וואס ווייטער קעגן גיוס? - באיקאט?

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

וואס ווייטער קעגן גיוס? - באיקאט?

תגובהדורך שתוקא בתרין » מיטוואך יוני 14, 2017 9:22 pm

ויהי ממחרת הכינוס הרבבות.
ב"ה געווען א געוואלדיגע סוקסעס במלוא מובן המלה. אבער וואס ווייטער? די גזירה הענגט נאך אין די לופט.
פראטעסטן איז זייער וויכטיג - אבער נישט גענוג.
וויל איך דא פרעגן: וואס איז אייער מיינונג איבער דערקלערן א באיקאט אויף אלע - אדער טייל - פראדוקטן וועלכע קומען פון מדינת ישראל? איז דאס אויספירבאר? וועט דאס העלפן?
אדער א באיקאט קעגן פארן קיין מדינת ישראל (אויסער ווען עס איז זייער וויכטיג ווי למשל א חתונה פון א נאנטער קרוב, א.ד.ג.)
נישט שיקן לערנען קיין בחורים קיין ארץ ישראל (איך האב געהערט אז מדינת ישראל באקומט געלט פון אמעריקע פאר די בחורים - קראנט?).

וואס זאגן דא די חשוב'ע חברים דא דערצו?
אדער אפשר אן אנדער געדאנק, וואס דער קומענדיגער שריט זאל זיין.
תשועה ברוב יועץ.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יוני 14, 2017 11:49 pm

די תוצאה פינעם כינוס האט זיך קוים אנגעהויבן
לאמיר צוווארטן אביסל זעהן ווי אהין עס האט געברענגט
פון דארט קען מען קוקן אויף ווייטער

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג יוני 15, 2017 12:52 am

בפשטות איז די בעסטע קומענדיגער שריט אז די כולל יונגעלייט זאלן צירוק גיין אין כולל, די ארבייטער צו די ארבייט, די בחורים אין ישיבה, און לאזען די רבנים ומנהיגי העדה פירען די זאך פון דא און ווייטער.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דאנארשטאג יוני 15, 2017 1:54 am

פראביר אליינס צו ענטפערן אויף דיין שאלה וועסטו זעהן אז די שאלה איז ניטאמאל מלה בסלע און אוודאי נישט שתיקה בתרין

און פעילות וואס איז יא מעגליך צו טון וועט מסתמא נישט אויספלאנירט ווערן דא אויפן וועלטל זיכער נישט אין אפענע תגובות, אויב עפעס אפשר נאר אין אישי
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג יוני 15, 2017 2:31 am

שתוקא בתרין האט געשריבן:ויהי ממחרת הכינוס הרבבות.
ב"ה געווען א געוואלדיגע סוקסעס במלוא מובן המלה. אבער וואס ווייטער? די גזירה הענגט נאך אין די לופט.
פראטעסטן איז זייער וויכטיג - אבער נישט גענוג.
וויל איך דא פרעגן: וואס איז אייער מיינונג איבער דערקלערן א באיקאט אויף אלע - אדער טייל - פראדוקטן וועלכע קומען פון מדינת ישראל? איז דאס אויספירבאר? וועט דאס העלפן?
אדער א באיקאט קעגן פארן קיין מדינת ישראל (אויסער ווען עס איז זייער וויכטיג ווי למשל א חתונה פון א נאנטער קרוב, א.ד.ג.)
נישט שיקן לערנען קיין בחורים קיין ארץ ישראל (איך האב געהערט אז מדינת ישראל באקומט געלט פון אמעריקע פאר די בחורים - קראנט?).

וואס זאגן דא די חשוב'ע חברים דא דערצו?
אדער אפשר אן אנדער געדאנק, וואס דער קומענדיגער שריט זאל זיין.
תשועה ברוב יועץ.

זייער קלוגע טריט

אפאר הערות:
1. ס'איז א מוזלעמישע אלטע באקיאט, דער רבי זי"ע האט זייער נישט געהאלטן פון דעם אז מ'זאל גיין מיט די אראבערס צוזאמען מיט זייערע מחאות אנקעגן די ציוניסטישע מדינה.
2. פארן פארט מען קייינמאל נישט קיין מדינת ישראל, מ'פארט קיין ארץ ישראל אשר עיני ה' אלוקיך בה, וואס מיר בענקן אזוי שטארק זאל דער אייבערשטער שוין נתגלה ווערן במלכותו דארט אויף די הייליגע ערד. וועגן די רשעים זאלן אונץ נישט פארן אהין? ווייל זיי האבן געגאנבעט די פלאץ, איז מיר זענען אפגעזאגט אינגאנצן פון די הייליגע ארץ? נישט גענוג אז אין כותל המערבי קענען מיר נישט גיין וועגן די סימבאל פון כוע"י וואס ליגט דארטן, מ'זאל אונץ אינגאנצן אפזאגן פון גאנץ אר"י?
3. די מדינה פייניקט [און גראדע ס'איז געווען איינער פון די געזעצן ארום די גזירת הגיוס פון לאפיד שר"י] די מוסדות וואס ברענגען בחורים צו לערנן אין אר"י. די מדינה וויל זיי נישט האבן דא, ווייל אסאך פן זיי בלייבן שפעטער אין אר"י, אין ס'ווערט גרעסער די כח פון די פרומע אידן.

אלזא, דארף מען נאכאמאל איבערטראכטן וואס ווייטער.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג יוני 15, 2017 9:00 am

א ביקאט גייט גאר ווייניג העלפן ווייל אונז זענען מיר צו א קליינע עולם, און צו א קליינע עולם גייט זיך צושוטעלן.
נישט שיקען לערנען איז זייער א גוטע זאך אבער ווייטער וויפיל טאטעס גייען זיך שוין צושטעלן צו דעם. ווער עס שיקט גייט ווייטער שיקען.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
ברוינפן באטל
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 4:27 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

תגובהדורך ברוינפן באטל » דאנארשטאג יוני 15, 2017 2:29 pm

רעדן איבער די גזירה אויף סאשואל מידיע קען גאר אסאך העלפן
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק נאט אייך א גלעזעלע

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג יוני 15, 2017 2:58 pm

איך באיקאטיר שוין לאנג זייערע פראדוקטן צוליב אנדערע פשוט'ע טעמים, אזוי טוען אויך אסאך פון מיינע באקאנטע. איך גלייב אבער נישט אז מיר קענען אסאך אויסמאכן אין דעם ריכטונג פון ביטול הגזירה, ווי סאדאם האט שוין געשריבן

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג יוני 15, 2017 5:29 pm

ברוינפן באטל האט געשריבן:רעדן איבער די גזירה אויף סאשואל מידיע קען גאר אסאך העלפן

לענ"ד קען עס גארנישט העלפן, עס קען אפילו קאליע מאכן, דו קענסט גארנישט מסביר זיין פאר א גוי, פארוואס א מדינה וואס האט ליידער אזוי פיל פראבלעמען און מלחמות ה"י, און יעדער איינער מוז דארט גיין דינען אין מיליטער, פארוואס אונז ווילן נישט גיין.

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דאנארשטאג יוני 15, 2017 5:58 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
ברוינפן באטל האט געשריבן:רעדן איבער די גזירה אויף סאשואל מידיע קען גאר אסאך העלפן

לענ"ד קען עס גארנישט העלפן, עס קען אפילו קאליע מאכן, דו קענסט גארנישט מסביר זיין פאר א גוי, פארוואס א מדינה וואס האט ליידער אזוי פיל פראבלעמען און מלחמות ה"י, און יעדער איינער מוז דארט גיין דינען אין מיליטער, פארוואס אונז ווילן נישט גיין.

הער אדער ליין די דרשה פון הרב שפירא, וואס איז זייער גוט מסביר די פראבלעם, וואס א גוי קען אויך פארשטיין

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4544
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג יוני 15, 2017 6:04 pm

קודם א באיקאט גייט אוודאי נישט אויפטוען פון די פאר אידעלעך דא אין אמעריקע
און פארוואס זאלן היימישע אידישע קאמפעניס פון א"י דארפן ליידן ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג יוני 15, 2017 6:45 pm

אין ירושלים אין עטליכע שולן איז דא מניינים תהלים וועכענטליך צי מבטל זיין די גזירת גיוס, מיסודו פון הגאון הגדול ר' מאיר סולבייציק זצ"ל. כ'מיין ס'די בעסטע עצה, אפשר זאל מען עס איינפירען אויך אין אמעריקא.

און אז מען דאווענט שוין, זאל מען שוין אויך דאווענען אויף אידן אין אייראפע און אין אנדערע מדינות וואס די שלטונות רודפ'ט זייערע רעליגיעזע רעכטן, אין חינוך, און אין מילה, אדער שחיטה, און סתם אנטיסעמיטישע רדיפות, און אזוי אויך נישט פארגעסן צי מתפלל זיין צי מבטל זיין די יצה"ר און שמד האינטערנעט, די גרעסטע מסית בדורינו.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:20 pm

מען קען שוין איינמאל גוט מסביר זיין, האסטו אפשר געהערט די דרשה פון ר' יעקב שפירא ביים כינוס? עס איז אייזן שטארק. כבר כתבתי במקום אחר שאני בעצמי הייתי עד נוכח כמה פעמים שהסבירו לגוים והבינו היטב, גם אני בעניי כבר הסברתי הענין לגוים ולפרייע אידן והבינו היטב. אין עמקות בדבר. הצבא הציוני עושה מחרדים חילונים וזה נגד אמונתינו הא חדא, שנית כל הצבא ומלחמותיהם הוא נגד אמונתינו ולעולם לא נשרת את מטרתם הנלוזה של כפירה בגזירת הגלות ומרידה באומות והתגרות וכו', כל הגוים יכולים להבין ורובם מחשיבים את השיטה של התוה"ק שלא להתגרות ולא ללחום נגד אוה"ע ולהמתין לה' שיגאלנו.

oko
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 27, 2011 12:00 am

תגובהדורך oko » דאנארשטאג יוני 15, 2017 8:25 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
ברוינפן באטל האט געשריבן:רעדן איבער די גזירה אויף סאשואל מידיע קען גאר אסאך העלפן

לענ"ד קען עס גארנישט העלפן, עס קען אפילו קאליע מאכן, דו קענסט גארנישט מסביר זיין פאר א גוי, פארוואס א מדינה וואס האט ליידער אזוי פיל פראבלעמען און מלחמות ה"י, און יעדער איינער מוז דארט גיין דינען אין מיליטער, פארוואס אונז ווילן נישט גיין.


ס'איז געווען דער רבן של ישראל רבינו זי"ע וואס האט געהאלטן אנדערש, אז ווען נישט דעם וואס זיי האבן מורא פון די מחאות וואס מ'פארשעמט זיי פאר די אומות............

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג יוני 15, 2017 8:54 pm

oko האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
ברוינפן באטל האט געשריבן:רעדן איבער די גזירה אויף סאשואל מידיע קען גאר אסאך העלפן

לענ"ד קען עס גארנישט העלפן, עס קען אפילו קאליע מאכן, דו קענסט גארנישט מסביר זיין פאר א גוי, פארוואס א מדינה וואס האט ליידער אזוי פיל פראבלעמען און מלחמות ה"י, און יעדער איינער מוז דארט גיין דינען אין מיליטער, פארוואס אונז ווילן נישט גיין.


ס'איז געווען דער רבן של ישראל רבינו זי"ע וואס האט געהאלטן אנדערש, אז ווען נישט דעם וואס זיי האבן מורא פון די מחאות וואס מ'פארשעמט זיי פאר די אומות............

די רבי האט רבי געזאגט אז די גיום גייען פארשטיין די פראבלעם?
אויב זיי פארשטייען נישט פארלירט מען די לעצטע מיטל, די אמת איז אז זיי קענען עס פארשטיין אבער נאר נאכן צוגיין מיט די ריכטיגע מהלך און מיט אסאך יושוב הדעת.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג יוני 15, 2017 9:24 pm

צוויי פראבלעמען מיט א בויקאט.

1) די צאל היימישע יודען וואס עס גייט זיי אן זענען נישט צו גרויס און זיי זענען נישט קיין גרויסע ארץ ישראלדיגע פראדוקטען קויפערס.

2) עס שעדיגט אביסעל די מדינה און נאך מער היימישע פרנסות אין ארץ ישראל.

דער פלאן זעהט נישט אויס צו גוט, איינער האט נאך א פלאן?!
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג יוני 15, 2017 10:56 pm

רעדנדיג פון בויקאט, איז אינטערעסאנט אנצומערקן, די איינציגסטע פלאץ אין אמעריקע ווי געטראנקן פון מדינת ישראל (קאוק, פעפסי, גאמפ, ועוד) גייט די מערסטע איז אין קר"י, סהאט טאקע א גוטע סיבה - די הכשר, אבער למעשה קען יא ווירקן א בויקאט, וויבאלד גאר אסאך פראדוקטן ווערן געקויפט דירעקט צום היימישן ציבור.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:51 pm

חברים, בארואיגט'ס ענק, באיקאט איז נישט א זאך וואס מען מעג בכלל מאכן, עס פאסט זיך פאר אנטיסעמיטישע גרופעס וואס זארגן אפיציעל פאר מענטשן רעכט, נישט פאר אידישע קינדער.
וועמען באיקטירט מען? די באלעבאטים פון די קאמפאני'ס וואס מאכן די פראדוקטען, צויישן זיי ערליכע אידן, זיי וועלן בעיקר דערלייגען, אפשר די מדינה וועט אויך האבן א שטיקל הפסד, אבער בעיקר אומשילדיגע אידן.
בקיצור: א באיקאט אויף מדנ"י מיינט מקפח זיין פרנסות פון פולצאליגע ערליכע אידן!
לעצט פאראכטן דורך לחם לשובע אום פרייטאג יוני 16, 2017 8:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » פרייטאג יוני 16, 2017 3:31 am

דא האט איר די תורה בליק אויף בויקאט'ן איזראעל פון true torah jews:
צוגעלייגטע
12.JPG
12.JPG (89.2 KiB) געזעהן 3811 מאל

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » פרייטאג יוני 16, 2017 3:59 am

אז עס וועס זיך אנפאנגען מיט בויקאטן, וועלן די ציוניסטין וכו' בויקאטן סאטמערע פראדוקטן דא אין אמעריקא
אמונה בטחון גאולה

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4544
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג יוני 16, 2017 1:57 pm

לחם לשובע האט געשריבן:אין ירושלים אין עטליכע שולן איז דא מניינים תהלים וועכענטליך צי מבטל זיין די גזירת גיוס, מיסודו פון הגאון הגדול ר' מאיר סולבייציק זצ"ל. כ'מיין ס'די בעסטע עצה, אפשר זאל מען עס איינפירען אויך אין אמעריקא.

און אז מען דאווענט שוין, זאל מען שוין אויך דאווענען אויף אידן אין אייראפע און אין אנדערע מדינות וואס די שלטונות רודפ'ט זייערע רעליגיעזע רעכטן, אין חינוך, און אין מילה, אדער שחיטה, און סתם אנטיסעמיטישע רדיפות, און אזוי אויך נישט פארגעסן צי מתפלל זיין צי מבטל זיין די יצה"ר און שמד האינטערנעט, די גרעסטע מסית בדורינו.

אין קרית יואל אין כולל ויואל משה איז שוין לאנג דא א מנין תהילים ביי מיטאג..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » פרייטאג יוני 16, 2017 2:26 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
ברוינפן באטל האט געשריבן:רעדן איבער די גזירה אויף סאשואל מידיע קען גאר אסאך העלפן

לענ"ד קען עס גארנישט העלפן, עס קען אפילו קאליע מאכן, דו קענסט גארנישט מסביר זיין פאר א גוי, פארוואס א מדינה וואס האט ליידער אזוי פיל פראבלעמען און מלחמות ה"י, און יעדער איינער מוז דארט גיין דינען אין מיליטער, פארוואס אונז ווילן נישט גיין.

אויב קען מען נאכזאגן דאס וואס די גרויסע שישקעס אין צה"ל זאגן, אז זיי האבן אן איבערפלוס פון סאלדאטן, און פון צווייטן זייט וויפיל געלט זיי גיסן אריין אינעם סיסטעם פון שלעפן חרדים צום מיליטער, איז עס זייער פארשטענדליך פארן גוי, אז דער ציל איז איינס, צווינגען אידן אויפצוגעבן זייער תורה און אמונה וואס האלט זיי שוין טויזענטער יארן
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20072
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 18, 2017 8:57 am

נו שוין האט געשריבן:רעדנדיג פון בויקאט, איז אינטערעסאנט אנצומערקן, די איינציגסטע פלאץ אין אמעריקע ווי געטראנקן פון מדינת ישראל (קאוק, פעפסי, גאמפ, ועוד) גייט די מערסטע איז אין קר"י.

דאס איז באזירט אויף?

ביטע פרעגט אייך נאך וואו אלס א made in Israel פראדוקט האט א דין קדימה איבער די חוץ לארץ'דיגע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג יוני 18, 2017 9:49 am

און איך מיין אז קיינער דא וויל נישט מאכען א באיקאט, די וועלט דארף האבען די טעכנאלאגיע, מעדיצינען וואס קומען פון א"י, אלע שפיטעלער נוצן די טעכנאלאגיע פון א"י.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג יוני 18, 2017 1:10 pm

waze למשל קומט פון מדנ"י...


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט