בבל האט געשריבן:ווייטער נעגאטיוו איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז מען טאר נישט מוחה זיין איך האב ס''ה געבעטן פאר קלארקייט דעת קדשו פון רבה''ק בנוגע נאכשרייען אין א תשובה פון א מנהיג ישראל בנוגע נאכשרייען
איך דארף נישט קיין תשובה, עס איז דא א מעשה רב פון די גרעסטע גאונים ביי כלל ישראל וואס פלעגן שרייען "שבת" אויף די מחללי שבתות, אזוי פלעגט טוהן רבי דוד יונגרייז וכל חבריו שרי התורה.
די מעשה באלאנגט אויך אין דעם "הלכות מחאה" אשכול, עס וועט ווערן שיין פארברייטערט .
אויסמעקען 'וגוערים בו' איז א פראבלעם אבער מוסיף זיין כפי רצונך נישט? אדרבה, פון דעם וואס דער מחבר מוז אין געוויסע ערטער ארויסשרייבען וגוערים בו איז געדרינגען אז אין אנדערע פעלער טאר מען נישט.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
בבל האט געשריבן:ווייטער נעגאטיוו איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז מען טאר נישט מוחה זיין איך האב ס''ה געבעטן פאר קלארקייט דעת קדשו פון רבה''ק בנוגע נאכשרייען אין א תשובה פון א מנהיג ישראל בנוגע נאכשרייען
דאס איז אן הלכה'דיג שאלה, דער אשכול איז נישט עוסק אין הלכות מחאה באופן כללי, נאר ספעציפיש אויף וואס דער קעפל באציעט זיך, אוודאי 'קומט' אריין נאך ענינים אויפן וועג מחמת דעם מציאות הענינים, און בעיקר מחמת וואס מען פירט אוועק דעם ענין אויף אן אנדער וועג.
דארט באלאנגט הלכות ערבות, אחריות בית דין, אפרושי מאיסורי, במקום חילול ה' אין חולקין וכו', הלכה ואין מורין כן, מוטב שיהיו שוגין ואל יהיו מזידין, הרוגף אחר הערוה, חטא בשביל שיזכה חברך, כיון שהיה ביום למחות ולא מיחו, עונשים של בית דין, מכין ועונשין שלא מן הדין, און נאל פיל פיל אינטערעסאנטע ענינים.
דארט קומט אויך אריין די מלחות חרמה מיט שבתאים, פראנקיסטן די משכילים, מיט די משנים מן המסורת, די טיילונג, די רעפארמער, קאנסערוואטיוון ציוניסטן, ועוד.. לינק צום נייעם אשקול? ביטע
דער חתם סופר וועט זיין דארט, דער רש"ב, ר' חיים עוזר, חזון איש, בריסקער רב, מחנה חיים כתב סופר, ר' שאול בראך, בעלזער רב מהרי"ד מונקאטשער רב. ר' יוסף חיים זאנענפעלד, סאטמארער רב, שאפראנער רב, ועוד... ס'וועט געוויס זיין קאלירפוהל און אינטערעסאנט, געוויס וועלן זיך פיל פרייען צובאטייליגן אינעם דין ודברים.
ס'וועל ווערן געברענגט די ראשונים די גאונים מיט די עניינים אשר היה בימיהם. דער אשכול וועט זיין העכסט העכסט אינטערעסאנט!
אין זאך, נישט פארירן דעם דאזיגן אשכול פון זיינע רעלסן.
ערשטענס א ריזן יישר כוח פאר קאומי פאר'ן אפטרעטן פון אמט, און קומען דא עפענען אן אשכול איבער די נושא, וואס נאר דאדורך, האמיר זוכה געווען צו זען די הערליכע גלאררייכע תגובה פון בערעלע דער קבצן.
דער בערעלע איז שוין גארנישט אזא קבצן, רייך אין תוכן, רייך אין שפראך, און רייך אין מחשבה. איז דען א ספק אז בערעלע האט רעכט מיט כמעט יעדע שורה וואס איז ארויסגערינען פון זיין זיסע פעדער? אוודאי געוויס, דאס איז געווען די וועג וויאזוי מ'האט זיך געפירט אין אלע דורות ווען ס'געווען א צרה פון עלמענטן וואס האבן געוואלט משפיע זיין אויפ'ן כלל. ווען אין דייטשלאנד וואלט מען זיך אזוי געשלאגן מיט די השכלה, וואלט היטלער ימ"ש נישט געדארפט קער נעמען פון די התבוללות (ע"ע ר' אביגדור מיללער.) ווען אין פוילן וואלט געווען א טיילונג ווי אין אונגארן, העט ווען דרייפערטל ווארשא פאר די מלחמה (אויב וואלט בכלל געווען) געוועזן ערליך און פרום, און נישט געזעסן בתערובות ביי קאנצערטן ווי מ'האט אפגעלאכט פון אידישקייט מיט א שמיץ אריבער. ועוד ועוד ועוד, כהנה וכהנה רבות.
ליידער אנשטאט מענטשן זאלן כאפן אז דא שפילט זיך איבער אזא אדער גאר אן ארגערע סארט מציאות, וואלט אידן וואס טראכטן מיט א שפאן ווייטער, נישט צוגעקומען צו שרייבן און זאגן אז דאס איז נישט דער דרך געווען קיינמאל. די פראבלעם פון די אלע איז, אז מ'טראכט פון איצט, און פון זעך. רבותי, עס איז דא א כלל ישראל, און אויף רוחניות דארף מען זיך רעכענען מיט נאך 100 יאר אין גלות (זאל שוין דער באשעפער שיקן די גאולה), אויב ווילן מיר זען נחת פון אונזערע קינדערליך און אייניקלעך, מוז מען גיין ווילד קעגן די הויפט פירצות. כ'האלט נישט אז קינדער דארפן טיילן און זיך דרייען מיט שומרים קארטליך, אבער א פירצה וואס האט נישט קיין שום היתר בעולם (כ'רעדט נישט פון די עצם גיין אין מיליטער, כ'רעדט פון זיך קומען רייצן די תקופת ההסתגלות, זיי קומען דאך דא בשאט נפש קאלט מאכן, אשר קרך במילואו) דארף מען פארשרייען מיט פעמערס און עס וואלט וועגן געדארפט פליען טישן פון תולדות אהרן אויבן, ווי אין די גוטע יארן. כ'שטעל זיך פאר אז היינט איז דאס נישט מעגליך ווי אמאל, אבער דאס וואלט געדארפט זיין די אנטווארט פון כלל ישראל קעגן די אנשיקעניש. נאר כאמור, דערוילעם כאפט נישט פון וואס מ'רעדט, און מ'רעדט רינגס און ארום די אישו, און מ'איז דן מיט וואס פאר א סארט קאר ער איז געקומען שבת אין שול. ווייל אויב א דזשעגוואר איז עס צו שארף, אן אלטע פארד, שייגעץ וואס ער איז. ער פארט דאך אום שבת, ביסט צעדרייט? יא, אויף א מחלל שבת בפרהסיא האט מען אלעמאל געשריגן.
יישר כח בערעלע, און איך באוואנדער דיין געדולד.
ובזה אשים קנצי למילי, ואצא בשים שלום והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ויערה רוח טהרה ממרום בקרוב אמן.
ס'איז כדאי צו זעהן א פלאמפייערדיגע און פארכטיגע לשון פון הייליגן ר' חיים סופר זצ"ל אין קונטרס דרשה מה העבודה הזאת לכם.
איך בין מעתיק א שטיקל פון ספר.
ועתה הנה באתי להשמיע לכם אשר הוגד מנאמנים כי שני דאקטארען באו בגבולנו והעיזו פניהם לחלל שבתות בפרהסי׳ לעיני כל העדה הלכו בשוק והעלו עשן מפיהם זה מעשם בשתי שבתות והלא נודע לכל איש ואיש בישראל שגדול עונם מנשוא ומיום עמוד העיר הזאת לא נראה כזאת בקהל ד׳ ונקל היא שצעירי ימים ילמדו ח״ו לעשות כמותם שיאמינו שהותר הדבר ויהי׳ לכאב לב אבותם עד שירדו שאולה ביגון באבדן עמלם אלה הבנים .
ואם אמנם שקבלתם אותי למנהיג להשגיח על הדת והאמונה ולא אוכל לחשות ולראות בשונאי הדת בכל זאת תדעו כי כולכם רבנים בדבר זה בעון גדול אשר נעשה לעיני כל העדה אם לא תעמדו בפרץ אנשים ונשים ישאו עונשם כי קבלתם ערבות בהר סיני בעבירה גלוי' ומפורסמת אנכי עומד בראש ואתם תמלאו אחרי לגדור גדר.
ותחת לשוני לא אכחד לגלות כי מדבר הזה נודע לי שטעיתי בשתים, בראשונה שגיתי שלא האמנתי אשר ימצא איש אשר יהי' לו עזות מצח לעשות כזאת בעיר מונקאטש, ושגיתי באחרונה כי חשבתי שאם ח"ו המצא ימצא איש אשר ימלא לבו לעשות כןיפול העם עליו בכעס וחימה שפוכה ויכהו ארצה עד שיפול בעצמיו חלכאים וישאו אותו בשמלה, כי מי יוכל לעצור בעם בקנאת הדת.
כי אם אחזום בולמס התאוה ומבקשים לחלל שבת לתאותם היו מעשנים ציגארען בחדרי משכבם אשר אין עלינו הערבות, ולמה הלכו בשוק לעיני כל הקהל אין זה כי אם נאצו האנשים האלה את ה', אני לא אוכל להבטיח על עצמי אם מצאתי יהודי שעושה להכעיס ולנאץ ה' לבזות הדת ולהשפיל אמונתי אם לא נתתי נפשי תחת נפשו.
ווען איינער איז בפועל מסית ומדיח דארף מען טאקע יא מוחה זיין, און אפילו מציל זיין דעם מוסת בנפשו של מסית. אבער ווען א פרומע חייל טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגענט איז פשוט וברור אז עס איז אסור איהם צו טשעפען.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
אגב, אן אמעראצישע שאלה אבער לא הביישן למד, ווער איז געוועהן ר' חיים סופר?

איך פארשטיי באמת נישט ווי א איד קען זאגן ס'האט קיין שייכות לענינינו, אבער נישט אלעס פארשטיי איך
ר' חיים סופר איז א פלא אז איר ווייסט נישט, געווען פון די גרעסטע גאונים און רבנים בימיו מתלמידי חתם סופר, א צדיק וקדוש פלאם פייער, מחבר הרבה ספרים, מחנה חיים, פלס חיים, שערי חיים, ווי די ליטווישע זאגן דער אונגארישער ר' חיים.
ווען איינער איז בפועל מסית ומדיח דארף מען טאקע יא מוחה זיין, און אפילו מציל זיין דעם מוסת בנפשו של מסית. אבער ווען א פרומע חייל טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגענט איז פשוט וברור אז עס איז אסור איהם צו טשעפען.
גוט ארויס געברענגט דיין געדאנקען גאנג, בערל אז איינער געט אים א קאמפלעמענט מעג מען טשעפענן אין שרייבן מהיכי תיתי, זאל זיי, ווייל ער טראכט נישט פונקלעך ווי דיין געשמאק ווייל נאר א חרד"ק טאר מען ח"ו טעשעפענען על כבודכם מחיתם......
אה פונ'ם מחנה חיים האב איך געהערט, אבער נישט געוואוסט שם המחבר. ייש"כ פאר בארייכערען מיינע ידיעות.
ועל ראשון אחרון (איידי דחביבי האב איך פריער זיך באצויגען צום ידיעה הנ"ל, און מהפך געוועהן דעם סדר), האסט געברענגט א שיינע שמועס בנוגע א מחלל שבת בפרהסיא. כדי צו זאגען אז עס האט א שייכות אהער מוזטו ערשט מברר זיין להלכה אז טראגען מונדירען פונ'ם ארמיי איז אינ'ם זעלבע בחינה.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
ווען איינער איז בפועל מסית ומדיח דארף מען טאקע יא מוחה זיין, און אפילו מציל זיין דעם מוסת בנפשו של מסית. אבער ווען א פרומע חייל טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגענט איז פשוט וברור אז עס איז אסור איהם צו טשעפען.
גוט ארויס געברענגט דיין געדאנקען גאנג, בערל אז איינער געט אים א קאמפלעמענט מעג מען טשעפענן אין שרייבן מהיכי תיתי, זאל זיי, ווייל ער טראכט נישט פונקלעך ווי דיין געשמאק ווייל נאר א חרד"ק טאר מען ח"ו טעשעפענען על כבודכם מחיתם......
צי בערל האט א שיינע שפראך צי נישט איז לא מעלה ולא מוריד, אלזא טאמער איינער רעדט בשם כלל ישראל אז 'כולי עלמא מודי' האט נישט קיין זין דן צו זיין צי עס איז טאקע אזוי. זאגאר ווען איינער האלט אנדערש פעלט אויך נישט אויס צו שרייבען.
דאס האב איך געמיינט מיט'ן 'מהיכי תיתי' - זאל מען זאגען אפילו כולי עלמא מודי ווייל וועמען שטערט עס דען?
משא"כ ווען א בילעוואס טרויעט זיך צו פסק'ענען בשם 'כולי עלמא' אז מען דארף נאכשרייען א פרומע זעלנער, איז דאס דאך נוגע הלכה למעשה און דערפאר איז גאר וויכטיג קלאר צו שטעלען אז עס איז נישט כולי עלמא מודי.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
אנעים זמירות האט געשריבן:אה פונ'ם מחנה חיים האב איך געהערט, אבער נישט געוואוסט שם המחבר. ייש"כ פאר בארייכערען מיינע ידיעות.
ועל ראשון אחרון (איידי דחביבי האב איך פריער זיך באצויגען צום ידיעה הנ"ל, און מהפך געוועהן דעם סדר), האסט געברענגט א שיינע שמועס בנוגע א מחלל שבת בפרהסיא. כדי צו זאגען אז עס האט א שייכות אהער מוזטו ערשט מברר זיין להלכה אז טראגען מונדירען פונ'ם ארמיי איז אינ'ם זעלבע בחינה.
די נקודה איז געווען, דאס זיך נישט קענען איינהאלטן פון א מנאץ, און פון א חשש אז אינגע וועלן זיך אפלערנען עד כדי א תמי' עצומה פון צולאזן און נישט ארויסטראגן מיט מכות, עיין בדבריו הקדושים וואס באדערט אים, ס'איז נישט נאר חילול שבת.
בעכל איך האלט גראדע יא אז מען זאל נישט צוטיילן די הלכה שמועס עקסטער פון די דאזיגע השקפה שמועס, וויבאלד דאס איז געקניפט און געבינדען, מען קען אלעס אויסשמועסן אין דעים אשכול
געהערטער מנהל "סאכדעס", ראשית א דאנק פארן קאמפלעמענט, און ווען עס קומט פון א מנהל, אין אזא נוסח, צייגט דאס אז דאס געשטימט מיטן 'גייסט' פונעם פארום. געלויבט השי"ת פאר דעם. וליהוי ידוע לכם, דאס איז דאס איינציגסט פלאץ וואו מען קען שרייבן ברוח הדברים האלה.
האמת אגיד, מיינע ווערטע ווערן אפט געמאסטן, און פיל מאל שרייב איך 'כהולך על גבי גחלים', מכח מיין טיפע רעספעקט צו דעם מקום און אירע חשוב'ע מנהלים. וואסזשע דארף איך זיי אנדרייען אומזיסטע ארבייט, קאפווייטאג, זיין א 'שלעכטער פאליסמאן', זיך שאפן צובלאזענע-זעלבסט-דיסקרימינירטע ניקס?... איך וואלט אנגעבאטן מען זאל אויפמאכן איין איינציג טשענאל מען זאל קאנען שרייבן 'אלעס' אן 'פארמאלע' באגרעיניצן, בלויז צו קענען שטעלן די ריכטיגע בילד און הבנה אין דעם גרויסן בראך וואס געשעט די לעצטע לערך 15 יאהר, און ס'יז הולך ומחמיר באופן מחריד לא יאומן, - די מיליטער איז בלויז איינס פון די פראבלעימען וואס שטארט ארויס דאס מערסטע, אבער דער חורבן איז ליידער ליידער פיל פיל ערגער און טיפער!
הרב סאכדעס, אייערע הוספות אין דעם נידון איז: מעכטיג, צום זאך, ריכטיג, און אידיש! - יישר כח גדול!
אז מען וועט האבן אביסלע צייט וועט עפעס אי"ה אפשרייבן, און בסייעתא דשמיא וועט דאס קלאר מאכן אן ענין וואס ביי מאנכע הערשט ארום דעם א גרויס בילבול און אן אומקלאהרקייט. היות דער ענין האט מיר א סאך געבאדערט יאהרן, ביז דער באשעפער האט אונז געגעבן אין דעם א שטיקל הבנה, ווילן מיר דאס אויך מיטטיילן פאר אנדערע. [בלי ספק אז פיל וועלן אויפהייבן וואונדער-ברעמען, וואס? יעדעס קינד ווייסט עס! אזוי, טא וואו זענט איר, ווארום שרייבט איר דאס נישט אטהער?] ס'באלאנגט צו די דברים הנאמרים כאן באשכול, אבער ס'איז אן ענין כללי מען מען דאס אפשר שטעלן אין א סעפעראטן שנירל בע"ה.
דערווייל, היום קצר והמלאכה מרובה ובעל הבית דוחק... אוי וויי וויי... כ'האב'ן פארשפראכן הייינט ביינאכט שיק'כן אפ ס'ווארע... איה עוד חזון למועד בעזרתו יתברך שמו.
@אנעים אנעים ביסטי דער וואס האט פארפאסט אזויפיל הערליכע מאמרים די נחיצות צו דערווייטערן מינים און דעות כוזביות פינעם אידישן פאלק ? כ'דערקען נישט היינט די אמאליגע שרייבער פון די הערליכע מאמרים געשריבן קעגן מינים ומלשינים.