די מצב איז זי שוין יא געלאפן צו א דאקטאר, די באשעפער זאל איר שיקן א רפואה שלימה פיזיש און גייסטיש

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3916
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:איך שרייב נישט אין די נושא, איך גיי מיר נישט טענה'ן מיט מענטשן וואס האבן נישט קיין טענות, זיי באלאנגן סתם צו א קולט פון NATRUAL וכדו'

נאר נעכטן האט דממה געשריבן אז די דאקטורים געבן די שאט'ס אפילו די קינד פילט נישט גוט, און דאס האט דר. מייזלין (פון ווען ער האלט יא) נישט געטון, וויל איך זאגן פון מיין עקספיריענס איז דאס שקר, איך האב נעכטן געגעבן די צווייטע שאט פאר מיין מיידל, און מען האט זיכער געמאכט פאר דעם אז זי פילט זיך גוט, און נאר דערנאך געגעבן.

און אזוי אויך האט מיין קליינע יונגל נישט באקומען קיין שאט פאר WHOOPING COUGH ווייל ער האט נישט גוט געפילט, און טאקע האט ער יעצט די WHOOPING COUGH, אבער זיי האבן נישט געוואלט געבן די שאט אויב ער פילט נישט גוט.

און אז איך רעד שוין יא, וויל איך זאגן איין זאך נישט וועגען די וואקסינען, נאר וועגען די עצם מענטשן וואס גלייבן אין NATRUAL, כעת האב איך א נאנטע, וואס נעבאך זי מוטשעט זיך שוין צוויי יארן, אבער קיינמאל נישט געגאנגען געהעריג צו קיין דאקטאר, נאר צו די מענטשן וואס פארשטייען בעסער ווי דאקטורים, און נעבאך זי איז זייער נישט געזונט, יעצט ווען עס איז שוין זייער שווער די מצב איז זי שוין יא געלאפן צו א דאקטאר, די באשעפער זאל איר שיקן א רפואה שלימה פיזיש און גייסטיש

גא"מ. דאקטורים מאכן אייביג זיכער אז מ'פילט זיך 100% גוט פאר מ'גיט א שאט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מאי 08, 2019 1:35 pm

איך האף עטס פארשטייטס אז איך בין ב"ה נישט קינדערלאז, און מיינע קינדער זענען אפ טו דעיט מיט וואקסינען, איך האב דארט אין יענע תגובה דערמאנט א נאמען פון א דאקטאר, און איך רעד פון אייגענע עקספיריענס, ער הייסט כלומרשט א גיטע דאקטאר, און ער איז נישט די איינציגסטער ווייל אנדערע האבן מיר פארציילט ענליכע מעשיות מיט זייערע דאקטוירים.

נאר די וואך האט מיר איינער פארציילט וויאזוי די אפיס פון יענעם דערמאנטן דאקטאר האט זיך אויפגעפירט צו אים ווען זיי האבן אויפגעמעסט זיין קינד מיט די וואקסינען סקעדשול, און וויאזוי זיי האבן אים באהאנדעלט דערנאך, באט אז עס איז א קלא דלא פסיק אז זיי שטייען אינטער אלע צרות וואס די מוסדות שטייען אויס, און ווי עס זעהט אויס יש דברים בגו.

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » מיטוואך מאי 08, 2019 2:26 pm

פיין דארף מען טאקע זען אז מען זאל רעדן צו די דאקטורים אז מען זאל זען אז די קינד זאל זיך גוט פילן ווען ער נעמט די שאט, אבער עס איז קלאר ווען עס וואלט נישט געווען א אויסברוך וואלט מען מער אבאכט געגעבן, נאר אזוי ווי עס איז דא א אויסבוך איז מען מער בהול צו געבן,א דוגמא מיין מיידל פון 4 יאר האט סאמהאו ביי די איין יאר נישט באקומען די MMR שאט, סוי יעצט אנהייב ווינטער ווען עס האט אנגעהויבן די אויסברוך, האב געטשעקט איר רעקארד, און געזען אז זי האט נאכנישט באקומען די ערשטע שאט, סוי בין איך געגאנגען צום דאקטאר און גענומען די שאט, יעצט א האלבע יאר שפעטער האט מיר די דאקטאר גערופן אז אזוי ווי זי איז געווען א וואך פריער אין דאקטאר אפפיס מיט א פאציענט וואס האט געהאט מיזעלס, זאל זי צוריקומען און נעמען די צווייטע שאט.

יעצט קען זיין א נארמאל וואלט מען געווארט אביסל ביז צו געבן די צווייטע שאט, אבער אזוי ווי עס דרייען זיך ארום אומ'אחריות'דיגע מענטשן, און פארשפרייטן מיזעלס, דארף מען זען ווי זנעלער צו זיין אפ טו דעיט.

ובכן א האלבע יאר צוריק ווען עס איז אויסגעקומען אז מיין בעיבי וואס איז דאן געווען 7 חדשים זאל דארפן זיין נעבן א קינד וואס איז נישט וואקסאנירט, האב איך געמוזט עם געבן די שאט, יעצט ווען נישט די אנטי מענטשהייט, וואלט ער רואיג געקענט ווארטן ביז די 1 יאר.

יא מען גיבט שאטס אויף א אופן וואס מען האט אמאל נישט געגעבן, אבער שולדיג דערצו זענען די אנטי'ס, נישט די דאקטורים, זיי פרובירן מיט אלע כוחות אפצושטעלן די (געזונטע) מיזעלס

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך מאי 08, 2019 3:02 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:פיין דארף מען טאקע זען אז מען זאל רעדן צו די דאקטורים אז מען זאל זען אז די קינד זאל זיך גוט פילן ווען ער נעמט די שאט, אבער עס איז קלאר ווען עס וואלט נישט געווען א אויסברוך וואלט מען מער אבאכט געגעבן, נאר אזוי ווי עס איז דא א אויסבוך איז מען מער בהול צו געבן,א דוגמא מיין מיידל פון 4 יאר האט סאמהאו ביי די איין יאר נישט באקומען די MMR שאט, סוי יעצט אנהייב ווינטער ווען עס האט אנגעהויבן די אויסברוך, האב געטשעקט איר רעקארד, און געזען אז זי האט נאכנישט באקומען די ערשטע שאט, סוי בין איך געגאנגען צום דאקטאר און גענומען די שאט, יעצט א האלבע יאר שפעטער האט מיר די דאקטאר גערופן אז אזוי ווי זי איז געווען א וואך פריער אין דאקטאר אפפיס מיט א פאציענט וואס האט געהאט מיזעלס, זאל זי צוריקומען און נעמען די צווייטע שאט.


וויפיל שאטס געבט מען מיזעלס? איז נישט איינס גענוג? פארוואס אז מען איז געווען א וואך פריער מיט א מיזעלס פאציענט דארף מען עס א האלב יאר שפעטער איבערנעמען? די שאט איז נישט ווירקזאם ווען מען שטייט נעבן א מיזעלס פאציענט
איך פרעג אמת'דיג פשוט צו פארשטיין, איך האב נאך אזוינס נישט געהערט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22902
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 08, 2019 3:34 pm

מי יודע האט געשריבן:
וויפיל שאטס געבט מען מיזעלס? איז נישט איינס גענוג?

פון CDC
CDC recommends all children get two doses of MMR (measles-mumps-rubella) vaccine, starting with the first dose at 12 through 15 months of age, and the second dose at 4 through 6 years of age. Children can receive the second dose earlier as long as it is at least 28 days after the first dose.

זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מאי 08, 2019 4:22 pm

מי יודע האט געשריבן:וויפיל שאטס געבט מען מיזעלס? איז נישט איינס גענוג? פארוואס אז מען איז געווען א וואך פריער מיט א מיזעלס פאציענט דארף מען עס א האלב יאר שפעטער איבערנעמען? די שאט איז נישט ווירקזאם ווען מען שטייט נעבן א מיזעלס פאציענט
איך פרעג אמת'דיג פשוט צו פארשטיין, איך האב נאך אזוינס נישט געהערט

ביז יאר '89 איז געווען אנגענומען אז איין שאט איז געניג, זייט דעמאלטס ביז היינט האלטן זיי אז מען ברויך צוויי, זיי זאגן אז מיט איין שאט איז מען 93% פארזיכערט קעגן די מיזעלס, און מיט צוויי שאטס איז מען 97% פארזיכערט.
אסאך מענטשען נעמען א titer טעסט און אויב די נאמבער איז העכער 29 דארף מען נישט קיין שאט, איך קען עטליכע וואס האבן דאס געטוהן לגבי די צווייטע שאט, (אסאך קינדער זענען אימיון נאך פארן באקומען די ערשטע MMR אויך).

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 08, 2019 4:41 pm

דממה דקה האט געשריבן:אסאך קינדער זענען אימיון נאך פארן באקומען די ערשטע MMR אויך

נאכן ענדיגן זייגן?

אויב יא. פון וואו נעמסטו דאס?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » מיטוואך מאי 08, 2019 4:57 pm

image082.jpg
image082.jpg (75.76 KiB) געזעהן 1631 מאל

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 08, 2019 5:38 pm

Kosher Travel האט געשריבן:ווער איז דער דאקטאר פון אקלאהאמא?

איך בין סתם נייגעריג צו וויסן ווער איז דער גרויסע מומחה אויף וועהם מען האט מקיים געוועהן דעהם ממרחק תביא לחמה, און הרוצה לשקר ירחיק ירחיק עדותו.

ביטע ברענגען עפעס מער אינפא נאמען פון דאקטער, וועלכע עסקנים זענען געקומען קעגן וואקסינאציע וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך מאי 08, 2019 6:40 pm

lebediger berel האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:ווער איז דער דאקטאר פון אקלאהאמא?

איך בין סתם נייגעריג צו וויסן ווער איז דער גרויסע מומחה אויף וועהם מען האט מקיים געוועהן דעהם ממרחק תביא לחמה, און הרוצה לשקר ירחיק ירחיק עדותו.

ביטע ברענגען עפעס מער אינפא נאמען פון דאקטער, וועלכע עסקנים זענען געקומען קעגן וואקסינאציע וכו'


אפשר דר. למאוזש?

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מאי 08, 2019 7:28 pm

הענדימען האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אסאך קינדער זענען אימיון נאך פארן באקומען די ערשטע MMR אויך

נאכן ענדיגן זייגן?

אויב יא. פון וואו נעמסטו דאס?

פון מענטשן וואס האבן עס פראבירט

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » מיטוואך מאי 08, 2019 7:30 pm

קיסריה האט געשריבן:איך הער עפעס אז א היציגע דעבאטע איז היינט (דינסטאג קדושים) פארגעקומען אין קרית יואל צווישן דאקטוירים און רבנים איבער וואקסינירן קינדער.

דאקטאר ווערצבערגער האט זיך שטארק גע׳טענה׳ט מיט א אן אנדערן דאקטער.

ווער האט פרטים?

זיי האבן אנגעהויבן ארום לויפן צו רבנים זיי האפן אז דעיס וועט זיי העלפן
לאנג לעבן זאל טראמפ דער ערשטער

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 08, 2019 11:07 pm

דממה דקה האט געשריבן:פון מענטשן וואס האבן עס פראבירט

לאז הערן אביסל מער פליז
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » דאנארשטאג מאי 09, 2019 1:43 am

הענדימען האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אסאך קינדער זענען אימיון נאך פארן באקומען די ערשטע MMR אויך

נאכן ענדיגן זייגן?

אויב יא. פון וואו נעמסטו דאס?

כ'האב געהערט פון אפאר מענטשן וואס האבן א אזא מציאות געמאכט א titer blood test און דער קינג איז געווען immune אן האבן קיין שאט אדער מיזעלס

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » דאנארשטאג מאי 09, 2019 1:55 pm

בארבער האט געשריבן:C/p
צוויי שעה׳איגע דעבאטע צווישן די וועקסערס פארגעקומען צווישן דאקטוירים / הצלה / אקטיוויסטן און גרויסע אנערקענטע רבנים.וכו'

אלץ איינער וואס האט נישט קיין שום צייט און די וואקסין דעבאטע נאר איך שטיי צומישט זענדיג ווי ביידע האבן גוטע טענות קוק איך שוין לאנג ארויס אויף אזא דעבאטע וואס ביידע זאלן ארויף ברענגען זייערע טענות און זעהן ווער עס קומט ארויס די זיגער
האט מען נעכטען פארפאסט א גאלדענע גלענגענהייט אנשטאט צוברענגען איינעם וואס קען גוט די טענות פון די אנטי האט מען געברענגט איינעם וואס ווייסט נישט גארנישט
ממש אשאד יעצט וועל איך דארפן בלייבן ווייטער צומישט

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

איך געב יא וואקסינען ווייל קשיות און נגיעות איז דא אין ביידע זייטן, ממילא גיי איך שוין ענדערש מיטן דאקטער. אבער מיין הארץ צאפלט יעדעס מאל ווייל איך ווייס קלאר פון אפאר אמת'ע מעשות ווי מענטשן האבן זיך נעבעך אפגעבריט. מ'קען נישט לייקענען קיין פאקטן.

פון די אנדערע זייט, איך ווייס מכלי ראשון א פארקערטע מעשה וואס ווייזט די וויכטיקייט פון זיך באהיטן פון באקומען די מיזעלס, (די מעשה איז נישטא ווער ס'זאל עס פאמפען..) א קינד וואס האט געהאט צוטין מיט די אויגן, געהאט זייער א הויכע נומבער אויגן גלעזער, האט באקומען די מיזעלס און ל"ע לעת עתה אינגאנצן פארלוירן די ראי'. ר"ל. מ'האפט אז ס'וועט אי"ה צוריקקומען אבער מ'ציטערט.

לויב און דאנק
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:04 am

תגובהדורך לויב און דאנק » פרייטאג מאי 10, 2019 2:51 pm

ווייסט איינער א נאמען פון דעם אנטי דאקטאר [?] וואס זיי האבן אראפגעברענגט?

ל. קאטשקע
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 12:17 pm

תגובהדורך ל. קאטשקע » זונטאג מאי 12, 2019 11:37 am

איך וואלט אויך געקענט באשטיין צו הערן מער איבער די דעבאטע ביי האדמו"ר מסאטמאר שליט"א
א קאטשקע... און נאך ווי א קאטשקע!!!

נאך איינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » זונטאג מאי 12, 2019 6:54 pm

C/P
עובדא מתוקה שמעתי שאחד מחסידי האדמו"ר מ****** נכנס אל הקו"פ עם קוויטל והזכיר שלא יחלו ילדיו עם חולי המיזעל"ס, כשראה הרבי את ההזכרה שאלו למה ידאג ע"ז? האם לא חוסנו ילדיו לזה? השיב החסיד, שאשתו מתנגדת לזה, ולכן מזכיר שלא יחלו, אמר הרבי: א"כ למה כתבת בקוויטל את שמות בניך, הם בסדר, עליך להזכיר את אשתך לרפואה בדבר ישועה ורחמים,
ודפח"ח

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג מאי 13, 2019 11:11 am

ווידער א צולאזטע ראבאו קאל דורך די אנטי וואקסינערס יעצט אויף מיין פרייוואטע סעלפאון!
לאזט מיר לעבן!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט