מיין מיינונג בנוגע נאכשרייען חרד"קים

אחראי: יאנאש

אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

סידיראם האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:ווייטער נעגאטיוו
איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז מען טאר נישט מוחה זיין איך האב ס''ה געבעטן פאר קלארקייט דעת קדשו פון רבה''ק בנוגע נאכשרייען אין א תשובה פון א מנהיג ישראל בנוגע נאכשרייען


איך דארף נישט קיין תשובה, עס איז דא א מעשה רב פון די גרעסטע גאונים ביי כלל ישראל וואס פלעגן שרייען "שבת" אויף די מחללי שבתות, אזוי פלעגט טוהן רבי דוד יונגרייז וכל חבריו שרי התורה.

די מעשה באלאנגט אויך אין דעם "הלכות מחאה" אשכול, עס וועט ווערן שיין פארברייטערט .
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

סידיראם האט געשריבן:בבל לשיטתך מעק אויס אין שולחן ערוך איבעראל ווי עס שטייט "וגוערין בו".... נעה... עס איז נישט מענארס... ווי ניד טו בי נייס פיפאל, דאונט סקרים


אויסמעקען 'וגוערים בו' איז א פראבלעם אבער מוסיף זיין כפי רצונך נישט? אדרבה, פון דעם וואס דער מחבר מוז אין געוויסע ערטער ארויסשרייבען וגוערים בו איז געדרינגען אז אין אנדערע פעלער טאר מען נישט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

בערעלע קבצן האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
בערעלע קבצן האט געשריבן:איר זענט נאך יונג, אבער איך געדענק נאך ווי היינט ווי דער בית ישראל זצ"ל מיטן תולדות אהרן רבי'ן זצ"ל האבן געארבייט אינאיינעם האנט ביי האנט, אויסצוראמען דירות אין ירושלים וואס האבן נישט געטויגט, מ'האט געטיילט געבראטענע מכות מיט קאנטשיקעס אז ס'איז געגאנגען א רויך, חרוב געמאכט זייער האב און (גוטס) שלעכטס. ביז די שקצים (אפגעפארענע למחצה ולשליש ולרביע) זענען אפגעצויגן.


עס איז אבער קיינמאל געוועהן די ערליכע און איידעלע יודען וועלכע האבען געשלאגען. אפילו לדברך (וואס מען קען אויך מחולק זיין דערויף), האבען די אדמורי"ם הנ"ל אויסגענוצט די 'על חרבך תחיה' יודען ווייל מען האט געדארפט זייערע הילף. די זענען אבער געבליבען רשעים.

אויף פאקטן [גדולים הנ"ל האבן געשיקט, זייערע חסידים, היימישע ערליכע אידן] וואס מיר האבן בייגעוואוינט און איר נישט, גייט איר קיין אנטווארט באקומען.


עס איבערזאגען צוויי מאל מאכט עס נישט אמת.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

בערעלע בערעלע! אוואו נעמט מען נאך אזאנע בערעלעך?
שפתיים ישק.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איך זעה איין זאך יעדער פארפירט יעדער איז מגנה איינער אויף די חרדקי"ם אין איינער אויף די וואס שרייען נאך די חדרקי"ם, אויב אזוי איז איז ענדערש די ערשטע
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

בערעלע אצלינו אומרים 'העם אתך'

שרעק זיך נישט פון דיע וואס פרעגן דיר אפ

ההבדל פשוט, דו וואוינסט אין א"י קרוב אל החלל, זעהסטו פון דערנאנט

אחרים וואוינען אין חו"ל ווי ס'איז נישט איינגעפירט דער מהלך (חוץ יארן צוריק, קעגן חרדי'שע אידן, אבער נישט קעגן חילונים א.ד.ג.) דעריבער קענען זיי דאס נישט פארשטיין (די אלטע שולד געפילן שטופן זיי נישט צו אנערקענען, אז מ'דארף אזוי טון היינט, אבער שוין)

עכ"פ א שיינע שפראך האסטו דאס זענען אלע מודה, און אז מ'דארף פארשרייען א חרד"ק זענען אויך אלע מודה

ס"ה ווי אזוי, שוין אין דעם קען מען זיך מפלפל זיין (און ווען נישט איינער האלט אנדערש ווי דיר, וואלסטו נישט געשריבן 4 בלעטער דא, אויב אזוי האט זיך אלעס געלוינט)
גיי אן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

בערעלע קבצן האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:ווייטער נעגאטיוו
איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז מען טאר נישט מוחה זיין איך האב ס''ה געבעטן פאר קלארקייט דעת קדשו פון רבה''ק בנוגע נאכשרייען אין א תשובה פון א מנהיג ישראל בנוגע נאכשרייען

דאס איז אן הלכה'דיג שאלה, דער אשכול איז נישט עוסק אין הלכות מחאה באופן כללי, נאר ספעציפיש אויף וואס דער קעפל באציעט זיך,
אוודאי 'קומט' אריין נאך ענינים אויפן וועג מחמת דעם מציאות הענינים, און בעיקר מחמת וואס מען פירט אוועק דעם ענין אויף אן אנדער וועג.

ביטע, מאכט אן אשכול אינעם הלכה'דיג אפטיילונוג אויף ענינים והלכות מחאה.

דארט באלאנגט הלכות ערבות, אחריות בית דין, אפרושי מאיסורי, במקום חילול ה' אין חולקין וכו', הלכה ואין מורין כן, מוטב שיהיו שוגין ואל יהיו מזידין, הרוגף אחר הערוה, חטא בשביל שיזכה חברך, כיון שהיה ביום למחות ולא מיחו, עונשים של בית דין, מכין ועונשין שלא מן הדין, און נאל פיל פיל אינטערעסאנטע ענינים.

דארט קומט אויך אריין די מלחות חרמה מיט שבתאים, פראנקיסטן די משכילים, מיט די משנים מן המסורת, די טיילונג, די רעפארמער, קאנסערוואטיוון ציוניסטן, ועוד..
לינק צום נייעם אשקול? ביטע

דער חתם סופר וועט זיין דארט, דער רש"ב, ר' חיים עוזר, חזון איש, בריסקער רב, מחנה חיים כתב סופר, ר' שאול בראך, בעלזער רב מהרי"ד מונקאטשער רב. ר' יוסף חיים זאנענפעלד, סאטמארער רב, שאפראנער רב, ועוד...
ס'וועט געוויס זיין קאלירפוהל און אינטערעסאנט, געוויס וועלן זיך פיל פרייען צובאטייליגן אינעם דין ודברים.

ס'וועל ווערן געברענגט די ראשונים די גאונים מיט די עניינים אשר היה בימיהם.
דער אשכול וועט זיין העכסט העכסט אינטערעסאנט!



אין זאך, נישט פארירן דעם דאזיגן אשכול פון זיינע רעלסן.

לינק צו נייעם אשכול ביטע
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

פרידן האט געשריבן:איך זעה איין זאך יעדער פארפירט יעדער איז מגנה איינער אויף די חרדקי"ם אין איינער אויף די וואס שרייען נאך די חדרקי"ם, אויב אזוי איז איז ענדערש די ערשטע

אן נעמן א שטעלונג אין דער ספעציפישע נושא.

דיין סטעיטמענט פון אדער עי אדער בי איז נישט ריכטיג, און איז א גרויסע גורם אויף פיל נייע מנהגים און פרומקייטן בדורינו, אלץ צוליב דעם הלנו אם לצרינו עטיטוד, ווי (רוב מאל) א מיעוט ציבור טיילט אפ כלל ישראל, ווי אויב איינער וויל נישט הייסן א אויסווארף/דרויסענדיגער/פרעמדער וכו' מוז ער זיך צושטעלן אויף הונדערט און פופציג פראצענט צו זייער מיינונג.
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

בבל האט געשריבן:
בערעלע קבצן האט געשריבן:דאס איז אן הלכה'דיג שאלה, דער אשכול איז נישט עוסק אין הלכות מחאה באופן כללי, נאר ספעציפיש אויף וואס דער קעפל באציעט זיך,
אוודאי 'קומט' אריין נאך ענינים אויפן וועג מחמת דעם מציאות הענינים, און בעיקר מחמת וואס מען פירט אוועק דעם ענין אויף אן אנדער וועג.

ביטע, מאכט אן אשכול אינעם הלכה'דיג אפטיילונוג אויף ענינים והלכות מחאה.


אין זאך, נישט פארפירן דעם דאזיגן אשכול פון זיינע רעלסן.

לינק צו נייעם אשכול ביטע

ווען איר וועט אויפמאכן וועט זיין א לינק
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

א דאנק נאכאמאל פאר די פרישע גוטע חיזוק קאמענטארן.

ב.ד.וו. איך שרעק מיך כלל נישט.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

viewtopic.php?f=5&t=33863
נייע אשכול הלכות מחאה
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מיין צייט ערלויבט מיר נישט צו שרייבן לאנגע תגובות, אבער דא מוז איך זיך אביסל אפשטעלן, און לאזן הערן מיינע געפילן.

ערשטענס א ריזן יישר כוח פאר קאומי פאר'ן אפטרעטן פון אמט, און קומען דא עפענען אן אשכול איבער די נושא, וואס נאר דאדורך, האמיר זוכה געווען צו זען די הערליכע גלאררייכע תגובה פון בערעלע דער קבצן.

דער בערעלע איז שוין גארנישט אזא קבצן, רייך אין תוכן, רייך אין שפראך, און רייך אין מחשבה.
איז דען א ספק אז בערעלע האט רעכט מיט כמעט יעדע שורה וואס איז ארויסגערינען פון זיין זיסע פעדער? אוודאי געוויס, דאס איז געווען די וועג וויאזוי מ'האט זיך געפירט אין אלע דורות ווען ס'געווען א צרה פון עלמענטן וואס האבן געוואלט משפיע זיין אויפ'ן כלל. ווען אין דייטשלאנד וואלט מען זיך אזוי געשלאגן מיט די השכלה, וואלט היטלער ימ"ש נישט געדארפט קער נעמען פון די התבוללות (ע"ע ר' אביגדור מיללער.) ווען אין פוילן וואלט געווען א טיילונג ווי אין אונגארן, העט ווען דרייפערטל ווארשא פאר די מלחמה (אויב וואלט בכלל געווען) געוועזן ערליך און פרום, און נישט געזעסן בתערובות ביי קאנצערטן ווי מ'האט אפגעלאכט פון אידישקייט מיט א שמיץ אריבער. ועוד ועוד ועוד, כהנה וכהנה רבות.

ליידער אנשטאט מענטשן זאלן כאפן אז דא שפילט זיך איבער אזא אדער גאר אן ארגערע סארט מציאות, וואלט אידן וואס טראכטן מיט א שפאן ווייטער, נישט צוגעקומען צו שרייבן און זאגן אז דאס איז נישט דער דרך געווען קיינמאל. די פראבלעם פון די אלע איז, אז מ'טראכט פון איצט, און פון זעך. רבותי, עס איז דא א כלל ישראל, און אויף רוחניות דארף מען זיך רעכענען מיט נאך 100 יאר אין גלות (זאל שוין דער באשעפער שיקן די גאולה), אויב ווילן מיר זען נחת פון אונזערע קינדערליך און אייניקלעך, מוז מען גיין ווילד קעגן די הויפט פירצות. כ'האלט נישט אז קינדער דארפן טיילן און זיך דרייען מיט שומרים קארטליך, אבער א פירצה וואס האט נישט קיין שום היתר בעולם (כ'רעדט נישט פון די עצם גיין אין מיליטער, כ'רעדט פון זיך קומען רייצן די תקופת ההסתגלות, זיי קומען דאך דא בשאט נפש קאלט מאכן, אשר קרך במילואו) דארף מען פארשרייען מיט פעמערס און עס וואלט וועגן געדארפט פליען טישן פון תולדות אהרן אויבן, ווי אין די גוטע יארן. כ'שטעל זיך פאר אז היינט איז דאס נישט מעגליך ווי אמאל, אבער דאס וואלט געדארפט זיין די אנטווארט פון כלל ישראל קעגן די אנשיקעניש.
נאר כאמור, דערוילעם כאפט נישט פון וואס מ'רעדט, און מ'רעדט רינגס און ארום די אישו, און מ'איז דן מיט וואס פאר א סארט קאר ער איז געקומען שבת אין שול. ווייל אויב א דזשעגוואר איז עס צו שארף, אן אלטע פארד, שייגעץ וואס ער איז. ער פארט דאך אום שבת, ביסט צעדרייט? יא, אויף א מחלל שבת בפרהסיא האט מען אלעמאל געשריגן.

יישר כח בערעלע, און איך באוואנדער דיין געדולד.

ובזה אשים קנצי למילי, ואצא בשים שלום והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ויערה רוח טהרה ממרום בקרוב אמן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

ס'איז כדאי צו זעהן א פלאמפייערדיגע און פארכטיגע לשון פון הייליגן ר' חיים סופר זצ"ל אין קונטרס דרשה מה העבודה הזאת לכם.

איך בין מעתיק א שטיקל פון ספר.
ועתה הנה באתי להשמיע לכם אשר הוגד מנאמנים כי שני דאקטארען באו בגבולנו והעיזו פניהם לחלל שבתות בפרהסי׳ לעיני כל העדה הלכו בשוק והעלו עשן מפיהם זה מעשם בשתי שבתות והלא נודע לכל איש ואיש בישראל שגדול עונם מנשוא ומיום עמוד העיר הזאת לא נראה כזאת בקהל ד׳ ונקל היא שצעירי ימים ילמדו ח״ו לעשות כמותם שיאמינו שהותר הדבר ויהי׳ לכאב לב אבותם עד שירדו שאולה ביגון באבדן עמלם אלה הבנים .


ואם אמנם שקבלתם אותי למנהיג להשגיח על הדת והאמונה ולא אוכל לחשות ולראות בשונאי הדת בכל זאת תדעו כי כולכם רבנים בדבר זה בעון גדול אשר נעשה לעיני כל העדה אם לא תעמדו בפרץ אנשים ונשים ישאו עונשם כי קבלתם ערבות בהר סיני בעבירה גלוי' ומפורסמת אנכי עומד בראש ואתם תמלאו אחרי לגדור גדר.

ותחת לשוני לא אכחד לגלות כי מדבר הזה נודע לי שטעיתי בשתים, בראשונה שגיתי שלא האמנתי אשר ימצא איש אשר יהי' לו עזות מצח לעשות כזאת בעיר מונקאטש, ושגיתי באחרונה כי חשבתי שאם ח"ו המצא ימצא איש אשר ימלא לבו לעשות כן יפול העם עליו בכעס וחימה שפוכה ויכהו ארצה עד שיפול בעצמיו חלכאים וישאו אותו בשמלה, כי מי יוכל לעצור בעם בקנאת הדת.

כי אם אחזום בולמס התאוה ומבקשים לחלל שבת לתאותם היו מעשנים ציגארען בחדרי משכבם אשר אין עלינו הערבות, ולמה הלכו בשוק לעיני כל הקהל אין זה כי אם נאצו האנשים האלה את ה', אני לא אוכל להבטיח על עצמי אם מצאתי יהודי שעושה להכעיס ולנאץ ה' לבזות הדת ולהשפיל אמונתי אם לא נתתי נפשי תחת נפשו.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שמו האט געשריבן:
עכ"פ א שיינע שפראך האסטו דאס זענען אלע מודה, און אז מ'דארף פארשרייען א חרד"ק זענען אויך אלע מודה


מילא דעם ערשטע באהויפטונג, מהיכא תיתי. זאל זיין. אבער דעם צווייטען איז זיכער נישט כולי עלמא מודי.

ווען איינער איז בפועל מסית ומדיח דארף מען טאקע יא מוחה זיין, און אפילו מציל זיין דעם מוסת בנפשו של מסית. אבער ווען א פרומע חייל טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגענט איז פשוט וברור אז עס איז אסור איהם צו טשעפען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

בראשית ברא האט געשריבן:ס'איז כדאי צו זעהן א פלאמפייערדיגע און פארכטיגע לשון פון הייליגן ר' חיים סופר זצ"ל אין קונטרס דרשה מה העבודה הזאת לכם.



זייער שטארקע רייד. עס האט יש קיין שייכות לעניננו, אבער פארט זייער שטארקע רייד און א וואזשענע ידיעה. ייש"כ פאר'ן ברענגען.


אגב, אן אמעראצישע שאלה אבער לא הביישן למד, ווער איז געוועהן ר' חיים סופר?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

אנעים זמירות האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:ס'איז כדאי צו זעהן א פלאמפייערדיגע און פארכטיגע לשון פון הייליגן ר' חיים סופר זצ"ל אין קונטרס דרשה מה העבודה הזאת לכם.



זייער שטארקע רייד. עס האט יש קיין שייכות לעניננו, אבער פארט זייער שטארקע רייד און א וואזשענע ידיעה. ייש"כ פאר'ן ברענגען.


אגב, אן אמעראצישע שאלה אבער לא הביישן למד, ווער איז געוועהן ר' חיים סופר?

איך פארשטיי באמת נישט ווי א איד קען זאגן ס'האט קיין שייכות לענינינו, אבער נישט אלעס פארשטיי איך

ר' חיים סופר איז א פלא אז איר ווייסט נישט, געווען פון די גרעסטע גאונים און רבנים בימיו מתלמידי חתם סופר, א צדיק וקדוש פלאם פייער, מחבר הרבה ספרים, מחנה חיים, פלס חיים, שערי חיים, ווי די ליטווישע זאגן דער אונגארישער ר' חיים.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

אנעים זמירות האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
עכ"פ א שיינע שפראך האסטו דאס זענען אלע מודה, און אז מ'דארף פארשרייען א חרד"ק זענען אויך אלע מודה


מילא דעם ערשטע באהויפטונג, מהיכא תיתי. זאל זיין. אבער דעם צווייטען איז זיכער נישט כולי עלמא מודי.

ווען איינער איז בפועל מסית ומדיח דארף מען טאקע יא מוחה זיין, און אפילו מציל זיין דעם מוסת בנפשו של מסית. אבער ווען א פרומע חייל טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגענט איז פשוט וברור אז עס איז אסור איהם צו טשעפען.

גוט ארויס געברענגט דיין געדאנקען גאנג, בערל אז איינער געט אים א קאמפלעמענט מעג מען טשעפענן אין שרייבן מהיכי תיתי, זאל זיי, ווייל ער טראכט נישט פונקלעך ווי דיין געשמאק ווייל נאר א חרד"ק טאר מען ח"ו טעשעפענען
על כבודכם מחיתם......
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אה פונ'ם מחנה חיים האב איך געהערט, אבער נישט געוואוסט שם המחבר. ייש"כ פאר בארייכערען מיינע ידיעות.

ועל ראשון אחרון (איידי דחביבי האב איך פריער זיך באצויגען צום ידיעה הנ"ל, און מהפך געוועהן דעם סדר), האסט געברענגט א שיינע שמועס בנוגע א מחלל שבת בפרהסיא. כדי צו זאגען אז עס האט א שייכות אהער מוזטו ערשט מברר זיין להלכה אז טראגען מונדירען פונ'ם ארמיי איז אינ'ם זעלבע בחינה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

פרידן האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
עכ"פ א שיינע שפראך האסטו דאס זענען אלע מודה, און אז מ'דארף פארשרייען א חרד"ק זענען אויך אלע מודה


מילא דעם ערשטע באהויפטונג, מהיכא תיתי. זאל זיין. אבער דעם צווייטען איז זיכער נישט כולי עלמא מודי.

ווען איינער איז בפועל מסית ומדיח דארף מען טאקע יא מוחה זיין, און אפילו מציל זיין דעם מוסת בנפשו של מסית. אבער ווען א פרומע חייל טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגענט איז פשוט וברור אז עס איז אסור איהם צו טשעפען.

גוט ארויס געברענגט דיין געדאנקען גאנג, בערל אז איינער געט אים א קאמפלעמענט מעג מען טשעפענן אין שרייבן מהיכי תיתי, זאל זיי, ווייל ער טראכט נישט פונקלעך ווי דיין געשמאק ווייל נאר א חרד"ק טאר מען ח"ו טעשעפענען
על כבודכם מחיתם......


צי בערל האט א שיינע שפראך צי נישט איז לא מעלה ולא מוריד, אלזא טאמער איינער רעדט בשם כלל ישראל אז 'כולי עלמא מודי' האט נישט קיין זין דן צו זיין צי עס איז טאקע אזוי. זאגאר ווען איינער האלט אנדערש פעלט אויך נישט אויס צו שרייבען.

דאס האב איך געמיינט מיט'ן 'מהיכי תיתי' - זאל מען זאגען אפילו כולי עלמא מודי ווייל וועמען שטערט עס דען?

משא"כ ווען א בילעוואס טרויעט זיך צו פסק'ענען בשם 'כולי עלמא' אז מען דארף נאכשרייען א פרומע זעלנער, איז דאס דאך נוגע הלכה למעשה און דערפאר איז גאר וויכטיג קלאר צו שטעלען אז עס איז נישט כולי עלמא מודי.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

אנעים זמירות האט געשריבן:אה פונ'ם מחנה חיים האב איך געהערט, אבער נישט געוואוסט שם המחבר. ייש"כ פאר בארייכערען מיינע ידיעות.

ועל ראשון אחרון (איידי דחביבי האב איך פריער זיך באצויגען צום ידיעה הנ"ל, און מהפך געוועהן דעם סדר), האסט געברענגט א שיינע שמועס בנוגע א מחלל שבת בפרהסיא. כדי צו זאגען אז עס האט א שייכות אהער מוזטו ערשט מברר זיין להלכה אז טראגען מונדירען פונ'ם ארמיי איז אינ'ם זעלבע בחינה.

די נקודה איז געווען, דאס זיך נישט קענען איינהאלטן פון א מנאץ, און פון א חשש אז אינגע וועלן זיך אפלערנען עד כדי א תמי' עצומה פון צולאזן און נישט ארויסטראגן מיט מכות, עיין בדבריו הקדושים וואס באדערט אים, ס'איז נישט נאר חילול שבת.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

בעכל איך האלט גראדע יא אז מען זאל נישט צוטיילן די הלכה שמועס עקסטער פון די דאזיגע השקפה שמועס, וויבאלד דאס איז געקניפט און געבינדען, מען קען אלעס אויסשמועסן אין דעים אשכול
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

געהערטער מנהל "סאכדעס",
ראשית א דאנק פארן קאמפלעמענט, און ווען עס קומט פון א מנהל, אין אזא נוסח, צייגט דאס אז דאס געשטימט מיטן 'גייסט' פונעם פארום. געלויבט השי"ת פאר דעם.
וליהוי ידוע לכם, דאס איז דאס איינציגסט פלאץ וואו מען קען שרייבן ברוח הדברים האלה.

האמת אגיד, מיינע ווערטע ווערן אפט געמאסטן, און פיל מאל שרייב איך 'כהולך על גבי גחלים', מכח מיין טיפע רעספעקט צו דעם מקום און אירע חשוב'ע מנהלים. וואסזשע דארף איך זיי אנדרייען אומזיסטע ארבייט, קאפווייטאג, זיין א 'שלעכטער פאליסמאן', זיך שאפן צובלאזענע-זעלבסט-דיסקרימינירטע ניקס?...
איך וואלט אנגעבאטן מען זאל אויפמאכן איין איינציג טשענאל מען זאל קאנען שרייבן 'אלעס' אן 'פארמאלע' באגרעיניצן, בלויז צו קענען שטעלן די ריכטיגע בילד און הבנה אין דעם גרויסן בראך וואס געשעט די לעצטע לערך 15 יאהר, און ס'יז הולך ומחמיר באופן מחריד לא יאומן, - די מיליטער איז בלויז איינס פון די פראבלעימען וואס שטארט ארויס דאס מערסטע, אבער דער חורבן איז ליידער ליידער פיל פיל ערגער און טיפער!


הרב סאכדעס, אייערע הוספות אין דעם נידון איז: מעכטיג, צום זאך, ריכטיג, און אידיש! - יישר כח גדול!


אז מען וועט האבן אביסלע צייט וועט עפעס אי"ה אפשרייבן, און בסייעתא דשמיא וועט דאס קלאר מאכן אן ענין וואס ביי מאנכע הערשט ארום דעם א גרויס בילבול און אן אומקלאהרקייט.
היות דער ענין האט מיר א סאך געבאדערט יאהרן, ביז דער באשעפער האט אונז געגעבן אין דעם א שטיקל הבנה, ווילן מיר דאס אויך מיטטיילן פאר אנדערע.
[בלי ספק אז פיל וועלן אויפהייבן וואונדער-ברעמען, וואס? יעדעס קינד ווייסט עס! אזוי, טא וואו זענט איר, ווארום שרייבט איר דאס נישט אטהער?]
ס'באלאנגט צו די דברים הנאמרים כאן באשכול, אבער ס'איז אן ענין כללי מען מען דאס אפשר שטעלן אין א סעפעראטן שנירל בע"ה.



דערווייל, היום קצר והמלאכה מרובה ובעל הבית דוחק... אוי וויי וויי... כ'האב'ן פארשפראכן הייינט ביינאכט שיק'כן אפ ס'ווארע...
איה עוד חזון למועד בעזרתו יתברך שמו.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

@אנעים אנעים
ביסטי דער וואס האט פארפאסט אזויפיל הערליכע מאמרים די נחיצות צו דערווייטערן מינים און דעות כוזביות פינעם אידישן פאלק ?
כ'דערקען נישט היינט די אמאליגע שרייבער פון די הערליכע מאמרים געשריבן קעגן מינים ומלשינים.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

עס איז נישט אזוי פשוט דאס נאכשרייען
עס איז צום ערשטן מאל די פאליציי באפאלט קינדערליך פאר קנאישע לאזונגען
עפעס ליגט דערינטער
אטעטשמענטס
5588.jpg
5588.jpg (25.12 KiB) געזען 4284 מאל
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

דאס פארשרייען פערזענליך מפיצים פון מינות און דעות כוזבות איז אפיציעל מטעם ק"ק בירושלים
אטעטשמענטס
qeisy8vr.jpg
qeisy8vr.jpg (53.47 KiB) געזען 4279 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”