געהערט אפשר נישט דא, אבער טאמער איך מעג פרעגן פארוואס דארף זיין עסקנים מיטונגן פיט פאליצייאישע באאמטע פאר יעדע כינוס. די צאל מענטשן וואס גייען דארט זיין איז דאך נישט עפעס אויסטערליש פאר די סטאדיום.
אונזער עולם איז נישט געואוינט דערצו ממילא דארפ מען לכאורה מער זיכער מאכן אז מפארשטייט זיך מיך די בהערדע, נעם אפאר אמעריקאנע חברה זאלן גיין אויפיקן די מצות ערב פסח נאכמיטאג
בין ישראל לעמים האט געשריבן:איך בין פריער געזיצן ביין טישל אין מאנסי, זענען צוגעקומען עטליכע ליטווישע קויפן טיקעטס, איינער זאגט ער וואוינט אין סאוט פאלסבורג, און דער עולם דארט פלאנט צו קומען,
רוב סטעדיום׳ס זענען קיינמאל נישט מעקס פיל ביי די להבדיל געימס כדענק אין סיטי פיעלד איז דעמאלטס געווען באריכטעט אז סאיז די ערשטע מאל וואס סאיז געווען אנגעפילט יעדע זיץ
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
רבבות אלפי ישראל וועלן זיך פארזאמלען "היינט דאנערשטאג" אינעם ״ארטור עש״ סטאדיום לקדש שם שמים בראשות גדולי ומאורי ישראל
ניו יארק. — הגיע היום, אט איז שוין אנגעקומען דער גרויסער טאג, היינט דאנערשטאג לסדר טהרה, יומה הגדול של יהדות החרדית בחוץ לארץ' להשמיע קולה, אויסצורופן פאר דער גאנצער וועלט, אז דער ״חינוך הטהור״ בארה”ק האט א זכות קיום, אן קיין כופרים ומינים, אן קיין הילף פונעם שלטון הציוני, נאר בלויז פון הייליג אידיש געלט ״על טהרת הקודש״. פילע טויזנטער אידן, פון ניו יארק און ניו זשערסי, האבן שוין אצינד ביי זיך זייערע "טיקעטס"' וואס זיי האבן איינגעקויפט אין די פילע צענטערן לענגאויס אלע חרדי'שע צענטערן, און זיי גרייטן זיך ברגשי קודש אויף די מינוטן ווען מ'וועט זיך אי"ה פארזאמלען כאיש אחד בלב אחד, תחת קורת גג אחד, אינעם גיגאנטישן ״ארטור אש״ סטאדיום, לקדש שם שמים ברבים! דורכאויס דעם פארגאנגענעם מעת לעת, האט די אש להבה אויפגעפלאקערט אויפ'ן שטערקסטן פארנעם, און ס'האט זיך אנגעהויבן אנזען די מחזה הוד, ווי די טיקעט-טישלעך איבעראל ווערן באלאגערט, און מאסן אידן שטייען אין ליניעס צו קויפן די טיקעטס, וואס וועט זיי שענקען די מעגליכקייט צו קענען זיין א טייל פון דעם היסטארישן מעמד קידוש שם שמים.
מיטוואך אווענט איז געקומען די מעלדונג פון די כינוס-הויפטקווארטירן, אז די ״טייערע טיקעטס״ אפטיילונגען — פאר וועלכן מ׳האט פארקויפט בלויז פון ״360 דאלער״ און העכער, ווייל דאס איז דאך דער ״תכלית״, די ״מטרה״ פונעם כינוס, אויפצוטרייבן די שווערע מיליאנען פאר׳ן חינוך הטהור — זענען שוין אויסגעלאפן און די עסקנים ארבעטן מיט אלע כוחות צו עפענען נאך סעקשאנס, פאר די ״ביליגערע טיקעטס״, מ'זאל קענען אקאמאדירן נאך טויזנטער אידן, וועלכע ברענען און פלאמען, זיי ווילן נישט פארפאסן אזא מעמד הוד, א קידוש ה׳ ברמה.
גלייכצייטיג איז נעכטן נאכט דערשינען א ״קול קורא״, וואו די גדולי הרבנים והאדמורי״ם שליט״א פון ניו יארק רופן צום יהדות הגולה ארויסצוקומען בהמוניהם צום כינוס האדיר, און צו מחזק זיין בממון די הייליגע מוסדות וואס זענען זיך מוסר נפש זיך אפצורייסן פונעם שלטון הכופרים. דאס האט ווי צוגעגאסן אויל צום פייער, ונעשה כל הגולה כמדורת האש לקראת הכינוס.
די עסקנים לייגן אריין אומגעהויערע כוחות אין דעם חלק פון "פרסום", אז ס'זאל ארויסקומען די מטרה דערפון פאר דער גאנצער וועלט קבל תבל ומלואה, און ס'איז אצינד אויך אין א געוויסער זין "מלאכתו נעשית ע"י אחרים", ווען די פאליטישע ארגאנען אין די נאציאנאלע מידיא-קוועלער לענגאויס א״י האבן ארויפגערוקט דעם עצרת צום סאמע שפיץ פונעם סדר היום אין זייערע רעפארטאזשן, ארויסברענגענדיג דעם מעסעדזש קלאר און דייטליך, אז ״סאטמאר מיט אירע מיליאנען טוט ערזעצן די תקציבי ממשלה״! עס איז צוגעשטעלט געווארן “טראנספארטאציע״ פון אלע געגנטער, און רבבות אלפי ישראל גרייטן זיך שוין אט ארויסצולאזן אויף די וועגן צום ״ארטור עש״, אנטיילצונעמען אין דעם מעכטיגן עצרת און מאניפעסטאציע פון כבוד שמים, וואו עס וועט דעמאנסטרירט ווערן פאר תבל ומלואה: עוד יהודא רד עם קל ואת קדושיו הוא נאמן! נצח ישראל לא ישקר! ס׳דא א לגיון של מלך וואס איז טריי דעם דבר ה׳, וועט שטענדיג קעמפן פאר׳ן אמת, אונטער׳ן פאן פון די אמת׳ע גדולי ישראל, אשר לאורם נסע ונלך עד ביאת הגואל.
נאכן איבערליינען איינע פון די פולע בריוו ערשינען צום מעמד, און זיך אפשטעלן אויפן מכתב פון הרה''ג ר' אליקם שלעזינגער שליט''א האט זיך מיר אויפגעבליצט די קומענדיגע שורות.
ער ענדיגט דעם מכתב ''ולוואי שהייתי יכול להשתתף בכינוס כבוד שמים זה''. הלוואי וואלט מעגליך געווען איך זאל אויך קענען אנטייל נעמען אין אזא צוזאמענקום פון דערהויבנקייט פארן אייבערשטן.
דאכט זיך זייער שטארקע ווערטער פון א גדול בישראל וואס האט שוין געשריבן אסאך מכתבים, הסכמות, קול קורא'ס, אבער די עטליכע ווערטער איז ווי ארויסגעשפרינגן פון זיין פעדער וואס האט אים געווירבלט אין מוח.
פשטות נאכן ארום רעדן און אויסשמועסן מיט עסקנים איבער מצב הדור פון ''חינוך הטהור'' בארצינו הקדושה האבן די 8 הארציגע שורות גענדיגט דעם ''קול מבשר מבשר ואומר''.
ווי צו זאגן, אויסער די וויכטיגקייט, אויסער די גרויסקייט, אויסער וואס מיר בעטן אנדערע צו טון, זעהט אויס ווי די געפילן האבן זיך איבערגעגאסן און געשריבן, הלוואי! וואלט איך אויך דארט געווען! פערזענליך! צווישן אייך אלע אנדערע אידישע קינדער!!