וואקסינען דעבאטע

אחראי: יאנאש

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

נישט געכאפט אז מ'רעדט דא פון דעם דאקאטר מייזלין,

אני הקטן האב גענטצט דעם דאקטאר ביי מיינע ערשטע קינדער אלץ פריימערי דאקטאר און ווי א שווייצער זייגער האט ער געגעבן אלע פארלאנגטע שאטס אנגעהויבן פון די 3 חדשים.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

הרב קאושער טרעוול

דר. מייזלין איז געווען מיין דאקטאר אלץ קינד, און מיינע קינדערס דאקטאר ווילאנג ער האט געלעבט, אזאנס ווי אים מאכט מען נישט היינטיגע צייטן.

אמת אז ער איז געווען אן די בוקס ווען ס'איז געקומען צו וואקסינען, באט אין זיין בוק איז אויך געשטאנען אז מען גיט נישט קיין וואקסינען ווען א קינד פילט נישט 100% גוט, היינטיגע שיסטערס שטעכן וויפיל עס לאזט זיך און לייגען נישט צו קיין אונס מחשבה, דר. פאטעל קען אריינשטעכן 9 וואקסינען אויף איין מאל (דר. מייזלין האט אזאנס נישט געטוהן), אן קוקן אויף איין טשארט, און ער איז שוין כלומרשט א גיטע דאקטער.

און גראדע לגבי וואקסינס האב איך געהאט מיט אים צוויי אינטערסאנטע עפיזאדן, איינס דערפון ווען עס איז געווען די מאמפס אויסברוך, און איך האב געברענגט די קינדער וואס האבן געברויכט די ערשט און צווייטע MMR, האט ער מיר דעמאלטס געזאגט i'm very puzzled every patient with mumps i saw was vaccinated, האב איך געפרעגט זאל איך יעצט געבן MMR האט ער מיך גע'ענטפערט I dont know what to tell you איך בין געווען פאסיוו און איך האב עס געלאזט פאר אים, די וויזיט האט זיך גע'ענדיגט אן קיין שאט, די נעקסטע וויזיט האט ער געגעבן די שאט, ער האט מיר געזאגט אז "they say" אז די מאמפס איז געווען אן אנדערע סטרעין, און ער האט עס אזוי איבערגעזאגט היפש אומבאקוועם.

פארגעס נישט צו עסן לאטס אוו טשיקען-סופ.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

הר גריזים האט געשריבן:נישט געכאפט אז מ'רעדט דא פון דעם דאקאטר מייזלין,

אני הקטן האב גענטצט דעם דאקטאר ביי מיינע ערשטע קינדער אלץ פריימערי דאקטאר און ווי א שווייצער זייגער האט ער געגעבן אלע פארלאנגטע שאטס אנגעהויבן פון די 3 חדשים.

זאג נאר... די ביסט פון די זיידעס דא אויף אייוועלט?
:lol:
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

איך בין נישט קיין ריסערטשער און איך קום נישט דא איבערצייגן קיינעם אבער איך לייג פאר מיינע געפינסן און געפילן.
ווי ווייט איך האב גערעדט מיט מענטשן וואס זענען אנטי וואקסין האב איך נישט געקענט טרעפן דעם בילד וואס טייל פרובירן אראפצולייגן, און בעיקר צוויי הארבע טענות.

1) אז די אנטי'ס ביי דעם היימישן עולם באשטייט בעיקר פון מענטשן וואס האבן זיך אפגעבריעט און האבן קראנט מעשיות אין די אייגענע משפחה, און אז די סארט מעשיות וואס זיי האבן אליין מיטגעלעבט האט זיי מכריע געווען צו זיי דערגעגן.

---- אני הקטן האב איך זיי דערווייל נישט באגעגענט. אלע וואס האבן גערעדט פון אפגעבריעט האבן אדער גערעדט פון נישט ערנסטע פראבלעמען אדער נאכגעזאגט פון אנדערע וואס ווייסן קלאר וכו' אבער נישט עפעס וואס זיי אליין האבן מיטגעמאכט, נאר איינער האט זיי כאילו קאנווינסד. טייל האבן אויך געזאגט אז זיי האבן געפערליך מיטגעמאכט פון די שאטס אבער דאס אז עס קומט פון די שאטס האט זיי מגלה געווען א האמיופעט, קייטל דרייער, קייראפרעקטער, טעראפיסט, אדער דאס גלייכן, מוז איך שוין גלייבן אין א גאנצע שטויס מיט נייע רפואות צו וויסן אז די שאטס זענען טאקע די גורם.
---- אמת אז די גאוו טיילט געלט פאר געשעדיקטע און יתכן אז ס'איז דא פראבלעמען אבער דא רעד איך כלפי די טענות אז די מענטשען זענען וויקטעמס.

---- יתכן אז ס'איז דא אזאנע אויכעט אבער אויסער ניקס האב איך נישט באגעגנט. אבער עס זענען יא דא אסאך אסאך וואס וויסן נישט קיין זאך אבער זענען אויסגעשפראכענע אנטי וואקסין.

2) אז די אנטי'ס האבן כאילו דורכגעטוען דעם נושא, זיי זענען "אליין" געקומען צו די החלטה. זיי זענען שמערישווייניגער גוטע געלערענטע ריסערטשער און נאכן זען אלע צדדים לכאן ולכאן האבן זיי נישט געטראפען קיין שום היתר צו געבן וואקסינען.

---- אני הקטן האב איך זיי דערווייל נישט באגעגענט, דאס רוב וואס איך האב יא געכאפט א שמועס מיט האבן ממש נישט געוויסט בחייכון, און האבן געספינט ענטפערס לויט די געברויך.
די וואס האבן שוין יא געוויסט אביסל האבן מער ווייניגער געזוכט אין גוגל אדער געליינט א ביכל וואס איינער האט זיי רעקאמענדירט אדער אביסל מער פון דעם, אבער איך האב נישט געטראפן דערווייל איינער וואס האט געהאט די מאגן צו ליינען די ארגומענטן אויף די אנדערע זייט און וויסן קלאר וואס ביידע זאגן און דערנאך מחליט זיין אז דער אמת איז "קלאר" מיט די אנטי'ס.

---- איך זאג נישט אז ס'איז נישטא קיין ריסערטש אויף די אנדערע זייט, אבער דער עולם וואס דרייט זיך אנגעצויגן און קען נישט שיקן די קינדער אין חדר ווייל זיי האבן אזוי צו זאגן אליין מברר געווען די זאך, וואו ווען וואס, איך האב נישט זוכה געווען זיי צו טרעפן.

---- יתכן אז ס'איז דא אזאנע אויכעט אבער אויסער ניקס האב איך נישט באגעגנט. אבער עס זענען יא דא אסאך אסאך וואס וויסן נישט קיין זאך אבער זענען אויסגעשפראכענע אנטי וואקסין.

וואס יא?

3) שלום בית!
עס הויבט זיך אן און ענדיגט זיך דארט. און זי, וואס איז זי נעבעך שולדיג? הודו לד' פאר זייער תמימות און ער זאגט ימחה שמי על המים וכו' און ס'איז שלום ביי אידישע קינדער.

---- יתכן אז דאס איז נישט דער גאנצער בילד אבער אזעלעכע האב איך ב"ה געטראפן אסאך. דו"ק ותשכח
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

Kosher Travel האט געשריבן:
חיים אלכסנדר האט געשריבן:עס טוט זיך קולות יעדער שרייט איבער דעם צווייטען בשעת דער דריטער און פיפטער קריגען זיך אויף אן אנדער פרט אין די זעלבע פלאטפארם.
מיר פשוטע מענטשן פארשטייען נישט קיין איין ווארט.

קען דא איינער פון ביידע צדדים ארויסקומען פון די פראנט ליניעס, און אראפגעבן די גאנצע קעיס, יעדער זיין זייט, אויסשמועסן זיינע ראיות, אבער נאר זיינע בעסטע ראיות, און אויך זיינע בעסטע קשיות אויף די אנדערע זייט.

מען האט עס שוין געטוהן דא.


אין דעם לינק קען איך נאר ווייטער ליינען אומסודר'דיגע וויכוחים און היציגע טענות.
איך זוך אזוי ווי א פראדאקט ריוויא - טאפ קריטיקעל ריוויא וכדו' צולייגט אלע פונקטן צוזאמען.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

Kosher Travel האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:נישט געכאפט אז מ'רעדט דא פון דעם דאקאטר מייזלין,

אני הקטן האב גענטצט דעם דאקטאר ביי מיינע ערשטע קינדער אלץ פריימערי דאקטאר און ווי א שווייצער זייגער האט ער געגעבן אלע פארלאנגטע שאטס אנגעהויבן פון די 3 חדשים.

זאג נאר... די ביסט פון די זיידעס דא אויף אייוועלט?
:lol:

אויך מיר א זיידע דער קאושער טרעוול... זיך איינגעשריבן דא קוים 2016 און שוין איז ער די זיידע דא... :grin: :grin:

עניוועיס זאלסט האבן נאך אסאאאאאך לאנגע און געזונטע יארן, עוד תנוב בשיבה דשנים ורעננים און זיין א געזונטע עלטער זיידע און עלטער עלטער זיידע!
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

דממה דקה האט געשריבן:הרב קאושער טרעוול

דר. מייזלין איז געווען מיין דאקטאר אלץ קינד, און מיינע קינדערס דאקטאר ווילאנג ער האט געלעבט, אזאנס ווי אים מאכט מען נישט היינטיגע צייטן.

אמת אז ער איז געווען אן די בוקס ווען ס'איז געקומען צו וואקסינען, באט אין זיין בוק איז אויך געשטאנען אז מען גיט נישט קיין וואקסינען ווען א קינד פילט נישט 100% גוט, היינטיגע שיסטערס שטעכן וויפיל עס לאזט זיך און לייגען נישט צו קיין אונס מחשבה, דר. פאטעל קען אריינשטעכן 9 וואקסינען אויף איין מאל (דר. מייזלין האט אזאנס נישט געטוהן), אן קוקן אויף איין טשארט, און ער איז שוין כלומרשט א גיטע דאקטער.

אינטערסאנט וואס דו לייגסט אראפ כאילו נאר דער דר. האט נישט געגעבן קיין וואקסינען ווען א קינד פילט נישט 100% גוט
מיר נוצן א פשוטער ODA דר. און פאר וואקסינען האט מען אייביג געטשעקט צו דאס קינד פילט גוט
און וועגן די מאמפס אויסברוך פון 9 יאר צוריק, געדענק מיר דאס זייער פיין, זייענדיג איינע פון די אנגעשטעקטע, אבער זייער אויף א מילדן פארנעם, און דאס האבן דאקטוירים דאן געזאגט אז אויב האט מען גענומען די שאטס האט מען עס דאן על פי רוב באקומען אויף א גאר מילדן פארנעם
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

חיים אלכסנדר האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
חיים אלכסנדר האט געשריבן:עס טוט זיך קולות יעדער שרייט איבער דעם צווייטען בשעת דער דריטער און פיפטער קריגען זיך אויף אן אנדער פרט אין די זעלבע פלאטפארם.
מיר פשוטע מענטשן פארשטייען נישט קיין איין ווארט.

קען דא איינער פון ביידע צדדים ארויסקומען פון די פראנט ליניעס, און אראפגעבן די גאנצע קעיס, יעדער זיין זייט, אויסשמועסן זיינע ראיות, אבער נאר זיינע בעסטע ראיות, און אויך זיינע בעסטע קשיות אויף די אנדערע זייט.

מען האט עס שוין געטוהן דא.


אין דעם לינק קען איך נאר ווייטער ליינען אומסודר'דיגע וויכוחים און היציגע טענות.
איך זוך אזוי ווי א פראדאקט ריוויא - טאפ קריטיקעל ריוויא וכדו' צולייגט אלע פונקטן צוזאמען.

ר' חיים אלכסנדר,

אין דעהם לינק איז דא גאנצע בלעטער מיט אומסודר'דיגע וויכוחים און היציגע טענות. אמת. אבער עס איז אויך דא פילע נארמאלע דעבאטעס פון ביידע זייטן, ווי אויך פילע מראה מקומות. און ווער עס וויל וועט עס זעהן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איין גרויסע טעות וואס די אלעגעמיינע פרא-וואקסין פאפולאציע מאכט, איז מיטן אונטערשאצן די כח און מאס פון די אנטי וואקסינער'ס, וואס זענען שוין היינט ווייט נישט קיין קליינע מינדערהייט יחידים, נאר א היבש גרויסע גרופע מיט איבערצייגטע מיינונגן.

אין די צייט וואס די פרא וואקסינער'ס זענען היבש עדיוקעטעד מיט זייער שיטה, (נישט אלע שטייצעך, אבער א גרויסע עולם). עס איז דא האטליינ'ס פארשידענע, און קאנפרענס קאלס, וכדומה. זענען די אלגעמיינע פרא'ס אומוויסנד, און קענען זיך נישט עפענען דאס מויל ווען עס קומט צו א דעבאטע. ס'געענדיגט די צייטן פון שרייבן אין צייטונגען, אז די אנטי וואקסינען איז א קולט און אויבער חכמים, בלא בלא בלא. אז דו ווילסט אז ס'זאל זיך נישט פארשפרייטן די אנטי מאוומענט, שאר דיר ארויף די ארבעל, און פארענטפער אחת לאחת, מיט איבערצייגענע רייד. די סיבה יא צו געבן וואקסינען.

בהצלחה.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מחשב האט געשריבן:אז דו ווילסט אז ס'זאל זיך נישט פארשפרייטן די אנטי מאוומענט, שאר דיר ארויף די ארבעל, און פארענטפער אחת לאחת, מיט איבערצייגענע רייד. די סיבה יא צו געבן וואקסינען.

די פראבלעם איז אז זיי קומען אלץ אויף מיט פרישע לגיונות און מ'וועט קיינמאל נישט פערטיג ווערן זיי ענטפערן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מיגו האט געשריבן:איך בין נישט קיין ריסערטשער און איך קום נישט דא איבערצייגן קיינעם אבער איך לייג פאר מיינע געפינסן און געפילן.
ווי ווייט איך האב גערעדט מיט מענטשן וואס זענען אנטי וואקסין האב איך נישט געקענט טרעפן דעם בילד וואס טייל פרובירן אראפצולייגן, און בעיקר צוויי הארבע טענות.

1) אז די אנטי'ס ביי דעם היימישן עולם באשטייט בעיקר פון מענטשן וואס האבן זיך אפגעבריעט און האבן קראנט מעשיות אין די אייגענע משפחה, און אז די סארט מעשיות וואס זיי האבן אליין מיטגעלעבט האט זיי מכריע געווען צו זיי דערגעגן.

---- אני הקטן האב איך זיי דערווייל נישט באגעגענט. אלע וואס האבן גערעדט פון אפגעבריעט האבן אדער גערעדט פון נישט ערנסטע פראבלעמען אדער נאכגעזאגט פון אנדערע וואס ווייסן קלאר וכו' אבער נישט עפעס וואס זיי אליין האבן מיטגעמאכט, נאר איינער האט זיי כאילו קאנווינסד. טייל האבן אויך געזאגט אז זיי האבן געפערליך מיטגעמאכט פון די שאטס אבער דאס אז עס קומט פון די שאטס האט זיי מגלה געווען א האמיופעט, קייטל דרייער, קייראפרעקטער, טעראפיסט, אדער דאס גלייכן, מוז איך שוין גלייבן אין א גאנצע שטויס מיט נייע רפואות צו וויסן אז די שאטס זענען טאקע די גורם.
---- אמת אז די גאוו טיילט געלט פאר געשעדיקטע און יתכן אז ס'איז דא פראבלעמען אבער דא רעד איך כלפי די טענות אז די מענטשען זענען וויקטעמס.

---- יתכן אז ס'איז דא אזאנע אויכעט אבער אויסער ניקס האב איך נישט באגעגנט. אבער עס זענען יא דא אסאך אסאך וואס וויסן נישט קיין זאך אבער זענען אויסגעשפראכענע אנטי וואקסין.

2) אז די אנטי'ס האבן כאילו דורכגעטוען דעם נושא, זיי זענען "אליין" געקומען צו די החלטה. זיי זענען שמערישווייניגער גוטע געלערענטע ריסערטשער און נאכן זען אלע צדדים לכאן ולכאן האבן זיי נישט געטראפען קיין שום היתר צו געבן וואקסינען.

---- אני הקטן האב איך זיי דערווייל נישט באגעגענט, דאס רוב וואס איך האב יא געכאפט א שמועס מיט האבן ממש נישט געוויסט בחייכון, און האבן געספינט ענטפערס לויט די געברויך.
די וואס האבן שוין יא געוויסט אביסל האבן מער ווייניגער געזוכט אין גוגל אדער געליינט א ביכל וואס איינער האט זיי רעקאמענדירט אדער אביסל מער פון דעם, אבער איך האב נישט געטראפן דערווייל איינער וואס האט געהאט די מאגן צו ליינען די ארגומענטן אויף די אנדערע זייט און וויסן קלאר וואס ביידע זאגן און דערנאך מחליט זיין אז דער אמת איז "קלאר" מיט די אנטי'ס.

---- איך זאג נישט אז ס'איז נישטא קיין ריסערטש אויף די אנדערע זייט, אבער דער עולם וואס דרייט זיך אנגעצויגן און קען נישט שיקן די קינדער אין חדר ווייל זיי האבן אזוי צו זאגן אליין מברר געווען די זאך, וואו ווען וואס, איך האב נישט זוכה געווען זיי צו טרעפן.

---- יתכן אז ס'איז דא אזאנע אויכעט אבער אויסער ניקס האב איך נישט באגעגנט. אבער עס זענען יא דא אסאך אסאך וואס וויסן נישט קיין זאך אבער זענען אויסגעשפראכענע אנטי וואקסין.

וואס יא?

3) שלום בית!
עס הויבט זיך אן און ענדיגט זיך דארט. און זי, וואס איז זי נעבעך שולדיג? הודו לד' פאר זייער תמימות און ער זאגט ימחה שמי על המים וכו' און ס'איז שלום ביי אידישע קינדער.

---- יתכן אז דאס איז נישט דער גאנצער בילד אבער אזעלעכע האב איך ב"ה געטראפן אסאך. דו"ק ותשכח

איך האב שוין געשריבן ענליכס

די פראבלעם מיט די אנטיס (וואס איך האב פערזענליך גערעדט צו) איז אז זיי זענען אויבער חכמים און ווילאנג איינער טענה'ט פארקערט וועלן זיי דאס אננעמען. נישט קיין חילוק ווי לעכערליך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מחשב האט געשריבן:איין גרויסע טעות וואס די אלעגעמיינע פרא-וואקסין פאפולאציע מאכט, איז מיטן אונטערשאצן די כח און מאס פון די אנטי וואקסינער'ס, וואס זענען שוין היינט ווייט נישט קיין קליינע מינדערהייט יחידים, נאר א היבש גרויסע גרופע מיט איבערצייגטע מיינונגן.

אין די צייט וואס די פרא וואקסינער'ס זענען היבש עדיוקעטעד מיט זייער שיטה, (נישט אלע שטייצעך, אבער א גרויסע עולם). עס איז דא האטליינ'ס פארשידענע, און קאנפרענס קאלס, וכדומה. זענען די אלגעמיינע פרא'ס אומוויסנד, און קענען זיך נישט עפענען דאס מויל ווען עס קומט צו א דעבאטע. ס'געענדיגט די צייטן פון שרייבן אין צייטונגען, אז די אנטי וואקסינען איז א קולט און אויבער חכמים, בלא בלא בלא. אז דו ווילסט אז ס'זאל זיך נישט פארשפרייטן די אנטי מאוומענט, שאר דיר ארויף די ארבעל, און פארענטפער אחת לאחת, מיט איבערצייגענע רייד. די סיבה יא צו געבן וואקסינען.

בהצלחה.

שקר מוחלט בתכלית השקר.

איז דא ביי אונז אין ביהמ"ד, פון די ריכטיגע אנטי וואקסין חברה. די וואס זענען involved מיט די האטליין, און טיילען אויס די אנטי וואקסין פובליקאציעס. אבער ווען עס קומט צו פאקטן, בלייבן זיי מיט די צינג אינדרויסן. אבי איבערשרביין? מיהר האבן זיך דא יא ארויפגעשארט די ארבעל, און דורך געקייט איעדע נושא. פון מיזעלס איז געזונט, ביז אז די MMR וואקסין ברענג אוטיזים. אלעס שיין איבערגעקייט. פון די נושא אז רבנים און דאקטורים זענען אנטי וואקסין, ביז די נושא אז וואקסינס איז א hoax.

אבער אז מען וויל נישט זעהן, דאן קען מען נישט זעהן.
איעדעס שבת אין ביהמ"ד, ו
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

דער שטאך, גליון 1 היכי דמי חילול ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איז ארויסגעקומען א פרישע בלעטל פון די אנטי וואקסין חברה, וואס מען האט פארטיילט די שבת אין די בתי מדרשים, וואס די אינגעלייט ליינען מיט תמימות און כאפן נישט וואס גייט דא פאר? ווער איז דא גערעכט?

דארף מען וויסן, אז גערעכט איז דער וואס שרייבט אמת. די גאנצע קונטרס איז געבויעט אויף שקר.

למשל: זיי האבן א ליסטע פון דאקטוירים, לויערס און סייענטיסטן וואס זענען אנטי וואקסין.

עס איז גראדע געוועהן צוויי ווערסיעס. איין ווערסיע (די גרויסע פילע סייז) האט גאר געהאט Andrew Wakefield אויף די ליסטע!!! אין די לענגערע ווערסיע (די קליינע סייז קונטרס), האבן זיי עס שוין ארויסגענומען.

מיהר וועלען אי"ה קאמענטירן אויף די גאנצע קונטרס. למשל, זייערע טענות אז רבנים זענען אנטי וואקסין, וכו'. אבער איך שפיהר אז מען מיז שוין איצטער מוצאי שבת ארויסברענגען די שקר. איינע פון די נעמען דארטן, אויף די ליסטע פון "די אלע אויבנדערמאנטע פראמינענטע דאקטורים און סייענטיסטן וואס האבן גרונטליך שטודירט די נושא און דעריבע האבן זיי בוחר געוועהן נישט צי געבן וואקסינס פאר זייערע פאציענטן און זייערע אייגענע קינדער" איז:

(איך טייפ איבער ווארט ביי ווארט פון "דער שטאך"):

Dr. William Thompson, Congressman, Senior Scientist, CDC
וואס האט ארויסגעגעבן פארן פובליק 10,000 פיילס וולכע איבערצייגן ווי די CDC האט דירעקט פארהוילן פאקטן וועלכע צייגן און אויף שאדן געברעגט אין רעזולטאט פון וואקסינען!!!
עד כאן הלשון של "דער שטאך".

שקר גמור!!! טיפיקעל אנטי וואקסין מעטאדע ווי מען נעמט שטיקלעך פון איינעם, מען שטיקעל צוזאם, און מען נעמט אראפ. אבער צום פאקט: דער דאקטאר האלט יא פון וואקסין.

דאס איז א סטעיטמענט וואס דער דאקטאר האט ארויסגעגעבן נאכדעם וואס דער געמיינער שווינדלער, Andrew Waekfield האט ארויסגעגעבן חלקים פון זייער טעלעפאן שמיעס אהן זיין רשות:

I want to be absolutely clear that I believe vaccines have saved and continue to save countless lives. I would never suggest that any parent avoid vaccinating children of any race. Vaccines prevent serious diseases, and the risks associated with their administration are vastly outweighed by their individual and societal benefits.

נו... פארוואס דארף מען שרייבן אפענע ליגענט? וויאזוי שרייבט מען א ליסטע פון דאקטורים וואס זענען אנטקעגן וואקסינס, ווען מעל לייגט אריין א נאמען וואס איז פרא וואקסינס? ווייל מען מיינט אז דער היימישער עולם איז אזוי מעשיגע און וועלען אלעס אהנעמען פאר face value?

Guess What? קאושער טרעוועל נעמט די מי צו מאכן fact findings.

איך רעדט שוין נישט פון די פאקט, אז א הצלה מעמבער, א פאראמעדיק, פאר וועהם מיהר האבן דאס געוויזן שבת, זאגט איך בין נישט קיין דאקטאר. איך בין אין emergency medicine. אבער איך קען ענק פשוט זאגן, אז איעדעס ווארט וואס דא שטייט איז ליגענט. איך קען ענק זאגן, אז הצלה אין מאנסי אליינס, טראגט אריין כאטש 3 פיצליך אין שפיטאל און א מצב סכנה פון מיזעלס. און יא, מיהר האבן היינט בעסערע העלטה קעיר, ממילא איז נאך נישט געווען קיין פאטאליסטן. אבער מען רעדט פון סכנות נפשות ממש. און אויב די חברה ווילען טוהן פאר זיך, איז נאך א האלבע צרה. אבער זיי ווילען איבערדרייען די שטאט, זיי פאדרייען די קאפ פאר רבנים מיט פאלטשע פאקטן און ווילען אז איעדער זאל זיי נאכטאנצן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

קאושער דו האסט אפשר א לינק צו ביל טאמפסאן'ס אפלייקענונג?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אפטימיסט האט געשריבן:קאושער דו האסט אפשר א לינק צו ביל טאמפסאן'ס אפלייקענונג?

בייגעלייגט איז די פילע סטעיטמענט פון וויליאמ (ביל) טאמפסאן וואס ער האט צו זאגן, released דורך זיין אייגענע לויער. מען זעהט קלאהר ווי ער האט געהאט א קליינע טענה אויף די סי.די.סי., און די אנטי וואקסין חברה האבן איהם אהנגערופן, ריקארדעט וואס ער האט געזאגט, און געבאקן א גאנצע מעשה.

william-thompson-statement-27-august-2014.pdf
(89.86 KiB) געווארן דאונלאודעד 114 מאל
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

ער זאגט אז עס איז נאך אלטס דא מער קשיות ווי תירוצים ער פרעגט בכלל נישט אפ אז יתכן אז עס איז גורם אויטיזם
yield the right of way
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נאך א קוואט פון טאמפסאן.

[align=left]The fact that we found a strong statistically significant finding among black males does not mean that there was a true association between the MMR vaccine and autism-like features in this subpopulation.[/align]


פון דא
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

Kosher Travel האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן:קאושער דו האסט אפשר א לינק צו ביל טאמפסאן'ס אפלייקענונג?

בייגעלייגט איז די פילע סטעיטמענט פון וויליאמ (ביל) טאמפסאן וואס ער האט צו זאגן, released דורך זיין אייגענע לויער. מען זעהט קלאהר ווי ער האט געהאט א קליינע טענה אויף די סי.די.סי., און די אנטי וואקסין חברה האבן איהם אהנגערופן, ריקארדעט וואס ער האט געזאגט, און געבאקן א גאנצע מעשה.

william-thompson-statement-27-august-2014.pdf

מ'האט עם ריקארדעט, אדער געבאקן א גאנצע מעשה??
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

א כמעט זעקס חדשים קינד איז געוועהן אין א קאומע פאר כמעט א וואך.
די דאקטוירים האבן געזאגט אז זיי זענען נישט זיכער אז דאס קינד גייט זיך אויפוועקן.
You have to prepare yourself that you might lose him.
ב"ה, דאס קינד האט עס אדורכעשוויצט, און מען האפט אז עס איז נישט דא קיין damage.
דאס קינד האט געכאפט מיזעלס פון א שכן וואס וואקסאנירט נישט...

דארף מען איצטער דן זיין...
- היכי דמי חילול השם.
- עס איז דא נאך א צד. איעדעס מאהל איינער זאגט דיהר ווי וויכטיג איז וואקסינס, ענטפער איהם צירוק: האסט געהערט די אנדער צד? טאמער נישט, איז נישט דא וואס צו רעדן מיט דיהר.
- מיזעלס איז בכלל נישט שעדליך. עס איז גאר געזונט, עס ראטעוועט פון קענסער (שקר גמור).
- וואקסינס איז גאר וואס איז שעדליך און קען גורם זיין קענסער.
- שמוע בין אחיכם.
- אויב איז מען פרא וואקסין, דאן איז די גאנצע שמורה האנט מצות אין א סכנה וועגען שריפות.

צייט זיך אויפוועקן מיט וואס פאר א קולט מען האנדעלט דא. רוב וועלט זעהט דאס איין. עס איז דא א סיבה פארוואס Go Fund Me האט פארמאכט funding פאר א פאר אנטי וואקסין גרופעס...

און איך האב נישט געהערט די מעשה איש מפי איש. נאר פון די אייגענע עלטערן. איך קען דאס קינד.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

yield האט געשריבן:ער זאגט אז עס איז נאך אלטס דא מער קשיות ווי תירוצים ער פרעגט בכלל נישט אפ אז יתכן אז עס איז גורם אויטיזם

איך וויל נישט איצטער אריינגיין אין די נושא צו די MMR Vaccine ברענגט autism אדער נישט. די נושא האט מען אדורכגעקייט אין די גרויסע וואקסין אשכול. און ווער עס וויל גלייבן אז ער זעהט די זון שיינען בחצות הלילה, איז זייער שווער צו האבן א דעבאטע מיט אזא איינעם.

איהר פראבירט ווייטער אוועקגיין פון די נושא.

צום פינטל פון די איצטיגע נושא וואס איך האב געשריבן: "דער שטאך" ברענגט אראפ א ליסטע פון דאקטוירים, לויערס און סייענטיסטן" וואס זענען אנטי וואקסין, און ווילאם טאמפסאן איז שטארק אויף די ליסטע. און דאס איז שקר גמור. פינטל.

on a side note, עס איז אויך דא אסאך "סעלעברעטיס" וואס זענען אנטקעגן וואקסינס, נישט נאר לויערס. פארוואס האט מען זיי נישט אראפגעברענג???
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

Kosher Travel האט געשריבן:
yield האט געשריבן:ער זאגט אז עס איז נאך אלטס דא מער קשיות ווי תירוצים ער פרעגט בכלל נישט אפ אז יתכן אז עס איז גורם אויטיזם

איך וויל נישט איצטער אריינגיין אין די נושא צו די MMR Vaccine ברענגט autism אדער נישט. די נושא האט מען אדורכגעקייט אין די גרויסע וואקסין אשכול. און ווער עס וויל גלייבן אז ער זעהט די זון שיינען בחצות הלילה, איז זייער שווער צו האבן א דעבאטע מיט אזא איינעם.

איהר פראבירט ווייטער אוועקגיין פון די נושא.

צום פינטל פון די איצטיגע נושא וואס איך האב געשריבן: "דער שטאך" ברענגט אראפ א ליסטע פון דאקטוירים, לויערס און סייענטיסטן" וואס זענען אנטי וואקסין, און ווילאם טאמפסאן איז שטארק אויף די ליסטע. און דאס איז שקר גמור. פינטל.

on a side note, עס איז אויך דא אסאך "סעלעברעטיס" וואס זענען אנטקעגן וואקסינס, נישט נאר לויערס. פארוואס האט מען זיי נישט אראפגעברענג???

באנונזערעולם איז א סעלעבריטי נישט אזא ארטיקל, פאר א דר האט מען דרך ארץ
mi a nagy ügy
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

מיגו האט געשריבן:
וואס יא?

3) שלום בית!
עס הויבט זיך אן און ענדיגט זיך דארט. און זי, וואס איז זי נעבעך שולדיג? הודו לד' פאר זייער תמימות און ער זאגט ימחה שמי על המים וכו' און ס'איז שלום ביי אידישע קינדער.

---- יתכן אז דאס איז נישט דער גאנצער בילד אבער אזעלעכע האב איך ב"ה געטראפן אסאך. דו"ק ותשכח

אראפגענוגעלט...

א סוד פאר גאנץ בראד, אז 90% פון די אנטי מאוומענט ווערט געפירט דורך טיפזיניגע נשים צדקניות (וואס א חברטע האט משכנע גווען בשם די ריסערטש פון מיין באבעס טשוואק)

פומקט נעכטן געזען אין שופריה דיעקב, הערליכע שמועסן פון רבי יענקעלע פון פשעווארסק מיט רבנים און מקורבים. ווערט דארט געברענגט די פאלגענדע מעשה.

צוויי ליטווישע מיידלעך תלמידות פון א סעמינאר אין ארץ ישראל האבן געהאט עפעס א מעכטיגע קושיא אויף א רמב"ן על התורה, און האבן באשלאסן זיך צו ווענדן צו הרב שך צו ער קען זיי פארענטפערן די הארבע קושיא.
הרב שך הערט צוליב וואס זיי זענען דא, זאגט ער זיי פאר עטץ לייגטס פאר ענקער קושיא, לאמיר ענק מכבד זיין עפעס טועם צו זיין, און ער ברענגט אריין א שטיקעל מזונות. די צוויי מאכן א ברכה און הרב שך פרעגט זיי וואס זאגט עטץ צו די מזונות? זייער געשמאק. עטץ קענטץ אויך מאכן אזאנס? ניין. דאן זייטץ מוחל גייטץ לערענט ענק ווי אזוי מען באקט און קאכט פאר קומען מיט די טיעפע קושיות אויפן רמב"ן.

לענינינו, די נשים צדקניות זענען מכובד זיך אביסל צו באקענען מיט די חכמה פון עקאנאמיקס און בוזשעטינג וואס איז קריטיש פאר א אידישע שטוב און א נארמאלען מאן, בעפאר ווערן ריסערטשערס פאר די CDC. ודי בזה.
(איין דוגמא, איז מעגליך איבערהיפן איין יאר קאנטרי ווען דער מאן מאכט $900 א וואך וכולי וכולי)
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
yield האט געשריבן:ער זאגט אז עס איז נאך אלטס דא מער קשיות ווי תירוצים ער פרעגט בכלל נישט אפ אז יתכן אז עס איז גורם אויטיזם

איך וויל נישט איצטער אריינגיין אין די נושא צו די MMR Vaccine ברענגט autism אדער נישט. די נושא האט מען אדורכגעקייט אין די גרויסע וואקסין אשכול. און ווער עס וויל גלייבן אז ער זעהט די זון שיינען בחצות הלילה, איז זייער שווער צו האבן א דעבאטע מיט אזא איינעם.

איהר פראבירט ווייטער אוועקגיין פון די נושא.

צום פינטל פון די איצטיגע נושא וואס איך האב געשריבן: "דער שטאך" ברענגט אראפ א ליסטע פון דאקטוירים, לויערס און סייענטיסטן" וואס זענען אנטי וואקסין, און ווילאם טאמפסאן איז שטארק אויף די ליסטע. און דאס איז שקר גמור. פינטל.

on a side note, עס איז אויך דא אסאך "סעלעברעטיס" וואס זענען אנטקעגן וואקסינס, נישט נאר לויערס. פארוואס האט מען זיי נישט אראפגעברענג???

באנונזערעולם איז א סעלעבריטי נישט אזא ארטיקל, פאר א דר האט מען דרך ארץ

זיי האבן אבער געברענגט אין די קארגע ליסטע אויך עטליכע לויערס, און ביי איינס זאגאר צוגעשריבן "גאר פאפולער, פון די קענעדי משפחה", ווי כאילו די פאקט אז ער איז א פאפולערער 'לויער' (נישט דאקטאר) דארף צו פראוון אז זיין מיינונג אויף וואקסינען דארף ו טראגן א געוויכט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

איך הער עפעס אז א היציגע דעבאטע איז היינט (דינסטאג קדושים) פארגעקומען אין קרית יואל צווישן דאקטוירים און רבנים איבער וואקסינירן קינדער.

דאקטאר ווערצבערגער האט זיך שטארק גע׳טענה׳ט מיט א אן אנדערן דאקטער.

ווער האט פרטים?
בארבער
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארבער »

C/p
צוויי שעה׳איגע דעבאטע צווישן די וועקסערס פארגעקומען צווישן דאקטוירים / הצלה / אקטיוויסטן און גרויסע אנערקענטע רבנים.

א שארפע אויסטויש איז פארגעקומען היינט דינסטאג אמור אין קרית יואל, אין שטוב פון סאטמאר רבי׳ן אין וועלכן די אנטי וועקסערס האבן אראפגעברענגט זייערע אקטיוויסטן און אויך א דאקטאר פון אקלאהאמע - אראפצולייגן זייער קעיס אז:

1) וואקסינירן קינדער איז א סכנה.
2) די העלטה דעפארטמענט איז נישט גערעכט.
3) וואקסינירן איז קעגן די תורה.
4) אלע דאקטוירים זענען אפגעקויפט פון די ריזן פארמאסוטיקל קאמפאניס.

פון די אנדערע זייט איז געקומען דער בארימטער פידיעטריק *דאקטאר ווערצבערגער* דאקטער פאלענדזשער און נאך מיטגלידער פון הצלה.

מיט זיי איז אויך געקומען א פראמינענטער חשוב׳ער און אננערקענטער ליטווישע ראש ישיבה.

צו ערשט האט זייער ספעציאליסט פון אקלאהאמע גענומען דאס ווארט.

יעדער האט ערווארטעט פון דעם גרויסן גאסט, עפעס א ריזן עקספערט פון ווייטן אקלאהאמע אזעלכע הארטע באווייזן פון סייענס, כעמיקס, פיזיקס און ביאלאגיע!

אנשטאט דעם האט מען געהערט פון אים גאר עפעס אנדערש! ס׳איז געווען איראניש צו הערן פון דעם אקלאהאמע דאקטער אז *די תורה פארבאט וועקסינס*! יא.

מיר האבן באקומען א לעקציע פון דעם דאקטער אז די אידישע רעליגיע פארבאט וואקסינירן...

ביטע לאזט ארויס רעליגיע! - האקט אים איבער דער רבי. *פון אייך ווילן מיר הערן מעדיצינישע ארגומענטן פארוואס מ׳זאל נישט וואקסינירן*. אלע ביכער (ספרים) דא זאגן פונקט פארקערט. - און מיר וועלן אויספאלגן די תורה לויט ווי מיר האבן מקבל געווען!

נאך עטליכע שאלות איז קלאר געווארן אז דער דאקטער פון אקלאהאמע איז בכלל נישט קיין פידיעטריק, און האט נאך קיינמאל נישט אונטערזוכט קינדער אין זיין לעבן. - זיין קעיס איז אים צערינען ווי א זייפן-בלאז.

אויף דעם האט אים דאקטאר ווערצבערגער אפגעענטפערט - איך בין שוין א פידיעטריק 30 יאר, און וואקסינירט איבער 10,000 קינדער, און געזעהן אלע זייטן פון די קאָוין - און אלע ציפערן, פיגורן סטאטיסטיקס זענען פונקט פארקערט ווי דו זאגסט.

זאגט אים יענער אז אלע דאקטוירים זענען אפגעקויפט פון די פארמאסוטיקל קאמפאניס !

- וויפיל געלט האט איר באקומען אהערצוקומען? שטעלט אים ווערצבערגער צוריק. וואס פארקויפטסטו ליגנט און פאלשע ציפערן ווען די פאקטן זענען פארקערט?

דארט זענען אנווענזד געווען נאך עטליכע היציגע אינגעלייטלעך וואס אויסער מאכן פאשקעווילן און פאָני-קאָלס האבן זיי נאך גארנישט געטאן. זיי האבן געשריגן און באליידיגט דאקטאר ווערצבערגער !

א ביליגער אינגערמאנטשיק האט זיך גענומען שרייען אז *עטליכע קינדער זענען שוין געשטארבן צוליב די וואקסינס* עס איז געפערליך שעדליך!

אזוי? איך קען מענטשן וועלכע זענען ליידער אוועק אינמיטן א הארץ אפעראציע!
אפשר זאל מען *ארויסגעבן א איסור אז מ׳טאר זיך נישט לאזן אפערירן*? - פרעגט אים דער רבי צוריק!

ס׳איז דאך א געפערליכע סכנה.

איך קען איינעם וואס איז נעבעך אוועק ביים דענטיסט, ביים באקומען א נידל. - אפשר הייסט מען אז מ׳טאר מער נישט גיין צום דענטיסט - ונשמרתם מאוד לנפשותיכם! נישט אזוי?

דער רבי האט זיי געבעטן אז פאר די טובה פון די וואקסינירטע און נישט וואקסינירטע קינדער - זאלן זיי זיך עפענען אייגענע שולעס, אייגענע קעמפס, אייגענע שפיל פלעצער. מיר הייסן אייך נישט וואקסינירן. אבער ביטע שטעלט אונז נישט אין סכנה!
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”