כינוס הרבבות - קרישקעלעך און אינפארמאציע - נישט דעבאטעס
אחראי: יאנאש
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
כינוס הרבבות - קרישקעלעך און אינפארמאציע - נישט דעבאטעס
וואס איז די גרינגסטע וועג צו אנקומען צום מעמד פון אפסטעיט, קאר, באס, באן, שיף?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 457
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm
האט איר שוין איינגעהאנדעלט א בילעט צום מעמד ''כינוס הרבבות'' ?
האב מיר זיך יעצט איינגעהאנדעלט א 15 דאלער'דיגע טיקעט
ויה"ר שיתקדש ש"ש בעולם
ויה"ר שיתקדש ש"ש בעולם
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
ס'איז נישט די ערשטע און לעצטע פארזאמלונג אין בארקלעיס סענטער
ס'איז דא א גרויסע פארקינג גאראדזש א גאס אוועק (וואס קאסט געלט) אדער קען מען פארן אויף וויליאמסבורג און נעמען די באן

kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
שנאפס האט געשריבן:ס'איז נישט די ערשטע און לעצטע פארזאמלונג אין בארקלעיס סענטער
ס'איז דא א גרויסע פארקינג גאראדזש א גאס אוועק (וואס קאסט געלט) אדער קען מען פארן אויף וויליאמסבורג און נעמען די באן
דא שטעל איך מיר פאר אז דער עולם וועט קומען מער מיט באסעס, איז דא פלאץ פאר באסעס אין די גאראדז'? כ'האב נישט געפרעגט וועגן קארס.
נחום וואהלינער האט געשריבן:איז דא עפעס א פלאן פאר פארקינג פון צענדליגע באסעס וואס קומען פון דרויסן פון שטאט?
פון איבעראל אין ניו יורק סיטי קען מען אנקומען מיטן באן, אבער וואס טוט זיך מיט תושבי מאנסי, קרית יואל ולעיקוואד? עס איז דאך אינמיטען דעם רוישיגען דאון טאון געגנט ווי ס'איז נישטא געהעריג קיין פארקינג.
מאנסי טרעילס האט א פארקינג לאט אפאר גאסן אוועק, סא זיי וועלן נישט האבן קיין פראבלעם
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
עטליכע געדאנקען (עס איז טאקע נישט טרוקענע פאקטן, אבער מעגליך דארף מען עס איבערגעבן פאר'ן ציבור אדער די עסקנים, ווייל עס קען טוישן די פאקטישע הכנות, זיך רעכענענדיג מיט דעם):
א) לויט ווי מען האט געשריבן, מאכט מען א שטורעם אין סוציאלע מידיע, און מען וויל אז דער גוי'שער גאס זאל מיטהאלטן לייף וכדומה. - דאס קען מעגליך זיין א סכנה עצומה רח"ל, זאל דער בורא אפהיטן אויב עס זאל איינפאלן פאר א טעראריסט אויסצונוצן די געלעגנהייט און שיקן א מעסעדזש רח"ל וה"י. לענ"ד, איז פיל מער געוואונטשן, אז מען זאל הערשט נאכדעם אויפשפילן דאס אלעס, (עס איז סייווי נישט קיין חילוק צי עס איז לייף, אדער א שיינע פילם נאכדעם), און בשעת מעשה איז הצניעות יפה.
ב) וויבאלד עס איז דא חילוקי דיעות אין דעם ענין, און ווי מען שרייבט דא, זענען פארהאן מענטשן וועלכע זענען אינטערעסירט צו פעלשן בריוון וכדומה, כדי צו אונטערגראבן דעם מעמד, (איך רעד נישט פאליטיק, איך באצי מיך צום טרוקענעם פאקט) - דארף מען נעמען אין באטראכט בשעת מען פארקויפט אזויפיל טיקעטס, אז עס זאל נישט קענען פארקומען אומאנגענעמליכקייטן, דורך א גרופע מענטשן וועלכע קענען אויך קויפן טיקעטס, און זיך אנקומען שטערן. - כאטש עס איז דא דארט סעקיוריטי, מיינט נישט אז איך מעג נישט "אויסשרייען לאזונגען" למשל, אדער זאלן למשל אנקומען א גרופע פרויען (נוצנדיג די טיקעטס וואס מענער האבן געקויפט) און עס וועט זיין א פראבלעם פון דיסקרימינאציע זיי נישט אריינצולאזן. (איך נוץ סתם צוויי נארישע משלים, עס קען זיין נאך אסאך אנדערע אופנים).
ג) לגבי טראנספארטאציע פון מאנרא - מעגליך וואלט געווען א גוטע געדאנק אויך פון דארט צו מאכן, אז מען זאל צופארן מיט באסעס קיין הערימאן, און דארט נעמען די באן אריין קיין מאנהעטן.
איך שרייב עס דא, און אויב די מנהלים שליט"א ערלויבן עס, זאלן זיי עס אריינלייגן.
(אגב, יישר כח רבתי פאר די מנהלים, עס איז די בעסטע געדאנק וויאזוי צוריקצושטעלן "אייוועלט" אויף די רעלסן).

- שר חמש מאות
- תגובות: 652
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm
נחום וואהלינער האט געשריבן:איז דא עפעס א פלאן פאר פארקינג פון צענדליגע באסעס וואס קומען פון דרויסן פון שטאט?
פון איבעראל אין ניו יורק סיטי קען מען אנקומען מיטן באן, אבער וואס טוט זיך מיט תושבי מאנסי, קרית יואל ולעיקוואד? עס איז דאך אינמיטען דעם רוישיגען דאון טאון געגנט ווי ס'איז נישטא געהעריג קיין פארקינג.
יענקעל משה האט געשריבן:נאך פילע בראטונגען צווישן די ראשי העסקנים איבער די מאסיווע טראנספארטאציע אינטרנעמונג, ווי מען וועט ברויכן טראנספארטירן קרוב צו דרייסיג טויזענט אידן ממש אין גאר א קורצער צייט פון בערך א האלבע שעה א שעה, אין נעמענדיג אין באטראכט אז דער גיגאנטישע בארקלעיס פארמאגט נישט קיין שום פארקינג ערטער וואס וועט זייער פארשווערן דאס אראפלייגן אין אפנעמען דעם ציבור נאכן מעמד, אזוי אויך וועלן די הינדערטער באסעס נישט האבן קיין שום מעגלעכקייט זיך צושטעלן ווארטן דארט ביז נאכן מעמד (ווער עס געדענקט דעם כאאטישן צושטאנד וואס האט געהערשט נאכן כינוס כלל ישראל ביים פארלאזן דעם מעמד ווי דער עולם איז געזעצן אויף די באסעס איבער א האלבע שעה נישט קענענדיג זיך ארויסדערזעהן פונעם טרעפיק ארום דעם סטעידיום טראק די ריזיגע שטחים וואס זענען געווען דעזעגנירט פאר פארקינג)
זענען די עסקנים אויפגעקימען מיטן געדאנק פון צושטעלן טראספארטאציע פון די צוויי גרעסטע געיגענטער וויליאמסבורג אין בארא פארק בלויז מיט די טרעינס
די עסקנים ארבעטן יעצט מיט די לאקאלע באאמטע צו קענען אפדינגען א ספעיציעלע טרעין וואס וועט פאר יעדע 5-10 מינוט מיט פלאץ פאר איבער צוויי טויזענט רייזענדע אויף אמאל וואס וועט דורכשניידן וויליאמסבורג אין בארא פארק אין דערנאך וועט עס אראפלייגן דעם עולם ביים סטאנציע פונעם בארקלעיס צענטער וואס די סטאנציע געפינט זיך הארט ביים סטעידיום,
ווי נאר די פלאן וועט באשטעיטיגט ווערן וועט מען אי"ה פארקויפן מעטרא קארדס אין אלע טיקעט צענטערן איבער וויליאמסבורג אין בארא פארק פאר די מינעמאלע אפצאל, כדי צו פארשפארן די שוועריגקייטן אין לאנגע רייעס ביי לאקאלע באן סטאנציעס צו קויפן די קארטלעך ספעציעל ווען מען רעדט פון טויזענטער אידן אין די זעלבע צייט,
אזוי אויך ארבעט מען אויף די טראנספארטאציע פון אלע אנדערע געיגענטער ווי באנען איז נישט קיין אפציע ווי קרית יואל, מאנסי, לעיקוואד, סאוט פאלסבורג, אין נאך, עס אויסצוארבעטן אויפן בעסטן וועג וואס שייך,
ברבבותינו נצא ע"פ קריאת גדולי הדור
- טויגליכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1217
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
- לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4446
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
נעם אין אכט האט געשריבן:די סקרינס וועלן ארבייטן?
ניין
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום מאנטאג יוני 05, 2017 4:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז

viewtopic.php?p=1456419#p1456419
ווער זענען די אידן אויף די בילדער ?
ווער זענען די אידן אויף די בילדער ?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
שואלכענין האט געשריבן:עטליכע געדאנקען (עס איז טאקע נישט טרוקענע פאקטן, אבער מעגליך דארף מען עס איבערגעבן פאר'ן ציבור אדער די עסקנים, ווייל עס קען טוישן די פאקטישע הכנות, זיך רעכענענדיג מיט דעם):
ב) וויבאלד עס איז דא חילוקי דיעות אין דעם ענין, און ווי מען שרייבט דא, זענען פארהאן מענטשן וועלכע זענען אינטערעסירט צו פעלשן בריוון וכדומה, כדי צו אונטערגראבן דעם מעמד, (איך רעד נישט פאליטיק, איך באצי מיך צום טרוקענעם פאקט) - דארף מען נעמען אין באטראכט בשעת מען פארקויפט אזויפיל טיקעטס, אז עס זאל נישט קענען פארקומען אומאנגענעמליכקייטן, דורך א גרופע מענטשן וועלכע קענען אויך קויפן טיקעטס, און זיך אנקומען שטערן. - כאטש עס איז דא דארט סעקיוריטי, מיינט נישט אז איך מעג נישט "אויסשרייען לאזונגען" למשל, אדער זאלן למשל אנקומען א גרופע פרויען (נוצנדיג די טיקעטס וואס מענער האבן געקויפט) און עס וועט זיין א פראבלעם פון דיסקרימינאציע זיי נישט אריינצולאזן. (איך נוץ סתם צוויי נארישע משלים, עס קען זיין נאך אסאך אנדערע אופנים).
עס גלייבט זיך שווער אז אזאנס זאל פאסירן. בפרט אז יעדער יחיד פאר זיך וויל הייסן נארמאל, ממילא וויל ער נישט זיין פון די וואס וועלן אנזייען פראוועקאציעס אין כ"ש ביי די נשים
אגב, יישר כח רבתי פאר די מנהלים, עס איז די בעסטע געדאנק וויאזוי צוריקצושטעלן "אייוועלט" אויף די רעלסן.
-
- שר האלף
- תגובות: 1332
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm
אבי.גערעדט האט געשריבן:איך ווייס האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1456419#p1456419
ווער זענען די אידן אויף די בילדער ?
אויף די צווייטע בילד אינעם סטאדיום דערקענט מען יענקי איצקאוויטש פון שומרים, יוחנן פליישמאן פון וויי עף פראדאקשונס און יצחק לוזער ווערצבערגער פון עי און עס טשיער רענטעל און פראדאקשענס
די חברה קען איך אויך...
ווער זענען אויף די אויבערשטע בילדער?
-
- שר העשר
- תגובות: 29
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:42 pm
איך ווייס האט געשריבן:אבי.גערעדט האט געשריבן:איך ווייס האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1456419#p1456419
ווער זענען די אידן אויף די בילדער ?
אויף די צווייטע בילד אינעם סטאדיום דערקענט מען יענקי איצקאוויטש פון שומרים, יוחנן פליישמאן פון וויי עף פראדאקשונס און יצחק לוזער ווערצבערגער פון עי און עס טשיער רענטעל און פראדאקשענס
די חברה קען איך אויך...
ווער זענען אויף די אויבערשטע בילדער?
דער וואס מען זעהט נאר זייטיג קיקט אויב צי זיין יוזפא בן ר׳ בנציון לאנדא
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8852
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
לדעתי זעט מען שוין ב"ה די ערשטע סימנים אז עס הערשט אן אויפוואכונג אנטקעגן די פאסיווקייט פונעם גזירת גיוס וואס אנטשפרעכט אונטערצוברענגן דעם גאנצן ישיבה אידענטום בארץ הקודש ביז געציילטע יאר.
וואס די מדינה וויל, איז דאכטזעך קיינער נישט מחולק. זיי האבן א גרויסער פראבלעם אז די חרדים ווערן וואס א טאג מער, א גרעסערע פראצענט פון די באפעלקערונג. מען ברויך זיי צוביסלעך אריבערברענגן צו ווערן ווייניגער פרום דורכן מיליטער. דאס איז קלאר לכל מי שיש לו מח בקדקדו.
דער שטילקייט קעגן דעם ערווארטענטער כליון רוחני האט טויב געמאכט די אויערן. עס האט אויסגעזען אז עס גייט ווערן אן ענין פון קנאות צו רעדן קעגן גיוס, הגם אליבא דאמת ברויך עס רייסן יעדן איד פון סיי וועלעכן קרייז.
דער בריוו פון רבי אהרן משה שעכטער, און צום לעצט די בריוו פון די 5 ראשי ישיבות פארגאנגענע וואך, טועט אנדייטען אז זאכן הייבן זיך אן טוישן, און עס איז צו ערווארטן אז עס זאל אנהייבן מער און מער א שוואונג פון די וואס וועלן זיך שטעלן אויף די זייט פון די אנטי גיוס.
עס זעט אויס ווי עס קומט א מלחמה וואס מען האט נישט געזען די לעצטע 70 יאר.
ולה' הישועה