כינוס הרבבות - קרישקעלעך און אינפארמאציע - נישט דעבאטעס

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

כינוס הרבבות - קרישקעלעך און אינפארמאציע - נישט דעבאטעס

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג יוני 05, 2017 6:33 am

וואס איז די גרינגסטע וועג צו אנקומען צום מעמד פון אפסטעיט, קאר, באס, באן, שיף?

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מאנטאג יוני 05, 2017 12:14 pm

קרייסלער האט געשריבן:וואס איז די גרינגסטע וועג צו אנקומען צום מעמד פון אפסטעיט, קאר, באס, באן, שיף?

געשריבן אין די מודעות אז מיט די סאבוועי איזעס 7 מינוט פון ווסב"ג

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

האט איר שוין איינגעהאנדעלט א בילעט צום מעמד ''כינוס הרבבות'' ?

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג יוני 05, 2017 12:36 pm

האב מיר זיך יעצט איינגעהאנדעלט א 15 דאלער'דיגע טיקעט
ויה"ר שיתקדש ש"ש בעולם

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג יוני 05, 2017 12:55 pm

איז דא עפעס א פלאן פאר פארקינג פון צענדליגע באסעס וואס קומען פון דרויסן פון שטאט?
פון איבעראל אין ניו יורק סיטי קען מען אנקומען מיטן באן, אבער וואס טוט זיך מיט תושבי מאנסי, קרית יואל ולעיקוואד? עס איז דאך אינמיטען דעם רוישיגען דאון טאון געגנט ווי ס'איז נישטא געהעריג קיין פארקינג.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג יוני 05, 2017 1:19 pm

ס'איז נישט די ערשטע און לעצטע פארזאמלונג אין בארקלעיס סענטער

ס'איז דא א גרויסע פארקינג גאראדזש א גאס אוועק (וואס קאסט געלט) אדער קען מען פארן אויף וויליאמסבורג און נעמען די באן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » מאנטאג יוני 05, 2017 1:32 pm

דער וועג צופיס פון אלט וויליאמסבורג איז בלויז 41 מינוט, (לויט גוגעל מאפס), מען גייט אונטער די הייוועי אויף פארק עוו. ביז וואשינגטאן עוו. (ווי די ישיבה קטנה איז), מען דרייט זיך לינקס אויף וואשינגטאן ביז גרין עוו. דארט מאכט מען א רעכטס ביז סאוט פארטלאנד - דער סטאדירום איז אויף אנטלאנטיק ביי 6'טע עוו.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יוני 05, 2017 2:15 pm

שנאפס האט געשריבן:ס'איז נישט די ערשטע און לעצטע פארזאמלונג אין בארקלעיס סענטער

ס'איז דא א גרויסע פארקינג גאראדזש א גאס אוועק (וואס קאסט געלט) אדער קען מען פארן אויף וויליאמסבורג און נעמען די באן

און אין וויליאמסבורג איז דען יא דא וואו צו פארקן?

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מאנטאג יוני 05, 2017 2:20 pm

איז דא מודעות פינעם כינוס אין די טעיגליכע לעיקוורד "ויבשר" אויסגאבע ? איינער קען אפשר אפלאודן?

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג יוני 05, 2017 2:23 pm

שנאפס האט געשריבן:ס'איז נישט די ערשטע און לעצטע פארזאמלונג אין בארקלעיס סענטער

ס'איז דא א גרויסע פארקינג גאראדזש א גאס אוועק (וואס קאסט געלט) אדער קען מען פארן אויף וויליאמסבורג און נעמען די באן

דא שטעל איך מיר פאר אז דער עולם וועט קומען מער מיט באסעס, איז דא פלאץ פאר באסעס אין די גאראדז'? כ'האב נישט געפרעגט וועגן קארס.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג יוני 05, 2017 2:32 pm

פארוואס ארבעט נישט די האטליין נאמבער 1718-395-9947
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יוני 05, 2017 2:42 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:איז דא עפעס א פלאן פאר פארקינג פון צענדליגע באסעס וואס קומען פון דרויסן פון שטאט?
פון איבעראל אין ניו יורק סיטי קען מען אנקומען מיטן באן, אבער וואס טוט זיך מיט תושבי מאנסי, קרית יואל ולעיקוואד? עס איז דאך אינמיטען דעם רוישיגען דאון טאון געגנט ווי ס'איז נישטא געהעריג קיין פארקינג.

מאנסי טרעילס האט א פארקינג לאט אפאר גאסן אוועק, סא זיי וועלן נישט האבן קיין פראבלעם

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג יוני 05, 2017 3:49 pm

עטליכע געדאנקען (עס איז טאקע נישט טרוקענע פאקטן, אבער מעגליך דארף מען עס איבערגעבן פאר'ן ציבור אדער די עסקנים, ווייל עס קען טוישן די פאקטישע הכנות, זיך רעכענענדיג מיט דעם):

א) לויט ווי מען האט געשריבן, מאכט מען א שטורעם אין סוציאלע מידיע, און מען וויל אז דער גוי'שער גאס זאל מיטהאלטן לייף וכדומה. - דאס קען מעגליך זיין א סכנה עצומה רח"ל, זאל דער בורא אפהיטן אויב עס זאל איינפאלן פאר א טעראריסט אויסצונוצן די געלעגנהייט און שיקן א מעסעדזש רח"ל וה"י. לענ"ד, איז פיל מער געוואונטשן, אז מען זאל הערשט נאכדעם אויפשפילן דאס אלעס, (עס איז סייווי נישט קיין חילוק צי עס איז לייף, אדער א שיינע פילם נאכדעם), און בשעת מעשה איז הצניעות יפה.

ב) וויבאלד עס איז דא חילוקי דיעות אין דעם ענין, און ווי מען שרייבט דא, זענען פארהאן מענטשן וועלכע זענען אינטערעסירט צו פעלשן בריוון וכדומה, כדי צו אונטערגראבן דעם מעמד, (איך רעד נישט פאליטיק, איך באצי מיך צום טרוקענעם פאקט) - דארף מען נעמען אין באטראכט בשעת מען פארקויפט אזויפיל טיקעטס, אז עס זאל נישט קענען פארקומען אומאנגענעמליכקייטן, דורך א גרופע מענטשן וועלכע קענען אויך קויפן טיקעטס, און זיך אנקומען שטערן. - כאטש עס איז דא דארט סעקיוריטי, מיינט נישט אז איך מעג נישט "אויסשרייען לאזונגען" למשל, אדער זאלן למשל אנקומען א גרופע פרויען (נוצנדיג די טיקעטס וואס מענער האבן געקויפט) און עס וועט זיין א פראבלעם פון דיסקרימינאציע זיי נישט אריינצולאזן. (איך נוץ סתם צוויי נארישע משלים, עס קען זיין נאך אסאך אנדערע אופנים).

ג) לגבי טראנספארטאציע פון מאנרא - מעגליך וואלט געווען א גוטע געדאנק אויך פון דארט צו מאכן, אז מען זאל צופארן מיט באסעס קיין הערימאן, און דארט נעמען די באן אריין קיין מאנהעטן.

איך שרייב עס דא, און אויב די מנהלים שליט"א ערלויבן עס, זאלן זיי עס אריינלייגן.
(אגב, יישר כח רבתי פאר די מנהלים, עס איז די בעסטע געדאנק וויאזוי צוריקצושטעלן "אייוועלט" אויף די רעלסן).

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » מאנטאג יוני 05, 2017 4:27 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:איז דא עפעס א פלאן פאר פארקינג פון צענדליגע באסעס וואס קומען פון דרויסן פון שטאט?
פון איבעראל אין ניו יורק סיטי קען מען אנקומען מיטן באן, אבער וואס טוט זיך מיט תושבי מאנסי, קרית יואל ולעיקוואד? עס איז דאך אינמיטען דעם רוישיגען דאון טאון געגנט ווי ס'איז נישטא געהעריג קיין פארקינג.

יענקעל משה האט געשריבן:נאך פילע בראטונגען צווישן די ראשי העסקנים איבער די מאסיווע טראנספארטאציע אינטרנעמונג, ווי מען וועט ברויכן טראנספארטירן קרוב צו דרייסיג טויזענט אידן ממש אין גאר א קורצער צייט פון בערך א האלבע שעה א שעה, אין נעמענדיג אין באטראכט אז דער גיגאנטישע בארקלעיס פארמאגט נישט קיין שום פארקינג ערטער וואס וועט זייער פארשווערן דאס אראפלייגן אין אפנעמען דעם ציבור נאכן מעמד, אזוי אויך וועלן די הינדערטער באסעס נישט האבן קיין שום מעגלעכקייט זיך צושטעלן ווארטן דארט ביז נאכן מעמד (ווער עס געדענקט דעם כאאטישן צושטאנד וואס האט געהערשט נאכן כינוס כלל ישראל ביים פארלאזן דעם מעמד ווי דער עולם איז געזעצן אויף די באסעס איבער א האלבע שעה נישט קענענדיג זיך ארויסדערזעהן פונעם טרעפיק ארום דעם סטעידיום טראק די ריזיגע שטחים וואס זענען געווען דעזעגנירט פאר פארקינג)
זענען די עסקנים אויפגעקימען מיטן געדאנק פון צושטעלן טראספארטאציע פון די צוויי גרעסטע געיגענטער וויליאמסבורג אין בארא פארק בלויז מיט די טרעינס
די עסקנים ארבעטן יעצט מיט די לאקאלע באאמטע צו קענען אפדינגען א ספעיציעלע טרעין וואס וועט פאר יעדע 5-10 מינוט מיט פלאץ פאר איבער צוויי טויזענט רייזענדע אויף אמאל וואס וועט דורכשניידן וויליאמסבורג אין בארא פארק אין דערנאך וועט עס אראפלייגן דעם עולם ביים סטאנציע פונעם בארקלעיס צענטער וואס די סטאנציע געפינט זיך הארט ביים סטעידיום,
ווי נאר די פלאן וועט באשטעיטיגט ווערן וועט מען אי"ה פארקויפן מעטרא קארדס אין אלע טיקעט צענטערן איבער וויליאמסבורג אין בארא פארק פאר די מינעמאלע אפצאל, כדי צו פארשפארן די שוועריגקייטן אין לאנגע רייעס ביי לאקאלע באן סטאנציעס צו קויפן די קארטלעך ספעציעל ווען מען רעדט פון טויזענטער אידן אין די זעלבע צייט,
אזוי אויך ארבעט מען אויף די טראנספארטאציע פון אלע אנדערע געיגענטער ווי באנען איז נישט קיין אפציע ווי קרית יואל, מאנסי, לעיקוואד, סאוט פאלסבורג, אין נאך, עס אויסצוארבעטן אויפן בעסטן וועג וואס שייך,

ברבבותינו נצא ע"פ קריאת גדולי הדור

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מאנטאג יוני 05, 2017 4:28 pm

לגבי דאס וואס @שואל שרייבט וועגן טעראריסטן,
יעדן טאג זענען דא אסאך גרעסערע ספארט צוזאמקומען, וואס טעראריסן וואלטן געקענט אויסנוצן פאר זייער טעראר.
מזעהט נישט זיי זאלן צילן דווקא צו אידן (עכ"פ לעצטנס)

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » מאנטאג יוני 05, 2017 4:28 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:די סקרינס וועלן ארבייטן?

ניין
לעצט פאראכטן דורך אורח הכבוד אום מאנטאג יוני 05, 2017 4:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג יוני 05, 2017 4:30 pm

שואלכענין האט געשריבן:אגב, יישר כח רבתי פאר די מנהלים, עס איז די בעסטע געדאנק וויאזוי צוריקצושטעלן "אייוועלט" אויף די רעלסן.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » מאנטאג יוני 05, 2017 4:31 pm

viewtopic.php?p=1456419#p1456419
ווער זענען די אידן אויף די בילדער ?

לעמפלעך
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 10:02 am

תגובהדורך לעמפלעך » מאנטאג יוני 05, 2017 4:39 pm

באר פאקטן פליז ווי מהאלט יעצט וועלכע אדמורים רבנים גייען זיך משתתף זיין?

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג יוני 05, 2017 4:44 pm

שואלכענין האט געשריבן:עטליכע געדאנקען (עס איז טאקע נישט טרוקענע פאקטן, אבער מעגליך דארף מען עס איבערגעבן פאר'ן ציבור אדער די עסקנים, ווייל עס קען טוישן די פאקטישע הכנות, זיך רעכענענדיג מיט דעם):



ב) וויבאלד עס איז דא חילוקי דיעות אין דעם ענין, און ווי מען שרייבט דא, זענען פארהאן מענטשן וועלכע זענען אינטערעסירט צו פעלשן בריוון וכדומה, כדי צו אונטערגראבן דעם מעמד, (איך רעד נישט פאליטיק, איך באצי מיך צום טרוקענעם פאקט) - דארף מען נעמען אין באטראכט בשעת מען פארקויפט אזויפיל טיקעטס, אז עס זאל נישט קענען פארקומען אומאנגענעמליכקייטן, דורך א גרופע מענטשן וועלכע קענען אויך קויפן טיקעטס, און זיך אנקומען שטערן. - כאטש עס איז דא דארט סעקיוריטי, מיינט נישט אז איך מעג נישט "אויסשרייען לאזונגען" למשל, אדער זאלן למשל אנקומען א גרופע פרויען (נוצנדיג די טיקעטס וואס מענער האבן געקויפט) און עס וועט זיין א פראבלעם פון דיסקרימינאציע זיי נישט אריינצולאזן. (איך נוץ סתם צוויי נארישע משלים, עס קען זיין נאך אסאך אנדערע אופנים).

עס גלייבט זיך שווער אז אזאנס זאל פאסירן. בפרט אז יעדער יחיד פאר זיך וויל הייסן נארמאל, ממילא וויל ער נישט זיין פון די וואס וועלן אנזייען פראוועקאציעס אין כ"ש ביי די נשים


אגב, יישר כח רבתי פאר די מנהלים, עס איז די בעסטע געדאנק וויאזוי צוריקצושטעלן "אייוועלט" אויף די רעלסן.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג יוני 05, 2017 4:50 pm

איך ווייס האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1456419#p1456419
ווער זענען די אידן אויף די בילדער ?

ר' יענקי איצקאוויטש דערקענט מען באלד

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג יוני 05, 2017 5:13 pm

איך ווייס האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1456419#p1456419
ווער זענען די אידן אויף די בילדער ?

אויף די צווייטע בילד אינעם סטאדיום דערקענט מען יענקי איצקאוויטש פון שומרים, יוחנן פליישמאן פון וויי עף פראדאקשונס און יצחק לוזער ווערצבערגער פון עי און עס טשיער רענטעל און פראדאקשענס

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » מאנטאג יוני 05, 2017 5:15 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:
איך ווייס האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1456419#p1456419
ווער זענען די אידן אויף די בילדער ?

אויף די צווייטע בילד אינעם סטאדיום דערקענט מען יענקי איצקאוויטש פון שומרים, יוחנן פליישמאן פון וויי עף פראדאקשונס און יצחק לוזער ווערצבערגער פון עי און עס טשיער רענטעל און פראדאקשענס

די חברה קען איך אויך...
ווער זענען אויף די אויבערשטע בילדער?

פרומער יוד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:42 pm

תגובהדורך פרומער יוד » מאנטאג יוני 05, 2017 5:28 pm

איך ווייס האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:
איך ווייס האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1456419#p1456419
ווער זענען די אידן אויף די בילדער ?

אויף די צווייטע בילד אינעם סטאדיום דערקענט מען יענקי איצקאוויטש פון שומרים, יוחנן פליישמאן פון וויי עף פראדאקשונס און יצחק לוזער ווערצבערגער פון עי און עס טשיער רענטעל און פראדאקשענס

די חברה קען איך אויך...
ווער זענען אויף די אויבערשטע בילדער?


דער וואס מען זעהט נאר זייטיג קיקט אויב צי זיין יוזפא בן ר׳ בנציון לאנדא

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יוני 05, 2017 5:33 pm

עס איז שוין למעשה געווען אסיפת הרבנים ביי סקולענער רבי אדער ערגעץ אנדערשט ?
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מאנטאג יוני 05, 2017 8:41 pm

לדעתי זעט מען שוין ב"ה די ערשטע סימנים אז עס הערשט אן אויפוואכונג אנטקעגן די פאסיווקייט פונעם גזירת גיוס וואס אנטשפרעכט אונטערצוברענגן דעם גאנצן ישיבה אידענטום בארץ הקודש ביז געציילטע יאר.

וואס די מדינה וויל, איז דאכטזעך קיינער נישט מחולק. זיי האבן א גרויסער פראבלעם אז די חרדים ווערן וואס א טאג מער, א גרעסערע פראצענט פון די באפעלקערונג. מען ברויך זיי צוביסלעך אריבערברענגן צו ווערן ווייניגער פרום דורכן מיליטער. דאס איז קלאר לכל מי שיש לו מח בקדקדו.

דער שטילקייט קעגן דעם ערווארטענטער כליון רוחני האט טויב געמאכט די אויערן. עס האט אויסגעזען אז עס גייט ווערן אן ענין פון קנאות צו רעדן קעגן גיוס, הגם אליבא דאמת ברויך עס רייסן יעדן איד פון סיי וועלעכן קרייז.

דער בריוו פון רבי אהרן משה שעכטער, און צום לעצט די בריוו פון די 5 ראשי ישיבות פארגאנגענע וואך, טועט אנדייטען אז זאכן הייבן זיך אן טוישן, און עס איז צו ערווארטן אז עס זאל אנהייבן מער און מער א שוואונג פון די וואס וועלן זיך שטעלן אויף די זייט פון די אנטי גיוס.

עס זעט אויס ווי עס קומט א מלחמה וואס מען האט נישט געזען די לעצטע 70 יאר.

ולה' הישועה


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט