שרייען "נאצי" - וועמען שטערט עס?

אחראי: יאנאש

אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

קאן טאקע זיין אז עפ"י תורה זענען די ציונים ערגער פון נאצי'ס ימ"ש וזכרם, ווייל גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, און ב"ג שר"י איז ערגער פון היטלער צורר כל היהודים, אזוי ווי מנדלסון איז ערגער פון המן.
אבער די וואס שרייען נאצי, שרייען נישט אויף ציונים, זיי שרייען אויף פאליציי, וואס א טייל פון זיי זענען אפי' שומרי תומ"צ למחצה לשליש ולרביע תמימות'דיגע ספרדישע שאינם יודעים מימינם לשמאלם, אדער בכלל להבדיל דרוזים און גויים. מ'שרייט אויף זייערע שלעגערס מיט אכזריות אז דאס איז נאציזם.
און דאס איז ממש הכחשת השואה במלוא מובן המילה.
ווייל צושטעלן די רשעות'דיגע באנעמונג פון די פאליציי צו די דייטשע נאצים חיות רעות וואס האבן געשחטן אינזערע זיידעס באבעס אא"וו, איז פשוט אויסמעקן דאס נאציזישע חיות טורפות און דאס קלענער מאכן.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

א איד וואס הייבט א הענט אויף א צווייטן איד ווייל ער דינט א מדינה וואס איז יעדע רגע מורד אין השי''ת , איז אין זייער א נידריגער מצב, ווי די נאציס אידישע קאפויס.

צ/ק
פאר די ניקס פון די נישט קנאישע קרייזן....
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

ערעב איד, דיין באבע זאלסטו איינרעדן אז די פאליציי וואס אינוואדירן מא"ש באוואפנט ווי צו א מלחמה און האקן קעפ אן רחמנות זענען נעבעך תמימות'דיגע ספרדישע יונגעלייטלעך.

הכחשת השואה לפי דברי חז"ל איז דאס זאגן אז די ציונים (יא, טאקע די היינטיגע ציונים א שטייגער ווי בענעט - יא בענעט! ער זאגט קלאר אז ער וויל זען טויזנטער ישיבה בחורים אין מיליטער) זענען נישט קיין נאציס.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
לעב און שטרעב
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעב און שטרעב »

צוריק צו בארא פארק, אין אמעריקע ווערט יעדעס יאר געמאכט טויזענטער אומשולדיגע ארעסטן און צענדליגער אומשולדיגע מערדערייען דורך די פאליציי קראפט (וואס איז א מכת המדינה וואס מ'דארף און מ'פרובירט צו באקעמפן), מאכט זיך איינמאל א יובל אז מ'ארעסטירט א איד וואס לויט געוויסע דיעות איז ער אומשולדיג (הגם מ'זעט אויף די קליפ זייער קלאר ווי זיי שיקן אים ארויף אויפ'ן סיידוואלק און ער פייפט אין זיי), זיי האבן נישט געשאסן מיט געווער אדער מיט סיי וועלכע שעדליכע אדער אומשעדליכע וואפן, זיי האבן אים ניטאמאל געשלאגן, בסך הכל האט מען אים פרובירט ארעסטירן און זיך נישט געוואלט לאזן פון זיין עקשנות (וואס איין באשעפער ווייסט פארוואס איינעם איז איינגעפאלן אז זיי דארפן/גייען זיך לאזן), און דער עולם ווערט ווילד אזש מ'קען זיך נישט פארשטעלן אז עפעס אנדערש אויסער וויסטע אנטיסעמיטיזם איז דער גורם פונעם ארעסט... היש לך טיפשות גדול מזו??? איך מיין, מיר דארפן זיך מאכן א שטארקע חשבון הנפש וואס מיט אונז האט פאסירט, וואסערע מין חינוך האבן די קינדער באקומען? וועלכע דעת תורה הייסט לעבן אזוי אין דענייעל פונעם רעיאליטעט? כ'האב גאר געזען מענטשן אין א אנדערע אשכול דא אויף אייוועלט שרייבן אז "ביי גוים וואלטן זיי זיך קיינמאל נישט אזוי אויפגעפירט"... נו אודאי, אויב וואלטן זיי דאס נישט געטוהן נאר ביי גוים זענען זיי אפשר טאקע נאציס... (LOL) די פראבלעם איז אז זיי טוען עס נאך ביי גוים פי כמה אבער די שריבער וואוינען אין בארא פארק וואו מ'גלייבט נאר אלטערנאטיווע פאקטן אלעס אויפ'ן חשבון אז "אונז זעמיר די קלוגסטע פאלק", און מ'טאר נישט גלייבן די "פארדארבענע לינקע". מיר דארפן זיך אויפוועקן צום מציאות אז טראצדעם וואס דאס איז די אנגענומענע נאראטיוו האט די נארישע מהלך נישט קיין שום דעת תורה און אדרבא זאל יעדער פרעגן זיין אייגענע רב אויב ס'איז אויסגעהאלטן אידישליך, מענטשליך, אדער שכל'דיג.

הצלחה רבה ויה"ר שילמדו טועים בינה אמן.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

טייטל האט געשריבן:מען דארף נישט זיין א מלחמה איבער לעבער צו אריין זאגן אין דעם טעמע, איינער וואס ליינט איין ביכל פון די קרוג, און איך זאג איינס, אפילו איינס איז גענוג, אבער זאל זיין אזוינס וואס באשרייבט גוט וואס די נאציס האבן געטוהן און וואס אונזערע זיידעס האבן נעבעך געליטן, וואלט אין זיין לעבן נישט געקענט שרייען נאצי אויף א פאליציאנט.
ער איז א רשע א אכזר א שלעכטער א חולה נפש א חיה רעה און אלע מילים נרדפות, ווייל דאס זענען זיי באמת, און די פאליציי שיקט אהין צו די הפגנות דווקא אזעלכע סארט פארשוינען, און צומאל אפילו נישט בני ברית ווי דרוזים וואס זיי קענען גוט די מלאכה, אבער צו די הגדרה נאצי קומט דאס נישט צו.
איך זאג נישט צו עס איז עפראפיעיט צו שרייען נאצי צו נישט, ווייל איך זיץ דא באקוועם און כ'האב נישט קיין דעה לגבי די ווייטאג פון די הפגנות אידען, אבער כדי צו זאגן א דעה אין די ווארט נאצי דארף מען קודם גוט פארשטיין די מושג נאצי על כל פרטיה ודקדוקיה.

דיסקלעימער: כ'האב נישט אדורך געליינט די גאנצע אשכול ממש.

איך ווייס נישט היינטיגע צייטן ווען איך האב געלרנט אין ישיבה אין א"י פאר איבער 15 יאר צירוק איז יס"מ געווען בעיקר צזאמגעשטעלט פון דרוזים און רוסישע זעהט אויס אז זיי זענען די גרעסטע רוצחים
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

לעב און שטרעב האט געשריבן:צוריק צו בארא פארק, אין אמעריקע ווערט יעדעס יאר געמאכט טויזענטער אומשולדיגע ארעסטן און צענדליגער אומשולדיגע מערדערייען דורך די פאליציי קראפט (וואס איז א מכת המדינה וואס מ'דארף און מ'פרובירט צו באקעמפן), מאכט זיך איינמאל א יובל אז מ'ארעסטירט א איד וואס לויט געוויסע דיעות איז ער אומשולדיג (הגם מ'זעט אויף די קליפ זייער קלאר ווי זיי שיקן אים ארויף אויפ'ן סיידוואלק און ער פייפט אין זיי), זיי האבן נישט געשאסן מיט געווער אדער מיט סיי וועלכע שעדליכע אדער אומשעדליכע וואפן, זיי האבן אים ניטאמאל געשלאגן, בסך הכל האט מען אים פרובירט ארעסטירן און זיך נישט געוואלט לאזן פון זיין עקשנות (וואס איין באשעפער ווייסט פארוואס איינעם איז איינגעפאלן אז זיי דארפן/גייען זיך לאזן), און דער עולם ווערט ווילד אזש מ'קען זיך נישט פארשטעלן אז עפעס אנדערש אויסער וויסטע אנטיסעמיטיזם איז דער גורם פונעם ארעסט... היש לך טיפשות גדול מזו??? איך מיין, מיר דארפן זיך מאכן א שטארקע חשבון הנפש וואס מיט אונז האט פאסירט, וואסערע מין חינוך האבן די קינדער באקומען? וועלכע דעת תורה הייסט לעבן אזוי אין דענייעל פונעם רעיאליטעט? כ'האב גאר געזען מענטשן אין א אנדערע אשכול דא אויף אייוועלט שרייבן אז "ביי גוים וואלטן זיי זיך קיינמאל נישט אזוי אויפגעפירט"... נו אודאי, אויב וואלטן זיי דאס נישט געטוהן נאר ביי גוים זענען זיי אפשר טאקע נאציס... (LOL) די פראבלעם איז אז זיי טוען עס נאך ביי גוים פי כמה אבער די שריבער וואוינען אין בארא פארק וואו מ'גלייבט נאר אלטערנאטיווע פאקטן אלעס אויפ'ן חשבון אז "אונז זעמיר די קלוגסטע פאלק", און מ'טאר נישט גלייבן די "פארדארבענע לינקע". מיר דארפן זיך אויפוועקן צום מציאות אז טראצדעם וואס דאס איז די אנגענומענע נאראטיוו האט די נארישע מהלך נישט קיין שום דעת תורה און אדרבא זאל יעדער פרעגן זיין אייגענע רב אויב ס'איז אויסגעהאלטן אידישליך, מענטשליך, אדער שכל'דיג.

הצלחה רבה ויה"ר שילמדו טועים בינה אמן.



שכוח פארן צוריקקומען צום ענין. האפענטליך וועט עס שוין דא בלייבן יעצט.

אלעס אמת, אבער ס'איז נאכאלץ א טענה אויף די פאליציי פארן נוצן אזוי פיל מאכט. דאס אז זיי נוצן עס אין אנדערע פלעצער אויך מאכט נאר די טענה גרעסער, נישט קלענער. און ווי ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט ווען די שווארצע האבן פראטעסטירט קעגן זיי. נישט אז איך פארגלייך ח"ו, אבער די מושג אז צופוהל מאכט איז נישט בארעכטיגט.
(אגב, כ'האלט נישט אז די אינגערמאן איז יא גערעכט)
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@טינק ענד, דו קומסט אריין מורא'דיג קלאר אין די אשכול, איך האב שוין אפילו נישט וואס צו צו לייגן.

איין פיצי הערה, טעגלאש מיינט גאנץ סאטמאר, יא די אנדערע אויך.

טייל מאל רופט מען איין קהילה אפסטעיט טעגלאש, די אנדערע רופט מען טייל מאל דאונסטעיט טעגלאש.
Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shuli »

דו שאלה איז געווען צו עס שטערט איינעם ווען מען שרייט נאצי. און נאכדעם איז געווארן דו שאלה צו ער האט א הלכה ווי א נאצי.

איז ווען מען רעדט פון די מעשה און די מם יארן אין תולדות אהרן, בין איך מסכים אז מען קען זאגן אז ער הייסט א נאצי.
און ווען מען רעדט פון לפיד צו ווער עס זאל נאר נאר זיין אין דו רעגירונג, וואס זוכן וועגן ווי אזוי אריינצוכאפן אינגע בחורים אין די מיליטער, זאגסטו האסט א דעת תורה אז ער האט א הלכה ווי א נאצי.
אבער ווען מען רעדט פין א פאליציאנט וואס שפריצט וואסער אויף איינער וואס האט באשלאסן אפצושפארן רחוב ירמיהו , קען איך נישט זאגן אז עס קומט זיך אים נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”