כינוס הרבבות - קרישקעלעך און אינפארמאציע - נישט דעבאטעס

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מאנטאג יוני 05, 2017 8:50 pm

נייע סייט מיט אינפא און בילדער וועגן גיוס מערכה. זיך געפענט 3 וואכן צוריק. זעט אויס אויערבאך מענטשען.

http://thegius.com/

לייף איס גוד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2015 4:20 pm

תגובהדורך לייף איס גוד » מאנטאג יוני 05, 2017 10:50 pm

דאס איז וואס איך האב געהערט פון איינע פון די אנוועזנדע אין אין שטוב פון אדמו"ר מהר"א ביים אסיפה האט מען קודם באהאנדלט די גאנצע גזירה, און אדמו"ר מהר"א האט אראפגעלייגט דעם מצב מיט א ברייטן בילד און זיין שטעלונג איבער פארשידענע ענינים בנוגע גזירת הגיות
אינצווישן איז אריינגעקומען א גאסט פון ארץ ישראל וואס האט גערעדט בערך 10 מינוט איבער די גזירה, און איז דערנאך ארויס און רבנים האבן קאמענטירט איבער זיין שמועס
דערנאך האט מען גערעדט איבער פאררופן א גרעסערע אסיפה פון רבני הקהלות צו דן מיט א דעת תורה איבער וואס עס איז יעצט ריכטיג צו טוהן
דערנאך איז אריינגעקומען א פאון קאל פון הרב יעקב הוירוויץ ר"י בית מאיר שליט"א צו האדמו"ר מהר"א ווי ער האט פארציילט איבער רעפארמען וואס די וועד הישבות קלערט איינצושטעלן לאור די לעצטע דרוק פון די בריוון און די שארפע דרשה פון מהר"א, און דעריבער האט ער געפרעגט דעם רבי'ן אפשר זאל מען זיי געבן צייט א וואך, אויף דעם האט דער רבי פארציילט א מעשה פון רביה"ק אין אן אנדער פאל און אוועקגעמאכט די האפענונגן
למעשה איז געבליבן אז עס וועט פארקומען די אסיפה קומענדיגע וואך

אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

תגובהדורך סאמעטוכע » מאנטאג יוני 05, 2017 11:25 pm

איך פארשטיי נישט אויב ממאכט אוועק די האפענונגען וואס דארף מען אפשטיפן די אסיפה?

אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » מאנטאג יוני 05, 2017 11:28 pm

סאמעטוכע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויב ממאכט אוועק די האפענונגען וואס דארף מען אפשטיפן די אסיפה?

כדי עס זאל זיין א אסיפת הרבנים אין זיי זאלן באשליסן וואס מען זאל רעדן ביים אסיפה

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דינסטאג יוני 06, 2017 12:04 am

כפי השמועה האט מהר"א לאו דוקא געהאלטן אז מען זאל אפשטופן די כינוס אלץ רב הורוויץ, מצדו איז ער געווען גרייט צו גיין זונטאג, אויב זיינע תנאים ווערן אויסגעפירט. עס איז געווען דער גאלאנטע רב וואס האט געוואלט צוליב טוהן פאר רב הורוויץ און אויסווארטן א וואך. עס איז גאנץ מעגליך אז אויב צד מהרי"י וועט ווייטער גיין מיט זייער כינוס, וועט שוין קיין אסיפה קומענדיגע וואך נישט זיין. ס'איז שווער צו גלייבן אז מען וועט מאכן נאך א כינוס.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג יוני 06, 2017 1:50 am

עס הערט זיך זייער מאדנע אז די גאלאנטע רב זאל בבית מהר''א מחליט זיין אויף א שינוי אין די זמן פון די כינוס אן זיך אדורך רעדן מיט די ארגאניזירער פון די כינוס בפרט עס איז בכלל נישט געווען אויף די פארלאנג פון מהר''א.
און נאך מער ר' יענקל הורוויץ ארבייט צוזאמען מיט יצחק שטערן די לעצטע 2 וואכן וועגען די כינוס, צו וואס זאל ער זיך פלוצים בעטן מהר''א וואס האט נאכנישט קיין שייכות אפיציעל מיט די כינוס אפצושטופן.

עס הערט זיך עפעס גאר מאדנע. חוץ אויב עס פעלט אינפארמאציע.

לויט ווי איך פארשטיי האט מען שוין געגעבן א דאון פעימענט א שיינע סכום פאר בארקליעס.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג יוני 06, 2017 2:13 am

אזוי וויל איך האט געשריבן:
סאמעטוכע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויב ממאכט אוועק די האפענונגען וואס דארף מען אפשטיפן די אסיפה?

כדי עס זאל זיין א אסיפת הרבנים אין זיי זאלן באשליסן וואס מען זאל רעדן ביים אסיפה

און דערווייל קוקט אויס ווי מ'וויל עס נישט נאכגעבן. א שאד א שאד
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג יוני 06, 2017 2:45 am

כא כא כא האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
סאמעטוכע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויב ממאכט אוועק די האפענונגען וואס דארף מען אפשטיפן די אסיפה?

כדי עס זאל זיין א אסיפת הרבנים אין זיי זאלן באשליסן וואס מען זאל רעדן ביים אסיפה

און דערווייל קוקט אויס ווי מ'וויל עס נישט נאכגעבן. א שאד א שאד

דארפסט פארשטיין אז מען האט אריינגענומען ר' יענקל הורוויץ אין די נושא איבער 2 וואכן צוריק על פי בקשת לעיקוואד און מען ארבייט צוזאמען האנד ביי האנד מען האט שוין משקיע געווען אסאך געלד און כח אין די כינוס.
און די פלאן לכתחילה איז געווען אז די כינוס וועט פארקומען אן צד מהר''א.
איז פשוט נישט גערעכט אז יעצט זאל מען עס אפשטיפען

אגב איז מיר זייער אינטרעסאנט די פוין קויל פון הרב הורוויץ איך האב עטליכע תמוי' דערויף, איז דא דא א פארשטייער פון הרב הורוויץ?
א'מונה ב'טחון ג'עלט

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יוני 06, 2017 10:22 am

Amazing האט געשריבן:

קען איינער קאנפירמען אז ר' יענקל הורוויץ איז שוין 2 וואכן אין די נושא?
לויט מיין אינפארמאציע האט מען זיך געבעטן אז ער זאל עס פירן און ביז שבועות האב איך נישט געהערט אז ער זאל בכלל זיין בתוך הענינים, קען זיין איך האב נישט אלעס געהערט
בנוגע די אסיפה, איך ווייס נישט וועמענס פלאן ס'איז געווען אז די כינוס וועט פארקומען אן צד מהר"א, ווער ס'האט געמיינט די תכלית פון די אסיפה האט געוואלט האבן יעדעם, די רבנים זענען געזעסן דארט איבער צוויי שעה, און ס'איז פארשטענדליך אז נישט אלעס וואס מ'האט דארט גערעדט איז דא אויסגעשמועסט געווארן, אבער לויט די ווערטער פון 'לייף איס גוד'
און אדמו"ר מהר"א האט אראפגעלייגט דעם מצב מיט א ברייטן בילד און זיין שטעלונג איבער פארשידענע ענינים בנוגע גזירת הגיות

קען איך פארשטיין אז די רבנים האבן געזען א נייעם בילד אינעם גאנצן ענין, און האבן פארשטאנען אז מ'דארף טון נאך פעולות פאר מ'מאכט אזא היסטארישן עצרת, און אז מ'וויל א קאלירפולן עולם אויפצושטורעמען די וועלט, איז דא א מהחל ווי אזוי מ'שטעלט אהער אזא עצרת והמסתעף, שלא יאמרו אז דער ציל פון די עצרת איז ארונטערצורייסן איין מנהיג פון א"י.
ממילא אויב איז טאקע באשלאסן געווארן שוין בבית מהר"א דורך די צוויי רבנים אז מ'מוז אפשטופן מאיזה סיבה שיהי', צו וועגן אסיפת הרבנים צו וועגן געבן צייט וכו', איז פשט אז די נושא איז גאר ערנסט און מ'קען נישט כאפן הייסע לאקשן, וכמאמר החכם פרי המהירות חרטה
ממילא זאכן קוקן נישט אויס אזוי נאנ סענס'דיג
די שאלה בלייבט נאר אויב צד מהרז"ל וועט אויך פארשטיין וואס די רבנים האבן פארשטאנען, און דאס וועט מען לכאורה וויסן אין די נעקסטע 24 שעה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג יוני 06, 2017 10:30 am

לויט מיין אינפערמאטציע האט סעדערהעלי רב נאכן אסיפה בבית מהר"א ווען ער האט גערעדט מיט די אנפירער פין כינוס געזאגט זיין דעה אז מען זאל נישט אפשטופען

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דינסטאג יוני 06, 2017 10:35 am

כא כא כא האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
סאמעטוכע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויב ממאכט אוועק די האפענונגען וואס דארף מען אפשטיפן די אסיפה?

כדי עס זאל זיין א אסיפת הרבנים אין זיי זאלן באשליסן וואס מען זאל רעדן ביים אסיפה

און דערווייל קוקט אויס ווי מ'וויל עס נישט נאכגעבן. א שאד א שאד

איז נישט געווען קיין אסיפה אין התאחדות קאנצעליי באלד אנהייב ווען מ'האט אנגעהויבן ארגאנאזירן דעם כינוס?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » דינסטאג יוני 06, 2017 10:36 am

משגיח של אורחות תורה
צוגעלייגטע
IMG_20170606_092312.png
IMG_20170606_092312.png (41.74 KiB) געזעהן 3222 מאל

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג יוני 06, 2017 10:42 am

פרידן האט געשריבן:לויט מיין אינפערמאטציע האט סעדערהעלי רב נאכן אסיפה בבית מהר"א ווען ער האט גערעדט מיט די אנפירער פין כינוס געזאגט זיין דעה אז מען זאל נישט אפשטופען

ריכטיג
גא"מ

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג יוני 06, 2017 10:42 am

Amazing האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
סאמעטוכע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויב ממאכט אוועק די האפענונגען וואס דארף מען אפשטיפן די אסיפה?

כדי עס זאל זיין א אסיפת הרבנים אין זיי זאלן באשליסן וואס מען זאל רעדן ביים אסיפה

און דערווייל קוקט אויס ווי מ'וויל עס נישט נאכגעבן. א שאד א שאד

דארפסט פארשטיין אז מען האט אריינגענומען ר' יענקל הורוויץ אין די נושא איבער 2 וואכן צוריק על פי בקשת לעיקוואד און מען ארבייט צוזאמען האנד ביי האנד מען האט שוין משקיע געווען אסאך געלד און כח אין די כינוס.
און די פלאן לכתחילה איז געווען אז די כינוס וועט פארקומען אן צד מהר''א.
איז פשוט נישט גערעכט אז יעצט זאל מען עס אפשטיפען

אגב איז מיר זייער אינטרעסאנט די פוין קויל פון הרב הורוויץ איך האב עטליכע תמוי' דערויף, איז דא דא א פארשטייער פון הרב הורוויץ?

דארפסטו וויסן נאך איין אינפארמאציע אז פאר 6 וואכן צוריק איז מען שוין געקומען פרעגן מהר''א וועגן די כינוס האט ער געזאגט די זעלבע זאך ווי יעצט 'איך דארף אן אסיפות רבנים' און ס'האט טאקע געהייסן אז ס'גייט זיין ביים סקולענער, למעשה האט מען צוריק געצויגן דערפון, ממילא האט ער נעכטן איבערגעזאגט די גאנצע זאך נאר ברייטער אויסגעשמועסט פארוואס ס'פעלט אויס אן אסיפות רבנים
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דינסטאג יוני 06, 2017 10:44 am

הרב יענקל משה אפשר ביסטו דא מסדר די ענין וואס איז ריכטיג און וואס נישט
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג יוני 06, 2017 10:57 am

יענקל משה איז מצד פון די אנפירער פון די כינוס, ער איז נישט געווען ביי די מיטונג, ער קעניש אויסקלארן גארנישט מער ווי עצל האט געשריבן...

הרב עמעיזינג, אויב איז דיין קשי' צו הרב האראוויץ האט גערופן, קיינער דיספיוט עס נישט, ביידע זייטן עגריען אויף דעם... פארוואס ער האט גערופן מהר"א און נישט די אנפירער פון די פראטעסט איז א גוטע קשי'...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג יוני 06, 2017 10:59 am

אז מען האט נישט די פולע שטיצע פון די ליטאים, אדער צד מהר״א,
האט מען נישט װאס צו גײן אז מען קען נישט אנפולען א האלבע זאל,
מען דארף אנפולען 18000 זיצען!

מיט װיען אלײנס, אדער מיט אפאר הונדערט ליטאים קען מען נישט שבת מאכען...

לױט װי עס קוקט אױס, װעט זיך צד מהר״א ענדערש צושטעלן,

װען מען גײט װען אין א זאל מיט צאמלײג בענקלעך,
אדער אונטערן פרײען הימעל װאלט מען נישט געהאט די אלע פראבלעמען..
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג יוני 06, 2017 11:01 am

ווייסט אפשר איינער וויפיל אזייגער עס גייט פארקימען אויפן טיקיט שטייט אז מען קען אריינגיין פון 2 אזייגער און עס גייט זיך אנהייבן 3 אזייגער היינט אויף די פרישע מודעות שטייט אז עס גייט ערשט זיין 3:30
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג יוני 06, 2017 11:06 am

מסתם 3:30 אבער סיז גוט צו גיין פרי, די סעקיורעטי ביי די פלעצער קען גורם זיין לאנגע ליינס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

לייף איס גוד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2015 4:20 pm

תגובהדורך לייף איס גוד » דינסטאג יוני 06, 2017 11:15 am

Amazing האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
סאמעטוכע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויב ממאכט אוועק די האפענונגען וואס דארף מען אפשטיפן די אסיפה?

כדי עס זאל זיין א אסיפת הרבנים אין זיי זאלן באשליסן וואס מען זאל רעדן ביים אסיפה

און דערווייל קוקט אויס ווי מ'וויל עס נישט נאכגעבן. א שאד א שאד

דארפסט פארשטיין אז מען האט אריינגענומען ר' יענקל הורוויץ אין די נושא איבער 2 וואכן צוריק על פי בקשת לעיקוואד און מען ארבייט צוזאמען האנד ביי האנד מען האט שוין משקיע געווען אסאך געלד און כח אין די כינוס.
און די פלאן לכתחילה איז געווען אז די כינוס וועט פארקומען אן צד מהר''א.
איז פשוט נישט גערעכט אז יעצט זאל מען עס אפשטיפען

אגב איז מיר זייער אינטרעסאנט די פוין קויל פון הרב הורוויץ איך האב עטליכע תמוי' דערויף, איז דא דא א פארשטייער פון הרב הורוויץ?

פאקטן:
רבי יעקב הוירוויץ איז נישט דערווייל אין די אנפירערשאפט פונעם כינוס
לעיקוואד האט פארלאנגט בכל תוקף אז כדי צו האבן זייער השתתפות דארף רבי יעקב הוירויץ האבן כאטש אזא ווארט ווי יצחק שטערן
עס איז נישט געווען קיין שום פלאן אז די כינוס זאל קענען פארקומען אן צד מהר"א מחמת פארשטענדליכע סיבות
גלייך אין אנפאנג פאר סיי וועלכע קרייז האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט פארן כינוס האט ר' יצחק שטערן יו"ר העסקנים (באלאנגט ביי צד מהרז"ל) גלייך געשיקט אנפרעגן ביי האדמו"ר מהר"א איבער'ן כינוס, און זיין אנווארט איז געווען זייער ווארעם, און האט אבער פארלאנגט אויסדרוקליך אז כדי ארויסצוקן זיין ציבור מוז דער אסיפה געפירט ווערן דורך א קאלליציע פון רבני הקהלות, דאס מיינט אז עס זאל פארקומען אן עפענטליכע אסיפת הרבנים כשנים קדמוניות אויסצושמועסן דער מהלך, ציל, און מעסעדזש,
קיינער איז נישט מחוייב עס אפצושטופן נאר די וואס האבן עס פאררופן מיטן חשבון אז יעדער וועט זיך עניוועי צושטעלן אפגעזעהן פון סיי וואס, קענען עס סיי ווי מאכן אפגעזעהן וויפל קרייזן וועלן דאס מיטהאלטן
רבי יעקב הוירוויץ איז געווען זייער אינוואלווד ווען מהר"א האט פאררופן דעם פראטעסט א' חוקת, אין איז בשליחותו ארומגעפארן צו מערערע רבנים איבער ניו יארק איינשפאנען צום מעמד (האט אויך גערעדט א רירנדע דרשה בשעת'ן עצרת), און איז יעצוט אויך איןדי לעצטע וואכן כסדר בקשר מיט מהר"ק אהין און צוריק איבער די בעפארשטייענדע כינוס בעז"ה
לעצט פאראכטן דורך לייף איס גוד אום דינסטאג יוני 06, 2017 11:21 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » דינסטאג יוני 06, 2017 11:18 am

זעע איך היינט אז ביידע גרויסע סינס אויף לי אין אויף בעדפארד
זענען צושניטן אויף האלב
צו די לענג
קוקט אויס ווי דער זעלבער האט עס צושניטן ממש ביי די זעלבע פלאץ....

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יוני 06, 2017 11:26 am

ולא מיין האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
סאמעטוכע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויב ממאכט אוועק די האפענונגען וואס דארף מען אפשטיפן די אסיפה?

כדי עס זאל זיין א אסיפת הרבנים אין זיי זאלן באשליסן וואס מען זאל רעדן ביים אסיפה

און דערווייל קוקט אויס ווי מ'וויל עס נישט נאכגעבן. א שאד א שאד

איז נישט געווען קיין אסיפה אין התאחדות קאנצעליי באלד אנהייב ווען מ'האט אנגעהויבן ארגאנאזירן דעם כינוס?

ניין (עכ"פ נישט קיין אפיציעלע אסיפת הרבנים, קען זיין שטילערהייט) און דאס איז דער פראבלעם יעצט, און יעצט עסט מען די פירות
מ'האט געמיינט אז יעדער וועט עניוועי גיין, מ'האט נישט געכאפט אז גיוס איז מער א קאמפליצירטע נושא ווי טעכנעלאגיע, און יעדער כאפט עס אן פון א צווייטע זייט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » דינסטאג יוני 06, 2017 11:43 am

אלעס גייט דערווייל ב"ה ווי געפלאנט

רואיג
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 7:49 pm

תגובהדורך רואיג » דינסטאג יוני 06, 2017 11:44 am

איך ווייס נישט אויב עס איז געווען א אסיפה ביי התאחדות קאנצעליי, אבער די גאנצע כינוס איז אינטער התאחדות פון די ערשטע מינוט, און עס איז דא בילדער פון א צייט צוריק שוין וואו די רבני התאחדות זענען ביי רבי מלכיאל, און איך מיין אז די ערשטע כינוס איז געווען אפילו אינטערן נאמען פון התאחדות, גערעדט מיט א איידעם פון איינע פון די רבני התאחדות, און ער זאגט מיר אז זיין שווער איז אינוואלווד מיט יצחק שטערן יעדן טאג און יעדן ריר.

יעצט בנוגע הרב יעקב האראוויץ בין איך נישט קלאר וואס זיין חלק אין די כינוס איז געווען, און וואס ער האלט יעצט, איך בין זייער קאנפיוזד, און איך ווייס נישט וואס ער וויל אז מען זאל עס יעצט אפשטופן. מילא אז ער וויל בעטן אז עס זאל נישט זיין פראו אויערבאך, אדער נישט אקעגין וועד הישיבות, נאר א אויפקלערונג איבער די גזירה הער איך. אבער וואס קען די עצרת שאטן? מען האלט געציילטע טעג פארדעם, די ליטאים קומען סיי וואו נישט געהעריג, מילא זעה איך נישט געהעריג וואס ער וויל יעצט

און לגבי מוהר"א, מען האט עם פון די ערשטע מינוט אינוואלווד, און קיינער האט נישט געטראכט פון מאכן א כינוס איז אין אזא ריזיגע זאל אן זיין השתתפות, און ער האט געוואלט א אסיפת הרבנים, און מען האט שווער פרובירט צו מאכן א אסיפת הרבנים, מען האט געוואלט עס זאל זיין אז סוקלעינע רבי פאררופט עס, נישט געוואלט עס זאל זיין כאילוי סאטמאר פאררופט עס. אבער מעשי שטן הצליח און מען האט נישט מצליח געווען, און ביז די לעצטע מינוט האט מען געהאפט אז עס וועט קענען זיין א מיטינג וואס די סוקלעינע רבי פאררופט, און עס איז נישט געלונגען. און מוהר"א ווארט אויף א אסיפת הרבנים וואס מען האפט אז עס וועט נאך היינט צושטאנדקומען
לעצט פאראכטן דורך רואיג אום דינסטאג יוני 06, 2017 12:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » דינסטאג יוני 06, 2017 12:00 pm

מי יודע האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
סאמעטוכע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אויב ממאכט אוועק די האפענונגען וואס דארף מען אפשטיפן די אסיפה?

כדי עס זאל זיין א אסיפת הרבנים אין זיי זאלן באשליסן וואס מען זאל רעדן ביים אסיפה

און דערווייל קוקט אויס ווי מ'וויל עס נישט נאכגעבן. א שאד א שאד

איז נישט געווען קיין אסיפה אין התאחדות קאנצעליי באלד אנהייב ווען מ'האט אנגעהויבן ארגאנאזירן דעם כינוס?

ניין (עכ"פ נישט קיין אפיציעלע אסיפת הרבנים, קען זיין שטילערהייט) און דאס איז דער פראבלעם יעצט, און יעצט עסט מען די פירות
מ'האט געמיינט אז יעדער וועט עניוועי גיין, מ'האט נישט געכאפט אז גיוס איז מער א קאמפליצירטע נושא ווי טעכנעלאגיע, און יעדער כאפט עס אן פון א צווייטע זייט

עס איז געווען אן אפיציעלער מיטינג ביי התאחדות בעארן ארויסקימען מיט די ערשטע אפיציעלע מעלדונג איבערן כינוס
עס האבן זיך צווישן אנדערע באטייליגט האדמו"ר מהר"יי מסאטמאר הרה"ג מענדל זילבער ראב"ד פון התאחדות הרה"ג משה מנחם ווייס דומ"ץ פאפא אין בארא פארק הרה"ג הלל ווינבערגער הרה"ג שלמה לייב וויינבערגער הרה"ג זלמן לייב פילאפ הרה"ג טודרס זילבער
דאס קען סיי ווער יעצט מברר זיין ביי סיי וועמען פון די אויבענדערמאנטע ליסטע

צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט