שרייען "נאצי" - וועמען שטערט עס?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

שרייען "נאצי" - וועמען שטערט עס?

תגובהדורך יידישע קהילות » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 8:01 pm

לעצטענס הערן מיר פון פעלער אין אמעריקא און אין ארה"ק ביי פראטעסטן און דעמאנסטראציעס וואו יינגע קינדער און בחור'לעך שרייען אויף פאליציי-לייט און אויף פרייע יידן "נאצי".
פארשטייט זיך אז עס איז גורם א שטארקע רעאקציע מצד די אנגעשריגענע ווי אויך מצד די נייעס באריכטן. דאס איז דאך אייגענטליך פונקטליך וואס די שרייערס ווילן: זיי ווילן אז מ'זאל הערן און וויסן אז זיי שרייען.
אצינד, די הויפט טענה קעגן די שרייערס איז זיי מאכן ביליג דעם אויסדרוק, "דאס איז - הייסט-עס - דאס גאנצע וואס די נאצי האבן געטוהן?" ווי אויך איז דאס גורם אז ווען מ'וויל באשולדיגן אן אמת'ן שונא ישראל, אן אנטיסעמיט, און מגלה זיין פאר די וועלט וואס ער איז, און מ'וועט זאגן אז ער איז "א נאצי", וועט עס שוין נישט זיין אזוי וואורקזאם. ובכן, עס זענען דא יידישע נאציס, חסיד'ישע נאציס, נ.י. פאליציי נאציס, שוין אלזא האסטו צוגעלייגט צו די רשימה נאך עפעס א ווייסער ראסיסטישער נאצי.
האלט איר אז דורכדעם וואס א פאר בחור'לעך שרייען נאצי ביי דעמאנסטראציעס קען עס באמת גורם זיין אז דער פלעק-ווארט "נאצי" זאל ביליג ווערן אין דער וועלט?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 8:31 pm

שרייען נאצי אויף א פאליס איז א חילול השם. עס ווייסט אויך אז די בחורים'ליך ווייסן שוין נישט וואס מיינט א נאצי. און יא, עס מאכט אוועק די ליידן פון אונזערע זיידעס.

די נאציס זענען א געוועהן א מין בריה, שדים בדמות אדם, וואס איז נאך קיינמאהל נישט געוועהן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

yes yes
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:00 pm

Kosher Travel האט געשריבן:שרייען נאצי אויף א פאליס איז א חילול השם. עס ווייסט אויך אז די בחורים'ליך ווייסן שוין נישט וואס מיינט א נאצי. און יא, עס מאכט אוועק די ליידן פון אונזערע זיידעס.

די נאציס זענען א געוועהן א מין בריה, שדים בדמות אדם, וואס איז נאך קיינמאהל נישט געוועהן.


גא"מ

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:21 pm

די וואס שרייען נאציס ביי א פראטעסט טשעפענען פערזענליך די מלחמה איבערלעבער. אויב עס שטערט נישט פאר אן עלטערע איד וואס האט איבערגעלעבט די מלחמה זאל ער אליין שרייען, די אינגעלייט און בחורים וואס שרייען נאציס זאלן וויסן אז דאס באדערט פאר טויזנטער מלחמה איבערלעבער איבער די וועלט.

אזוי אויך, ווילאנג מען נוצט די געלע שטערנס ביי פראטעסטן זאל מען נישט פארפירן ווען א פאליטיקאנט פארגלייכט איראן צו די נאציס וכדומה, אז דו מעגסט מעג ער אויך. דו נוצט עס פאר וועמען דו ווילסט און ער פאר וועמען ער וויל. אויב דו ווילסט פארשרייען פאפולערע פיגורן פארשריי אויך די פראטעסטן, אז נישט בלייב שטיל אינגאנצן. ואכמ"ל.

און פארקויף מיר נישט אז די אידן וועלכע זענען די געליטענע מעגן יא, ווייל ס'איז פארהאן גענוג איבערלעבער וואס זענען נישט מסכים דערצו, איז פונקט ווי דו פרעגסט אים נישט דארף יענער מעקסיקאנער גוי דיר נישט פרעגן.

יוסף בן יעקב
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:54 am

תגובהדורך יוסף בן יעקב » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:40 pm

כ'הער דיין ווייטאג און ס'האט א שיין ביסל גערעכטיגקייט אין זיך, אבער אגב שרייען די רשעים היינט אויך "דו דזשאו" פונקט ווי "דו דזשיד" וואס די נאציס פלעגן שרייען, און ס'איז א זאך וואס איך ווייס נישט אויב עס איז עכט מעגליך אפצושטעלן ווייל די טשאלמי'ס זענען דיר נישט און וועלן נישט קומען פרעכן פארדעם, און אייוועלט גלייב איך אויך אז זיי ליינען נישט...
אפשר רעד מיט די עדה החרדית בד"ץ אז זיי זאלן עפעס טוהן דערוועגן...
שטעל דיך פאר... איינער צווישן צוועלף ברידער... נעבעך.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:43 pm

מ'דארף גארנישט טון. פונקט ווי מ'קען פארדאמען דעם מאלאזיער פרעימער פארן זאגן אז די אידן האבן טאקע לאנגע נעזער, קען מען זיי אויך פארדאמען אין די לאקאלע מידיע. אזוי ווי איך פארדאם זיי יעצט דא...

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:44 pm

פרעג סיי וועלעכע מלחמה איבערלעבער וואס ער האלט און דו וועסט האבן דיין תירוץ
הק' איש ימיני

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:46 pm

מיך

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:48 pm

משהלע האט געשריבן:מיך

RT
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 10:45 pm

ס'איז א פאנדימענטאלע טעות אז "נאצי" איז די עקוויוועלענס צו די "דא-דא" וואס א קליין קינד זאגט ווען מ'טשעפעט איהם. ס'איז א ש גרויסע ווייטאג אז די אינגע דור פארשטייט דאס נישט. אויב שרייען עס חסידישע ביי פראטעסטן לויט ווי עס פיט אונזער אגענדע, קענען מיר נישט האבן קיינע טענות אויף קיינער פון די וואס לאזן ארויס אפי' א שמץ פון אנטיסעמיטיזם דורך פארגלייכן נאציס צו דאס און יענס - וואס האלט אין איין געשעהן (ווי @אסדר זאגט)

דאס אז אנדערע עלעמענטן שרייען אונז נאך בארעכטיגט דאס נאך אויך נישט, נאר איז א טענה אויף זיי. (צוויי אומגערעכטע מאכן נישט איין גערעכט)
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 10:59 pm

צו דעם איז נאך אויך דא די 'היתר' פון גדול המחטיאו. אויב האלסטו אז שרייען נאציס אויף די ציונים איז איבערגעטריבן ביזטו א כופר אין דברי חז"ל....

איי, חז"ל זאגן דאך עס טאקע? שתי תשובות בדבר, מעגליך זיי זענען טאקע ערגער, ס'איז אבער דא מלחמה איבערלעבער וועמען ס'באדערט, והשנית דו קענסט עס נישט אביוזן און דערנאך נישט לאזן אנדערע פעלקער עס נוצן. אדער יעדער אדער קיינער.

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 11:01 pm

יוסף בן יעקב האט געשריבן:כ'הער דיין ווייטאג און ס'האט א שיין ביסל גערעכטיגקייט אין זיך, אבער אגב שרייען די רשעים היינט אויך "דו דזשאו" פונקט ווי "דו דזשיד" וואס די נאציס פלעגן שרייען, און ס'איז א זאך וואס איך ווייס נישט אויב עס איז עכט מעגליך אפצושטעלן ווייל די טשאלמי'ס זענען דיר נישט און וועלן נישט קומען פרעכן פארדעם, און אייוועלט גלייב איך אויך אז זיי ליינען נישט...
אפשר רעד מיט די עדה החרדית בד"ץ אז זיי זאלן עפעס טוהן דערוועגן...

ווען די רעדע איז ירושלמים קען מיר אפשר טאקע גארנישט טון אבער ווען ס׳קומט אפיר א קליפ פון פראטעסטן חוה״מ אין מאנהעטן קעגן די מדינה און 15 יעריגע בחורימלעך שרייען אויף א אידישע דורכגייער נאצי ווייל יענער האלט נישט ווי זיי איז א בושה און א חרפה

Horizontal
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm

תגובהדורך Horizontal » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 11:08 pm

משהלע האט געשריבן:מיך
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

יוסף בן יעקב
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:54 am

תגובהדורך יוסף בן יעקב » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 11:08 pm

אלמוני האט געשריבן:
יוסף בן יעקב האט געשריבן:כ'הער דיין ווייטאג און ס'האט א שיין ביסל גערעכטיגקייט אין זיך, אבער אגב שרייען די רשעים היינט אויך "דו דזשאו" פונקט ווי "דו דזשיד" וואס די נאציס פלעגן שרייען, און ס'איז א זאך וואס איך ווייס נישט אויב עס איז עכט מעגליך אפצושטעלן ווייל די טשאלמי'ס זענען דיר נישט און וועלן נישט קומען פרעכן פארדעם, און אייוועלט גלייב איך אויך אז זיי ליינען נישט...
אפשר רעד מיט די עדה החרדית בד"ץ אז זיי זאלן עפעס טוהן דערוועגן...

ווען די רעדע איז ירושלמים קען מיר אפשר טאקע גארנישט טון אבער ווען ס׳קומט אפיר א קליפ פון פראטעסטן חוה״מ אין מאנהעטן קעגן די מדינה און 15 יעריגע בחורימלעך שרייען אויף א אידישע דורכגייער נאצי ווייל יענער האלט נישט ווי זיי איז א בושה און א חרפה

גערעכט...
אבער זיי פרעגן אויכעט נישט און צו זיי ליינען אייועלט איז אויך נישט אזוי זיכער, איך וואלט געזאגט אז אויב מען טארגעט זיי דירעקט זאל מען גיין אין די ישיבות...
שטעל דיך פאר... איינער צווישן צוועלף ברידער... נעבעך.

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 11:11 pm

צום קעפל פון די אשכול.
די זעלבע וועם עס שטערט ווען משרייט היטלער אויף א מקוה איד וואס האט פארגעסן צו לייגן פרישע האנטוכער.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 11:14 pm

ס'איז א שטיקל חילוק צווישן שרייען אין די אייגענע ד' אמות און שרייען אין די גאסן לעיני העמים והשרים, פאר די אויגן פון די פרעסע.

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 11:25 pm

מיר שטערט טאקע נאך מער, איך האף אז עס איז נישט דא אזא זאך, ווען מען שרייט חלילה אזוי אויף א מקווה איד נעבעך.

סיי אויף דעם מקווה איד וואס כאפט נעבעך, און סיי דער אנדערער וואס מיינט אז ווען עפעס איז נישט צוגעשטעלט פאר אים איז עק וועלט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 11:42 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:האלט איר אז דורכדעם וואס א פאר בחור'לעך שרייען נאצי ביי דעמאנסטראציעס קען עס באמת גורם זיין אז דער פלעק-ווארט "נאצי" זאל ביליג ווערן אין דער וועלט?

ניין, איך האלט נאר אז עס קען גורם זיין אז אונזער נאמען זאל ווערן ביליג אין די וועלט.

(ביידיוועי , ווען מען שרייט עס קעגן די ציונים באדערט מיר נישט, ווייל די ציונים שרייען עס אויך אויף יעדן)

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוקטובער 14, 2018 12:15 am

האב איך לעצנס געזען אן מלחמה איבערלעבער שרייען ביי א פראטעסט נאצי.

אבער ווי איינער זאגט, זיי מעגן עס זאגן. בחורים און אינגעלייט עס זאגן איז נישט סענסעטיוו

און בעצם איז עס זייער ראנג. ביי גוים איז א שרעקליכע חילול ה'

כאטש ביי די ציונים מאכט עס כאטש סענס (בעצם) ווייל גדול המחטיאו יותר מן ההורגו (אבער דער ספעסיפיק משטרה אגענט איז נישט דער שונא דא אויך נישט...)

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג אוקטובער 14, 2018 12:28 am

אגב איך האב געזעהן די הכנסת ספר תורה קליפ, לדאבוננו ולחרפתנו שרייען אידן מיטן ווייסע בערד אויף די פאליציי "נאציס", וואו זייער שכל איז אוועקגעפלויגן ווייסט איין איינציגע באשעפער.

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » זונטאג אוקטובער 14, 2018 12:42 am

מוז נישט זיין אז זיי האבן אמאל געהאט

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 14, 2018 1:43 am

די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס. צו מען זאל שרייען אויף זיי דארף מען פרעגן דעת תורה. צו שרייען אויף אמעריקאנער פאליציי איז שוין ציונות און התגרות באומות...
שויתי ה' לנגדי תמיד

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 14, 2018 1:45 am

Goodmorning האט געשריבן:די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס. צו מען זאל שרייען אויף זיי דארף מען פרעגן דעת תורה. צו שרייען אויף אמעריקאנער פאליציי איז שוין ציונות און התגרות באומות...

האסט געפרעגט א דעת תורה אויב זיי זענען ערגער אדער נישט? ווער האט דעם מעסטער?

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » זונטאג אוקטובער 14, 2018 1:50 am

Goodmorning האט געשריבן:די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס. צו מען זאל שרייען אויף זיי דארף מען פרעגן דעת תורה. צו שרייען אויף אמעריקאנער פאליציי איז שוין ציונות און התגרות באומות...

צו שרייען אויף אמעריקאנער פאליציי איז ריין טפשות גארנישט מער.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 14, 2018 1:54 am

האסט געפרעגט א דעת תורה וואס איז וויכטיגער, עולם הזה אדער עולם הבא? דאס אז זיי פארניכטען ערגער ווי די נאציס מאכט עפעס די נאציס בעסער? א טעראריסט וואס שיסט צען מענטשן, איז איידעלער ווי דעם וואס שיסט הונדערט? רציחה איז רציחה. און מען רעדט שוין נישט וויאזוי זיי האבן זיך באגאנגען מיט די עולים פון די מזרח לענדער אדער חורבן איבערלעבער
שויתי ה' לנגדי תמיד


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט