אסיפת רבנים מאנסי א' בלק גזירת הגיוס

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מיטוואך יולי 05, 2017 1:59 pm

איך נעם מיין נייעס פון דא, איך וויל פראבירען צו מאכען א סך הכל פון די לעצטע דריי בלעטער, קארעקט מי איף איך האב עס ארויס ראנג.

צד א זאגט: עס איז דא א גזירה, אבער כדי צו זיין עפקעטיוו דארך מען ארבייטען בחכמה ובדעת אנצוקימען צו די סאמע שפיץ פון די וואס שטיצען די גזירה, און אויב מען וועט ניישט אזוי טיען - ארבייטען בחמה ובדעת - וועט מען נישט אויפטיען וואס מען קען - און מען דארף אויפטיען, דערפאר לאמיר ווארטען און ארבייטען שטייט און שטילער אבער מער עקפעקטיוו,

צד ב זאגט: עס איז דא א גזירה, און סיי וואס מען וועט נאר טיען וועט האבן א השפעה, דערפאר לאמיר עפעס יעצט טיען צו אריינכאפן די השפעה וואס מען קען אויפטיען אפילו אויב עס וועט נישט אינגאנצן העלפן בטל צו מאכען די גזירה.

איז דאס די דיון דא?
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
מצפה לישועה
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 10:03 pm

תגובהדורך מצפה לישועה » מיטוואך יולי 05, 2017 2:06 pm

שמו האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:לאמיר זיך מצייר זיין:

צען גאר ערליכע רבנים און ראשי ישיבות פון יאפאן והגלילות: קומען ארויס מיט א שרייענדיגע קול קורא אז מ'טאר נישט לערנען קיין ענגליש מיט די אינגלעך אין אמעריקע, ווייל ס'איז א חרם הקדמונים וכו' וכו'.

און זייער טענה איז גערעכט לכל הדיעות (לדעתי) אבער די יאפאנעזער רבנים און ראשי ישיבות גייען נישט קודם אריבער צו די רבנים, אדמורי"ם וראשי ישיבות אין אמעריקע וועלכע פארמאגן רוב מנין ורוב בנין פון אלע תלמוד תורה קינדער אין אמעריקע.

איז עס עפעס מחייב פאר מוסד א', מוסד ב' אדער מוסד ג' אין אמעריקע מיט זייערע פופציג טויזענט אינגלעך?
ווער פרעגט די רבנים פון יאפאן?
די רבנים אין אמריקע זאגן להד"ם, אלעס איז פיין, אין לך להתערב... מיר קענען די פאקטן בעסער, און ס'איז נישט אמת וואס איר זאגט.

טראכט אריין אן קיין נגיעות, וועט איר איינזענן אין א מילי-סעקונדע אז מ'קען גארנישט אויפטאן (אויב זוכט עמיצער דעם תכלית) אן דעם וואס מ'זאל גיין צו די באטרעפנדע ראשי ישיבות און אדמורי"ם צי וועמען די פופציג טויזענט אינגלעך באלאנגען.

וזה פשוט מאוד לכל בר דעת.


גראדע פארגעס נישט, אז זיי נעמען געלט פון אמעריקא (יהדות ארה"ב), און דעריבער בעל הדעה בעל המאה, מעגן מיר נאך האבן אזא דעה ווי די מדינה הציונות האט אויף זיי


זייט ווען נעמען די אגודיסטן געלט פון די סאטמערע קרייזן?
איר צאלט געלט פער די עדה החרדית או פאר זיי קענט איר (אפשר) זאגן וואס צו טוהן.
איז אגודה אמאל געקומען נעמען געלט פון אייך?
ישועת השם כהרף עין

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך יולי 05, 2017 2:09 pm

תענית חלום האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:אוודאי.

ספה״ק ויואל משה איז א שטארקע הלכה באיסור החמור של שלוש שבועות, מאמר לשון קודש, ומאמר ישוב ארץ ישראל.

נישט איבער פאקטן.

און אויסער דא איז דא ארגומענט נומער 1.
איבער׳ן רבינ׳ס גיין צו אלע רבי׳ס איידערן ארויסגעבן דעם ספה״ק ויואל משה.


קודם כל, מיטן ספה"ק ויואל משה איז דער רבי געווען כמעט א יחיד רוב ארי מנהיגים זענען נישט געווען בדעה אחת. משאכ דא זענען אלע מודה אז מיליטער איז א פראבלעם עס איז נאר דא א פלוגתא וואס די מציאות איז און דאס קען מען אויסקלארן מיט דעם קאמיטע.

נאך מער, דאכט זיך אז תשל"ח ווען די רעגירונג האט אנגעהויבן טיילן געלט האט רביה" ק מסאטמאר ז"ל געשיקט דעם ברך משה ז"ל צי רעדן צי בעלז דאכט זיך און מסביר זיין די חומר העניין.

די ויואל משה איז א חיבור געשריבן להלכה, און אלס פסק הלכה איז כ"ק אדמו"ר מהרא שליט"א אויך מסכים צי שרייבן א בריוו, אבער בנידון דידן טענהט ער אז צי ריכטיג אויפטאן דארף מען ארייננעמען די אר"י'דיגע מנהיגים

עס איז נישט שייך זיך צו קריגן מיט א מציאות. די מציאות איז אז עס איז דא א אויפשטייג פון חרדים אין מיליטער. די וואס זאגן אנדערש, זענען נישט באהאוונט מיט די מציאות. מאך די ריסוירטש וועסטו אויך געוואר ווערן וואס די מציאות איז.

צווייטנס, די קאמיטע וואס מען וויל שטעלן איז נישט מברר צו זיין די מציאות, עס איז 1 צו ״אויפמאכן די אויגן פון די דארטיגע רבנים״ צו זעהן די פאקטן, און נישט זיך לאזן פארפירן פון די ח״כ, וואס ונוער געדענקט נאך ווי זיי האבן געריסן קריעה שטייענדיג ביים שטענדער אין כנסת. זיי זענען אויך אדורך א ״הסתגלות״ און געמאכט א דיעל מיט די וועד הישיבות אז ״נפש תחת נפש״ מ׳וועט שיקן ספרדים וכדו׳ און שלום עלי נפשי.

די צווייטע זאך פון די קאמיטע איז, צו מסביר זיין די בחורים די הארבקייט פון גיין אין מיליטער. עס זענען דא אזעלכע וואס טראכטן, טאקע עס איז חשובער צו זיין א בן תורה, זיצן אין ישיבה, אבער בלית ברירה קען מען גיין אין צבא. וואס דאס דארף מען מסביר זיין, אז עס איז בכלל נישט קיין אפציע.

אגב, ווער האט די קליפ ווי זיי רייסן קריעה, ביטע ארויפלייגן. א דאנק.


מציאות רעדט איך פין וועם מ'נעמט. און פינקטליך וויאזוי וכו'. אויב שטעלסטו זיך אויף זאגן אז מנעמט בחורים פין איין ישיבה און מארגן לייקענט עס דער ראש ישיבה אפ (כבר הי' מעשה...) הרגעסטו אפ די מערכה מיט דעם.

די קאמיטע פלאן ווערט פארגעלייגט דורך אדמו"ר מהרא שליט"א און ער זאגט קלאר וואס ער וויל מיט דעם. אז די קאמיטע זאל מיטן אמתן מציאות ארומגיין רעדן צי די א"י מנהיגים און אזוי זיי ארייננעמען אין די מערכה

און דאס גייט אין ליניע מיט דעם וואס רביה"ק ז"ל האט אראפגעשיקט אין תשל"ח דעם ברך משה ז"ל

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך יולי 05, 2017 2:14 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:ווער האט זיך געריסן קריעה?

געטראפן

https://www.dropbox.com/s/w5j8igalndv7z ... A.mp4?dl=0

https://www.dropbox.com/s/byr173dhodh0m ... 8.mp4?dl=0

איז די מציאות ביטער אדער נישט?



די קליפ איז פון אמאל בשעת לפיד האט געמאכט די נייע חוקים (שקד קאמיסיע).
היינט איז תשע"ז - און אלע ראשי ישיבות שרייען חי קים קושטא קאי שיקרא לא קאי. נישטא קיין גזירות גיוס והכל עצהיו"ט. אינטרעסאנט?

להוי ידוע די קליפ איז פון 4 יאר צוריק. היינט שרייען זיי אז נישטא קיין גזירה.


להוי ידוע אז א גרויס חלק פון יענעם געזעצען האט מען לאחר זמן משנה געווען... א חלק לגמרי א חלק אפגעשטיפט לעת עתה

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מיטוואך יולי 05, 2017 2:15 pm

איך זע דא נאך א יסודות'דיגע חילוק צווישען די צוויי צדדים, ביטע קארעקט מיט איך איי עים ראנג.

צד א זאגט: אויב וועט מען גייט מיט חכמה ודעת, און מיט א קאמיטע, איז יתכן אז מען קען איבערדרייען זייערע ראשי ישיבות ומנהיגים לטובה אז זיי זאלן טוישן זייער צוגאנג צו די זאך דורוך איינזען די שעדליכקייט פון זייער מהלך.

צד ב זאגט: מיר האבן אויפגעגעבן אז זייערע ראשי ישיבות ומנהיגים וועלן זיך עפעס רירען פון פלאטץ און טוישן מהלך, מיט א מהלך אז בדרכי נועם קען מען גארנישט משנה זיין, נאר מיר דארפן גיין מיט א אויפקלערנוג און פראטעסטען צו יענע ציבור אז זיי זאלן צווינגען זייערע מנהיגים צו טוישן מהלך.

איז דאס די דייון דא.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מיטוואך יולי 05, 2017 2:48 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:ווער האט זיך געריסן קריעה?

געטראפן

https://www.dropbox.com/s/w5j8igalndv7z ... A.mp4?dl=0

https://www.dropbox.com/s/byr173dhodh0m ... 8.mp4?dl=0

איז די מציאות ביטער אדער נישט?



די קליפ איז פון אמאל בשעת לפיד האט געמאכט די נייע חוקים (שקד קאמיסיע).
היינט איז תשע"ז - און אלע ראשי ישיבות שרייען חי קים קושטא קאי שיקרא לא קאי. נישטא קיין גזירות גיוס והכל עצהיו"ט. אינטרעסאנט?

להוי ידוע די קליפ איז פון 4 יאר צוריק. היינט שרייען זיי אז נישטא קיין גזירה.

די פרעגס אפ? די ענפערסט? איך בין צימישט

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » מיטוואך יולי 05, 2017 3:08 pm

איך וועל פרובירן גאר אין קורצן ארוסצוברענגן וויאזוי איך זעה דאס, מיט אביסעלע אויבעסערונגען אין די ווערטער פון צהלה ושמחה, און אדרבה איך וויל הערן וואס דער עולם זאגט.

צהלה ושמחה האט געשריבן:איך נעם מיין נייעס פון דא, איך וויל פראבירען צו מאכען א סך הכל פון די לעצטע דריי בלעטער, קארעקט מי איף איך האב עס ארויס ראנג.

צד א זאגט: עס איז דא א גזירה, אבער כדי צו זיין עפקעטיוו דארך מען ארבייטען בחכמה ובדעת אנצוקימען צו די סאמע שפיץ פון די וואס שטיצען די גזירה (זאגן אז עס איז נישטא קיין גזירה, און אויב מען וועט ניישט אזוי טיען - ארבייטען בחמה ובדעת - וועט מען נישט אויפטיען וואס מען קען - און מען דארף אויפטיען, דערפאר לאמיר ווארטען און ארבייטען שטייט און שטילער אבער מער עקפעקטיוו, און מאכן א קאמיטע וואס זאל פארן קיין ארץ ישראל אויפצוקלערן די דארטיגע רביס

צד ב זאגט: עס איז דא א גזירה, און סיי וואס מען וועט נאר טיען און מען דארף טוהן סיי וואס וועט האבן א השפעה, אבער כדי צו זיין עפקעטיוו דארך מען ארבייטען בחכמה ובדעת, און היות די גזירה ברענט ובעיקר אין די זייטיגע דערפער די וואס געהערן נישט צו די גרויסע הויפן, זענען יעצט די גרעסטע קרבנות וואס קיינער קוקט זיך נישט געהעריג אום אויף זיי וואס צוליב דעם קענען די ציידים און פיתויים בעסער ארבייטן דארטן און צוליב וואס זיי ווייסן נישט וויאזוי מען דרייט זיך ארויס דערפון, דערפאר לאמיר עפעס יעצט טיען צו אריינכאפן די השפעה וואס מען קען אויפטיען, און לאמיר מאכן א קול קורא איבער דעם פראבלעם פון מיליטער און שטיצן מיט געלט די קאמפעינס וואס טועהן אין הסברה סיי הסברה איבער דעם פראבלעם פון גיין אין מיליטער און סיי הסברה און עצות והדרכות נישט צו ווערן פארפלאנטערט,

ווי אויך איז וויכטיג אהנצוקומען צו די סאמע שפיץ וואס שטיצן די גזירה = זאגן עס איז נישטא קיין גזירה, אבער כדי צו זיין עפקעטיוו דארך מען ארבייטען בחכמה ובדעת און איינער פון די עצות איז א קול קורא פון אלע גרויסע רבנים דאהי, וועט לייגן דרוק אויף די דארטיגע רבנים, (אזוי ווי די פעולות פון די פארגאנגענע וואכן האבן איבערצייגט,) וואס האבן דרוק און נגיעות פון זייערע ארומיגע צו שטיצן די גזירה אדער צו זאגן\מיינען\האלטן אז עס איז נישטא קיין גזירה, אז זיי זאלן זיך צושטעלן און לסוף אויך באקעמפן די גזירה, אפילו אויב עס וועט נישט אינגאנצן העלפן בטל צו מאכען די גזירה. און דער דער אייבירשטער וועט העלפן אז מען וועט אינגאצן בטל מאכן די גזירה.

איז דאס די דיון דא?

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » מיטוואך יולי 05, 2017 3:25 pm

נאכן איבערהערן די אסיפה עטליכע מאל פרובירענדיג צו פארשטיין די טענות לכאן ולכאן, בין איך געבליבן ביים א'

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך יולי 05, 2017 3:29 pm

מ'קען שוין געבן מעות קדימה?

פרידן
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך יולי 05, 2017 3:30 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:איך נעם מיין נייעס פון דא, איך וויל פראבירען צו מאכען א סך הכל פון די לעצטע דריי בלעטער, קארעקט מי איף איך האב עס ארויס ראנג.

צד א זאגט: עס איז דא א גזירה, אבער כדי צו זיין עפקעטיוו דארך מען ארבייטען בחכמה ובדעת אנצוקימען צו די סאמע שפיץ פון די וואס שטיצען די גזירה, און אויב מען וועט ניישט אזוי טיען - ארבייטען בחמה ובדעת - וועט מען נישט אויפטיען וואס מען קען - און מען דארף אויפטיען, דערפאר לאמיר ווארטען און ארבייטען שטייט און שטילער אבער מער עקפעקטיוו,

צד ב זאגט: עס איז דא א גזירה, און סיי וואס מען וועט נאר טיען וועט האבן א השפעה, דערפאר לאמיר עפעס יעצט טיען צו אריינכאפן די השפעה וואס מען קען אויפטיען אפילו אויב עס וועט נישט אינגאנצן העלפן בטל צו מאכען די גזירה.

איז דאס די דיון דא?

ניין
צד א' ווען איך נישט מסביר זיין, ווייל איך האלט ווי צד ב' אין איך וויל נישט זיין ווי דעי וואס זענען מיך מסביר וואס איך האלט אין ווענדען מיך אפ לויט ווי זיי האבן מיך מסביר געווען

עס איז דא די גזירה בשורש איז עס פין די מדינה, זיי ווילן אויסמישען די פרייע מיט די פרומע ע"כ אלץ טייל פין דעם ווילן זיי ברעכן די מציאות פין נישט גיין אין מיליטער, ווייל די מיליטער איז איינע פין די שנעלסטע וועגן אנצוקומען צום ציל,
וועגן זיי ווילן דאס האט זיך אנגעהויבן א מלחמה היתכן חרדים גייען נישט אין מיליטער, די פרומע פארטייען זענדיג אז די מצב ווערט ערנסט אין מורא האבנדיג אז מען וועט איינפירן בכפיה אין אז מען וועט גיין בכפיה וועט מען דאך מוזן צירוק קעמפן וועט מען אוועק נעמען די געלטער, אין ביי זיי איז דאס ביטול עולם התורה, ע"כ האבן זיי פראבירט צו ארבייטן צו בארואגען די געמיטער אנגעהויבן מיט נחל חרדי ווען דאס איז נישט געווען גענוג איז מען איינגעגאנגען אויף שחר דאס האט אויך נישט געהאלפן אין שפעטער איז אריין געקומען לפיד אין געגאנגען בכפיה נאכדעם זענען זיי צירוק אין די קאליציע האבן זיי ווייטער איינגעגאנגען אויף די בפה רך מיטשטיין מיט די השתקה העלפן מיט די הסתגלות אין פראבירן נאכצוקומען די יעדים,

יעצט צום מצב איז דא אפאר נקודות וואס מען דארף באקעמפן א) קודם די מדינה וואס שטייט אינטער דעם בשורש, ב)נאכדעם איז דא צוזען אז עס זאל נישט זיין קיין גזירת השתקה, ג)נישט צולאזן קיין הסתגלות ד)זעהן אז די בחורים זאלן וויסן די לעכער נישט אריין צו פאלן ה)משפיע זיין אז די ציבור זאל פארפירן ה) ארבייטן אז די רבנים אין א"י זאל ארויס קומען קעגן די פאליטיקאנטען וואס האבן א הסכמה אויף אלעם פין זייער גרעסטע מנהיג

יעצט צו א-ב-ג-ד דארפ מען נישט האבן קיין אר"י רבנים ווען עס איז דא אין א מחלמה אין אמעריקא שאדט עס צי די הסתגלות השתקה אין העלפט אז בחורים זאלן וויסן די פראבלעם, אפי' זיין רבי האט נישט געזאגט ער ווייסט אבער זיך צו וואטשען

נקודה ה) טוט אויף אויף 50% אפי' אן די אר"י רבנים ווייל די פאקט איז ווען אנדערקענטע רבנים פארפירן אריינגערעכנט די רעכטע אין אר"י ברענגט ספיקות ביי המון עם פונקט ווי ביי אונזערע מחלוקת דארף יעדע צד כסדר האבן גאנצעטע אינטערוויאס אין ארטיקלען זיך מסביר צו זיין אנקעגן וואס די אנדער זייט זאגט, איי יעדע צד האט א מנהיג פיין אבער דער עולם פרעגט קשיות, כך המציאות נאר ווילאנג עס איז נישט זיין רבי זאגט ער מיך נישט אויס הויעך אז ער פרעגט אבער ביי זיך פרעגט ער

נקודה ו' אנהייבן אין ווארטן זיי זאלן ארויס קומען זאלסטו מיר ווארטן ביים קארנער מיט א שאפינג בעג, זיי גייען נישט אנהייבן אליינס א מערכה מיט זייערע ראשים קיינמאל, אז אמעריקא אלע קרייזן וועלן פארפירן אין דא א שאנס אז טייל זאלן זיך ברעכן, אין יא ארויס קומען ברבים מסכים זיין מיט אנדערע וואס זענען שוין ארויס געקומען איז גרינגער ווי ארויס קומען אליינס קעגן די סיסטעם

אין זייער מהלך האבן זיי אסאך מער אינטערסע ווי די לוחמים ביי זיי איז עס מיליאנען דאלארען גרויס פאסטענס אין זיי גייען נישט טוישן מהלך אזוי שנעל
אפי' עס וועט יא געלונגען אז געוויסע רבנים שוין נאכדעם וואס מען וועט אנדרייען אין אמעריקא וועלן ארויס קומען וועט מען מאכן א פיצי טויש אין זאגן אז יעצט איז אלעס מסודר אין די מלחמה וועט ווערן שווערער ווייל די וואס האבן דאך פארפירט פארפירן שוין נישט מוז זיין אז אלעס איז מסודר די מלחמה קען נישט אין טאר נישט זיין געפאקעסט אויך זייער חסדים

די מלחמה דארף זיין סיי צו שטערן די השתקה אין הסתגלות, סיי צו זיין א וואטש דאג קעגן די מפשרים

אין מלחמות שלא לשם שמים צווישען קהלות ווארט קיינער נישט אז די רבנים פין די אנדערע זייט זאל מודה זיין אין א עוולה, וואס מען פארפירט נאר מען פארפירט אין מען איז מוחה אין די אנדערע זייט האט היץ פינעם שטורעם אין דאס ברענגט נאכדעם היץ פין זייערע רבנים,

ווען די מלחמה וואלט יא געווען מתייצבים אדער אינו מתיצצבים דארט קומט אריין די טענה אז וואס אונז גיעי מיר זאגן גייט נישט אויסמאכן ווייל נישט אונזערע מענטשן וויל מען פועלן אין א וויזניצע בחור וועט זיך ווייטער שטעלן אפי' עס קומט ארויס א ריזגע קול קורא פין אמעריקא, אבער די מלחמה איז דאך נישט דאס אין קעגן די גזירה בכלל איז א מלחמה אין אמעריקא קריטיש

טרם אכלה איך זעה אז מיללער פרעגט צו א קול קורא גיט אויפטוען מער ווי די כינוס ווען די שאלה וועלכע פין די צווי איז שטערקער איז זעכער די כינוס אבער אז די כינוס איז געווען איז דעס אנטאפ אויף די כינוס עס מאכט די רושם פין די כינוס אסאך שטערקער
פונקט ווי די פארשטייסט אז ווען די אלע ביים מיטונג קומען ווען צום כינוס וואלט עס געווען שטערקער די זעלבע א צעטיל זאגט אז צו די טענות פין די כינוס זענען אלע מסכים מאכט די מערכה אסאך שטערקער

אין יא די אלע וואס די האסט אויסגערעכנט וואס האבן שוין געטין אין געזאגט יא די אלע זאכן האט שטארק געשאדט פאר די הסתגלות אין השתקה אין געברענגט א פאזעטיווע טויש כאטש נישט גענוג אינעם צוגאנג פונעם וועד הישיבות
יא מען שטייט יעצט אסאך אסאך ווייטער אין די מערכה ווי ל"ג בעומר
אויב פארשטייט יעדער אז זיי גייען פראבירן צו שטערן א מעכטיגע קול קורא איז פשט אז עס העלפט

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך יולי 05, 2017 3:30 pm

ר' עמרם ט"ב האט דארט גערעדט וועגען דעם תיקון גדול וואס מען האט ארלעדיגט, אז די בחורים וואס שטעלן זיך דארפן נישט גיין איינציגווייס, נאר מען גייט בקבוצות און יענער צייט איז נישטא קיין חיילות און די בדיקות זענען מינימול כו'. אבער ער טאנעט אז דאס איז נאר פאר געוויסע ישיבות אין ירושלים און בני ברק, און ער ברענגט א מעשה פון א ספרדישע ישיבה יקירי ירושלים וואס האט פארלאנגט דאס און מען האט זיי נישט נאכגעגבען, און אויכעט זאגט ער אז אין קרית צאנז נתניה און חיפה [מן הסתם הכוונה לסערט ועוד] איז נישט דא די מעגליכקייט.


אחר הבירור, הדבר אינו נכון, בישיבת צאנז בנתניה מתייצבים בקבוצות.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך יולי 05, 2017 3:40 pm

תענית חלום האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:ווער האט זיך געריסן קריעה?

געטראפן

https://www.dropbox.com/s/w5j8igalndv7z ... A.mp4?dl=0

https://www.dropbox.com/s/byr173dhodh0m ... 8.mp4?dl=0

איז די מציאות ביטער אדער נישט?



די קליפ איז פון אמאל בשעת לפיד האט געמאכט די נייע חוקים (שקד קאמיסיע).
היינט איז תשע"ז - און אלע ראשי ישיבות שרייען חי קים קושטא קאי שיקרא לא קאי. נישטא קיין גזירות גיוס והכל עצהיו"ט. אינטרעסאנט?

להוי ידוע די קליפ איז פון 4 יאר צוריק. היינט שרייען זיי אז נישטא קיין גזירה.

די פרעגס אפ? די ענפערסט? איך בין צימישט



איך זעה אז דו ביסט אביסל צומישט. ווייל די קליפ איז פון תשע"ד. דעמאלט איז געווען די שקד קאמיסיע האט מען זיך קריעה געריסן.
היינט איז תשע"ז - און אלע ראשי ישיבות פה אחד זאגן להד"ם - נישטא קיין גזירות גיוס. פארקערט ס'איז נאך בעסער פון אמאל.

זיי שרייבן עס אין א בריוו קלאר און דייטליך פאר יעדן בחודש סיון תשע"ז: נישטא קיין גזירות גיוס!

נאך עפעס שווער?

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך יולי 05, 2017 3:55 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:ר' עמרם ט"ב האט דארט גערעדט וועגען דעם תיקון גדול וואס מען האט ארלעדיגט, אז די בחורים וואס שטעלן זיך דארפן נישט גיין איינציגווייס, נאר מען גייט בקבוצות און יענער צייט איז נישטא קיין חיילות און די בדיקות זענען מינימול כו'. אבער ער טאנעט אז דאס איז נאר פאר געוויסע ישיבות אין ירושלים און בני ברק, און ער ברענגט א מעשה פון א ספרדישע ישיבה יקירי ירושלים וואס האט פארלאנגט דאס און מען האט זיי נישט נאכגעגבען, און אויכעט זאגט ער אז אין קרית צאנז נתניה און חיפה [מן הסתם הכוונה לסערט ועוד] איז נישט דא די מעגליכקייט.


אחר הבירור, הדבר אינו נכון, בישיבת צאנז בנתניה מתייצבים בקבוצות.


אפוא ביררת?
ווי קען מען זיך איבערצייגן מיט דאקומענטן אז זיינע פאקטן זענען נישט ריכטיג?

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך יולי 05, 2017 4:19 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:ליידער הערן נישט די בחורים אין ארץ ישראל אויס די פסקים פון אמעריקאנער רבנים און רבי'ס. מיר האבן נישט קיין גרויסע ווארט, בשעת וואס זייערע רבי'ס און ראשי ישיבות זאגן אז אלעס איז שקר. און מיר אין אמעריקע זענען נישט באהאווענט אין די פאקטן.

די בחורים הערן נישט די פסקים, אבער וועלן ווערן באהאווענט אז גיין אין צבא איז יהרג ואל יעבור, ס'נישטא קיין אפשען פון גיין אין מיליטער

ב. מיר אין אמעריקא זענען נישט באהאווענט אין די פאקטן? דו ביסט נישט באהאווענט, ביים כינוס הרבנים זענען געזעצן אסאך וואס זענען יא באהאווענט, און האבן דערציילט וואס זיי ווייסן יא
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך יולי 05, 2017 4:25 pm

וועלעך אריינווארפן מיין דעת תורא...

לצד אז עס מותר צו נעמען געלט אויפצוהאלטן די בני הישיבות.. דארף מען צו ווארפן א ביינדעל פאר די מדינה און זיי געבן א יערליכע מספר חיילים כדאי שלא יבוש המעיין און די קראנען זאלן ווייטער פליסען

משא''כ לצד אז עס אסור נהנה צו זיין מושלחנם איז פונקט פארקערט... פון דא אליין איז א ראי' אז מען טאר נישט נהנה זיין ווייל מען מוז איינגיין אויף 'געוויסע' פשרות מיט די מדינה.


(איך רעדט נישט דא פונעם אופן המערכה וואס מען האט אויסגעשמועסט ביים אסיפה א' בלק, איך רעדט אין אלגעמיין די צוויי צדדים)

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » מיטוואך יולי 05, 2017 4:30 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ר' עמרם ט"ב האט דארט גערעדט וועגען דעם תיקון גדול וואס מען האט ארלעדיגט, אז די בחורים וואס שטעלן זיך דארפן נישט גיין איינציגווייס, נאר מען גייט בקבוצות און יענער צייט איז נישטא קיין חיילות און די בדיקות זענען מינימול כו'. אבער ער טאנעט אז דאס איז נאר פאר געוויסע ישיבות אין ירושלים און בני ברק, און ער ברענגט א מעשה פון א ספרדישע ישיבה יקירי ירושלים וואס האט פארלאנגט דאס און מען האט זיי נישט נאכגעגבען, און אויכעט זאגט ער אז אין קרית צאנז נתניה און חיפה [מן הסתם הכוונה לסערט ועוד] איז נישט דא די מעגליכקייט.


אחר הבירור, הדבר אינו נכון, בישיבת צאנז בנתניה מתייצבים בקבוצות.


אפוא ביררת?
ווי קען מען זיך איבערצייגן מיט דאקומענטן אז זיינע פאקטן זענען נישט ריכטיג?

טאקע פארדעם דארף מען אראפ פארן מברר זיין וואס עס גייט דארט פאר ווייל דאקומענטען און שמועות איז ב"ה דא גענוג לכאן ולכאן הרוצה לשקר ירחיק עדותו גייט אויף ביידע זייטן ווען מוועט אהין שיקן רבנים עס מברר צו זיין איז בעז"ה דא מער שאנסן ארויסצוקומען קלאר וואס די מצב איז און וואס מדארף יעצט טוהן סיי די פאליטיקאנטן וועלן נישט קענען זאגן להדם און סיי די מערכה וועט געפירט ווערן אויף בלויז אמתע פאקטן וואס מוועט זיך נישט קענען ארויפכאפן אויף די 50% וואס סאיז טאקע שקר
יענקל לעדערמאן

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך יולי 05, 2017 4:34 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ר' עמרם ט"ב האט דארט גערעדט וועגען דעם תיקון גדול וואס מען האט ארלעדיגט, אז די בחורים וואס שטעלן זיך דארפן נישט גיין איינציגווייס, נאר מען גייט בקבוצות און יענער צייט איז נישטא קיין חיילות און די בדיקות זענען מינימול כו'. אבער ער טאנעט אז דאס איז נאר פאר געוויסע ישיבות אין ירושלים און בני ברק, און ער ברענגט א מעשה פון א ספרדישע ישיבה יקירי ירושלים וואס האט פארלאנגט דאס און מען האט זיי נישט נאכגעגבען, און אויכעט זאגט ער אז אין קרית צאנז נתניה און חיפה [מן הסתם הכוונה לסערט ועוד] איז נישט דא די מעגליכקייט.


אחר הבירור, הדבר אינו נכון, בישיבת צאנז בנתניה מתייצבים בקבוצות.


אפוא ביררת?
ווי קען מען זיך איבערצייגן מיט דאקומענטן אז זיינע פאקטן זענען נישט ריכטיג?



דארפסט נישט קיין דאקומענטען, קלונג אין צו עני חבר אדער באקאנטע קיין קרית צאנז [אויב די האסט] און פרעג וויאזוי זיין זוהן האך זיך געשטעלט

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מיטוואך יולי 05, 2017 4:35 pm

@ פרידן,

איך האב געליינט דיין תגובה מיט אינטערעסע און מחשבה, אבער עס איז מער שווער געווארען די מיליאן דאלער פראגע; מען האט דאך שוין געטיען דאס וואס דו זאגסט מען זאל טיען, מען האלט שוין נאך די מעגא בארקליעס צענטער מחאה, און די מציאות האט געוויזען אז מען האט נאר ערגער געמאכט ווייל די צד שכנגד - די יעניגע ראשי ישיבות - זענען געווארען מער פארביסען און גאר געשיקט בריווען שטייפער ווי ביז יעצט, און מען האט דא אין אמעריקע אויך פארלוירען עטוואס ליטווישע שטיצע.

טא פארוואס נישט אנהייבען ארבייטען מיט מוח אנשטאט מיט כוח, אהערשטעלן א קאמיטע וואס זאל האבן נציגים פון אלע גרויסע קהילות, און אזוי פראבירען צו מאכען א טויש?!


פארוואס פארוואס כאפט מען זיך נישט צו די געדאנק פון גיין מיט מוח און אזוי פראבירען, נאך וואס מען זעט אז מיט כוח איז מעו דערווייל דורוכגעפאלן? וואס דערלייגט מען פון פראבירען?

קיינער פון יענעם צימער לייקענט נישט די שעדליכקייט פון צה״ל, די הארבקייט פון ציניות, די רשעות פון די מדינה. אבער עס איז צייט אז מען זאל אמאל הערן א פרישע געדאנק, און אפשר אפשר גייט דאס יא מיט א פאראייניגטע כוח מצליח זיין, נישט דא קיין לאגישע סיבה אז מען זאל זיך נישט פאראייניגען און געבן צייט צו ארבייטען מיט מוח מיט א קאמיטע, מען וועט קענען דריקען א קו״ק און זעקס וואכען ארום אויך, די דריקער שפארען נישט אפ דאס געשעפט די קימענדיגע פאר טעג.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך יולי 05, 2017 4:35 pm

א. טראכטער האט געשריבן:וועלעך אריינווארפן מיין דעת תורא...

לצד אז עס מותר צו נעמען געלט אויפצוהאלטן די בני הישיבות.. דארף מען צו ווארפן א ביינדעל פאר די מדינה און זיי געבן א יערליכע מספר חיילים כדאי שלא יבוש המעיין און די קראנען זאלן ווייטער פליסען

משא''כ לצד אז עס אסור נהנה צו זיין מושלחנם איז פונקט פארקערט... פון דא אליין איז א ראי' אז מען טאר נישט נהנה זיין ווייל מען מוז איינגיין אויף 'געוויסע' פשרות מיט די מדינה.


(איך רעדט נישט דא פונעם אופן המערכה וואס מען האט אויסגעשמועסט ביים אסיפה א' בלק, איך רעדט אין אלגעמיין די צוויי צדדים)

די אינטערסאנטע זאך איז אז אין די צייטן פין לפיד ווען מען האט געשניטן שטיקער האט איינע פין די חברי הכנסת י"א מסביר געווען אז די גרויסע קהלות אין מוסדות בעלז וויזניץ פאנעווישט וכו' וועלן נישט אינטערגיין אז מען וועט נישט געבן געלט זיי וועלן זיך א עצה געבן, אבער די אלע קליינע קבלות אין שטעט אין שטעטלעך די ספרדישע קהלות וועלן נישט קענען אנגיין
יעצט האט מען געמאכט א פשרה לכבוד דעם אז טאקע די גרויסע זאלן זיין באשיצט אין די קליינע זאלן זיך מוטשענען

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » מיטוואך יולי 05, 2017 4:43 pm

איך מיין אז עס איז וויכטיג אויסצושמעסן כדי צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, אז עס איז דא יעצט 2 נושאים וואס ווערט באהאנדלט, איך וועל פרובירן עס מאכן אין קורצן

1) יעצט ווען עס איז דא גזירה, זיכער מאכן אז טראץ די גזירה, זאלן ווי ווייניגער בחורים אריינפאלן אין מיליטער, און לעת עתה איז דאס בעיקר ביי ספרדישע און ביי די וואס וואוינען נישט אין טאפ און געהערן נישט צו קיין גרויסע הויפן, פאר די דארף מען וויכטיג הסברה איבערן חומר הענין פון גיין אין מיליטער, און ווי אויך הדרכה וואס צו טוהן כדי זיך ארויסצודרייען, און א קול קורא פון רבנים וועט העלפן אין הסברה בחומר הענין, און ווי מער רבנים איז בעסער, און גרעסערע רבנים איז נאך בעסער, אבער איז נישט אזוי וויכטיג, דער עיקר וואס איז וויכטיג פארדעם איז געלט צו פארשפרייטן די הסברה און געלט פאר די אפיסעס ווי זיי קענען זיך ווענדן.

וואס דאס איז דער עיקר וואס מען וויל יעצט מיט די אסיפות און כינוסים (פארשטייט זיך מיטן פלאן אהנצוקומען צום ענד ציל, און מבטל מאכן אינגאנצען די גזירה).

נאכדעם איז דא נומער 2)
ארבייטן מבטל צו זיין די עצם גזירה, וואס אויף דעם איז שוין יא וויכטיג די השתתפות פון גור בעלזא וויזניץ ליטאים וכו' אבער ווי עס קוקט אויס וועט דאס אויפן יעצטיגן אופן נישט געשעהן נישט דורך קיין קאמיטעען און נישט דורך משפחה מיטגלידער און נישט דורך שטילע אופנים, ווי מיללער האט שוין ארויסגעברענגט אז דערווייל ווייזן זיי א תאנה גדולה, וואס איז נישט ממש אזוי ווייל צוריקענפערן בריוון באמבאסטישע סטראשע ארטיקלן מיט רויטע אותיות אויף די פאדערשטע זייט פון זייערע צייטונגען, פילע העץ און ליצנות ארטיקלען אויף די נייעס זייטליך, מיינט נישט ממש א תאנה גדולה,

איין זאך וואס ווי עס קוקט אויס העלפט איז נאכאנאדיגע מחאות, קול קורא'ס, אסיפות, הסברות, וואס דאס ווי עס קוקט אויס העלפט שטארק, ווען נאך און נאך מענטשן וועקן זיך אויף סיי פון זייערע אייגענע קרייזן, און סיי פון די קרייזן וואס האבן פראבלעמען ספרד'ישע וכו' לאזן זיך שוין נישט אזוי פארפירען און לאזן זיך שוין נישט אזוי טרעטן אויף זיי, וואס אזוי ווען די באטראפענע אליין שרייען מער, קען עס עטוואס מער דרוקן אויף די גרויסע ארויסצוקומען פון זייער באקס און נישט שרייען עס איז נישטא קיין גזירה, נאר ארויסקומען און לוחם זיין.

וואס דאס געט אויך צו פארשטיין אז נישט נאר צוליב נומער 1 דארף מען יעצט בעקר ארבייטן אויף נומער 1 נאר אויך כדי בעסער צו קענען ארבייטן אויף נומער 2 פעלט זיך אויך אויס יעצט אויפן מינוט אריינצולייגן די עיקר כוחות אין נומער 1

פרידן
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך יולי 05, 2017 5:02 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:@ פרידן,

איך האב געליינט דיין תגובה מיט אינטערעסע און מחשבה, אבער עס איז מער שווער געווארען די מיליאן דאלער פראגע; מען האט דאך שוין געטיען דאס וואס דו זאגסט מען זאל טיען, מען האלט שוין נאך די מעגא בארקליעס צענטער מחאה, און די מציאות האט געוויזען אז מען האט נאר ערגער געמאכט ווייל די צד שכנגד - די יעניגע ראשי ישיבות - זענען געווארען מער פארביסען און גאר געשיקט בריווען שטייפער ווי ביז יעצט, און מען האט דא אין אמעריקע אויך פארלוירען עטוואס ליטווישע שטיצע.

טא פארוואס נישט אנהייבען ארבייטען מיט מוח אנשטאט מיט כוח, אהערשטעלן א קאמיטע וואס זאל האבן נציגים פון אלע גרויסע קהילות, און אזוי פראבירען צו מאכען א טויש?!


פארוואס פארוואס כאפט מען זיך נישט צו די געדאנק פון גיין מיט מוח און אזוי פראבירען, נאך וואס מען זעט אז מיט כוח איז מעו דערווייל דורוכגעפאלן? וואס דערלייגט מען פון פראבירען?

קיינער פון יענעם צימער לייקענט נישט די שעדליכקייט פון צה״ל, די הארבקייט פון ציניות, די רשעות פון די מדינה. אבער עס איז צייט אז מען זאל אמאל הערן א פרישע געדאנק, און אפשר אפשר גייט דאס יא מיט א פאראייניגטע כוח מצליח זיין, נישט דא קיין לאגישע סיבה אז מען זאל זיך נישט פאראייניגען און געבן צייט צו ארבייטען מיט מוח מיט א קאמיטע, מען וועט קענען דריקען א קו״ק און זעקס וואכען ארום אויך, די דריקער שפארען נישט אפ דאס געשעפט די קימענדיגע פאר טעג.

פרידן האט געשריבן:
נקודה ו' אנהייבן אין ווארטן זיי זאלן ארויס קומען זאלסטו מיר ווארטן ביים קארנער מיט א שאפינג בעג, זיי גייען נישט אנהייבן אליינס א מערכה מיט זייערע ראשים קיינמאל, אז אמעריקא אלע קרייזן וועלן פארפירן אין דא א שאנס אז טייל זאלן זיך ברעכן, אין יא ארויס קומען ברבים מסכים זיין מיט אנדערע וואס זענען שוין ארויס געקומען איז גרינגער ווי ארויס קומען אליינס קעגן די סיסטעם

אין זייער מהלך האבן זיי אסאך מער אינטערסע ווי די לוחמים ביי זיי איז עס מיליאנען דאלארען גרויס פאסטענס אין זיי גייען נישט טוישן מהלך אזוי שנעל
אפי' עס וועט יא געלונגען אז געוויסע רבנים שוין נאכדעם וואס מען וועט אנדרייען אין אמעריקא וועלן ארויס קומען וועט מען מאכן א פיצי טויש אין זאגן אז יעצט איז אלעס מסודר אין די מלחמה וועט ווערן שווערער ווייל די וואס האבן דאך פארפירט פארפירן שוין נישט מוז זיין אז אלעס איז מסודר די מלחמה קען נישט אין טאר נישט זיין געפאקעסט אויך זייער חסדים אין זייער מהיגים

אין קורצן די מצב פין לייקענען "ברבים" איז אפשר ערגער, (בעצם איז עס נישט ערגער נאר פארדעם האבן זיי אפי' נישט געדארפט לייקענען, קיינער האט "זיי" נישט אנגעפרעגט) אבער די אויפוואכונג איז אסאך אסאך שטערקער, עס איז א נושא איבראל די הסתגלות איז פארשטאטערט די השתקקה איז נישט אזוי שטיל


אין צווישען זיך ביחיד לייקענען זיי ווייניגער ווי פארדעם ווי הרה"ג מלכיאל האט געזאגט, אין די "עיקר" מלחמה טאר נישט זיין זיי זאלן מודה זיין ווי געשריבן דאס קען בעקפייערן ווייל אויב דאס וועט זיין די ציל, אין לו ציור עס זאל געלונגען אין זיי גייען ארויס קומען, גייט מען מאכן א פיצי טויש אין זיי גייען אלע זאגן אה יעטץ איז גוט, אין דעמאלטס היות זיי הודאה איז געווען די עיקר אין יעצט זאגן זיי עס איז גוט וועט די מערכה זיין אין די ערד -ווי אזוי זאגסטי ניצן מח, אין אפי' אן א טויש וועלן זיין אזאלעכע וואס וועלן צירוק ציען, אין א צירוק געצויגענע חתימה איז ערגער ווי נישט אינטערשרייבן עיין ערך נאוועמינסק
ועוד לאמיר זאגן די עיקר ציל ווערט די קאמיטע, אין זיי פארן אראפ אין דרייען איבער דארט, אבער אחר ככלות הכל קומט ארויס א בריוו פין אלע חברי מועצת אז אלעס איז מסודר היות דאס איז די מלחמה זעמער פארלוירן

נישט אז עס איז נישט גוט פאר נאך א שלף אין די מערכה, אבער טאר נישט זיין "די" מערכה
ביי דעי וועי עס איז נישט די ערשטע מערכה די רעכטע לאגער פירט, אין שוין זיך טענ'ן ווי אזוי מען פלעגט טוען איז נישט וויכטיג וויי גייסט מילא נישט מודה זיין

אגב די אסיפה אליין איז א גוטע זאך אין די מערכה, ווי מהר"א האט ערווענט ביי די אסיפה, אז עס וועט האבן א אפקלאנג אין די וועלט
די מלחמה איז נישט צו די רבנים זאלן מודה זיין צו נישט, די מלחמה איז קעגן די גזירה, אין יא מען ריקט זיך פאראויס

ביי דעי וועי א חוקת האבן די אר"י רבנים נישט מסכים געווען צו די מערכה, אין איז געווארן א קאמף מיט זיי

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מיטוואך יולי 05, 2017 5:16 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:@ פרידן,

איך האב געליינט דיין תגובה מיט אינטערעסע און מחשבה, אבער עס איז מער שווער געווארען די מיליאן דאלער פראגע; מען האט דאך שוין געטיען דאס וואס דו זאגסט מען זאל טיען, מען האלט שוין נאך די מעגא בארקליעס צענטער מחאה, און די מציאות האט געוויזען אז מען האט נאר ערגער געמאכט ווייל די צד שכנגד - די יעניגע ראשי ישיבות - זענען געווארען מער פארביסען און גאר געשיקט בריווען שטייפער ווי ביז יעצט, און מען האט דא אין אמעריקע אויך פארלוירען עטוואס ליטווישע שטיצע.

טא פארוואס נישט אנהייבען ארבייטען מיט מוח אנשטאט מיט כוח, אהערשטעלן א קאמיטע וואס זאל האבן נציגים פון אלע גרויסע קהילות, און אזוי פראבירען צו מאכען א טויש?!


פארוואס פארוואס כאפט מען זיך נישט צו די געדאנק פון גיין מיט מוח און אזוי פראבירען, נאך וואס מען זעט אז מיט כוח איז מעו דערווייל דורוכגעפאלן? וואס דערלייגט מען פון פראבירען?

קיינער פון יענעם צימער לייקענט נישט די שעדליכקייט פון צה״ל, די הארבקייט פון ציניות, די רשעות פון די מדינה. אבער עס איז צייט אז מען זאל אמאל הערן א פרישע געדאנק, און אפשר אפשר גייט דאס יא מיט א פאראייניגטע כוח מצליח זיין, נישט דא קיין לאגישע סיבה אז מען זאל זיך נישט פאראייניגען און געבן צייט צו ארבייטען מיט מוח מיט א קאמיטע, מען וועט קענען דריקען א קו״ק און זעקס וואכען ארום אויך, די דריקער שפארען נישט אפ דאס געשעפט די קימענדיגע פאר טעג.

דאכט זיך מיר אז זינט די כינוס איז נישט ארויסגעקומען "קיין" איין בריוו פון יענעס לאגער. די אלע בריוון זענען פון פאר'ן כינוס.

וואס גייט א קאמיטע מער אויפטון ווי די בריוו פון די סאמע גרעסטע ראשי ישיבות אין אמעריקא? וועט די הצטרפות פון פאפא און באבוב 45 צום קאמיטע האבן א גרעסערע השפעה ווי די בריוו פון די ראשי ישיבות ארויסגעברענגט בטוט"ד?

וועט אן הסברה פון סאטמאר אדער פאפא רבי צו די רבנים אדער צו די בחורים אין ישיבות האבן אן עפעקטיוו השפעה? כ'פארשטיי בכלל נישט דעם צד.

דער אמת איז, לויט ווי רבי מלכיאל טענה'ט, און אזוי זעהט מען פונעם לעצטן 7 בלעטער'דיגן בריוו פון ארץ ישראל אהער, זענען זיי ערענסט מודה ס'איז דא א גזירה, און זיי זענען מודה אז זייערע מיטלן זענען טיילמאל באגרעניצט. הפנים, זיי קענען שוין נישט מעיז פנים מיט א בלעכענעם פנים.

די חסיד'ישע קרייזן, איז דאך דא גור, וואס ארבעט שטיל מיט (אדער שטערט נישט עכ"פ) וכעדות מהר"א ועמרם ט"ב. פארשטייט זיך, אז די איבריגע וועלן שטיין פאסיוו.

איז דאך פשוט, אז א קו"ק פון די סאמע גרעסטע ראשי ישיבות (נישט קיין מחאה, נאר אן אויפקלערונג) און ס'איז זיכער אז די צייט איז רייף פאר מער און מער ראשי ישיבות, קען האבן א שטארקן עפעקט, און אפילו די ארץ ישראל'דיגע ראשי ישיבות וועלן זיך נישט אפיציעל צושטעלן דערצו, וועלן זיי עס עכ"פ נישט פייטן, און בכל אופן, וועט עס מאכן שטארקע מחשבות זרות פאר א גרויסער עולם פון די שוואכערע קרייזן.

דאס איז דאך דער עיקר פראבלעם, אז בחורים ווייסן נישט וויאזוי צו האנדלן, וואו די רבנים ברענגן ארויס אז ס'פעלט "אוועירנעס" און דאס וועט א קו"ק ברענגן.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך יולי 05, 2017 5:16 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ר' עמרם ט"ב האט דארט גערעדט וועגען דעם תיקון גדול וואס מען האט ארלעדיגט, אז די בחורים וואס שטעלן זיך דארפן נישט גיין איינציגווייס, נאר מען גייט בקבוצות און יענער צייט איז נישטא קיין חיילות און די בדיקות זענען מינימול כו'. אבער ער טאנעט אז דאס איז נאר פאר געוויסע ישיבות אין ירושלים און בני ברק, און ער ברענגט א מעשה פון א ספרדישע ישיבה יקירי ירושלים וואס האט פארלאנגט דאס און מען האט זיי נישט נאכגעגבען, און אויכעט זאגט ער אז אין קרית צאנז נתניה און חיפה [מן הסתם הכוונה לסערט ועוד] איז נישט דא די מעגליכקייט.


אחר הבירור, הדבר אינו נכון, בישיבת צאנז בנתניה מתייצבים בקבוצות.


אפוא ביררת?
ווי קען מען זיך איבערצייגן מיט דאקומענטן אז זיינע פאקטן זענען נישט ריכטיג?



דארפסט נישט קיין דאקומענטען, קלונג אין צו עני חבר אדער באקאנטע קיין קרית צאנז [אויב די האסט] און פרעג וויאזוי זיין זוהן האך זיך געשטעלט

איך האב עס אסאך פשוט געמאכט. אנגעהויבן א טעלעפאן צום ראש ישיבה אליין הגרימ"ד הלבערשטאם שליט"א בן האדמו"ר שליט"א, וואס האט געלאכט פון די שמועת שקר, נישט אמאל פארשטאנען "פון וואו נעמסטו אזא מין זאך? ס'הייבט זיך גארנישט אהן"

טי בעג
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:38 am

תגובהדורך טי בעג » מיטוואך יולי 05, 2017 5:23 pm

פרידן האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:@ פרידן,

איך האב געליינט דיין תגובה מיט אינטערעסע און מחשבה, אבער עס איז מער שווער געווארען די מיליאן דאלער פראגע; מען האט דאך שוין געטיען דאס וואס דו זאגסט מען זאל טיען, מען האלט שוין נאך די מעגא בארקליעס צענטער מחאה, און די מציאות האט געוויזען אז מען האט נאר ערגער געמאכט ווייל די צד שכנגד - די יעניגע ראשי ישיבות - זענען געווארען מער פארביסען און גאר געשיקט בריווען שטייפער ווי ביז יעצט, און מען האט דא אין אמעריקע אויך פארלוירען עטוואס ליטווישע שטיצע.

טא פארוואס נישט אנהייבען ארבייטען מיט מוח אנשטאט מיט כוח, אהערשטעלן א קאמיטע וואס זאל האבן נציגים פון אלע גרויסע קהילות, און אזוי פראבירען צו מאכען א טויש?!


פארוואס פארוואס כאפט מען זיך נישט צו די געדאנק פון גיין מיט מוח און אזוי פראבירען, נאך וואס מען זעט אז מיט כוח איז מעו דערווייל דורוכגעפאלן? וואס דערלייגט מען פון פראבירען?

קיינער פון יענעם צימער לייקענט נישט די שעדליכקייט פון צה״ל, די הארבקייט פון ציניות, די רשעות פון די מדינה. אבער עס איז צייט אז מען זאל אמאל הערן א פרישע געדאנק, און אפשר אפשר גייט דאס יא מיט א פאראייניגטע כוח מצליח זיין, נישט דא קיין לאגישע סיבה אז מען זאל זיך נישט פאראייניגען און געבן צייט צו ארבייטען מיט מוח מיט א קאמיטע, מען וועט קענען דריקען א קו״ק און זעקס וואכען ארום אויך, די דריקער שפארען נישט אפ דאס געשעפט די קימענדיגע פאר טעג.

פרידן האט געשריבן:
נקודה ו' אנהייבן אין ווארטן זיי זאלן ארויס קומען זאלסטו מיר ווארטן ביים קארנער מיט א שאפינג בעג, זיי גייען נישט אנהייבן אליינס א מערכה מיט זייערע ראשים קיינמאל, אז אמעריקא אלע קרייזן וועלן פארפירן אין דא א שאנס אז טייל זאלן זיך ברעכן, אין יא ארויס קומען ברבים מסכים זיין מיט אנדערע וואס זענען שוין ארויס געקומען איז גרינגער ווי ארויס קומען אליינס קעגן די סיסטעם

אין זייער מהלך האבן זיי אסאך מער אינטערסע ווי די לוחמים ביי זיי איז עס מיליאנען דאלארען גרויס פאסטענס אין זיי גייען נישט טוישן מהלך אזוי שנעל
אפי' עס וועט יא געלונגען אז געוויסע רבנים שוין נאכדעם וואס מען וועט אנדרייען אין אמעריקא וועלן ארויס קומען וועט מען מאכן א פיצי טויש אין זאגן אז יעצט איז אלעס מסודר אין די מלחמה וועט ווערן שווערער ווייל די וואס האבן דאך פארפירט פארפירן שוין נישט מוז זיין אז אלעס איז מסודר די מלחמה קען נישט אין טאר נישט זיין געפאקעסט אויך זייער חסדים אין זייער מהיגים

אין קורצן די מצב פין לייקענען "ברבים" איז אפשר ערגער, (בעצם איז עס נישט ערגער נאר פארדעם האבן זיי אפי' נישט געדארפט לייקענען, קיינער האט "זיי" נישט אנגעפרעגט) אבער די אויפוואכונג איז אסאך אסאך שטערקער, עס איז א נושא איבראל די הסתגלות איז פארשטאטערט די השתקקה איז נישט אזוי שטיל


אין צווישען זיך ביחיד לייקענען זיי ווייניגער ווי פארדעם ווי הרה"ג מלכיאל האט געזאגט, אין די "עיקר" מלחמה טאר נישט זיין זיי זאלן מודה זיין ווי געשריבן דאס קען בעקפייערן ווייל אויב דאס וועט זיין די ציל, אין לו ציור עס זאל געלונגען אין זיי גייען ארויס קומען, גייט מען מאכן א פיצי טויש אין זיי גייען אלע זאגן אה יעטץ איז גוט, אין דעמאלטס היות זיי הודאה איז געווען די עיקר אין יעצט זאגן זיי עס איז גוט וועט די מערכה זיין אין די ערד -ווי אזוי זאגסטי ניצן מח, אין אפי' אן א טויש וועלן זיין אזאלעכע וואס וועלן צירוק ציען, אין א צירוק געצויגענע חתימה איז ערגער ווי נישט אינטערשרייבן עיין ערך נאוועמינסק
ועוד לאמיר זאגן די עיקר ציל ווערט די קאמיטע, אין זיי פארן אראפ אין דרייען איבער דארט, אבער אחר ככלות הכל קומט ארויס א בריוו פין אלע חברי מועצת אז אלעס איז מסודר היות דאס איז די מלחמה זעמער פארלוירן

נישט אז עס איז נישט גוט פאר נאך א שלף אין די מערכה, אבער טאר נישט זיין "די" מערכה
ביי דעי וועי עס איז נישט די ערשטע מערכה די רעכטע לאגער פירט, אין שוין זיך טענ'ן ווי אזוי מען פלעגט טוען איז נישט וויכטיג וויי גייסט מילא נישט מודה זיין

אגב די אסיפה אליין איז א גוטע זאך אין די מערכה, ווי מהר"א האט ערווענט ביי די אסיפה, אז עס וועט האבן א אפקלאנג אין די וועלט
די מלחמה איז נישט צו די רבנים זאלן מודה זיין צו נישט, די מלחמה איז קעגן די גזירה, אין יא מען ריקט זיך פאראויס

ביי דעי וועי א חוקת האבן די אר"י רבנים נישט מסכים געווען צו די מערכה, אין איז געווארן א קאמף מיט זיי


בעלזא דאכציך האט זיך א חוקת משתתף געווען ע"פ בקשת רבם
א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, מיט א שטראל פון האפענונג נאר לעבן, מיט יעדן פראבלעם, פארלאז דיך נאר אויף אים, פארגעס נישט אז דו ביסט א איד.

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מיטוואך יולי 05, 2017 5:43 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:ר' עמרם ט"ב האט דארט גערעדט וועגען דעם תיקון גדול וואס מען האט ארלעדיגט, אז די בחורים וואס שטעלן זיך דארפן נישט גיין איינציגווייס, נאר מען גייט בקבוצות און יענער צייט איז נישטא קיין חיילות און די בדיקות זענען מינימול כו'. אבער ער טאנעט אז דאס איז נאר פאר געוויסע ישיבות אין ירושלים און בני ברק, און ער ברענגט א מעשה פון א ספרדישע ישיבה יקירי ירושלים וואס האט פארלאנגט דאס און מען האט זיי נישט נאכגעגבען, און אויכעט זאגט ער אז אין קרית צאנז נתניה און חיפה [מן הסתם הכוונה לסערט ועוד] איז נישט דא די מעגליכקייט.


אחר הבירור, הדבר אינו נכון, בישיבת צאנז בנתניה מתייצבים בקבוצות.

איך ווייס פון א מעשה וואס א קבוצה ויזניצע בחורים זענען זיך געגאנען שטעלן (אדער לעצטע וואך, אדער פאר 2 וואכן צירוק) און זיי האבן זיך געהאלטן צוזאמען נישט צו ווערן נתפעל. און אינמיטן האט די ראש וואס איז געווען דארט (מטעם די מיליטער) אריינגערופן 2 בחורים אין א זייטיגע צימער און אנגעהויבן מפתה זיין, ער הטא גע'ארבעט אויף זיי 3/4 שעה. בחסדי ד' האבן זיי געהאט די כח זיך צו שטארקן.

שפעטער האט מען זיך געכאפט: די צוויי זעהען ל"ע יתומים, און פארדעם האבן די רשעים זיך פארלייגט אויף זיי. זיי האלטן פונקטליך חשבון ווער קומט, און ווי אזוי מען קען זיי פארכאפן.

יעצט פאנגט שוין ויזניץ (ב"ב) אויך אן צו כאפן ווי גרויס די צרה איז, זיי זענען זייער פארלוירן.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט