קרישקעלעך און הערות איבערן כינוס כללי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

קרישקעלעך און הערות איבערן כינוס כללי

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 04, 2018 12:37 pm

דער רבי מהר"א האט גאר גוט צולייגט דעם יסוד מיטן ברענגען דעם סמ״ק, א ראשון ומבעלי התוס׳ וואס טייטש אנכי ה׳ אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים, אז פינקט ווי די גלות און גאולת מצרים איז געקומען פון השי״ת אליין,אזוי אויך וועט די גאולה עתידה קומען פונעם כל יכול אליין. פירט דער סמ״ק אויס אז ווער עס לייקנט און דעם, לייקנט אונעם ערשטן דיבור פון די עשרת הדיברות וואס מ׳האט געהערט מפי הגבורה.

אנכי ה׳ אלוקיך אשר הוצאתיך... אפילו די חורבן בית המקדש און די אלע גלות׳ער וואס אידן זענען אדורך איז געווען אלעס חוץ מדרך הטבע, אזוי ווי עס שטייט און מגילת איכה, לא האמינו מלכי ארץ וכל [כל] ישבי תבל כי יבא צר ואויב בשערי ירושלם מחטאות נביאיה. דאס איז אלעס געווען עונשים וואס דער אייבישטער האט געשטראפט די אידישע קינדער, וואס שטייט קלאר און די תורה אז ס׳וועט קומען אויב אידן וועלן עובר זיין אויף די תורה, אזויווי ס׳שטייט ואבדתם מהרה מעל הארץ הטובה.. בפר׳ והיה אים שמוע. און און נאך פילע פסיקים.

אזוי אויך וועט די גאולה עתידה קומען נאר דורך תשובה טאן צו ה׳ השי״ת, דעמאלטס וועט מקיים ווערן די פסוק ושב וקבצך מכל העמים וכו׳ דורך דער אייבישטער אליין. (די רבי האט מאריך געווען און אראפגעברענגט פילע פסוקים און מדרשים)

פינקט ווי און מצרים האבן די אידן נישט אינטערגענומען קיין אייגענע שריט זיך אויסצולייזן און באפרייען פונעם גלות מצרים, נאר ס׳איז געווען ונצעק אל ה׳, ויאמין העם, מ׳האט געדאווענט און געהאפט און נאכדעם שטייט וידע אלקים. אזוי אויך וועט קומען די גאולה עתידה נישט קומען דורך פעולות בשר ודם, נאר דורך תפילה און און האפן, משתוקק זיין צום גאולה. און דאס אלעס זאגט אינז השי״ת אונעם אנכי ה׳ אלוקיך

די רבי האט אויסגעפירט מיט א ווייגעשריי; די ציונים שרייען פונקט פארקערט. אז מ׳זעמער און גלות ווייל אינז זעמער געווען שוואכער, אינז האמער פארלוירן די מלחמה פארן פיינט אא״וו. אינז וועלן ווייזן אז אינז קעמער יא, אינז האמער א מיליטער מיר וועלן צוריק אייננעמען דאס לאנד. דאס איז כפירה ומינות בה׳ ממש.

און מצרים זענען אויך געווען די בני אפרים וואס האבן געוואלט נעמען די גאולה פאר די צייט, און זיי זענען טאקע נישט זוכה געווען ארויסצוגיין פונעם גלות מיט אלע אידן. ציונים ווילן טון די זעלבע, און זיי וועלן טאקע נישט זוכה זיין ארויס צו גיין פונעם גלות צוזאמען מיט כלל ישראל, און דאס איז וואס מיר זאגן אונעם הגדה פארן רשע, אילו היה שם לא היה נגאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

קניידעל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 10, 2017 4:19 pm

תגובהדורך קניידעל » מאנטאג יוני 04, 2018 1:04 pm

גאר א שטארקע מעמד געווען אין אלע הינזיכטן. אנגעהויבן פון די היסטארישקייט אז סאטמאר אליין האט אנגעפולט אזא ריזן סטעדיום, עס איז ארום און ארום געווען זייערע א היימישע סאטמאר׳ע מצב, די אויבן אהן איז געווען כמעט בלויז סאטמאר׳ע רבנים און תלמידים פון רבי׳ן ז״ל, די ציבור איז געווען 99% נאר סאטמאר, די רעדנער׳ס זענען אלע געווען תלמידים און נאנטע פון רבי׳ן ז״ל אפי׳ דער יושב ראש.

דער הויכפונקט איז אואדאי געווען דער פלאם פייערדיגע דברות קודש פון רבי׳ן זז״ג וואס האט אריינגעפאקט אין 80 מינוט הויפנ׳ס פון יסודות באמונה און קלארקייט אינעם הייליגן שיטה פון רבי׳ן ז״ל.


אוועראל קען דער מעמד געקרוינט ווערן מיט אויסטערלישע סוקסעס.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג יוני 04, 2018 1:07 pm

ווי שרייבט עס די סמ"ק (הר"י מקורבי"ל פאר ווער עס ווייסט נישט)?

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מאנטאג יוני 04, 2018 1:12 pm

farshlufen האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:אביסל בילדער פון במשך די כינוס, בעיקר פון די אויבן אן,
און צום סויף אפאר קליפס פון די רבי'ס דרשה,
כהאף מען וועט הנאה האבן,
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

דראפבאקס please

נאט אייך

יישר כח! אזוי מהנה געווען נאך אידן.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יוני 04, 2018 1:29 pm

/
צוגעלייגטע
Document-page-001.jpg
Document-page-001.jpg (239.68 KiB) געזעהן 4090 מאל

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג יוני 04, 2018 1:40 pm

לחם לשובע האט געשריבן:ווי שרייבט עס די סמ"ק (הר"י מקורבי"ל פאר ווער עס ווייסט נישט)?

דאס מיינט ער?
סמ"ק מצוה א'

לידע שאותו שברא שמים וארץ הוא לבדו מושל מעלה ומטה ובד' רוחות כדכתיב (שמות כ') אנכי ה' אלהיך וגומר, וכתיב (דברים ד') וידעת היום והשבות אל לבבך כי ה' הוא האלהים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד. ודרשו חכמים אפילו באויר. לידע, פירוש לאפוקי מן הפילוסופין שאמרו שהעולם נוהג מאליו במזלות. ואין לו מנהיג ולא דבר, ואפילו קריעת ים סוף ויציאת מצרים וכל הנפלאות שנעשו במזל היו. ויש לנו להאמין כי שקר הם דוברים. אכן הקדוש ברוך הוא מנהיג את העולם כולו ברוח פיו. והוא הוציאנו ממצרים ועשה לנו כל הנפלאות ואין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה שנאמר (תהילים ל"ז) מה' מצעדי גבר כוננו. ובזה תלוי מה שאמרו חכמים (שבת דף לא) ששואלין לאדם לאחר מיתה בשעת דינו צפית לישועה. והיכן כתיב מצוה זו. אלא ש"מ בזה תלוי, שכשם שיש לנו להאמין שהוציאנו ממצרים דכתיב אנכי ה' אלהיך אשר הוצאתיך וגומר. ועל כרחין מאחר שהוא דיבור, הכי קאמר, כשם שאני רוצה שתאמינו בי שאני הוצאתי אתכם כך אני רוצה שתאמינו בי שאני ה' אלהיכם ואני עתיד לקבץ אתכם ולהושיעכם. וכן יושיענו ברחמיו שנית, כדכתיב (דברים ל') ושב וקבצך מכל העמים וגומר.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 04, 2018 1:58 pm

לחם לשובע האט געשריבן:ווי שרייבט עס די סמ"ק (הר"י מקורבי"ל פאר ווער עס ווייסט נישט)?

ער האט צוגעברעגנט א מראה מקום, כ׳דענק נישט אפן מינוט.

כ׳האב אבער אויסעלאזט דעם עיקר. דער סמ״ק פרעגט אזוי. ווען א מענטש קומט ארויף בעולם העליון, די ערשטע קשיא וואס מ׳פרעגט אים איז, ציפית לישועה. פרעגט דער סמ״ק ווי שטייט און די גאנצע תורה איז פארהאן אזא מצוה פון ציפית לישועה?.. אויבן אויף איז נישט דא אזא ציווי און די תורה. ווי באפעלט השי״ת די אידישע קינדער אזאנס אז ער זאל קענען פארלאנגען א ענפער דערויף גלייך ביים ערשטן שאלה ווען מ׳ווערט געשטעלט ביים בי״ד של מעלה.?

ענפערט די סמ״ק דאס, אנכי ה׳ אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים. איך בין דער וואס נעמט ארויס אידן פון גלות, און און דעם זענען מיר באפוילן צו גלייבן. און דא איז דער צווי אויף ציפית לישועה.

יעצט ליין איבער
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 04, 2018 2:00 pm

דאס איזעס.

שקויעך לחם
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג יוני 04, 2018 2:19 pm

איך האב אפאר גוטע פיקשערס פונעם מעמד, ווייסט איינער ויאזוי איך דארף עס לייגן?

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג יוני 04, 2018 2:44 pm

פון מיין קוק ווינקל.
אזוי ווי איך האב זוכה געווען ארויס צו העלפן ביים מעמד נעכטן מיט פאקטישע שווערע עסקנות לטובת הכלל, איז מיר אויסגעקומען צו באמערקן געוויסע ענינים וואס נישט יעדער האט באמערקט,
די שווערע ארבעט אז דע ביה"כ זאלן זיין שטענדיג פריש,
וואסער פארן ברייטן ציבור בהרחוה ובדרך כבוד,
מזונות פארן ציבור אויף א מייסטער האפטיגע וועג,
זייער גיטע סאונד סיסטעם,
א מעכטיגע אויסשטעל פון באסעס דורך ק"י חבירים,
כבוד הרבנים אויף די העכסטע פארמאט וואס שייך,
פארלוירענע קידער/ דורך בארא פארק שומרים מיט די הילף פון ק"י חבירים,
קאנטראלירן די מאסן דורך א שטאב פון נארמאלע עסקנים,
יעדער געקענט מיט האלטן דורך יעדער זייט,
די זאל איינגעשטעלטע האבן זיך ציגעשטעלט 1000 פארסענט,
די סעקויריטי איז דורך אן קיין ערענסטע אינצידענטן,
הצלה קער גענימען אויף א "באשיידענע וועג",
נישט געווען קיין גרידלאק אויפן וועג ארויס,
פיינע עיר קאנדישן,
די סמאקינג עריע איז געווען אופן,
אין פילע נאך פאזעטיווע קרישקעלעך פון מיין קוק ווינקל וועל איך שפעטער אראפ שרייבן.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 04, 2018 3:06 pm

האבעך נעכטן געהערט בנוגע די סקרינס, ר׳ מרדכי אלעזר הירש איז געווען דער וואס האט גערעדט מיטן רבין איבער אלע טעכנישע חלקים בנוגע דעם כינוס. ווען ער האט פארגעלייגט פארן רבין די שאלה איבער די סקרינס, פארוואס מ׳זאל זיך יא באניצן דערמיט, נעמענדיג און באטראכט די גרויסקייט פונעם פלאץ און אז ס׳איז נישט מעגליך מ׳זאל קענען מיטהאלטן פון אזוי ווייט. בכלל ס׳איז גוט מו האלטן דעמוילעם פארנומען. ער האט פארגעשטעלט עטליכע בילדער פארן רבין צו פארשטיין געבן ווזוי אזא סקרין זעעט אויס און אז ס׳איז נישט ממש א סקרין, און אז ס׳נעמט נישט איין דעם זאל.. די רבי האט אים געענפערט; ״שווארץ און ארויפגעצויגן״!..

מצד דער סטעידיאם, ווען מ׳האט זיי אנגעפרעגט צו ס׳איז שייך מ׳זאל עלימענעיטן דעם סקרין אויף זונטאג בשעת׳ן כינוס האבן זיי געענפערט; איטס אפסעלאוטלי יאר טשויס
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג יוני 04, 2018 3:56 pm

איך האב זייער הנאה געהאט פון ר' מרדכי אלעזר'ס ווארט אז ביי מתן תורה ווי סאיז געווען שישים ריבוא אין מחנה ישראל איז געווען יב מיל. איז אויך נישט געווען קיין סקרינס אין די אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע נישט נעשה ונראה
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג יוני 04, 2018 4:09 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די רבי האט אים געענפערט; ״שווארץ און ארויפגעצויגן״!..


און אזוי איז עס טאקע געווען,

יונה
שר האלף
תגובות: 1417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג יוני 04, 2018 4:11 pm

maybeeynot האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט פון ר' מרדכי אלעזר'ס ווארט אז ביי מתן תורה ווי סאיז געווען שישים ריבוא אין מחנה ישראל איז געווען יב מיל. איז אויך נישט געווען קיין סקרינס אין די אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע נישט נעשה ונראה

ס'איז א גוטע ווערטל! אבער אין אמת'ן אריין אבער האבן אידן זייער פיין געזען ביי מתן תורה! ווי חז"ל זאגן אז הקב"ה האט געעפענט די הימלן און אידן האבן געזען אלץ גענוי, חוץ דעם שטייט וכל העם רואים את הקולות - רואים את הנשמע...

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג יוני 04, 2018 4:19 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:ווי שרייבט עס די סמ"ק (הר"י מקורבי"ל פאר ווער עס ווייסט נישט)?

ער האט צוגעברעגנט א מראה מקום, כ׳דענק נישט אפן מינוט.

כ׳האב אבער אויסעלאזט דעם עיקר. דער סמ״ק פרעגט אזוי. ווען א מענטש קומט ארויף בעולם העליון, די ערשטע קשיא וואס מ׳פרעגט אים איז, ציפית לישועה. פרעגט דער סמ״ק ווי שטייט און די גאנצע תורה איז פארהאן אזא מצוה פון ציפית לישועה?.. אויבן אויף איז נישט דא אזא ציווי און די תורה. ווי באפעלט השי״ת די אידישע קינדער אזאנס אז ער זאל קענען פארלאנגען א ענפער דערויף גלייך ביים ערשטן שאלה ווען מ׳ווערט געשטעלט ביים בי״ד של מעלה.?

ענפערט די סמ״ק דאס, אנכי ה׳ אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים. איך בין דער וואס נעמט ארויס אידן פון גלות, און און דעם זענען מיר באפוילן צו גלייבן. און דא איז דער צווי אויף ציפית לישועה.

יעצט ליין איבער

יישר כח פארן הוספה, שטימט א סך בעסער

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יוני 04, 2018 4:24 pm

עס וואלט זיך באמת פארלאנגט אן עקסטערע אשכול ארום די נייע קרן שקל הקודש וואס די רבי האט מייסד געווען ביים כינוס
קען איינער מסביר זיין ווי אזוי עס גייט ארבייטן?
ווי איך פארשטיי גייט עס זיין אווי א קרן אינטער קרן הצלה פארשטייט זיך מיט א אייגענע הנהלה אויף דעם קרן וואס זיי וועלן זיין די פולע בעה"ב דערויף
פארשטיי איך גוט?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 04, 2018 5:44 pm

תמצית הדברים, וואס איך האב ארויסגענומען פונעם כינוס דאס מערסטע, איז געווען, אפגערעדט אונעם חלק פון הלכה למעשה, ווי ס׳איז אויסגעשמועסט געווארן די יסודות פונעם רבי׳ןס שיטה, אדער בעסער ווי דער ראב״ד האט געזאגט די ״דעת תורה״, האב איך ארויסגענומען א מורא׳דיגע חיזוק אויפן חלק פון ״יחיד בדורו״ ווי די רבי האט געזאגט.

ס׳איז מיר באמת שווער געווען א קשיא, די רבי זי״ע איז דעך למעשה נישט געווען די אייציגסטער גדול הדור, ס׳איז געווען גרויסע רבנים צדיקים און תלמידי חכמים און יענע צייטן וואס האבן געהאלטן אנדערש, און נישט אנגענומען דעם רבין׳ס ״דעת תורה״.. און אפילו שפעטער, היינטיגע צייטן איז דא פילע ערליכע וואוילע אידן גאונים וצדיקים מנהיגי עדה וואס פירן זיך אנדערש, און די סאטמארע שיטה עקזעסטירט ביי זיי נישט בכלל. ס׳איז זייער שווער געווען אנצונעמען און זיך האלטן צום יסוד. כ׳ווייס נישט אויב מ׳מעג שרייבן וואס פילע האבן געטראכט ווען דעי קשיא האצע געשטאכן... ווער זאגט...?..

הגאון הצדיק קרית יואל׳ע דיין שליט״א האט אויסגעשמועסט די נקודה שטארק, און נאכמער די רבי שליט״א שפעטער. דער דיין האט אינז דערמאנט, אז ווען דער ריעון הציונות איז צום ערשטן מאל ארויפגעשווימען מיט 100 יאר צוריק האבן אלע גדולי הדור פון יענע צייטן שרעקליך פארפירט דערקעגן, און געבלוטיגט אזאס זאל ח״ו זיך נישט אריינכאפן צווישן אידן, און קיינער איז נישט געווען מחילוק דערמיט.

אויך האט די דיין שליט״א דערמאנט און ארויסגעברעגט די חלק אז ווען די רבי זי״ע האט געענדיגט שרייבן דעם ויואל משה האט ער עס ארום געשיקט צו אלע גרויסע פרימינענטע רבנים איבער די וועלט צו פרעגן זייער מיינונג, אויב זיי האבן עפעס צו מוסיף זיין צו פארקערט, ער האצע געשריבן שמה טועה אני, אדרבה ענפערט׳ס מיר. און קיינער האט נישט געקאנט אפזאגן די קלארע דעת תורה פון רבין.

רבינו שליט״א איז געגאנגען פון די אנדערע זייט אביסל, קודם אויך ארמגערעדט פון ארגינעלע ציונית׳זם 100 יאר צוריק גלייך נאכן ערשטן וועלט קריג, פארוואס ציונית׳זם איז טאקע געווארן אויפגענומען בכלל, אז נאציענאליזעם האט דעמאלטס געבוזשעוועט ווייל די גאנצע יוראפעאישע קאנטינענט איז געווען נאך א קריג ווי די גרויסמאכטן רוסלאנד, פראנקרייך און טערקיי זענען געפאלן, דעמאלטס האבן אלע קלענערע לענדער און יוראפ ווי אונגארן, ליטא, פולין.. אא״וו דערקלערט זעלבשטענדיקייט. זענען דאן געווען אידן וואס ליידער האבן אויך געהאט דעם יצר און רייץ צו פארמאגן א אייגענעם ווירטשאפט אויף מיט א לאנד און א שפראך, אלע צדיקים הקדמונים פון יענע צייטן האבן איינגעריסן עולמות קעגן דעם. ער האט נאכגעברענגט א ווארט פונעם ליבאוויטש׳ער רבי דער רש"ב. האט דאן געזאגט אז ״ציונית וועט טוישן די מהות כלל ישראל״. ציונית האט שוין יענע יארן אנגעמאכט א חרבן נורא מיטן אראפפירן צענדליגער טויזענטער אידן פונעם אידישן וועג, אלטס נאר פארן יצר הרע פון ווייזן נצחונות.

״רק בדם תהיה לנו את הארץ״, ליידער נאכן גרויסן חרבן די צווייטע וועלט קריג וואס האצע נאר געגעבן דעם לעצטן שטיפ האבן זיי געקענט אויספירן זייער פלאן מכוח על הפועל. אבער די מיינונג פון די אמאליגע צדיקים האבן זיך נישט געטוישט. ״און אז יא״!.. נאכן קריג איז די רבי זי״ע געווען א ״יחיד במינו״, ער איז געווען די אייציגסטער וואס האט איבערגעלבט דעם קריג מיטן פולן צלם אלקים אויך זיך, מיטן גאנצן בארד. און דאס ווייזט אויף עפעס א אויסטעלישער סיעתא דשמיא. ״און אז מיר זענען נישט אליין״ האט די רבי געשריגן, די ״דעת תורה פון אלע צדיקים הקודמים זענען נאך מיט אינז״, זיי זענען זיך מצטרף מיט אינז, אינז זעמער נישט קיין יחידים.

וקצרתי.
מ׳ווארטן אויף מיללער׳ן זאל ענדיגן
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מאנטאג יוני 04, 2018 6:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג יוני 04, 2018 5:56 pm

מיללער האט געעפענט א באזינדער אשכול,

ווי קען מען הערן / זען די דברו"ק פונעם ראב"ד?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 04, 2018 5:58 pm

מיללער האט געשריבן:[b]אויב איך מעג אריינווארפן קריטיק, דאס אויסרופען יעדן רעדנער און פארשטעלן באזונדער יעדן מיט זיין היסטאריע און טיטלען, האט נישט אויסגעפעלט

—————

זינגט אן מוזיק 'כי אורך ימים ושנות חיים יוסיפו לך'

ס׳האט מיר אויך אביסל נערווירט די אלע טיטלען..

כ׳מיין אז דאס טאנצן מיט מזיק ביים ראב״ד׳ס ערשיינונג איז אפשר אויך געווען נישט און פלאץ בשעת מ׳האלט אינמיטן ארויפפירן דעמוילעם אויף יענע וועלט..

זינגען רחם בחסדך איז דאכצעך אויך געווען נישט קיין מורא׳דיג קלוגע בייפאל, און זיי האבן עס טאקע געזינגען נאר איין מאל, איין מאל די הויעכע פאל. זעטצעך אויס איינער האט שנעל אריינגערופן אקער זאל שטיל ווערן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג יוני 04, 2018 6:10 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
. ער האט נאכגעברענגט א ווארט פונעם ערשטן ליבאוויטש׳ער רבי דער מרשא״ק מהרש"ב(כ׳מיין אזוי..) האט דאן געזאגט אז ״ציונית וועט טוישן די מהות כלל ישראל״. ציונית האט שוין יענע יארן אנגעמאכט א חרבן נורא מיטן אראפפירן צענדליגער טויזענטער אידן פונעם אידישן וועג, אלטס נאר פארן יצר הרע פון ווייזן נצחונות.

״ן
זוכט איר דוי?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 04, 2018 6:12 pm

לחם לשובע האט געשריבן:ווי קען מען הערן / זען די דברו"ק פונעם ראב"ד?

ס׳וועט ווארשיינדליך ארויסקומען אויסגאבעס מיט בילדער און די דרשות אפגעדריקט, וואס כ׳וועל בעזהשי״ת אוועקלייגן צווישן מיינע זייער וויכטיגע צעטלין ביי מיר אינדערהיים אונעם ספרים שאנק.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מאנטאג יוני 04, 2018 6:18 pm

ווי איך האב עס אנגעקוקט האט מען די זינגעריי אנגעגרייט טאקע עס צו מאכן אביסל קאלירפעל, אהער מיט אהין, אבער ווי ס'האצעך ארויסגעשעלט, איז שוין די גאנצע זאל געווען אויף יענע וועלט - ווי די זאגסט - און ס'שוין נישט געווען פאר וועם צו קאלירן.

געב א קוק, פאר'ן רבין'ס רעדן האט מען געדארפט זינגען אני מאמין, אזוי האט מען דא געברענגט, און אזוי האט אויסגעזעהן אז מ'האט טאקע געגעבן א הייב אן פאר א רגע די מוזיק א שטאטע הקדמה צו א ניגון, אבער ס'האט זיך גלייך אפגעשטעלט ווייל דער רבי איז שוין אויפ'ן וועג ארויף. (כאטש אני מאמין וואלט אפשר יא געווען אין פלאץ, אבער ס'האט אויסגעזען צו שפעט.)

די רבי האט גערעדט 80 מינוט? שוין עטליכע אזוי צוגעברענגט דא, נישט אזוי אויסגעזען בכלל.

מיט דיר
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 7:10 pm

תגובהדורך מיט דיר » מאנטאג יוני 04, 2018 11:57 pm

די סאנדט סיסטעם איז גפערליך געווין נישט פלעין
קיינער האט נישט קיין צייט צו טרכאטן פון דיר
וואל ער איז פארנומען צו טרכאטן וואס די טראכסט אויף אים.

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יוני 05, 2018 5:26 am

דער רבי האט גערעדט פון זיבענע ביז צוואנציג נאך אכט.

איך וויל נאך שרייבן וואס האט מיר איבערגענומען איך קען זיך נאכנישט צאמנעמען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג יוני 05, 2018 9:00 am

די סאונד סיסטעם פאר די אויבערשטע חלק זאל איז געווען געפערליך. ס'טוט מיך זייער וויי אז כ'האב נישט זוכה געווען צו הערן די דרשה פונעם ראב"ד שליט"א.

די דרשות, איינס דארף מען ווען זיכער אוועקנעמען און אפשר אפילו צוויי. ס'האט נישט געהאט די יסודות פונעם כינוס, ס'האט שטארק נערוועז געמאכט דעם עולם און אהיימגעשיקט מענטשן.

פארשטייט זיך אליינס אז געענדיגט האט מען מיט א גוטן און שטאלצן טעם אין מויל, נאכן הערן דברים אלוקים חיים.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט