אויפן פארלאנג פון די חשובע מיטגלידער דא אויפן וועלטל וואס ווילן מיטהאלטן און ווערן אינפארמירט איבער דעם בעפארשטייענדע 'כינוס הרבבות' מיט אקטועלע נייעס און אפדעיטס איז באשלאסן געווארן אינערהאלב די הנהלה צו עפענען א נייע סוב פארום ויקרא שמו בישראל "אקטועלע נייעס" ווי עס וועט קענען געמאלדן ווערן אינפארמירנדע נייעס אן די זייטיגע זינלאזע דעבאטעס און מינדערוויכטיגע קריגערייען.
יעדע תגובה וואס וועט געשריבן ווערן אין דעם פארום וועט ברויכן באשטעטיגט ווערן און וועט אריבערגיין די אויגן פון א מנהל אדער אחראי.
צוליב פארשטענדליכע סיבות וועט יעדע תגובה וואס וועט געשריבן ווערן אינדרויסן פון דעם פארום בנוגע די כינוס ווערן פארמעקט און וועט הייבן די שאנסן פאר א גענצליכן חסימה ביז נאך די כינוס.
א דאנק.
כינוס הרבבות - בארקלעיס צענטער - א' שלח תשע"ז
אחראי: יאנאש
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2941
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
ווען איר באקומט א מעסעדש אז אייער תגובה איז נישט באשטעטיגט, צוליב "אייער תגובה ענטהאלט אומאויסגעהאלטענע לינקס" ווערט נישט אפענדעד, דעיס איז פשוט די דיפאולט אפשען פון די ליסטע פון די סיבה פארן נישט אפראוון, (גיי ווייס פארוואס?...), און מיר האבן עפ"י רוב נישט די צייט עס צו גיין טוישן די סיבה, אדער אראפנעמען די טשעק אז ס'זאל בכלל מעלדן אז די תגובה איז נישט אפראווט, (וואס איך טוה עפ"י רוב..).
און ווי מ'האט שוין געשריבן ביים דערעפענונג פונעם פארום, אז ס'איז נישט אין די מעגליכקייט פון די אחראים צו זיצן אויף יעדע תגובה, און קענען אפגעבן א מהיכן דנתנו אויף יעדע תגובה וואס איז צוריק געוויזן געווארן, ווען איר זעהט אז תגובות גייען נישט ארויף, נעמט דאס אן פאר א רמז נישט ממשיך צו זיין מיט די נושא.
ואתכם הסליחה
און ווי מ'האט שוין געשריבן ביים דערעפענונג פונעם פארום, אז ס'איז נישט אין די מעגליכקייט פון די אחראים צו זיצן אויף יעדע תגובה, און קענען אפגעבן א מהיכן דנתנו אויף יעדע תגובה וואס איז צוריק געוויזן געווארן, ווען איר זעהט אז תגובות גייען נישט ארויף, נעמט דאס אן פאר א רמז נישט ממשיך צו זיין מיט די נושא.
ואתכם הסליחה