אסדר לסעודתא האט געשריבן:קיינער רעדט נישט פון די קולות וואס דער נייער חוק האט, וואס די אלטע האבן נישט געהאט. צום ערשט ווער שירות אזרחי פאררעכנט אלס גיוס. דאס הייסט יעדע ארבעט פאר די שטאט, אפילו נישט פאליצייאיש אדער מיליטעריש ווערט גערעכט פאר די מספר יעדים.
אזוי אויך, די נאמען 'חרדים' ווערט שטארק אויסגעברייטערט, און נעמט אריין אין זיך טויזנטער פרייע וואס האבן א שיעור תורה ווי גיין צו א מתמידים פראגראם צוויי שעה א טאג וכדו', איז פונקט ווי ער וואלט געווען אין ישיבה.
דאס באדייט אז די יעדים קענען ווערן אנגעפילט מיט טויזנטער פרייע וועלכע ארבעטן אין מיליטער און אפילו פאר די שטאט, אדער דורך ספרדישע וואס גייען צום מיליטער מרצונם הטוב, ווי אלע יארן. אויב דאס גייט אדורך איז דאס מער ווי גענוג, און מען דארף קיינעם נישט צווינגען כדי אנצופילן די יעדים, איז עס לכאורה נאך בעסער אין יעדים ווי די פאריגע חוק המתוקן.
די חסידישע זענען נישט צופרידן דערמיט, ווייל כמובן איז קיינמאל נישט גוט זיי נאכצוגעבן אויף אזא צאל יעדים, וואס באדייט אין אנדערע ווערטער אז חרדים גיין אין מיליטער, אפילו אין פאקט איז עס נישט ממש אזוי. אויך וויבאלד עס מאכט קאלט דער ענין פון גיוס ביי היימישע אידן, דעריבער זענען אלע חברי אגודת ישראל שארף דערקעגן אויף אזוי ווייט זיי זענען גרייט אויף פייער, און מיט רעכט.
האבעך נישט קיין אהנונג פון וואס איר רעדט.
מיר האבן דורכגעלערנט די חוק על בורי' בעיון, נישטא אזא זאך, שירות אזרחי ווערט נישט פאררעכנט אלס א חלק פון די יעד הגיוס, עס איז דא א באזונדערע "יעד" אויף שירות לאומי-אזרחי, וואס דאס איז אויך געווען אין די פאריגע חוק.
דער נאמען "חרדים" איז די זעלבע ווי געווען, נאר איינער וואס האט געלערנט כאטש 2 יאר אין א חרדישע מוסד, אין די יארגאנג פון 14-18 הייסט א חרדי, אין די "וועדות" איז ח"כ אמסלם געווען אביסל ברוגז אויף דעם ווייל ער האלט אז מ'דארף "מער" מצמצם זיין די מושג "חרדי"