רצון טוב האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:Waukesha האט געשריבן:
ועוד לאמיר זאגן אז די גאנצע רעדע איז בלויז געלט, האב איך הנאה צו הערן ווי דאס איז "בלויז אפאר נאריש'ע דאללער". רבתי ניין!!! דאס איז נישט אפאר "נאריש'ע דאללער"! דאס איז דאס געהאלט פון א מלמד! דאס איז די געלט פאר'ן מארטגעזש כדי די באנק זאל נישט צונעמען די בנין! דאס איז די געלט וואס די מוסדות מוז האבן צו באצאלען די הוצאות פון דעם טאג טעגליכן לעבן! א מוסדות וואס מוטשעט זיך מיט געלט איז די קוואליטעיט פון די חינוך אין די מוסדות אסאך שוואכער ווי אין א מוסדות וואס האט הרחבה. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי מלמדים אויב זיי געבן זיך אפ מיט די קינדער פונקט אזוי גוט ווען מען באקומעט שפעט געצאלט ווי ווען מען באקומעט געצאלט צייטיליך תמידים כסדרן. איך האב נישט קיין שום טענה ח"ו אויפ'ן מלמד וואס ווערט געצאלט שפעט, אבער ווי קען מען זיך אפגעבען מיט די קינדער ווען מען איז פארדאגה'ט, וועל איך באקומען מיין געהאלט? וועל איך קענען באצאלען די רענט? די לעקטער? די גראסערי וויל שוין נישט אויפשרייבען וועל איך עם ענדליך קענען באצאלען ווייל מיין געהאלט גייט אנקומען? ווער פונקטליך איז די בת היענה דא?
איך זאג נישט קיין מיינונג בנוגע יא נעמען געלט צו נישט, דאס לאז איך מיין רבי זאל באשליסן
דער ווייטאג איז נאר אז מיטן נעמען געלט איז דער מצב אזוי ווי דו לייגסט אראפ ווען מ'נעמט נישט קיין געלט
שאלות בהלכה געהער צו אדמורו"ת ?
אזא החלטה באלאנגט אויסדרוקליך פאר די רבי פון די קהילה.