מיין מיינונג בנוגע נאכשרייען חרד"קים

אחראי: יאנאש

דזשעימס קאומי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2017 9:47 am
לאקאציע: אין גרויסע טראבל

מיין מיינונג בנוגע נאכשרייען חרד"קים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעימס קאומי »

צוליב וואס קרעטשמער האט פארמעקט מיינע תגובות אין די מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל אשכול טענה'נדיג אז דארט געהערן נישט קיין וויכוחים, האב איך באשלאסן דאס איבערצושרייבן אין א באזונדערע אשכול.

אין די לעצטע וואך צייט איז באקאנט געווארן איבער די שוידערליכע ברוטאליטעט פון די ציוניסטישע פאליציי ביים ארעסטירן אפאר קינדער אין ירושלים און בית שמש דורכאויס א פון פאראויס געפלאנטע אקציע זיך צו רייצן מיט די ערליכע יראי השם וואס זענען לוחם קעגן די צבא השמד און פארמיאוס'ן די חרד"קים (חרד'ישע מיליטערלייט) אין די אויגן פון די יהדות החרדית בארה"ק.

ווי שוין באריכטעט דא האבן די פאליציי ברוטאל ארעסטירט קינדער דורכאויס זייערע אקציעס אין ירושלים (מאה שערים) און אין בית שמש, און אין די קליפס קען מען זעהן ווי די פאליציי באנוצן זיך מיט אן אויסערגעווענליכע רציחה ביים ארעסטירן די קינדער און אינגעלייט.

פארשטייט זיך אז אסאך האבן פארדאמט די ברוטאליטעט מיט וואס די פאליציי האבן זיך אומגעגאנגען, אבער בד בבד איז אויפגעקומען ביי מיר א שטיקל ספק אין די גלאטקייט פון די מעשים פונעם קינד און בכלל אויף אלע קינדער (און אינגעלייט) וואס שרייען נאך די חרד"קים.

מיין מיינונג איז געווען ווי פאלגענד:

דער אינגל וואס מ'האט ארעסטירט אין מא"ש איז א געהעריגע מתגרה באומות (לפי' שיטתם אז די ציונים זענען ערגער ווי די פויבסט)...

און דער אינגערמאן אינדערזייט וואס מ'האט ארעסטירט דערמאנט מיר פון מיין טאטע'ס אנזאג: אז נישט ביי יעדע שלעגעריי דארף מען זיך געפינען אין די ד' אמות, אם ניתן רשות למשחית אינו מבחין... פארוואס קומט ער צו צום סצענע למען השם? דארט וועט ער נישט נאר גארנישט אויפטוען, נאר זאגאר מער אנציען די פאליציי.

און א אינגל וואס ווארפט א פעמפער אויף סייוואספארא גוי, אדער אפילו א גאסן אינג, וואלט איך אים אנגעפראקט די זייטן! מיינע קינדער דארפן נישט וויסן וואס מיינט ווילדקייט, מיין קינד האט נישט וואס צו זוכן ביי אזאנע אינצידענטן! אז א פארשטינקענער חרד"ק וואקט אדורך לאז אים אדורך וואקן ווי שנעלער! ער זאל ח"ו קיין רגע לענגער נישט בלייבן דארט וועגן מיינס א קינד!

איך בין נישט אינטערסירט מיינע קינדער זאלן אהיימקומען הייזעריג און צוביילט נאך א וויזיט פון בהמות אין מיין געגענט. אונז האט מען אויסגעלערנט אז ביי מכת בכורות האט מען נישט געטארט ארויסגיין פונעם הויז, צוליב פון דעם "ניתן רשות למשחית". אינעם היינטיגן מצב ווען מכת בכורות וואלט געווען אין מא"ש וואלטן די קינדער ארויס ביי מכת בכורות צוהעלפן הרג'נען מצריים... אבער איז רש"י קלוגער פון זיי און זאגט אז "כיון שניתנה רשות למשחית אינו מבחין..." און דעריבער האט מען בכלל נישט וואס ארויסצוגיין אפילו צוצוהעלפן אויסראטן רשעים! דאס לאז פארן באשעפער! דער באשעפער האט אונז אנגעזאגט: השם ילחם לכם ואתם תחרישון! רייסט אייך נישט איין מיט רשעים וואס פארדינען זייער שכר בעוה"ז און אסאך מאל איז ליידער ידם על העליונה, און אזויווי כ'האב אנגעהויבן איז די שרייערייען בגדר 'התגרות באומות'...

זאל דער באשעפער העלפן ושבו בנים לגבולם, מיט אלע תינוקים שנשבו און תועי דרך וואס זאלן תשובה טוהן באמת, ומלאה הארץ דעה את השם בביאת גוא"צ בב"א.

דערויף האט מיר א ניק געפרעגט וואס איך וואלט געטוהן ווען דאס געשעהט אין די געגענט וואו איך וואוין, ווען א חבורה פון פראסטע ליידיגגייערס וואלטן אריבערשפאצירט מיין געגענט מיטן מטרה צוצוגעוואוינען מיינע קינדער צו זיי, צו איך וואלט דאן אויך אזוי גערעדט.

דערויף איז געווען מיין אנטווארט ווי פאלגענד:

קודם כל, כפי ידיעתי זענען די אקציעס נישט געמאכט צוצוגעוואוינען קינדער צו חרד"קים, נאר צו כאפן און ארעסטירן די וואס אטאקירן זיי (עפ"י רוב אטאקירן פיזיש און צומאל אויך מיט שרייערייען).

און אויב איז זייער מטרה יא צוצוגעוואוינען די קינדער אז ס'פארהאן אזא מושג ווי חרד'ישע זעלנער אין די מיליטער, איז דא גאנץ א פשוטע עצה: די פליכט ליגט אויף דיר! אויפן טאטע ליגט א פליכט מחנך זיין זיין קינד, איז פאר דיר איז עס אסאך גרינגער, לשיטת הגה"ק מסאטמאר זי"ע איז דאך די גאנצע מושג פון די ציוניסטישע מיליטער חזיר טרייף, דארפסטו אויסלערנען דיין קינד אז א חרד"ק איז חזיר טרייף! ער איז א פראסטע גוי וואס איז פונקט ווי א חזיר וואס איז פושט טלפיו להראות כי כשר הוא, אבער ער איז נישט מער ווי א טרייפענע חזיר וואס מיט זיין קאפל און ציצית איז ער טרייף! ער איז קיין איד נישט, ער איז די זעלבע געוואוקס ווי דעם אראבער וואס רייניגט די ביהמ"ד יעדן טאג!

אזויווי מיט דעם גוי לאזטו דיין קינד נישט האבן שייכות מיט אים און דו פרעדיגסט אריין אין אים דעם אתה בחרתנו, אזוי דארפסטו אים אריינפרעדיגן כלפי די חרד"קים אז זענען נישט אריינגערעכנט אינעם אתה בחרתנו און זיי זענען פראסטע און ליידיגע גויים.

און אזויווי דו לאזט נישט דיין קינד בכלל איינרייסן און נאכשרייען דעם גוי לאז אים בכלל נישט איינרייסן מיט דעם חרד"ק, מ'קוקט נישט אן די חברה, ס'שאדט זיי די אויגן, זיי זאלן אנקוקן דעם חרד"ק פונקט ווי דעם גוי און זיך פרייען אין הארץ אז מיר זענען אנדערש פון זיי! מיר זענען די אויסדערוועלטע פאלק! מיר זענען אידן! זיי זענען פראסטע שמוציגע גויים!

לערן זיי אויס אנצוקוקן די חרד"קים וואס גייען אדורך דיין געגענט פונקט ווי דו לערנסט אים אויס אנצוקוקן די גויים וואס גייען אדורך דיין געגענט, דין חרד"ק כדין גוי!

די סארט בהמות לאזט מען דורכגיין ווי שנעלער, א סעקונדע לענגער זאלן זיי זיך נישט אויפהאלטן, זיכער נישט ווען איך בין דאס גורם דורך מיין נאכשרייען און איבערהויפט דורך אים אטאקירן. ווען מיר זאלן נישט קוקן בכלל אין זייער ריכטונג און זיך מתייחס זיין צו זיי ווי צו פראסטע גויים וועלן זיי פלאצן, זיי וועלן זעהן אז מ'קוקט זיי נישט אן, זיי זענען ווי גארבידזש אויפן גאס וואס קיינער שענקט נישט קיין בליק, און דערצו קענען זיי קיינעם נישט ארעסטירן ווייל מ'קוקט דאך זיי אפילו נישט אן.

דאס איז מיין מיינונג, יעדער איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש, אויב יא דאן ביטע נאר בדרכי נועם.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איך פלאן נישט אריינצוגיין אין א וויכוח דא נאר איין פראגע, איז דאס דיין כללית'דיגער מיינונג וויאזוי מען זאל זיך אומגיין מיט א בארד און פיאות באצירטער מחלל שבת בפרהסיא אדער א פרום אויסקוקנדער מומר להכעיס, אדער איז דאס א פרטית`דיגע בליק בלויז איבער חרדקי"ם...

צו זיין אמת'דיג, עס איז מער א תירוץ ווי א פראגע...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אז די האסט שוין יא אזעלכע זיסע מיינונגען. וואס איז דיין מיינונג מר. קאומי ווען עס קומען אפאר על קאידאניקעס אין דיין געגנט און דרייען זיך "בלויז" דארט ארום?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
דזשעימס קאומי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2017 9:47 am
לאקאציע: אין גרויסע טראבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעימס קאומי »

פלטיאל האט געשריבן:איך פלאן נישט אריינצוגיין אין א וויכוח דא נאר איין פראגע, איז דאס דיין כללית'דיגער מיינונג וויאזוי מען זאל זיך אומגיין מיט א בארד און פיאות באצירטער מחלל שבת בפרהסיא אדער א פרום אויסקוקנדער מומר להכעיס, אדער איז דאס א פרטית`דיגע בליק בלויז איבער חרדקי"ם...

צו זיין אמת'דיג, עס איז מער א תירוץ ווי א פראגע...

איך האב דעם זעלבן מיינונג איבער די סארט חברה אויך - שטיי וויפיל ווייטער און האב נישט קיין פארקער מיט זיי בכלל.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

אנטשולדיגט מיר פלטיאל טייערע

ס'דרייען זיך צווישן אונז אסאך אפגעפארענע, מיט סמארטפאן וכדו', און זענען דערמיט שוואכן אפ אנדערע און אסאך קרבנות האט דאס שוין געקאסט, ליידער ליידער, אין קיינער באשייגעצט זיי נישט מיט אזעלכע קולות אינמיטן די גאס.
נאר די מצוה פון באשייגעצן חרדקים האבן די טייערע קינדער פון מא"ש געטראפן צו ווייזן זייערע קנאות לה' ולתורתו.
עפעס שטימט נישט דא, זיי מיר מוחל.
דזשעימס קאומי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2017 9:47 am
לאקאציע: אין גרויסע טראבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעימס קאומי »

סידיראם האט געשריבן:אז די האסט שוין יא אזעלכע זיסע מיינונגען. וואס איז דיין מיינונג מר. קאומי ווען עס קומען אפאר על קאידאניקעס אין דיין געגנט און דרייען זיך "בלויז" דארט ארום?

איך פארשטיי דיין שאלה גראדע, איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס אין מיינע אויגן איז דאך דא א חילוק צווישן די צוויי דוגמאות.

אן על-קאידא'ניק ווייס איך אז נישט קיין חילוק וואס, ער גייט הרג'ענען רעכטס און לינקס אן טראכטן, קיינער דארף זיך נישט אנהייבן מיט אים, ער הרג'עט אן פרעגן אדער הייסן און קוקט אויף גארנישט.

משא"כ א חרד"ק גייט נישט הרג'ענען סתם רעכטס און לינקס, זיי קומען מיט חשבונות אז ווער ס'גייט אטאקירן אדער נאכשרייען וועט מען איינזעצן, ד.ה. זיי קומען נישט אין א געגענט און ארעסטירן יעדן פארבייגייער אן טראכטן.

אבער, עס איז יא דא א פאל וואס זיי טוען דאס, דאס איז ווען זיי ארעסטירן א בחור וואס האט זיך נישט געשטעלט, דא איז שוין א צווייטע מעשה, דא דארף מען זיך יא קעגנשטעלן און נישט לאזן זיי כאפן ריינע נפשות.

ד.ה. אז אן על-קאידא'ניק וואס ביי יעדע אפילו פשוט'ע שפאציר איז ער עלול אויפן ערגסטן אן טראכטן, אזא איינעם הרג'עט מען אויפן פלאץ; משא"כ א חרד"ק ביים פראוואצירן דורך זוכן אטאקירער און נאכשרייער אזא איינער קוקט מען נישט אן, ווייל ער גייט צום סוף ארויסגיין מיט ליידיגע הענט, משא"כ אן אל-קאידא'ניק וועט זיך אויפרייסן אפילו מ'שענקט אים נישט קיין בליק.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

דזשעימס קאומי האט געשריבן:

בסך הכל זאגסטו איין זאך, אז ווען דער חרד"ק קומט אריין, כדאי ס'זאל ווערן א טומל, און מ'זאל טרעפן וועם צו ארעסטירן, דאן איז נישט קלוג אים נאכצושרייען, ווייל ס'ברענגט נישט קיין גוטע נאכפאלגן.
מסכים.
אבער וואס טוט זיך ווען דער חרד"ק קומט אריין, פשוט כדי ס'זאל ווערן א אנגענומענער פאקט אז חרדי'שע בחורים קענען יא גיין אין מיליטער, דאן איז ער דאך דא מיט א אנדערע ציל בכלל, ער קומט אין די שטיוול פון "עמלק" מיט אן אשר קרך'דיגע פלאן, איז וואס דארף מען מיט אזא איינעם טוהן? איגנארירן? אדער ארויס שייגעצן כדבעי?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
דזשעימס קאומי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2017 9:47 am
לאקאציע: אין גרויסע טראבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעימס קאומי »

ווערעצקי האט געשריבן:בסך הכל זאגסטו איין זאך, אז ווען דער חרד"ק קומט אריין, כדאי ס'זאל ווערן א טומל, און מ'זאל טרעפן וועם צו ארעסטירן, דאן איז נישט קלוג אים נאכצושרייען, ווייל ס'ברענגט נישט קיין גוטע נאכפאלגן.
מסכים.
אבער וואס טוט זיך ווען דער חרד"ק קומט אריין, פשוט כדי ס'זאל ווערן א אנגענומענער פאקט אז חרדי'שע בחורים קענען יא גיין אין מיליטער, דאן איז ער דאך דא מיט א אנדערע ציל בכלל, ער קומט אין די שטיוול פון "עמלק" מיט אן אשר קרך'דיגע פלאן, איז וואס דארף מען מיט אזא איינעם טוהן? איגנארירן? אדער ארויס שייגעצן כדבעי?

אויף דעם שאלה זעלבסט האב איך געשריבן די צווייטע חלק אין מיין ערשטע תגובה פונעם אשכול, עיי"ש
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

זיי קומען נאר ווייל משרייט אויב מזאל זיי איגנארן וולען זיי נישט קומען.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

דער בדחן האט געשריבן:זיי קומען נאר ווייל משרייט אויב מזאל זיי איגנארן וולען זיי נישט קומען.

קען זיין אז יעצט קומען זיי נאר מיט דעם ציל, אבער לכתחלה האט זיך עס נישט אזוי אנגעהויבן, זיי פלעגן קומען דירעקט דאווענען אין היימישע בתי מדרשים, אנגעטוהן מיט די מיליטערישע קליידער, כדי דאס זאל ווערן א אנגענומענער פאקט, און אויך מ'זאל זעהן אז מ'קען זיין פרום אויך אין מיליטער.
איז געווען דאן איינער פון די גאר חשובע רבנים אין ירושלים, וועלכער האט אויפגעפאדערט אז מ'זאל די חרדקי"ם פארטרייבן מיט בזיונות, כדי זיי זאלן נישט דערגרייכן זייער ציל, מ'קען זאגן אז יענער רב געהערט צו די מער עקסטרעמע לאגער, ס'איז אבער נישט קיין נפקא מינה, אזוי איז געווען, און צוביסלעך האט זיך עס פארשפרייט מער און מער, ביז די מדינה האט איינגעזעהן אז די שרייערס ברענגן אונטער זייער גאנצע ציל, דאן האבן זיי מחליט געווען אז מ'גייט גיין קעגן זיי בכל חומר הדין, כדי צו פארשטאפן די מויל פון די שרייערס, און דאן האבן זיי אנגעהויבן מיט די נייע טאקטיק פון פראוואצירן, אריינשיקן איינעם, און שטיין גרייט צו קומען ארעסטירן.
אלזא, קען זיין אז יעצט אויף די מינוט קומען זיי נאר כדי מ'זאל זיי נאכשרייען, און עס איז אפשר טאקע בעסער זיי צו איגנארירן, אבער ביסודו של דבר איז דאס נישט די ציל, און אויב וועט מען זיי איגנארירן א שטיק צייט, דאן קומט מען צוריק צום ערשטן פראבלעם.
און דאס וואס "קאומי" טענה'ט אז מ'זאל אויסלערנען די קינדער זיי אנצוקוקען ווי גוים, איז נישט ריכטיג, ווייל אויב קומט א חרד"ק אריין אין שול, דאווענט, און לערנט נאך צומאל דעם דף, דאן איז נישט שייך צו זאגן פאר א קינד "ער איז א גוי", וואס הייסט? איך האב דאך אליינס געזעהן ווי ער דאווענט, לייגט תפלין. אלזא, האבן די ירושלימ'ער אנגענומען פאר די בעסער מיטל זיי צו פארטרייבן מיט בזיונות, וואס דאס וועט זיי אוועק נעמען די אפעטיט פון קומען נאכאמאל.
אלזא, די סצענע ווי א חרד"ק שפאצירט דורך מאה שערים, און צענדליגער קינדער באגלייטן אים מיט געשרייען, איז אפשר אן קיין שום תועלת, ווייל די תועלת איז נישט אויסצולערנען די קינדער צו שרייען, נאר צו פארטרייבן די חרדקי"ם פון די היימישע געגנט, און אויב קומט ער דוקא זיך צו רייצן, דאן איז די געשרייען טאקע נישט די ענטפער. אבער די ערשטע פאזע פון נאכשרייען איז געווען מיט איין ציל, זיי צו פארטרייבן פון די געגענט, וחסל. וואס ס'האט זיך דערקייקלט דערפון, איז שוין עפעס אנדערש, און דארט קען מען זיך מתוכח זיין ביזן עלות...
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

דעת קדשי,
מ'דארף זיי פארשרייען ממצרים ועד הנה!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן: קדשי,

;l;p-
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

זאל איך ענטפערן? איז דא פאר וועם?

בל"נ איינמאל נאר.

די חרדקי"ם קומען מיט א הוראה מפורשת, אפצוקילן די לופט איבער פרומע סאלדאטן, ווי פילע האבן שוין געשריבן פריער.
אויב מען זאל זיי איגנארירן וועט מען זיי זעהן מער און מער, און זיי וועלן רח"ל אויפטוהן, אז א חרדק וועט זיין ביי א פרומען אינגל נישט מער ווי א בחור וואס לערנט נישט אין ישיבה.

די עצה וואס האט געהאלפן ביז היינט, איז געווען זיי צו פארטרייבן, און מען זעהט אז עס באדערט גאר גאר שטארק פאר די ראשי הצבא, און עס שטייט זיי געוואלדיג אין וועג, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן זיך ארויסגעלאזט מיט אומדערהערטע פרעצעדענטלאזע מיטלען אונטערברענגען די ערשיינונג. א"כ ווייסן מיר אז מען האט געצילט אין פינטל, און דאס איז טאקע געווען די ריכטיגע זאך צו טוהן. כן יעזור ה' הלאה.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

אומאפיציעל האט געשריבן:די עצה וואס האט געהאלפן ביז היינט, איז געווען זיי צו פארטרייבן, און מען זעהט אז עס באדערט גאר גאר שטארק פאר די ראשי הצבא, און עס שטייט זיי געוואלדיג אין וועג, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן זיך ארויסגעלאזט מיט אומדערהערטע פרעצעדענטלאזע מיטלען אונטערברענגען די ערשיינונג. א"כ ווייסן מיר אז מען האט געצילט אין פינטל, און דאס איז טאקע געווען די ריכטיגע זאך צו טוהן. כן יעזור ה' הלאה.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

@קאומי, אז די רבנים זאגן מען זאל שרייען
ומאידך גיסא די ראשי ציונים זאגן מען טאר נישט שרייען און עס עגבערט זיי זייער ווען איינער טוט כהוראת הרבנים
זאל מען טון כדעת הרבנים?
אדער כדעת הציונים ?
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

פלטיאל האט געשריבן:איך פלאן נישט אריינצוגיין אין א וויכוח דא נאר איין פראגע, איז דאס דיין כללית'דיגער מיינונג וויאזוי מען זאל זיך אומגיין מיט א בארד און פיאות באצירטער מחלל שבת בפרהסיא אדער א פרום אויסקוקנדער מומר להכעיס, אדער איז דאס א פרטית`דיגע בליק בלויז איבער חרדקי"ם...

צו זיין אמת'דיג, עס איז מער א תירוץ ווי א פראגע...

הוי זאגסטו גוט
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

געהערטער שר קאומי ממש דברים כדברונות צוגענאגלט צום פוינט!

די אלע שאלות וואס אנדרע האבן געפרעגט מיין איך זענען שוין פארענפערט אין דיין ערשטע תגובה
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

אל כבוד הרב קאומי יעצט האב איך געטראפן אז נאך עמיצער שרייט אזוי
בנימין נתניהו התייחס בפתח ישיבת הממשלה לביקורו הצפוי של הנשיא דונלד טראמפ לישראל וגינה את ההסתה של חרדים קיצוניים נגד ראש אכ"א האלוף מוטי אלמוז.

"נשיא ארה"ב דונלד טראמפ יגיע מחר לביקור היסטורי במדינת ישראל", אמר נתניהו. "ביחד איתם יגיעו בכירים בממשל ובבית הלבן. זהו מסעו הראשון של הנשיא טראמפ אל מחוץ לגבולות ארה"ב, ולכבוד הוא לנו שהוא בחר להגיע בו לירושלים, בירת ישראל, וכמובן למדינת ישראל".

ראש הממשלה הדגיש כי ידון עם הנשיא טראמפ בדרכים לחיזוק היחסים בין ישראל לארה"ב. "נחזק את הקשרים הביטחוניים, והם הולכים ומתחזקים מדי יום, ונדון גם בדרכים לקדם את השלום. אדוני הנשיא, אזרחי ישראל מחכים לך בזרועות פתוחות".

על ההסתה נגד ראש אכ"א אמר נתניהו: "אני מבקש גם להעיר הערה לגבי דברים שהתרחשו בסוף השבוע. שוב הייתה התקפה, במקרה הזה על ראש אכ"א, על ידי פלג קיצוני שלא מייצג את הציבור החרדי, אבל אני רואה בחומרה רבה את ההתקפות הללו. מדינת ישראל, צבא ההגנה לישראל, הם הגורם היחיד שמבדיל בין גורל עמנו בעבר, לבין העתיד המובטח שלנו היום.

"מדינת ישראל מיליטער מגן על כל אזרחי ישראל, לרבות הפלג הקטן והקיצוני הזה שכופר במדינת ישראל ובצבא העם, ושאינו מייצג את הציבור החרדי. אני מצפה מכל מנהיגי הציבור להוקיע את הדברים הללו
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

פלטיאל האט געשריבן:איך פלאן נישט אריינצוגיין אין א וויכוח דא נאר איין פראגע, איז דאס דיין כללית'דיגער מיינונג וויאזוי מען זאל זיך אומגיין מיט א בארד און פיאות באצירטער מחלל שבת בפרהסיא אדער א פרום אויסקוקנדער מומר להכעיס, אדער איז דאס א פרטית`דיגע בליק בלויז איבער חרדקי"ם...

צו זיין אמת'דיג, עס איז מער א תירוץ ווי א פראגע...

אן זיך באציען צו די נושא פונעם פותח האשכול

דו שרייסט טאקע שבת ווען א היימישער א.ט.ד. פארט אריבער אין שבת דיין געגענט?
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

אומאפיציעל האט געשריבן:זאל איך ענטפערן? איז דא פאר וועם?

בל"נ איינמאל נאר.

די חרדקי"ם קומען מיט א הוראה מפורשת, אפצוקילן די לופט איבער פרומע סאלדאטן, ווי פילע האבן שוין געשריבן פריער.
אויב מען זאל זיי איגנארירן וועט מען זיי זעהן מער און מער, און זיי וועלן רח"ל אויפטוהן, אז א חרדק וועט זיין ביי א פרומען אינגל נישט מער ווי א בחור וואס לערנט נישט אין ישיבה.

די עצה וואס האט געהאלפן ביז היינט, איז געווען זיי צו פארטרייבן, און מען זעהט אז עס באדערט גאר גאר שטארק פאר די ראשי הצבא, און עס שטייט זיי געוואלדיג אין וועג, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן זיך ארויסגעלאזט מיט אומדערהערטע פרעצעדענטלאזע מיטלען אונטערברענגען די ערשיינונג. א"כ ווייסן מיר אז מען האט געצילט אין פינטל, און דאס איז טאקע געווען די ריכטיגע זאך צו טוהן. כן יעזור ה' הלאה.

;l;p-

RT
oko
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2011 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oko »

אין חו''ל ומשא''כ דארטן אין אר''י איז אינגאנצן אנדערש, ולא קרב זה אל זה כלל. און דער גזירה שוה איז מופרך מכל.

די אלע וואס רעדן אין חו''ל האבן נישט ארויס מיני אחת וואס טוט זיך אפ אין ארה''ק, וואס דארטן אין ארה''ק איז א שעת שמד, פשוטו כמשמעו, וואס דאס איז דאך זייער ציל אלע יארן, שלא יזכר שם השם. וכו'

און בהצד - אויסער דעם,
ווייסט מען דאך קלאר אז דא ליגט אויך דעם ציל זייערע ביים אריינברענגען די חרדקי''ם זייער ווייט, דהיי'
און דאס ווערט באצאלט פון די שמד- אפאראט, דירעקט. יעדער וואס קען זיך דרייען ביי די היימישע אלץ א חרד''ק, מיט די קליידער, ווערט באצאלט שיין! ( וואס ס'פארשטייט זיך א דאנק די קאמפיין קענען זיי נישט זיך דרייען, נאר אין ווייטע פלעצער.)
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

בס"ד

מיר איז אויסגעקומען צו שמועסן מיט א חרדיקי [א רעקריטירער צום מדינת ישראל מיליטער] וואס אין די היימישע געגענטער גייט ער גראדע מיט די גאנצע חסידישע טראגע אפילו מיט די שווארצע זאקן, (הגם וואס ליידער איז ער אינעווייניג אינגאנצען פארפוילט אן קיין ברעקל אמונה אין השי"ת, די גאנצע וואס ער רעדט איז דער כוחי ועוצם ידי), איז ער מיר געווען מלא טענות היתכן משרייט זיי נאך, און אז דאס איז משפיע אויף די בחורים וועלכע "ווילן" אריינקומען אין מדינת ישראל מיליטער, צו "העלפן כלל ישראל"... אז זיי זאלן נישט וועלן אריינקומען, אויס מורא אז מגייט זיי נאכשרייען.

זעה מיר שוין איינמאל אז דאס נאכשרייען די צהלניקערס טוט אויף, אבער לענ"ד איז די אויפטוה ווילאנג עס איז אינטער די געזעץ איינקלאנג פון פרידאם אויף ספיטש, אבער צו ווארפן שמוץ אא"וו, פארברענען פענער (אין אר"י) וואס דאס איז קעגן די געזעץ, געט עס שוין די רעכט פאר די אויטאריטעטן צו ארעסטירן און פארשטייט זיך עס ברענגט נישט די ריכטיגע רעזולטאטען.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אומאפיציעל האט געשריבן:זאל איך ענטפערן? איז דא פאר וועם?

בל"נ איינמאל נאר.

די חרדקי"ם קומען מיט א הוראה מפורשת, אפצוקילן די לופט איבער פרומע סאלדאטן, ווי פילע האבן שוין געשריבן פריער.
אויב מען זאל זיי איגנארירן וועט מען זיי זעהן מער און מער, און זיי וועלן רח"ל אויפטוהן, אז א חרדק וועט זיין ביי א פרומען אינגל נישט מער ווי א בחור וואס לערנט נישט אין ישיבה.

די עצה וואס האט געהאלפן ביז היינט, איז געווען זיי צו פארטרייבן, און מען זעהט אז עס באדערט גאר גאר שטארק פאר די ראשי הצבא, און עס שטייט זיי געוואלדיג אין וועג, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן זיך ארויסגעלאזט מיט אומדערהערטע פרעצעדענטלאזע מיטלען אונטערברענגען די ערשיינונג. א"כ ווייסן מיר אז מען האט געצילט אין פינטל, און דאס איז טאקע געווען די ריכטיגע זאך צו טוהן. כן יעזור ה' הלאה.

זייער גיט געשריבן. צום פינטל.

אבער ביטע צי צוריק פון דיין הבטחה "נישט" צו שרייבן... אז עס איז דא וואס צו שרייבן דאן שרייב, עס איז אלס דא בני דעת וואס ווילן הערן אן אמת'ע נקודה גיט ארויסגעברענגט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

שענערע אשכולות אין דעם נושא און ענליכס זענען שוין פארמעקט געווארן,
וכי משוא פנים יש בדבר?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חפץ חיים האט געשריבן:תכלית שנאה שנאתים לאובים היו לי, אל יאמר האדם מה עושים לי הכופרים אם הם אפיקורסים - לעצמם, אל יחשוב כן, כי הם חפיצים שהכל יתפקרו כמותם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”