"נפש אחת קאַמפּיין" פאר מרכז עזרא ויעוץ
אחראי: יאנאש
"נפש אחת קאַמפּיין" פאר מרכז עזרא ויעוץ
אזוי ווי פארגאנגענע יאר אנהייב זימער קומט יעצט פאר א קאמפיין צו שאפן גרויסע געלטער וואס פעלט זיך אויס צו אויסצוהאלטן די וויכטיגע ארגענעזאציע "מרכז עזרא ויעוץ"
לעצט פארראכטן דורך משה11 אום מיטוואך יולי 04, 2018 1:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א דאלאר פאר א דאלאר: 12 סאַטמאַרער פילאַנטראָפּן וועלן טאָפּלען יעדנס סכום!
וועט ערמעגליכן צו קויפן זכות "נפש אחת" פאר בלויז 180$
די מאַסיווע אַקציע וואָס ווערט אַצינד אונטערגענומען לטובת "מרכז עזרה ויעוץ" טראָגט אַצינד א ספּעציעלן באַדייט, נאָכדעם וואָס יעדע איינציגטע סכום וואָס קומט אַריין לטובת הצלת נפשות, וועט אַצינד טראָגן א טאָפּלטן ווערד, נאָכדעם וואָס א ריי סאַטמאַרער פילאַנטראָפּן און נגידים האָבן זיך אונטערגענומען צוצושטעלן קעגנזייטיגע שטיצע, און קעגן יעדן סכום וואָס קומט אַריין פונעם ברייטן ציבור, וועלן זיי דאָס פארטאפלען מיט דעם זעלבן סכום, אַזוי אַרום צו קענען אָנקומען צום ציל, צו שאַפן במשך די אַקציע לכה"פּ דריי טויזנט מצילים, וואָס זאָלן גענצליך דעקן די הוצאות ההצלה פון דריי טויזנט בחורים אין ארה"ק.
דער סאַטמאַרער ציבור ווערן נתגדל אויפ'ן גייסט פון צדקה וחסד בכלל, ובפרט אַרויסצוהעלפן דעם ערליכן ציבור אין ארה"ק וואָס ווערן כסדר געפּלאָגט פון די שווערע רדיפות פון די ציוניסטישע מדינה. סיי וועמען אימער עס מאַכט זיך זענען די סאַטמאַרער אידן בכלל, ובפרט די נגידים ובעלי צדקה, די עומדים בראש וואָס שטעלן זיך אַרויס מיט סכומים עצומים פאר יעדע דבר שבקדושה, אַזוי אַרום צו פאַרזיכערן בעזהשי"ת אַז ערליכע אידן אין ארץ ישראל זאָלן קענען אָנגיין מיט זייער לעבנסשטייגער אומגעשטערט.
במשך די אַלע יאָרן וואָס דער מרכז עזרה ויעוץ שטייט צו הילף פאר בחורי ישראל, ובפרט פאַרגאַנגענעם יאָר ווען מען האָט זוכה געווען צו באַנייען דעם מרכז מיט אַזויפיל ווי דריי נייע אָפיסעס אין צוגאָב צום צענטראַלן אָפיס אין ירושלים, איז דאָס אַלעס געווען צום פאַרדאַנקן די גאָר וואַרעמע שטיצע פונעם סאַטמאַרער ציבור, ובפרט פון די נגידים בעם וואָס האָבן זיך אַלץ אָנגעשלאָסן מיט ברייטע און וואַרעמע שטיצע, צו פאַרזיכערן בעזהשי"ת די הצלה פון די טויזנטער בחורים וואָס קלאַפּן כסדר אָן אויף די טויערן פון מרכז עזרה ויעוץ.
אַצינד בעת מען גרייט זיך צו די מאַסיווע אַקציע, האָט זיך געשאַפן א קבוצה פון פילאַנטראָפּן וואָס זענען וועלט-באַרימט מיט זייערע לייסטונגען לכל דבר שבקדושה, אידן וואָס האָבן שוין אויף זייער קאָנטע שווערע הונדערטער-טויזנטער דאָלאַרן פאר יעדע דבר שבקדושה, ובפרט פאר די סאַטמאַרער פּראָיעקטן איבער דער גאָרער וועלט. די נדיבים בעם האָבן אין א געמיינזאַמע שריט זיך צוזאַמגענומען כאיש אחד, און זיך אונטערגענומען צו פאַרטאָפּלן יעדע נתינה פון 180$ און העכער וואָס קומט אַריין במשך דעם מגבית.
דאָס הייסט אַז אויסער די ריזיגע סכומים וואָס די נדיבים זענען זעלבסט גרייט צו געבן, געבן זיי אויך צו א זכות עצום פאר יעדן פון די נדיבים וואָס שליסט זיך אָן אין די אַקציע, וואָס יעדער מיט זיין נתינה ברענגט דערצו אַז עס זאָל קעגן דעם אַריינקומען נאָך א פרישע ענליכע נתינה וואָס וועט זיכער צוגעשריבן ווערן צום זכות פון דעם נדבן.
די חשוב'ע נדיבים בעם קוקן ארויס אַז עס זאָל זיך שאַפן וואָס מער מצילים, וואָס טראָץ וואָס יעדע נתינה וואָס קומט אַריין באַדייט אַז זייער נתינה וועט דאַרפן זיין העכער און מאַסיווער, זענען זיי אָבער דאָ פאר איין זאַך, נעמליך צו פאַרזיכערן די הצלחה פון די אַקציע, און קוקן אַרויס אויף וואָס מער מצילים מיטן סכום פון 180$ וואָס וועט אויטאָמאַטיש געטאָפּעלט ווערן דורך זיי פאַר'ן סכום פון 360$.
פאַרפאַסט נישט די געלעגענהייט.

-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
משה11 האט געשריבן:אזוי ווי פארגאנגענע יאר אנהייב זימער קומט יעצט פאר א קאמפיין צו שאפן גרויסע געלטער וואס פעלט זיך אויס צו אויסצוהאלטן די וויכטיגע ארגענעזאציע "מרכז עזרא ויעוץ"
גייט עס זיין פין עפעס א זייגער ביז א זייגער למשל פין מיטוואך מטות ביז מאנטיג דברים מיט א נאמבער געלט ציל למשל א מיליאן דאלער אין פינף טעג מיט א טיימער?
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
- ס'רעגענט ס'גיסט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4071
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
שוין דא אשכול דארט פאר מרכז עזרה דא רעדט מען בלויז פונעם קאמפיין, לאז דא זויבער ביטע viewtopic.php?f=88&t=34681&hilit=%D7%9E%D7%A8%D7%9B%D7%96+%D7%A2%D7%96%D7%A8%D7%94Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך גלייב דער אשכול באלאנגט ביי די אקטועלע נייעס סעקשאן
לעצט פארראכטן דורך סעטינגס אום דאנערשטאג יולי 05, 2018 3:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- אבגדהוזחטי
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 283
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:26 pm
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2133
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג