תשע"ח- חוק הגיוס אפשטימונג.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך יולי 04, 2018 4:55 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:.....
4) טאקע ווי די זאגסט. טאמער חלילה וואלט יא געגאנגען א געהעריגע ישיבה בחור אין מילטער, איז דאס עק וועלט, ואין דוחין נפש מפני נפש. דאס איז די סיבה, אז מ'גייט יא אויף געזעץ, כדי זאל יעדע האבן די מעגלעכקייט ארויס גיין פון דעם.

און אז יענער האלט נישט ביים לערנען האסטו דען רעכט אים מקריב צו זיין צום מיליטערישע שמד מאשין??
פאקט איז אז ביז יעצט איז אזא איינער נישט אנגעקונמען אין מיליטער און יעצט ליידער יא.

און בכלל דאס ווייסט יעדער קלאר אז אויב וועט די געזעץ מחייב זיין יעדן צו גיין וועט קיינער נישט גיין, וואס יא? מ'וועט נישט געבן קיין געלט פאר די מוסדות, נו? פרעג איך דיר, מעק מען צוליב די געלט מקריב זיין נפשות צו שמד?

איך ווייס נישט וואס די מיינסט, אבער די חוק האט אלע יארן געלויטעט אז אזא איינער דארף גיין דינען, און אז זיי זענען געווארן שטרענגער, האב איך שוין געשריבען אז איך ווייס נישט וואס די סיבה איז.

און, יא מיט א חוק גיוס חובה, וועלן א סך מער פרומע פון אנדערע קרייזען גיין דינען, נישט קענענדיג עומד זיין אין פרעשור, היל"ת.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך יולי 04, 2018 9:45 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:ידוע לכל די שוועריקייטן וואס איז געווען אין די יו"ד יארן בנוגע גיוס בנות, ווען מען האט שטארק איינגעצוימט די פטור פון בנות חרדיות (אגודה איז דאן ארויס פון די קאאליציע), ביז תשל"ח ווען בעגין שר"י האט אויסגעארבייט די גרינגערע הסדר.

אבער כאטש לויטן געזעץ וואלטן זיי געדארפט אריינשלעפן אלע פרויען אין מיליטער, האבן זיי גארנישט געטוהן דערצו, אלץ פחד פון די קעגנערשאפט.

ומזה נלמד, אז א חוק גיוס חובה אויף יעדן (ווען די ראשי ישיבות זאלן זיך ארויסשטעלן בכל התוקף, ווי בריסקער רב והחזו"א זצלה"ה בימיהם), ווען ראטעווען די מצב, סיי מצד די חרדים, און אויך מצד די ממשלה וואס וועט נישט זיין גרייט זיך צו שלאגן אויף 40,000 עריקים. זיי וועלן ענדערש מעלים עין זיין פון די גאנצע נושא, און די געזעץ וועט בלייבן אויפן פאפיר.

דאס איז די גרעסטע ראיה. אפילו שוואכע, און גאר שוואכע מיידלעך פון היימישען ציבור זענען נישט אנגעקומען אין מיליטער, על אף וואס לכאורה האט מען זיי געקענט ארעסטירען. דאס איז א טרוקענער פאקט. (עס האט א פשוטער הסבר. אויב די געזעץ איז מחייב יעדען, און 75% פייפט עפ"י הוראת מנהיגיהם, האבן די שוואכע אויך נישט מורא, און נאכמער די רעגירונג קען נישט געזעצליך ענפארסירן פאר איינעם יא און איינעם נישט, מיט וואסערע רעכט? משא"כ אויב איז דער געזעץ נאר מחייב איינעם וואס לערענט נישט קיין 45 שעה, נו! די אלע שוואכע פאר וועם מען האט מורא, לערנען דאך נישט קיין 45 שעה, קאצעטרירט זיך די רעגירונג נאר אויף זיי, רח"ל. בכל אופן. עס איז נישט קיין נ"מ די הסבר, ווייל פאקט בלייבט פאקט).

עס איז קלאר אז ווען מען מאכט ווען דעמאלס יעדים מיט מכסות אויף די מיידלעך וואס זענען נישט אזוי פרום כדי אפצוראטעווען די מער פרומע, וואלטן טויזענטער מיידלעך אריינגעפאלן אין מיליטער.

דאס איז אלעס פשוט לכל בר דעת. וואס יא? אווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט, האט מען מורא פאר די געלט פון די מוסדות, זוכט מען זיך פארקרומטע הסברים אז א חוק גיוס חובה וועט גאר אריינברענגן מער שוואכע אין מיליטער ווי די 54,000 (50% פונעם מעגל הגיוס) וואס גייען דארפן אריינגיין אינעם מיליטער לויטען יעצטיגן געזעץ.

אין אנדערע נייעס איז געווארן באריכטעט, אז מקלוב אן קיין שום דעת תורה איז געזיצען צוזאמען מיטן וועדה וואס האט געמאכט דעם געזעץ, ממש ווי די מזרחי פון אמאל. א זאך וואס איז גווען א שטרענגער סוד ביז יעצט.

22 hours ago - חהכ קארין אלהרר חשפה כי חהכ אורי מקלב נטל חלק בדיוני הוועדה המקצועית שגיבשה את חוק הגיוס. מדובר בדבר שנשמר בסוד עד כה, כשהחכים החרדים טוענים כי לא השתתפו בדיוני

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך יולי 04, 2018 9:56 am

יאיר גאלד האט געשריבן:א מלחמת חרמה זאגט זיך לייכט, אבער אויב נישט קיין געלט פאר די מוסדות מיינט עס טויזנטער קינדער אן קיין מוסדות און אן קיין תורה ביז 5 יאר, בלי גוזמא כלל!!

יאיר, אפילו איך בין נישט איינשטימיג מיט אים איז כאטש אויפריכטיג וואס דריקט אים.

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » מיטוואך יולי 04, 2018 10:01 am

לחם לשובע האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:.....
4) טאקע ווי די זאגסט. טאמער חלילה וואלט יא געגאנגען א געהעריגע ישיבה בחור אין מילטער, איז דאס עק וועלט, ואין דוחין נפש מפני נפש. דאס איז די סיבה, אז מ'גייט יא אויף געזעץ, כדי זאל יעדע האבן די מעגלעכקייט ארויס גיין פון דעם.

און אז יענער האלט נישט ביים לערנען האסטו דען רעכט אים מקריב צו זיין צום מיליטערישע שמד מאשין??
פאקט איז אז ביז יעצט איז אזא איינער נישט אנגעקונמען אין מיליטער און יעצט ליידער יא.

און בכלל דאס ווייסט יעדער קלאר אז אויב וועט די געזעץ מחייב זיין יעדן צו גיין וועט קיינער נישט גיין, וואס יא? מ'וועט נישט געבן קיין געלט פאר די מוסדות, נו? פרעג איך דיר, מעק מען צוליב די געלט מקריב זיין נפשות צו שמד?

איך ווייס נישט וואס די מיינסט, אבער די חוק האט אלע יארן געלויטעט אז אזא איינער דארף גיין דינען, און אז זיי זענען געווארן שטרענגער, האב איך שוין געשריבען אז איך ווייס נישט וואס די סיבה איז.

און, יא מיט א חוק גיוס חובה, וועלן א סך מער פרומע פון אנדערע קרייזען גיין דינען, נישט קענענדיג עומד זיין אין פרעשור, היל"ת.

הרב לחם איר זענט נישט גערעכט מסכים זיין צו יעדים איז טייטש איך עגרי אז דו זאלסט נעמען כך וכך בחורים אין מיליטער אפגעזעהן וואס עס וועט זיין אן דעם געזעץ
יענקל לעדערמאן

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » מיטוואך יולי 04, 2018 12:25 pm

לאמיר צונעמען יעדע טענה באזונדער,

טענה 1)
לחם לשובע האט געשריבן:1) דער רמב"ם איז טאקע אמת, און יעדער קען עס ב"ה. אבער דאס איז אלעס ווען מען זאגט א יענקל וועט מוזען גיין דינען אין מיליטער, טון משה און זרח וועלן בלייבען לערנען, אבער אויב מען גיבט נישט ארויס קיין נעמען, דער וואס וויל בלייבען לרנען קען בלייבען לערנען, ווער עס קומט נאך די לעגאלע פראצעדורען איז ב"ה מסודר, נאר ווער ס'איז אליינס מחליט נישט צי לערנען, דער האט פראבלעמן,

תשובה: עפ"י התורה איז נישט דא קיין חילוק צווישן איינער וואס לערנט און איינער וואס האט נישט קיין געדולד איינצוזיצן, אויף ביידע דארף מען זיך שלאגן די זעלבע,
די חילוק וואס איר ווילט מאכן צווישן זאגן א "נאמען" אדער איבערגעבן א געוויסע צאל אומספעציפישע יודן איז א זאך וואס איז נישט מסתבר.

די הסכם וואס די 'אגודה' האט געמאכט איז קלאר געווען מיט די חשבון אז סכ"ס וועט יעדער זיך קענען ארויסדרייען, אבער קיינמאל איז מען נישט איינגעגאנגען
בפועל צו לאזן נעמען שוואכערע בחורים אין מיליטער, און ווי די מציאות איז טאקע געווען אז בדרך כלל האט זיך יעדער א עצה געגעבן, סיי צו מ'האט יא געלערנט אדער נישט.

טענה 2)
אבן יקרה האט געשריבן:
1) די רמב"ם איז באקאנט. אבער כמו שאמרנו, נישט די פרומע דארפן זיי געבן איימעצער, נאר זיי וועלן נעמען. אהן א חוק וועלן זיי נעמען מערער, און מיט א חוק וועלן זיי נעמען ווייניגער. וואס איז בעסער? קלאר אז מיט א חוק איז בעסער. צו וועגן דעם מעג א פרומע איד שטומען בעד די חוק וואס רעד קלאר אז מ'מוז אנקומען צו געוויסע מכסות כדי די אנדערע זאלן באקומען די דיחוי? איך ווייס טאקע נישט. ס'איז גאר א הארבע שאלה. אבער צום רמב"ם האט דאס נישט.

תשובה: וויל איך פרעגן א שאלה, טאמער זאגן די גוים אז זיי ווילן "אליינס" אריינגיין און נעמען איינעם, נאר איר זאלט נישט שטערן, דארף מען יא לאזן?
פשוט לכל אחד אז די עיקר נקודה איז, אז מיר דארפן טוען וואס מיר קענען נישט צו לאזן איין יוד פארפאלן גיין, און מיר דארפן זיך נישט זארגן וואס עס וועט זיין מיט די אנדערע,
(ווי לאנג יענער איז נאכנישט "בפועל" אין זייער הענט).

טענה 3)
אבן יקרה האט געשריבן:2) קען איך גיט די היסטאריע. אבער דארף מען געדענקן, אז ביז תשנ"ח איז בכלל נישט געוועהן קיין געזעץ אויף די פרומע אדער ישיבה בחורים, לויט די טרוקענע געזעץ אלע האבן געדארפט גיין דינען, נאר די שר הבטחון האט געקענט טיילן דיחויים. אין טאקע געוועהן יאהרן וואס זיי האבן געוואלט מאכן מכסות, אין געוועהן יאהרן וואס איז געוועהן מכסות [פארקערט ווי די היינטיגע מכסות, ד"ה אז דעמאלטס האבן זיי געזאגט אז נאר געוויסע צאל פון ישיבה בחורים אדער געוויסע צאל פון ישיבות וועלן קענען באקומען דיחוי]. נאר אין תשל"ז האט מען איינגעפירט אז אלע קענען באקומען א דיחוי. אבער אין תשנ"ח האט די בג"ץ געפסקנט אז אהן קיין געזעץ, אלע ישיבה בחורים מיז'ן גיין דינען. אין זייט דעמאלטס גייט מען פון חוק צו חוק. א מהלך פון אהן קיין חוק, א מהלך פון א "מלחמת חרמה" איז נאכנישט פראבירט געווארן, מן הסתם ווייל ס'איז בלתי ידוע וואס וועט ארויס קומען פון אזא שווערע מהלך.

תשובה: גראד נאך די הקמת המדינה איז שוין געווען די הסדר פון תורתו אומנתו, אנפאנג איז יעדער געווען פטור, שפעטער האט מען אנגעפאנגען צו מאכן מכסות ווי איר האט דערמאנט, און עס זענען יא געווען געריכטליכע טענות קעגן דעם ווי איך האב אראפגעברענגט, דא האט איר די טעקסט, וויקיפדיה.
ב-9 במרץ 1948, בשלב הראשון של מלחמת העצמאות, טרם הקמת המדינה, הורה ראש המפקדה הארצית של ההגנה ישראל גלילי כי "נתקבלה החלטה כי בני הישיבות, לפי רשימות מאושרות, פטורים משירות בצבא. לתלמידים המסוגלים יינתן אימון להגנה עצמית במקום תלמודם". הסכם ברוח זו נחתם בין הרבנים הראשיים דאז, גאב"ד העדה החרדית, וראשי ישיבות בירושלים מטעם ועד הישיבות לבין המפקד לשירות העם בירושלים 4 ימים לפני קום המדינה, בו התחייבו ראשי הישיבות מצידם שלא לרשום בישיבות תלמידים שלא מגיעים מתוך המסגרת הישיבתית ושלא יפגעו בזכויות בחורים שבחרו להתגייס. הסדר זה התקבל בשיתוף ועד הישיבות בהתנגדות גורמים חרדים קיצונים שיוצגו על ידי "איחוד הישיבות" שהיה שותף להסכמות קודמות, אולם סירב לקבל את ההסדר החדש.[דרוש מקור]באוקטובר 1948 השיב בן-גוריון בוועדת הביטחון של מועצת המדינה ש"יש 400 בחורי ישיבה, שהם כולם בגיל צעיר ושאם הם יתחייבו בגיוס יהיה צריך לסגור את בתי הישיבות, ושהם גם בארצות אחרות שוחררו מגיוס", ועל כן הוסכם לשחררם[4]. ב-9 בינואר 1951 כתב דוד בן-גוריון למנהל משרד הביטחון ולרמטכ"ל: "על יסוד סעיף 12 בחוק שירות בטחון, שחררתי בחורי הישיבה משירות סדיר. שחרור זה חל רק על בחורי הישיבה העוסקים בפועל בלימוד תורה בישיבות, וכל עוד הם עוסקים בלימוד תורה בישיבות."

בשנת 1970 הוגשה עתירה לבית המשפט העליון נגד אי־גיוסם של כ-5,000 בני ישיבות אז. בפסק הדין שכתב אלפרד ויתקון נאמר כי בית המשפט אינו רואה לנכון לקיים הליך שיפוטי בשל טענת מי שאינו צד לדיון, וכן משום שמדובר בנושא ציבורי ש"מוטב להשאירו בידי הגורמים הפוליטיים האחראים לכך"[7].בשנת 1975 ביטל שר הביטחון שמעון פרס את ההגבלה על הצטרפות ישיבות חדשות, אולם נקבעה מכסה שנתית מקסימלית של 800 מקבלי דיחוי בלבד.בשנת 1977, כאשר הליכוד עלה לשלטון ומנחם בגין הקים קואליציה שבה השתתפה אגודת ישראל החרדית, הוסרה המכסה למצטרפים להסדר "תורתו אומנותו", כחלק מההסכם הקואליציוני[8]. גם קודם לכן לא נעשה שימוש מעשי במכסה כדי לחייב בני ישיבות להתגייס[דרוש מקור].בשנים 1970–1986 הוגשו שלוש עתירות לבג"ץ נגד ההסדר, וכולן נדחו. בנימוקו לדחיית האחרונה שבהן כתב השופט אהרן ברק כי "לשר הביטחון סמכות ליתן דחיית שירות ביטחון לבחורי ישיבה, ולא הוכח כי השימוש בשיקול הדעת הינו, בנסיבות העניין, בלתי סביר."

טענה 4)
אבן יקרה האט געשריבן:3) חוק גיוס חובה איז דא. האבן מיר שוין מסכים געוועהן אז אויף וויז'ניץ מיט פאנעוועז' גייט דאס נישט ווערן אויסגעפירט. אבער אויף פילע אנדערע פלעצער ליידער יא. אין דאס איז א געוואלדיגע אחריות.

לחם לשובע האט געשריבן:3) האב איך געזאגט אז עס גייט אוטאמאטיש אריין אין קראפט דער חוק גיוס חובה, און די פראבלעם איז מיט בחורים וואס זעהן נישט אין מיליטער אזא פראבלעם.

תשובה: די טענה גייט דא איבער און איבער, איז נאכאמאל, אין לפיד'ס צייטן איז אויך נישט געווען קיין חוק בכלל, און אעפ"כ האט מען עס נישט אויסגעפירט,
און אפי' לפיד האט פארשטאנען אז מ'קען נישט מאכן אזא חוק און מ'מיז גיין מיט יעדים, ממילא איז אומלאגיש צוזאגן אז עס וועט בכלל זיין א "געזעץ" פון חוק גיוס חובה, פאר יעדן,
און ווי איינער דא האט דערמאנט אז גיוס בנות איז אויך בטל געווארן כאטש זיי האבן געקענט נעמען שוואכע.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך יולי 04, 2018 12:54 pm

אבגדהוזחטי האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:.....
4) טאקע ווי די זאגסט. טאמער חלילה וואלט יא געגאנגען א געהעריגע ישיבה בחור אין מילטער, איז דאס עק וועלט, ואין דוחין נפש מפני נפש. דאס איז די סיבה, אז מ'גייט יא אויף געזעץ, כדי זאל יעדע האבן די מעגלעכקייט ארויס גיין פון דעם.

און אז יענער האלט נישט ביים לערנען האסטו דען רעכט אים מקריב צו זיין צום מיליטערישע שמד מאשין??
פאקט איז אז ביז יעצט איז אזא איינער נישט אנגעקונמען אין מיליטער און יעצט ליידער יא.

און בכלל דאס ווייסט יעדער קלאר אז אויב וועט די געזעץ מחייב זיין יעדן צו גיין וועט קיינער נישט גיין, וואס יא? מ'וועט נישט געבן קיין געלט פאר די מוסדות, נו? פרעג איך דיר, מעק מען צוליב די געלט מקריב זיין נפשות צו שמד?

איך ווייס נישט וואס די מיינסט, אבער די חוק האט אלע יארן געלויטעט אז אזא איינער דארף גיין דינען, און אז זיי זענען געווארן שטרענגער, האב איך שוין געשריבען אז איך ווייס נישט וואס די סיבה איז.

און, יא מיט א חוק גיוס חובה, וועלן א סך מער פרומע פון אנדערע קרייזען גיין דינען, נישט קענענדיג עומד זיין אין פרעשור, היל"ת.

הרב לחם איר זענט נישט גערעכט מסכים זיין צו יעדים איז טייטש איך עגרי אז דו זאלסט נעמען כך וכך בחורים אין מיליטער אפגעזעהן וואס עס וועט זיין אן דעם געזעץ

איז דען בעסער אז מען זאל צווינגען בעל כרחם ישיבה לייט צי דינען אין מיליטער?
אזוינע שאלות איז נישט פאר אונז צי מחליט זיין, דא טאקע אזוינע גדולים וואס זענען דערקעגן, אבער פארהאן גדולים וואס האלטן אז בעסער אזוי, און די וואס ווילן בלייבען אין ישיבה קענען בלייבען, ווי איידער שרייען אז אין בין נישט מסכים, און צענדליגער בחורים וואס לערנען באמת, וועל געצווינגען זיין צי גיין אין מיליטער.

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » מיטוואך יולי 04, 2018 1:17 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:אידישע נייעס
מאסן פון טויזנטער ספרדישע אידן ביי עצרת אין ירושלים קעגן גזירת הגיוס

פריידיג צו זען אז די ספרדישע ברידער זענען וואַך בנוגע די מצב הקשה.

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך יולי 04, 2018 1:48 pm

אוי וויי טאטע האט געשריבן:לאמיר צונעמען יעדע טענה באזונדער,

זייער שיין געשריבן, אבער מיט די פאקטן איז נישט הונדערט פראצענט ריכטיג. איך וועל מיך פראבירן צו שרייבן נאר צו די פאקטן, טרוקען.

טענה 1). אויך אין די געזעץ פון יעדים, קען יעדע באקומען א דיחוי אויב ער וויל. ווייסט דאך יעדע וויפל בחורים לערנן היינט נישט, אין יעדע קרייז און קהילה, און טראץ דעם, קיינער פון זיי איז נישט געגאנגען אין מיליטער, נאר די וואס זענען געגאנגען מרצונם הלא טוב. גארנישט איז נישט אנדערש. קיינער פון גער איז נישט אנגעקומען אהין, טראץ וואס אין גער איז דא גענוג בחורים וואס לערנען נישט. קיינער פון בעלזא נישט, אויך נישט קיינער פון ישיבת רש"י אדער שערי יושר וואס איז געמאכט געווארן פאר אזעלכע בחורים וואס האלטן נישט ביים לערנען. וד"ל.

טענה 2) פשוט מ'דארף נישט לאזן. אבער די שאלה איז אנדערש, וואס איז בעסער. היינט פאלן בעיקר "נושרים" ד"ה קוים שומרי שבת, אדער עכ"פ די גאס דרייערס, וואס זענען נישט איינגעשריבן אין קיין שום ישיבה נישט. אבער טאמער וועט קיין חוק נישט זיין, גיין פאלן אויך נארמאלע בחורים פון אביסל שוואכערע שטיבער. איז דאן נישט דא קיין חיוב הצלה? אז ס'וואלט געברענט א פייער, אין האסט געקענט ראטעווען טויזנטע נפשות פון איין זאט פון די פייער, אבער ס'וועט ליידער פאברענען ווערן אנדערע טייל וואס זענען שוין אין די פייער, איז נישט פשוט אז מ'איז מחויב צו ראטעווען יעדע יחיד וואס מ'קען? פשוט כפשוטו. אהן א חוק איז א פייער סכנת נפשות. מיט א חוק, כולי האי ואולי, אבער קען מען זיכער ראטעווען נאך טויזנטערס. וואס דאן איז בעסער?

טענה 3) איך וייס נישט וואס האסטו געוואלט מיט די אלע ציטאטעס. די פאקט איז, אז ערשט תשל"ז האט מען ערלעדיגט אז ס'וועט נישט זיין קיין מכסות. אין די פאקט איז, אז ערשט תשנ"ח האט בג"ץ געפאדערט א חוק.

טענה 4) יא. טאקע, ס'איז געווען 2 יאהר וואס איז נישט געוועהן קיין חוק, אבער דער דעמאלדיגער שר הבטחון יעלון, האט געגעבן א רשות צום מיליטער, מיט הסכמה פון בג"ץ, אז ביזדערווייל אז מ'גרייט אהן קיין חוק, וועט מען נישט נעמען קיין ישיבה בחור. אבער ס'איז געוועהן גאר צייטווייליגע.
נאכאמאל, קיין איין בחור פון פאנעוועז', סלאבודקא, וויז'ניץ, גער, בעלזא, אא"וו, גייט נישט גיין אין מיליטער, מיט א געזעץ אין אהן א געזעץ. די שאלה איז מיט די איבעריגע 20 טויזנט. ווער נעמט אויף זיי אחריות?

די צושטעל צו גיוס בנות איז זייער שוואך. ביי יעדע פרומע שטוב, איז גיוס בנות פארשטאנדליך פון זיך אליין מחוץ לתחום. האט מען געדארפט א חיזוק פון גדו"י אז דאס איז יהרג ואל יעבור, אין ממילא די געזעץ איז געווארן "אות מתה בספר החוקים". ליידער אין גיוס בנים ביי גרויס טייל פרומע אידן, אפילו חרדישע [ספרדישע, אדער מאדערנע] איז גאר א גרויסע מצוה, נאר זיי זענען מוותר אויף די מצוה לשיטתם, כדי זייער קינד גיין אין ישיבה. אבער טאמער ס'וועט ווערן אומגעזעצדיג, וועלן זיי זיכער שיקן צום מיליטער און נישט צו ישיבה.

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » מיטוואך יולי 04, 2018 2:45 pm

אבן יקרה האט געשריבן:זייער שיין געשריבן, אבער מיט די פאקטן איז נישט הונדערט פראצענט ריכטיג. איך וועל מיך פראבירן צו שרייבן נאר צו די פאקטן, טרוקען.

עס קוקט אויס ווי איר ליינט אביסל צו שנעל וואס מיר שרייבן, ווייל אייערע ענטפער'ס באציען זיך נישט ממש צו וואס איך האב געשריבן.

1) נאכאמאל, מיר רעדן נישט פון די פריערדיגע חוק, וואס האט לויט אייך געהאט יעדים וואס האט קיינעם נישט מחייב געווען, וואס מיר ווילן זיך נישט יעצט אריינלאזן אין די נושא, כאטש
מיר האבן אסאך וואס צו ענטפערן אויף דעם, מיר רעדן פון א קומענדיגע חוק, וואס גייט זיכער יא מחייב זיין, במידה מסוימת, ווייל אז נישט וועט עס נישט דורך גיין די בג"ץ,
און ליבערמאן גייט קיינמאל נישט איינגיין דערויף, און אפי' די וואס ווילן נישט גיין מרצונם הטוב וועלן זיין געצווינגן צו גיין.

2) קודם כנ"ל, ועוד שטייט קלאר אין די פוסקים, אז אפי' א פרוי וואס איז שוין מחוללת טאר מען אויך נישט איבערגעבן, ווי אויך איז דא אתשובה אין נודע ביהודה תניינא סי' ע"ד
אז אפי' א שוואכע בחור טאר מען נישט איבערגעבן, אפי' אויב נישט וועלן גוטע בחורים גיין אנשטאט דעם.

3) וואס איך האב געוואלט מיט די ציטאטן איז ווי פאלגענד, עס שטייט דארט אז:
- גראד נאך די מדינה איז שוין געווען די הסדר פון תורתו אומנתו, אן קיין מכסות בכלל, שפעטער איז געווארן די מכסות, וואס האט זיך כסדר געטוישט,
- בשנת 1970-תש"כ איז מען שוין געלאפן צום בג"ץ אז דער הסכם איז נישט געזעצליך,
- דער ענטפער פון בג"ץ איז געווען אז: עס איז בעסער זיך נישט אריין צומישן אין אזאלכע זאכן וואס איז בעסער איבערצולאזן פאר פאליטיקאנטן,
- ביז תשל"ו איז געווען נאך 3 תביעות צום בג"ץ, און עס איז ניטאמאל אויפגעברענגט געווארן,

4) זעט איר דאך קלאר אז די מדינה האלט נישט ביים מאכן א חוק גיוס חובה, אזוי ווי מיר זאגן אייך אגאנצע צייט,

איר זענט נישט גערעכט אז ביי טייל ספרדים איז א גרויסע מצוה צו גיין, אלע זייערע גדולים האבן געההאלטן אז עס איז אסור, מ'רעדט נישט פון מזרחי, דתי לאומי, זיי גייען סיי ווי,
און פארקערט ביי די מיידלעך איז גראדע דא א גרויסע הזנחה אפי' "כהיום" אין די הארבקייט פון מיליטער, אסאך מיידלעך שומרי תומ"צ (למחצה לשליש ולרביע) פון מזרחי, גאר שוואכע ספרדישע, עטיאפישע, גייען היינט צוטאגס ליידער אין מיליטער, קען זיין איר זענט נישט באקאנט אבער דאס איז ליידער דאס מציאות,
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך יולי 04, 2018 2:47 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
אבגדהוזחטי האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:.....
4) טאקע ווי די זאגסט. טאמער חלילה וואלט יא געגאנגען א געהעריגע ישיבה בחור אין מילטער, איז דאס עק וועלט, ואין דוחין נפש מפני נפש. דאס איז די סיבה, אז מ'גייט יא אויף געזעץ, כדי זאל יעדע האבן די מעגלעכקייט ארויס גיין פון דעם.

און אז יענער האלט נישט ביים לערנען האסטו דען רעכט אים מקריב צו זיין צום מיליטערישע שמד מאשין??
פאקט איז אז ביז יעצט איז אזא איינער נישט אנגעקונמען אין מיליטער און יעצט ליידער יא.

און בכלל דאס ווייסט יעדער קלאר אז אויב וועט די געזעץ מחייב זיין יעדן צו גיין וועט קיינער נישט גיין, וואס יא? מ'וועט נישט געבן קיין געלט פאר די מוסדות, נו? פרעג איך דיר, מעק מען צוליב די געלט מקריב זיין נפשות צו שמד?

איך ווייס נישט וואס די מיינסט, אבער די חוק האט אלע יארן געלויטעט אז אזא איינער דארף גיין דינען, און אז זיי זענען געווארן שטרענגער, האב איך שוין געשריבען אז איך ווייס נישט וואס די סיבה איז.

און, יא מיט א חוק גיוס חובה, וועלן א סך מער פרומע פון אנדערע קרייזען גיין דינען, נישט קענענדיג עומד זיין אין פרעשור, היל"ת.

הרב לחם איר זענט נישט גערעכט מסכים זיין צו יעדים איז טייטש איך עגרי אז דו זאלסט נעמען כך וכך בחורים אין מיליטער אפגעזעהן וואס עס וועט זיין אן דעם געזעץ

איז דען בעסער אז מען זאל צווינגען בעל כרחם ישיבה לייט צי דינען אין מיליטער?
אזוינע שאלות איז נישט פאר אונז צי מחליט זיין, דא טאקע אזוינע גדולים וואס זענען דערקעגן, אבער פארהאן גדולים וואס האלטן אז בעסער אזוי, און די וואס ווילן בלייבען אין ישיבה קענען בלייבען, ווי איידער שרייען אז אין בין נישט מסכים, און צענדליגער בחורים וואס לערנען באמת, וועל געצווינגען זיין צי גיין אין מיליטער.

מ'קען צווינגען פון היינט ביז איבער מארגן, קיין איין ישיבה'מאן גייט נישט גיין אין מיליטער אויב איז די פראנט א שטארקע, און דו ווייסט עס אליין

yes yes
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » מיטוואך יולי 04, 2018 2:48 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
אוי וויי טאטע האט געשריבן:לאמיר צונעמען יעדע טענה באזונדער,

די צושטעל צו גיוס בנות איז זייער שוואך. ביי יעדע פרומע שטוב, איז גיוס בנות פארשטאנדליך פון זיך אליין מחוץ לתחום. האט מען געדארפט א חיזוק פון גדו"י אז דאס איז יהרג ואל יעבור, אין ממילא די געזעץ איז געווארן "אות מתה בספר החוקים". ליידער אין גיוס בנים ביי גרויס טייל פרומע אידן, אפילו חרדישע [ספרדישע, אדער מאדערנע] איז גאר א גרויסע מצוה, נאר זיי זענען מוותר אויף די מצוה לשיטתם, כדי זייער קינד גיין אין ישיבה. אבער טאמער ס'וועט ווערן אומגעזעצדיג, וועלן זיי זיכער שיקן צום מיליטער און נישט צו ישיבה.

דא הייבט זיך טאקע אן די פראבלעם
די קנאים קוקען אן גיוס בנים פינקט אזוי הארב ווי גיוס בנות אין דאס שרייען זיי אז מען דארף גיין מיט א מלחמת חרמה
אין די ליטווישע גדולים האלטן אז די פראבלעם איז גיוס בני ישיבות

פרידן
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך יולי 04, 2018 4:26 pm

עס איז זייער אינטערסאנט ווען דער פרייע האבן זייער פלאן אויף צעטיל אין פאבליק יעדער וואס וויל קען עס זעהן זיי האבן עס ארויס געלייגט, נישט אז אפאר קנאים האבן געהעקט א קאצפיוטער אין דערווישט באהאלטענע ארכייון מיט פלענער, זיי שרייבן גראב אין אפען וואס זיי ווילן אין ווי אזוי זיי ווילן צוקומען דערצי וואספארא מהלך צו ניצען, די ווארט תקופת הסצגלות האבן נישט די קנאים אויפגדעטראפן אז מען זאל זיך שטיין אין טענען
זיי אין זייער באריכט אין רעקעמענדאטציעס שרייבן קלאר אז מען דארף פראבירן ארבעטען צוביסלעך סטעפ ביי סטעפ מיט געדולט אין טוען אלעס עס זאל נישט ווערן א מערכה האלטן די זאך ווי רואיג מען קען, אז נישט וועט עס נישט גיין, אין דא טענען מען זיך צו א מלחמת חרמה איז די מהלך

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך יולי 04, 2018 4:37 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
אבגדהוזחטי האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:און אז יענער האלט נישט ביים לערנען האסטו דען רעכט אים מקריב צו זיין צום מיליטערישע שמד מאשין??
פאקט איז אז ביז יעצט איז אזא איינער נישט אנגעקונמען אין מיליטער און יעצט ליידער יא.

און בכלל דאס ווייסט יעדער קלאר אז אויב וועט די געזעץ מחייב זיין יעדן צו גיין וועט קיינער נישט גיין, וואס יא? מ'וועט נישט געבן קיין געלט פאר די מוסדות, נו? פרעג איך דיר, מעק מען צוליב די געלט מקריב זיין נפשות צו שמד?

איך ווייס נישט וואס די מיינסט, אבער די חוק האט אלע יארן געלויטעט אז אזא איינער דארף גיין דינען, און אז זיי זענען געווארן שטרענגער, האב איך שוין געשריבען אז איך ווייס נישט וואס די סיבה איז.

און, יא מיט א חוק גיוס חובה, וועלן א סך מער פרומע פון אנדערע קרייזען גיין דינען, נישט קענענדיג עומד זיין אין פרעשור, היל"ת.

הרב לחם איר זענט נישט גערעכט מסכים זיין צו יעדים איז טייטש איך עגרי אז דו זאלסט נעמען כך וכך בחורים אין מיליטער אפגעזעהן וואס עס וועט זיין אן דעם געזעץ

איז דען בעסער אז מען זאל צווינגען בעל כרחם ישיבה לייט צי דינען אין מיליטער?
אזוינע שאלות איז נישט פאר אונז צי מחליט זיין, דא טאקע אזוינע גדולים וואס זענען דערקעגן, אבער פארהאן גדולים וואס האלטן אז בעסער אזוי, און די וואס ווילן בלייבען אין ישיבה קענען בלייבען, ווי איידער שרייען אז אין בין נישט מסכים, און צענדליגער בחורים וואס לערנען באמת, וועל געצווינגען זיין צי גיין אין מיליטער.

מ'קען צווינגען פון היינט ביז איבער מארגן, קיין איין ישיבה'מאן גייט נישט גיין אין מיליטער אויב איז די פראנט א שטארקע, און דו ווייסט עס אליין

פארשטייסט נישט קיין אידיש?! היימישע וועלן טאקע נישט גיין, אבער טויזענטער בחורים פון שוואכערע קרייזען, וועלן בלי ספק נישט עומד זיין אין לחץ, נאך וואס מיליטער איז נישט קיין הארבע זאך ביי זיי

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך יולי 04, 2018 4:48 pm

אוי וויי טאטע האט געשריבן:לאמיר צונעמען יעדע טענה באזונדער,

טענה 1)
לחם לשובע האט געשריבן:1) דער רמב"ם איז טאקע אמת, און יעדער קען עס ב"ה. אבער דאס איז אלעס ווען מען זאגט א יענקל וועט מוזען גיין דינען אין מיליטער, טון משה און זרח וועלן בלייבען לערנען, אבער אויב מען גיבט נישט ארויס קיין נעמען, דער וואס וויל בלייבען לרנען קען בלייבען לערנען, ווער עס קומט נאך די לעגאלע פראצעדורען איז ב"ה מסודר, נאר ווער ס'איז אליינס מחליט נישט צי לערנען, דער האט פראבלעמן,

תשובה: עפ"י התורה איז נישט דא קיין חילוק צווישן איינער וואס לערנט און איינער וואס האט נישט קיין געדולד איינצוזיצן, אויף ביידע דארף מען זיך שלאגן די זעלבע,
די חילוק וואס איר ווילט מאכן צווישן זאגן א "נאמען" אדער איבערגעבן א געוויסע צאל אומספעציפישע יודן איז א זאך וואס איז נישט מסתבר.

די הסכם וואס די 'אגודה' האט געמאכט איז קלאר געווען מיט די חשבון אז סכ"ס וועט יעדער זיך קענען ארויסדרייען, אבער קיינמאל איז מען נישט איינגעגאנגען
בפועל צו לאזן נעמען שוואכערע בחורים אין מיליטער, און ווי די מציאות איז טאקע געווען אז בדרך כלל האט זיך יעדער א עצה געגעבן, סיי צו מ'האט יא געלערנט אדער נישט.

.

הייסט אז די זאגסט אן אייגענע סברה אז דער רמב"ם פסק'נט אויך כהאי גוונא, און האסט טענות אז מען נעמט נישט אן ווי דיר.
בפועל גיבט נישט איבער קיין איינעם פאר די מיליטער, ווער עס וויל נישט גיין, נאר זיצען און לערנען, דארף נישט גיין. און דער רמב"ם איז נישט נוגע כה"ג, אדרבה.

משה סויבל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 8:09 pm

תגובהדורך משה סויבל » מיטוואך יולי 04, 2018 5:23 pm

"החוק החדש הוא טוב מאד, כלומר הרע במיעוטו, ולפיכך החרדים יכולים לתמוך בו בהחלט, זאת אומרת להתנגד, ולתת לו לעבור מעצמו עם תמיכה שקיטה, מכיון שאי אפשר להציל את כולם, ולפחות נציל את חלק מעולם התורה, ומכיון שבסך הכל הרי אין כאן בכלל גיוס, ואפילו לא של בחור אחד, לכן אפילו אם יש יעדים זה הכי טוב שאפשר במציאות הקיימת, ואנחנו בגלות, ואי אפשר לדרוש הכל, לכן צריך לוותר על חלק בשביל להציל הכל, אך כמובן שאם חלילה אפילו בחור אחד בלבד יתגייס - אזי בנפשינו הדבר!!! ואין בזה שום פשרות כלל, ואלו האומרים חלילה שגדולי ישראל מוכנים לוותר על חלק בשביל להציל את השאר הם ממש משקרים ואוהבי מדון ידועים, ולכן אנחנו שומעים בקול גדולי ישראל שהורו לנו לתמוך בחוק, כלומר להתנגד, כלומר להימנע, ולתת לו לעבור, או אולי אפילו לתמוך ולהתנגד יחדיו, העיקר שחלק קטן מעולם התורה יינצל והשאר יילכו ליעדים, ובכך לא תיפול שערה משערות ראשו אפילו של בחור אחד, ואין שום פשרות, וצריך להציל מה שיכולים, ואנחנו בגלות, ולא יהיה שום גיוס, ואפילו אם יהיה הרי הוא כאילו לא היה, ובכל מקרה אין לנו ברירה אלא להציל מה שאפשר, ועולם התורה פורח כפי שלא היה שבעים שנה, למרות ששלושת אלפים נפלו השנה לצבא, אך מכל מקום לא נפלה מהם שערה אחת אפילו, ובכלל הרי כל החוק החדש שאומר שבעשר שנים הבאות יילכו לצבא חמישים וארבע אלף חרדים - זה הכל צחוק שאנחנו מרמים את החילוניים, כי כל החמישים וארבע אלף הם נושרים שמחללים שבת, או לפחות כאלו שלא לומדים יומם ולילה באמת באמת, וכבר הורו רבותינו שמי שלא לומד בהתמדה שיילך לצבא, אך כמובן זה רק למי שהוא מחלל שבת, והדרך היא לא להתגרות באומות, אלא לנסות בדרכי נועם לבקש ולהתחנן, ואם לא יסכימו לתחנונים שלנו, אז נסכים בדיעבד שחלק יילכו לשמד והשאר יינצלו, כי אין בכלל גזירת גיוס, והכל פרי דמיון קודח של מחרחרי ריב".

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך יולי 04, 2018 6:40 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
אבגדהוזחטי האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די מיינסט, אבער די חוק האט אלע יארן געלויטעט אז אזא איינער דארף גיין דינען, און אז זיי זענען געווארן שטרענגער, האב איך שוין געשריבען אז איך ווייס נישט וואס די סיבה איז.

און, יא מיט א חוק גיוס חובה, וועלן א סך מער פרומע פון אנדערע קרייזען גיין דינען, נישט קענענדיג עומד זיין אין פרעשור, היל"ת.

הרב לחם איר זענט נישט גערעכט מסכים זיין צו יעדים איז טייטש איך עגרי אז דו זאלסט נעמען כך וכך בחורים אין מיליטער אפגעזעהן וואס עס וועט זיין אן דעם געזעץ

איז דען בעסער אז מען זאל צווינגען בעל כרחם ישיבה לייט צי דינען אין מיליטער?
אזוינע שאלות איז נישט פאר אונז צי מחליט זיין, דא טאקע אזוינע גדולים וואס זענען דערקעגן, אבער פארהאן גדולים וואס האלטן אז בעסער אזוי, און די וואס ווילן בלייבען אין ישיבה קענען בלייבען, ווי איידער שרייען אז אין בין נישט מסכים, און צענדליגער בחורים וואס לערנען באמת, וועל געצווינגען זיין צי גיין אין מיליטער.

מ'קען צווינגען פון היינט ביז איבער מארגן, קיין איין ישיבה'מאן גייט נישט גיין אין מיליטער אויב איז די פראנט א שטארקע, און דו ווייסט עס אליין

פארשטייסט נישט קיין אידיש?! היימישע וועלן טאקע נישט גיין, אבער טויזענטער בחורים פון שוואכערע קרייזען, וועלן בלי ספק נישט עומד זיין אין לחץ, נאך וואס מיליטער איז נישט קיין הארבע זאך ביי זיי

עס איז דא מער ווי 54,000 אזוינע שוואכערע??????

ווייל ביז 54,000 גייען מוזן גייען לויט די יעצטיגע געזעץ (בהסכמת מקלוב) אויך אין די קומענדיגע 10 יאר.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך יולי 04, 2018 6:53 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
אוי וויי טאטע האט געשריבן:לאמיר צונעמען יעדע טענה באזונדער,

טענה 1)
לחם לשובע האט געשריבן:1) דער רמב"ם איז טאקע אמת, און יעדער קען עס ב"ה. אבער דאס איז אלעס ווען מען זאגט א יענקל וועט מוזען גיין דינען אין מיליטער, טון משה און זרח וועלן בלייבען לערנען, אבער אויב מען גיבט נישט ארויס קיין נעמען, דער וואס וויל בלייבען לרנען קען בלייבען לערנען, ווער עס קומט נאך די לעגאלע פראצעדורען איז ב"ה מסודר, נאר ווער ס'איז אליינס מחליט נישט צי לערנען, דער האט פראבלעמן,

תשובה: עפ"י התורה איז נישט דא קיין חילוק צווישן איינער וואס לערנט און איינער וואס האט נישט קיין געדולד איינצוזיצן, אויף ביידע דארף מען זיך שלאגן די זעלבע,
די חילוק וואס איר ווילט מאכן צווישן זאגן א "נאמען" אדער איבערגעבן א געוויסע צאל אומספעציפישע יודן איז א זאך וואס איז נישט מסתבר.

די הסכם וואס די 'אגודה' האט געמאכט איז קלאר געווען מיט די חשבון אז סכ"ס וועט יעדער זיך קענען ארויסדרייען, אבער קיינמאל איז מען נישט איינגעגאנגען
בפועל צו לאזן נעמען שוואכערע בחורים אין מיליטער, און ווי די מציאות איז טאקע געווען אז בדרך כלל האט זיך יעדער א עצה געגעבן, סיי צו מ'האט יא געלערנט אדער נישט.

טענה 2)
אבן יקרה האט געשריבן:
1) די רמב"ם איז באקאנט. אבער כמו שאמרנו, נישט די פרומע דארפן זיי געבן איימעצער, נאר זיי וועלן נעמען. אהן א חוק וועלן זיי נעמען מערער, און מיט א חוק וועלן זיי נעמען ווייניגער. וואס איז בעסער? קלאר אז מיט א חוק איז בעסער. צו וועגן דעם מעג א פרומע איד שטומען בעד די חוק וואס רעד קלאר אז מ'מוז אנקומען צו געוויסע מכסות כדי די אנדערע זאלן באקומען די דיחוי? איך ווייס טאקע נישט. ס'איז גאר א הארבע שאלה. אבער צום רמב"ם האט דאס נישט.

תשובה: וויל איך פרעגן א שאלה, טאמער זאגן די גוים אז זיי ווילן "אליינס" אריינגיין און נעמען איינעם, נאר איר זאלט נישט שטערן, דארף מען יא לאזן?
פשוט לכל אחד אז די עיקר נקודה איז, אז מיר דארפן טוען וואס מיר קענען נישט צו לאזן איין יוד פארפאלן גיין, און מיר דארפן זיך נישט זארגן וואס עס וועט זיין מיט די אנדערע,
(ווי לאנג יענער איז נאכנישט "בפועל" אין זייער הענט).

טענה 3)
אבן יקרה האט געשריבן:2) קען איך גיט די היסטאריע. אבער דארף מען געדענקן, אז ביז תשנ"ח איז בכלל נישט געוועהן קיין געזעץ אויף די פרומע אדער ישיבה בחורים, לויט די טרוקענע געזעץ אלע האבן געדארפט גיין דינען, נאר די שר הבטחון האט געקענט טיילן דיחויים. אין טאקע געוועהן יאהרן וואס זיי האבן געוואלט מאכן מכסות, אין געוועהן יאהרן וואס איז געוועהן מכסות [פארקערט ווי די היינטיגע מכסות, ד"ה אז דעמאלטס האבן זיי געזאגט אז נאר געוויסע צאל פון ישיבה בחורים אדער געוויסע צאל פון ישיבות וועלן קענען באקומען דיחוי]. נאר אין תשל"ז האט מען איינגעפירט אז אלע קענען באקומען א דיחוי. אבער אין תשנ"ח האט די בג"ץ געפסקנט אז אהן קיין געזעץ, אלע ישיבה בחורים מיז'ן גיין דינען. אין זייט דעמאלטס גייט מען פון חוק צו חוק. א מהלך פון אהן קיין חוק, א מהלך פון א "מלחמת חרמה" איז נאכנישט פראבירט געווארן, מן הסתם ווייל ס'איז בלתי ידוע וואס וועט ארויס קומען פון אזא שווערע מהלך.

תשובה: גראד נאך די הקמת המדינה איז שוין געווען די הסדר פון תורתו אומנתו, אנפאנג איז יעדער געווען פטור, שפעטער האט מען אנגעפאנגען צו מאכן מכסות ווי איר האט דערמאנט, און עס זענען יא געווען געריכטליכע טענות קעגן דעם ווי איך האב אראפגעברענגט, דא האט איר די טעקסט, וויקיפדיה.
ב-9 במרץ 1948, בשלב הראשון של מלחמת העצמאות, טרם הקמת המדינה, הורה ראש המפקדה הארצית של ההגנה ישראל גלילי כי "נתקבלה החלטה כי בני הישיבות, לפי רשימות מאושרות, פטורים משירות בצבא. לתלמידים המסוגלים יינתן אימון להגנה עצמית במקום תלמודם". הסכם ברוח זו נחתם בין הרבנים הראשיים דאז, גאב"ד העדה החרדית, וראשי ישיבות בירושלים מטעם ועד הישיבות לבין המפקד לשירות העם בירושלים 4 ימים לפני קום המדינה, בו התחייבו ראשי הישיבות מצידם שלא לרשום בישיבות תלמידים שלא מגיעים מתוך המסגרת הישיבתית ושלא יפגעו בזכויות בחורים שבחרו להתגייס. הסדר זה התקבל בשיתוף ועד הישיבות בהתנגדות גורמים חרדים קיצונים שיוצגו על ידי "איחוד הישיבות" שהיה שותף להסכמות קודמות, אולם סירב לקבל את ההסדר החדש.[דרוש מקור]באוקטובר 1948 השיב בן-גוריון בוועדת הביטחון של מועצת המדינה ש"יש 400 בחורי ישיבה, שהם כולם בגיל צעיר ושאם הם יתחייבו בגיוס יהיה צריך לסגור את בתי הישיבות, ושהם גם בארצות אחרות שוחררו מגיוס", ועל כן הוסכם לשחררם[4]. ב-9 בינואר 1951 כתב דוד בן-גוריון למנהל משרד הביטחון ולרמטכ"ל: "על יסוד סעיף 12 בחוק שירות בטחון, שחררתי בחורי הישיבה משירות סדיר. שחרור זה חל רק על בחורי הישיבה העוסקים בפועל בלימוד תורה בישיבות, וכל עוד הם עוסקים בלימוד תורה בישיבות."

.[/b]"

טענה 4)
אבן יקרה האט געשריבן:

לחם לשובע האט געשריבן:.

.

די צושטעל צו גיוס בנות איז זייער שוואך. ביי יעדע פרומע שטוב, איז גיוס בנות פארשטאנדליך פון זיך אליין מחוץ לתחום. האט מען געדארפט א חיזוק פון גדו"י אז דאס איז יהרג ואל יעבור, אין ממילא די געזעץ איז געווארן "אות מתה בספר החוקים". ליידער אין גיוס בנים ביי גרויס טייל פרומע אידן, אפילו חרדישע [ספרדישע, אדער מאדערנע] איז גאר א גרויסע מצוה, נאר זיי זענען מוותר אויף די מצוה לשיטתם, כדי זייער קינד גיין אין ישיבה. אבער טאמער ס'וועט ווערן אומגעזעצדיג, וועלן זיי זיכער שיקן צום מיליטער און נישט צו ישיבה.

ביי מיר איז ברור כשמש, אז ווען מען מאכט ווען מכסות און אזוינע סארט קריטיריעס אויף גיוס בנות, וואלטן טויזענטער מיידלעך פון אט די פרומע שטובער אנגעקומען אין מיליטער, ווייל די מיליטער וואלט זיך פארלייגט נאר אויף זיי, און די מער פרומע וואלטן זיך געמוזט האלטן שטיל, כדי עכ"פ זיך אליין אפצוראטעווען.

סא דו זאגסט דו זארגסט די פאר די 20,000 שוואכע זאלן נישט אריינפאלן אין מיליטער. אבער מיט דעם פרישען געזעץ גייט זיך די מיליטער קאנצעטרירן נאר אויף די שוואכע, די וואס לערנען נישט באמת 45 שעה א וואך. (אין איינוועגס וועט מען שוין צונעמן נאך 34,000 נארמאלע בחורים ביז 54,000)

היפאקריסטווע אויפן העכסטען.

ב"ה אז עס איז כמעט נישטא קיין איינציגע רב וואס איז גרייט אפצוקויפן די פורים תורות, און נישטא קיין איין איינציגער רב וואס איך ווייס וואס האט געזאגט עפענטליך אז א איד מעג אויפהייבן א האנט צו שטיצן אזא געזעץ. פארקערט איז דא צענדליגער רבנים, חסידישע, ספרדישע, ליטווישע, רבני חו"ל, וואס שרייען אז די געזעץ רצח'ט טויזענטער אידן. א בושה אז געוויסע ווילן עס נאך פארטיידיגען. לאן הגענו.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

60% בחורים זענען נושרים/קוים שומרי שבת????

תגובהדורך חדשות » מיטוואך יולי 04, 2018 7:12 pm

שרייבט דער יועץ המשפטי אזוי (זיכער זויגט ער עס ארויס פון פינגער, ער איז דאך א פרייער... גפני קען בעסער די נאמבערס)

ביז 20 יאר מוזן 60% פון אלע חרדים דינען אין מיליטער... רח"ל.... איין מינוט נאך נישט פארטיג, דאס איז נאך נישט גענוג ווייל ביי די פרייע גייען 86% אין מיליטער און די בג"ץ וועט האבן א פראבלעם ווייל עס איז אי שויון....

איר הערט וואס גייט פאר ווי מען האלט...שומו שמים.

אויף די אלע בלינדע דא קען מען נאר זאגן די פאלגענדע פסוק. מען מאכט זיך שטארק צו די אויגן.

השמן לב העם הזה ואזניו הכבד ועיניו השע פן יראה בעיניו ובאזניו ישמע ולבבו יבין ושב ורפא לו
צוגעלייגטע
יועץ המשפטי.jpg
יועץ המשפטי.jpg (289.52 KiB) געזעהן 957 מאל

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:32 am

א פלא וויאזוי די צאל א.ג. נושרים (וואס אגב די הייליגי חת''ס פסקענט קלאר -געדענק נישט איצט די מ''מ - אין דוחין אפי' נפש אחת אפי' מגלה עריות ומחלל שבת!) ריקט זיך ארויף יערליך לויט די ייעדי הגיוס..
סטאפ די דיבעט, ווען יעדער איז און די זעלבע פראבלעים איז דא א שטארקע פאראייניגטע מלחמה, איז יעדער פאראייניגט, איז יעדער וואך, איז יעדער שטערקער ביי זיך, יעדער העלפט ארויס, מ'דרייט איבער פאר יעדען, וועלען סאך סאך ווייניגער זיך ברעכען אזוי שנעל אפי' ביי די שוואכערע, ווייל ער איז נישט פערצופאל פארפלאנטערט, ער איז א חלק פון די גזירת שמד וואס יעדער פירט יעצט א מלחמה כבידה דערקעגען,
משא''כ ווען ס'גייט פאר א רשעות'דיגע מענגעלע סטייל סעלעקציע, און ביי די גרויסע ישיבות איז שוין 70 יאר נישט געווען אזאנע גיטע צייטען אויף די דירעקטע חשבון פון די שוועכערע, און צוליב דעים טאר מען אפי' נישט רעדען פון די פראבלעמען דאן איז מיט פארפלאנטערען און סטראשענען מיט תפיסות און פיתוים פון די צוויטע זייט שוין ליידער גאנץ גרינג אריינציפאלען ה''י אזוי ווי די מציאות שטעלט זיך ליידער ארויס.
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

orechhakuved@gmail.com

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:41 am

אורח הכבוד האט געשריבן:א פלא וויאזוי די צאל א.ג. נושרים (וואס אגב די הייליגי חת''ס פסקענט קלאר -געדענק נישט איצט די מ''מ - אין דוחין אפי' נפש אחת אפי' מגלה עריות ומחלל שבת!) ריקט זיך ארויף יערליך לויט די ייעדי הגיוס..
סטאפ די דיבעט, ווען יעדער איז און די זעלבע פראבלעים איז דא א שטארקע פאראייניגטע מלחמה, איז יעדער פאראייניגט, איז יעדער וואך, איז יעדער שטערקער ביי זיך, יעדער העלפט ארויס, מ'דרייט איבער פאר יעדען, וועלען סאך סאך ווייניגער זיך ברעכען אזוי שנעל אפי' ביי די שוואכערע, ווייל ער איז נישט פערצופאל פארפלאנטערט, ער איז א חלק פון די גזירת שמד וואס יעדער פירט יעצט א מלחמה כבידה דערקעגען,
משא''כ ווען ס'גייט פאר א רשעות'דיגע מענגעלע סטייל סעלעקציע, און ביי די גרויסע ישיבות איז שוין 70 יאר נישט געווען אזאנע גיטע צייטען אויף די דירעקטע חשבון פון די שוועכערע, און צוליב דעים טאר מען אפי' נישט רעדען פון די פראבלעמען דאן איז מיט פארפלאנטערען און סטראשענען מיט תפיסות און פיתוים פון די צוויטע זייט שוין ליידער גאנץ גרינג אריינציפאלען ה''י אזוי ווי די מציאות שטעלט זיך ליידער ארויס.

ביז יעצט פלעגן זיי אריינלייגן אין די ליסטע פון מכלומרשט אנגעפילטע יעדים פון חרדים אפילו גענצליך פרייע ווואס קומען פון פרימע שטיבער אדער זיי האבן געהאט א פרימער עלטער זיידע ווייל די מיליטער האט געזיכט צו קעען זאגן אז עס איז אנגעפילט טראץ וואס עס איז נישט געווען באמת אנגעפילט מיט חרדים, ברוך השם!
יעצט מיט אזא הויכע צעל יעדים, וועט פארשטייט זיך די פראבלעם ווערן מער ערנסט אויב עס גייט ח"ו דורכגיין ה"י.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:07 am

אוי וויי טאטע האט געשריבן:1) נאכאמאל, מיר רעדן נישט פון די פריערדיגע חוק, וואס האט לויט אייך געהאט יעדים וואס האט קיינעם נישט מחייב געווען, וואס מיר ווילן זיך נישט יעצט אריינלאזן אין די נושא, כאטש
מיר האבן אסאך וואס צו ענטפערן אויף דעם, מיר רעדן פון א קומענדיגע חוק, וואס גייט זיכער יא מחייב זיין, במידה מסוימת, ווייל אז נישט וועט עס נישט דורך גיין די בג"ץ,
און ליבערמאן גייט קיינמאל נישט איינגיין דערויף, און אפי' די וואס ווילן נישט גיין מרצונם הטוב וועלן זיין געצווינגן צו גיין.

2) קודם כנ"ל, ועוד שטייט קלאר אין די פוסקים, אז אפי' א פרוי וואס איז שוין מחוללת טאר מען אויך נישט איבערגעבן, ווי אויך איז דא אתשובה אין נודע ביהודה תניינא סי' ע"ד
אז אפי' א שוואכע בחור טאר מען נישט איבערגעבן, אפי' אויב נישט וועלן גוטע בחורים גיין אנשטאט דעם.

3) וואס איך האב געוואלט מיט די ציטאטן איז ווי פאלגענד, עס שטייט דארט אז:
- גראד נאך די מדינה איז שוין געווען די הסדר פון תורתו אומנתו, אן קיין מכסות בכלל, שפעטער איז געווארן די מכסות, וואס האט זיך כסדר געטוישט,
- בשנת 1970-תש"כ איז מען שוין געלאפן צום בג"ץ אז דער הסכם איז נישט געזעצליך,
- דער ענטפער פון בג"ץ איז געווען אז: עס איז בעסער זיך נישט אריין צומישן אין אזאלכע זאכן וואס איז בעסער איבערצולאזן פאר פאליטיקאנטן,
- ביז תשל"ו איז געווען נאך 3 תביעות צום בג"ץ, און עס איז ניטאמאל אויפגעברענגט געווארן,

4) זעט איר דאך קלאר אז די מדינה האלט נישט ביים מאכן א חוק גיוס חובה, אזוי ווי מיר זאגן אייך אגאנצע צייט,

איר זענט נישט גערעכט אז ביי טייל ספרדים איז א גרויסע מצוה צו גיין, אלע זייערע גדולים האבן געההאלטן אז עס איז אסור, מ'רעדט נישט פון מזרחי, דתי לאומי, זיי גייען סיי ווי,
און פארקערט ביי די מיידלעך איז גראדע דא א גרויסע הזנחה אפי' "כהיום" אין די הארבקייט פון מיליטער, אסאך מיידלעך שומרי תומ"צ (למחצה לשליש ולרביע) פון מזרחי, גאר שוואכע ספרדישע, עטיאפישע, גייען היינט צוטאגס ליידער אין מיליטער, קען זיין איר זענט נישט באקאנט אבער דאס איז ליידער דאס מציאות,

1) די איינציגע זאך וואס איז מחייב, איז אז די חוק גייט בטל ווערן (אין 6 יאהר ארום) טאמער מ'שטייט נישט אין די יעדים, און אויך אז די ישיבות גייען באקומען ווייניגע געלט. דאס הייסט נישט נפש מפני נפש.

2) מ'געט קיינעם נישט אריבער. די זעלבע זאך איז געוועהן אלע יאהרן, זייט תש"ח, בהסכמת כל גדו"י. [אגב, ביז ארום 30 יאהר צוריק, זענען אסאך נארמאלע פרומע, חרדים, געוועהן אין מיליטער, אדער געהעריג, אדער שלב ב', מורים חיילים אא"וו].

3) רוב רובם פון פרומע, אין אנהייב יאהרן, זיינען געוועהן אין מיליטער. ישיבה בחורים זענען געווען זייער ווייניג. דער וואס קען אביסל היסטאריע ווייסט דאך.
לגבי בג"ץ, זייט אהרן ברק איז געווארן די ראש הבג"ץ (תשנ"ה), מיט זיין "אקטיביזם שיפוטי" (קוק דא: https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%95%D7%9F) זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין יעדע נושא, און וועגן דעם תשנ"ח האט מען יא מבטל געווען הסדר דיחוי בני ישיבות, וואס ביז דעמאלטס האט בג"ץ נישט אריינגעמישט אין אזעלכע נושאים. האט גארנישט מיט אנדערע זאכן.

4) ווייל די פרומע פאדערען יא א חוק. און אויסער דעם וואס זיי ווילן טאקע אויך נישט די שטארקע פרומע, וועגן דעם ווילן זיי יא חוק כדי זיי צו ארויס נעמן פון רשימה.

5) איר ווייסט וויפל ספרדים זענען דא פון אלע שטעט אין אר"י וואס שיקן זייערע קינדער צו ישיבות אבער זיי אליין זענען ווייט ווייט דערפון? צענדליגע טויזנטערס. זיי אלע קוקן אויף די מדינה מיט די מיליטער גאר פארהייליגט. ס'קוקט אויס איר קענט נאר ירושלים, און נישט אנדערע שטעט אין אר"י לאורכה ולרחבה.

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:37 am

איינער זאגט דא אז מ'פלעגט ביז יעצט נעמען אפי' פרייע וואס האבן געהאט א עלטער זידע א פרימער, לאמיר זען וואס שטייט אין חוק פון תשע"ו.
image.png
image.png (82.8 KiB) געזעהן 865 מאל

דאס הייסט אז נאר איינער וואס האט געלערנט אין אחרדישע מוסד 2 יאר צווישן 14-18 קען ווערן אנגעריפן א חרדי, ( אוודאי איז דא לעכער אינעם געזעץ אזוי ווי יעדע געזעץ, אבער באופן כללי איז עס אזוי אוועקגעשטעלט.)

זענען דא וואס טענה'ן אז אויב וועט מען נישט מאכן קיין פשרה, וועט זיין א חוק גיוס חובה פאר יעדן, לאמיר זען וואס זאגט א פרייער לויער "אורי ציפורי" אין א 'חוות דעת' פון ידי לעצטע טעג,
image (1).png
image (1).png (32.5 KiB) געזעהן 865 מאל
image (2).png
image (2).png (51.12 KiB) געזעהן 865 מאל

ער שרייבט קלאר אז בדרך הטבע וועט קען חוק גיוס חובה פאר יעדן "נישט" זיין, אזוי ווי מ'האט זיך איבערצייגט אין די עבר,
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:53 am

לחם לשובע האט געשריבן:
אוי וויי טאטע האט געשריבן:לאמיר צונעמען יעדע טענה באזונדער,

טענה 1)
לחם לשובע האט געשריבן:1) דער רמב"ם איז טאקע אמת, און יעדער קען עס ב"ה. אבער דאס איז אלעס ווען מען זאגט א יענקל וועט מוזען גיין דינען אין מיליטער, טון משה און זרח וועלן בלייבען לערנען, אבער אויב מען גיבט נישט ארויס קיין נעמען, דער וואס וויל בלייבען לרנען קען בלייבען לערנען, ווער עס קומט נאך די לעגאלע פראצעדורען איז ב"ה מסודר, נאר ווער ס'איז אליינס מחליט נישט צי לערנען, דער האט פראבלעמן,

תשובה: עפ"י התורה איז נישט דא קיין חילוק צווישן איינער וואס לערנט און איינער וואס האט נישט קיין געדולד איינצוזיצן, אויף ביידע דארף מען זיך שלאגן די זעלבע,
די חילוק וואס איר ווילט מאכן צווישן זאגן א "נאמען" אדער איבערגעבן א געוויסע צאל אומספעציפישע יודן איז א זאך וואס איז נישט מסתבר.

הייסט אז די זאגסט אן אייגענע סברה אז דער רמב"ם פסק'נט אויך כהאי גוונא, און האסט טענות אז מען נעמט נישט אן ווי דיר.
בפועל גיבט נישט איבער קיין איינעם פאר די מיליטער, ווער עס וויל נישט גיין, נאר זיצען און לערנען, דארף נישט גיין. און דער רמב"ם איז נישט נוגע כה"ג, אדרבה.

נאכאמאל און נאכאמאל, מיר רעדן יעצט פון דער קומענדיגע חוק, וואס עס גייט זיכער נישט זיין אז ווער עס וויל קען בלייבן לערנען,
איז דא "איין" רב וואס האט געזאגט אז מ'מעג דאס טוען?? אדער איר שטעלט זיך אליין פאר וואס זיי גייען זאגן,

און דאס וואס איר זאגט אז ביז היינט פלעגט מען נישט נעמען נאר דער וואס האט געוואלט אליין גיין, איך האב מיר נישט געוואלט אריין לאזן אין די נושא, מאי דהוה הוה,
אבער אז איר הערט נישט אויף עס איבערצוחזר'ן, לאמיר אייך זאגן איין זאך, איך ווייס נישט פון ווי איר נעמט אייער אינפארמאציע, מיר ווייסן "קלאר" אז עס איז נישט ריכטיג, איך קען דאס אויפווייזן אויף כמה וכמה אופנים, חוץ מזה וואס איר זענט זיך סותר א גאנצע צייט צווישן די טענה אז מ'נעמט נאר נושרים, און די טענה אז מ'נעמט בכלל נישט נאר ווער עס וויל גיין גייט,
סך הכל, ווי אזוי מיר ווייסן דאס מציאות, איז עס אז ליידער האט מען "יא" געצווינגן צו גין אין מיליטער, און, יא! מ'האט גענימען אפי' נישט נושרים, אויף די ביידע זאכן האב איך דעקונג,
נישט סתם שמועות פורחות באוויר,

רבותי! כמדומני אז עס איז שוין געקומען די צייט אויפצוהערן מיט אלע געפלוידעכצער, און איינזעהן אז עס ברענט א פייער אין ארץ ישראל און זיך אינטערגארטלן צו טוען וואס מיר קענען צו
העלפן דאס יודנטוהם אין אר"י דורכשוויצן די שווערע צייטן, ולה' הישועה.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:59 pm

האלט מיט לייוו די גרויסע עצרת מחאה אין ירושלים וואס קומט יעצט פאר ע"פ ככר השבת ע"י הבי"ד הגדול שבירושלים עדה החרדית, בראשות כ"ק מרן רבינו הגאב"ד והגאוה"צ מרן הראב"ד וחברי הביד"ץ שליט"א.
https://cplayer.streamgates.net/live1/? ... 7%A8%D7%94

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 3:36 pm

סתם אזוי האט געשריבן:האלט מיט לייוו די גרויסע עצרת מחאה אין ירושלים וואס קומט יעצט פאר ע"פ ככר השבת ע"י הבי"ד הגדול שבירושלים עדה החרדית, בראשות כ"ק מרן רבינו הגאב"ד והגאוה"צ מרן הראב"ד וחברי הביד"ץ שליט"א.
https://cplayer.streamgates.net/live1/? ... 7%A8%D7%94

אויך אויף קאלע-וואסער, קנאפלעך 8 און 1

צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט