ברוך דיין האמת הרה"ג ר' שמואל אויערבאך זצ"ל

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » זונטאג פאברואר 25, 2018 9:06 am

C32AE914-B5BE-4DD8-B1B0-7798397974F3.jpeg
מיט הרב שכטר
C32AE914-B5BE-4DD8-B1B0-7798397974F3.jpeg (269.27 KiB) געזעהן 2145 מאל
דרעין דע סוואמפ!!!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

בד"ה

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 25, 2018 9:10 am

מיט צער אין טרויער באוויינט דער ליטווישער תורה'דיגע וועלט מיט דער מיט די פלוצים'דיגע פטירה פין הרב הגאון המפו' מו"ה רבי שמואל אויערבאך זצ"ל
בנו בכורו של הג''ר שלמה זלמן זצ''ל

דער תורה'דיגע ליטווישע וועלט האט פארלוירן א ראש ישיבה א גרויסע גאון.

אוי מי יתן לנו תמורתה, עס איז א לאך אין די עולם התורה, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו.
参考专家

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:31 am

איסר האטלקי האט געשריבן:אין בקהילה איז געווען אן ארטיקן איבער אים עטליכע יאר צוריק פון יעקב ב. פרידמן. איך געדענק ביים ליינען האט מיר געכאפט א שוידער פון וועמען מען רעדט. ממש גוזמאות פון מעשיות אויף התמדת התורה און חסד. אויב איינער האט דאס ווערט ער געבעטן ארויפצולייגן לזכרון נשמתו הטהורה פון מרן זצ"ל.

יא דער הרב פרידמן שטאמט פון א ברסלבע משפחה אבער האט געלערנט אין מעלות התורה ביי ר' שמואל זצ"ל און געווארן א פארברענטע ליטוואק ער איז גאר א שטארקע שרייבער און טאקע איינע פון די עובדות וואס ער שרייבט אין יענע ארטיקל וואס גייט ניש ארויס פון קאפ איז..

ער האט געהאט א תלמיד וואס איז א חתן געווארן ,ממש פאר זיין חתונה זענען די כלה'ס משפחה געוואר געווארן אז דער חתן קען און האט ליב צו פויקן ס'האט זיי געפערליך געבאדערט און זיי זענען געקומען אויס זאגן פאר ר' שמואל אז סיז א מקח טעות זיי האבן געוואלט א בן תורה און ניש א פויקער
ר' שמואל האט זיך אזוי ווי משתמט געווען און ניש גע'ענטפערט
למעשה די נאכט פון די חתונה איז ר' שמואל געקומען און זיך אראפגעזעצט אויפן אויבן נאנט לעבן חתן ווען די גאנצע זאל שטייט און קוקט
ער בעט פונעם חתן צוויי זילבערנע לעפלעך און הייבט אהן פויקן מיטן גאנצן אייפער אזוי פאר א גוטע פאר מינוט
ווען די צד הכלה האט געזעהן אז דער ר"י גלייכט אויך צו פויקן האבן זיי זיך בארואיגט והכל בא על מקומו בשלום

אטא דאס הייסט פקחות פשוטו כמשמעו
זי"ע
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:51 am

א גרויסן יישר כח פון פאראויס פאר די וואס וועלן ברענגען ווידאו קליפ'ס פון די ריזיגע לויה.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:52 am

א טיפער שאק און שווערער טרויער נעמט ארום דאס גאנצע יהדות החרדית, ספעציעל די רבבות בני תורה און עולם הישיבות איבער דער גארער וועלט, הערנדיג איבער דער פלוצים'דיגער פטירה פון מרן הגאון הגדול שר התורה, לוחם מלחמות ה', רבי שמואל אויערבאך זצוקללה"ה, ראש ישיבת מעלות התורה, דער מורה דרך און קאפיטאן פון די רבבות בני תורה להעמיד הדת על תילה בדרך המסורה בארה"ק, וואס האט ליידער אויסגעהויכט זיין נשמה דעם שבת קודש ביינאכט לסדר "עולה היא לה'" (תצוה), אין הויכן עלטער פון 87 יאר, כיון ששבת, וי אבדה נפש.

אין אזא שטורמישע און שווערע תקופה אין וועלכן מיר געפינען זיך, ווען שטורמישע כוואליעס פרובירן צו פארפלייצן און דערטרענקען די שיף פונעם אומגעפעלשטן יהדות החרדית, איז דאס הסתלקות פון דעם גרויסן גאון דער ראש ישיבה זצוקללה"ה א שרעקליכע אבידה פאר יעדן ערליכן איד און אמת'ער בן תורה איבער דער וועלט. איבעראל איז מען דעריבער צעשאקלט און פאר'צער'ט, מ'קען נאך נישט אויפנעמען די ביטערע בשורה אז נצחו אראלים את המצוקים, און דער אויסגערופענער גאון וראש ישיבה, וואס האט מיט מסירות נפש זיך געשטעלט בעוז ובגבורה צו היטן משמרתה של תורה, געפינט זיך מער נישט בין החיים צווישן דעם כלל ישראל.

דער ראש ישיבה הגאון רבי שמואל זצוקללה"ה איז געווען פון די גדולי התורה והיראה, אויסגערופן מיט זיין געוואלדיגן צדקות, גאונות, קדושה און פרישות, און ספעציעל אלס דער עמוד האש וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטע יארן לפני מחנה ישראל, און מיט מסירות נפש אויפגעשטורעמט תבל ומלואה קעגן די שרעקליכע גזירות פון העברה על הדת און בפרט קעגן דער גזירת שמד הגיוס. דער ראש ישיבה זצוק"ל האט זוכה געווען צו פירן א מחנה פון רבבות אלפי ישראל ובני תורה אויפ'ן דרך הסלולה, דעם אור-אלטן וועג פון התבדלות מרשעים, ווי א לייב האט דער ראש ישיבה געקעמפט קעגן די עוקרי הדת, באגלייט מיט שטורמישע פראטעסטן איבער גאנץ ארץ ישראל, שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים. טראץ זיינע פערזענליכע פיזישע יסורים, איז דער ראש ישיבה די גאנצע צייט אנגעגאנגען מיט זיין הרבצת התורה והיראה מיט פלאג און יגיעה, און מדריך געווען טויזנטער בני תורה זיך צו פירן בדעה אחת מיט שלומי אמוני ישראל, צי איז עס דער קאמף קעגן גזירת הגיוס, צי איז בנוגע דעם דרך פון חינוך הבנים והבנות, וואס דער ראש ישיבה האט אויפגעשטעלט א ברייטן נעץ פון א חינוך הטהור על טהרת הקודש, און ווי ער האט עס געלאזט הערן ביי זיין לעצטן אויפטריט, ביים גרויסן כינוס "כתר טהור" פאריגן מוצאי שבת קודש פ' תרומה, וואו ער האט מיט א פארווייטאגטן געשריי אויסגעשריגן, אז ס'איז א צייט פון פיקוח נפש, ס'איז פיקוח נפש פאר דער גאנצער תורה און אידישקייט, מ'וויל ליידער אויסרייסן אלעס, מ'וויל אונז אפקילן פון אלעם, דעריבער דארף מען וויסן אז די מוסדות על טהרת הקודש זענען נישט קיין חומרא אדער א הידור, דאס איז א נויט וואס עס פאדערט זיך, "להקהל ולעמוד על נפשינו".

דעם שבת קודש פ' תצוה ביינאכט, נאכדעם וואס דער ראש ישיבה איז אהיימגעקומען פון דאווענען, האט ער זיך אפגערעדט איבער א שוואכקייט, און שפעטער ארום 11 אזייגער ביינאכט איז ער צוזאמגעפאלן פון אן הארץ-אטאקע ה"י. די וואלואנטירן און דאקטורים פון הצלה האבן פרובירט צו טון וואס מעגליך, און אויך אריינגעפירט דעם ראש ישיבה צום שערי צדק שפיטאל, אבער פון דארט זענען שוין נאר אנגעקומען די שווערע אומגלויבליכע שמועות איבער דער פטירה פון מרן ראש הישיבה זצוקללה"ה, דאס ריינע הארץ פון ראש ישיבה, וואס איז געווארן דורכגענומען מיט זארג און ציטער קעגן די אלע שרעקליכע גזירות וואס הויערן אויפ'ן כלל ישראל, האט עס אפנים מער נישט געקענט דורכטראגן, ועלתה לגנזי מרומים לישיבה של מעלה.

בצאת השבת האבן זיך טויזנטער צוזאמגענומען אין דער שערי חסד געגנט אין ירושלים, פארנט פון שטוב און די ישיבת מעלות התורה, וואס דער ראש ישיבה האט געגרינדעט און דארט מרביץ תורה געווען, זייענדיג ווי א פאטער און רועה נאמן פאר די תלמידים כבנים, און די טויזנטער תלמידים האבן געריסן קריעה, געזאגט תהלים באגלייט מיט בכיות נוראות, נישט זיך קענענדיג זיך צוזאמקלויבן פון דער שרעקליכער אבידה בפתע פתאום. היינטיגן זונטאג פארמיטאג גייט ארויס די לויה פון שטוב פונעם ראש ישיבה אין דער שערי חסד געגנט אין ירושלים, בהשתתפות הונדערטער טויזנטער בני היהדות הנאמנה אין ארץ ישראל, בראשות גדוליה ומנהיגיה שליט"א. מטעם הביד"צ העדה חרדית בעיה"ק ירושלים איז פארעפנטליכט געווארן א כרוז "גלה כבוד מישראל", וואו דאס ביד"צ רופט אויס א ביטול מלאכה אויף בשעת דער לויה.
כלל ישראל איז איינגעהילט אין א טיפן שאק, ס'הערט זיך דער קלאג אומעטום, איך נפלו גיבורים ונאבדו כלי מלחמה, גדול כים שברך מי ירפא לך היהדות הנאמנה בארה"ק, מי יקום לי עם מרעים מי יתיצב לי עם פעלי און, ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה', הוי מי יתן לנו תמורתו.

קרעדיט דעלי איד
צוגעלייגטע
6E3BADC5-2561-43C8-BECE-45792B5E78E5.png
6E3BADC5-2561-43C8-BECE-45792B5E78E5.png (114.9 KiB) געזעהן 1958 מאל
6FD5895D-CAF9-4D1C-B16B-C5C11D0A67EA.png
6FD5895D-CAF9-4D1C-B16B-C5C11D0A67EA.png (358.61 KiB) געזעהן 1958 מאל
6819B01B-BD23-426F-8CE9-814B579052DC.png
6819B01B-BD23-426F-8CE9-814B579052DC.png (56.38 KiB) געזעהן 1958 מאל
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

yoy
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:53 am

http://forum.otzar.org/download/file.php?id=56223
כת"י של רבי חיים מיליקובסקי.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

מיט יבלחט''א מרן אדמו''ר מהרי"י מ'סאטמאר שליט''א

תגובהדורך אורח הכבוד » זונטאג פאברואר 25, 2018 11:07 am

2018-02-24-PHOTO-00002004.jpg
מיט יבלחט''א מרן אדמו''ר מהרי"י מ'סאטמאר שליט''א
2018-02-24-PHOTO-00002004.jpg (51.51 KiB) געזעהן 1824 מאל
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג פאברואר 25, 2018 11:09 am

פון די לוח הציבור
עולם התורה באוויינט פטירה פון הגאון רבי שמואל אויערבאך זצ"ל
ירושלים. – דער עולם התורה איז איינגעהילט אין טיפער טרויער, מיט די פטירה פון הגאון רבי שמואל אויערבאך זצ"ל, וועלכער איז שבת נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר, נאכ'ן ליידן א שווערע הארץ אטאקע.
די גרויסע לוי' בהשתתפות פון אומצאליגע צענדליגער טויזנטער אידן, איז פארגעקומען היינט צופרי אין ירושלים עיר הקודש, וואו די מאסן האבן באוויינט די גרויסע אבידה.
הגאון הרב שמואל איז געווען דער עלטסטער זוהן פונעם גרויסן פוסק הדור הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל, און ער איז געבוירן אום יום כיפור שנת תרצ"ב. אלס יונגער בחור האט ער געלערנט אין ישיבת עץ חיים, און ער איז שנעל באקאנט געווארן מיט זיין געוואלדיגע התמדה און גאונות אין תורה. ער האט עוסק בתורה געווען אין ישיבה אגאנצן טאג און אגאנצע נאכט, זייענדיג פון די מערסט- אויסגערופענע תלמידים אין די ישיבה.
שפעטער איז ער א חתן געווארן מיט זיין רעביצין רחל ע"ה, די טאכטער פון הרב פנחס אליעזר פּאקשער, וועלכע איז נפטר געווארן אין יאר תש"נ, און הגאון רבי שמואל זצ"ל האט א נאמען געגעבן איינס פון זיינע ספרים "אהל ברכה" לזכר נשמתה. אפאר יאר נאך זיין חתונה, איז שוין דער גאון זצ"ל געווען באקאנט און אויסגערופן אלס א תורה ריז, קריגנדיג פארשידענע הויכע פאסטענעס. ער האט געדינט אלס ראש ישיבה אין ישיבת אמשינאוו, און דערנאך האט ער געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת איטרי, און אנדערע ישיבות.
אין יאר תשמ"ב האט דער גאון זצ"ל געגרינדעט זיין ישיבה, ישיבת מעלות התורה אין שערי חסד אין ירושלים. די ישיבה איז געווען בעיקר געצילט פאר עלטערע בחורים, און אין לויף פון די יארן האט דער גאון זצ"ל אויפגעשטעלט טויזנטער תלמידים. נאכדעם וואס זיין רעביצין ע"ה איז אוועק פון דער וועלט, האט דער גאון זצ"ל שטענדיג געוואוינט אין די ישיבה. אויסער'ן אנפירן זיין ישיבה, איז ער געווען דער נשיא פון די ישיבת שער השמים פאר מקובלים, און ער האט געדינט בנשיאות פון פילע אנדערע ישיבות און מוסדות התורה, און אויך פון צדקה וחסד ארגאניזאציעס, און באזונדער איז ער געווען א מיטגליד פון די מועצת גדולי התורה פון די דגל התורה פארטיי.
ליידער נישט האבנדיג קיין קינדער זיין גאנץ לעבן, איז ער באזונדער גאר נאנט געווען מיט זיינע תלמידים, און ער האט זיי באטראכט ווי זיינע אייגענע קינדער, האבנדיג מעמיד געווען אומצאליגע תלמידים וועלכע באלייכטן היינט צוטאגס דער וועלט אלס ראשי ישיבות, רבנים און גדולי הפוסקים.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אהרן הלוי
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג פאברואר 25, 2018 11:29 am

חוץ פון דעם האט געשריבן:די גרויסקייט פון הגאון הגדול ר' שמואל זצוקלל"ה קען מען זעהן אין זיינע תלמידים וואס ער האט איבער געלאזט.
עס איז דא צוויי ספרים וואס איך האב אריין געבאמט אין עס איז ממש אנגענומן אין כל תפוצות ישראלץ
1. מגילת ספר, [אויף בשר וחלב ותערובת. הלכ' שבת, ועוד. די חברה וואס לערנען די הלכות ווייסען וואס איך רעד].
2. ארחות שבת ג"כ אויף הל'' שבת.
זענען צוויי געשווירענע תלמידים פון הגאון ר' שמואל. דאכט זיך אז די ספר מגילת ספר האט נאר אן הסכמה פון ר' שמואל, אין פון קיינעם מער נישט, דאס ווייסט ווי שטארק די קשר פון זיינע תלמידים זענען גוועהן צו אים [אזוי ווי א פארשוונצטע חסיד אין זיין רבי'ן].

אין אז מען רעדט שוין דערמאן איך מיך ווען איך האב געלערנט אין ישיבה אין ירושלים עיה"'ק פאר 9 יאר צוריק האב איך אמאל געדאווענט אין זכרון משה מעריב, אין זיצענדיג אויף באנק, זעצט זיך אוועק לעבן מיר, נישט מער אין נישט ווייניגער הגאון ר' שמואל זצ"ל, מיט די גאנצע פשטות, אפילו ער איז שוין דאן געוועהן א ריז'ן רבי פאר זיין תלמידים!
במקום גדולתו שם אתה מוצא ענותונתו!

יא יא, די צוויי אויבנדערמאנטע מחברים, ר' שלום יוסף גלבר (מח''ס נתיבות שלום שבת ורבית, וארחות שבת) און ר' אוריאל איזנטל (מח''ס מגילת ספר על הל' שבת, בב''ח ותערובות, נדה, ברכות הפירות, ועוד על או''ח ויו''ד), זענען אויסטערלישע תלמידי חכמים, און זייערע ספרים זענען געוואלדיגע מתנות פאר'ן עולם התורה.

אויך ר' יצחק מרדכי רובין, דער צווייטער מחבר פון ארחות שבת, און מח''ס מראה כהן - נדה, איז פון ר' שמואל'ס תלמידים בתורה.

סיי נתיבות שלום פון הרב גלבר און סיי מגילת ספר פון הרב איזנטל האבן הסכמות נאר פון ר' שמואל.

אויך ציילט זיך צווישן זיינע תלמידים ר' צבי שפיץ מח''ס מנחת צבי ומשפטי התורה, אויך הערליכע ספרים.

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » זונטאג פאברואר 25, 2018 11:44 am

06637C3B-B981-4D3A-9A45-691236745FEF.jpeg
עם הרה״צ רבי שמעון שפירא שליט״א
06637C3B-B981-4D3A-9A45-691236745FEF.jpeg (358.11 KiB) געזעהן 1769 מאל
דרעין דע סוואמפ!!!

דריידל
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 25, 2018 12:02 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:מיט צער אין טרויער באוויינט דער ליטווישער תורה'דיגע וועלט מיט דער מיט די פלוצים'דיגע פטירה פין הרב הגאון המפו' מו"ה רבי שמואל אויערבאך זצ"ל
בנו בכורו של הג''ר שלמה זלמן זצ''ל

דער תורה'דיגע ליטווישע וועלט האט פארלוירן א ראש ישיבה א גרויסע גאון.

אוי מי יתן לנו תמורתה, עס איז א לאך אין די עולם התורה, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו.


אנטשולדיגט. גאנץ כלל ישראל האט פארלוירן א ריז, אפגעזעהן וויפול שייכות מ'האט געהאט מיט דעם גאון וצדיק.
צדיק אבד לדורו אבד

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

יקרא דשכבי

תגובהדורך אורח הכבוד » זונטאג פאברואר 25, 2018 12:26 pm

און א זייטיגע נאטיץ איז געווען זייער מערקבאר און מפורסם אז טראץ וואס איז געווען א מאסען לוויה איז נישט געווען אנוועזעהן משטרה ומשטרות / חיילים וחיילת, דאס האט אפגעשפיגעלט זיין הייליגע מלחמה און התנגדות צי די גאנצע עסק.
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » זונטאג פאברואר 25, 2018 12:28 pm

WhatsApp-Image-2018-02-25-at-12.07.53-750x1000.jpeg
WhatsApp-Image-2018-02-25-at-12.07.53-750x1000.jpeg (159.88 KiB) געזעהן 1556 מאל
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

די לעצטע בריוו

תגובהדורך אורח הכבוד » זונטאג פאברואר 25, 2018 12:42 pm

די לעצטע בריוו פונעם ראש ישיבה ז''ל איבער שאפען געלד פאר א ישיבה על טהרת הקודש אדר תשע''ח
2018-02-24-PHOTO-00002007.jpg
לעצטע בריוו
2018-02-24-PHOTO-00002007.jpg (54.63 KiB) געזעהן 1213 מאל
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » זונטאג פאברואר 25, 2018 12:57 pm

לוינ
מיט נאך גדולי ישראל
צוגעלייגטע
4CD98178-17E0-47A3-AEB0-EF8EE1C3042D.jpeg
4CD98178-17E0-47A3-AEB0-EF8EE1C3042D.jpeg (123.62 KiB) געזעהן 1211 מאל
F3F05518-5285-400A-B797-038EC80692AD.jpeg
F3F05518-5285-400A-B797-038EC80692AD.jpeg (292.09 KiB) געזעהן 1211 מאל
20DF0300-277C-4F9F-8664-97D46466394A.jpeg
20DF0300-277C-4F9F-8664-97D46466394A.jpeg (54.4 KiB) געזעהן 1211 מאל
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

מאתים
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » זונטאג פאברואר 25, 2018 1:30 pm

די גמרא זאגט אין חגיגה, כי קא ניחא נפשא דר' יהושע בן חנני' אמרו לי' רבנן מאי תהוי עלן מאפקורסי', וואס ווי באקאנט האט ער לוחם געווען מיט זיי, אמר להו כתיב אבדה עצה מבנים, נסרחה חכמתם, אז ס'איז נישט דא די לוחמים, ווערן שוואכער די כוחות הטומאה.

וועל מיר האפן צו השי"ת אז מיט די פטירה פון אזא איש גדול, וואס איז געווען די סימבאל פון מלחמה נגד גזירות על הדת, זאל מיט שוואך ווערן און בטל ווערן די אלע גזירות השורה אויף ערליכע יודן בארצינו הקדושה.
'ומאתים לנוטרים את פריו'' פי' הרמב"ן שתה"מ יהיה בוודאי מאתים שנה לפני אלף הששי וע"ז אין צריך אפי' להתפלל רק על קודם זה.

דבר החרדים מירושלים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » זונטאג פאברואר 25, 2018 1:54 pm

מיט מהרי"י מסאטמאר תשע"ג
צוגעלייגטע
בביקור בבית הגר''ש אויערבך.JPG
מיט מהרי"י מסאטמאר תשע"ג
בביקור בבית הגר''ש אויערבך.JPG (717.22 KiB) געזעהן 1213 מאל

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » זונטאג פאברואר 25, 2018 2:11 pm

אבל יחיד עשי לך מספד תמרורים.

ביחד עם כל בית ישראל באוויין איך דעם ביטערן אומגליק וואס האט אונז באטראפן מיט די פטירה פון דעם גרויסן ראש ישיבה.
איך באלאנג דאך נישט צו די ליטווישע קרייזן, איך האב דעם גדול קיינמאל נישט זוכה געווען צו זען, אדער צו הערן א דבר תורה, אבער וויפיל השפעה האט ער אויף "מיר" געהאט?!
וויפיל ערנסטקייט אין די מלחמה לה' בעמלק האט ער אריינגעברענגט ביי "אונז"?!
וויפיל געלט האבן מיר געשיקט קיין ארץ ישראל פאר "אונזערע" מוסדות "בזכותו", און ווער רעדט נאך פאר די ליטווישע?!
ער האט דאך יעדן מחייב געווען...

אוי מי יתן לנו תמורתו! ס'איז א פחד וואס עס טוט זיך אויף די וועלט, מען דארף רחמי שמים.

להודיע
שר האלף
תגובות: 1994
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג פאברואר 25, 2018 3:10 pm

בס"ד
הגאון רבי שמואל זצ"ל האט נישט זוכה געווען צו קיין קינדער אבער ער האט געהאט א שייכות מיט זיינע טויזנטער תלמידים ווי אייגענע קינדער ממש. ער האט זיך געזארגט פאר זיי און שטענדיג זיי געטראגן על לוח לבם. זיך נאכגעפרעגט, געשתדלט פאר זיי, מיטגעהאלטן די שמחות א.א.וו. ממש ווי א געטרייע טאטע.

ער איז געווען זייער א ווארימער און הארציגער מענטש, און זיינע תלמידים זענען אלע געווען דבוק ומקושר צו אים באותות אהבה אויף אן אופן וואס מטרעפט כמעט נישט. נישט אומזינסט זענען אזויפיל טויזנטער פון זיינע תלמידים געווען גרייט מיטצוגיין מיט אים אויף דעם שווערן וועג, ער האט זיי ליב געהאט אהבת נפש וכמים פנים אל פנים.

בכלל האט רבי שמואל ממש מעמיד געווען אסאך תלמידים מובהקים, גאונים מופלגים וואס האבן באקומען פון אים רוב חכמתם ותורתם.

איבער זיין התמדת התורה דערציילט מען גוזמאות, יארן לאנג פלעגט ער פראווען נעכט מיט אן עמילות בתורה אין בית המדרש, און ווען ער איז מיד געווארן האט ער זיך צוגעלייגט אויף די באנק אין ביהמ"ד, און נאך א שטיקל צייט ווייטער זיך אויפגעכאפט און זיך פארטיפט אין די סוגיות.

זיין עמילות און עמקות בתורה איז געווען לעגענדאר, מיט א היקף און בקיאות, אויסער דעם איז דאך רבי שמואל געווען א גרויסער בעל נפש, האט ער געהאט א שטארקע ידיעה אין ספרי ברסלב, ספרי איזביצא וכו'.

מענטשן פארציילן שטוינענדע מעשיות פון זיין הארציגקייט און זיינע חסדים מיט נעבעכדיגע מענטשן, ער האט זיך געקענט אפגעבן שעות ארוכות צו אויסהערן אן ארימע אלמנה אדער שתדלן פאר א ספרדי'שע מיידל זאל ווערן אנגענומען אין סעמינאר וכו'.

ועל כולם איז עס דער גרויסער קלאפ פאר די עדה הקדושה, די טויזנטער אידן וועמען ער האט געפירט, די טויזנטער יראים ושלמים בני תורה וואס האבן איבערגעלאזט אלעס אויף דער וועלט, געעפענט פרישע מוסדות און דורכגעגאנגען שבעה מדורי גיהונים פארן כבוד שמים, זייער איינציגער טרייסט אויף דער וועלט איז געווען רבי שמואל, אצינד ווען זיי האבן אים פארלוירן איז עס ממש "יתומים היינו ואין אב" אן קיין גוזמאות, מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס יתמות און פארלוירנקייט וואס זיי שפירן, זאל זיי השי"ת געבן די כוחות זיך צו האלטן.

די גמרא אין סוטה און אין מדרש דערציילט איבער די פטירה פון משה רבינו, די מלאכים האבן געזאגט א פסוק פון א הספד, שמים וארץ האבן געזאגט אן אנדערע פסוק, אידן האבן געזאגט א פסוק וכו', אבער השי"ת האט געקלאגט און געזאגט "מי יקום לי עם מרעים מי יתייצב לי עם פועלי און", דאס איז כביכול געווען די הספד פון אויבערשטן אויף משה רבינו.

הגאון רבי שמואל זצ"ל איז אין די לעצטע יארן געווען דער גרויסער פעלדמארשאל וואס האט מפקיר געווען זיין גאנצע וועזן פאר'ן כבוד שמים. ער האט זיך געשלאגן פאר אידישקייט מיט מסירת נפש טראץ דעם וואס עס האט אים פערזענליך געקאסט א ביטערן פרייז, יעצט נאך די ביטערע בראך וויינט זיך פון זיך אליינס "מי יקום לי עם מרעים" ס'איז שווער זיך צו פארשטעלן וואס וועט דא ווייטער זיין מיט די גרויסע מלחמה ווען דער גרויסער גענעראל איז אזוי פלוצים געפאלן. בפרט אז ער האט ניטאמאל געקענט געהעריג איבערלאזן א צואה פאר עדת צאן מרעיתו.

רבי שמואל אליין פלעגט זאגן נאך די הסתלקות פון גדולי ישראל "ואחרי ככלות הכל לבדו ימלוך נורא", אויך ווען ס'איז אויס וועלט פירט דער אויבערשטער די וועלט. די ווייטאג איז אבער זייער גרויס גדולה האבידה ואין לה תמורה.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » זונטאג פאברואר 25, 2018 3:11 pm

גליטשעדיג האט געשריבן:אבל יחיד עשי לך מספד תמרורים.

ביחד עם כל בית ישראל באוויין איך דעם ביטערן אומגליק וואס האט אונז באטראפן מיט די פטירה פון דעם גרויסן ראש ישיבה.
איך באלאנג דאך נישט צו די ליטווישע קרייזן, איך האב דעם גדול קיינמאל נישט זוכה געווען צו זען, אדער צו הערן א דבר תורה, אבער וויפיל השפעה האט ער אויף "מיר" געהאט?!
וויפיל ערנסטקייט אין די מלחמה לה' בעמלק האט ער אריינגעברענגט ביי "אונז"?!
וויפיל געלט האבן מיר געשיקט קיין ארץ ישראל פאר "אונזערע" מוסדות "בזכותו", און ווער רעדט נאך פאר די ליטווישע?!
ער האט דאך יעדן מחייב געווען...

אוי מי יתן לנו תמורתו! ס'איז א פחד וואס עס טוט זיך אויף די וועלט, מען דארף רחמי שמים.


אוי ווי אמת!!

ווען איך האב געהערט מוצש''ק די ביטערע בשורה פון ארצינו הקדושה האט זיך געשפירט און די ליפט די אומגעהויערע קלאפ, די חלל, די יתמות, כאטש וואס כ'האב אים קיינמאל נישט געקענט, די אפטייטש פון 'איך יפול גבור מלחמה באמצע המלחמה' האב איך צים ערשטען מאל און לעבען אליין געשפיערט,

אוי מי יגדור גדר ומי יעמוד בפרץ?!

איין טרייסט איז דא, די מיליטער וואס די גענעראל האט אויפגעשטעלט וועלען ממשיך זיין די העלדישע מלחמה מיט די קלארע כלי מלחמה וואס ער האט איבערגעלאזט.
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

אוי וויי טאטע
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » זונטאג פאברואר 25, 2018 3:25 pm

אוי ווי פאסיג איז די ווארט וואס דער הייליגע ריז'ענער זי"ע האט געזאגט אז פאר משיח וועט קומען וועט פאר ערליכע יודן נישט גיין גוט נישט בגשמיות און נישט ברוחניות וכו', קוים קוים זיך געשטעלט אויף די פיס מיט א פרישן גאנג און אט אזא בראך, אזוי פלוצלונג,
אוי טאטע. הביטה וראה את חרפתינו עוררה גבורתך והושעינו.

"וכי ידיו של משה עושות מלחמה או שוברות מלחמה אלא כל זמן שמסתכלין כלפי מעלה ומשעבדין את ליבן לשמים נוצחים." אז מיר האבן שוין נישט דעם 'ידיו של משה' זענען מיר 'מסתכלין כלפי מעלה' יבוא בעל הכרם וכו'.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

א סימבאל פון א מנהיג אמת

תגובהדורך זבולון ווייס » זונטאג פאברואר 25, 2018 4:40 pm

דער גאון וקדוש רבי שמואל זצוק"ל איז געווען א סימבאל וואס עס קען טוהן א מנהיג אמת מיט זיין ציבור, ער האט גענומען א גאנצע עדה פון טויזנטער אידן און זיי אפגעריסן פון די ממשלת הכפירה, איר ווייסט וואס מיינט נישט נעמען געלט פון די מדינה?! זאל איינס פון די גרויסע מוסדות אין אמעריקא פלוצלונג נישט באקומען קיין פראגראמען פון די רעגירונג, איז דער מוסד אויף גאר גרויסע צרות, און דער גאון וצדיק, וועלכער האט מיט זיינע אויגן געזעהן דעם חורבן וואס עס קומט ארויס פון נעמען זייערע טריפה'נע געלטער, האט מיט מסירות נפש ממש זיך אפגעריסן פון די אלע געלטער, ער האט געזעהן די סכנה פון גיוס וואס איז אומשטאנד צו חרוב מאכן דאס גאנצע אידנטום אין ארה"ק, האט ער זיך ארויסגעשטעלט כגבור ואיש מלחמה, און ארויסגעשיקט זיינע העלדישע סאלדאטן אויפן פראנט, ער האט באקומען חצים ובליסטראות פון 'אלע' זייטן, ער האט זיך נישט געשראקן פאר גארנישט, נישט קיין בזיונות פון די ליטווישע, און נישט פון די חסיד'ישע, און פון קיינעם, האט אים אפגעשטעלט פון צו טוהן דאס וואס ער האט איינגעזעהן אלס דער דרך האמת.

דאס גיבט א צייכן, איבער דעם גרויסן כח פון א מנהיג, א מנהיג ישראל האט די מעגליכקייט צו איבערדרייען א ציבור לטובה, און דאס זעלבע פארקערט, אויף מנהיגי ישראל ליגט א אחריות!

יה"ר אז כלל ישראל זאל זוכה זיין צו ערליכע מנהיגים, וועלכע זאלן אונז פירן בדרך האמת.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג פאברואר 25, 2018 4:43 pm

ווי איז דא די ווערטער זיך צו טרייסטן ?
ער האט די לעצטע שטיק געווען די גיבור ואיש מלחמה קעגן די אלע שוידערליכע גזירות אין ארץ הקודש. אלץ איינער וואס ליגט לעצטענס שטארק אין די נושא פון גיוס בני ישיבות / בנות
האב איך מיטגעהאלטן די שטארקע פעולות פון די גיבור מלחמה וואס האט זיך ארויסגעשטעלט בראש קעגן די שוידערליכע גזירות..
לאמיר האפן אז זיינע תלמידים ומעריצים וועלן ווייטער אנהאלטן זיין הייליגע דרך און זיך נישט לאזן פאלן פון די שווערע רדיפות וואס זיי מאכן מיט מבית ומבחוץ
איך ווייס מיר נישט וויאזוי זיך צו טרייסטן....
לאמיר האפן אז ער זאל אויבן שוין אויספועלן צוזאמען מיט די פריערדיגע גדולים אז ס'זאל שוין קומען א סוף צו די צרות ישראל
וכל ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג פאברואר 25, 2018 4:44 pm

להודיע האט געשריבן:בס"ד
הגאון רבי שמואל זצ"ל האט נישט זוכה געווען צו קיין קינדער אבער ער האט געהאט א שייכות מיט זיינע טויזנטער תלמידים ווי אייגענע קינדער ממש. ער האט זיך געזארגט פאר זיי און שטענדיג זיי געטראגן על לוח לבם. זיך נאכגעפרעגט, געשתדלט פאר זיי, מיטגעהאלטן די שמחות א.א.וו. ממש ווי א געטרייע טאטע.

ער איז געווען זייער א ווארימער און הארציגער מענטש, און זיינע תלמידים זענען אלע געווען דבוק ומקושר צו אים באותות אהבה אויף אן אופן וואס מטרעפט כמעט נישט. נישט אומזינסט זענען אזויפיל טויזנטער פון זיינע תלמידים געווען גרייט מיטצוגיין מיט אים אויף דעם שווערן וועג, ער האט זיי ליב געהאט אהבת נפש וכמים פנים אל פנים.

בכלל האט רבי שמואל ממש מעמיד געווען אסאך תלמידים מובהקים, גאונים מופלגים וואס האבן באקומען פון אים רוב חכמתם ותורתם.

איבער זיין התמדת התורה דערציילט מען גוזמאות, יארן לאנג פלעגט ער פראווען נעכט מיט אן עמילות בתורה אין בית המדרש, און ווען ער איז מיד געווארן האט ער זיך צוגעלייגט אויף די באנק אין ביהמ"ד, און נאך א שטיקל צייט ווייטער זיך אויפגעכאפט און זיך פארטיפט אין די סוגיות.

זיין עמילות און עמקות בתורה איז געווען לעגענדאר, מיט א היקף און בקיאות, אויסער דעם איז דאך רבי שמואל געווען א גרויסער בעל נפש, האט ער געהאט א שטארקע ידיעה אין ספרי ברסלב, ספרי איזביצא וכו'.

מענטשן פארציילן שטוינענדע מעשיות פון זיין הארציגקייט און זיינע חסדים מיט נעבעכדיגע מענטשן, ער האט זיך געקענט אפגעבן שעות ארוכות צו אויסהערן אן ארימע אלמנה אדער שתדלן פאר א ספרדי'שע מיידל זאל ווערן אנגענומען אין סעמינאר וכו'.

ועל כולם איז עס דער גרויסער קלאפ פאר די עדה הקדושה, די טויזנטער אידן וועמען ער האט געפירט, די טויזנטער יראים ושלמים בני תורה וואס האבן איבערגעלאזט אלעס אויף דער וועלט, געעפענט פרישע מוסדות און דורכגעגאנגען שבעה מדורי גיהונים פארן כבוד שמים, זייער איינציגער טרייסט אויף דער וועלט איז געווען רבי שמואל, אצינד ווען זיי האבן אים פארלוירן איז עס ממש "יתומים היינו ואין אב" אן קיין גוזמאות, מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס יתמות און פארלוירנקייט וואס זיי שפירן, זאל זיי השי"ת געבן די כוחות זיך צו האלטן.

די גמרא אין סוטה און אין מדרש דערציילט איבער די פטירה פון משה רבינו, די מלאכים האבן געזאגט א פסוק פון א הספד, שמים וארץ האבן געזאגט אן אנדערע פסוק, אידן האבן געזאגט א פסוק וכו', אבער השי"ת האט געקלאגט און געזאגט "מי יקום לי עם מרעים מי יתייצב לי עם פועלי און", דאס איז כביכול געווען די הספד פון אויבערשטן אויף משה רבינו.

הגאון רבי שמואל זצ"ל איז אין די לעצטע יארן געווען דער גרויסער פעלדמארשאל וואס האט מפקיר געווען זיין גאנצע וועזן פאר'ן כבוד שמים. ער האט זיך געשלאגן פאר אידישקייט מיט מסירת נפש טראץ דעם וואס עס האט אים פערזענליך געקאסט א ביטערן פרייז, יעצט נאך די ביטערע בראך וויינט זיך פון זיך אליינס "מי יקום לי עם מרעים" ס'איז שווער זיך צו פארשטעלן וואס וועט דא ווייטער זיין מיט די גרויסע מלחמה ווען דער גרויסער גענעראל איז אזוי פלוצים געפאלן. בפרט אז ער האט ניטאמאל געקענט געהעריג איבערלאזן א צואה פאר עדת צאן מרעיתו.

רבי שמואל אליין פלעגט זאגן נאך די הסתלקות פון גדולי ישראל "ואחרי ככלות הכל לבדו ימלוך נורא", אויך ווען ס'איז אויס וועלט פירט דער אויבערשטער די וועלט. די ווייטאג איז אבער זייער גרויס גדולה האבידה ואין לה תמורה.

האסט מיט דיין געוואלדיגן פענע ארויסגעצויגן אפאר דמעות על אדם כשר, ס'געדענקט זיך שווער א גדול בישראל זאל אוועק פון די וועלט און איבערלאזן אזא חלל נורא, ממש כצאן בלי רועה, אן קיין המשכה, פלוצים טויט, א גענעראל אינמיטן מלחמה, נישטא קיינער איבערצונעמען די גענעראל. נישט נאר ביי זיינע תלמידים נאר ביי אלע שלומי אמוני ישראל, מ'וועט זיך מוזן טרייסטן מיט ר' יושע בן חנני'.
והשי"ת יעזור וזרח השמש ובא השמש שמשו של משיח צדקנו בב"א.

גיוס
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:14 pm

די גאנצע לווייה

תגובהדורך גיוס » זונטאג פאברואר 25, 2018 4:48 pm



צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט