געפילן פון די משתתפים ביים כינוס הרבבות א' שלח - בארקלעי סענטער
אחראי: יאנאש
איך הער נישט האט געשריבן:יו"ר ר׳ שלמה אליעזר מייזעלס שליט"א
הרה"ג ר׳ אשר אנשל אשכנזי שליט"א אב"ד חוות דעת סיגעיט
הרה"ג ר׳ הלל וויינבערגער: שליט"א דומ"ץ נייטרא ואב"ד סערדעהעילי
הגאון יודל ראבי שליט"א ר"י מאור התורה
הגאון הגדול ר׳ ישראל יצחק קאלמענאוויץ שליט"א
העסקן ר׳ יעקב שפירא ענגליש
בריוו פון הגאון ר׳ אהרן פעלדמאן שליט"א ר"י נר ישראל באלטומער וחבר מועצגדה"ת
הגאון ר׳ שמיאל ארי לעווין שליט"א ראש ישיבת חפץ חיים
כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א
כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א
הגאון הגדול ר׳ אהרן שכטר שליט"א ר"י ר׳ חיים בערלין וחבר מועצגדה"ת
אדמו"ר מהר"יי מסאטמאר
הגאון ר׳ יעקב מאיר שכטר שליט"א
אבינו מלכינו: אבד"ק קפיש שליט"א
העסקן ר׳ יוסף דוד שכטר שליט"א
קבלת עול מלכות שמים: ראב"ד סאטמאר שליט"א
בשם העדה החרדית באה"ק
חבד"ץ הגאון ר׳ אברהם יצחק אולמאן שליט"א
ווען דער מעמד איז פארענדיגט געווארן איז זיך דער עולם צוגאנגען אין א טאנץ אויפן באקאנטן ניגון ה׳ הוא מלכינו ..... בתיפים ובמחולות
הרב האלבערשטאם פון לאנדאן רב דסאטמאר מהרז"ל האט צום סוף נישט גערעדט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
איך ווייסט נישט ווי אנצוהייבען און ווי צו ענדיגען, איך בין באנומען ביז קיין ווערטער, די שיינע זאכען איז געווען אז קייינער האט נישט גערעדט צו לאנג, אפילו ביי א חלק וואס האבען גערעט ווייניגער ווי 10 מיניט און ס'האט אויסגעזען לאנג ווייל ס'יז געווען זייער אסאך דרשות, מ'קען אבער זאגען יעדע איינציגסטע דרשה איז געווען גוט און צו די זאך, אלע האבען ארויסגעברענגט שטארקע פוינטס, און גערעט פון טיפען הארץ, נאך דריי שעה האט מיר בכלל נישט געגליסט ארויסצוגיין, איך בין געזיצען צוגעקלעפט צום פלאץ
די מערסטע בין איך באנומען געווען פון דעם ספרדישע ראש ישיבה ווי ער האט ארפגעלייגט מיט בכיות בוקעות רקיעים די נעמען פון אפאר פון זיינע תלמידים חשובע בחורים און מתמידים, וואס נאך אפאר וואכען פארכאפט ווערען אין מיליטער מיט געוואלד ווייל מ'האט זיי מפקיר געווען, זענען זיי אין אזא קורצע צייט אינגאנצען אפגעפארען, און די עלטערען וויינען אויף זיי, די ווענט פון ישיבה וויינען אויף זיי אא"וו, אויך הרב אשכנזי אב"ד חוות דעת האט גערעט זייער שטארק, איבערגעגעבען א שטיק פארגעסענע היסטאריע, ספעציעל ווען ער האט דערציילט די מעשה וואס דער שר החינוך פון די מדינה האט געאגט פאר זיין אייניקעל אז ביז 30 יאר וועט שוין נישט זיין קיין זכר פון די בארד און פיאות קינדער, קארלסבורגע רב'ס דרשה איז אויך געווען זייער בארירענד,
אויך די הערליכע אויבען אן, ווינער רב, מונקאטשע רבי, בורשטינער רבי, איינער פון די קאסאניע רבי'ס, דייני פאפא, די סאטמארע חברי הבד"ץ אזוי שיין אינאיינעם, די חברי התאחדות הרבנים אינאיינעם הרב ביק, גאלאנטע רב, הרב מסערדאהעל נייטרא, אב"ד פריימאן, אב"ד דושינסקי, און נאך צענדליגע יונגע און עלטערע רבנים און ראש ישיבות, קאשוי רב וואס זעט אויס זייער שוואך און מ'אט אים געברענגט מיט א ספעשעל בענקעל, הרב לעווין וואס איז געקומען פון ארגענטינע מיט א וויל טשעיר, גאר סורפרייזינג איז געווען ווען פעשווארסקער רבי איז אריינגעקומען מיט די שטריימעל, די עולם האט געכאפט א שטיקעל שאק, זעט אויס מ'האט זיך נישט גערישט דערויף, איך קען אנפילען בלעטער מיט געפילען, נישטא די פלאץ און צייט, דאס איז בקיצור

-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
מי יודע האט געשריבן:הרב האלבערשטאם פון לאנדאן רב דסאטמאר מהרז"ל האט צום סוף נישט גערעדט?
ניין.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
די געפילן זענען נאך איבערגענומען פונעם זעלטן היסטארישער מעמד ווי טויזנטער אידן זענען זיך צוזאמענגעקומען מיטן איינעם ציהל לקדש שם שמים!
אנגעהויבן פון די מאסן מענשט ביי לי ראדני, לי פלאשינג, און אלע אנדערע סטאנציעס, בכל אויף די וויליאמסבורגע גאסן האט זיך אנגעזעהן א פלייץ פון מענטשן אויפ ןוועג צום באן אדער באסעס.
אנקומענדיג ביים דזשי טרעין האט זיך אנטפלעקט דער מחזה הוד פון הונדערטער אידן ווארטנדיג אין די ליניעס אריבער צו גיין די געיטס, עס האט אויסגעזעהן ווי ענדערש א גרויסער ביהמ"ד ווי א ניו יארק סיטי באן שטאציאן...
די עטליכע גויים דא דארט האבן זיך געפילט ווי אין דער פרעמד...
דערנאך דער גאנצער מעמד ברבבות אלפי ישראל.. אן אומגעראכטענער איבערגעפילטער זאל...
דאס מערסטע האט מיר באנומען די בכיות פונעם ספרדי'שן ראש ישיבה ווי ער באוויינט זיינע טייערע תלמידים און די פלאם פייערדיגע דברים חוצבים פון רב לעווין פון ארגענטינע ווי ער האט געקלאפט אין טיש: אידן, מ'דארף תפילות!!... שרייען צום באשעפער!!...
אויך האט שטארק באנומען די ווערטער פון קארלסבורגער רב זזג
יה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו

- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm
מיינע 2 צענט...
אלס איינער וואס גלייכט זיך נישט צו שטיפן האב איך באשלאסן דארט צו זיין אויף 3 אזייגער , ווארטינדיג אין וומ"ס אויפן שאטל פון די עם טי עי האב איך שוין געזען אז עס ווערט א דיזעסטער מען האט זיך זייער געשטופט און היבש לאנג געווארט {איך האב שוין אנגעהויבן מורא האבן אז מענשען גייען צירוק אהיימגיין...} , אנקומענדיג ארום 3 (מיט די אינגע בחורים און אלטע זיידעס...) האב איך הערשט געכאפט א שאק אזא גרויס פלאץ ווי איז מעגליך עס אנצופילן , די קישקעס האבן מיר זיך געדרייעט , צוביסלעך האב איך מיך אנגעהויבן צו בארואיגן זעענדיג דעם עולם אריינקומען [איך האב געקענט באמערקן כמעט יעדעס מאל וואס עס איז אנגעקומען א טרעין...]
בנוגע די געפילן בשעת המעמד , האב איך שטארק הנאה געהאט פון ר' אנשיל אשכנזי (ער האט גערעדט אנפאנג , רוב עולם האט אים נישט געהערט) , פארשטייט זיך פון לעווין וואס האט געשריגן פון הארץ , אזוי אויך פון ר' יחזקאל ראטה וואס האט גערעדט מיטן גאנצן סאטמארישקייט (לדוגמא דערמאנט אז בחירות איז הארבער ווי די ג' חמורות , דרשה פון רבין אין ב"ב וכו') , אויך האב איך שטארק הנאה געהאט פון אדמו"ר מהרי"י'ס דרשה זייענדיג קורץ שארף און מיט שטארקע געפיל , און דעם יושב ראש קומט אויך א ייש"כ פארן אזוי געניט אנפירן און נישט איבערזאגן יעדע דרשה פונם פריערדיגן רעדנער אזוי ווי געווענליך נאר שארף געגאנגען פון רעדנער צו רעדנער ב"ה , דער עיקר האב איך געהאפט אז עס וועט פועל זיין אין הימל און דער אויבערשטער זאל אראפקוקן ווי יודן שטרענגן זיך אן לכבודו און זאל אונז שוין אויסלייזן במהרה דידן

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 652
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm
איבערשלאפענדיג א נאכט פונעם געהויבענעם מעמד אדיר נורא ונשגב
קען מען זיך צוזאמנעמען אביסל די געפיהלן אין התרגשות פונעם נעכטיגן היסטארישן מעמד עס איז באמת נישט שייך אראפצולייגן פאר איינעם וואס האט דאס נישט מיטגעלעבט
העמער אראפלייגן עטליכע פונקטן וואס האט מיר איבערגענימען
די אויסטערלישע ערענסטער שטימונג אין זאל אויף א פארנעם וואס איך געדענק נישט בעפאר ניטאמאל ביים כינוס כלל ישראל מעגלעך צוליב וואס עס איז געווען אינדאר די סאונד סיסטעים איז געווען גאר גוט עס האט געשטורעמט אין באמבעדירט דעם סטעידיום
בכלל איז געווען גאר אן ערענסטער אין התרגשותדיגער שטימונג, עס איז געווען מאמענטען ווי דער עולם האט זיך ממש געווישט די טרערן א שטייגער ביי די דרשות פון הרב ראבי די דרשה פון הרב לאווין וואס האט געשפריצט פינקען פייער אין אינטערגעצינדען דעם סטעידיום אין פלאמען די דרשה פון אדמו"ר מהר"יי מסאטמאר אבינו מלכינו פון קאפישע רב קבלת עול מלכות שמים ועוד
די שאקינג פארטס פונעם עצרת איז געווען דער ערשיינונג אין אויפטריט פון זקן ראשי ישיבות הגאון ר׳ אהרן משה שכטר שליט"א ראש ישיבות חיים בערלין וחבר מועצת גדולי התורה אין די בריוו פון הגאון ר׳ אהרן פעלדמאן ר"י נר ישראל וחבר מועצת גדולי התורה הרה"ק מפשעווארסק שליט"א ערשיינען מיט בגדי שבת
דאס אז די סקרינס האבן געאארבעט איז אויך געווען א חידוש
די סדר המעמד אין דרשות איז אויך געווען היסטאריש ווי עס האבן אויפגעטראטן אזויפיהל זקני וגדולי ישראל וואס געדענק זיך זעלטן ביי א מעמד אין פארגאנגענהייט ובתוכם הרה"ק גאב"ד ירושלים שליט"א הגאון המקובל ר׳ יעקב מאיר שכטר שליט"א זקן ראשי ישיבות הגאון ר׳ אהרן שכטר שליט"א אדמו"ר מהר"יי מסאטמאר שליט"א הגאון הגדול ר׳ ישראל יצחק קאלמאנאוויץ שליט"א הגאון גאב"ד קארלסבורג שליט"א אין הגאון הגדול ר׳ אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הביד"ץ העדה החרדית אין בריוו פון הגאון הגדול ר׳ אהרן פעלדמאן
די סדר אין ארדענונג וואס די עסקנים האבן אהערגעשטעלט איז אויך ווערט צו באגריסן

- שר האלף
- תגובות: 1276
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
- לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...
נישט געווען ביי די גאנצע, אבער יא ביי א גרויס חלק.
איך פארשטיי אז די ציהל דא איז געווען אהערצושטעלן ווי מער בעלי דרשנים פון די נישט סאטמערע קרייזן, כדי די מעסעדזש זאל האבן דעם ריכטיגן אפעקט. אבעק לדעתי וואלטן זיי ווען געדארפט צושטעלן כאטש איין 'פראפעשאנעל' בעל דרשן.
די 'געשריי' פון דעם הרב לעווין איז געווען גאנץ עמאציאנאל.

געהערט היינט אינדערפרי פון א גאר גרויסען ת״ח פון תלמידי ישיבה תו״י נאך בהלו נרו על ראשינו בימי חיי רביה״ק זי״ע א מתמיד עצום (זעהענדיג מידי שבוע בשבוע דעם איד אין ביהמ״ד פרייטאג נאכמיטאג בבגדי שבת לאנגע שעות פארן זמן זיצן און לערנען, דער איד איז לא פסיק פומי׳ מגירסא, כ׳האב היינט דאס ערשטע מאל געזעהן מיטשמועסן מיט א געזעמל פון מענטשן.... ) איינע פון די גאר חשוב׳ע רבני הכולל, אז ער געדענק נישט אזא אסיפה מיט אזא ערענסטע לויטערע היימישע אויר. מ׳האט געקענט טאפען די ערענסקייט. און מ׳האט געדארפט האבען די זכי׳ דארט צו זיין.
ס'געווען אפאר זייער פראפעשענעל דרשות, די ערשטע דרשה פון רב אנשיל אשכנזי איז געווען, רב שפירא אויף ענגליש, פראפעשענעל און ציפעדיג, די לעצטע דרשה ר"ימ שעכטערס אייניקעל קען מען אויך רופען פראפעשענעל,
[מיינטס אפשר א ר' סענדער דייטש דרשה? ער לעבט שוין נישט.]
אבער מיין מיינונג אז פיינע רעדנערס, און רעדנערס מיט געפיל איז וויכטיגער, דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב, פון דעם זענען כמעט אלע דרשות געווען געפיל, גערעט צום זאך און קנאקעדיג,

א גוט מארגן
ויהי ממחרת הכינוס, עס איז א כבוד אריינצוקומען דא אויפן פארום און זעהן וויאזוי חברים און גוטע פריינט שרייבן אראפ זייערע הרגשים און קאמענטארן איבערן כינוס נעכטן אין בארקלעי, און עס קומט באמת א דאנק פאר די אומערמידליכע ארבייט פון די הנהלת אייוועלט ואחראיה פארן זארגן און ארבייטן בלי ליאות אז עס זאל טאקע קענען זיין אזא פלאץ, סיי בשעת מעשה האבן טויזנטער אידן פון איבער די גארער וועלט אריין לאגירט דא אויפן אייוועלט פארום מיטצוהאלטן די 'לייוו אפדעיטס' פונעם כינוס, און אזוי אויך יעצט א טאג דערויף צו הערן און מיטצופילן די שטורמישע הרגשים פון די טויזנטער משתתפים בגוף וברוח אינעם כינוס הרבבות.
יהא חלקי עם מזכי הרבים
-
איך וואלט געוואלט אביסל אראפשרייבן מיינע פערזענליכע געפילן, מיטהאלטנדיג דעם כינוס מוז איך ארויסברענגען מיין איבערראשונג פון די קאלאסאלע הצלחה פונעם מאורע, זייענדיג בטבע פעסעמעסטיש געשטימט בין איך געווען שטארק סורפרייזד סיי פונעם כמות הציבור וועלכע האט בלי ספק דערגרייכט העכער אלע ערווארטונגען און פאראויס שאצונגען (לויט די אפיציעלע ציפערן פונעם זאל איז דא פלאץ פאר 18 טויזנט זיצן, איך קען נישט זאגן אז יעדע זיץ איז פיל געווען אבער עס איז זיכער געווען אריבער 75% פיל, וואס איז גאר א שטארקע סוקסעס פאר אזא סארט פארזאמלונג), סיי באיכות פון א דעמאגראפישער שטאנדפונקט פון משתתפים זקנים עם נערים, ערנסטע עלטערע בעה"ב תלמידי רבינו הק' מסאטמאר זצ"ל, נאך פון בעדפארד עוו. און פון סאנדז סט. ביז אראפ בחורי חמד תלמידי הישיבות הקדושות, אלע מיט א סאטמאר'ן חן, דורכגעווייקטע חסידישע אידן ביי וועם די סאטמארער פלאם טוליעט אין הארץ, און די הייליגע ספרים פון רבינו הק' גייט נישט אראפ פון טיש.
און ועל כולם די שטארקע בימת הכבוד און קאלירפולער אויבן-אן, וועלכע האט אריינגענומען רבנים ורביים פון חסידישע הויפן, ביז ראשי ישיבות פון נאנט און ווייט, מנהיגי עדות קדושות, א שטייגער ווי כ"ק דער פשעווארסקער רבי שליט"א און כ"ק אדמו"ר דער מונקאטשער רב שליט"א, הגה"צ דער קארלסבורגער רב שליט"א, הגאוןן הגדול רבי אהרן שעכטער שליט"א וכו' ובראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א, וואס לויט אלע שאצונגען האט זיך קיינער נישט געראכטן אויף אזא הצלחה אין דעם פרט.
די דרשות נעכטן זענען געווען שטארק דער "וויי-געשריי" אז חרדישע בחורים און ערליכע אידן קומען אן אין די טמא'נע מיליטער, און עס האט ארויסגעברענגט אז א ריזיגע חלק פונעם אמעריקאנער יהדות החרדית איז בשום אופן נישט מסכים דערצו, נישט פון קיין פשרות פון די ועד הישיבות און אוודאי נישט פון קיין גיוס בכפיה מטעם המדינה, וואס וועט האפנטליך דערהערט ווערן ביי די אינטערעסן-געטריבענע פארשטייער אין ארצינו הקדושה, און לויט ווי מען האט נעכטן געהערט האבן אפי' די הכנות צום כינוס שוין געבראכן א גרויסע טייל פונעם 'סטאטוס-קווא' און פאסיווען צוגאנג פון די קרייזן החונים על דגל התורה הולכי הבחירות ומשלחי שלוחי חברי כנסת המינים.
די חידושים פון די דרשות לדעתי זענען געווען די דרשה פונעם ארגענטינער ראש ישיבה שליט"א (כלשעצמי איז מיר דאס זעלבסט געווען א חידוש איז אויסער הרבנים עקשטיין/סופר איז פארהאן נאך חרדישע קהלות און ישיבות אין ארגענטינא...), די ערנסטקייט אין זיין שטימע, דאס קול געשטיקט פון געוויין האט אפגעהילכט און יורד געווען לחדרי בטן, אבער מער פון דעם איז מיר געווען א חידוש די דרשה פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, דער רבי שליט"א איז באקאנט געווענליך מיט זיין לייכטערן טאן בנעימות, פאר ווער עס איז געוואונט צו הערן דעם רבי'ן שליט"א ביים דאווענען און ביי זיינע דרשות, אנדערש איז געווען נעכטן ווען דער רבי שליט"א איז ארויסגעקומען בקול אדיר וחזק, ווי א ריכטיגער מנהיג וקברניט אין א צייט ווען די שיף וואקלט זיך, האט דער רבי בטיב לשונו געשטורעמט און ליארעמט, געווייטאגט און געיאמערט, ארויסברענגדניג די אמת'ע וויי געשריי וואס ווערט דערשטיקט דורך פארשידענע אגענדע-מאטיווירטע יחידים, און מיט א קול בוכים ובתחנונים פארלאנגט אז דאס ענין דארף אן אויפוואכונג, און א באלדיגע שינוי לטובה איידער עס איז חלילה צו שפעט.
ויהי רצון אז דער כינוס זאל טאקע ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן, וכל המינים כרגע יאבדו, ומלכות הרשעה תעקר בביאת משיח צדקנו בב"א

- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
- לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר
יעדער שרייבט דאך בערך די זעלבע, אבער אלס משתתף, לאמיר אויך איבער'חזר'ן.
הרב לעווין, איז אין מיינע אויגן געווען די הויכפונקט פונעם מעמד. דאס פייערדיגע וויינערייען און שרייערייערן איז ענדערש אין פלאץ ווי הסברה וכדו', און מיט די באמבאסיטיש דערמאנען די גדולי ישראל פון פריערדיגן דור, דער חזון איש דער בריסקער רב, חפץ חיים וכו', אה, אלע טעמים.
די שענסטע פארט איז בלי ספק געווען דער אויבן אן, דאס קאלירפולקייט פון די רבנים, ד.ה. סאטמארע רבנים זענען געווען, ובנוסף נאך אפאר פון פרעמדע קרייזן.
דער ציבור, איז אומשאצבאר, און דאס בינעך הערש געוואור געווארן, נאך די הכרזת ההחלטות ווען די זאל האט אויסגעקוקט ווי ווען חתן וכלה טאנצן מצוה טאנץ, אבער ארויסקומענדיג פון זאל, האביך געזען פאר מיר מאסן מאסן מענטשען. דער ריזיגער סקווער אין פארענט פונעם זאל, איז געווען געדעכט מיט מענטשן, האביך געזען אז ליידיגערהייט איז אויך געווען א גוטע 3-4 אדער אפילו 5 טויזענט מענטשן.

נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
מיר האט געכאפט
דרשת הרב שפירא, געוואלדיגע פאינטס
און דרשת מהרי"י שליט"א
[גראדע זענען סיי מהרי"י און סיי הרב שפירא נעפיוס פון רבין זי"ע]...
ווי אויך דרשות הר"א אשכנזי וועלכער האט מיר דערמאנט די דרשות פון זיין פאטער להבל"ח מעלבוירנ'ער רב זצ"ל
און דרשת הגר"י ראטה, האט מיך אויך דערמאנט זיינע ימי נעורים ומקדם
איך האב גראדע זיך באגעגנט מיט פארשידענע ערליי מענטשן, פון אסאך שיכטן און קרייזן, [הגם נישט אזויפיל ליטווישע געווען]

מיינע געפילן.
מיר האבן זיך אריינגעזעצט אינעם קאר, געפארן צום פראטעסט, שוין אויפן וועג האב מיר געוואוסט אז מיר גייען אנקומען צו פרובירן טוהן השתדלות להעביר את הגזירה, אז דאס זאל זיך אפשטעלן. א געווירבעל בשעת מיר זענען אנגעקומען צום מעכטיגן צענטער. מיר האבן אפילו געזעהן די גראז אויפן דאך.
פיל פיל מענטשן האבעך דארט געזעהן.
די ווערטער "מיר זענען מיט ענק, האלטץ ענק שטארק" וואלט איך געהאלטן האט געדארפט געזאגט ווערן ביים פיק, ווען דער גאנצער עולם איז נאך דארט געווען.

- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6413
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
El Rushbo האט געשריבן:איך פארשטיי אז די ציהל דא איז געווען אהערצושטעלן ווי מער בעלי דרשנים פון די נישט סאטמערע קרייזן, כדי די מעסעדזש זאל האבן דעם ריכטיגן אפעקט. אבער לדעתי וואלטן זיי ווען געדארפט צושטעלן כאטש איין 'פראפעשאנעל' בעל דרשן.
דאס איז אויך געוון מיין בליק, עס ואלט געמעגט זיין מער פראפעשענעל רעדנערס.
משה חיים פנחס האט געשריבן:די אויסטערלישע ערענסטער שטימונג אין זאל אויף א פארנעם וואס איך געדענק נישט בעפאר ניטאמאל ביים כינוס כלל ישראל מעגלעך צוליב וואס עס איז געווען אינדאר די סאונד סיסטעים איז געווען גאר גוט עס האט געשטורעמט אין באמבעדירט דעם סטעידיום
דאס איז גראדע געווען צו גוט. עס האט מיך צו שטארק באמבערדירט, געווען צו הויעך ספעציעל אז אסאך רעדנערס האבן אזוי הויעך געשריגען.
מוזיק באנד האט געשריבן:בעצם די פלאץ אליין האט געהאט גאר אסאך מעלות ווי למשל די מעכטיגע עיר קאנדישן סיסטעם און די באקוועמע זיצן און האט גאר שטארק צוגעגעבן אז דער עולם האט זיך געקענט האלטן רואיג פאר לאנגע שעות דורכן גאנצע מעמד
גראדע גי זיצן איז פאר מיר געווען אן אפקימעניש איך מיין א עראפלען איז שוין באקוועמער אויך אויב האט מען געוואלט ארויסגיין האט מען קוים געקענט אדורכגיין.
אבער אויסער די פאר קליינקייטן איס עס געווען א שטארקע הצלחה און קידוש השם !!!!!