"פערזענליכע מחאות" - במשנת רביה"ק מסאקמאר זי"ע

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

"פערזענליכע מחאות" - במשנת רביה"ק מסאקמאר זי"ע

תגובהדורך תמימות'דיגער » מאנטאג יוני 19, 2017 6:09 pm

איך טוה דא עפענען אן אשכול איבער א האקעלען נושא מיטן בקשה אז דער עולם זאל רעספעקטירן דער "אייוועלט סטאנדארטען און תקנות" און נישט פארפארן פונעם נושא אדער אריינגיין בענינים פרטיים.

שמעתי אז אמאל ווען דער רבי ז"ל איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד האט ער געזעהן הענגן א צעטל אז אזויווי [הרב] איטשע מאיר לעווין געפינט זיך איצטער אין אמעריקא וועט פארקומען א מחאה ופראטעסט אינדרויסן זיין אכסניא - איש בל יעדר וכו'. דער רבי האט צוקאכטערהייט אראפגעריסן בשתי ידיו הקדושות די צעטל און עס אריינגעפליקט אינעם מיסט קאסטן זאגנדיג פאר די דערנעבענדיגע אז ביי אונז האט מען קיינמאהל נישט אטאקירט מענטשן פערזענדליך [נאר שיטות און פארטייען וכו'].

יעצט וויל איך וויסן אויב די מעשה [און די פרטים] איז אמת, און ווי ס'שפאלט זיך.
לעצט פאראכטן דורך תמימות'דיגער אום מאנטאג יוני 19, 2017 9:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כ'בין א תם - נישט א נער

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מאנטאג יוני 19, 2017 7:11 pm

איך וואלט צוגעלייגט אז אויב איינער ווייסט פון סיי וועלכע אנדייטונג בספרי רביה"ק מ'סאטמאר איבער אזא פראגע זאל ביטע צוצייכענען

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג יוני 19, 2017 8:15 pm

מיללער דא האט געשריבן:בדרך אגב, האב איך דעם שבת געהערט פון צוויי באזונדערע מקורות א מערקווידיגע עפיזאד, וואס האט אביסל א שייכות אהער.


ווען ר' איטשע מאיר לעווין איז אוועק און די נייעס איז אנגעקומען אין סאטמארער בחורים קעמפ האבן די בחורים אנגעהויבן זינגען 'וכל המינים כרגע יאבדו' איז געווען איינער וואס איז געגאנגען אויס'מסר'ן פארן רבי'ן.

דער רבי האט זיך זייער געבייזערט און געזאגט, ווען מען איז לוחם א קעגן א איד א שומר תורה ומצות, איז מען לוחם אקעגן זיינע דעות, נישט פערזענליך אקעגן דעם מענטש, און אוודאי טאנצט מען נישט ווען יענער ווערט נפטר.

קנאות דארף הבחנה ובינה יתירה.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג יוני 19, 2017 8:25 pm

געהערט דעם עפיזאד פון הרה״ח ר׳ מאיר שניצלער הי״ו, ווי ער פארציילט איז דער רבי זצ״ל בלאס געווארן און זיך אויסגעדריקט מיט גרויס צער; פון וואו נעמען זיי צו טון אזאנס? אזוי צו רעדן אויף א איד א שותו״מ וואס האט געדאוונט דריי מאל א טאג?
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » מאנטאג יוני 19, 2017 8:51 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
מיללער דא האט געשריבן:בדרך אגב, האב איך דעם שבת געהערט פון צוויי באזונדערע מקורות א מערקווידיגע עפיזאד, וואס האט אביסל א שייכות אהער.


ווען ר' איטשע מאיר לעווין איז אוועק און די נייעס איז אנגעקומען אין סאטמארער בחורים קעמפ האבן די בחורים אנגעהויבן זינגען 'וכל המינים כרגע יאבדו' איז געווען איינער וואס איז געגאנגען אויס'מסר'ן פארן רבי'ן.

דער רבי האט זיך זייער געבייזערט און געזאגט, ווען מען איז לוחם א קעגן א איד א שומר תורה ומצות, איז מען לוחם אקעגן זיינע דעות, נישט פערזענליך אקעגן דעם מענטש, און אוודאי טאנצט מען נישט ווען יענער ווערט נפטר.

קנאות דארף הבחנה ובינה יתירה.


די דערמאנטע עובדא איז געווען ווען הגאון מטשעבין איז נסתלק געווארן, מ'קען זיך נאכפרעגן ביי הרה"ח ר' א. ש. שו"ב

בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

תגובהדורך בסתר המדריגה » דינסטאג יוני 20, 2017 4:27 pm

עטליכע נקודות למחשבה
סאיז נישט אוועק געשטעלט קיין כללים - לאו כל אנפי שווין
אין למדין מפי מעשה
אין געוויסע פעלער איז יא געווען ניחא פארן רבי'ן
מקען זאגן אז בכלליות האט די רבי נישט איינגעפירט קיין מחאות קעגן יחידים אבער נישט זיכער צו זאגן אז עס איז אים נישט ניחא געווען אויף קיין שום פאל
נמשל ביי די מחאות RFR איז קיינער פון די תלמידים פון רבי'ן נישט געקומען מיט קיין טענות [כפי מיעוט ידיעתי] אז עס איז קעגן א יחיד
אסאך מאל איז די מחאה נישט באמת געצילט צום יחיד נאר עס איז א געלעגנהייט צו מוחה זיין אויפן עצם זאך בעת דער אחראי לפשע געפינט זיך דארט
כפי מיעוט השכתינו די עיקר פראבלעם פון רבי'ן איז געווען אז מען זאל נישט אויסטייטשען די מחאה כאילו א פריוואטע פאליטישע קאנפליקט
די מעשה פון איטשע מאיר נמשל איז נישט געווען קיין ספציעלע סיבה אים צו אטעקירן נאר צוליב'ן זיין עצם שיטה
אין ספר "זכרון בספר " פון ר' יונה לאנדא איז דא שיינע קאפיטעל איבער דעם

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

תגובהדורך ארך אפים » דינסטאג יוני 20, 2017 4:33 pm

די צוויטע זייט פון די מטבע איז (לענ"ד) דאס וואס רביה"ק האט גערעדט און ווי אויך געשריבן א לאנגע תשובה קעגן ערשטן רב הראשי, וואס דא הייבט זיך אן די ריכטיגע מחלוקה די וואס פראטעסטירן אדער רעדן פערזענדליך אויף מענטשן, זאגן אז יענער איז ערגער פון וכו', וואס כידוע האט הרה"ק ר' בנימין ראבינאוויטש געזאגט אויף....... , ואין לדבר סוף מען קען טענה'ן אהין אין צוריק.
ס"ה לע"ד איז אז א רב א מסית האט דער רבי געהאלטן מצוה לפרסמו, שלא ליגרר אחריו אבער סתם א מענטש צריך עיון, און יעצט ווערט א פרישע מחלוקה אויב סתם א חבר הכנסת איז דא די חשש.
וכל דברי הם בדרך אפשר ויש לפלפל בזה.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג יוני 20, 2017 4:47 pm

בוידעם האט געשריבן:געהערט דעם עפיזאד פון הרה״ח ר׳ מאיר שניצלער הי״ו, ווי ער פארציילט איז דער רבי זצ״ל בלאס געווארן און זיך אויסגעדריקט מיט גרויס צער; פון וואו נעמען זיי צו טון אזאנס? אזוי צו רעדן אויף א איד א שותו״מ וואס האט געדאוונט דריי מאל א טאג?

די מעשה איז געווען ווען רי"מ לווין איז נפטר געווארן און בחורים אין ישיבה האבן געזאגט [אדער געשריבן] אויף אים באבוד רשעים רנה, ר' נתן יוסף האט עס איבער געזאגט פארן רבי'ן איז דער רבי דערציטערט געווארן, ווי זאגט מען אזוינס אויף איינעם וואס האט געלייגט תפילין יעדן טאג [אויב געדענק איך גוט איז די מעשה געדרוקט אין 'מפיהם ומפי כתבם' פון הרב גליקמאן].

מאידך גיסא, האט דערציילט הגה"ח ר' צבי יוסף וואסילסקי ז"ל, מייסד פונם ברסלב'ע שטיבל אויף ליע סט., ווען ס'יז געווען א מחאה אין מאה שערים געגן רי"מ לוין הנ"ל מען האט געווארפן צעטלעך קעגן אים [וועגן עפעס א שערוריא וואס איז געווען ידו באמצע, דענק איך נישט וואס פונקטליך], רצ"י הנ"ל איז דאן געקומען קיין אמעריקא האט ער געוויזן פארן רבי'ן דעם צעטל וואס מען האט געווארפן, דער רבי האט הנאה געהאט, און גענומען דעם צעטל, עס איינגעקנייטשט און געלייגט אין וועסטל בוזעם.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דינסטאג יוני 20, 2017 5:31 pm

מעשיות איז דא אסאך, יעדער האט מעשיות וואס אים שמעקט, און פארשטייט אז יעדער דערציילט נאך די מעשה וואס ער האט ליב מיט אביסל זאלץ און פעפער. אפגערעדט פון דעם אז אסאך מעשיות באקומען סתם אזוי א ריזיגע בארד מיט הענט און פיס.

בקיצור, מען קען גארנישט בויען אויף מעשיות. א מעשה איז נאר גוט ממחיש צו זיין און צו ארויסברענגען גוט אן ענין וואס איז מבורר פון אנדערע מקורות.

דאן לאמיר אראפשטעלן מיין פראגע נאכאמאל, איז דא איינער וואס ווייסט פון עפעס א מקור אין סאטמארן רבי'נס ספרים איבער אזא נושא?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג יוני 20, 2017 5:46 pm

ווען א יחיד איז ארויס מיט א מלחמה על תורה"ק האט מען יא געזען שארפע אויסדרוקן קעגן א פערזאן
אין די חמשה חומשי תורה ווערט פילע מאל יא אויסגעדרוקט א פראטעסט נגד א יחיד
דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג יוני 20, 2017 7:20 pm

פרעג אויך מענדל שיקאגא וואס ער האט געטון צו ר' שלום פויגל [ר' שלום איז שוין געווען א רעכטער אנדערש ווי איטשע מאיר וואס איז געווען לינק לינק] דא אין אמעריקא, און פארציילט פארן רבי'ן, און דער רבי חיזק ידיו.

נאך א זאך, די דוגלי שיטת עולם הישיבות שמחלקין בין גברא לחפצא, זענען אויך מתיר צו רעדן על גברא שלא בהזכרת שמם.

נאכדעם איז דא א ענין פון מ'רעדט נאר אין שטוב כידוע.

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג יוני 20, 2017 7:47 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:געהערט דעם עפיזאד פון הרה״ח ר׳ מאיר שניצלער הי״ו, ווי ער פארציילט איז דער רבי זצ״ל בלאס געווארן און זיך אויסגעדריקט מיט גרויס צער; פון וואו נעמען זיי צו טון אזאנס? אזוי צו רעדן אויף א איד א שותו״מ וואס האט געדאוונט דריי מאל א טאג?

די מעשה איז געווען ווען רי"מ לווין איז נפטר געווארן און בחורים אין ישיבה האבן געזאגט [אדער געשריבן] אויף אים באבוד רשעים רנה, ר' נתן יוסף האט עס איבער געזאגט פארן רבי'ן איז דער רבי דערציטערט געווארן, ווי זאגט מען אזוינס אויף איינעם וואס האט געלייגט תפילין יעדן טאג [אויב געדענק איך גוט איז די מעשה געדרוקט אין 'מפיהם ומפי כתבם' פון הרב גליקמאן].

מאידך גיסא, האט דערציילט הגה"ח ר' צבי יוסף וואסילסקי ז"ל, מייסד פונם ברסלב'ע שטיבל אויף ליע סט., ווען ס'יז געווען א מחאה אין מאה שערים געגן רי"מ לוין הנ"ל מען האט געווארפן צעטלעך קעגן אים [וועגן עפעס א שערוריא וואס איז געווען ידו באמצע, דענק איך נישט וואס פונקטליך], רצ"י הנ"ל איז דאן געקומען קיין אמעריקא האט ער געוויזן פארן רבי'ן דעם צעטל וואס מען האט געווארפן, דער רבי האט הנאה געהאט, און גענומען דעם צעטל, עס איינגעקנייטשט און געלייגט אין וועסטל בוזעם.

והחילוק פשוט, ווען א מענטש לעבט און מ'קען שאדן מאכן דארף מען רעדן פארפירן מ'מוז דאך וויסן נישט געכאפט ווערן אבער א מענטש וואס לייגט תפילין גייט פון די וועלט, זיך פרייען איז סתם מיאוס און געמיינקייט און ברענגט גארנישט קיין תועלת

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מיטוואך יוני 21, 2017 12:07 am

דערווייל האט מען דא געברענגט קלארע מעשות אויף נישט מוחה צו זיין אויף א יחיד,
געוויסע רעאגירען דערויף אז יש ויש, און עס אז איז אויך דא מעשות אויף פארקערט,

איינער ווייסט פון א קלארע מעשה אדער מימרא במשנתו של רבינו זי״ע ווי מען האט יא מוחה געווען אדער געהייסן מוחה זיין קעגן א יחיד?
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

תגובהדורך בסתר המדריגה » מיטוואך יוני 21, 2017 1:15 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:דערווייל האט מען דא געברענגט קלארע מעשות אויף נישט מוחה צו זיין אויף א יחיד,
געוויסע רעאגירען דערויף אז יש ויש, און עס אז איז אויך דא מעשות אויף פארקערט,

איינער ווייסט פון א קלארע מעשה אדער מימרא במשנתו של רבינו זי״ע ווי מען האט יא מוחה געווען אדער געהייסן מוחה זיין קעגן א יחיד?

איך ווייס נישט אויף די מינוט איבער א מעשה אדער הוראה וועגן מחאות
אבער די דעת תורה פון רבי'ן אויפן פסק'ענען פון מעשיות שטייט דא
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (92.73 KiB) געזעהן 2401 מאל

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מיטוואך יוני 21, 2017 7:54 am

בסתר המדריגה האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:דערווייל האט מען דא געברענגט קלארע מעשות אויף נישט מוחה צו זיין אויף א יחיד,
געוויסע רעאגירען דערויף אז יש ויש, און עס אז איז אויך דא מעשות אויף פארקערט,

איינער ווייסט פון א קלארע מעשה אדער מימרא במשנתו של רבינו זי״ע ווי מען האט יא מוחה געווען אדער געהייסן מוחה זיין קעגן א יחיד?

איך ווייס נישט אויף די מינוט איבער א מעשה אדער הוראה וועגן מחאות
אבער די דעת תורה פון רבי'ן אויפן פסק'ענען פון מעשיות שטייט דא

שוין! קען מען פארמאכן דעם אשכול! אע"פ דעת קדשו פון מרן רבינו הק' וועט קיין שום מעשה נישט ווערן אנגענומען דא, נישט לטוב אין נישט למוטב!

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 21, 2017 8:36 am

גלאזער האט געשריבן:פרעג אויך מענדל שיקאגא וואס ער האט געטון צו ר' שלום פויגל [ר' שלום איז שוין געווען א רעכטער אנדערש ווי איטשע מאיר וואס איז געווען לינק לינק] דא אין אמעריקא, און פארציילט פארן רבי'ן, און דער רבי חיזק ידיו.

נאך א זאך, די דוגלי שיטת עולם הישיבות שמחלקין בין גברא לחפצא, זענען אויך מתיר צו רעדן על גברא שלא בהזכרת שמם.

נאכדעם איז דא א ענין פון מ'רעדט נאר אין שטוב כידוע.

ר' מענדל שיקאגא איז נאך ביי מיר נישט אזוי אנגענומען אז איך זאל גלייבן א מעשה אז דער רבי האט אים מחזק געווען ווען ער האט געטשעפעט א איד, אפגעזען וואס דער איד האט געטון
איך גלייב ענדערש די מעשיות בטוהר מדותיו פון רבין ווי ער האט איבערגעבעטן א קליין אינגל עיו"כ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ריאליטי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 04, 2017 5:36 pm

תגובהדורך ריאליטי » מיטוואך יוני 21, 2017 9:17 am

יעדע מעשה באזונדער דארף א אפהאנדלונג פאר זיך, למשל מוחה זיין סתם קייגן א חבר כנסת המינים איז איין זאך, אדער למשל איינער וואס איז אויך א חבר כנסת המינים און האט פונקט אויך אין די פארגאנגענ טעג אראפגעריסן און מבזה געווען אין זיין צייטונג אסאך גדולי ישראל איז דאס שוין גאר אן אנדערע מעשה, מ'דארף קענען מבחין זיין.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18682
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 21, 2017 9:27 am

וואס?

אין "ריאליטי" איז נישט אזוי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » מיטוואך יוני 21, 2017 11:27 am

מי יודע האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:פרעג אויך מענדל שיקאגא וואס ער האט געטון צו ר' שלום פויגל [ר' שלום איז שוין געווען א רעכטער אנדערש ווי איטשע מאיר וואס איז געווען לינק לינק] דא אין אמעריקא, און פארציילט פארן רבי'ן, און דער רבי חיזק ידיו.

נאך א זאך, די דוגלי שיטת עולם הישיבות שמחלקין בין גברא לחפצא, זענען אויך מתיר צו רעדן על גברא שלא בהזכרת שמם.

נאכדעם איז דא א ענין פון מ'רעדט נאר אין שטוב כידוע.

ר' מענדל שיקאגא איז נאך ביי מיר נישט אזוי אנגענומען אז איך זאל גלייבן א מעשה אז דער רבי האט אים מחזק געווען ווען ער האט געטשעפעט א איד, אפגעזען וואס דער איד האט געטון
איך גלייב ענדערש די מעשיות בטוהר מדותיו פון רבין ווי ער האט איבערגעבעטן א קליין אינגל עיו"כ



עס איז בכלל נישט קיין סתירה די ביידע זאכן, דאס איז א חלק פון די היינטיגע צודרייטע וועלט, טייל ווילן זאגן אז היות דער רבי איז געווען אזא שטארקער קנאי דעריבער איז שווער צו גלייבן די חלק המידות און טייל זאגן פון די גרויסקייט פון זיינע מידות איז שווער צו גלייבן אז ער איז געווען א זאז גרויסע קנאי.

סאטמאר'ע חסידים וואס האבן געקענט דעם רבין ווייסן קלאר אז די רבי איז געווען ביידע גאר גאר א שטארקער קנאי און לוחם קעגן יעדעם וואס נישט, און א גאר גאר א שטארקע גאון במעשיו ובמידותיו התרומיות, און עס איז בכלל נישט קיין סתירה.

די אלע אזויגערופענע סתירות זענען א נייע ערשיינונג פון די היינטיגע צודרייטע וועלט, ווען מען וויל שטופן געוויסע אגענדעס, און פרעמדע קרייזן ווילן איינרעדן אז זיי האבן בעסער געקענט דעם רבי'ן, און ליידער הערט מען דאס אויך אין סאטמאר גופא.

בעצם איז דאס א לענגערע שמועס אבער איך וועל יעצט נישט אריינגיין אין דעם, אפשר וועט די צייט נאך אמאל ערלויבן, און מיט רוהיגערע געמיטע וועט מען דאס ברייטער אויסשמועסן

(איך גיי נישט אריין אין די באגלויבטקייט פון די ספעציפישע אויבנדערמאנטע מעשה, עס איז נאר על הכלל כלו יצא, אויף די 'געדאנק' בזמנינו אז עס קנאות מיט מידות זענען א סתירה, און דאס ווערט גענוצט צו טרייבן אגענדעס סיי אינדרויסן פון סאטמאר און ליידער אויך במחנינו [אויף ביידע וועגן])

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 21, 2017 12:00 pm

וואס דער רבי האט גערעדט אין שטוב איז פארהאן טעיפס, [והידוע מכולם איז דער טעיפ פון בעפאר די נשא תורה, ווי דער רבי רעדט דארט איבער געוויסע יחידים מיטן נאמען]
ווידער ווען א איד האט זיך גענוטיגט אין הילף האט זיך דער רבי אוועק געגעבן פאר יענעם בלב ובנפש, צו מיט געלט, על אף ער האט געהאט א חשבון מיט יענעם בנוגע קנאות, ויש ע"ז מעשיות, וואס די בעלי המעשה לעבן נאך און קענסט זיי אליינס איבער פרעגן
און ביי א ריתחא דאורייתא, האט ער יא געקענט אריינפארן פאר א יחיד, [און רוב מאל מפייס געווען אזוי אז יענער איז נאך ארויס מיט גרויס ריווח....]

און בנוגע טשעפען א יחיד, סתם לשם טשעפען ווייל 'איך' בין ברוגז אויף עם, גלייב איך אז ער איז געווען דערגעגען ווייל די תוה"ק איז דערגעגען....
ווידער אויב איז עס געווען 'לשם שמים', נו, דארף מען דאך זיין א סאטמאר רב צו מיינען בלתי לשם לבדו....

געלויבט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

תגובהדורך געלויבט » מיטוואך יוני 21, 2017 1:51 pm

באוואוסט די מעשה אז רביה"ק זיע"א האט זיך אמאל צורעדט אויף איינער פון די אדמורי"ם און זיין זון האט דאס געהערט איז ער וועגן דעם נישט געוועהן א שטיק צייט ביים רבין ווען ער איז געקומען האט אים דער רבי געפרעגט פארוואס איז ער אזוי לאנג שוין נישט געקומען האט ער גענטפערט אל'ס כבוד פון טאטן, זאגט אים דער רבי זי"ע וואס ווילסטו פון א שמועס וואס איך האב זיך צורעדט אין שטוב.

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך יוני 21, 2017 6:33 pm

ר' מענדל שיקאגא קען בטבע ובמציאות נישט זאגן אנדערש ווי ס'איז געווען פאר ווער ס'קען אים, ער האט גערעדט ברבים מ'קען שאפן די טעיפס.

דער רבי האט נישט געקענט טון כמובן דאס וואס יחידים האבן געקענט, ווען ער האט געהערט ווי ר' עמרם האט זיך אנגעטון א זאק און געגאנגען ברחוב העיר, איז דער רבי געווען מורא'דיג צושטורעמט, אזוי האט ער געטון ? אזוי האט ער געטון ? איך קען עס נישט טאן , האט ער געזאגט בהתמרמרות אפאר מאל, איך קען עס דען טאן? איך קען נישט, אבער שיק אים דערפאר פונף הונדערט דאלער, איך מיין ארויסצוברענגען אז נישט אלץ איז א ראי' וואס ער זעלבסט האט געטאן, ער האט נאך געקענט הנאה האבן פון אנדערע.

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » מיטוואך יוני 21, 2017 10:06 pm

ווען א חבר הכנסת קומט אויף א פלאץ, צו נעמען חיזוק אויף זיינע אגענדעס דוקא אינמיטן א מערכה וואס קאכט, איז לכאורה ווי מוחה זיין אויף די שגץ 'שטיק',

וראי', אז הרבה פעמים איז שוין פאריבער אזוינע באזוכן שטיל, אן קיין שום גערודער,

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יוני 21, 2017 10:42 pm

געוועהן אמאל צוויי אידען (נאמען אין אישי) וואס זענען געקומען צום רעבין נאך געלט פאר א געוויסע מוסד אין ארץ ישראל איינער איז געוועהן א אמעריקאנער און איינער א ארץ ישראל׳דיגער.

דער אר״י איד האט זיך עפעס פאררעדט איבער די טובת המדינה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט שרייען: גייטס ארויס פון דא, גייטס ארויס פון מיין הויז, ביי מיר רעדט מען נישט אזוי און זיי זענען זיך אוועקגעגאנגען.

דערציילט מיר די אמעריקאנע איד אז ער איז דערנאך אהיים געגאנגען און זיך געלייגט שלאפען, צוויי אזייגער ביינאכט קלינגט ביי אים די טעלעפאן, מען ריפט פון רעבינס שטוב אז ער זאל שוין אריבער קומען מיט די אר׳י איד דער רבי וויל זיי שוין זעהן.

אנקומענדיג האט די רבי שוין געווארט פאר זיי און האט זיי געגעבען א הערליכען סכום פאר די צוועק וואס זיי זענען געגאנגען פאר, די רבי האט געשמועסט מיט זיי אפאר מינוט און קיין ווארט נישט גערעדט פון די פריערדיגע אינצידענט.

איך דערצייל עס דא ווייל איך זעה מען האט גערעדט דערוועגן און ווייל איך האב געהערט די מעשה פון א כלי ראשון האב איך עס אפגעשריבען אפשר וועט עס זיין אינטערסאנט פאר איינעם.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג יוני 22, 2017 6:44 pm

געלויבט האט געשריבן:באוואוסט די מעשה אז רביה"ק זיע"א האט זיך אמאל צורעדט אויף איינער פון די אדמורי"ם און זיין זון האט דאס געהערט איז ער וועגן דעם נישט געוועהן א שטיק צייט ביים רבין ווען ער איז געקומען האט אים דער רבי געפרעגט פארוואס איז ער אזוי לאנג שוין נישט געקומען האט ער גענטפערט אל'ס כבוד פון טאטן, זאגט אים דער רבי זי"ע וואס ווילסטו פון א שמועס וואס איך האב זיך צורעדט אין שטוב.

די מעשה שטימט. נאר ביים רבי'ן איז נישט געווען אזא זאך ווי 'צורעדט', דער איד האט זיך נישט צורעדט.. ער האט 'גערעדט'.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט