אסיפת רבנים מאנסי א' בלק גזירת הגיוס

בסד
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » מיטוואך יולי 05, 2017 10:10 am

מי יודע האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:קאסאני רבי פרעגט זייער שטארק, אז דער ויואל משה איז געבויעט אז ס"ת שנגנב אין דיינין בדייני אותו עיר, ווייל זיי זענען נוגע בדבר, די זעלבע זאך ווען עס איז דא אזא סארט שאלה (דארט איז עס בחירות) קענען די דארטיגע רבנים נישט פסק'נען ווייל זיי זענען נוגע, ע"כ וואס שטייט אין ויואל משה.

ממילא ה"ה כאן, היות די דארטיגע רבנים בענעפעטירן פון די מדינה, זענען זיי נוגע, ממילא דארפן די חו"ל רבנים אריינרעדן.

עס איז זייער קלאר, און די חלק צו דער רבי איז ארומגעגאנגען צו נישט, האט נישט מיט די הלכה וואס ווערט מבורר אין ויואל משה.

דו כאפסט נישט די נקודה, די רעדע איז נישט צו דיינין באותו העיר צו נישט.

האדמו"ר מהר"א האט געפרעגט א שאלה וואס איז נישט געווען קיין ענטפער דערויף, דהיינו, איך שרייב דיר גערן א בריוו מיט די שארפסטע לשונות, פאר וועמען? מיינע בחורים פרעגן מיר וואס צו טון, און זיי ווייסן וואס איך האלט, אבער פאר פאנאוואזישע ישיבה? זיי גייט נישט אן וואס איך האלט. ממילא וואס איז דער ציל פון א קול קורא????

וואס טוט מען אויף ווען חו"ל רבנים רעדן אריין ווען זיי זענען קיינען נישט מחייב?

בעלזא און גור זענען דען יא מחייב פאנאוויזשע בחורים?

קיינער ברויך נישט א קול קורא פון אמעריקאנע רבנים צו "מחייב" זיין איינעם, מען ברויך די אמעריקאנע רבנים צו מאכן מחאות און אסיפות צו אויפשטורמען די רבני אר"י און געבן חיזוק פאר די רבנים וראשי ישיבות וואס בלוטיגן יא נאר זיי וויינען אז זיי קענען נישט אליין און מען זאל זיי העלפן.

אויף וואס בלוטיגן זיי און וואס קענען זיי נישט?
די אייגענע ווייסן דעם פראבלעם, די פרעמדע קרייזן גייט נישט אן וואס דו זאגסט אויב זייערע אייגענע רבנים זאגן אז אלעס איז פיין, וואס פונקטליך איז דער ציל דא


אויף דעם זאגט כ"ק מהר"א "זיי קענען, זיי ווילן נישט".

כלומר, זיי ווילן נישט. ווייל מען פרעשערט זיי, זאגן זיי דו טו, און לאזט מיר אפ!

טענה'ט כ"ק מהר"א. ווען דו קענסט נישט אבער דו ווילסט, בין איך דא צו טון. אבער סתם איך זאל טון ווייל דו ווילסט נישט, ווילסט זיך ארויסדרייען? ניין. לייג נאך פרעשער! פאר אראפ צו זיי לייג פרעשער.

וואס העלפט א קו"ק? זיי האבן נישט געבעטן אונזער הילף. זיי האבן געזאגט לאז מיר אפ!

(האקט)

בסד
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » מיטוואך יולי 05, 2017 10:18 am

חדשות האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:קאסאני רבי פרעגט זייער שטארק, אז דער ויואל משה איז געבויעט אז ס"ת שנגנב אין דיינין בדייני אותו עיר, ווייל זיי זענען נוגע בדבר, די זעלבע זאך ווען עס איז דא אזא סארט שאלה (דארט איז עס בחירות) קענען די דארטיגע רבנים נישט פסק'נען ווייל זיי זענען נוגע, ע"כ וואס שטייט אין ויואל משה.

ממילא ה"ה כאן, היות די דארטיגע רבנים בענעפעטירן פון די מדינה, זענען זיי נוגע, ממילא דארפן די חו"ל רבנים אריינרעדן.

עס איז זייער קלאר, און די חלק צו דער רבי איז ארומגעגאנגען צו נישט, האט נישט מיט די הלכה וואס ווערט מבורר אין ויואל משה.

דו כאפסט נישט די נקודה, די רעדע איז נישט צו דיינין באותו העיר צו נישט.

האדמו"ר מהר"א האט געפרעגט א שאלה וואס איז נישט געווען קיין ענטפער דערויף, דהיינו, איך שרייב דיר גערן א בריוו מיט די שארפסטע לשונות, פאר וועמען? מיינע בחורים פרעגן מיר וואס צו טון, און זיי ווייסן וואס איך האלט, אבער פאר פאנאוואזישע ישיבה? זיי גייט נישט אן וואס איך האלט. ממילא וואס איז דער ציל פון א קול קורא????

וואס טוט מען אויף ווען חו"ל רבנים רעדן אריין ווען זיי זענען קיינען נישט מחייב?


100% גערעכט. ווען כ"ק אדמו"ר מהר"א אליין שרייבט א בריוו וועט עס טאקע גארנישט אויפטוען. אבער דער ציל איז גווען צו שרייבן א בריוו פון אלע גדו"י אין אמעריקא, פון אלע שיכטען און קרייזן, רבי מלכיאל, רבי אלי בער, וכולי וכולי אז גיוס איז חזיר טרייף אן קיין שום יוצא מן הכלל.

איז דען א פראגע אז עס וואלט אויפגעטוען?


טוט גארנישט אויף ווען זייער אייגענע רבי / ר"י זאגט אנדערש. כדי עס זאל אויפטון, מוז זייער רבי אדער ר"י זאגן די זעלבע.

דו קענסט נישט בייגן א מענטש ווי לאנג ער באלאנגט צו א רבי אדער ר"י וואס זאגט אנדערש.

צו געווינען א מענטש, מוזטו האבן זיין רבי'ס מיינונג מיט דיר.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יולי 05, 2017 10:24 am

חדשות האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:קאסאני רבי פרעגט זייער שטארק, אז דער ויואל משה איז געבויעט אז ס"ת שנגנב אין דיינין בדייני אותו עיר, ווייל זיי זענען נוגע בדבר, די זעלבע זאך ווען עס איז דא אזא סארט שאלה (דארט איז עס בחירות) קענען די דארטיגע רבנים נישט פסק'נען ווייל זיי זענען נוגע, ע"כ וואס שטייט אין ויואל משה.

ממילא ה"ה כאן, היות די דארטיגע רבנים בענעפעטירן פון די מדינה, זענען זיי נוגע, ממילא דארפן די חו"ל רבנים אריינרעדן.

עס איז זייער קלאר, און די חלק צו דער רבי איז ארומגעגאנגען צו נישט, האט נישט מיט די הלכה וואס ווערט מבורר אין ויואל משה.

דו כאפסט נישט די נקודה, די רעדע איז נישט צו דיינין באותו העיר צו נישט.

האדמו"ר מהר"א האט געפרעגט א שאלה וואס איז נישט געווען קיין ענטפער דערויף, דהיינו, איך שרייב דיר גערן א בריוו מיט די שארפסטע לשונות, פאר וועמען? מיינע בחורים פרעגן מיר וואס צו טון, און זיי ווייסן וואס איך האלט, אבער פאר פאנאוואזישע ישיבה? זיי גייט נישט אן וואס איך האלט. ממילא וואס איז דער ציל פון א קול קורא????

וואס טוט מען אויף ווען חו"ל רבנים רעדן אריין ווען זיי זענען קיינען נישט מחייב?


100% גערעכט. ווען כ"ק אדמו"ר מהר"א אליין שרייבט א בריוו וועט עס טאקע גארנישט אויפטוען. אבער דער ציל איז גווען צו שרייבן א בריוו פון אלע גדו"י אין אמעריקא, פון אלע שיכטען און קרייזן, רבי מלכיאל, רבי אלי בער, וכולי וכולי אז גיוס איז חזיר טרייף אן קיין שום יוצא מן הכלל.

איז דען א פראגע אז עס וואלט אויפגעטוען?

כ'האב נישט קלאר געשריבן, לאז מיר איבערזאגן:
די אלע רבנים און ראשי ישיבות אין ארץ ישראל האלטן אויך אז גיוס איז חזיר טרייף און כל באי' לא ישובון, אבער זיי טענה'ן דער פראבלעם עקזעסטירט נישט
איך וועל נוצן דעם משל וואס איינער האט די פריער געשריבן מיט א חולה, שטעל דיך פאר איינער גייט צו אין ביהמ"ד צו א איד און זאגט אים, זייט וויסן, אז חלילה ווען מ'האט יענע מחלה איז דא א מוסד וואס הייסט RCCS און זיי העלפן ארויס וכו' פארבינד דיך מיט זיי זיי וועלן דיר העלפן.
זאגט אים דער איד, ייש"כ פאר די עצה, איך ווייס פון זיי צו זאגן, איך שטיץ זיי, אבער וואס דארף איך מיך פארבינדען מיט זיי? איך בין ב"ה געזונט און שטארק
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך יולי 05, 2017 10:27 am

העיר כמה דברים און שוין
א) א קו"ק קען העלפן, קעגן דעם גזירת השתקה, ס'דא גענוג אין א"י וואס ווילן רודערן, אבער האבן מורא, און א קו"ק פון אלע (אדער עכ"פ אסאך, און בפרט די גרויסע) קהילות אין ארה"ב וועט זיי העלפן זיך צו צישטעלן, ובפרט אז רבני העדה שרייבן אז א רעש אין חו"ל טוט אויף.

ב) טענה'ען אז מ'קען פארן קיין א"י געוואר צו ווערן, איז איבעריג, כהיום פעלט נישט אויס צו פארן, מ'קען טעלעפאניש (און נאך מיטלען) אלעס געוואר ווערן, וכן עשה כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א, וכן עשו הראשי ישיבות ר' אהרן משה שעכטער, ר' אלי' בער ווייכטפויגל, נאוואמינסק, ועוד, און מ'ברויך נישט צו צאלן עקסטערע פאר אלפים צו 'פארן קיין א"י פערזענליך רעדן צו דעם און יענעם', חוץ אויב מ'וויל יענעם קארנערן.

ג) מ'וויל נישט נאר א קו"ק, נאר אויך און דער עיקר א קאמיטעי וואס זאל זיך אפגעבן מיט אלע בחורים וואס וועד הישיבות זענען מפקיר רח"ל, און אויב איז דאס געבעקט דורך גרויסע רבנים אין ארה"ב, וועט די מדינה נישט קענען טון מיט די עסקנים ווי מיט די עסקנים פון מרכז הצלה, וואס מ'רודפט זיי אויף טריט און שריט, און מ'זעצט זיי איין מדי פעם לפעם.
כשמ"ו כן הוא

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מיטוואך יולי 05, 2017 10:31 am

מי יודע האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:קאסאני רבי פרעגט זייער שטארק, אז דער ויואל משה איז געבויעט אז ס"ת שנגנב אין דיינין בדייני אותו עיר, ווייל זיי זענען נוגע בדבר, די זעלבע זאך ווען עס איז דא אזא סארט שאלה (דארט איז עס בחירות) קענען די דארטיגע רבנים נישט פסק'נען ווייל זיי זענען נוגע, ע"כ וואס שטייט אין ויואל משה.

ממילא ה"ה כאן, היות די דארטיגע רבנים בענעפעטירן פון די מדינה, זענען זיי נוגע, ממילא דארפן די חו"ל רבנים אריינרעדן.

עס איז זייער קלאר, און די חלק צו דער רבי איז ארומגעגאנגען צו נישט, האט נישט מיט די הלכה וואס ווערט מבורר אין ויואל משה.

דו כאפסט נישט די נקודה, די רעדע איז נישט צו דיינין באותו העיר צו נישט.

האדמו"ר מהר"א האט געפרעגט א שאלה וואס איז נישט געווען קיין ענטפער דערויף, דהיינו, איך שרייב דיר גערן א בריוו מיט די שארפסטע לשונות, פאר וועמען? מיינע בחורים פרעגן מיר וואס צו טון, און זיי ווייסן וואס איך האלט, אבער פאר פאנאוואזישע ישיבה? זיי גייט נישט אן וואס איך האלט. ממילא וואס איז דער ציל פון א קול קורא????

וואס טוט מען אויף ווען חו"ל רבנים רעדן אריין ווען זיי זענען קיינען נישט מחייב?

מען רעדט נישט פון ״מחייב״ זיין. מען רעדט פון ״אויפמאכן די אויגן״.

די אלע וואס שווייגן אין אר״י האבן א סיבה צו שווייגן, ווען איינער איז א נוגע בדבר קען מען אים נישט גלייבן און מען טאר אים נישט צוהערן אויף די ספאסיפישע נושא. נישט איך זאג עס, די תורה זאגט אז א נוגע בדבר איז נישט באגלייבט!

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מיטוואך יולי 05, 2017 10:35 am

שמו האט געשריבן:.


אמת ויציב

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך יולי 05, 2017 10:36 am

א קול קורא וועט גאר נישט העלפן פאר די היימישע קרייזן, ווייל זיי זעהן טאקע נישט קיין שום גזירת גיוס, עס וועט זיין חוכא וטלולא

פאר די שוואכערע/ ספרדישע קרייזן, צע"ג וואס א קול קורא פון היימישע אדער אפילו ליטווישע רבנים מאכט אויס.

די רבנים אין ארץ ישראל וואס זענען (כלומר'שט) נישט באהאוונט אין די מצב, איז דאס אפשר במצב הכללי, אבער יעדער איינער פון זיי ווייסט וואס טו זיך ביי זיך. און דרך אגב זיי וועלן די מערסטע דערלייגן פון דעם אז זייער בחורים גייען אין מיליטער, זיי זענען די לעצטע וואס זענען אינטערסירט אין דעם, ודו"ק.
אמונה בטחון גאולה

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך יולי 05, 2017 10:43 am

ויתן לך האט געשריבן:א קול קורא וועט גאר נישט העלפן פאר די היימישע קרייזן, ווייל זיי זעהן טאקע נישט קיין שום גזירת גיוס, עס וועט זיין חוכא וטלולא

ס'וועט יא העלפן, פאר די אלע וואס האבן מורא צו ארויסזאגן דעם אמת (אסאך זעהן שוין יא אז ס'איז דא א גזירה, נאר ידיהם כפותים...).

ויתן לך האט געשריבן:פאר די שוואכערע/ ספרדישע קרייזן, צע"ג וואס א קול קורא פון היימישע אדער אפילו ליטווישע רבנים מאכט אויס.

נישט פונקט, ווייל דער אויפוואכונג, קען גורם זיין מ'זאל סטאפן מיט דעם 'סחר הנשמות' און אנפילן די יעדים מיט ספרד'ישע בחורים כבשר תותחים.

ויתן לך האט געשריבן:די רבנים אין ארץ ישראל וואס זענען (כלומר'שט) נישט באהאוונט אין די מצב, איז דאס אפשר במצב הכללי, אבער יעדער איינער פון זיי ווייסט וואס טו זיך ביי זיך. און דרך אגב זיי וועלן די מערסטע דערלייגן פון דעם אז זייער בחורים גייען אין מיליטער, זיי זענען די לעצטע וואס זענען אינטערסירט אין דעם, ודו"ק.



האבן זיי אויך די טענה ליידער א) די וואס וואלטן במילא געגאנגען גייען יעצט (וזורים חול בעיני עצמם), ועיקר, 'והשוחד יעוור' זאגט די תורה אויף 'עיני צדיקים, ויסלף דברי חכמים', יא טאקע דיע וואס די הייליגע תורה איז מעיד אויף זיי, אז זיי זענען צדיקים און חכמים, מ"מ פאר אפאר דאלער ווערט מען מסולף (דער רבוש"ע זאל העלפן מיר זאלן נישט געפריווט ווערן מיט דעם שווערן נסיון), און דעריבער זענען זיי גרייט, להציל את הישיבות במחיר של כמה בחורים לצבא, והדברים ידועים.
כשמ"ו כן הוא

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מיטוואך יולי 05, 2017 10:46 am

איך ווייס א מעשה וואס איז געשען ביי מיין פעטער אין שטוב, אין הר נוף. אז די פאליציי האט געהאמערט אויפן טיר זוכן זיין איידעם, וואס באקומט זיין פאסט אויף יענעם אדרעס. היות זיין האבן געוויסט אז דער איינעם איז נישט דארט האבן זיי אויפגעמאכט די טיר. די פאליציי האט איבערגעקערט די הויז, געזוכט אין קלאזעטס, שאפעס אונטער בעטן.... ממש ווי אין רוסלאנד בתקופת די קאנטעניסטן.

און דאס איז שוין די ״איינציגסטע דעמאקראטישע מדינה״ אינעם מיטל מזרח... א שאנדע

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך יולי 05, 2017 11:43 am

שמו האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:א קול קורא וועט גאר נישט העלפן פאר די היימישע קרייזן, ווייל זיי זעהן טאקע נישט קיין שום גזירת גיוס, עס וועט זיין חוכא וטלולא

ס'וועט יא העלפן, פאר די אלע וואס האבן מורא צו ארויסזאגן דעם אמת (אסאך זעהן שוין יא אז ס'איז דא א גזירה, נאר ידיהם כפותים...).

ויתן לך האט געשריבן:פאר די שוואכערע/ ספרדישע קרייזן, צע"ג וואס א קול קורא פון היימישע אדער אפילו ליטווישע רבנים מאכט אויס.

נישט פונקט, ווייל דער אויפוואכונג, קען גורם זיין מ'זאל סטאפן מיט דעם 'סחר הנשמות' און אנפילן די יעדים מיט ספרד'ישע בחורים כבשר תותחים.

ויתן לך האט געשריבן:די רבנים אין ארץ ישראל וואס זענען (כלומר'שט) נישט באהאוונט אין די מצב, איז דאס אפשר במצב הכללי, אבער יעדער איינער פון זיי ווייסט וואס טו זיך ביי זיך. און דרך אגב זיי וועלן די מערסטע דערלייגן פון דעם אז זייער בחורים גייען אין מיליטער, זיי זענען די לעצטע וואס זענען אינטערסירט אין דעם, ודו"ק.



האבן זיי אויך די טענה ליידער א) די וואס וואלטן במילא געגאנגען גייען יעצט (וזורים חול בעיני עצמם), ועיקר, 'והשוחד יעוור' זאגט די תורה אויף 'עיני צדיקים, ויסלף דברי חכמים', יא טאקע דיע וואס די הייליגע תורה איז מעיד אויף זיי, אז זיי זענען צדיקים און חכמים, מ"מ פאר אפאר דאלער ווערט מען מסולף (דער רבוש"ע זאל העלפן מיר זאלן נישט געפריווט ווערן מיט דעם שווערן נסיון), און דעריבער זענען זיי גרייט, להציל את הישיבות במחיר של כמה בחורים לצבא, והדברים ידועים.


ביי די אסיפה אליין איז אויך געווען אינטרעסאנטע חילוקי דיעות אין מציאות'ן.

ראש ישיבת לעיקוואוד: זאגט: אז ער ווייסט אז די ראשי ישיבות ווייסן שוין יעצט יא פונעם פראבלעם. און ער ווייסט בידיעה ברורה אז טייל וויסן.
אדמו"ר מהר"א: צי די צוויי גרויסע ראשי ישיבות האבן דען נישט געשריבן בשם די אנדערע ראשי ישיבות אז אלעס איז עצהיו"ט?
ראש ישיבת לעיקוואוד: אומקלאר די תשובה.
כ"ק אדמו"ר מפאפא: צי האבן זיי געגעבן א בריוו אז זיי פארלאנגען אונזער הילף פון דאהי אין אמעריקע?
ענטפערט איינער: אז יא, ס'איז געקומען א בריוו פון די ספרדישע רבנים.
כ"ק אדמו"ר מפאפא: פון די אשכנזישע רבנים (ראשי ישיבות אדער אדמורי"ם) איז אויך געקומען א בריוו אז זיי ציען צוריק?

למעשה, איז געבליבן ביי אלע אז ס'האט נישט קיין פשט צו מאכן א דא מחאה אדער איינטיילן פאר גערער בחורים, אן דעם וואס מ'זאל ארייננעמען אין פיקטשער די ארץ ישראל'דיגע ראשי י ישיבות און אדמורי"ם.

שפעטער הערט מען אזוי:
אדמו"ר מהר"א: מ'דארף אראפפירן און רעדן צו אלע ראשי ישיבות און אדמורי"ם און רעדן צו זיין בחומר הענין, און אינאיינעם עפענען א פראנט.
ר' עמרם טייטלבוים: מ'דארף נישט גיין צו די רבי'ס (גער, בעלזא, ווזניץ וכו').
אדמו"ר מהר"א: אויב וויל מען עפעס אויפטאן מוז מען גיין צו זיי, און האבן זייער צושטימונג צו אלעם, ווייל די מענטשן הארכן זיי.


למעשה איז געבליבן לכאורה אז די איינציגסטע עצה איז אראפפארן קיין ארץ ישראל. אלע אנדערע פלענער איז גוט צו מאכן א שטארקע ווינט... אבער נישט אויפצוטאן בפועל.

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך יולי 05, 2017 11:47 am

רצון טוב האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:די אנדערע האבן גענטפערט בסך הכל
אז אין אלע יארן האט מען נאך א שטורעם אין אמעריקא געקענט עפעס אויפטוען באר"י
דער מציאות ביי אינז באווייזט אויך אז ביז אין חו"ל איז נישט געווארן קיין טומעל וועגן גיוס, האבן די חברה אין אר"י זיך נישט גערירט פון ארט
די רבנים אין בי"ד דעדה החרדית שרייבן אויך דאס אז מיט א רעש בחו"ל קען מען רירן זאכן פאראויס.


מיטן יעצטיגען מציאות אז די אר"י ראשי ישיבות וכו זאגן להדם און עס איז דא א הייסע מחלוקה צווישן די ליטאים, טענהט אדמו"ר מהרא שליט"א אז מען וועט נישט אויפטוהן צופיל מיט א קול קורא פין דא. ער זאגט ער איז גרייט צי שרייבן א שארפע בריוו אבער ער ברענגט ארויס די געדאנק אז כדאי דא אויפצוטאן מיז מען מאכן א קאמיטע און אריין נעמען די דארטיגע.


אריינעמען דארטיגע, דהיינו די משלחים פון די חברי בית המינים, זאגן דאך כולם פה אחד אז די חברה ווילן שווייגן

צו א קו"ק פון חו"ל טוט אויף, האלטן די וואס האבן אראנדזשירט און פארופן די מיטינג, אז דאס ! און נאר דאס ! געט עטוואס א שאקל די גאס אין אר"י אז עפעס גייט פאר, די הכרח לזה איז דאס וואס פרוש האט נאר צוליב די רעש אין חו"ל געפילט פאר וויכטיג צו פארזאמלען רבנים און זיי לאזן הערן אז מען דארף יא זיין שטיל און די אמעריקאנער זאלן לאזן די חברי הכנסת ווייטער פירן די זאך.



מען האט דאך געריפן רבנים צי הערן וואס זיי זאגן? איך פארשטיי אז די מארגנים זענען געקימען מיט א פלאן דאס מיינט אבער נישט אז די פלאן פין די מארגנים איז ריכטיג, איך פארשטיי נישט אפילו וואס דו פאוינסט מיט דעם.


די ריפער'ס, דהיינו די רבנים וואס האבן געבעטן אנדערע רבנים צו קומען האבן געהאט די רעכט צו האלטן און זאגן זייער מיינונג.
פינקט ווי מען איז דא מבאר איין זייט, איז דא א ביאור פון די צווייטע זייט מיינונגען ביי די אסיפה.


1. וועם מיינסטו ריפערס? וועלעכע רבנים? עס איז געווען עסקנים וואס האבן דאס אנגעדרייט און דו האבן אויך געריפען די עסקנים פין ארי טראץ וואס מען האט בכלל נישט מודיע געווען דערפין פאר די רבנים וואס מען האט געריפען.

2. האבן דאך די ריפערס געמאכט א אסיפת הרבנים צי הערן וואס אנדערע זאגן, ווי קימט דא אריין וואס די ריפערס האלטן איז די איינציגסטע תועלת

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך יולי 05, 2017 12:06 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:אוודאי.

ספה״ק ויואל משה איז א שטארקע הלכה באיסור החמור של שלוש שבועות, מאמר לשון קודש, ומאמר ישוב ארץ ישראל.

נישט איבער פאקטן.

און אויסער דא איז דא ארגומענט נומער 1.
איבער׳ן רבינ׳ס גיין צו אלע רבי׳ס איידערן ארויסגעבן דעם ספה״ק ויואל משה.


קודם כל, מיטן ספה"ק ויואל משה איז דער רבי געווען כמעט א יחיד רוב ארי מנהיגים זענען נישט געווען בדעה אחת. משאכ דא זענען אלע מודה אז מיליטער איז א פראבלעם עס איז נאר דא א פלוגתא וואס די מציאות איז און דאס קען מען אויסקלארן מיט דעם קאמיטע.

נאך מער, דאכט זיך אז תשל"ח ווען די רעגירונג האט אנגעהויבן טיילן געלט האט רביה" ק מסאטמאר ז"ל געשיקט דעם ברך משה ז"ל צי רעדן צי בעלז דאכט זיך און מסביר זיין די חומר העניין.

די ויואל משה איז א חיבור געשריבן להלכה, און אלס פסק הלכה איז כ"ק אדמו"ר מהרא שליט"א אויך מסכים צי שרייבן א בריוו, אבער בנידון דידן טענהט ער אז צי ריכטיג אויפטאן דארף מען ארייננעמען די אר"י'דיגע מנהיגים

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך יולי 05, 2017 12:18 pm

צווייפעל האט געשריבן:קאסאני רבי פרעגט זייער שטארק, אז דער ויואל משה איז געבויעט אז ס"ת שנגנב אין דיינין בדייני אותו עיר, ווייל זיי זענען נוגע בדבר, די זעלבע זאך ווען עס איז דא אזא סארט שאלה (דארט איז עס בחירות) קענען די דארטיגע רבנים נישט פסק'נען ווייל זיי זענען נוגע, ע"כ וואס שטייט אין ויואל משה.

ממילא ה"ה כאן, היות די דארטיגע רבנים בענעפעטירן פון די מדינה, זענען זיי נוגע, ממילא דארפן די חו"ל רבנים אריינרעדן.

עס איז זייער קלאר, און די חלק צו דער רבי איז ארומגעגאנגען צו נישט, האט נישט מיט די הלכה וואס ווערט מבורר אין ויואל משה.



במחכ"ת קאסאני רבי פרעגט דאס נישט, ער פרעגט צו די רבי פאר ער האט געשריבען ויואל משה האט ער געפרעגט די א"י רבנים, דו פראבירסט צו לערן א פשט און א פשוטע פראגע


אבער במחכ"ת קאסאני רבי קושיא מעיקרא ליכא, ביי ויואל משה, איז נישט געווען א שאלה אין די מציאות הדברים נאר וויאזוי מען פסקנט די מציאות, האט דער רבי נישט געדארפט פרעגן יענעם וואס זיין אייגענער פסק הלכה דארף זיין.

דא איז דא א מחלוקת אין מציאות, זה אומר כך והשני אומר להיפוך וכו', דארף מען קודם מברר זיי די מציאות פאר מען פסקנט א פסק, און אויף דעם קומען אריין די א"י רבנים.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך יולי 05, 2017 12:29 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:ר' עמרם טייטלבוים: מ'דארף נישט גיין צו די רבי'ס (גער, בעלזא, ווזניץ וכו').

פארוואס נישט?
אמונה בטחון גאולה

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך יולי 05, 2017 12:40 pm

לאמיר זיך מצייר זיין:

צען גאר ערליכע רבנים און ראשי ישיבות פון יאפאן והגלילות: קומען ארויס מיט א שרייענדיגע קול קורא אז מ'טאר נישט לערנען קיין ענגליש מיט די אינגלעך אין אמעריקע, ווייל ס'איז א חרם הקדמונים וכו' וכו'.

און זייער טענה איז גערעכט לכל הדיעות (לדעתי) אבער די יאפאנעזער רבנים און ראשי ישיבות גייען נישט קודם אריבער צו די רבנים, אדמורי"ם וראשי ישיבות אין אמעריקע וועלכע פארמאגן רוב מנין ורוב בנין פון אלע תלמוד תורה קינדער אין אמעריקע.

איז עס עפעס מחייב פאר מוסד א', מוסד ב' אדער מוסד ג' אין אמעריקע מיט זייערע פופציג טויזענט אינגלעך?
ווער פרעגט די רבנים פון יאפאן?
די רבנים אין אמריקע זאגן להד"ם, אלעס איז פיין, אין לך להתערב... מיר קענען די פאקטן בעסער, און ס'איז נישט אמת וואס איר זאגט.

טראכט אריין אן קיין נגיעות, וועט איר איינזענן אין א מילי-סעקונדע אז מ'קען גארנישט אויפטאן (אויב זוכט עמיצער דעם תכלית) אן דעם וואס מ'זאל גיין צו די באטרעפנדע ראשי ישיבות און אדמורי"ם צי וועמען די פופציג טויזענט אינגלעך באלאנגען.

וזה פשוט מאוד לכל בר דעת.

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מיטוואך יולי 05, 2017 12:41 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:אוודאי.

ספה״ק ויואל משה איז א שטארקע הלכה באיסור החמור של שלוש שבועות, מאמר לשון קודש, ומאמר ישוב ארץ ישראל.

נישט איבער פאקטן.

און אויסער דא איז דא ארגומענט נומער 1.
איבער׳ן רבינ׳ס גיין צו אלע רבי׳ס איידערן ארויסגעבן דעם ספה״ק ויואל משה.


קודם כל, מיטן ספה"ק ויואל משה איז דער רבי געווען כמעט א יחיד רוב ארי מנהיגים זענען נישט געווען בדעה אחת. משאכ דא זענען אלע מודה אז מיליטער איז א פראבלעם עס איז נאר דא א פלוגתא וואס די מציאות איז און דאס קען מען אויסקלארן מיט דעם קאמיטע.

נאך מער, דאכט זיך אז תשל"ח ווען די רעגירונג האט אנגעהויבן טיילן געלט האט רביה" ק מסאטמאר ז"ל געשיקט דעם ברך משה ז"ל צי רעדן צי בעלז דאכט זיך און מסביר זיין די חומר העניין.

די ויואל משה איז א חיבור געשריבן להלכה, און אלס פסק הלכה איז כ"ק אדמו"ר מהרא שליט"א אויך מסכים צי שרייבן א בריוו, אבער בנידון דידן טענהט ער אז צי ריכטיג אויפטאן דארף מען ארייננעמען די אר"י'דיגע מנהיגים

עס איז נישט שייך זיך צו קריגן מיט א מציאות. די מציאות איז אז עס איז דא א אויפשטייג פון חרדים אין מיליטער. די וואס זאגן אנדערש, זענען נישט באהאוונט מיט די מציאות. מאך די ריסוירטש וועסטו אויך געוואר ווערן וואס די מציאות איז.

צווייטנס, די קאמיטע וואס מען וויל שטעלן איז נישט מברר צו זיין די מציאות, עס איז 1 צו ״אויפמאכן די אויגן פון די דארטיגע רבנים״ צו זעהן די פאקטן, און נישט זיך לאזן פארפירן פון די ח״כ, וואס ונוער געדענקט נאך ווי זיי האבן געריסן קריעה שטייענדיג ביים שטענדער אין כנסת. זיי זענען אויך אדורך א ״הסתגלות״ און געמאכט א דיעל מיט די וועד הישיבות אז ״נפש תחת נפש״ מ׳וועט שיקן ספרדים וכדו׳ און שלום עלי נפשי.

די צווייטע זאך פון די קאמיטע איז, צו מסביר זיין די בחורים די הארבקייט פון גיין אין מיליטער. עס זענען דא אזעלכע וואס טראכטן, טאקע עס איז חשובער צו זיין א בן תורה, זיצן אין ישיבה, אבער בלית ברירה קען מען גיין אין צבא. וואס דאס דארף מען מסביר זיין, אז עס איז בכלל נישט קיין אפציע.

אגב, ווער האט די קליפ ווי זיי רייסן קריעה, ביטע ארויפלייגן. א דאנק.

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מיטוואך יולי 05, 2017 12:46 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:קאסאני רבי פרעגט זייער שטארק, אז דער ויואל משה איז געבויעט אז ס"ת שנגנב אין דיינין בדייני אותו עיר, ווייל זיי זענען נוגע בדבר, די זעלבע זאך ווען עס איז דא אזא סארט שאלה (דארט איז עס בחירות) קענען די דארטיגע רבנים נישט פסק'נען ווייל זיי זענען נוגע, ע"כ וואס שטייט אין ויואל משה.

ממילא ה"ה כאן, היות די דארטיגע רבנים בענעפעטירן פון די מדינה, זענען זיי נוגע, ממילא דארפן די חו"ל רבנים אריינרעדן.

עס איז זייער קלאר, און די חלק צו דער רבי איז ארומגעגאנגען צו נישט, האט נישט מיט די הלכה וואס ווערט מבורר אין ויואל משה.



במחכ"ת קאסאני רבי פרעגט דאס נישט, ער פרעגט צו די רבי פאר ער האט געשריבען ויואל משה האט ער געפרעגט די א"י רבנים, דו פראבירסט צו לערן א פשט און א פשוטע פראגע


אבער במחכ"ת קאסאני רבי קושיא מעיקרא ליכא, ביי ויואל משה, איז נישט געווען א שאלה אין די מציאות הדברים נאר וויאזוי מען פסקנט די מציאות, האט דער רבי נישט געדארפט פרעגן יענעם וואס זיין אייגענער פסק הלכה דארף זיין.

דא איז דא א מחלוקת אין מציאות, זה אומר כך והשני אומר להיפוך וכו', דארף מען קודם מברר זיי די מציאות פאר מען פסקנט א פסק, און אויף דעם קומען אריין די א"י רבנים.

במחילת כבודך. דא איז אויך נישט קיין שאלה איבער די מציאות. די וואס לייקענען האבן א סיבה ($ ?) צו לייקענען.

איז ממילא, הקושיא במקומה עומדת

ראנדער
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 12:43 pm

תגובהדורך ראנדער » מיטוואך יולי 05, 2017 12:50 pm

וואס איז למעשה געבליבן וועגן די קאמיטעי?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך יולי 05, 2017 1:06 pm

ווער האט זיך געריסן קריעה?

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מיטוואך יולי 05, 2017 1:15 pm

לא לנו האט געשריבן:ווער האט זיך געריסן קריעה?

משה גפני - ישראל אייכלער - מנחם אליעזר מוזס און מאיר פרוש האט געמאכט קולות

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך יולי 05, 2017 1:15 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:לאמיר זיך מצייר זיין:

צען גאר ערליכע רבנים און ראשי ישיבות פון יאפאן והגלילות: קומען ארויס מיט א שרייענדיגע קול קורא אז מ'טאר נישט לערנען קיין ענגליש מיט די אינגלעך אין אמעריקע, ווייל ס'איז א חרם הקדמונים וכו' וכו'.

און זייער טענה איז גערעכט לכל הדיעות (לדעתי) אבער די יאפאנעזער רבנים און ראשי ישיבות גייען נישט קודם אריבער צו די רבנים, אדמורי"ם וראשי ישיבות אין אמעריקע וועלכע פארמאגן רוב מנין ורוב בנין פון אלע תלמוד תורה קינדער אין אמעריקע.

איז עס עפעס מחייב פאר מוסד א', מוסד ב' אדער מוסד ג' אין אמעריקע מיט זייערע פופציג טויזענט אינגלעך?
ווער פרעגט די רבנים פון יאפאן?
די רבנים אין אמריקע זאגן להד"ם, אלעס איז פיין, אין לך להתערב... מיר קענען די פאקטן בעסער, און ס'איז נישט אמת וואס איר זאגט.

טראכט אריין אן קיין נגיעות, וועט איר איינזענן אין א מילי-סעקונדע אז מ'קען גארנישט אויפטאן (אויב זוכט עמיצער דעם תכלית) אן דעם וואס מ'זאל גיין צו די באטרעפנדע ראשי ישיבות און אדמורי"ם צי וועמען די פופציג טויזענט אינגלעך באלאנגען.

וזה פשוט מאוד לכל בר דעת.


גראדע פארגעס נישט, אז זיי נעמען געלט פון אמעריקא (יהדות ארה"ב), און דעריבער בעל הדעה בעל המאה, מעגן מיר נאך האבן אזא דעה ווי די מדינה הציונות האט אויף זיי
כשמ"ו כן הוא

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מיטוואך יולי 05, 2017 1:27 pm

לא לנו האט געשריבן:ווער האט זיך געריסן קריעה?

געטראפן

https://www.dropbox.com/s/w5j8igalndv7z ... A.mp4?dl=0

https://www.dropbox.com/s/byr173dhodh0m ... 8.mp4?dl=0

איז די מציאות ביטער אדער נישט?

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך יולי 05, 2017 1:29 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:קאסאני רבי פרעגט זייער שטארק, אז דער ויואל משה איז געבויעט אז ס"ת שנגנב אין דיינין בדייני אותו עיר, ווייל זיי זענען נוגע בדבר, די זעלבע זאך ווען עס איז דא אזא סארט שאלה (דארט איז עס בחירות) קענען די דארטיגע רבנים נישט פסק'נען ווייל זיי זענען נוגע, ע"כ וואס שטייט אין ויואל משה.

ממילא ה"ה כאן, היות די דארטיגע רבנים בענעפעטירן פון די מדינה, זענען זיי נוגע, ממילא דארפן די חו"ל רבנים אריינרעדן.

עס איז זייער קלאר, און די חלק צו דער רבי איז ארומגעגאנגען צו נישט, האט נישט מיט די הלכה וואס ווערט מבורר אין ויואל משה.



במחכ"ת קאסאני רבי פרעגט דאס נישט, ער פרעגט צו די רבי פאר ער האט געשריבען ויואל משה האט ער געפרעגט די א"י רבנים, דו פראבירסט צו לערן א פשט און א פשוטע פראגע


אבער במחכ"ת קאסאני רבי קושיא מעיקרא ליכא, ביי ויואל משה, איז נישט געווען א שאלה אין די מציאות הדברים נאר וויאזוי מען פסקנט די מציאות, האט דער רבי נישט געדארפט פרעגן יענעם וואס זיין אייגענער פסק הלכה דארף זיין.

דא איז דא א מחלוקת אין מציאות, זה אומר כך והשני אומר להיפוך וכו', דארף מען קודם מברר זיי די מציאות פאר מען פסקנט א פסק, און אויף דעם קומען אריין די א"י רבנים.


איך האב עס אזוי נאך געהערט, קען זיין אז מהערט דאס נישט אויפן רעקארדינג, אלנפאלס איז עס רעלאווענט לענ"ד.

די צווייטע חלק וואס איר שרייבט פארשטיי איך אויך נישט פונקטליך, די נידון דא איז אז די טענה איז אז די אפיציעלע פארטייען ווילן דאס משתיק זיין, נו, וואס האט פשט צו הערן זייערע אפיציעלע תירוצים?

די טענה (לפי הטוענים) איז, אז בעד הנגיעות, האבן די אפיציעלע פארטייען פארטרעטער מסכים געווען צו מאכן א דיעל, וואס די היימישע וועלכע זענען גוט ארגענעזירט ווערן נישט אפעקטירט (לע"ע), אבער די אלע ארויסגעפאלענע וואס זענען נישט אגענעזירט אין א קרייז, (וואס דאס איז בעצם רוב אידן אין א"י) פאלן צו די יעדים, און האבן נישט ווער סזאל זיך אננעמען פאר זיי, סא וואס האט פשט ארויסצו ברענגען נאכאמאל און נאכאמאל אז די גרויסע קאמפאניס ליידן נישט?

די טענה איז דאך אז די איינצעלנע אידן ליידן יא, און עס איז אזוי בכוונה תחילה אויסגעשטעלט.

איי וואס טוט מען אויף, אויסער וואס מען טוט אויף פאר זיך אליין, טוט מען שוין איינמאל אויף, אויב ווערט אוועקגעשטעלט אז די אפיציעלע פארטייען זארגן זיך נאר פאר זיך, פאר די היימישע ארגענעזירטע ראסע, וועלן זיי האבן אן ערנסטן פראבלעם פאר די רבנים (די וועלכע זעען עס נישט) און פאר די גאס, כמיין יעדער פארשטייט אז זיי האבן א פראבלעם דערמיט, און פאר די בחירות, זאלן די פארפלאנטערטע אידן וויסן אז זיי זענען קרבנות פון א אפיציעלע דיעל פון זייערע אייגענע פארטרעטערס.

און בעיקר איז דאס נאכאמאל א מערכה קעגן די מדינה, זיי זאלן זיך אפטשעפענען סיי פון די בני ישיבות, און סיי פון פשוט'ע מאמינים, מיר האלטן נישט ביים זיך טוישן.

האקט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך יולי 05, 2017 1:36 pm

תענית חלום האט געשריבן:
אגב, ווער האט די קליפ ווי זיי רייסן קריעה, ביטע ארויפלייגן. א דאנק.

קריעה רייסן אינעם כנסת...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך יולי 05, 2017 1:56 pm

תענית חלום האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:ווער האט זיך געריסן קריעה?

געטראפן

https://www.dropbox.com/s/w5j8igalndv7z ... A.mp4?dl=0

https://www.dropbox.com/s/byr173dhodh0m ... 8.mp4?dl=0

איז די מציאות ביטער אדער נישט?



די קליפ איז פון אמאל בשעת לפיד האט געמאכט די נייע חוקים (שקד קאמיסיע).
היינט איז תשע"ז - און אלע ראשי ישיבות שרייען חי קים קושטא קאי שיקרא לא קאי. נישטא קיין גזירות גיוס והכל עצהיו"ט. אינטרעסאנט?

להוי ידוע די קליפ איז פון 4 יאר צוריק. היינט שרייען זיי אז נישטא קיין גזירה.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט