געפילן פון די משתתפים ביים כינוס הרבבות א' שלח - בארקלעי סענטער

אוועטאר
י. ירושלמי
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 5:20 pm
לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע

תגובהדורך י. ירושלמי » מאנטאג יוני 12, 2017 3:17 pm

איך וואלט געוואלט אביסל אראפשרייבן מיינע פערזענליכע געפילן, אבער איך קען נישט קומען צום ווארט פון התרגשות...

אזא התעוררות פאר אחינו בני ישראל בארה"ק נאך נישט געאהט אין לעבן.

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » מאנטאג יוני 12, 2017 3:27 pm

נישט מעגליך זיך מצמצם צו זיין ארויסצוגעבן די געפילן איבער די געוואלדיגע דרשות, דער הערליכער אויבנ-אן, און ועל כולם דער "ערנסטער ציבור"!
אבער איין זאך איז לדעתי א גרויסער שאד, די פארפאסטע דרשה פון הגה"צ אב"ד סאטמאר לאנדאן שליט"א וואס וואלט לכאו' געווען איבער-געוואלדיג (שטעלנדיג אים אויף זיין חזקה). אבער ב"ה אזוי אויך איז געווארן ארויסגעברענגט גאר גוט די שטארקע נקודות.

נאך איין נקודה איך האב באמערקט אז הרה"צ ר' מרדכי שטיינער שליט"א ביים פארזאגן קבלת עול מלכות שמים, האט געפלאמט! זיך געווארפן אויף אלע זייטן! נאכנישט געזען אזאנס!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג יוני 12, 2017 3:31 pm

בענאק האט געשריבן:בשם די צענדליגער טויזנטער משתתפים ביים כינוס און איבער די וועלט וויל איך ארויסברענגען א הילכיגען ישר כח און הערצליכן דאנק. פאר די מנהלים און אחראים פון "אידישע וועלט" וואס זענען ארויס פון זייער וועג און געטון אלעס וואס מעגליך אנצוהאלטן דעם כינוס אויף די שפאלטן פון דעם פלאטמארמע.
טראץ וואס ליידער ויבא גם השטן להתייצב בתוכם, און עס איז געווארן אריינגעמושט דא לשון הרע, קעגן די תקנות המקום, האבן די אחראים אויסגעוועלט צו ארבייטן איבער שעות, און איבער די כוחות דורכציזיפן אלע תגובות, און יא ערמעגליכן אז דער ערליכער ריינער ווארט זאל דערהערט ווערן קבל תבל ומלואה.

אשריכם! איר האט זיכער א חלק אין דער נעכטיגער סוקסעס.


ספעציעל א יישר כח פארן עפענען די אשכול
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

חבורת~התחזקות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 3:16 am

תגובהדורך חבורת~התחזקות » מאנטאג יוני 12, 2017 3:56 pm

איך האב נישט זוכה געווען צו זיין בגופי ביים גרויסן כינוס אבער מיט מיין הארץ בין איך געווען און מיינע גרעסטע געפילן פאר דער גאנצע זאך איז דער נקודה אז מ'נעמט זיך אהן פאר יעדע יודיש קינד ס'נישט קיין חילוק וואס מ'רופט שוואך אדער גוט, אלע זענען יודען און מ'נעמט זיך אהן פאר יעדע און האפענטליך וועט עס ברענגען א שינוי אין דער נושא פון ישיבות וד"ל

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג יוני 12, 2017 3:56 pm

ביי מיר איז די הויכפונקט געווען די אבינו מלכינו.

מ'האט אוודאי געוויס מתפלל געווען איבער די גזירה פון גיוס בני ישראל וואס פלאגט אונזערע ברידער אין ארצה"ק, אבער עס האט מיר אנגעכאפט אזא התעוררות בשעתן שרייען אבינו מלכינו, אריינטראכטענדיג אין דעם מחזה הוד וויאזוי טויזענטער אידן שרייען פון טיעפן הארצן צום בורא כל עולמים, אז איך האב מיר ערלויבט צו לאזן א טרער אויך אויף 'צרות הפרט' די אייגענע שוועריקייטן וואס יעדער איינער גייט דורך אין דעם שווערן גלות, אויך דא אין אמעריקא...
לעצט פאראכטן דורך פריילעך אידל אום מאנטאג יוני 12, 2017 5:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

דער רב
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » מאנטאג יוני 12, 2017 3:56 pm

לא לנו האט געשריבן:נישט דערביי געווען אבער מיטגעהאלטן לעבעדיג.
ס'איז געווען א גרויסער קידוש שם שמים, יה"ר ס'זאל האבן א שטארקער אפקלאנג.
פון די שטערקסטע מאמענטן, ביי מיר לכה"פ ווייל ווער ס'איז געווען באטייליגט קענען די געפילן זיין אנדערש. די דרשה פון הגרש"א לוין, ס'האט געריסן הערצער, נישטא קיין ווערטער אויף זיינע ווערטער.
די דרשה פון הגר"א שכטר אויך געווען גאר שטארק, ס'האט געשטורעמט הערצער, סיי איבער'ן בעצם גזירת הגיוס, און סתם אזוי ווען מ'האט געזען ווי א ניינציג יעריגער איד רעדט פון חשקות ודביקות התורה, אין מילים. (ס'איז ביי מיר בעצם געווען א חידוש ווי דער גאון גייט אן ולא נס ליחו. ווי כ'האב פארשטאנען לעצטער יאר רעדנדיג צו א גרופע בחורים מישיבתו ר"ח ברלין ביי הדלקה אין קרית יואל, איז ער שוין נישט אקטיוו אין ישיבה. יה"ר עוד יניב בשיבה דשנים ורעננים).
די ווערטער פון האדמו"ר מהרי"י אויך געווען גאר שטארק, איבערהויפט ביים סוף בקול חנוק מדמעות איבער'ן שעת רצון ווען דער רבי זי"ע געפונט זיך דא ועת רצון להתפלל. (כאטשיג איין איד געזען אויפ'ן אויבן-אן, מעסקני הבימה, וועלכער האט זיך געווישט די טרערן, מסתמא היו יותר). וכמובן איז געווען התעוררות פון אבינו מלכנו ושיר המעלות פון הגה"צ מקאפיש שליט"א יורדים ונוקבים לתוך חדרי בטן.
די ווערטער פון הגר"י רוטה שליט"א אב"ד מראה יחזקאל אויך געווען גאנץ שטארק, איבערהופט ביים שילדערן ממה שעיניו ראה ולא זר ביי דרשת רביה"ק זי"ע אין בני ברק, זיך עפענענדיג דאס וועסטל און מקבל געווען מסירת נפש.
יה"ר שיתבטל הגזירה במהרה ויתקדש ש"ש על ידינו.

הג"ר אהרן שעכטער האט מקדים געווען ער איז נישט קיין רעדנער, אבער אזוי שיין ארויס געברענגט וואס איז א אמת'ע איד און וואס גיוס לצה"ל קען דאס צוברעכן, ממש א בליק פון א גדול.

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » מאנטאג יוני 12, 2017 4:03 pm

עולם ומלואו האט געשריבן:נאך איין נקודה איך האב באמערקט אז הרה"צ ר' מרדכי שטיינער שליט"א ביים פארזאגן קבלת עול מלכות שמים, האט געפלאמט! זיך געווארפן אויף אלע זייטן! נאכנישט געזען אזאנס!

גראדע געזעהן ר' מרדכי'ן נאכן כינוס שטיין אינדרויסן ווארטן אויף א וועג, ער איז נאך געווען היפש צושטורעמט, און פארוויינט.

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מאנטאג יוני 12, 2017 4:06 pm

עולם ומלואו האט געשריבן:נאך איין נקודה איך האב באמערקט אז הרה"צ ר' מרדכי שטיינער שליט"א ביים פארזאגן קבלת עול מלכות שמים, האט געפלאמט! זיך געווארפן אויף אלע זייטן! נאכנישט געזען אזאנס!

ווי איז ער געזעצן?

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מאנטאג יוני 12, 2017 4:20 pm

עולם ומלואו האט געשריבן:נאך איין נקודה איך האב באמערקט אז הרה"צ ר' מרדכי שטיינער שליט"א ביים פארזאגן קבלת עול מלכות שמים, האט געפלאמט! זיך געווארפן אויף אלע זייטן! נאכנישט געזען אזאנס!

אוי ביסטו גערעכט מיט די באמערקונג, דער יוד האט זיך געווארפן מיט א פלאם פייער ביי די אבינו מלכינו'ס און ביים תהילים זאגן, ער איז געשטאנען נעבן ר' משה מנחם און טירנויער זז"ג, און ס'איז געווען וואס צו זעהן..

אז מ'רעדט שוין יא, ס'איז באמת געווען א מוראדיג התרגשות'דיגער נאכמיטאג, דרשות זענען אפשר נישט געווען די געשליפענסטע אראטארישע רעדנערס, ס'איז נישט געווען קיין הרב אפרים וואקסמאן, אבער ס'איז געווען איינס ביי איינס גאר חשובע רבנים, אנשי שם, די ענגלישע דרשה איז געווען שטארק, דער ספרדישער ר"י האט זייער געכאפט דעם עולם, הרב לעווין איז געווען געוואלדיג שטארק, כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם יוד ביז נעכטן, אבער ער האט ארויסגעשריגן זיין ווייטאג פון הארץ ארויס, ס'האט עים באמת געבלוטיגט די מצב, די דרשות פון אר"י זענען בעיקר געווען אלץ די פרעזענליכקייטן 'ווער' ס'האט גערעדט, ווי הגאונים הרב קאלמאנאוויטש, דער גאב"ד און הגרי"מ שעכטער און צום סוף הרב אולמאן, און די זעלבע איז די דרשה פון ר' אהרן שעכטער שליט"א, סאטמאר רבי מהרי"י האט אראפגעלייגט א געוואלדיג שטארקע דרשה מיט א מוראדיגע התעוררות בסוף דבריו,

אויך איז געווען אינטערעסאנט די התפעלות פון ר' אהרן שעכטער נאכן זיך אראפזעצן און זיך אומקוקן און זעהן דעם ריזיגן ציבור עס ווייזענדיג פאר אדמו"ר מסאטמאר.

סטראפקאוו
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 3:04 pm

תגובהדורך סטראפקאוו » מאנטאג יוני 12, 2017 4:46 pm

שווער אראפצושרייבן די התרגשות אין געפילן נאך אזא מעמד, מי שלא הי' שם בפועל קען דאס נישט פארשטיין !! ס'איז זיך נישט מעגליך מצייר זיין די ערענסקייט אין די התרגשות דקדושה וואס דארט איז געווען ! לויט וויפל איך ווייס אין געהערט איז אזא מעמד ביים היימישן עולם נישט פארגעקומען די פארגעגאגענע 50 יאר !! כינוס כלל ישרא' איז ניטמאל א פארגלייך צו דעם דערהויבענעם מעמד ! (מ'רעדט נישט פונעם כמות הציבור ש'טייטצך) די ערענסקייט, די געהויבענקייט, דער ערענסטער ציבור, אזא אויבן אן, רוב רובם פון די ערליכע רבנים פונעם פריערדיגן דור וואס געדענקן רביה"ק זי"ע אין פארשטייען דעם ענין פון ציונות, מ'האט געזען אז עס איז נאך דא ב"ה א גרויסער ציבור ערליכע אידן וואס די ענין פון ציונות טוט זיי וויי, עס איז נאך דא אידן וואס פארשטייען אז ציונות האט נישט Expired תשל"ט נאר גאר פארקערט, די מלחמה ווערט אלס שטערקער אין שווערער, עס איז געווען א געוואלדיגע חיזוק עס האט זיך ארויס געשריגן אשר בחר בנו !! אשרינו מה טוב חלקינו !!!
לגבי די רעדנער'ס איך בין נישט קיין גרויסער מבין אויף רעדנער'ס אבער לענ"ד טאקע דער עצם פאקט אז עס נישט געווען די "רעדנער'ס " וואס זענען רעדנערס פון פאך אויס נאר מ'האט אויפגעשטעלט ערליכע אידן, אידן וואס באדערט באמת די ענין פון ציונות אידן וואס עס טוט זיי באמת וויי וואס גייט פאר, א שטייגער א איד ווי הרה"ג ר' אנשיל אשכנזי שליט"א (כ'מיין אז רוב ציבור האט אים נישט געהערט, ער איז געווען דער פותח העצרת) אין אנדערע וואס האבן גערעדט נאטורלעך אין פון הארץ אין ווייטאג האט אסאך צוצגעגעבן צום ערענסקייט פונעם מעמד !
לעצט פאראכטן דורך סטראפקאוו אום מאנטאג יוני 12, 2017 8:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שה אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:05 pm

תגובהדורך שה אחד » מאנטאג יוני 12, 2017 5:10 pm

יעך האב געזען ווי רבי זלמן לייב פילעפ שליט"א זאגט די אבינו מלכינו מיט בכיות נמרצות.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג יוני 12, 2017 5:17 pm

איך בין אונגעקומען בערך 3:00 ווייל מיינע קינדער האבען שוין געלייגט פרעשאר

אריינקומענדיג און זאל בין איך געווען אביסל נארוועז ווי אזוי קען מען אונפילען אזא גרויסע זאל אבער ציביסלעך האבעך מיך בארוהיגט

איך בין געווען פון פאר די יושב ראש האט אונגעהויבען ביז אינמיטן הרב אולמאנ'ס דרשה (די לעצטע רעדנער(האקאפ))

ווען מען האט אויפגערופען ר' אנטשיל אשכנזי ביך איך געווען אביסל איבעראשט ווייל איך געדענק נישט עס זאל זיין א ספציעלע רעדנער ווען איך האב געלערנט ביי אים. אבער ער האט מיך איבעראשט ער האט זייער גיט גערעדט.

הרב יודל ראבי האט גערעדט פון הארץ

ר' יעקב שפירא דרשה איז געווען אויסערגעווענטליך און ארויס געברענגט א גיט מעסיטש אז מיר זענען גרייט פאר מסירות נפש ממש
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » מאנטאג יוני 12, 2017 6:14 pm

זעה איך אז דער עולם האט שוין אויסגעכאפט מיינע געפילן, עמער פרובירן צו טרעפן מיינע צוויי צענט, נאר אפאר קרישקעלעך:

קלוגער האט געשריבן:ס'געווען אפאר זייער פראפעשענעל דרשות, די ערשטע דרשה פון רב אנשיל אשכנזי איז געווען, רב שפירא אויף ענגליש, פראפעשענעל און ציפעדיג, די לעצטע דרשה ר"ימ שעכטערס אייניקעל קען מען אויך רופען פראפעשענעל,

[מיינטס אפשר א ר' סענדער דייטש דרשה? ער לעבט שוין נישט.]

אבער מיין מיינונג אז פיינע רעדנערס, און רעדנערס מיט געפיל איז וויכטיגער, דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב, פון דעם זענען כמעט אלע דרשות געווען געפיל, גערעט צום זאך און קנאקעדיג,

אמת, געפיל איז גאר וויכטיג בכגון דא, אבער how about מ׳נעמט עימיצן מיט ביידע מעלות? א שטייגער ווי רב וואקסמאן וכדו'. אדער זאל רב שפירא ווערן א אידישע רעדנער אויך...

farshlufen האט געשריבן:
משה שמואל האט געשריבן:ר׳ יעקב שפירא

דאס איז די זעלבע געלונגענע דרשה וואס ער האט געזאגט לעצטנס ביי די פראטעסט בחוצות ירושלים.

נאר דארט האבן רוב רובו משתתפים נישט פערשטאנען.

כ׳האב מורא אז דא אויך נישט...ווי האט מיר מיין שכן ביים כינוס געזאגט, ער רעדט א אנדערע ענגליש פון וואס מ׳רעד אין פוד סטעמפס אפיס...
באמת א שאד אז ס׳נישט געווען אזא קאליווער דרשה אויף אידיש, ווי עימיצער האט זיך שוין אויסגעדרוקט:
סארקאזי האט געשריבן:די דרשה פון ר' יעקב שפירא איז געווען זייער תוכןדיג, יעדער פראזע האט אנטהאלטען גאר אסאך תוכן, וואס דאס איז ציונות, וואס זיי ווילען, וואס מיר ווילען,


דברים אלו האט געשריבן:די פראגראם איז געווען זייער באורינג

אויך אזוי געשפירט...כ׳קלער ס׳געווען פלעין אביסל צו לאנג. לכאורה צו פאק רעדנערס, אדער איז עס הא בהא תליא מיט בעסערע רעדנערס.


אלט מאנרא האט געשריבן:לדעתי האט מען געדארפט געבן מער צייט פאר העסקן יוסף דוד שעכטער נכד הגהצ ר יעקב מאיר צו רעדן ער האט גערעט זייער שטארק.

קען זיין, אבער אויך אויס געליידיגט דעם זאל, לכאורה ווייל ס׳שוין געווען זייער שפעט. ס׳האט אפילו אויסגעקוקט פונדערווייטנס ווי מ׳האט אים געיאגט


והעיקר שכחתי, ווי געוויסע האבן אפשר ארויסגעברענגט צווישן די שורות, אבער נישט גענוג. לדעתי איז די כינוס די וויכטיגסטע געווען פאר די גאר יונגווארג, ספעציעל די קינדער און בחורים וואס זענען היינט די מערהייט פונ׳ם דור, און ליידער הערן זיי נישט קיין סאך די סאטמארע שפראך וואס האט זיך געגאסן דא. כ׳האב געוואלדיג הנאה געהאט ווי א ריזן ציבור האט אויסגענוצט די געלעגנהייט מיטצונעמען די קינדער, זייענדיג אין א סטאדיום וואס איז פיל מער געאייגנט פאר זיי ווי די גאס, וויבאלד זיי קענען געהעריג זיצן און מיטהאלטן. איך ווייס נישט פ״וו איך האב פארזען און נישט בייגעפאלן מיט צו נעמען מיינע. א שכן מיינער איז נערוועז געווארן פון אפאר קלענערע יונגלעך, האב איך אים געזאגט ענדערש גיי די אהיים, פאר זיי איז עס פיל וויכטיגער.
לעצט פאראכטן דורך בּרזל אום מאנטאג יוני 12, 2017 7:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יוני 12, 2017 6:26 pm

farshlufen האט געשריבן:
משה שמואל האט געשריבן:ר׳ יעקב שפירא

דאס איז די זעלבע געלונגענע דרשה וואס ער האט געזאגט לעצטנס ביי די פראטעסט בחוצות ירושלים.

נאר דארט האבן רוב רובו משתתפים נישט פערשטאנען.

איך האב טאקע קאמענטירט פאר מיין מיטזיצער אז איך קען דעם דרשה פון די פראטעסט אין א"י וואס איך האב אויסגעהערט.

הרב שפירא האט אויפגעהייטערט דעם עולם.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4575
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג יוני 12, 2017 6:29 pm

איך קען בשום אין אופן נישט ארויסברענגען מיינע געפילן .... ( איינער האט מיר א עצה ? )
אבער ביי מיר איז די לעצטע מאל געווען אזוינע שטורעמישע געפילן ווי ביי כינוס כלל ישראל.....
דאס איז דאך די צוויי לעצטע נסיונות זנות און מינות....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

ריאליטי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 04, 2017 5:36 pm

תגובהדורך ריאליטי » מאנטאג יוני 12, 2017 7:01 pm

ניט מעגליך עס אריינלייגן אין ווערטער, פון די ריזיגע השתתפות, די גרויסע מספר רבנים אדמורים וראשי ישיבות, די רוהיגקייט וואס האט געהערשט אין סטאדיום מתחילה ועד סוף, די פונקטליכע סדר אזוי געקלאפט, דרשות ניט צו לאנג, ועוד ועוד......

די התרגשות און הפתעות זענען געווען די דרשות פון הגרי"מ שכטער שליט"א, הגר"א פעלדמאן שליט"א, הגרא"י אולמאן שליט"א, ווי אויך די הופעה פון הגר"א שעכטר שליט"א, און האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.

די דרשות זענען געווען איינע בעסער ווי די אנדערע, אין די צייט פון מיין השתתפות בין איך געווארן די מערסטע מרוגש פון הגרש"א לווין שליט"א, הגר"א שעכטר שליט"א, און האדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר שליט"א.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג יוני 12, 2017 7:05 pm

איך בין נישט קיין גרויסע פראטעסטירער, איך גלייך נישט נעגעטיוועטי, איך גליין צו זעהן דעם חלק הטוב אין יעדן גדול בישראל פון סיי וועלכען קרייז, סיז סך הכל א נאטור מיינס אין איך שלאג מיך נישט מיט מיינע נאטורן...

איך בין שוין נישט געווען ביי קיין עצרת (ווי מען רופט עס) שוין מסתם א צוואנציג יאר זייט אלץ יונגעל מן הסתם, אבער נעכטן האט מיך א חבר צוויי יא געשלעפט א קאר מיט א פּארקינג האב איך געקלערט וואס קען איך שוין דערלייגן, גיין זעהן עפעס גדולי ישראל...

בין איך געגאנגן אזוי די לעצטע רגע.

וואס זאל איך אייך זאגן, סיז געווען א מעמד מרומם, מיטן גאנצן ערענסטקייט, סיי זקנים און סיי נערים יעדער איז געווען ערענסט און נייגעריג צו טרינקן יעדעס ווארט פון די חשובע דרשנים, פון אן עולם ווער איך גראדע נישט ענטציקט, ווייל א גרויסען ציבור האב איך שוין אסאך געזהן ביי אנדערע פארשידענארטיגע געלעגענהייטן וואס איז נישט דער מקום צו דערמאנען אין דעם אשכול.. ;)...

אבער דאס ערענסקייט המעמד מוז איך מודה זיין האט מיך יא איבערגענומען, איך בין געגאנגן לכתחילה נישט מיט קיין ערענסטן מינע בכלל, נאר אז איך גיי צו א חסידישע פארזאמלונג פון חרדים לדבר ה׳, אבער דער עטיטוד מיט וואס איך בין געגאנגען האט זיך בליץ שנעל פארטוישט אין איך בין אריין אין געפרוירענע מינע אז עוד ערענסטקייט חי....!

דאס מערסטע האט מיך איבערגענומען דער רב לאוי פון חפץ חיים ארגענטינע, איך ווייס נישט ווער דאס איז קיינמאל ביפאר פון דעם חשובען ראש ישיבה נישט געהערט, אבער זיינע ווערטער האבן קלאר געהערט אז סקומט פון א גאר ריין הארץ!! גערעד אינסטינקטיוו נישט פראפעסינאל פון א צעטיל וכדומה, גאר גאר ווארעם...

דערנאך האט מיך שטארק געכאפט דאס לעכטיגע בחנטע ערשיינונג פון הגאון הגדול הגאב״ד קארלסבורג שליט״א, זיין בחנטער ענוותדיגער טעגליכן צוגאנג, האט ארויסגעשיינט מיט פיל מער חן אין א סטעדיום פון רבבות.... זיינע דברות קודש מיטן טעם העליון- זיין אייגענאראטיגן ניגונד׳ל האט שטארק יורד געווען לעמקי נפשי. אין איבערהויפט אז פאליטיק פון אנדערע מערכות איז געלייגט געווארן אין די זייט, וואס דאס האט מיר געגעבן דעם איבערצייגונג אז מעמיינט דאס ערענסט.

די הייליגע פלאם פייערדיגע דיבורים פונעם זקן ראשי ישיבה ארה״ב הגאון הגדול מהר״א שכטער שליט״א, האט געגעבן דעם בליק פון א פארצייטישן גדול בתורה וואס ברענט אין אים דער אש התורה אפי׳ מיט שוואכע כוחות וואס דאס נעמט איבער יעדן אידיש קינד.

די דברות קודש פון האדמו״ר מהרז"ל מסאטמאר שליט״א איז געווען שטארק געמאסטן און נישט קיין איין איבריג ווארט, אבער אין די זעלבע צייט זייער ווארים, צום פונקט,....

דער רב שפירא מטשענסטכאב האט גערעד דברים של טעם געוואלדיג, זייער א קלארן שטאנד וואס מעקן עפעס נישט אפווענדן, סערשטע מאל איך הער אים, מהאט מיר געזאגט אז ער איז גוט, אין איך מוז דערינען מודה זיין, דארף גוט קענען אפלערנען א שטיקל גמרא אויב ער לערענט....

אפשר וועט דער מעמד מאכן אז איך זאל מיך אפשר יא באטיילגען עפטער...

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מאנטאג יוני 12, 2017 7:29 pm

מיין אפשאצונג.

די גרעסטע הצלחה איז געווען די השתתפות און דרשה פון רבי אהרן שעכטער חבר מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין אמעריקא און רבי אשר קאלמאנאוויטש און דער מכתב פון רבי אהרן פעלדמאן חבר מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין אמעריקא. דאס איז ספעציעל א שטארקע נאכדעם וואס פון ארץ ישראל האט מען געלייגט די מאקסימום דרוק נישט צו גיין, דערקלערענדיג אז ווער עס גייט איז א מורד בדעת מרנן, און איינגעשפאנט גבירים און פילאנטראפען און פאליטיקאנטען אין אמעריקא.

דאס, צוזאמען מיט דער מכתב וואס איז ארויס געקומען נעכטן פון א מנין מעסיגע ספרדישע רבנים קרובים אל החלל (נישט ווי זיי האבן געשריגן ירחיק עדותו) עפענט אויף א פרישער קאפיטאל אין די גיוס מערכה.

מען קען נישט מער זאגן אז ווער עס זאגט אז עס איז דא א גיוס פראבלעם איז א נטורי קרתא. פינטעל. דער גיוס פראבלעם איז ארויף יעצט אלס א פראבלעם וואס בלוטיגט פאר גאנץ כלל ישראל. קנאים-אגודה, חסידים-ליטאים, אשכנזים-ספרדים, בני אר"י-בני חו"ל.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג יוני 12, 2017 8:24 pm

לכאורה האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
משה שמואל האט געשריבן:ר׳ יעקב שפירא

דאס איז די זעלבע געלונגענע דרשה וואס ער האט געזאגט לעצטנס ביי די פראטעסט בחוצות ירושלים.

נאר דארט האבן רוב רובו משתתפים נישט פערשטאנען.

איך האב טאקע קאמענטירט פאר מיין מיטזיצער אז איך קען דעם דרשה פון די פראטעסט אין א"י וואס איך האב אויסגעהערט.

הרב שפירא האט אויפגעהייטערט דעם עולם.

יאפ.

און לדעתי איז זיין מהלך פון איבערגיין די גרונדן פון ציוניזם און וויאזוי דאס האט נישט קיין שייכות מיט אידישקייט, זייער וויכטיג.

אויף איין פעידזש
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 17, 2017 9:33 am

תגובהדורך אויף איין פעידזש » מאנטאג יוני 12, 2017 9:33 pm

קודם להקדמה: איך באלאנג נישט אין סאטמאר, נאר פון א גרויסע קרייז אין מאנסי
איך בין אנגעקומען 3:00 פונקטליך, קודם בין איך געבליבן שטיין אינדרויסן זיך אומקוקנדיג אויפן שטראם וואס איז געווען א מחזה הוד צו קוקן
איך האב געהאט זייער א באקוועמע פלאץ נעבן א דורכגאנג, סאו איך האב געקענט גרינגערהייט אויפשטעלן און ארומסערקעלען דעם זאל און בעאבאכטן דעם זאל
עס איז באמת נישטא קיין ווערטער, מען זעהט נישט יעדן טאג אזא ציבור פון אזויפיל טויזענטער אידן, נאכדערצו ווען רובו דרובו זענען געווען פון די קרייזן וואס הייסן תלמידי הרה"ק מסאטמאר זצ"ל
מיין שאצונג איז געווען אז די זאל איז געווען לכה"פ 70 פראצענט פיל
קיין איין דרשה איז נישט געווען קיין דורכפאל, אבער איז געווען צופיל און צולאנג
די דרשה פון הרב לעווין איז געווען זייער אינספירירנד, עכט יוצא מן הלב באמת
אויך הרב שפירא האט אראפגעלייגט א מייסטערהאפטע ארבעט
איך האב נאך אויספיעט צו הערן א א חלק דרשה פון האדמו"ר מהר"יי ווען איך בין דערנאך אהיים
די מייקס זענען געווען אויסערגעווענליך
די עירראנדישאן געוואלדיג
רוב רבנים אויפן אויבן אן האבעך נישט געקענט אבער האט אויסגעקוט מלא חן
איין זאך אבער נאר די איין זאך האט מיר זייער ווייגעטוהן און איך האב הנאה געהאט צו זעהן אז נאך אידן טוט דאס וויי, עס קומען זיך צוזאם אזויפיל פרומע אידן אויף א קנאות מיסיע און מען צינדט אן לייוו ווידיאו פונעם גאנצן מעמד און מען האט נאך געזומט די גאנצע צייט די אויבנאן און די עולם, עס האט היבש מגשם געווען דעם מעמד, און איך האב מיר נישט געראכטן דערויף
אבער חוץ מזה איז עס געווען גאר א הייליגע מעמד

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » מאנטאג יוני 12, 2017 10:36 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
עולם ומלואו האט געשריבן:נאך איין נקודה איך האב באמערקט אז הרה"צ ר' מרדכי שטיינער שליט"א ביים פארזאגן קבלת עול מלכות שמים, האט געפלאמט! זיך געווארפן אויף אלע זייטן! נאכנישט געזען אזאנס!

ווי איז ער געזעצן?

יעצט באמערקט דא א בילד ווי ר' מרדכי ווערט געזען ביים עק בשעת קבלת עומ"ש

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מאנטאג יוני 12, 2017 11:10 pm

כבוד פעידש, במחילת תורתך, אזא מעמד וואלט קיינמאל נישט געווען סוקסעספול ווען נישט די סקרינ׳ס. סאיז געווען טןיזענטער אידן וואס זענען געזיצן גאנץ אויבן און וואלטן גארנישט מיטגעהאלטן ווען נישט די סקרינס. סאיז ברור אז סאטמר רב ז״ל וואלט נישט געמאכט קיין עסק דערפון, גענוי ווי בילדער כידוע על אף ווי שארף ער איז געווען דערקעגן.
זעמער אויף איין פעידש?

אידישע מוח
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » מאנטאג יוני 12, 2017 11:17 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
עולם ומלואו האט געשריבן:נאך איין נקודה איך האב באמערקט אז הרה"צ ר' מרדכי שטיינער שליט"א ביים פארזאגן קבלת עול מלכות שמים, האט געפלאמט! זיך געווארפן אויף אלע זייטן! נאכנישט געזען אזאנס!

ווי איז ער געזעצן?

אויף די ערשטע שורה אויף די פלאאר ווי סאיז געזעצן די תלמידים פון רבין זי"ע

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג יוני 13, 2017 12:02 am

איך זע אז קיינער דערמאנט נישט די געלונגענקייט און בא'טעמ'טקייט פונעם יושב ראש המעמד. ר' שלמה אליעזר האט אראפגעלייגט אן עבודה וואס האט בי ספק צוגעגעבן צום סוקסעס. עס איז געווען צום באוואונדערן. די טיטלען וואס האבן זיך פון אים געווארפן, אלעס גלאטיג אן קיין קעקעץ, יעדעס ווארט מיט א פונקטליכקייט אויסגערעכנט.
ער איז נישט ניי אין די ליין, ביים כינוס כלל ישראל האט ער געשפילט א גרויסער ראלע אזוי אויך ביים "געוואלד און געשריגן" רובאשקן קאמפיין, וואו ער איז געווען דער סאמע פירער און הויפט עסקן.
ער איז א נייער קאפיטל אין וועלט פון מערכת קדשי בית ישראל.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » דינסטאג יוני 13, 2017 12:04 am

אויף איין פעידזש האט געשריבן:קודם להקדמה: איך באלאנג נישט אין סאטמאר, נאר פון א גרויסע קרייז אין מאנסי
איך בין אנגעקומען 3:00 פונקטליך, קודם בין איך געבליבן שטיין אינדרויסן זיך אומקוקנדיג אויפן שטראם וואס איז געווען א מחזה הוד צו קוקן
איך האב געהאט זייער א באקוועמע פלאץ נעבן א דורכגאנג, סאו איך האב געקענט גרינגערהייט אויפשטעלן און ארומסערקעלען דעם זאל און בעאבאכטן דעם זאל
עס איז באמת נישטא קיין ווערטער, מען זעהט נישט יעדן טאג אזא ציבור פון אזויפיל טויזענטער אידן, נאכדערצו ווען רובו דרובו זענען געווען פון די קרייזן וואס הייסן תלמידי הרה"ק מסאטמאר זצ"ל
מיין שאצונג איז געווען אז די זאל איז געווען לכה"פ 70 פראצענט פיל
קיין איין דרשה איז נישט געווען קיין דורכפאל, אבער איז געווען צופיל און צולאנג
די דרשה פון הרב לעווין איז געווען זייער אינספירירנד, עכט יוצא מן הלב באמת
אויך הרב שפירא האט אראפגעלייגט א מייסטערהאפטע ארבעט
איך האב נאך אויספיעט צו הערן א א חלק דרשה פון האדמו"ר מהר"יי ווען איך בין דערנאך אהיים
די מייקס זענען געווען אויסערגעווענליך
די עירראנדישאן געוואלדיג
רוב רבנים אויפן אויבן אן האבעך נישט געקענט אבער האט אויסגעקוט מלא חן
איין זאך אבער נאר די איין זאך האט מיר זייער ווייגעטוהן און איך האב הנאה געהאט צו זעהן אז נאך אידן טוט דאס וויי, עס קומען זיך צוזאם אזויפיל פרומע אידן אויף א קנאות מיסיע און מען צינדט אן לייוו ווידיאו פונעם גאנצן מעמד און מען האט נאך געזומט די גאנצע צייט די אויבנאן און די עולם, עס האט היבש מגשם געווען דעם מעמד, און איך האב מיר נישט געראכטן דערויף
אבער חוץ מזה איז עס געווען גאר א הייליגע מעמד

איך בין אויך אנגעקומען פרי וועגען דעם האלט איך אז עס איז געווען לאנג איך מיין אז עס איז מער די שולד פון די עולם וואס זענען אנגעקומען שפעט, לגבי די סקרינס מיינעך אז עס איז געווען זייער וויכטיג פאר ווער עס איז געזיצען הויעך אין די עיקר אז מ'האט נישט געזאאמ'נט אין די עולם מיינעך אז עס איז בכלל נישט געווען מגושמ'דיג.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט