מיינע געדאנקען צום 'כינוס כללי' כ' סיון תשע"ח

די אחראים: נאך עפעס, חיים נחום

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

מיינע געדאנקען צום 'כינוס כללי' כ' סיון תשע"ח

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 04, 2018 12:49 pm

בעזהשי"ת

יראתי בפצותי שיח, די האנט ציטערט מיר ביים אנהייבן שרייבן מיינע געדאנקען (נישט געפילן, ווייל דאס קען איך בשום אופן נישט באשרייבן, איך האב פשוט נישט די כוחות הנפש דערצו) פונעם נעכטיגען כינוס אין נעסאו קאלאסיום אין לאנג איילאנד, ביוזמתו ובראשותו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א (מהר"א) מסאטמאר. אבער היות שרבו עלי חברי, אנדערע פערזענליך, און אנדערע דא אויפן פארום, אלס איינע פון די וועטעראן שרייבער דא, וועל איך נעמען רשות און פרובירן איבערצוגעבן מיינע פערזענליכע געדאנקען, בקצירת האומר.

א קורצע הקדמה: נער הייתי, איך בין נישט פון די דור 'אהבת קדומים' וועלכע האבן זוכה געווען צו הערן דא"ח פון רבינו הקוה"ט זי"ע, ולא זקנתי, איך בין אפי' נישט פון די דור וואס האט נאך זוכה געווען צו זעהן די הייליגע צורה אין די שפעטערע יארן. צעיר אנכי לימים, איך בין געבוירן געווארן אין די ערשטע עטליכע יאר נאך די פטירה פון רבינו הקדוש, איך בין אויפגעוואקסן על ברכי רבינו הק' מרן בעל ברך משה זצ"ל, נהנה געווען מאורו פון גאנץ א נאנטן פערספעקטיוו, פון די הייליגע תפלות און טישן אין ביהמ"ד הג' אין וומ"ס און אין קר"י, ביז זיינע פייערדיגע דרשות ימים נוראים און אנדערע געלעגנהייטן, און אזוי אויך האב איך זוכה געווען צו זיין א סאטמארער תלמיד פון קינדווייז אן ביז צו די מתיבתא הק' אין קר"י וואו איך האב כסדר געהערט דרשות פון תלמידי רבינו הק' זי"ע חזר'נדיג די הייליגע דא"ח בעניני אמונות ודיעות מתורתו שבע"פ ומתורתו שבכתב.

די חידוש פונעם אוונט:
די אייגנארטיגקייט פון די נעכטיגע כינוס איז געווען עפעס וואס אין מיין קורצע לעבן האב איך קיינמאל נישט געזען און נישט געהערט, א מעמד מרומם פון קרוב צו פיר שעה וואס האט פארקערפערט איין זאך! בירור וליבון תורתו של רבינו הק' זי"ע, און חזרה ושינון אז ויואל משה אמת ותורתו אמת!
איך האב שוין געהערט אסאך דרשות בעניני ציונות, אדער איז עס געווען א חלק פון א דרשה ווי למשל חול המועד ווען רבנים האבן מעורר געווען אויף אסאך ענינים ובתוכם חיזוק בענין הציונות והמסתעף, אדער איז עס געווען א פראטעסט מוחה צו זיין קעגן עקירת הדת און די גזירות וואס די מדינה של גיהנם שטעלט מיט זיך פאר. אבער דאס אז מ'זאל זיך צאמנעמען פארן בלויזן ציהל, צו חזר'ן און דערמאנען די עיקרי היסודות של אמונה, ארויסברענגען די איינגארטיגקייט פונעם רבינ'ס צוגאנג צו ציונות און צו א אידישע מדינה, דאס איז א חידוש שלא ראיתי ולא שמעתי מיום עמדי על דעתי.

פארוואס איז דאס אזא חשיבות?
עס פארשטייט יעדער אז ווען מ'נעמט צוזאם אן עולם לדוגמא חול המועד פסח אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט אדער אין די זאלן פון ויואל משה אין די אנהייב תש"ן יארן, דער רבי זי"ע דער ברך משה פלעגט האלטן א שטארקע דרשה, ער האט אנגעהויבן מיט א פלפול אין די סוגיא פון שמע מינה מדר"ע תלת, פון דארט אריבער צו דברי אגדה אויפן בן החכם, און צום סוף האט ער מעורר געווען בענינים הצריכים תיקון; עניני צניעות ביי די נשים, קדושת בית הכנסת, חיזוק בלימוד התורה און אזוי אויך חיזוק במלחמת השם בעמלק אקעגן ציונות. יעדער איז מודה אז פון דעם אהיימצוקומען למעשה מיט א בהירות 'ויואל משה מהו' איז נישט מעגליך, אנדערע האבן איבערגעשמועסט די פלפול, טייל האבן הנאה געהאט פונעם שיינעם טייטש, און די חיזוק זעלבסט איז געווארן פארוואסערט צווישן די אלע אנדערע מעסעדזשעס.

מצד השני, איך געדענק נאך א פיקעטינג א מוצאי שבת אין מאנהעטן אקעגן מעיאר טעדי קאלעק, דאס האט געדארפט זיין אין די שפעטע תש"מ יארן, און אזוי ווייטער אלע דעמאנסטראציעס אויף די גאסן, געווענליך האט זיך עס אנגעהויבן מיט ריזיגע פלאקאטן אין ראדני ביהמ"ד מיט בילדער פון די ציוניסטישע קרעפטן ווי זיי איזידיקעווען זיך אויף מוחים, די רוצחים שלאגן מיט נאגייקעס, די גיבורים ווארפן זיך אונטער טראקטארן אא"וו, און מיר קינדער און בחורים שטייען פארגאפט ארום די בילדער און באקומען א שנאה צו די ציונים און ווערן קאמפסגרייט ארויסצוגיין מוחה זיין און שרייען 'פוי!' אויף די העכסטע טענער.
ביי די דרשות זעלבסט דארף מען אפעלירן צו די גוי'אישע פרעסע, מדארף אריינעמען אנדערע קרייזן וואס בעצם זענען זיי זייער ווייט פונעם רבינ'ס דעת תורה בענין הציונות והמסתעף, מדארף שאפן רחמנות געפילן און צייגן פאר פרעמדע אידן אז די מדינה איז א ממשלה וואס שטעלט פאר עקירת הדת און מאכט ענג פאר ערליכע אידן צו קענען עקזעסטירן. אבער עס פעלט די געלעגנהייט מסביר צו זיין די חומר האיסור פון העברה על שלש שבועות, עס פעלט די הסבר אז דער עצם רעיון הציונות און לאומיות איז עפעס וואס פריערדיגע צדיקים ווי דער ליובאוויטשער רבי דער מהרש"ב זצ"ל אדער הרה"ק רבי אלחנן וואסערמאן הי"ד, האבן שוין געווארנט דערקעגן און רבינו הק' האט דאס מרחיב געווען און מבאר געווען ווי א תורה שלימה ווי קיינמאל בעפאר.

עוד יזכור לנו, אין אונזערע צייטן פלעגט מען געווענליך ה' אייר צאמנעמען די קינדער און בחורים און איינער האט געזאגט א דרשה בענין הציונות, אמאל א מלמד/מגי"ש/מנהל פון די ת"ת/וישיבה, און אמאל א פרעמדער רב/שיינער איד. זייער ווייניג פון די דרשות קען איך זאגן אז עס ליגט מיר אין די ביינער, אזא איד ווי ר' משה פריעדמאן שליט"א דער מנהל, פלעגט אראפציען די הוט איבערן שטערן אין אזא טאג און וויינען בדמעות שליש איבער ציונות, ער האט ארויסגעברענגט רשעותם ואכזריותם, אבער ווייניג האט ער געגעבן צו פארשטיין די חומר האיסור שבו. מ'האט נישט פארגעלערנט ביי אונז נישט על הגאולה און אוודאי נישט ויואל משה (למען האמת: אין די ישיבה אין קר"י אין מיינע יארן איז געווען אפיציעל א סדר לימוד בספה"ק ויוא"מ, אבער נאר אויפן וואנט, איך געדענק נישט אז בחורים זאלן עס טאקע לערנען, ווערט רעדט נאך פון בחינות אא"וו).

איין דרשה וואס ליגט מיר יא אין די ביינער, איז געווען ווען הרה"ג רבי משה ראובן איצקאוויטש שליט"א האט גערעדט פאר די ישיבה לצעירים אויף וועווערלי סטריט, ר' משה ראובן איז א איד א דורכגעווייקטער ירא שמים מרבים, נישט דא איז דאס פלאץ מרבה צו זיין בשבחו פון דעם חסיד אמיתי, אבער זיין דרשה איז טאקע געווען מיוחדת מיט דעם וואס ער האט אונז געגעבן צו פארשטיין די עצם יסוד ואיסור פון די רעיון הציונות והמדינה "לא האמינו מלכי ארץ ויושבי תבל כי יבוא צר ואויב על ירושלים!" האט ער געשריגן, נישט ווייל אונז זעמיר שוואך געווען אקעגן די אומות העולם איז ירושלים חרוב געווארן! ומפני חטאינו גלינו מארצינו וכו' ער האט אויסגעשמועסט די עיקרי האמונה וואס א איד דארף גלייבן (וואס א טייל דערפון ממש מילה במילה האבן מיר נעכטן געהערט, נאר להורות וואס עס מיינט ויואל משה אמת ותורתו אמת, כידוע פון פריערדיגע אז ווען מ'גייט אויפן ריכטיגען וועג טרעפט מען אן אנדערע, והדברים עתיקים). אבער בדרך כלל איז דאס נישט געווען די סטענדערט דרשות וואס מ'האט מיט אונז גע'חזר'ט.

-

המשך יבוא בעזהי"ת

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 04, 2018 2:17 pm

המשך:

-

דער געשאפענער חלל און די געברויך און ציל פונעם כינוס:
די דערמאנטע חסרון וואס האט זיך הויפטזעכליך גענומען פון דעם וואס היות וואס ביי די פריערדיגע סאטמארער חסידים זענען דאס געווען איינגעבאקענע זאכן, נישט פארשטייענדיג אז עס וואקסט שוין נייע דורות וואס האבן נישט די יסודות, אזוי ארום איז דער גאנצער ענין פון צייונות זייער שטארק געבליבן 'א מלחמה!' נישט קיין הלכה קבועה, נישט קיין עיקרי אמונה, נאר א קאמף אקעגן די מדינה און אירע גזירות.

מער פון דעם; אין די לעצטערע יארן איז דא א שטארקע אויפוואכונג אין די נושא וואס מ'רופט 'נטרונא', ד.ה. צייגן פאר די גוי'אישע וועלט אז ערליכע אידן טרייסלען זיך אפ פון די מדינה וכל המונם. אמת, עס איז א וויכטיגע זאך, און עס האט א שטארקע באזיס פארוואס מ'דארף דאס טאן, אבער ווי געזאגט איז דאס אויך נאר אן ענף מן הענפים וואס מדארף צו חזרן מיט סאטמארער קינדער און בחורים. נישט נאר כלפי חוץ, נישט נאר דארף דער גוי וויסן פארוואס מיר זענען נישט איינשטימיג מיט די מדינה - וואס יעדער פארשטייט אז פארן גוי איז דא ממש נאר געציילטע זאכן צו צייגן. און נישט נאר דארפן מיר אויפקלערן און פרובירן איבערצוצייגן אחב"י פון אנדערע קרייזן און שטרעמונגען פארוואס די מדינה של ציונות איז א פראבלעם פאר ערליכע אידן, נאר כלפי פנים! מיר ציען אויף א נייע דור, עס וואקסן אונטער טויזנטער 'סאטמארער תלמידים' און זיי דארפן קודם פארשטיין וואס האט דער רבי מחדש געווען, וואס איז געווען זיין ציל מיטן ספר ויואל משה און וואס איז דער אונטערשיד פון אן ערליכער סאטמארער תלמיד ווי אן ערליכער בעלזער, וויזשניצער אדער סקווירא חסיד. אונזערע קינדער דארפן ארויסהאבן פארוואס איז גיין לערנען אויף אר"י נישט געווען א זאך וואס א סאטמארער חסיד האט אמאל געטאן, פארוואס אפי' מזעהט טויזנטער בחורים און בני תורה אין לעיקוואוד וואס זיצן איבער די גמרא יומם ולילה, זענען מיר נאך אלס נישט איינשטימיג מיט זיי בעניני אמונות ודיעות.

און דעם רוף האט דער סאטמארער רבי מהר"א שליט"א דערהערט, און דעליווערט אויף א מורא'דיגען פארנעם, העכער אלע ערווארטונגען!

די שטארקייט און באקוועמליכקייט פונעם זאל
די פאקט אז דער זאל איז געווען באקוועם האט שטארק צוגעגעבן צו די הצלחה, און איך וויל ארויסברענגען עטליכע נקודות אין דעם הינזיכט. אונזער עולם איז געוואונט צו פארשידענע ערליי מסיבות און כינוסים, צו איז דאס דינערס, חתונות, די ריזיגע מעמד הדלקה אין קר"י און אזוי ווייטער. דער צד השוה שבהן איז געווענליך אז עס קומט באגלייט מיט 'עקשאן' דער רבי קומט אריין, דער חתן קומט אריין, מצינדט די הדלקה, מטאנצט, עס איז דא מוזיק, מ'רופט אויס סכומים, מ'סערווירט ניסלעך און טענזשערינס, מ'שרייט מאכטס אויף, מ'רוקט אריין און ארויס פארענטשעס און אזוי ווייטער.

אנצוקומען צום ציהל נעכטן האט מען געוואוסט אז מדארף האלטן דעם עולם אויף זיץ פלעצער אויסצוהערן דרשות, מ'גייט נישט טאנצן, מ'גייט נישט עסן, מ'גייט נישט סערווירן, און מ'גייט נישט פאטשן אדער שרייען פוי. און דאס איז אין א תקופה ווען די אטענשאן-ספען פון מענטשן איז געפאלן צו גאר קליינע צייט-אפשניטן. א דורכשניטליכע אינגערמאן האט נישט קיין נערוון צו הערן א דרשה לענגער ווי פופצן מינוט, און א בחור נאך ווייניגער. ממילא האט מען פארשטאנען אז מ'דארף האבן זייער א באקוועמער זאל, און אין דעם הינזיכט איז עס געווען אן הצלחה למעלה מן המשוער, וואס איך וועל שרייבן אין נקודות בקיצור:

* ברייטע פארקינג מעגליכקייטן אז מ'האט געקענט קומען מיט די אייגענע קארס
* פון פאראויס באשטימטע זיצן, מדארף זיך נישט שטופן, כאפן פלעצער
* באקוועמע זיץ פלעצער, יעדער קען מיטהאלטן זיצנדיג, נישט שטיין אויף פארענטשעס צודריקט ווי סארדינען מיט מורא אז מ'גייט פארלירן די פלאץ אויב מגייט ארויס פון זאל
* ריזיגע קארידארן מיט גענוג ביהכ"ס, מענטשן קומען פון לאנגע וועגן, נישט אראפגעשטעלטע וואגאנען מיט פליגער-סטיל ביהכ"ס
* א שטאב מיט געהילפן צייגן אן די פלעצער, סעקיוריטי ביים אריינקומען גייט געשמירט וכו'
* א קילע באטעמטע טעמפעראטור אין זאל, און א גוטע סאונד סיסטעם

די אלע זאכן האט למעשה באוויזן א קונץ! מיינסטנס מענטשן זענען געזיצן רואיג דורכאויס דעם גאנצן מעמד און באמת אויסגעהערט און אריינגענומען אין זיך די יסודות וואס מ'האט געלערנט און גע'חזר'ט ווי מ'וועל מיר בהמשך אויסשמועסן.

-

המשך יבוא בל"נ בעזהשי"ת

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 04, 2018 3:48 pm

המשך

-

דער עולם הנאספים און דער אויבן-אן:
פון קינדווייז אן האב איך א נטי' צו וועלן קענען מענטשן, איך פלעג זיך ארומדרייען אין גרויסן ביהמ"ד אין ראדני סטריט און פרובירט צו דערגיין און זיך באקענען מיט אלע אידן, סתם שבתים און אוודאי ימים טובים ווען עס זענען געווען אסאך געסט וכדו'. נעכטן זיך ארומדרייענדיג אין זאל, קען איך זאגן, אז פון אינגעלייט פון דרייסיג יאר און ארויף, האב איך כמעט יעדן געוואוסט ווער זיי זענען! אלעס זענען געווען היימישע פנימ'ער, אידן וואס איך געדענק קומען קיין וויליאמסבורג אדער קרית יואל - אויב זיי זענען נישט פון דארט - צום רבי'ן דער ברך משה זצ"ל און שפעטער.

פארוואס איז דאס אינטערעסאנט?
ווייל ווי געזאגט איז דער אוונט געווען אייגנארטיג, מיוחדת במינה, און מ'האט זיך געדארפט שפירן באקוועם אין זאל. ווען איך זאל זיצן אין זאל, און צו מיין רעכטע זייט זיצט אן ערליכער וויזשניצער חסיד, און צו מיין לינקער זייט א בחור א תלמיד פון ישיבת סאוט פאלסבורג בראשות הגאון ר' אלי בער שליט"א, בין איך אויסדרוקליך אומבאקוועם צו הערן א דרשה אז רבינו הק' זי"ע איז געווען א "יחיד בדורו בחכמת אלקית"!, איך ווייס אז יענער טראכט יעצט פון הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זצ"ל און דער אנדערער פון הגאון הגדול רבי אהרן קאטלער זצ"ל, און איך זיץ אומבאקוועם צו הערן אז פרומע חברי הכנסת זענען עובר יעדע רגע אויף די הארבסטע איסורים שבתורה, אפי' ווען איך האלט ביי מיר אין הארץ אז עס איז טאקע אזוי.

דאס אז דער ציבור איז געווען 'היימיש' האט מורא'דיג צוגעגעבן צום באקוועמליכקייט און אפענקייט, יעדער האט געשפירט זיין אידענטיטעט, יעדער איז געווען שטאלץ צו באלאנגען דא, און קיינער האט נישט געדארפט קוקען הונטערן רוקן צו איינער קרומט מיט די נאז.

און דאס ברענגט מיך צום הערליכער אויבן-אן!
איך גיי נישט אריינגיין אין די נושא פון רבנים ואדמורי"ם היינט צוטאגס און זייער בליק לגבי סאטמאר און דעת תורתו של רביה"ק זי"ע, דאס איז אבער זיכער אז זייער אסאך רבנים וואס זענען אפשר אפי' גאנץ נאנט צו סאטמאר, האבן דאך געוויסע שפאלטענעס וואו זיי זענען נישט בלב אחד און זענען זיך נישט גרייט צו אידענטיפיצירן אלס 'סאטמארער'. ווען אזעלכע רבנים פילן אן דעם אויבן-אן, ווי קאלירפול דאס זאל זיין, ווי שיין דאס זאל זיין פאר א בילד אין 'מאמענט' איז דאס אבער א סתירה צום סוקסעס און 'באקוועמליכקייט' פונעם אוונט. נישט חלילה אז איך וויל ממעט זיין בכבוד הרבנים הגאונים שליט"א, אבער ווי דערמאנט איז דא געווען א 'ציל' און א 'מאטיוו' און דאס האט געדארפט אסאך סיעתא דשמיא אז עס זאל געלונגען.

דער אויבן-אן נעכטן איז געווען באשיינט פון גאר גאר 'היימישע' רבנים, דורכגעווייקטע תלמידים פון רבינו הק' זי"ע און אזעלכע ביים וועם צו טראגן די 'פלעק' סאטמאר איז א שטאלץ און א כבוד! קוקענדיג מיט מיין שפאטקיוו צו זעהן אז אזא חשוב'ער תלמיד פון רבי'ן ווי דער פריימאנער רב שליט"א ראב"ד התחה"ר זיצט אויפן אויבן-אן, און נישט אויף צו געבן שלום און אראפ, נאר ער זיצט דארט אפאר שעה און שפירט זיך 'באקוועם' ער איז אינדערהיים, די טעמע איז קרוב ללבו, די נושא אינטערעסירט אים, ער האט געשפענדט א שעה אין קאר אהערצוקומען און ער יאגט זיך נישט צוריק, דאס בייצווואונען האט געגעבן א מורא'דיגע בא'טעמ'טקייט צום אוונט.

און נישט נאר דער פריימאנער רב שליט"א אדער הגאון בעל ישראל והזמנים שליט"א, כמעט דער גאנצער אויבן-אן איז געזיצן דארט מהחל ועד כלה, א צדיק ווי חו"פ רבי חיים מערץ שליט"א, א גאון ווי דער מח"ס סיעתא דשמיא שליט"א מפארי וממובחרי תלמידי רבינו הקוה"ט זצוק"ל, א שטייגער ווי חו"פ רבי מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א אדער הגאון חו"פ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, אפי' א דוגמא ווי דער ספינקא רבי שליט"א (מהרא"א) וועלכער איז געזיצן דארט און גענייט אן אויער קרוב צו דריי שעה, מה נהדר היה המראה! עס האט געמאכט יעדן שפירן אז מיר געפונען זיך אין גאר ערנסטע מאמענטן און עס לוינט זיך נישט צו פארפאסן קיין מינוט נישט.

-

המשך יבוא בל"נ ובעזהשי"ת

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 04, 2018 4:57 pm

דער סדר היום און די דרשות

זעלבסט פארשטענדליך אז היינט, ויהי ממחרת, איז יעדער איינשטימיג אז דער הויכפונקט פונעם אוונט איז געווען די הפלא'דיגע דרשה פון רבי'ן שליט"א (כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א - ומכאן ביז צום סוף פון מיינע געדאנקען, סתם רבי שליט"א לזה כוונתי), אבער איידער איך וועל אנקומען דערצו וויל איך זיך אפשטעלן עטליכע מינוט איבער די אנדערע מאמענטן אין זאל, און רבותי, איך שרייב 'מיינע' געדאנקען און מיין פערזענליכע אבזערוואציעס, שפירט אייך פריי מחולק צו זיין לטב ולמוטב, איך וועל ארויסברענגען די געלונגענע נקודות און אויך די ענינים וואס איז לדעתי געווען איבריג אדער אומגעלונגען.

געעפנט דער כינוס האט זיך מיט אנדערהאלבן שעה שפעטער ווי איך האב געמיינט, אבער נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז געזיצן דארט מהחל ועד כלה האב איך פארשטאנען, אנדערש ווי געווענליך וואס דער רבי קומט שוין אן אינמיטן דעם פראגראם, האב איך פארשטאנען אז 'היינט איז אנדערש' און פארדעם האט מען נישט געקענט אנהייבן מיטן סדר היום איידער דער רבי ערשיינט אין זאל, א זאך וואס האט גאר שטארק צוגעגעבן צום ערנסטקייט פונעם מעמד.

דער יושב ראש הרה"ג רבי דוד פערל שליט"א מיט זיין באסאווע שטימע און ארץ ישראל'דיגער אקצענט איז זיכער געווען א גוטער אויסוואל, סיי אלס א רעדנער און אויך אלס אן ערנסטער איד פון די הייליגע חבורה פון תולדות אהרן נאך משנים קדמוניות, און צענדליגע יארן א מרביץ תורה אין קרית יואל. אבער אויב איך מעג אריינווארפן קריטיק, דאס אויסרופען יעדן רעדנער און פארשטעלן באזונדער יעדן מיט זיין היסטאריע און טיטלען, האט נישט אויסגעפעלט און אפי' אביסל מוגזם צו שטארק מליצה'דיג (א שטייגער ווי די מליצה פון הייליגען ישמח משה אויף הרה"ק רבי יעקב גאטליב מבויאם זצ"ל, ווייל ער רופט יעצט אויף א ווייטע אייניקל איז אביסל החטיא המטרה). אבער ווי געזאגט איז דאס א קליינע נקודה און קרישקעלע, נאר איך וויל שרייבן מיינע אמת'ע געדאנקען און נישט נאר די געלונגענע חלקים.

די ערנסטקייט ביים זאגן די צעהן קאפיטלעך תהלים ביים אנהויב איז געווען א מורא'דיגע געדאנק, טויזנטער אידן בענעזאם זאגן תהלים מיט א זעלטענע ערנסטקייט, עס איז ברור אז עס האט מעורר געווען רחמי שמים און געשטעלט דעם טאן פונעם מעמד אלס אן ערנסטע זמן, דער מאנטשעסטער רב שליט"א האט אויסגעפירט דעם שליחות הונדערט פראצענט, געהאלטן דעם עולם אינאיינעם און מיט א קול בוכים אויסגעפירט די תפלה פון יה"ר שלאחר אמירת תהלים און די י"ג מדות של רחמים.

און דאס זעלבע ביים ענדיגען דעם מעמד מיט די פסוקי היחוד, דער סטאניסלאווער רבי שליט"א פון לאנדאן האט מיט אן אש להבה ממליך געווען שמו יתברך, ואתו עמו אלופי אלפי ישראל, א זאך וואס האט זיכער בוקע געווען רקיעים און עושה רושם געווען למעלה.

-

איך וועל מיך נישט אפשטעלן ביי די דרשות פון די רבנים הגאונים; דער דיין שליט"א פון קרית יואל, הגה"צ דומ"ץ וראה"כ שליט"א פון לאנדאן און הגה"צ אב"ד בויאם שליט"א מח"ס יקב אפרים, הצד השוה שבהן אז יעדער אויף זיין אייגנארטיגער שטייגער האט ארויסגעברענגט שטארקע נקודות בענין מטרת הכינוס, אבער לפי עניית דעתי, קען איך נישט זאגן אז די דרשות האבן בעצם צוגעגעבן צו 'דעליווערן די מעסעדזש'. ווען מ'לייגט די דרשות אין שאטן פון די מייסטערהאפטיגע דרשה פון רבי'ן שליט"א, נישט חלילה אז די אנדערע דרשות האבן נישט קיין חשיבות, אבער עס פארלירט די 'מעסעדזש' ווען מ'נעמט אהיים די הויפט-נקודות, דער מח פון א מענטש פארנעמט נישט צו הערן אין די זעלבע נאכט 'צופיל', וממילא בדרך כלל האט דער עולם אהיימגענומען דעם רב'ינס דרשה אלס צדה לדרך און די אנדערע דרשות זענען עטוואס פארלוירן געווארן, טראץ דעם וואס יעדע פאר זיך איז געווען געלונגען. איך ווייס נישט צו מ'וואלט געדארפט עלימינירן די דערמאנטע דרשות (לדעתי - איינס דערפון וואלט זיכער נישט אויסגעפעלט), אבער עס האט שטארק צוגעגעבן צום כבוד פונעם מעמד, און עס איז אוודאי נישט געווען וואס מ'רופט אין אמעריקא א 'פלאפ' פארן כינוס.

דאס ערשיינונג און די דרשה פון הגאון הגדול והישיש, ריש בי דינא רבה דירושלים עיה"ק שליט"א, האט בלי שום ספק מורא'דיגע געהויבן און געגעבן א ספעציעלן דערהער פארן מעמד, וואס איך וויל דייקא ווידמען אפאר פאראגראפן לכבודו הגדול שליט"א.

באלד ווען עס איז ארויס אין די גאס אז הגאון דער ראב"ד שליט"א גרייט זיך אונטערצונעמען די נסיעה מפאר צו זיין דעם כינוס, האט עס מיך שטארק באנומען, איך ווייס ווי שווער עס איז פאר א אינגערמאן צו פארן קיין ארה"ק און צוריק, און פארברענגען א וואך צייט אוועק פונדערהיים, כ"ש וכ"ש ווען די רעדע איז פון א איד אין די עלטער לאויט"א, ווער רעדט נאך ווען די רעדע איז ארומצופארן אין אלע היימישע געגנטן, זאגן שיעורים, פסק'נען שאלות און אויפטרעטן ביי עטליכע פארזאמלונגען, פארשטייט יעדער אז דאס איז אן עבודה קשה במקדש, וואס אויב נעמט זיך דער גאון אונטער אזא נסיעה, באדייט דאס אז דא קומט א מעמד נהדר ומרומם וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן.

דורכאויס די גאנצע וואך, איך האב געהאט די זכיה זיך צו באטייליגע ביי איינע פון די מעמדי קבלת פנים אין ניו יארק, און אזוי אויך האב איך געזעהן בילדער און סצענעס פון שיחות קודש און שיעורים וואס דער ראב"ד שליט"א האט געזאגט און געשמועסט, וואס זאל איך אייך זאגן, כולו אומר כבוד. אנדערע קענען מיך, איך האב א געשמאק צו היסטאריע און צו הערן איבער פריערדיגע דורות, און דא האבן מיר א געלעגנהייט צו הערן פון א איד אין די יארן, כל זמן שמזקינין דעתן מתיישבת, ווי ער דערציילט מיט אזא בא'טעמ'טקייט און פשטות פערזענליכע עפיזאדן פון פופציג ביז זיבעציג יאר צוריק, ער ברענגט אונז צוריק צו א דור דעה, מ'רעדט דא פון א גאון ועילוי מפורסם וואס האט שוין גע'שמ'ט בעולם התורה מיט זעכציג יאר צוריק! עס איז א זכי' נאר צו כאפן א בליק אויף א בעקיטשע וואס נעמט ארום דאס לייב פון א בשר ודם וואס האט קולט געווען אין זיך קרוב צו ניינציג יאר התמדה בתורה אויף א זעלטענעם פארנעם!

וממילא דאס עצם ערשיינען פונעם ראב"ד שליט"א אין זאל האט אריינגעברענגט א געוויסע סקרוך אדער וויבראציע אין די ביינער, וואס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זכרון. די יראת הכבוד ווען אלע רבנים ובראשם כ"ק רבינו שליט"א שטעלן זיך אויף און זענען מקבל פניו פונעם גרויסן גאון שליט"א, דער זאל זינגט אן מוזיק 'כי אורך ימים ושנות חיים יוסיפו לך' און יעדער בלייבט שטיין ביז ווען דער גרויסער גאון זעצט זיך אנידער, אויב האט איר געברענגט א אינגל צום מעמד און ער האט נאר דאס קונה געווען וואס דאס מיינט 'כבוד התורה' האט זיך עס שוין געלוינט!

און דאס האט זיך ביי מיר פארשטערקערט ווען דער ראב"ד שליט"א האט גענומען דאס ווארט, מ'קען זאגן א האלבע שעה של קורת רוח, א האלבע שעה ווען די חלל פון נעסאו-קאלאסיום האט זוכה געווען אריינצונעמען דברי פי חכם חן, אויפן הארטן אמעריקאנער ספארטס-באדן גיסט זיך פינקען פון די תורה הקדושה, די הייליגע מסורה וואס דער ראב"ד גיט איבער לדורות הבאים פון וואס ער האט פערזענליך מקבל געווען פון צדיקים וגדולים מדורות הקודמים. ווער עס האט שכל דרוקט אפ די טייערע ווערטער פונעם ראש בית דין שליט"א און חזר'ט עס איבער צו געדענקען אז ער האט דאס אליינס געהערט ביים גרויסן כינוס, דאס איז א מתנה טובה אוועקצולייגן לדורות, וואס מיר גייען אי"ה קענען דערציילן יארן שפעטער "איך האב אליינס געהערט פון רבי משה שטערנבוך......"

דער גאון גיט איבער א פערזענליכער שמועס פון הגאון הצדיק רבי משה שניידער זצ"ל , ער דערמאנט עטליכע שמועסן וואס ער האט זוכה געווען צו הערן פון דעם גאון ומפליא פלאות רבי מרדכי (מאטל) פאגראמאנסקי זצ"ל, און דערציילט וואס ער האט אליינס געהערט פונעם גרויסן גאון דער חזון יחזקאל זצ"ל, פערזענליכע אנעקדאטן פונעם בריסקער רב זי"ע, ווי שיין איז געווען צו הערן ווי דער ראב"ד דערציילט מיט אזא ענוות חן: גיי איך אין גאס, וועם טרעף איך? רבי עמרם בלויא....מיין דידי נאמן...... גיט ער מיך א פרעג.... פרעג איך אים צוריק....."
מיין אויער האט זיך נישט געקענט גענוג זעטיגען. און דאס איז נאך איידער די עצם רעיונות און נקודות בעניני אמונה הטהורה, וואס דער ראב"ד צולייגט אזוי קלאר (אנדערע האבן שוין אראפגעשריבן די נקודות אינעם דערנענבדיגער אשכול - אבער אויב האט איר עס נישט געהערט/אויפגעכאפט נעכטן נאכמיטאג ביים כינוס, איז ראטזאם מ'זאל דאס ליינען בכתב לשונו, ווייל עס איז באמת גאר גאר שטארקע יסודות פון פריערדיגע צדיקים וגאונים, וואס מ'הערט נישט יעדן טאג פון אזא מקור ראשון).

מה נהדר היה המראה! משה שפיר קאמרת, יעדעס ווארט איז געווען גינגאלד און ווערט א מיליאן!

-

המשך וסוף דברי בתגובה הבאה בס"ד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 04, 2018 6:13 pm

דער קלימאקס: דעם רבינ'ס דרשה!

מיין פעדער איז צו ארעם צו שילדערן דעם קלימאקס פונעם מעמד הנהדר, די זעלטענע און מחודש'דיגע דרשה וואס כ"ק רבינו שליט"א האט אזוי מייסטערהאפטיג אראפגעשטעלט און געהאלטן געשפאנט די טויזנטער משתתפים פאר קרוב צו אנדערהאלבן שעה!

מסתם יעדער וואס איז געווען אין זאל האט שוין געהאט די זכיה און געלעגנהייט צו הערן מערערע דרשות פונעם רבי'ן, אני כשלעצמי, האב איך שוין געהערט זייער אסאך דרשות מפום ממלל רברבין, גייענדיג צוריק צו די יארן בהלו נרו של רבינו הק' בעל ברך משה זצ"ל, וואס ווער עס געדענקט איז געווען צענדליגע מאל וואס דער רבי ז"ל האט מכבד געווען בנו הגדול רבינו שליט"א אלס ראש המדברים, אזוי ארום אז עס ליגט מיר אין די ביינער דרשות טאקע בימי חול המועד בנוכחות אביו הגדול זצ"ל, דרשות ביי פארשידענע מאורעות, דרשות ביי פראטעסטן, און אוודאי די דרשות און שיעורים וואס דער רבי שליט"א האט געהאלטן און פארגעלערנט אין די צייטן ווען מיר האבן געהאט די זכיה צו לערנען אין די ישיבה אין קרית יואל, און אזוי ווייטער דוכאויס די אלע יארן זינט ער האט איבערגענומען די שבט ההנהגה, ווען דער רבי שליט"א פאדערט און ער מאנט, און רעדט צו אונז בכל עת מצוא.

וממילא האב איך - ווי פיל אנדערע - נישט ערווארטעט קיין מורא'דיגע חידושים אין די דרשה פון רבי'ן שליט"א, געוויס האב איך נישט געקלערט אז עס וועט נישט געלונגען, אבער פארט בין איך געווען סקעפטיש צו עס איז נאך דא א געדאנק וואס ער גייט ארויסברענגען וואס מיר האבן נאכנישט געהערט, און טאקע דערפאר בין איך געווען היבש 'דיסעפאונטעד' צו הערן אז הגאון הגדול בעל סיעתא דשמיא שליט"א וועט למעשה נישט אויפטרעטן, ווייל איך האב געהאלטן אז זיין דרשה וואלט געווען די 'היט' פון די נאכט, און עס האט געבאדערט אז לא אסתייעא מילתא.

מה אמור לכם ידידיי, איך האב געהאט א טעות, און זאגאר א פאטאלער טעות! און איך וועל אנהייבן מיט די ווערטער וואס הגאון בעל סיעתא דשמיא שליט"א האט זיך זעלבסט אויסגעדרוקט פאר ידידו הרה"ג ר' ב.ר. שליט"א "נאך א מזל איך האב נישט גערעדט: אלע נקודות וואס איך האב מיך אנגעגרייט צו זאגן, און נאך אסאך מער און בעסערע נקודות, האט דער רבי שליט"א געזאגט, און אסאך בעסער אראפגעלייגט ווי איך וואלט עס ווען אראפגעלייגט!" ממש דאס, איז געווען מיין מחשבה נאך די דרשה פון רבי'ן שליט"א, איך האב געקלערט צו מיר, אויב וואלט רבי שמעי' שליט"א גערעדט, וואלט ער אדער געזאגט די זעלבע נקודות און עס וואלט געווען א בחינה פון לא אמרי רבנן בכפילא, אדער וואלט עס געווען אנדערע נקודות שטארק ארויסגעברענגט, און ממילא וואלט עס געווען בבחינת תרי קלא לא משתמעא - מ'קען נישט האבן צוויי 'נואמי הכבוד' ביי איין אוונט, עס ארבייט נישט.

דער רבי שליט"א האט בקול חוצב להבות אש, אנגעהאלטן א הויכן טאן דורכאויס די גאנצע דרשה, ער האט גערעדט מיט הרגש, מיט ענערגיע, קול אהרן בכח וקול אהרן בהדר, קול אהרן חוצב להבות אש וקול אהרן שובר ארזים! אויב ווייסט איר וואס דאס ווארט 'פעשאן' באדייט, איז דאס איינע פון די פילע אדיאקטיווען וואס איך וואלט צוגעקלעבט צום רבי'נס מהות ביי די דרשה, דער רבי האט געשטורעמט, ער האט געמאנט און געפאדערט, זיין קול האט מעורר געווען זכרונות, עס האט מעורר געווען תשובה ותיקון המעשים, עס האט מעורר געווען אן התבוננות און מחשבה און עס האט מעורר געווען זיך צו כאפן ווי משטייט אויף דער וועלט בעניני אמונות ודיעות.

דער רבי שליט"א האט שלא כדרכו נישט געזאגט קיין סאך דברי אגדה, אוודאי נישט קיין פלפולים, נישט געטייטשט אויף די וואכעדיגע סדרה און נישט געזאגט קיין משלים, גערעדט צום פינטל ארום די נקודות וואס ער האט געוואלט ארויסברענגען און זיך געהאלטן צום 'מעסעדזש' דורכאויס די גאנצע צייט! ער האט נישט געווידמעט קיין סאך צייט איבער 'קארענט איווענטס' אין ארצינו הקדושה, און נישט פארקראכן צו פרטים ופרטי פרטים פון מציאות הדברים, און דאס איז א דרשה וואס אני הקטן האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט פון אים, און אוודאי נישט במשך אזא לאנגע דרשה פון אנדערהאלבן שעה אין איין צו.

-

איך נייג אוועק צו א פערזענליכע אנעקדאט צו פארשטיין מיינע געדאנקען בנוגע די דרשה נלהבה ונפלאה. מיט יארן צוריק האב איך דורכגעלערנט דעם מאמר לשון הקודש פון ספר הקדוש ויואל משה, דער רבי זי"ע איז מבאר באריכות די חומר האיסור פון די טריפה'נע שפראך עברית מיט א זעלטענע אריכות און קלארקייט סיי אין די הלכה און אין די מציאות הדברים. מיט א צייט שפעטער האב איך געלערנט אינעם ספה"ק דרשות חתם סופר, איך געדענק נישט יעצט אויף דער מינוט די מראה מקום המדויק, דער הייליגער חתם סופר ברענגט אראפ די באקאנטע מחלוקת הרמב"ם והראב"ד פארוואס די שפראך הייסט לשון 'הקודש' און דער הייליגער חת"ס צולייגט דארט מיט א מורא'דיגע ריינקייט די טבע פון לשה"ק איבער אלע שפראכן אז מגודל קדושתה איז עס א שפראך וואס בטבעה פארגעסט מען עס שנעל, מיט דעם איז ער מסביר די באקאנטע גמרא 'לא הוו ידעי רבנן מאי הוא השלך על ה' יהבך וכו' - בקיצור, מיר וואלטן עס גערופען 'א סאטמארער שטיקל חתם סופר' .

ווען איך האב עס געלערנט, האב איך געשפירט ביי מיר א מורא'דיגע שטאלץ, דער רבי ברענגט נישט דעם חתם סופר אין ויואל משה, איז פשט אז דער רבי האט מברר געווען שיטתו אפי' אן דעם וואס ער האט פונקט דעמאלס געהאט דעם חתם סופר פאר זיך, ווייל דאס טייטש תורת אמת! ווען מ'גייט אויפן גלייכן וועג טרעפט מען אן אנדערע מענטשן.

כלפי מה הדברים אמורים, כ"ק רבינו שליט"א האט אנגעהויבן זיין דרשה מיט א מורא'דיגע שטיקל סמ"ק אויף די סאמע וויכטיגסטע שטיקל פון תורתינו הקדושה "אנכי ה' אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים" די ערשטע דיבור פון די עשרת הדברות, און פון די צוויי איינציגע פסוקי התורה הקדושה וואס כלל ישראל האט געהערט פונעם אייבירשטן אליינס במעמד הר סיני! דער סמ"ק איז א ראשון הר"י מקורביל, פון די גאוני בעלי התוס' וועלכער גיט צו פארשטיין אז אין דעם סאמע פסוק ליגט איינע פון אונזערע עיקרי האמונה וואס דער רמב"ם רעכנט אויס צווישן די י"ג עיקרים און דאס איז דער ענין פון צפיה לישועה, אז מיר זענען באשוואורן געווארן ביים מעמד הנבחר צו גלייבן און האפן יעדע רגע אז הקב"ה בכבודו ובעצמו גייט אונז ארויסנעמען פון גלות.

דער רבי שליט"א האט מרחיב געווען עטליכע מינוט אין די נקודה, אבער מיין באמערקונג דערצו, דער רבי זי"ע ברענגט נישט דעם סמ"ק אין ויואל משה (אזוי דאכציך מיר, אויב איינער ווייסט אנדערש ביטע מיטיילן) דאס אליינס איז דעם רבי'נס חידוש געווען נעכטן נאכט, להביא סימוכין לדבריו הקדושים מפי ספרים וסופרים, און דאס זעלבע איז געווען דאס ווארט פונעם פוסק פון כלל ישראל דער גאון וצדיק נשגב בעל שואל ומשיב זצ"ל וואס ער האט געזאגט כלפי די שבועה וואס אידן זענען געווען מושבע אין מצרים שלא ימרדו באומות, און אזוי ווייטער די ווערטער פון מרן החתם סופר איבער די בני אפרים וועלכע האבן גענומען די גאולה פאר די צייט און די טייטש אויפן בן הרשע אולי היה שם לא היה נגאל! דער רבי שליט"א האט במתק לשונו מיט דעם צוגעשטעלט די שטארקע יסוד אז "ויואל משה אמת ותורתו אמת", והא ראי' מ'טרעפט דאס אין די רייד פון אונזערע ראשונים וגדולי אחרונים, מ'דארף נאר האבן עינים לראות ואזנים לשמוע, אז מגייט אויפן גלייכע וועג טרעפט מען אן אנדערע מענטשן אויך, דאס איז איין מורא'דיגע נקודה.

פון דעם איז דער רבי אריבער אויסצושמועסן דעם עצם רעיון הציונות פארוואס דאס איז מנוגד לדברי תורתינו הקדושה, בקול חוצב האט ער געברענט, און מיט א רעטארישען קראפט ליארעמט "ציונות זאגט דאס פארקערטע" ווען ער האט ארויסגעברענגט די חלקים וואו ציונות איז היפך פון אמונת תורתינו הקדושה, היפך די יסודות ועיקרי אמונת ישראל. דער רבי האט מבאר געווען פרטי וחלקי ההלכה פון ספה"ק ויואל משה, דער רבי האט צוגעוויזן ראשי פרקים און אנגעצייכנט אז מ'זאל עס איבערחזרן בפנים צו זעהן אריכות דבריו. באזונדער האט זיך דער רבי אפגעשטעלט מסביר צו זיין דעם חומר האיסור פון 'שיתוף פעולה' מיט די מדינה הטמאה, דאס עצם זיין א חבר אין די כנסת המינים וואס איז מחוקק חוקים לא טובים, חוקי עבודה זרה גו"ע ושפיכות דמים, און עס קענען זיצן דארט אידן שומתומ"צ און אונטערשרייבן אזעלכע געזעצן?!

הערנדיג די פייערדיגע דיבורים האט מיר אנגעכאפט עפעס א געפיל פון אשר בחר בנו, וואס פאר א זכיה האבן מיר צו זיין סאטמארער חסידים, ווער רעדט נאך ווען דער רבי האט מיט א שטאלץ אראפגעמאלן דאס יחידות פון רבינו הקוה"ט זי"ע און געשריגן "דער פעטער זכרונו לברכה איז געווען א יחיד בדורו בחכמת אלוקית" אן עלעקטרישע שטראם האט באנומען די חוטי השדרה, און מיט א זעלטענע חידוש אפגעלערנט דאס וואס רבינו הק' זי"ע איז איבערגעבליבן מיטן צלם אלקים דורכאויס די אלע מלחמה יארן, נכנס בשלום ויצא בשלום האט דער רבי געזאגט, דאס איז להורות אז ער האט זוכה געווען צו עפעס וואס קיין שום אנדערע גדול וצדיק האט זוכה געווען, און ווי דער רבי שליט"א לערנט דאס אפ איז עס פאר אונז סאטמארער חסידים אן הוראה און צייגעניש צו די איינגארטיגקייט, שהלכה כמותו בכל מקום! מיר דארפן זיך נישט שפירן געטראפן אז אנדערע האבן נישט מסכים געווען לדעת קדשו, אפגעזעהן ווער זיי זענען געווען, ווייל מיר ווייסן און האבן אמונת צדיקים 'שהלכה כמותו בכל מקום!' - דאס איז ווערטער וואס איך האב נאכנישט געהערט ביי א דרשה, נישט פון רבי'ן שליט"א און נישט פון קיין שום אנדערן בעל דרשן.

דער רבי שליט"א האט געווייטאגט אז מ'קען הערן צווישן היימישע סאטמארער חסידים אז מ'זאל הנאה האבן פון די הצלחה פון די ציונים אין מדינת ישראל, ווי א קול שועת ארי, האט ער א געשריי געטאן 'אייכם!' וואו האלטן מיר אויף דער וועלט, און געשטורעמט 'נח נפשיה דרבי' אז מ'הערט אזאלכע זאכן, דאס איז 'זו מיתת צדיקים' עכשיו מת רבי, מ'זעמיר נישט אויפן גוטן וועג, מ'פאר מיר אין פארקערטן ריכטונג, לאמיר זיך צוריקקערן, לאמיר נישט פארקריכן. דער רבי זאל געזונט זיין מאלט אפ וויאזוי דער פעטער פלעגט צו טייטשן דעם 'נגילה ונשמחה בישועתו' ווען משיח צדקינו וועט קומען במהרה, יעדער איד וועט האבן די געלעגנהייט צו קענען גיין שלום נעמען ביי משיח, און משיח וועט פרעגן צו מען איז טאקע געווען פון די אידן וואס האבן מקרב געווען און געווארט אויף די גאולה אדער פארקערט "אוי לנו לאותה בושה, אוי לנו לאותה כלימה!!" האט דער רבי פארפירט.

אסאך איז נאך פארבליבן אין מיינע מחשבות, אבער די נקודות היורדות לחדרי בטן וועלן זיכער געדענקט ווערן און איבערגעחזר'ט ווערן, און עווענטועל וועט מען דאס איבערהערן און לערנען בכתב ובע"פ, דאס איז קלאר אז דער גאנצער אופן פון די דרשה האט מורא'דיג עושה רושם געווען אויף אידן פון יעדן עלטער, עס האט געהויבן כבודו של רבינו הקוה"ט, עס האט אוועקגעשטעלט דעם כבוד פון 'סאטמאר' ביים אייגענעם ציבור צו האבן די גאות דקדושה און סאטמארער שטאלץ, און עס האט מחייב געווען פאר א סאטמארער תלמיד וחסיד זיך אריינצוטאן צו לערנען ספריו הקדושים מיט א פעסטע קבלה.

עס איז באקאנט אז דער רבי זצ"ל האט געזאגט אז אויב האט דער ספר ויואל משה אויפגעטאן נאר פאר איין איד האט זיך עס שוין געלוינט, ומכאן, אויב האט דער נעכטיגער מעמד נאר אויפגעטאן אז איין סאטמארער בחור אדער אינגערמאן זאל זיך קובע זיין א שיעור בספה"ק ויואל משה ועל הגאולה, איז עס לדעתי געווען ווערט אלע געלטער, וכל שכן וכ"ש אויב ברענגט עס אן אויפוואכונג בכלליות הוגה צו זיין בספרי דמרי ט"ב! ולחזור את משנתו הבהירה והברורה, הקדושה והטהורה. ומגלגלין זכות ע"י זכאי, מיר חסידים זענען אסיר תודה צו כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס האט גענומען די כוחות, הוא היוצר והוא המייזם, סיי פארן עצם הכינוס און נאך אסאך מער פאר די געוואלדיגע דרשה און תורה שלימה! אשרינו שזכינו להיות נמנה בין אלפי ישראל שהשתתפו, ואשרינו שזכינו להיות נמנים בין תלמידי תלמידיו של איתן אדונינו רבינו הקוה"ט זי"ע

-

און א באזונדערע יישר כח פאר אייך טייערע ליינער פארן נעמען די צייט צו ליינען מיינע שורות, אויב קען עס עמיצער צאמנעמען און אויסשטעלן אויף א פד"פ וועל איך אים - און אפשר אנדערע אויך - שטארק דאנקבאר זיין

מיט כבוד און דאנק, צעיר שבאלפי תלמידי רבינו שליט"א
הק' ... בן ......

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג יוני 04, 2018 6:23 pm

ישר כח, אזוי שיין אראפגעלייגט שפתיים יושק

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג יוני 04, 2018 6:41 pm

ייש"כ
געוואלדיג, ריזיג, מויראדיג.
פון יעדענס ווארט הנאה געהאט.
חילכם לאורייתא

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מאנטאג יוני 04, 2018 6:41 pm

PDF
כינוס כללי.pdf
(93.82 KiB) דאונלאודעד 525 מאל
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 04, 2018 6:42 pm

הודו להשם האט געשריבן:PDF
כינוס כללי.pdf

יישר כח גדול

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 04, 2018 6:50 pm

אבן יקרה האט געשריבן:ייש"כ
געוואלדיג, ריזיג, מויראדיג.
פון יעדענס ווארט הנאה געהאט.
חילכם לאורייתא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 04, 2018 6:50 pm

א גרויסער ישר כח מיללער. א הערליך שיינע אנאליז.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 04, 2018 6:53 pm

א הערצליכער דאנק כבוד הרב, טיף אראפגעלייגט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג יוני 04, 2018 6:58 pm

יש"כ הרב מיללער! שפראכלאז! אין א נאט-שעל אראפגעלייגט דעם גאנצן מעמד מיט א זעלטענע בהירות וואס נאר מיללער קען. דער מעמד בכלל און דרשת רבינו בפרט יהא נחקק בלבנו פאר א לאנגע צייט.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

צדיקל
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:19 pm

תגובהדורך צדיקל » מאנטאג יוני 04, 2018 7:21 pm

יישר כח וחילך לאורייתא, זייער שיין אראפגעלייגט שפתיים יושק

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג יוני 04, 2018 7:47 pm

דאס איז כולם פה אחד מודה אז אזוינס האט דער רבי נאך קיינמאל דעליווערט. גאר א דיפרענט סטייל ווי געווענליך, עכט א געלונגענע רעדע.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 5:12 pm

תגובהדורך נער הייתי » מאנטאג יוני 04, 2018 7:48 pm

הרב מיללער שכח,

קארטל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2018 4:58 pm

תגובהדורך קארטל » מאנטאג יוני 04, 2018 7:54 pm

ווער עס איז געווען ביים היסטארישן כינוס כ סיון האט געזעהן ווי כ"ק רבינו שליט"א איז ממשיך די דרך פון רבי"ן זי"ע ביתר שאת ווי עס באדערט אים באמת יעדע פינטל ציונות .....איך געדענק נישט קיין איינמאל אז די רבי זאל אזוי שרייען בקולי קולות קעגן רעיון הציוני....די מעמד וועט בלי שום ספק פארצייכנט ווערן בקורות פון די מלחמה אקעגן ציונות מיט גאלדענע אותיות ווי די כבוד פון רבש"ע איז נתרומם געווארן

משהלע
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג יוני 04, 2018 8:07 pm

זייער שיין אראפ געלייגט. הרב מיללער איז אייביג צום ליינען.

און ניין, איך בין נישט קיין סאטמארער.

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » מאנטאג יוני 04, 2018 8:20 pm

מונאוויטש האט געשריבן:יש"כ הרב מיללער! שפראכלאז! אין א נאט-שעל אראפגעלייגט דעם גאנצן מעמד מיט א זעלטענע בהירות וואס נאר מיללער קען. דער מעמד בכלל און דרשת רבינו בפרט יהא נחקק בלבנו פאר א לאנגע צייט.

עגרי יעדע ווארט.
הערליכע ארבעט הרב מיללער ;l;p-

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5825
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 04, 2018 8:41 pm

הערליך שיין אראפגעלייגט, איך בין נישט דארט געוועהן אבער עס האט מיר היבש באנומען.

איך בין א סאטמארער מצד השני.

זעהענדיג די בלינדע העצע אויף אנדערע אזוי געריפענע יודישע סייטס מיז איך זאגען אז די כינוס איז געוועהן א שטארקע סוקסעס.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10562
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יוני 04, 2018 9:27 pm

ר' @מטעמים זייער שיין פון אייך די פוינט, אבער די ציל איז נישט געווען צו מאכן קיין פראטעסט נאר צו פארפיינטן ביי אונז די ציונים, ווי זעהט מען פון דעם אז עס שטערט פאר זיי, אז עס איז געלונגען?

פון וואס מיינע חברים וואס זענען לאו דווקא גרויסע קנאים אדער חסידים פון רבי'ן זאגן מיר אז די דרשה האט זיי איבערגענומען קוקט מיר גראדע אויך אויס אז עס איז געווען א סוקסעס.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג יוני 04, 2018 9:31 pm

קורץ און הערליך. אלעס ארומגענומען. געוואלדיג.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5825
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 04, 2018 9:55 pm

@צל דאס אז די רבי׳ס דרשה איז געלונגען און די מעסעדזש איז געוועהן ריכטיג דאס זעה איך פאר מיר אליינס.

כדאי די נושא הציונות זאל נישט אינטערגיין מיז מען רעדן דערפון און סתם רעדן איז נישט גענוג דאס מיז ווערן גוט פארקויפט אז מען זאל עס פארשטיין און זיך האלטען גאר שטארק און שטאלץ דערמיט.

די שטאלץ טוהט זייער וויי פאר די וואס שטייען מיט מיט די ציונים שאולדער טו שאולדער און אויב זענען זיי פארווייטאגט געוועהן היינט דאן ווייס מיר אז די רבי מהר״א האט גוט געטוהן.

איך וויל נישט מאריך זיין דערין ווייל די נושא דא איז רב מיללערס מעכטיגע באשרייבונג.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג יוני 04, 2018 10:05 pm

זייער שיין אראפגעלייגט, הערליך צוזאמגענומען.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מאנטאג יוני 04, 2018 10:16 pm

מונאוויטש האט געשריבן:יש"כ הרב מיללער! שפראכלאז! אין א נאט-שעל אראפגעלייגט דעם גאנצן מעמד מיט א זעלטענע בהירות וואס נאר מיללער קען. דער מעמד בכלל און דרשת רבינו בפרט יהא נחקק בלבנו פאר א לאנגע צייט.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט