ברוטאלער באנעמונג פון מדינת ישראל פאליציי שאקעלט אויף די מדינה

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

ברוטאלער באנעמונג פון מדינת ישראל פאליציי שאקעלט אויף די מדינה

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 4:27 pm

היינט איז פארגעקומען א שטורעמישער פראטעסט קעגן די ארעסט פון א אייניקל פון מרנן האדמורים מקאלוב ומתוא"י שליט"א, ווי די פאליציאנטען זענען זיך באגאנגען זייער ברוטאל, אין א וידיאו ווערט געזעהן ווי א פאליציאנט שטופט אראפ זייער ברוטאל א יונגערמאן צי דער ערד, ווי עס ווערט קלאר געזעהן אז דאס איז על לא עוול בכפו.

די דאזיגע ווידיאו האט שוין איבער געריסען די שטריקעל, און חברי כנסת מיט שרים פון אלע זייטען, פון די עקסטרעם רעכטע, ביז די עקסטרעם לינקע מר"ץ פארטיי שר"י, האבן דאס פארדאמט, און געפאדערט א גרונטליכער אויספארשונג, און אפילו די פאפולער ערוץ 2 טעלעוויזשאן, האט אנגעהויבען די טעגליכער אקטועלער פראגראם מיט די וידיאו.

https://www.dropbox.com/s/5f0erkriedfw7 ... 4.mp4?dl=0

https://www.dropbox.com/s/7wt79zhkrnsci ... 2.mp4?dl=0

א פיינע מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

תגובהדורך א פיינע מענטש » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:26 pm

מען זעהט דא גארנישט די ברוטאליטעט

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:35 pm

א פיינע מענטש האט געשריבן:מען זעהט דא גארנישט די ברוטאליטעט

קוק די צווייטע וידיאו, וועסטו זעהן ווי דער געבט א שטופ א יונגערמאן צי דער ערד, פשוט ווייל ער איז נערוועז.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:37 pm

דאס געזעץ אין מדינת ישראל זאגט אז אויב מען איז א "עריק" אן אנטלאפענער זיצט מען 20 טעג אין תפיסה, און דערנאך איז מען פריי לעולם ועד, דער אייניקל זיצט יעצט זיינע 20 טעג.

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:38 pm

טאקע שוידערליך, אבער שוין געווען אסאך ערגערע ווידיאס, כאפ נישט פארוואס זיי האבן זיך יעצט אויפגעוועקט

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:38 pm

בעריש'ל האט געשריבן:דאס געזעץ אין מדינת ישראל זאגט אז אויב מען איז א "עריק" אן אנטלאפענער זיצט מען 20 טעג אין תפיסה, און דערנאך איז מען פריי לעולם ועד, דער אייניקל זיצט יעצט זיינע 20 טעג.


דאכט זיך אז קודם זיצט מען 20 טאג, און דערנאך דארף מען זיך גיין שטעלן אין לשכה.

אבער דאס איז זיכער גרינגער פון איינער וואס האט זיך געשטעלט און מען באפרייט נישט, פארדעם זאגן די עסקנים אז איינער וואס ווייסט 'קלאר' אז ער גייט נישט באקומען א פטור אדער דיחו, לוינט זיך ענדערש צו זיין א נישט געשטעלטער ווי אן אנטלאפענער.
לעצט פאראכטן דורך שמואל בארג אום זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:39 pm

טשאקלעט האט געשריבן:טאקע שוידערליך, אבער שוין געווען אסאך ערגערע ווידיאס, כאפ נישט פארוואס זיי האבן זיך יעצט אויפגעוועקט


ווייל גיוס איז געווארן מען אינטערנאציענאל די לעצטע וואך.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:42 pm

טשאקלעט האט געשריבן:טאקע שוידערליך, אבער שוין געווען אסאך ערגערע ווידיאס, כאפ נישט פארוואס זיי האבן זיך יעצט אויפגעוועקט

ווייל דא זעהט מען קלאר אז דער באטראפענער האט גארנישט געטוהן, נאר געשטאנען דעהם פאליציאנט אין וועג.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:43 pm

איך געב נישט רעכט חלילה פאר די ציונים, אבער דער אינגערמאן איז א אויבער חכם! ער שטייט דארט מיט אויפגעהויבענע אקסלען, אין ער ריקט זיך נישט פארן פאליציאנט ווען ער דערנענטערט זיך, כאילו ער איז בעל הבית פון אגד, איך האב נייעס פאר אים, מען רייצט זיך נישט מיט קיין פאליציי, קיינמאל נישט! נישט אין ניו יארק, נישט אין פאריז, און נישט אין ירושלים, זיי האבן די רייט אף וועי אלעמאל!

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:53 pm

די מדינה שאקלט זיך נאך? עני אפדעיט?
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 6:07 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:די מדינה שאקלט זיך נאך? עני אפדעיט?

די מדינה שלאפט איינס א זייגער ביינאכט...

דריי פון די מפגינים היינט זענען פארוואונדער געווארן ל"ע, איינס פון זיי מיט מער א ערנסטער מצב, ה"י.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 6:19 pm


ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 6:38 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:טאקע שוידערליך, אבער שוין געווען אסאך ערגערע ווידיאס, כאפ נישט פארוואס זיי האבן זיך יעצט אויפגעוועקט


ווייל גיוס איז געווארן מען אינטערנאציענאל די לעצטע וואך.


וואס פאלט דיר ביי אז זיי האבן זיך אויפגעוועקט? פארוואס מיינסטו אז די מדינה שאקעלט זיך? ס'איז גאנץ אן אפטע ערשיינונג אין די מדינה, און ס'מאכט נישט קיין סאך אויס, אמאל אמאל קען מען עס פארשפרייטן אין די אלגעמיינע מידיא, און ס'מאכט א שטיקל איבערקערענישט, אבער בדרך כלל, בפרט ווען מ'זעהט אז די מפגינים שטערן די טרעפיק, וועט פאר די גאנצע מדינה, גאנץ ווייניג אנגיין אז די פרומע כאפן מכות.

(קלארשטעלונג: איך בין דירעקט א שטיצער פון די מחאות, און זיך זעלבסט באטייליגט דארטן אין מיינע ישיבה'ישע יארן אין ירושלים, אבער ווי אייביג מאכט די סארט "ברוטאליטעט" נישט קיין שום שטורעם אין ערגעץ).

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 6:45 pm

דער אידעל וואס צוטאנצט זיך דארט אין פראנט פונעם פאליציי מאן איז ציקער זיס. חן
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 7:10 pm

סדערמאנט מיך "פינטעלע" ביי די "אומגלובליך שפיל"

האט איינער די קליפ ווי די פאליציי צוברעכט איינעם גלעזער?

אפילו די פרייע פרעסע איז יעצט קעגען די פאליציי

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 5:47 am

טייערע אידן און גוטע פריינד: אני הקטן בין געווען ביי די פראטעסט, (גראדע א שיינע קבלת פנים פאר'ן אנקומען צו ארה"ק פראווענען דעם הייליגן יו"ט ר"ה ביי מיין רבי) איך הער ווי די עולם רעד דא ארום זה בכה וזה בכה, וויל איך דא זאגן וואס איך האב געזעהן מיט מיינע אייגענע פליישיגע אויגן וואס איז פארגעגאנגען, איך וויל אייך זאגן די יונגעלייט און בחורים דארטן זענען געווען ערענסטער כולל יונגעלייט וואס האבן געמיינט ערענטס די מערכה, שטייפע און אומבויגזאמע אידעלעך, וואס האבן זיך נישט געהאלטן ביים ריקען פאר קיין זאך אויף די וועלט, איך זאג אייך נאכאמאל איך בין געווען דארט, עס איז נישט געווען קיין שום געוואלטאטען קיין שום ווילדע שריט, זיי זענען פשוט געזיצען אויפן גאס און געזונגען, די פאליציי איז אנגעקומען און קודם פראבירט מיט'ן שפריצען בלויע וואסער און עס האט נישט געהאלפען קיין איינער האט זיך נישט געריקט נאר אנגעפאנגען טאנצען ! די טראק פון וואסער האט זיך אויסגענוצט האבן זיי זיך געדארפט ארויסדרייען און עס צוריק אנפילען, דערנאך זענען זיי געקומען מיט פערדן, אריינגעלאפירט אונעם עולם און עס האט נישט געהאלפן די עולם איז זיך נישט צולאפען ווי א געווענליכע מוחאה, זיי זענען געווען אומבאהלפען, האבן זיי אנגעהויבן ארויפצוטערטן אויף די יונגעלייט מיט די פערדן, איז זאג אייך ס'איז געווען א מחזה נורא, אידן בלוטיגן מ'ווערט צוזעצט צוהאקט און גארנישט רוקט זיי פון פלאץ, דאס איז דאכט זיך מיר געווען די אייגענארטיקייט פון די הפגנה ווי הונדערטער אידן זענען געזיצען און זיך נישט געריררט און אן קיין שום געוואלטאטן נאר געזיצען אויף די ערד, ביז די פאליציי האט געזעהן אז מ'קען זיי נישט רוקען האבן זיי אנגעהויבן איינס ביי איינס פינעף חברה אויף א יונגערמאן און אזוי ווייטער, עס איז כמעט נישט געווען קיין ארעסטירטע ווייל קיינער האט גארנישט געטוהן, ממש איינצעלע זענען געווארן ארעסטירט, בקיצור די פאליציי האבן נישט געקענט האבן קיין טענות אויף קיין איינעם ווייל קיינער האט טאקע גארנישט געטוהן, אבער זיי האבן צו'רצח'ט דעם עולם אויף א נישט נארמאלע פארנעם, עכ"פ די רציחות פון פאלציי האט ממש צושוידערט אלע צוקוקער צו זעהן וויאזוי זיי שלאגן (שיין גערעדט) יונגעלייט מיט א אבנארמאלע רציחה, ה' ירחם עלינו.

מנטריאל
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 10:57 am

תגובהדורך מנטריאל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 7:41 am

מייו שאלה איז
ווען און דע UNITED STATES OF AMERICA טיט מען הפגנות
וואי און ארץ ישראל וואי וואלט די POLICE געטון ?

עס איז נישט געווען קיין שום געוואלטאטען קיין שום ווילדע שריט, זיי זענען פשוט געזיצען אויפן גאס און געזונגען,

זיץ און NY אויפן גאס אין זינג,

זיסקינד
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

איך בין אויך דארט געווען

תגובהדורך זיסקינד » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:31 am

ס'איז געווען א גרויסער ערנסטער עולם עלטערע אידן און תלמידי חכמים, וואו מ'גייט אין גאס איז דער שפראך צוויש'ן דעם עולם אז מ'געדענקט שוין לאנג נישט אזא ערנסט'ן ציבור אויף א הפגנה,
אין די פאליציי פון פארלוירנקייט האב'ן זיך צולאז'ט מיט א געפערליכע אכזריות, ליידער האב'ן מיר געזעה'ן דארט ווי פרייע מענטש'ן וואס האב'ן געווען דארט און זיי האב'ן געבליב'ן שטעק'ן מיט דעם האב'ן זיי באפאלן די פאליציי אויף די אכזריות זייערע,

זיסקינד
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:33 am

1111.jpg
1111.jpg (106.72 KiB) געזעהן 2906 מאל

2222.jpg
2222.jpg (102.02 KiB) געזעהן 2906 מאל

3333.jpg
3333.jpg (112.2 KiB) געזעהן 2906 מאל

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:42 am

שוידערליך! און נ"י וואלט שוין געווען ראיאטן אנטקעגן פאליציי ברוטאליטעט

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:21 am

איך בין געווענטליך קעגן די אלע ווילדע הפגנות, און האלט מיט זייער אסאך פון זיי. די הפגנה נעכטן האב איך געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן, און איך זאג קלאר אז דאס ברוטאליטעט איז געווען עפעס גענומען פון די נאציס ימ"ש, איך האב שוין לאנג לאנג נישט געזעהן אזאנס פון די פאליציי, די איזראעלע פרעסע איז ווילד קעגן די פאליציי פאר א טעם, די וואס האלטן מיט די הפגנות אייביג האבן נעכטן קלאר געזעהן אז די ברוטאליטעט איז געווען אבנארמאל איבערגעטריבן קעגן די גאנץ פרידליכע מוחים.

יא, מדנ"י האט זיך היבש אויפגעשאקלט, די פרייע אריינגערעכנט.

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5852
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:35 am

לדעתי ברויך מען אויפנעמען פראפעשענעל פאטאגראפירער און אפכאפן ווידעאוס און בילדער פון די רציחות און עס פארשפרייטן אויף בילבאורדס איבער מאנהעטען, די בעסטע וואלט געוועהן אין טיימס סקווער... ס'וואלט געמאכט א שטורעם און סקאסט נישט אזוי סאך ווי מען מיינט.

די אלע פראטעסטן וואס מען מאכט קעגן די יו. ען. טוהט גארנישט אויף. מען גייט איינמאל און נאכאמאל און מען ברימט זיך אונטער "מען דארף טוהן נישט אויפטון" טיפשות! אוודאי דארף מען אויפטוהן אז מען קען.

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:24 am

די משטרה זענען רוצחים!
די וועלט דארף אויפגעשוידערט ווערן!!!

אומשולדיגע פראטעסטירער ווערן שרערליך צעשלאגן דורך די נאצישע פאליציי!

אמת!

אבער אין ניו יארק ווי איך און נאך אפאר פון מיינע חברים וואוינען, ווייס איך אז אויב מיר שפארן אפ די FDR, אדער די וואשינגטאן בריק, אפילו פאר גיוס בנות אדער ניתוחי מתים חלילה - ווערן מיר אלע ארעסטירט אן קיין טענות ומענות.

יא וועלן אויך קענען שרייען נאציס!!!

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:39 am

קיסריה האט געשריבן:די משטרה זענען רוצחים!
די וועלט דארף אויפגעשוידערט ווערן!!!

אומשולדיגע פראטעסטירער ווערן שרערליך צעשלאגן דורך די נאצישע פאליציי!

אמת!

אבער אין ניו יארק ווי איך און נאך אפאר פון מיינע חברים וואוינען, ווייס איך אז אויב מיר שפארן אפ די FDR, אדער די וואשינגטאן בריק, אפילו פאר גיוס בנות אדער ניתוחי מתים חלילה - ווערן מיר אלע ארעסטירט אן קיין טענות ומענות.

יא וועלן אויך קענען שרייען נאציס!!!


אין נוא יארק אדער אין א שום אנדערע דעמעקראטישע לאנד טוט נישט פאליציי זיך אזוי אויפפירען ווי דא! האק נישט אין טשייניק, די פאליס אין אמעריקע וואלט אפשר ארעסטירט, נישט געהאקט און געשטויסען רעכט און לינק ווי אומציוועליזירטע חיות, די איזרעלישע פאליס זענען אומערצויגענע כעס'יגע חיות רעות, נאציס איז נישט קיין אנדערסטעיטמענט,

ווען דעס געשעהט אין אמעריקע, נישט נאר אויב די פאליס וואלט אזוינס געטוהן אפילו פאר ווילדע פראטסעטירערס וואלט די לאנד געפלאקערט! זיכער נישט פאר יעדעם וואס איז געשטאנען אין וועג, הימעל שרייענדיג!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:46 am

מנטריאל האט געשריבן:זיץ און NY אויפן גאס אין זינג,

יא יא מער וויפיל דו מיינסט


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט