וואקסינען דעבאטע

אחראי: יאנאש

קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מיכל הירש האט געשריבן:איינער זאגט אז הרה''ג ר' חיים יהושע האלבערשטאם, אבדק''ק סאטמאר מאנסי וועט ביי יאר נישט זאגן די שבת הגדול דרשה צוליב וואס ער האט באקומען די מיזעלס. איז דאס אמת?

יא סאיז אמת ויציב
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואס טוט זיך האט געשריבן:נישט נארמאל, זיי גייען האבן א חזקה ערב שבת, פארוואס טוט דאס נישט די פראס אראפ צו רייסן אנדערע? ווייל זיי ווייסן זיי זענען גערעכט און דארפן נישט איבערצייגן אנדערע ערב שבת!

מ'ברויך מיר עס צולייגן אויפ'ן טשעק ליסט פאר'ן קומענדיגן ערב פסח וואס געפאלט אום ערב שבת...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך מיין ס'שוין גאר א לאנגע צייט נישט געווען אזא מצב ווי היימישע אידן פון די זעלבע קרייזן זאלן זיין אזוי צוטיילט בדעה אויף א נושא. ס'נישט קיין תכלית צו לאזן די נושא אזוי עקסטרעם אפגעטיילט. און ס'נישט קיין טובה פאר קיינעם.

איך מיין מ'דארף אויסארבעטן א מיטל וועג וואס זאל לאזן יעדעם איינעם ווייטער ביי זיין דעה אבער דאך אויסארבעטן עפעס א פשרה און יעדער זאל נאכגעבן א טראפעלע. ס'זייער נישט באטעמ'ט אז אונזער שמוץ וועש זאל הענגען בראש כל חוצות צושמירט לעיני כל העמים אויף אומפראפעסינאלע אופן.

איך בין מציע מ'זאל מאכן א עפענטליכע סאמיט וואס עס זאלן אנטיילנעמען רבנים וואס פארשטייען צו דאקטעריי און עסקנים וואס פארטרעטען דעם ציבור פון ביידע צדדים, מ'זאל נישט צילן צו מאכן מסקנות אין איין טאג, פארקערט דייקא דן זיין בכובד ראש און ארויפברענגן די אבעקטיווע סברות און ראיות לכאן ולכאן, און מ'זאל ארויסשטעלן 3 פלענער (למשל) פון רעזולוציעס וואס יעדע אנטהאלט אנדערע פשרות לכאן ולכאן, און דער עולם וועט קענען שטומען דערויף, וירא הקהל וישפוט.

מען האט עס שוין געטוהן. טויזענט מאהל. אלע דאקטורים האלטן אז מען דארף נעמען וואקסינס.
שמוע בין אחיכם מיינט נישט אז מען דארף אויסהערן איעדע קוועק.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

חושב מחשבות... האט געשריבן:....

דו מאכסט א קוגל

מיר זענען אייביג געווען צוטיילט און ווילאנג די אנטיס וועלן זיך נישט אויסטשוכען פון זייער משוגעת וועט עס אזוי בלייבן

די היץ און שמוץ וועש פון די לעצטע פאר וואכן קומט פון די מיזעלס אויסברוכן און האט גארנישט מיט די פרא וועקסערס און ס'איז נישטא אויף וואס צו פארהאנדלען

בנוגע דעם סאמיט זאגסטע אז די רבנים זאלן הערן די פאקטן און דער עולם זאל באשליסן?


תכלית. יעדער זאל פרעגן זיין רב. נישט עפעס א רב אין יעהופעץ וואס זאגט ווי ער וויל הערן והכל על מקומו יבוא בשלום
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

לאמיר אביסל מער אויסשמועסן

ביז נישט לאנג צוריק האבן די אנטיס געמאכט א לעבן. זיי האבן נישט געגעבן קיין שאטס און נישט אפגעגעבן קיין דין וחשבון פאר קיינעם

נארמאלע מענטשן וואס זענען באזארגט פאר די געזונט פון זייערע קינדער האבן זיך געקענט רעגן ווייל קיינער האט גארנישט געטוהן

עס זענען געווען געציילטע וואס האבן דורכגעטאן דעם נושא און געוואוסט אז וואקסינען זענען ווייניגער ריסקי ווי עני אנדערע מעדיצין. דער איבעריגער עולם האט געגעבן די שאטס פשוט ווייל זיי האבן נישט געטראכט אנדערש און ניטאמאל געוואוסט אז ס'איז דא א מאוומענט קעגן וואקסינען

למעשה איז געקומען יעצט א גאר שווערע וועיקאפ קאל און מער מענטשן זענען געוואויר געווארן וואס ס'גייט אלץ פאר, זענען זיי ווי פארשטענדליך זייער אויפגעברויזט סיי אויף דעם חילול ה' און אויך אז מ'לייגט אונזערע קינדער אין א סכנה

יעצט וואס פונקטליך איז דא צו פארהאנדלען?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אמבעסאדער
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמבעסאדער »

הרב קרויס פונעם שערי מדע קומט אריין זייער קלאר, ליינט זיין עפילאג אויפן נושא

"איינע פון די קאנספיראציעס איז אז עס טוט ברענגן אטיזום
רח"ל. ווי האט יענער געשריגן אז מיר אלע די רוב מנין ובנין וואס
האט באקומען די וואקסין זענען משוגע. אויף דעם האט חנה
געבעטן שמואל זאל זיין גבר בגוברין. וואס איז אינטערעסאנט
צו זיין נארמאל )כפי הבנתם( ווען יעדער ארום זיי איז נישט נארמאל
)כפי הבנתם(.
השי"ת דער רופא נאמן זאל אונז היילן בגוף ובנפש און זיי
אויך בנפש ובגוף. אכי"ר."

http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20190413&gil=316[url=http://]שערי מדע פרשת מצורע[/url]
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

איך געב וואקסינען אזוי ווי רוב מנין ובנין פון אמעריקע

איך האב מיר לעצטנס אריינגעלייגט אביסל אין די נושא [מער פאר נייגעריגקייט ווי אויף למעשה]

די אנטי צד האט זיך שיין צוגעשטעלט מיט מיר מסביר זיין זייער צד [לאו דוקא מיט ראיות מוכרחות]

זוך איך יעצט איינער פון די פרא צד זאל מיר פארענטפערן די אומקלארקייטן

אבער ביטע,

- נאר אין אישי. [די הנהלה וועט לכאורה נישט זיין צופרידן פון אלע שפראך וואס קען שטערן צום פלוס פונעם שמועס

- נאר ווער ס'ווייסט באמת די פאקטן

- נאר ווער ס'קען ענטפערן מיינע שאלות אן צולייגן קיין געפילן

- נאר ווער ס'האט נישט מורא צו זאגן 'איך ווייס נישט'

קום אין אישי
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

די פרשה איז ענדליך אנגעקומען צו וואו די נאציאנאלע גרופעס וואס פינאנצירן די אנטי קאמפיין האבן לכתחילה געוואלט, אין דערינען פון די ניו יארקער און נאציאנאלע מידיע מיט אלע מפרשים, ווי אויך אין די פאליטישע ברוגז טאנץ צווישן דעבלאזיא און קאומא וואס יעדער זוכט אפצולייגן ס'ביינדל פאר זיך, און אוודאי צוזאמגעשטעלט דירעקט און אומדירעקט מיט די שוידערליכע אנטי-חינוך עלעמענטן און אזוי ש'מיר ש'דיר מיט אלע אנטי-חרדים וואס נעמען די טעמע פאר א רייד. יעדער רעדט פון זיי, מסוף העולם ועד סופו, לחרפתינו.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

פארוואס מאכט מען נישטא פרא וואקסין קאנטער האט ליין?
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מיהר האבן שוין אסאך געשריבן פון די נושא, אז "אלע" אונזער פרומע היימישע דאקטוירים זאגן ברבים און ביחיד אז מען זאל וואקסינירן, און אין כאן המקום להאריך און איבערשרייבן. וואס איך וויל אבער יא ארויסברענגען, אזאך וואס מיהר האבן שוין אויך מערערע מאהל געשריבן, אבער נישט גענוג, אז אלע מעין סטרים אידישע ווי נישט אידידשע וואילטעטיגע "וועלטליכע" ארגאנאזאציעס, זענען פרא וואקסין. למשל, די גרעסטער "אוטיזם סופארט גרופע" אין די וועלט, האלט אז וואקסינס ברענגט נישט קיין אוטיזם, און ווער עס האט ר"ל א קינד מיט אוטיזם זאל זיכער מאכן אז ער איז וואקסינירט.

צירוק צום ענין, חברה הצלה האט זיך אייביג געהאלטן אומפארטייאיש. זיי זענען אייביג דא געוועהן צו העלפען אידן פון אלע קרייזן און שיכטן. און חברה הצלה איז עכט א emergency medical ארגאנאזאציע. זיי זענען נישט די פלאץ פאר נארמאלע מעדיקעל אהנווייזונגען. אבער די פאקט איז אז חברה הצלה בעטן זיך ביים ציבור מען זאל וואקסינירן.

די אנטי האלטן און איין שרייבן אז זיי ווייסן גארנישט פון קעיסעס פון מיזעלס וואס איז געוועהן מסוכן. זיי ווייסן נאר פון זייערע קינדער, וואס זיי האבן באקומען מיזעלס און זיי זענען "אזוי happy און געזונט". אבער טייערע יענטעס. נישט איעדער וואס האט א מעשה קומט אייך פארציילען. אבער די דאקטוירים ווייסן יא מעשיות. וויאזוי אויך, חברה הצלה האבן מעשיות. ביי אונז אין ביהמ"ד, ווי עס איז דא א פאר פון די ריכטיגע אנטי חברה, איז אויך דא א געטרייע פאראמאדיק וואס זאגט אז זיי רעדן שטותים, ער האט שוין געדארפט ראטעווען פיצלעך קינדער. און איין הייליגע באשעפער האט געהאלפן אז עס איז נאך נישט געוועהן קיין פאטאליסטן.

האב איך דאס באקומען אין אישי, און איך לייג עס אזוי ווי איך האב עס באקומען. א פשוטער copy and paste.
=======================================================================
שטעל ביטע ארויף די מעשה און שרייב "באקומען אין אישי". איך קען דאס נישט לייגן מחשש גילו.

איך האב איצטערט געהאט א שמועס מיט אן הצלה מאן, פארציילט ער מיר א מעשה וואס ער האט געהאט דעם פארגאנגענעם וואך.

מיטוואך פר' טהרה איז אריינגעקומען אן עמערדזשענסי קאל צו די הצלה, איך בין געווען אין געגענט בין איך געלאפן אהין, זעמיר אנגעקומען דארט און געטראפן א איין יעריג קינד בין מות לחיים, ער האט ממש געקעמפט פאר יעדן אטעם, דער קינד האט געהאט א מחלה וואס איז היינט ברייט באקאנט אלס ...מיזעלס.

אין איילעניש האב מיר אריינגעפירט דעם קינד אין אמבולאנס און אנגערופן די NYU שפיטאל אז מיר קומען מיט א מיזעלס פאציענט, אנקומענדיג אהין איז געשטאנען א גאנצע סטעף אויפן גאס, אנגעטון מיט כאלאטן און מאסקעס ווארטנדיג אויפן צדיק'ל, מיר הצלה לייט האבן זיך געשפירט פארשעמט און דערנידערט פון די סיטואציע, די בליקן פון זיי איז געווען זייער אומבא'טעמ'ט.

די סיבה איז פשוט, פאר א שפיטאל איז די לעצטע זאך וואס זיי דארפן ביי זיך, א אנשטעקיגע מחלה, און ווען די אידישע הצלה איז דער וואס קומט יעדע צווייטע וואך מיט א מיזעלס אנגעשטעקטע, קענט איר זיך פארשטעלן ווי שטארק זיי פרייען זיך.

גראדע האב איך געפרעגט די מאמע אויב דאס קינד איז וואקסענירט און די תירוץ איז געווען ניין, אבער מוז נישט זיין פון פארנאכלעסיגקייט, קען זיין צוליב די נידריגע יארגאנג, איך האב נישט געוואלט פרעגן איבריגע פראגן.

עד כאן פונעם הצלה וואלונטיר, איר קענט ארויסנעמען וואס איר ווילט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שטארק זיך האט געשריבן:איך ווייס פון איינעם וואס האט גענומן וואקסינען, אויפן וןעג ארויס פון דאקטאר, נישט א וואך שפעטער, איז ער געטראפן געווארן פון א קאר עקסידענט.

;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טוב ליהודים האט געשריבן:זינלאָז! האַרצלאָז! אומ'תורה'דיג און אומ'אחריות'דיג!

די חרד'ישע אידענטום בכלל, און וויליאַמסבורג בפרט, האָבן זיך געטראָפן די וואָך אין סּפאַט-לייט פון די מידיאַ צוליב דעם מיזעלס אויסברוך וואָס בוזשעוועט אַמשווערסטן צווישן ערליכע אידן. ס'איז שוין וואָכן און חדשים וואָס די שטאָט, דאָקטוירים, עסקנים און די מוסדות התורה, בעטן זיך צו ענדיגן מיט די וואַנזיניגקייט וואָס האָט זיך אַריינגעכאַּפט ביי אַ קליינעם טייל פון חרדי'שע
אידן נישט צו געבן די קינדער וואַקסינאַציעס וואָס דאָס האָט געפירט צו די פאַרשּפרייטונג פונעם מיזעלס אויסברוך. אונזער צייטונג האָט געווידמעט אַסאַך זייטן במשך די לעצטערע חדשים, פאַר רעּפאָרטאַזשן און אַנאָנסן איבער די שעדליכקייט פון מיזעלס און די וויכטיגקייט זיך צו וואַקסינירן. אָבער, ס'איז נאָך אַלץ דאָ אַ קליינע צאָל פאַר'עקשנ'טע עלטערן וואָס פאַרשטייען בעסער פון יעדן. מיר זענען נישט קיין דאָקטוירים, מיר האָבן נישט שטודירט מעדיצין און סטאַטיסטיקס אַזוי ווי די אַלץ-ווייסערס וואָס וואָרענען אייך וועגן די וואַקסינען. מיר ווייסן אָבער יאָ וועמען מ'געטרויעט ווען חלילה ס'איז דאָ אַן ערנסטע געזונטהייט אישו. ווען ס'איז דאָ אַן עמוירדזשענסי ח"ו, לויפט מען רופן 'הצלה'. ווען מ'האָט אַ שאלה צי מ'זאָל פאַסטן יום כיפור, פרעגט מען אַ געהעריגן דאָקטאָר — נישט איינעם וואָס קען אפשר ראָטן איבער דיעטעס. ווען מ'דאַרף באַשליסן צו מאַכן אַן ערנסטע אָּפעראַציע רופט מען נישט קיין האַטליינס, נאָר מען גייט צו אַ געהעריגן דאָקטאָר. ווען מ'דאַרף אַ רעפעראַל צו אַ גוטן דאָקטאָר פאַר אַן ערנסטע געזונטהייט ּפראָבלעם שטעלט מען זיך נישט אַראָּפ ביים באָס סטאַּפ זוכן אַ גוטן אַדרעס, נאָר מ'רופט די געטרייע רבנים וועלכע פאַרשטייען צו עניני רפואה אָדער די אַנערקענטע מעדיקל רעפעראַל אָרגאַניזאַציעס. די אַלע זאָגן קלאָר אַז מ'דאַרף זיך וואַקסינירן. איז דען שייך צו צווייפלען וועמען מ'דאַרף האָרכן?! זינלאָז!

מיר זענען באַפוילן געוואָרן: ונשמרתם מאד לנפשותיכם, און אויב די אַנערקענטע מומחים זאָגן אונז אַז מ'דאַרף נעמען די וואַקסינען, איז מען מחוייב עס צו טון. די וואָך האָבן מיר געהערן געוויסע זאָגן אַז זייער קינד האָט געהאַט 'מיזעלס', און ס'איז וואונדערבאַר. ס'איז נאַריש אפילו דאָס אָּפצוענטפערן. קיינער לייקנט נישט אַז רוב מענטשן ערהוילן זיך דערפון, אָבער ביי כמעט אַ צענטל דאַרף מען אָנקומען אין שּפיטאָל, זייער אַסאַך באַקומען לונגען אַנטצידונגען, ביים איצטיגן אויסברוך זענען פינף ּפאַציענטן אין ניו יאָרק שוין אָנגעקומען אין אינטענסיוו קעיר יוניט, און דער אייבערשטער זאָל העלפן אַז זיי זאָלן אַלע אַרויסגעקומען געזונטערהייט. די אינפעקציע קען זיך חלילה ענדיגן מיט דאָס ערגסטע, אַ געשווילעכטס אין מח און נאָך גאָר ערנסטע קאָמּפליקאַציעס. מעג אַ איד נעמען די ריזיקע ווייל ס'איז געלונגען?! אָבער פיל מער פון דעם איז דאָס וואָס עס איז קלאָר אַז פאַר ּפאַציענטן וועלכע ליידן אויף יענע מחלה און דאַרפן גיין אויף טריעטמענטס, אָדער אַנדערע מענטשן וואָס מוטשען זיך מיט געזונטהייט אישוס, איז דאָס ממש אַ סכנה. מיר האָבן געהערט אַ טענה פון די גרוּפע אַז די וואָס זענען אין סכנה זאָלן זיי זיך היטן. זאָלן די אומגעזונטע קינדער נישט קומען אין חדר. איז מעגליך אַז מ'הערט אַזאַ טענה פון אידן?! דאָס איז אכזריות, האַרצלאָז!

זיי האַלטן אַז קינדער וואָס דאַרפן גיין אויף טריעטמענטס ח"ו, אָדער דרייען זיך אין שּפיטעלער צוליב אַנדערע געזונטהייט באַהאַנדלונגען, און זיי לעכצן שוין צו טרעפן זייערע חברים/חבר'טעס, און אויך צו זיין אין חדר, זאָלן זיי דאַרפן בלייבן אינדערהיים ווייל אַנדערע האָבן עּפעס אַ ּפוסטע איינרעדעניש קעגן וואַקסינירן. וואו איז דאָס האַרץ זיך צו איזדיעקעווען אויף חולי ישראל? וויאַזוי קען מען שטעלן אַנדערע אין סכנה צוליב פאַנטאַזיעס? אַז איר זענט פאַרגלויבט אין איינרעדענישן, אַז איר ווילט צוריקגיין צו הונדערט יאָר צוריק ווען מ'האָט נישט גענומען קיין וואַקסינען, האַלט אויך אייערע קינדער אינדערהיים ווי הונדערט יאָר צוריק, אָבער שטעלט נישט קיין אַנדערע אין קיין סכנה, און פאַרשווערט נישט דאָס לעבן פאַר די וואָס מוטשען זיך שוין גענוג.

צום לעצט, אויב איינער האָט נאָך אַ צווייפל צי די אַנטי-וואַקסין באַוועגונג האָט עּפעס מיט אידישקייט אָדער נאָרמאַלקייט, דאַרף מען בלויז באַטראַכטן וויאַזוי די גרוּפע קעמפט פאַר זייער צוועק. ווען דער דעּפאַרטמענט אָוו העלט האָט באַפוילן מ'זאָל נישט שיקן אומוואַקסינירטע קינדער אין די מוסדות, האָבן זיי געקעמפט דערקעגן מיט ציין-און- נעגל, ווי גלייך האַלטן אַ געזונט קינד אינדערהיים ביז דער אונטערגאַנג ענדיגט זיך איז עק-וועלט. זייער פאַרביסענער קאַמף, האָט געפירט אַז די אינפעקציע זאָל זיך נאָכמער פאַרשּפרייטן, און די סיטי זאָל אַראָּפקומען גאָר שטרענג, און איצט מוטשען זיי זיך שוין מיט די אויסשליסונג פאַר חדשים, אַנשטאַט וואָכן. אין אַנדערע געגנטן, איז דער אונטערגאַנג שוין פאַריבער, אָבער נאָר צוליב זייער פאַרביסנקייט ליידן זיי. צוליב זייער עקשנות'דיגן קאַמף, האָט איצט די סיטי אַרויסגעגעבן די פאַראָרדענונג אַז יעדער איינער אין וויליאַמסבורג זאָל זיך וואַקסינירן. צוליב דעם קאַמף, איז איצט דאָ אַ געזעץ- פאָרשלאַג אין אָלבאַני גענצליך צו פאַרבאָטן דאָס קענען נוצן רעליגיעזע סיבות אַלס אויסרייד זיך נישט צו וואַקסינירן. אויב דאָס גייט דורך, וועלן די עלטערן מער נישט האָבן קיין ברירה נאָר וועלן מוזן געבן אַלע וואַקסינען — נישט נאָר איצט, נאָר אייביג פון היינט-און-ווייטער. צוליב דעם קאַמף, מוזן אפילו די וואָס האָבן לעגיטימע געזונטהייט עקזעמּפשאָנס אויך האַלטן די קינדער אינדערהיים. די קליינע גרוּפע אַנטי-וועקסערס האָבן זיך אויפגעשטעלט רעדן אין די ּפרעסע און פאַרשוואַרצט דאָס פנים פון ערליכע אידן, ווי גלייך מיר קענען נישט אָנפאַרטרויעט ווערן מיט מאַכן די ריכטיגע באַשליסן פאַר אונזערע קינדער, און ווי גלייך מיר פאַרשּפרייטן די אינפעקציע. מ'האָט שוין געהערט פון פעלער אין געוויסע ערטער וואָס מענטשן זאָגן אַז מ'זאָל זיך דערווייטערן פון אידן, כדי נישט איבערצוכאַּפן אינפעקציעס. דאָס דערמאַנט אין די מיטל-אַלטער בלבולים אַז אידן זענען געווען שולדיג אין מגפות וואָס האָט געפירט צו שרעקליכע אַנטיסעמיטיזם. דאָס קען חלילה אָנצינדן אַ פייער פון שנאת ישראל. זייער גאַנצער קאַמף איז געפירט געוואָרן אויף אַן אומאויסגערעכנטן און נישט-אידישן וועג, וואָס האָט בלויז געשעדיגט זייערע אינטערעסן און געברענגט אַ שרעקליכן חילול השם, און שּפילט אַריין אין די הענט פון די וואָס ווילן אונטערברענגען די זעלבסט-שטענדיגקייט פון אונזערע ישיבות. וואָס נאָך דאַרף ּפאַסירן חלילה אַז מ'זאָל איינזען אַז לא זו הדרך?
* * *
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:איך געב וואקסינען אזוי ווי רוב מנין ובנין פון אמעריקע

איך האב מיר לעצטנס אריינגעלייגט אביסל אין די נושא [מער פאר נייגעריגקייט ווי אויף למעשה]

די אנטי צד האט זיך שיין צוגעשטעלט מיט מיר מסביר זיין זייער צד [לאו דוקא מיט ראיות מוכרחות]

זוך איך יעצט איינער פון די פרא צד זאל מיר פארענטפערן די אומקלארקייטן

אבער ביטע,

- נאר אין אישי. [די הנהלה וועט לכאורה נישט זיין צופרידן פון אלע שפראך וואס קען שטערן צום פלוס פונעם שמועס

- נאר ווער ס'ווייסט באמת די פאקטן

- נאר ווער ס'קען ענטפערן מיינע שאלות אן צולייגן קיין געפילן

- נאר ווער ס'האט נישט מורא צו זאגן 'איך ווייס נישט'

קום אין אישי

אויב איר ווילן קענט ביטע געבן די הסברות.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

איך האב א טעאריע אז א חלק ניכר פון קינדער וואס מען פירט אריין אין שפיטאל איז פשוט ווייל זיי האבן באקומען די וואקסין און זיי האבן א רעאקציע
yield the right of way
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
א שאד די צייט. אנטי'ס "שיין מסביר געווען" אבער "לאו דוקא מוכרח מיט ראיות." נאר כדרכם, שטותים און הבלים. "נאר ווער ס'ווייסט די פאקטן..." זייט ווען האבן די אנטיס א שייכות מיט פאקטן? זיי קענען איבערשרייען און איבערזאגן לגיונות אן א שיעור, און קענען אויך נעמען אומשולדיגע פאקטן פאר א רייד. א שאד די צייט. בכלל, ווער רעדט דא מיט וועמען? איין באס סטאפ מיט'ן קעגנאיבערדיגן באס סטאפ. עפעס א צד איז דא עקספערטן? עפעס א צד איז דא כלי ראשון? וואס צד ווען צד, איינער באמבלט נאך שטותים פון פיטש, און איינער קען נישט פארשטיין ווי מ'קען נאכזאגן אזעלכע שטותים און פירן צום יעצטיגן קריזיס.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

משה11 האט געשריבן:יאססי געשטעטנער אויף PIX 11

כל הכבוד ליוסי, פארן אבסיל אראפנעמען דעם חילול השם
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

משה11 האט געשריבן:יאססי געשטעטנער אויף PIX 11

thank you
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

יעדער חכם טראגט דעם מייק פון כלל ישראל.

אבער די וואס זענען ליידער אפגעבריהעט געווארן, אדער די וואס האבן מיטגעהאלטן ווי א צווייטער ווערט אפגעבריהט, און זענען נישט מסכים צו מקריב זיין זייערע קינדער, על מזבח הוואקסינ'ס, זיי זענען אלע נאר אפאר פאריקטע משוגעים.

א קבוצה פון אפאר טויזנט נפשות!!!!, איז נאר אפאר געציילטע פרויען, און דערנאך, דארף מען זיך בכלל נישט וויסנדיג מאכן פון זיי, נישט נאר נישט ענטפערן, נאר מ'דארף זיך בכלל נישט וויסנדיג מאכן פון זיי.

וואס זאל איך טון, מ'שרייבט דא מעשיות פון הצלה מעמבער'ס דערציילן וכו', איך האב אויך חברים אין הצלה, און זיי ווייסן מיר נישט צו זאגן פון אזעלכע מעשיות, געמאכט אפשר איינ'ס, אבער נישט אויף דעם פארנעם וואס מ'פרובירט דא אפמאלן

מ'האט פרובירט אנדרייען א מעשה אויף א אשה אין די הויכע זמנים, אבער ס'איז נישט געלונגען, האט מען דאס משתיק געווען, יא מ'פרובירט מיט אלע כוחות, צו פארווישן די מוחות, אז אויב חלילה, איינער וואס געבט יא וואקסינ'ס, הייבט אן חושש זיין, אז אולי למחיש מיהו בעי, זאל ער גלייך געברעינוואש"ט ווערן, כדי נישט צו ווערן חלילה פארכאפט מיטן אמת.

איך גיי נישט דא איבערשרייבן אלע גערעדעכטצער, דאס קען טרעפן דער וואס וויל
אין דעם אנדערן אלעס איבער וואקסינען אשכול
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

מיסעלס אדער וואקסין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

פאר די אלע וואס שטעקן אן להדיה זייערע משפחות מיט די מיזעלס' פארשטיי איך נישט' א וואקסין איז בסך הכל א אפגעשוואfטע סארט מיזעלס אויב אזוי אז דו האסט מורה פון די וואקסין וויאזוי האסטו נישט מורה פון די מיזעלס אליין
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
שמו האט געשריבן:וואס זאל איך טון, מ'שרייבט דא מעשיות פון הצלה מעמבער'ס דערציילן וכו', איך האב אויך חברים אין הצלה, און זיי ווייסן מיר נישט צו זאגן פון אזעלכע מעשיות, געמאכט אפשר איינ'ס, אבער נישט אויף דעם פארנעם וואס מ'פרובירט דא אפמאלן...

דאנקע שעהן פאר די ריכטיגע קאלירן.
וואס נאך ווילסטו "הצלה" זאל דיר ארויסגעבן די גרעסטע סודות? פערזענליכע קעיסעס? נעבעך נעבעך ווי די אנטי'ס זענען אנגעקומען.
ווען א ניק אויף אייוועלט זאגט עפעס נאך, אנאנים, אונטערגעהערט אויפ'ן באס סטאפ, איז עס קראנט שבקראנט. "טויזנטער." בו בזמן ווען מ'ווארט נאך אויפ'ן ערשטן כלי ראשון. אבער ווען "הצלה" אלארמירט איז עס "ברעינוואשט" און זיי זאלן אויסגיסן דאס געהיימסטע פון אידישע הייזער, נעבעך נעבעך, לחרפתינו.
נאכאמאל, דאנקע שעהן פאר די ריכטיגע קאלירן.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:איך געב וואקסינען אזוי ווי רוב מנין ובנין פון אמעריקע

איך האב מיר לעצטנס אריינגעלייגט אביסל אין די נושא [מער פאר נייגעריגקייט ווי אויף למעשה]

די אנטי צד האט זיך שיין צוגעשטעלט מיט מיר מסביר זיין זייער צד [לאו דוקא מיט ראיות מוכרחות]

זוך איך יעצט איינער פון די פרא צד זאל מיר פארענטפערן די אומקלארקייטן

אבער ביטע,

- נאר אין אישי. [די הנהלה וועט לכאורה נישט זיין צופרידן פון אלע שפראך וואס קען שטערן צום פלוס פונעם שמועס

- נאר ווער ס'ווייסט באמת די פאקטן

- נאר ווער ס'קען ענטפערן מיינע שאלות אן צולייגן קיין געפילן

- נאר ווער ס'האט נישט מורא צו זאגן 'איך ווייס נישט'

קום אין אישי


פארוואס און אישי איך וויל אויך וויסן
טוב ליהודים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

חזרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ליהודים »

גוט געזאגט, יעדע חכם טראגט דער מייק, יעדער האט א מיינונג?
ניין אלע גרויסע דאקטוירים, און אלע גרויסע רבנים ואדמורים פו הגאון הרב וואזנער ביזן ראבד ירושלים, וכו' (און מברויך נישט באשאפן רבנים.. וואס זענען יעצט נתגלה געווארן, קיינער האט ניטאמאל געהרט זייער נעמן ביז איצטע)

בלויז צו האלטן די רעקארד קלאר, מהאט שוין געברענגט דא קלארע מעשיות ווי אומ-וואקסינירטע האבן געשעדיגט/הרגט, פרויען און קינדער אין פארשידענע אומשטענדן:

*עס האט שוין געקאסט א הייליג אידיש קינד אין באבובער חדר - וואס איז געווארן אנגעשטעקט פון א קינד וואס איז געוען אומ-וואקסינירט, און איז שוין אין גן עדן.

*די יעצטיגע אויסברוך האט שוין געקאסט נפשות - אין מאנסי פרויען אין אומשטענדען.. און אין ברוקלין עטליכע ואכמ"ל

*מהאט אריינגעצאלט טויזענטע דאלערס און פראפאגאנדערט אן "קאנפרעץ" פון ביידע צדדים... מהאט טריאומפירט מיט 2 עדים!!!
א) 1 עד זאגט ער האט א נעפיו וואס איז געווען זייער "זיס" און נאכדעם וואס ער האט געמופט צו א 2טע שטאט איז געווארן א שינוי אין זיין אויפירונג.. און מהאט שפעטער אויסגערעכנט אז עס איז געווען בערך ווען מהאט געמופט .. בערך... דעמאלטס האט ער אויך גענומען א שאט!?

ב) 2טע עד איז א איד וואס האט פארלוירן א קליין קינד מיט איבער 10 יאר צוריק, און ער זאגט איבער עטליכע ...סאיז דא א מאן דאמר.. סאיז נישט קלאר... סאיז דא א מאן דאמר אז "אפשר" איז דאס פון וואקסין...
דער איד איז געווען מיין שכן איך האב אים געהערט כמה פעמים רעדן פון די קינד קיינמאל נישט קיין ווארט וועגן וואקסין... לעצטענס האבן די חברה אים געדרייט א קאפ סקומט פון דעים... זאגט ער סאיז דא א מאן דאמר...

אויב דאס איז די קלינדיגע "עדים" זעה איך שוין די ""טויזענטע"" אפגעבריעטע!!

און ווי זאגט איר... נישט ידער חכם טראגט די מייק!!
הנח להם לישראל דאע"ג דאינם נביאים, בני נביאים הם... מקען זי נישט איינרעדן פארשידענע נעמן פון רבנים... אדער פארווארפענע דאקטורים, זיי ווייסן פפיין וואס אלע גרויסע דאקטוירים און רבנים האלטן... און יעדן אויסווארף מיט זייער האטליין/פאשקוויל ראבא-קאל קען נישט פארדרייען טרוקענע פאקטן
#ברוך שפטרני גי' והמלך דונעלד טרומפ ירום הודו
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

שמו האט געשריבן:יעדער חכם טראגט דעם מייק פון כלל ישראל.

אבער די וואס זענען ליידער אפגעבריהעט געווארן, אדער די וואס האבן מיטגעהאלטן ווי א צווייטער ווערט אפגעבריהט, און זענען נישט מסכים צו מקריב זיין זייערע קינדער, על מזבח הוואקסינ'ס, זיי זענען אלע נאר אפאר פאריקטע משוגעים.



וויפיל פערצענט פון די קבוצה פון אפאר טויזנט נפשות זענען אליין (אדער מיטגעהאלטן איינער וואס איז) אפגעבריהט געווארען? און וויפיל פערצענט פון די "אפגעבריהט'ע" זענען טאקע פון די וואקסינען און נישט איינגערדעט? מען האט דאס טאקע שוין טויזענט מאל אויסגעשמועסט אין דעם אנדערען אשכול, אבער אז די ברענגסט עס נאכאמל ארויף ווי כאילו ס'איז פאקט, דארף מען נאכאמאל קלאר מאכן אז ס'איז בכלל נישט אזוי פשוט.

שמו האט געשריבן:יעדער חכם טראגט דעם מייק פון כלל ישראל.


א קבוצה פון אפאר טויזנט נפשות!!!!, איז נאר אפאר געציילטע פרויען, און דערנאך, דארף מען זיך בכלל נישט וויסנדיג מאכן פון זיי, נישט נאר נישט ענטפערן, נאר מ'דארף זיך בכלל נישט וויסנדיג מאכן פון זיי.


מען מאכט זיך נישט וויסענדיג פון זיי? מען ענטפערט נישט? 164 בלעטער דא אויף אייוועלט רעדן נאר פון דעם, מען שיקט פאמפלאטען, דאקטורים פרובירען מסביר צו זיין דאס אלעס הייסט נישט געענטפערט? נאר וואס וועט יא הייסען געענטעפערט? נאר טאמער מען וועט זאגן אז וואקסינען טויגען נישט?

שמו האט געשריבן:וואס זאל איך טון, מ'שרייבט דא מעשיות פון הצלה מעמבער'ס דערציילן וכו', איך האב אויך חברים אין הצלה, און זיי ווייסן מיר נישט צו זאגן פון אזעלכע מעשיות, געמאכט אפשר איינ'ס, אבער נישט אויף דעם פארנעם וואס מ'פרובירט דא אפמאלן

מ'האט פרובירט אנדרייען א מעשה אויף א אשה אין די הויכע זמנים, אבער ס'איז נישט געלונגען, האט מען דאס משתיק געווען, יא מ'פרובירט מיט אלע כוחות, צו פארווישן די מוחות, אז אויב חלילה, איינער וואס געבט יא וואקסינ'ס, הייבט אן חושש זיין, אז אולי למחיש מיהו בעי, זאל ער גלייך געברעינוואש"ט ווערן, כדי נישט צו ווערן חלילה פארכאפט מיטן אמת.

איך גיי נישט דא איבערשרייבן אלע גערעדעכטצער, דאס קען טרעפן דער וואס וויל
אין דעם אנדערן אלעס איבער וואקסינען אשכול


די ווייסט אז די מעשיות זענען נישט אמת? בעסער געזאגט ווען איינער וואלט די פארציילט די זעלבע מעשיות נאר אז די שולדיגע איז די וואקסין אליין וואלסט אויך געזאגט אזוי פשוט אז ס'איז נישט אמת?
לעצט פארראכטן דורך Waukesha אום מאנטאג אפריל 15, 2019 2:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה ישראל »

זעהער האט געשריבן:פאר די אלע וואס שטעקן אן להדיה זייערע משפחות מיט די מיזעלס' פארשטיי איך נישט' א וואקסין איז בסך הכל א אפגעשוואfטע סארט מיזעלס אויב אזוי אז דו האסט מורה פון די וואקסין וויאזוי האסטו נישט מורה פון די מיזעלס אליין

די וואקסין האט נאך זאכן אין זיך חוץ מיזעלס (אריינגערעכנט אלימונים אין מירקערי).
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”