חתימת הרי"צ דושינסקי - תש"ח

אחראי: יאנאש

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

ODOM האט געשריבן:אנטשולדיקט מיר.
איך בין דא א גרינער, א נייער, און איך ערלויב זיך זאגין א פאהר ווערטער.
באלד זיבעציג יאהר וואס די טמא'נע מיליטער דינט און שלעפט נשמות צום אפגרונד. א ודאי איז א חיוב אויף יעדער איד נישט אריין טרעטין צווישן זיי. און איך מיין נישט קאלט מאכן גאר נישט אין דעם ענין.
אבער דיא געשראיי אז דער דעקאמענט וואס הרב דושינסקי זצ"ל איז אונטער געשריבן אויף עם איז א זיוף, זעט נישט אויס ריכטיג.
איך באמערק אז אין די אלע צעטלעך וואו ס'איז באשריבן דער איסור איבער מיליטער שטייט שווארץ אויף ווייס: "לבני הישיבות וחובשי בית המדרש". אדער "לבני הישיבות וחובשי ותופסי בית המדרש".
דאס הייסט אז אפיציעל איז דער איסור אויף מיליטער געדרוקט און צושפרייט נאר צו ישיבה לייט, און כאטש אלע ווייסן דעם אמת, האט מען נישט ארויס געשריבען "בשם המפורש" נאר וועגן ישיבה לייט.
אזוי אז ס'איז נישטא קיין ראיה אז דער גיטייפטער דעקאמענט איז א "זיוף".

במחילה מכבודכם שותא דמר לא ידענא, קודם כל האב איך נאר אהערגעברענגט א טעימה פון די מאמר פון העדה וואס איז א לענגערע בירור מיט שטארקע הוכחות, צווייטנס איז דער טייפרייטער הסדר א הסדר איבער בני ישיבות וואס אויף דעם שטייט בפירוש אין די אפיציעלע צעטלעך פון העה"ח מ'זאל זיך נישט שטעלן בשופו"א, דריטנס איז אינעם טייפרייטער הסדר פארהאן א סעיף איבער א מספר מצומצם פון מצויינים וואס גייען זיין פטור, בעת ווען אין די מודעות מטעם העדה שטייט קלאר בני ישיבות וחובשי ביהמ"ד אזוי אז מכל פינה שאתה פונה איז אפי' פון די צעטלעך א סתירה צו וואס עס שטייט אינעם אפירגעקומענעם טייפרייטער הסדר ותן לחכם ויחכם.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

גערעכט!
איך האב נישט גוט גלייענט דעם גיטייפטין דעקאמענט...
אבער, נאך אלעס, די וואס זענען נישט קיין בני ישיבות, האט מען נישט ג'אסר'ט גיין אין מיליטער.
היינט בעשרייבטמען אז ס'איז "יהרג ולא יעבור".
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
וואוילער איד
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 20, 2017 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילער איד »

אבן יקרה האט געשריבן:
סאכאטשאווער האט געשריבן:וואס איך נעם ארויס פון דער בריוו. (און אויב איינער איז מחולק ביטע מיר אויפווייזן ווי איך בין מיך טועה)

סעיף א- דווקא בני ישיבות זענען באפרייט פון מיליטער. וואס טוט זיך מיט סתם א חרדי ?

סעיף ב- די גאב''ד העדה האט נישט געהאלטען אז צו דינען אין מיליטער איז דא א איסור יהרג ואל יעבור מכח די העברה אויף די שלש שבועות. (היינט איז כמובן אנדערש מכח די גילו עריות און שמד. אבער איך רעד יעצט פון די בריוו. און די עצם איסור) און דאס געט אויך צו פארשטיין פארוואס אזוי פיל היימישע אידן האבן זיך נישט מוסר נפש געווען אלע יארן נישט אריינצופאלן אין מיליטער. בפרט יוה''כ תשל''ד. (א שטייגער ר' מענדל פריעדמאן וואס האט אויך געדינט א משהו אונטער די מיליטער.- זיין פאזיציע איז געווען אכטונג געבן אויף די קינדער זאלן זיך נישט דרייען און סכנה'דיגע פלעצער. עכ''פ עס איז נישט געווען אנגענומען אז די מיליטער מיינט דינען די מדינה)

סעיף ב5.- די מדינה האט א רעכט צו איבער קוקן די שיבות און עס פסלען כפי הצורך.

סעיף ב6 -די ראשי שיביות וועלן נישט צוריק האלטן איינער וואס שטעלט זיך מרצונו

סעיף ב8 -מען מוז לערנען מתחילה און א היימישע ישיבה. און נישט אנקומען ביי די זיבעצען און זיך איינשרייבען. (היינט אויך אזוי. כידוע ואכמ''ל)

סעיף ב - גילוי עריות און שמד איז געווען נאך ערגער דעמאלטס. אוי, ווי נידעריג זענען געווען די מפא"יניקערס. שאל נא לימים הראשונים.
סעיף ב8. - היינט איז נישט אזוי, היינט בעלי תשובות באקומען אויך רעכט פטור ווערן פון מיליטער. [דאס האט זיך געטוישט תשל"ז]

נישט אמת, א יעדע בעל תשובה וואס האט נישט געלערנט אין א חרדיש'ע ישיבה שטייט אויס געוואלדיגע שוועריגקייטן, אזוי אויך איינער וואס האט געלערנט ביז די זעכצן אין א ישיבת הסדר (מזרחי), קען אויך נישט באקומען קיין דיחוי, און ער קען זיך שוין נישט איינשרייבן דעמאלטס אין א חרדישע ישיבה.

לגבי די עצם חתימה פון הרב דושינסקיא, דארט שטייט קלאר אז מ'רעדט נאר פון היטן די שטאט, יהרג ואל יעבור וועגן שלש שבועות האט קיינער קיינמאל נישט געזאגט און מ'זאגט דאס נאך היינט נישט, און ס'איז נאך געווען פארן כור ההיתוך צייטן ודו"ק.
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

די נושא פון יהרג ואל יעבור איז א פארצווייגטע און אין די קול קורא'ס פון אסאך ווערט געברענגט וכרוך באיסורים של יהרג ואל יעבור, און בכלל ווער ס'הערט אביסל וואס גייט דארט פאר ווייסט אז ס'איז זיכער דא דארט נסיונות פון יהרג ואל יעבור, אבער סיי וויאזוי איז קלאר אז ס'איז זייער שווער צוצושטעלן די יעצטיגן מצב צו דעם דעמאלטסדיגע בפרט אז יעצט האבן זיי א ציהל אריינצושלעפן ווי מער חרדים וואס קען דאס מאכן א שעת השמד, און אבער בעיקר האט מען זיך דא באצויגן צו די חתימת הרי"צ דושינסקי ווי די קעפל לויטעט און מיר זענען בכלל נישט אריינגעגאנגען אינעם נושא פון די עצם מיליטער וואס פאדערט א באזונדערע שמועס, אבער ווי עס שיינט איז דער אפירגעקראצטע טייפרייטער צעטל פון וועלכע מ'האט געוואלט ציען מסקנות ווארשיינליך א זיוף בת 70 שנה.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

ODOM האט געשריבן:גערעכט!
איך האב נישט גוט גלייענט דעם גיטייפטין דעקאמענט...
אבער, נאך אלעס, די וואס זענען נישט קיין בני ישיבות, האט מען נישט ג'אסר'ט גיין אין מיליטער.
היינט בעשרייבטמען אז ס'איז "יהרג ולא יעבור".


מ'דארף קענען אביסל היסטאריע פון 70 יאר צוריק.
איז בכלל געווען אין א"י דעמאלט בחורים וואס האבן זיך גערופן וואס זענען נישט "בני ישיבות"?
אויב יא, איז בכלל געווען א רעדע אז מ'זאל קענען אפהאלטן מטעם המדינה שר"י פון צו גיין אין מיליטער?
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

האב איך געזעהן אין די באריכט צעטל וואס קומט ארויס, אז די קנאים אין ארץ ישראל לייקנען די קול קורא
..
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”