אפיסעס פון מרכז הצלה אינוואדירט דורך פאליציי

אחראי: יאנאש

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

לאנדאן שטופער האט געשריבן:רוב זאכן זענען אויף הארדרייווס און געשריבן מיט קאודס

והוא פשוט, זיי זענען נישט משוגע, זיי ווייסן אויך מיט וועמען זיי האנדלען (מיט די רוהיגע סאלידע ציונים, פון די איינציגעסטע "דעמאקראטישע" לאנד, אין די מיטל מזרח דיקטאטורישע זאנע!!!, וואס האבן א פרידע"ם או"וו ספיט"ש און לאזן טון אלע זאכן וואס ווערן געמאכט ליגא"ל)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
געב_מיר_כח
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געב_מיר_כח »

ב"ה אלע עסקנים וואס זענען נעכטן ארעסטירט געווארן ביי די איבערפאל זענען יעצט ארויסגעלאזט געווארן

קבלת פנים פאר זיי אין פראנט פון די אפיס
דערנאך וועט מען מארשירן ביזן הויז פונעם גאב"ד שליט"א
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)
ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

ציון הלא תשאלו לשלום אסירך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראבב »

יעצט קומט די גוטע נייעס שוין באפרייט אלע ארעסטירטע
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

געהערט אז זיי האבן גארנישט געטראפן דארט אלע זייערע זאכען זענען געווען אויף א קלאוד
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

די אפיס איז בו ביום געווארן איבערגעפרישט אויפן שענסן און בעסטן אופן כדי ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש פון ראטעווען אומשולדיגע אינגעלייט און בחורים וועלכע ווערן פארפלאנטערט אין א דירעקטע פועל יוצא פון די שעדליכע גזירת גיוס וואס שוועבט אויפן אידנטום אין ארץ ישראל
אטעטשמענטס
rsz_img_5577.jpg
rsz_img_5577.jpg (97.15 KiB) געזען 7700 מאל
אויסגעשטאט מיט נייע קאמפיוטערס
אויסגעשטאט מיט נייע קאמפיוטערס
rsz_img_5582.jpg (71.64 KiB) געזען 7700 מאל
די נייע אויפגעפרישטע אפיס
די נייע אויפגעפרישטע אפיס
rsz_img_5578.jpg (75.04 KiB) געזען 7780 מאל
לעצט פארראכטן דורך לאלתר לחיים אום מיטוואך אוגוסט 09, 2017 5:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

ויפוצו
Pages from העדה עקב תשעז (002).jpg
Pages from העדה עקב תשעז (002).jpg (160.93 KiB) געזען 7575 מאל
וימאןX3
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וימאןX3 »

ממש א שרעק וואו אזוי זיי באגיין זיך מיט א בשר ודם!!!

https://doc-00-2o-docs.googleuserconten ... e=download
אמאל אמאל
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 1:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמאל אמאל »

וימאןX3 האט געשריבן:ממש א שרעק וואו אזוי זיי באגיין זיך מיט א בשר ודם!!!

https://doc-00-2o-docs.googleuserconten ... e=download



די לינק ארבעט נישט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שרעקלעך די קליפס
farshlufen האט געשריבן:רוצחים


שרעקלעך די קליפס
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אמאל אמאל
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 1:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמאל אמאל »

השם ישמרנו, עס גלייבט זיך נישט וואס דא טוט זיך!
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

נוצט אויס די געלעגנהייט! און שליסט זיך שוין אן אינעם שווערן מלחמה קעגן די כוחות הטומאה, דורכ'ן שטיצן די ארגאניזאציע 'מרכז הצלה', מיט איינמאליגע אדער מאנאטליכע שטיצע, און זייט זוכה צו די ברכות לרוב פון די גדולי ומאורי הדור שליט"א, וועלכע האבן אין די טעג געלאזט הערן ברכות קודש פאר די שטיצערס פון מרכז הצלה.
****

צו אנגעבן אייער נדבה דריקט דא:

פאר נדבות אין דאלער'ס ($) דרוקט דא
https://secure.cardknox.com/merkazhatzalah

פאר נדבות אין שקלים (₪) דרוקט דא
https://goo.gl/wsiyZi

אדער רופט - 079-9575660
(972-79-9575660+)
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

דעקל דער איד
דעקל דער איד.jpg
דעקל דער איד.jpg (263.87 KiB) געזען 7316 מאל
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

שמע ישראל אתם קרבים היום למלחמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

שרקעליכן אבלאווע פון ציוני'סטישער שלטון אויף 'מרכז הצלה' אפיסעס אין ירושלים

ארה"ק – שאק און שאדער הערשט ביים ערליכן אידנטום אין ארה"ק איבער די פרעצעדענטלאזע רדיפות און שרעקליכן איבערפאל וואס דער ציוניסטישע פאליציי האט פארגאנגענעם דינסטאג אנגעזייעט כאאס און אבלאווע אינערהאלב די הויפקווארטירן פון 'מרכז הצלה' אין מאה שערים געגנט ירושלים.

אין די מיטאג שטונדן (ארץ ישראל'דיגן זייגער), האבן געשולטע פאליציאנטן איינגעבראכן אינעם צענטראלן אפיס וואו עס קומען אריין די טויזנטער ווענדונגען און ווערן בעהאנדלט דורך די חשובע איינגעשטעלטע פונעם אפיס, נאכן קייטלען די הענט פון די איינגעשטעלטע האבן זיי אנגעזייעט א שרעקליכן חורבן ווי זיי האבן נישט אויסגעלאזט קיין אינטש, מיט עטליכע מינוט שפעטער זענען זיי אויך אנגעקומען צום באזונדערן אפיס פון די לויערס, ווי זיי האבן אויך דארט אנגעזייעט די שרעקליכן חורבן.

די גאנצע צייט איז אינדרויסן פון די אפיסעס פארגעקומען א שווערן שלאכט פעלד וואס ירושלים האט שוין יארן נישט געזען, אנגעפירט דורך די 'ימ"ר' – העכסטע איינהייט פון די ציוניסטישע פאליציי וועלכע ווערן געווענליך געניצט פאר די אראבישע שטחים, זיי האבן גערצח'עט אויף א שרעקליכן פארנעם, און ארויסגעגנב'עט פון די אפיסעס צענדליגער קאמפיוטערס, און פולע באקסעס מיט דאקומענטן און פיילס פון בחורים, ווי עס איז צום האפן אז זיי דארט נישט טרעפן קיין זאכן וואס איז אומלעגאל.

זייט דאן האבן די מסי"נ עסקנים נאכנישט גערוהט, נאר האבן די גאנצע צייט געארבעט פארן צוריקשטעלן דעם אפיס צו אנפאנגען נעכטיגן מיטוואך צופריה מיטן ארבעט ווי געהעריג ווי די אפיס איז איינגעהארדנט און פארראכטן געווארן, און עס איז שוין געברענגט געווארן נייע קאמפיוטערס, ווי די אפיס ארבעט שוין אצינד מיטן פולן קראפט.

דורכאויס דעם טאג האבן די מסי"נ עסקנים באקומען הויפנס חיזוק פון די גדולי ומאורי הדור שליט"א, כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט א לענגערער וויילע אנגעפירט א טעלעפאן קאנפרעץ מיט די ראשי העסקנים, און אזוי אויך האבן זיי באזוכט ביי כ"ק מרן הגה"ק גאב"ד ירושלים שליט"א און ביי כ"ק הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וועלכע האבן א לענגערע צייט אויסגעהערט די שוידערליכן באריכט איבער די איבערפאל.

באזונדער האבן די גדולי ומאורי הדור שליט"א, אויסגעהערט די שווערן נויט און חובות פון צענדליגער טויזנטער דאלער'ס פון די עסקנים איבערן שאפן דריגענד צענדליגער טויזנטער דאלער'ס פאר די שווערע שאדנס וואס די פאליצייאישע טעראריסטן האבן וואנדאליזירט די אפיסעס און געגנב'עט צענדליגער קאמפיוטערס.

אלס רעאקציע וועלן מרכז הצלה אין די קומענדיגע וואכן פארברייטערן שריט מיטן עפענען נייע אפיסעס אין 7 שטעט איבער ארה"ק, ביתר, צפת, אלעד, אשדוד, קרית ספר, בית שמש, און אויך אין ירושלים וועלן די אקטיוויטען גאר שטארק פארברייטערט ווערן, דערמיט שרייט דער יהדות החרדית פארן שלטון הכופר אתם אמרתם פן ירבה ורוח הקודש אומרת כן ירבה!.


טייערע אידן! אין אט די קריטישע טעג הערט אויס די וויי געשריי, פון טויזנטער נשמות ישראל וואס זייערע קעיסעס ווערן געפירט אין די הויפקווארטירן פון 'מרכז הצלה', וועלכע שטייען בראש המערכה קעגן די גזירת שמד הגיוס.

נוצט אויס די געלעגנהייט! און שליסט זיך שוין אן אינעם שווערן מלחמה קעגן די כוחות הטומאה, דורכ'ן שטיצן די ארגאניזאציע 'מרכז הצלה', מיט איינמאליגע אדער מאנאטליכע שטיצע, און זייט זוכה צו די ברכות לרוב פון די גדולי ומאורי הדור שליט"א, וועלכע האבן אין די טעג געלאזט הערן ברכות קודש פאר די שטיצערס פון מרכז הצלה.
****
צו אנגעבן אייער נדבה דריקט דא:

פאר נדבות אין דאלער'ס ($) דרוקט דא

פאר נדבות אין שקלים (₪) דרוקט דא
אדער רופט - 079-9575660
(972-79-9575660+)


קול מלחמה
[email protected]
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

א אוצר פון בילדער פונעם שוידערליכן אינוואזיע:

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

א אוצר פון ווידיאוס:

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

orig_487efd43549b4761adbafe34a2744979.jpg
orig_487efd43549b4761adbafe34a2744979.jpg (144.95 KiB) געזען 7114 מאל

orig_578932588c45465a99c0dac71ff0a514.jpg
orig_578932588c45465a99c0dac71ff0a514.jpg (152.89 KiB) געזען 7114 מאל

orig_8c7fe68c39b448298b6ffcb230988e59.jpg
orig_8c7fe68c39b448298b6ffcb230988e59.jpg (136.32 KiB) געזען 7114 מאל
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

orig_1c65d2b3639f4920b003c89c5ebe1dcf.jpg
orig_1c65d2b3639f4920b003c89c5ebe1dcf.jpg (137.15 KiB) געזען 7029 מאל


orig_c87d95c21d5b40b5a0f1822690d1915c.jpg
orig_c87d95c21d5b40b5a0f1822690d1915c.jpg (100.36 KiB) געזען 7029 מאל
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

היינט נאכט איז געווען פרישע אומרוען...
זיי האבן ״געוואלט״ ארעסטירן הרב ר לייבל דייטש שליט״א
וכו׳
ווער עס האט מער דיטעילס זאל ביטע ריפארטן...
הכל לטובה!
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

אויפגעבראכן ביי די אלמנה מרת דאוידאווויטש תחי' אשת הגאון רבי מנחם ז"ל, וועמען זיי האבן דארט'ן געזוכט ווייס איך נישט, ר' לייבל דייטש האבן זי אויך נישט געטראפן, און ר' יוסף קדיש בלויא ב"ר ישעי' האבן זיי איינגעזעצט אין שטוב, אויך האבן זיי איינגעזעצט אין חצר פון די אלמנה דוידואוויטש א יונגערמאן מיט'ן נאמען בריינדווין א זון פון הרב נח ברנדוויין מראשי קהל אנשי ירושלים, דאס וואס איך ווייס ביזדערוויל.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

שמו האט געשריבן:אויב די מדינה, דארף זיך אראפ לאזן אין א אפיס אין שוק מאה שערים (תוך הקסבה החרדי) בצהרי היום, איז א הוכחה קלאר ווי דעם טאג, ווי שטארק די מערכה טוט זיי וויי

מ'זעהט ווי די רשעי הציונים ברויזן פאר כעס און יאוש, (יא כעס און יאוש, ווייל ווילאנג ס'נאך דא א מרכז הצלה/מרכז עזרה ויעוץ א.ד.ג., זענען זיי פארלוירן).

ס"ה טוט מרכז הצלה העלפן נאר אויף ליגאלע וועגן, און די מדינה שפרינגט אזוי, פארוואס??? לציונים פתרונים!!!

וואס יא, דא קען מען זעהן דעם יד ה'!!!

דאס אז די ציונים האבן זיך אזוי שטארק צווילדעוועט, וועט נאר פאראייניגן בעז"ה דאס גאנצע יהדות החרדית על ראשה על קרבה ועל כרעיו, צו א געמיינזאמע מלחמת חורמה קעגן די ציונים בכלל, און קעגן 'חוק הגיוס והמסתעף' ועל כולנה דאס 'תוכנית לחלן את החרדים' מיט א מעכטיגע מערכה גדולה ואדירה קעגן דעם

ולה' הישועה.

מ'זאגט נאך א מימרא פון בריסקער רב "אויב א צעטל איז אראפגעריסן געווארן פון וואנט איז א סימן אז עס אויסגעפירט די שליחות" ממש דאס האט מען געזעהן!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

אמאל אמאל האט געשריבן:אין די לעצטערע שעות איז אנגעקומען די שרעקליכע נייעס איבערן ערענסטע אטאקע וואס די ברויזענדע רשעות'דיגע נאצישע ציוניסטישע פאליציי האבן אטאקירט דעם אנגייענדע פארנומענע אפיס פון 'מרכז הצלה'.


ווער עס ווייסט עטוואס נייעס איבערדעם, ביטע מגיב זיין.


-די אפיס פון מרכז הצלה איז יעדנפאלס א שטרענג געהיימע אפיס, נאכדעם וואס זי שטייט פון צווישן די הויפט קווארטירן ווי עס ווענדן זיך טויזענטער בחורים וואס פארפלאנטערן זיך מיטן גיוס געזעצן אינעם מדינת הציונות.
איך ווען נישט נעמען קיין שום שטעלע איבער דעם מחלוקת הפוסקים וואס רעשט אין די וועלט בנוגע וויאזוי צו פירן די מלחמה מיטן גיוס, אבער יעדנפאלס ווערט אזא אטאקע קעגן אזא פארנומענע און גאר-ערענסטע אפיס אנגענומען ביים כלל ישראל, מיט א שאק און שוידער.

אלזא נאכאמאל ווער עס ווייסט עפעס מער איבערן אטאקע וכו' ביטע איינמעלדן, ייש"כ

אויב עס איז די אפיס א שטרענגע סוד ווי פארשטייט זיך אז עס דארף אזוי זיין, אויב אזוי איז מיר סתם אינטרעסאנט זיי האבן געוויסט אז ס'קען זיין אז די רשעם וועלן קומען אזוי ווי זיי האבן געטוהן מיט וועד הצדקות מיט אםאר יאר צוריק, איז פארוואס האבן זיי זיך נישט אנגעגרייט פאר דעם, ווי למשל אלע סארטן טעכנעלאגישע וועגן אז פרעמדע הענט זעלן נישט קענען צוקומען צו דעם?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

די רציחות איז שוידערליך.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”